רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אינטערעסאנט די נעמען דארט אונטן
יעקב קאסירער, שלמה ברוך קעסט, שמעון מענלא?, לעני לעסין?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

מים חיים האט געשריבן:אינטערעסאנט די נעמען דארט אונטן
יעקב קאסירער, שלמה ברוך קעסט, שמעון מענלא?, לעני לעסין?

עה נישט לעני לעסין ס'איז זיין טאטע אלתר שלמה (בעל אכסניה)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

רעים האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:אינטערעסאנט די נעמען דארט אונטן
יעקב קאסירער, שלמה ברוך קעסט, שמעון מענלא?, לעני לעסין?

עה נישט לעני לעסין ס'איז זיין טאטע אלתר שלמה (בעל אכסניה)

שכח, שטומט, איך געדענק שוין נישט פון דעמאלטס
שמעון מענלא קען עס יא זיין?
ווער זענען די איבריגע? וועלכע יאר איז עס?

מים חיים האט געשריבן:

לכאורה ויגש תש"ל
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מעלבארן תשל''ח

EPSON117_LI (1).jpg
EPSON117_LI (1).jpg (140.52 KiB) געזען 3693 מאל
EPSON118_LI (1).jpg
EPSON118_LI (1).jpg (135.52 KiB) געזען 3693 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יא''צ היינט נאכט
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף

היינט כ"ט אדר
געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זי"ע
,

פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן וויזניצע בית החיים אין מאנסי, אין שפיץ פון די קינדער כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ.

פארנאכטס וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי,
אין שפיץ פון כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, מאנטריאל, און בארא פארק.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

עס איז געווען א שנה פשוטה, איז דאך די יארצייט לכאורה אדר ב'. נישט אזוי?
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ציקוועטשטער האט געשריבן:עס איז געווען א שנה פשוטה, איז דאך די יארצייט לכאורה אדר ב'. נישט אזוי?

ניין.. מ'האלט ביידע..
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ציקוועטשטער האט געשריבן:עס איז געווען א שנה פשוטה, איז דאך די יארצייט לכאורה אדר ב'. נישט אזוי?

אויב איינער איז אוועק אין א שנה פשוטה, איז די יארצייט בעיקר אדר א'..
אבער אויך אין אדר ב'.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7668
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

moishy56 האט געשריבן:היינט כ"ט אדר
געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זי"ע
,

פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן וויזניצע בית החיים אין מאנסי, אין שפיץ פון די קינדער כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ.

פארנאכטס וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי,
אין שפיץ פון כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, מאנטריאל, און בארא פארק.

אז נישט די רבי פון בית שמש אױך דא אין אמעריקע?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

חסדי השם כי לא תמנו.
היינט איז די יום הצלה פון די רבי זצ"ל.
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

דערציילט מיר א ויזשניץ-מאנסי'ער חסיד (בדידהו הוה עובדא!):

אלץ בחור האב איך געלערנט ביים רבי'ן אין ישיבה, און איינמאל האט מען מיר ארויסגעווארפן פאר'ן רייכערן.
בין איך אריין צום רבי'ן זי"ע, פרעגט ער מיר: פארוואס האט מען דיר פארשיקט, זאג איך: ווייל איך האב גערייכערט.
רבי: וואס האסטו געזאגט פאר'ן משגיח?
בחור: אז כ'האב נישט גערייכערט.
רבי: און וואס איז די אמת?
בחור: אז איך האב יא גערייכערט....
דער רבי איז בלאס געווארן און צוביסלעך געקומען צו זיך און אויסגעשריגען: שקר!?!? ווי קענסטו ארויס זאגן א דבר שקר???? ס'שטייט דאך אין די הייליגע תורה 'מדבר שקר תרחק'!!! - דער רבי איז געווען אויסער זיך, און זיך נישט בארואיגט ביז איך האב אויף זיך גענומען קבלות און סייגים וכו'
ביז היינט (ארום 30 יאר) ליגט עס מיר נאך אין די ביינער. מדבר שקר תרחק.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

נאך דערציילט מיר הנ"ל:

אמאל האט מען געדארפט איינשלעפן ר' מאטעל'ען זי"ע פאר אן אפעראציע, האט ער אויסגערעכענט מ'זאל אים איינשלעפען נאך שחרית און ער זאל שוין זיין אויף צו מנחה....

די איינשפריץ איז זעט אויס נישט אריין אין אדער, און ווען דער דאקטער האט אנגעפאנגען אפערירן האט ער באמערקט אז דער רבי איז אויף! האט ער געוואלט לייגן נאך איינשפריץ, האט ר' מאטעלע געזאגט אויס ס'שוין אזוי, לאז שוין אזוי, און געבעטן מ'זאל צו-ווארטן אפאר מינוט ער זאל זיך מתעמק זיין אין א סוגיא - און כך הוה מ'האט עם אפערירט וואכערהייט!
די דאקטוירים זענען געווען אויסער זיך.

נאך די אפעראציע האט דער הויפט דאקטער געבעטען פון די קינדער רשות איינצושלעפן דעם רבי'ן אן זיין וויסן כדי ער זאל רוען כראוי נאך די אפעראציע, און זיי האבן מסכים געווען.
ווען פליצלונג האבן זיי זיך געכאפט אז די רבי גייט פארפאסן מנחה, אלע האבן אנגעהויבן ציטערן.
צו אלעמענס ווינדער בזמן מנחה, האבן דעם רבי'נס ליפען אנגעפאנגען מירמלען קרבנות (אויף די וויזשניצע נוסח - וועריפייד ביי די היינטיגע רבי פון בית שמש), און ער האט געדאווענט גאנץ מנחה ווארט ביי ווארט, בשעת די דאקטוירים באשטעטיגן געפלעפטעהייט אז זיין גוף שלאפט.
און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט (בזמן א פשוט'ער יר"ש וואלט געפרעגט וואס איז מיט מנחה) האט ער תיכף געפרעגט צו מ'קען שוין דאווענען מעריב.
א איד וואס האט עס געהערט צוזאמען מיט מיר פון הנ"ל, האט זיך נישט געפוילט, ער איז אראפגעפארן צום היינטיגן בית-שמש-וויזשניצע'ר רבי'ן און וועריפייד די גאנצע מעשה, ער איז דארט געווען בשעת מעשה.

אויב איינער קען צו-ווייזען אוואו מ'קען שרייבן א מעשה פון השגחה פרטית אודה לו מאוד.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17426
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

א פשוטע מעשה פאר ווער עס האט געקענט דעם רעבין.

שקר איז געווען פון די ערגסטע עבירות.

---

האקט
כרעד פון די ערשטע, די צווייטע איז יא א מוראדיגע מעשה!!

כגיי עס פראבירן מברר זיין.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שוין, העלעך עס לייגן דא - סוף כל סוף רעדט זעך עס פון זיינס א תלמיד, זאל עס זיין לעילוי נשמת ר' מרדכי ב"ר חיים מאיר זי"ע

הנ"ל איז א גוטער חבר מיינער, א כהן, אן ערליכער געשעפטסמאן (געווען ביז אפאר יאר צוריק...).
דערציילט ער מיר אזוי: איין נאכט ביי א חתונה האט אים אן ערליכער איד געזאגט אז ער דארף ענדיגען ש"ס.
ער איז אהיים געקומען ארום צוויי אזייגער פארטאגס, און געטראכט 'מארגן פאנגט מען אן' אבער ב"ה דער ייצר טוב האט זיך מתגבר געווען, און אזוי שלאפעדיגערהייט האט ער אנגעפאנגען דף ב. מס' ברכות.
זיין מזל האט אים אויפגעשיינט! ביז א קורצע תקופה האט ער זיך געטראפן (ביי די 40) אין כולל אגאנצען טאג! און זיין חשוב'ע רעבעצין זז"ג האט איבערגענומען דאס פירן דעם געשעפט (אגב, קענט איר אים אינזינען האבן, ווייל לעצטנס מוטשעט ער זיך מיט פרנסה).
איין טאג אין כולל שפרינגט ער אויף און שרייט: צעטעלע! קום אהער דו מוזט דאס זען!
און ער דערציילט, איך האב שוין נישט געהאט קיין כח צו לערנען גמרא, האב איך געקלערט צו לערנען עפעס לייכטער....
און דאס האט זיך געעפענט: א מדרש: אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין צוויי סארט כהנים: די וואס האבן געלערנט תורה וועלן קענען טון די עבודה, און די וואס נישט.....
און מיט איין שמחה איז ער צוריק געשפרונגען צו די גמרא.
היינט האלט ער שוין אינמיטן די פערטע מאל ש"ס!

איז די מעשה אזוי:

איך האב געפלאנט חתונה צו מאכן מיין טאכטער תחי' מיטוואך אין אפאר וואכן ארום, דא אין די נתניה, די זאל האב איך שוין באשטעלט א שטיק צייט צוריק, וויבאלד מיינע עלטערן און רוב געשוויסטער וואוינען אין חו"ל, האב איך יעצט אנגעפאנגען צו זיכן דירות פאר זיי, און א מאדנע זאך - ס'נישטא גארנישט עוועילעבל, ביי די האטע"ל אויך נישט, און אפילו פרייע האטעלס וואקינ"ג דיסטענ"ס האבן אויך גארנישט. זייער א מאדנער ערשיינונג.

נתברר, אז חסידות גור מאכט פונקט דעמאלט זייער יערליכע 'ועידה עולמית' און זיי האבן אלעס באשטעלט פאר די חשובע תומכים.

מה עושים? מתפללים לה' - אזוי ווי איך בין כסדר מתפלל, אויף הוצאות החתונה ווייס איך דאך אויך נאכנישט פון וואו ער וועט מיר שיקן, איז לאמיר זיך פשוט פארלאזן אויף אים אינגאנצן.

איי איי איי איי איי איי.... וואס זאל איך איך אייך זאגן? נישטא נאך אזא זיסע זאך ווי אמונה, פאר כל הון שבעולם וואלט איך נישט פארקויפט יענע תקופה פון אזא נאנטקייט צום רבוש"ע.

אבער ס'געקומען די מינוט וואס די ישועה דארף נתגלה ווערן, איז באקום איך א טעלעפאן קאלל פון די זאל מענעדזע"ר, און ער זאגט מיר אזוי אומבאקוועמערהייט אז ער רופט בשליחות פון איחוד מוסדות גור, אז היות זיי מאכן דאנערשטאג א ריזיגן דינר, ווילן זיי שוין פון מיטוואך צוגרייטן די זאל, אויב וואלט געווען שייך צו בעטן איך זאל רוקן די חתונה צו א צווייטע זאל (אדער דאטום). און פארשטייט זיך אז זיי וועלן באצאלן יעדן הפסד.

נו נו, אז מ'קען מאכן א חסד, אוודאי! בס"ד האט מען געטראפן א גוטע זאל אין בני ברק וואס איז פונקט(....) געווארן עוועילעבל, דער מחותן (א בני ברק'ער) האט זיך גאר געפרייט, ס'איז סה"כ 6,000 שקל טייערער, פיין, געשלאסן אויף די זעלבע דאטום בשעה טובה ומוצלחת (אמן. צעטעלע)

גייט אריבער אפאר טעג, רופט מיר דער מענעדזע"ר ווידער (דאס מאל שוין נישט אזוי אן-קאמפארטעבל...) און מיט א שמחה של מצווה איז ער מיר מודיע אז מוסדות גור האט פאר מיר אריין געשיקט 40,000 שקל (דעקט די חתונה נאכט מיט אביסל טשעינד"ז...) - און בנוסף געבן זיי מיר אן אויסגעצאלטער ריזיגער וויל"א דא בשכנות, גענוג צו אקאמאדעיט"ן די גאנצע משפחה בימי השמחה.....

נאאאא...? וואס זאל איך דא אויספירן וואס זאל נישט זיין בבחינת 'כל המוסיף גורע'?

נאך איין עפיזאד וואס כ'האב געהערט פון דעם איד:
ביי די לוי' פון ר' חיים קנייבסקי האט ער זיך שטארק גע'יישוב'ט וואס צו טון, און ער האט מיט זיין חברותא (א ת"ח עצום) מחליט געווען צו לערנען ווי יעדן טאג ביז 1:00 מיטאג, און דאן נעמען א באס קיין בני ברק. פון לערנען תורה דערלייגט מען נישט!

בערך 1:05 איז ער אויפגעשטיגן מיט זיין חברותא אויף א ליידיגע באס קיין ב"ב (דער עולם איז שוין לאנג געזעצן אין טרעפיק דעמאלט) ויסעו.
נאך אפאר מינוט זאגט זיי דער דרייווער אז ער האט יעצט ערהאלטען א באפעל זיך צוריק צו דרייען.
מיין חבר זאגט אים: אנטשולדיגט אבער איך האב באצאלט אויף א נסיעה קיין בני ברק. זיי מוחל און פיר אונז קיין בני ברק!
דרייווער: אויב איר גייט נישט יעצט אראפ פון באס פאר איך אהיים און איר זענט געלאדענט פאר א קאווע ביי מיר...
חבר: אוואו וואוינט איר?
דרייווער: תל אביב.
שוין, האט מיין חבר מחליט געווען צו פארן קיין תל אביב, האפענדיג אז דארט וועט ער כאפן א טעקסי.
אינמיטן וועג דערקענט ער אז מ'איז אין רמת גן ממש נעבן בני ברק (שאסיי 4 איז געווען אפגעשפארט) און דער דרייווער האט געוואוינט אין תל אביב ממש נעבן רמת גן.
פליצלונג שרייט מיין חבר אויס: אונז זעמער דא ביי די צווייטע זייט בית החיים!
זיי זענען אראפ, געגאנגען א מינוט צוויי צופיס.
און נאך אפגעווארט דעם מיטה אפאר מינוט.....
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז

dovidal האט געשריבן:מוראדיג אינטערסאנט
איז דאס אפיציעל ? אדער פנימי ?

אונצווישען... איך האב גענומען מיין קארד און געמאכט און א וועבזייטל.... ס'איז מסתם דא זאכען וואס וואלט נישט געדארפט ארויף גיין... און אויך צענדליגע ספעלינג מיסטעיקס...
ווער ס'וויל קען הנאה האבן פון דעם...
און אויב זעהט א טעות אדער עפעס וואס באלאנגט נישט ברבים קען מיך מודיע זיין...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

איך גלייב נישט אז זיינס א חסיד זאל האבן די העזה צו מאכן אזוינס
ער וואלט זיכער שארף מוחה געוועהן אויף אזא זאך
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7391
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

שנעלער האט געשריבן:איך גלייב נישט אז זיינס א חסיד זאל האבן די העזה צו מאכן אזוינס
ער וואלט זיכער שארף מוחה געוועהן אויף אזא זאך

ראויג איך ווייס נישט וועלעכע חלק באדיט דיך...
אויב וועגען צושפרייטען זאכען אויף אים...
דאס ווייס איך אויך... ער וואלט אויך נישט געגליכענט די אלע דרשות אויף אים...
נאר וואס... ווי הגה"ח ר' א"ד פרידמאן האט געזאגט פאר ירושלימע רבי נאך וואס ער האט אים געזאגט אז ס'שטייט און צוואה אז מ'זאל נישט גארנישט דריקן אויף אים, האט רא"ד גענפענערט אז דאס איז נאר פאר די קינדער די תלמידים זענען "מחיוב" צו דריקן, האט ירושלימע רבי געזאגט תלמידים הרי הן כבנים, האט רא"ד גענפערט אויב מ'וועט נישט רעדן און שרייבן וועט מען נישט זיין קיין תלמידים....
אויב רעדסטו פון די אנליין חלק... נו ערגער ווי דא איז עס נישט....
עניוועי ס"איז באופן פנימי, פשוט אסאך האבן מיך געבעטען צו קאפיען האב איך עס געלייגט אנליין ס'זאל זיין גרינגער...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו בדאנקען

(קודם האבעך אויס געהערט די ערשטע צוויי מוסר שמוסען פון גובערס, סאיז מוראדיג די זוכרונות )

[align=center]הק' יישר כח[/align]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רעים האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:איך גלייב נישט אז זיינס א חסיד זאל האבן די העזה צו מאכן אזוינס
ער וואלט זיכער שארף מוחה געוועהן אויף אזא זאך

ראויג איך ווייס נישט וועלעכע חלק באדיט דיך...
אויב וועגען צושפרייטען זאכען אויף אים...
דאס ווייס איך אויך... ער וואלט אויך נישט געגליכענט די אלע דרשות אויף אים...
נאר וואס... ווי הגה"ח ר' א"ד פרידמאן האט געזאגט פאר ירושלימע רבי נאך וואס ער האט אים געזאגט אז ס'שטייט און צוואה אז מ'זאל נישט גארנישט דריקן אויף אים, האט רא"ד גענפענערט אז דאס איז נאר פאר די קינדער די תלמידים זענען "מחיוב" צו דריקן, האט ירושלימע רבי געזאגט תלמידים הרי הן כבנים, האט רא"ד גענפערט אויב מ'וועט נישט רעדן און שרייבן וועט מען נישט זיין קיין תלמידים....
אויב רעדסטו פון די אנליין חלק... נו ערגער ווי דא איז עס נישט....
עניוועי ס"איז באופן פנימי, פשוט אסאך האבן מיך געבעטען צו קאפיען האב איך עס געלייגט אנליין ס'זאל זיין גרינגער...

איך בין מוראדיג נתפעל שיינע הערליכע אויטענטישע זאכן בלי כחל ושרק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער גאנצע סיבה פון נישט לאזן שרייבן זאכן פון איהם איז געווען ווי איך ווייס אייביג נאכן ליינען/הערן ווי אזוי מען באשרייבט אנדערע גדולים און פון דער עקל דערפון האט ער געבעטן און געהייסן אז מען זאל איהם נישט באשרייבן בשום אופן ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל ארויסקומען שטותים והבלים נאר צי מאכן שיין די ארטיקל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”