רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » זונטאג אפריל 15, 2018 11:50 pm

//
Capture.GIF
Capture.GIF (40.29 KiB) געזעהן 1466 מאל

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג אפריל 15, 2018 11:57 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:וויאזוי גייט מען זאגן "די הייליגע קדושת מרדכי"? עס גייט זיין א דאפעלט לשון לכאורה? "הייליגע" קדושת"



ניין. אין וויזשניץ מאסי זאגט מען נישט הייליגע רבי, הייליגע אמרי חיים, הייליגע אהבת ישראל. אפילו נישט הייליגע מוסדות. די רבי בעל קדו"מ פלעגט נישט לאזן ניצן די ווארט הייליג נאר אויף די בעשה"ק אין נאך ממש געציילטע.

דאכציך אז בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט ער אויך נישט געלאזט שרייבן, מעגליך?

נו, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו??

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:04 am

צד תמות האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:וויאזוי גייט מען זאגן "די הייליגע קדושת מרדכי"? עס גייט זיין א דאפעלט לשון לכאורה? "הייליגע" קדושת"



ניין. אין וויזשניץ מאסי זאגט מען נישט הייליגע רבי, הייליגע אמרי חיים, הייליגע אהבת ישראל. אפילו נישט הייליגע מוסדות. די רבי בעל קדו"מ פלעגט נישט לאזן ניצן די ווארט הייליג נאר אויף די בעשה"ק אין נאך ממש געציילטע.

דאכציך אז בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט ער אויך נישט געלאזט שרייבן, מעגליך?

נו, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו??


די פרעגסט? די זאגסט? ליין אפאר תגובות פריער וואס צובלאזט דיין א.ג. יצטער מיט יכשל

הצעיר באלפי
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:35 am

דיעל האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:וויאזוי גייט מען זאגן "די הייליגע קדושת מרדכי"? עס גייט זיין א דאפעלט לשון לכאורה? "הייליגע" קדושת"



ניין. אין וויזשניץ מאסי זאגט מען נישט הייליגע רבי, הייליגע אמרי חיים, הייליגע אהבת ישראל. אפילו נישט הייליגע מוסדות. די רבי בעל קדו"מ פלעגט נישט לאזן ניצן די ווארט הייליג נאר אויף די בעשה"ק אין נאך ממש געציילטע.


כ'האב געהערט אמאל ביי א מלוה מלכה און ב.פ. פאר די דארטיגע מוסדות אין די נ"ן יארען "די הייליגע זיידע" אויף דעם אהבת ישראל,
אפשר טאקע נישט קביעותדיג נאר מפעם לפעם, איך ווייס נישט, איך קען נאר זאגען וואס איך האב געהערט.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 10:57 am

הצעיר באלפי האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:וויאזוי גייט מען זאגן "די הייליגע קדושת מרדכי"? עס גייט זיין א דאפעלט לשון לכאורה? "הייליגע" קדושת"



ניין. אין וויזשניץ מאסי זאגט מען נישט הייליגע רבי, הייליגע אמרי חיים, הייליגע אהבת ישראל. אפילו נישט הייליגע מוסדות. די רבי בעל קדו"מ פלעגט נישט לאזן ניצן די ווארט הייליג נאר אויף די בעשה"ק אין נאך ממש געציילטע.


כ'האב געהערט אמאל ביי א מלוה מלכה און ב.פ. פאר די דארטיגע מוסדות אין די נ"ן יארען "די הייליגע זיידע" אויף דעם אהבת ישראל,
אפשר טאקע נישט קביעותדיג נאר מפעם לפעם, איך ווייס נישט, איך קען נאר זאגען וואס איך האב געהערט.


איך גלייב נישט. איך האב געהערט טויזענטע תורות, דרשות, שמיעסן פון רבין "קיינמאל" נישט געהערט הייליגע אויף די זיידע. לעצטנס האט ער אפארמאל אינמיטן א שמועס זיך געקענט צופייערן און זאגן "איש אלוקים קדוש".

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 16, 2018 11:19 am

shimon7323 האט געשריבן:קוקט ארויף

קדושת מרדכי עה"כ איז גימטריא מרדכי ב"ר חיים מאיר ומרגליא

נאך א מזל זי האט געהייסן מרגליא און נישט מרגלית...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:46 pm

מיללער האט געשריבן:קדושת לוי איז פשוט שהלוים נתקדשו, ממילא פאסט עס

אאךךך....
די נאמען קדושת לוי איז וועגן די מאמרים אויף חנוכה מיט פורים וואס די בארדיטשעבער רב האט עס א נעמן געגעבן קדושות...
אין דערפאר האט ער אנעמען געגעבן פאר זיין ספר (וואס ער האט געדריקט בחייו) קדושת לוי, 'קדושת' מיט א סגול...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:31 pm

יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 2:11 pm

דיעל האט געשריבן:יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.



תורת מרדכי איז בגימטריא "מרדכי בן חיים מאיר בן ישראל ז''ל"

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:11 pm

דיעל האט געשריבן:יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.

איך האב נישט געוואלט ביז יעצט אריינרעדן אין די נושא, ווייל אויב עס איז שוין אפגעמאכט איז נישט נוגע קיין מיינונגען. אבער אויב איז עס נאכנישט מוחלט, אענה גם אני, אז דער נאמען איז זייער "אמעריקאניש", אדער ווי מען רופט דאס: 2018, עס איז א גוטער נאמען וואס א שרייבער גוט פאר זיינס בוך (אויך פאר אין אמעריקע, אבער כאטש פאר א בוך), נישט פאר א נאמען וואס קינדער גיבן פאר די חידושי תורה פון א צדיק.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:17 pm

פארוואס נישט 'מור דרור', 'מירא דכיא', 'גדולת מרדכי' 'מרדכי הצדיק' 'מרדכי בן יאיר' פעלט נעמען אויף 'מרדכי'?

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:34 pm

מאורות מרדכי וואלט געווען א שיינע נאמען על שם מרדכי בן יאי"ר, מען דארף נאר צושטעלן א גימטריא פאר דעים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:36 pm

ועל שם אביו מאו"ר החיים, דארף מען שויניש קיין גימטריא, עס איז דאך ממש דאס מרדכ"י בן יאי"ר

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 5:41 pm

היסטאריע האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.

איך האב נישט געוואלט ביז יעצט אריינרעדן אין די נושא, ווייל אויב עס איז שוין אפגעמאכט איז נישט נוגע קיין מיינונגען. אבער אויב איז עס נאכנישט מוחלט, אענה גם אני, אז דער נאמען איז זייער "אמעריקאניש", אדער ווי מען רופט דאס: 2018, עס איז א גוטער נאמען וואס א שרייבער גוט פאר זיינס בוך (אויך פאר אין אמעריקע, אבער כאטש פאר א בוך), נישט פאר א נאמען וואס קינדער גיבן פאר די חידושי תורה פון א צדיק.



איך זעה עס נישט. די נאמען ברענגט ארויס די מהות פון דעים מענטש. און טאקע צוליב דעים האבן געוויסע קינדער געהאלטן אז מען דארף ענדערש עפעס וועגן תורה ווייל דאס ברענגט מער ארויס זיין מהות.

נעם צום ביישפיל "ישועות משה" זייער א שיינע נאמען - משה יהושע. אבער וואס זאגט עס אויפן מענטש? גראדע ווייס איך אז די קינדער פון ישיעו"מ האבן נישט געוואלט דעים נאמען, נאר עס איז שוין געווען צו פארשפרייט ווען זיי האבן זיך דערמאנט. ביסיידס דעט פוינט, די ספר אהבת ישראל האט געדארפט הייסן קדושת ישראל נאך אין 1936.

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:11 pm

דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.

איך האב נישט געוואלט ביז יעצט אריינרעדן אין די נושא, ווייל אויב עס איז שוין אפגעמאכט איז נישט נוגע קיין מיינונגען. אבער אויב איז עס נאכנישט מוחלט, אענה גם אני, אז דער נאמען איז זייער "אמעריקאניש", אדער ווי מען רופט דאס: 2018, עס איז א גוטער נאמען וואס א שרייבער גוט פאר זיינס בוך (אויך פאר אין אמעריקע, אבער כאטש פאר א בוך), נישט פאר א נאמען וואס קינדער גיבן פאר די חידושי תורה פון א צדיק.



איך זעה עס נישט. די נאמען ברענגט ארויס די מהות פון דעים מענטש. און טאקע צוליב דעים האבן געוויסע קינדער געהאלטן אז מען דארף ענדערש עפעס וועגן תורה ווייל דאס ברענגט מער ארויס זיין מהות.


דער נאמען פון ספר האט נישט מיט'ן מהות פונעם מענטש, גיי צו צום ספרים שאנק, ספר ביי ספר, און זאג מיר צו דער נאמען האט בכלל א ספעציעלע שייכות מיט'ן מענטש. [איך רעד פון ספרים פון פאר'ן קריג, און אויך פון נאכ'ן קריג, אבער פון די צדיקים וועלכע האבן נאך געזען א וועלט].

די נעמען פון 'ישועות' 'קדושת' 'טהרת' איז נישט געווען, נאר אויב דער ספר האט גערעדט פון דעם ענין. אבער נישט ווייל מ'האט געוואלט ארויסברענגען אז דער מחבר איז א פועל ישועות, אדער א קדוש א טהור א.ד.ג.
סיידן אמאל ווען עס איז א מליצה פון א פסוק, דעמאלט יא, ווייל דעמאלט מיינט מען דאך דעם פסוק. דו"ק ותשכח.
לעצט פאראכטן דורך היסטאריע אום מאנטאג אפריל 16, 2018 6:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיעות שונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:15 pm

מ'גייט דרוקן נייע זאכן, אדער פשוט איבערמאכן די אלטע אויף א נייעם פארמאט?

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:33 pm

היסטאריע האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.

איך האב נישט געוואלט ביז יעצט אריינרעדן אין די נושא, ווייל אויב עס איז שוין אפגעמאכט איז נישט נוגע קיין מיינונגען. אבער אויב איז עס נאכנישט מוחלט, אענה גם אני, אז דער נאמען איז זייער "אמעריקאניש", אדער ווי מען רופט דאס: 2018, עס איז א גוטער נאמען וואס א שרייבער גוט פאר זיינס בוך (אויך פאר אין אמעריקע, אבער כאטש פאר א בוך), נישט פאר א נאמען וואס קינדער גיבן פאר די חידושי תורה פון א צדיק.



איך זעה עס נישט. די נאמען ברענגט ארויס די מהות פון דעים מענטש. און טאקע צוליב דעים האבן געוויסע קינדער געהאלטן אז מען דארף ענדערש עפעס וועגן תורה ווייל דאס ברענגט מער ארויס זיין מהות.


דער נאמען פון ספר האט נישט מיט'ן מהות פונעם מענטש, גיי צו צום ספרים שאנק, ספר ביי ספר, און זאג מיר צו דער נאמען האט בכלל א ספעציעלע שייכות מיט'ן מענטש. [איך רעד פון ספרים פון פאר'ן קריג, און אויך פון נאכ'ן קריג, אבער פון די צדיקים וועלכע האבן נאך געזען א וועלט].

די נעמען פון 'ישועות' 'קדושת' 'טהרת' איז נישט געווען, נאר אויב דער ספר האט גערעדט פון דעם ענין. אבער נישט ווייל מ'האט געוואלט ארויסברענגען אז דער מחבר איז א פועל ישועות, אדער א קדוש א טהור א.ד.ג.
סיידן אמאל ווען עס איז א מליצה פון א פסוק, דעמאלט יא, ווייל דעמאלט מיינט מען דאך דעם פסוק. דו"ק ותשכח.


איך הער וואס דו זאגסט.

איך האלט אבער אז עפ"ר איז די נאמען יא עפעס וואס ברענגט ארויס די מהות פון די מענטש אדער די ספר.

בכלל וואס איז שלעכט מיט קדושת מרדכי - נניח אז עס האט גאנישט מיט זיין מהות. א נאמען פונקט ווי קדושת לוי, קדושת אהרן, קדושת יו"ט, קדושת ציון?

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:35 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:מ'גייט דרוקן נייע זאכן, אדער פשוט איבערמאכן די אלטע אויף א נייעם פארמאט?


רוב איז שוין געדרוקט. עס איז נאך דא מן הסתם 1 באנד דרשות וואס דארף נאך געדריקט ווערן. און אויך די מוסר שמועסן וואס די רבי האט געזאגט יעדע זונטאג אין ישיבה איז נאך קיינמאל נישט געדריקט געווארן.

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג אפריל 16, 2018 6:48 pm

וואס זאגסטו צום נאמען "קדוש מרדכי" אדער "והאיש קדוש מרדכי" - ביי דעם נאמען פארשטייסטו שוין קלארער אז עס האט נישט קיין פשט.

לאמיר רעדן אידיש, אמרי חיים, די זאג פון רבי חיים, דברי חיים, די רייד פון רבי חיים, אור יצחק, די ליכטיגקייט פון יצחק, גייט ארויף אויף די תורה, עס איז אזוי ווי תורת יצחק, נאר א מליצה לשון אויף אור, נועם אלימלך, די זיסע רייד פון ר' אלימלך, אהבת ישראל די ליבשאפט פון ר' ישראל דאס מיינט די ליבשאפט צו תורה.
משא"כ קדושת מרדכי מיינט די הייליגקייט פון ר' מרדכי, עס ווערט נישט אויסגעטייטשט די הייליגקייט פון די תורה. עס איז נישט א נאמען אויפ'ן ספר, עס איז א נאמען און טיטל אויפ'ן מחבר.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז דער רבי זי"ע וואלט אויך אזוי געהאלטן.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:03 pm

היסטאריע האט געשריבן:וואס זאגסטו צום נאמען "קדוש מרדכי" אדער "והאיש קדוש מרדכי" - ביי דעם נאמען פארשטייסטו שוין קלארער אז עס האט נישט קיין פשט.

לאמיר רעדן אידיש, אמרי חיים, די זאג פון רבי חיים, דברי חיים, די רייד פון רבי חיים, אור יצחק, די ליכטיגקייט פון יצחק, גייט ארויף אויף די תורה, עס איז אזוי ווי תורת יצחק, נאר א מליצה לשון אויף אור, נועם אלימלך, די זיסע רייד פון ר' אלימלך, אהבת ישראל די ליבשאפט פון ר' ישראל דאס מיינט די ליבשאפט צו תורה.
משא"כ קדושת מרדכי מיינט די הייליגקייט פון ר' מרדכי, עס ווערט נישט אויסגעטייטשט די הייליגקייט פון די תורה. עס איז נישט א נאמען אויפ'ן ספר, עס איז א נאמען און טיטל אויפ'ן מחבר.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז דער רבי זי"ע וואלט אויך אזוי געהאלטן.



פשיהא...! די זאגסט פשטים. אור יצחק מיינט די אור התורה פון יצחק. אהבת ישראל מיינט די ליבשאפט פון ישראל צו די תורה. משא"כ קדושת מרדכי מיינט מרדכי איז הייליג.... פארוואס מיינט עס נישט די אור קדושת התורה פון מדרכי????

נ.ב. אהבת ישראל איז ע"ש ער איז געווען א זעלטענע אוהב ישראל (כידוע). די נאמען איז נישט גגעבן געווארן דורך די קינדער. אמרי חיים איז אויך די אותיות חיים מאיר. וואס איז מיט צמח צדיק? (אפשר מיינט עס די וואקסונג פון די תורה וואס איז א צדיק....) און וואס מיינט אהבת שלום? און וואס מיינט ישמח משה? זרע קודש? דרכי תשובה? מאור עינים? שפת אמת? פרי הארץ?


גענוג?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:42 pm

דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:וואס זאגסטו צום נאמען "קדוש מרדכי" אדער "והאיש קדוש מרדכי" - ביי דעם נאמען פארשטייסטו שוין קלארער אז עס האט נישט קיין פשט.

לאמיר רעדן אידיש, אמרי חיים, די זאג פון רבי חיים, דברי חיים, די רייד פון רבי חיים, אור יצחק, די ליכטיגקייט פון יצחק, גייט ארויף אויף די תורה, עס איז אזוי ווי תורת יצחק, נאר א מליצה לשון אויף אור, נועם אלימלך, די זיסע רייד פון ר' אלימלך, אהבת ישראל די ליבשאפט פון ר' ישראל דאס מיינט די ליבשאפט צו תורה.
משא"כ קדושת מרדכי מיינט די הייליגקייט פון ר' מרדכי, עס ווערט נישט אויסגעטייטשט די הייליגקייט פון די תורה. עס איז נישט א נאמען אויפ'ן ספר, עס איז א נאמען און טיטל אויפ'ן מחבר.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז דער רבי זי"ע וואלט אויך אזוי געהאלטן.



פשיהא...! די זאגסט פשטים. אור יצחק מיינט די אור התורה פון יצחק. אהבת ישראל מיינט די ליבשאפט פון ישראל צו די תורה. משא"כ קדושת מרדכי מיינט מרדכי איז הייליג.... פארוואס מיינט עס נישט די אור קדושת התורה פון מדרכי????

נ.ב. אהבת ישראל איז ע"ש ער איז געווען א זעלטענע אוהב ישראל (כידוע). די נאמען איז נישט גגעבן געווארן דורך די קינדער. אמרי חיים איז אויך די אותיות חיים מאיר. וואס איז מיט צמח צדיק? (אפשר מיינט עס די וואקסונג פון די תורה וואס איז א צדיק....) און וואס מיינט אהבת שלום? און וואס מיינט ישמח משה? זרע קודש? דרכי תשובה? מאור עינים? שפת אמת? פרי הארץ?


גענוג?


ארגינעל האט הרה"ק מליסקא געוואלט א נאמען געבען זיין ספר 'אך פרי לצדיק' ע"ש הפסוק, דערנאך האט זיך שנעל צוריקגעצויגן און א נאמען געגעבען זיין חיבור 'אך פרי תבואה', ווי ערווענט אינעם הקדמה.

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:57 pm

דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:יעצט געהערט, אז עס איז נאך נישט באשטעטיגט די נאמען קדושת מרדכי. עס זענען דא וואס ווילן ענדערש "תורת מרדכי" אדער עפעס אזוי.

איך האב נישט געוואלט ביז יעצט אריינרעדן אין די נושא, ווייל אויב עס איז שוין אפגעמאכט איז נישט נוגע קיין מיינונגען. אבער אויב איז עס נאכנישט מוחלט, אענה גם אני, אז דער נאמען איז זייער "אמעריקאניש", אדער ווי מען רופט דאס: 2018, עס איז א גוטער נאמען וואס א שרייבער גוט פאר זיינס בוך (אויך פאר אין אמעריקע, אבער כאטש פאר א בוך), נישט פאר א נאמען וואס קינדער גיבן פאר די חידושי תורה פון א צדיק.



איך זעה עס נישט. די נאמען ברענגט ארויס די מהות פון דעים מענטש. און טאקע צוליב דעים האבן געוויסע קינדער געהאלטן אז מען דארף ענדערש עפעס וועגן תורה ווייל דאס ברענגט מער ארויס זיין מהות.


דער נאמען פון ספר האט נישט מיט'ן מהות פונעם מענטש, גיי צו צום ספרים שאנק, ספר ביי ספר, און זאג מיר צו דער נאמען האט בכלל א ספעציעלע שייכות מיט'ן מענטש. [איך רעד פון ספרים פון פאר'ן קריג, און אויך פון נאכ'ן קריג, אבער פון די צדיקים וועלכע האבן נאך געזען א וועלט].

די נעמען פון 'ישועות' 'קדושת' 'טהרת' איז נישט געווען, נאר אויב דער ספר האט גערעדט פון דעם ענין. אבער נישט ווייל מ'האט געוואלט ארויסברענגען אז דער מחבר איז א פועל ישועות, אדער א קדוש א טהור א.ד.ג.
סיידן אמאל ווען עס איז א מליצה פון א פסוק, דעמאלט יא, ווייל דעמאלט מיינט מען דאך דעם פסוק. דו"ק ותשכח.


איך הער וואס דו זאגסט.

איך האלט אבער אז עפ"ר איז די נאמען יא עפעס וואס ברענגט ארויס די מהות פון די מענטש אדער די ספר.



ווער עס איז א שטיקל יודע ספר, ווייסט אז די ביסט גערעכט, א ספר פון אמאל האט ארויסגעברענגט אין א געוויסע זין די מהות פון די מחבר. קוק אריין אין די ספר אוהב ישראל, שטייט דארט אין די הקדמה אז דער צדיק איז געווען מיוחד אין די מדה. עבודת ישראל, איז ווייטער באקאנט די אויסטערלישע עבודה פונעם קאזשניצער מגיד. ייטב לב ברענגט אויך ארויס די מהות פון די ייטב לב וואס האט מאיר פנים געווען לכל הדור. (ישמח משה דארף מען נאך מעיין זיין אין די הקדמות צו פארשטיין די טעם פון די שם), בדרך כלל א נאמען ווייזט אויף די מהות פון די צדיק
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג אפריל 16, 2018 11:56 pm

דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:וואס זאגסטו צום נאמען "קדוש מרדכי" אדער "והאיש קדוש מרדכי" - ביי דעם נאמען פארשטייסטו שוין קלארער אז עס האט נישט קיין פשט.

לאמיר רעדן אידיש, אמרי חיים, די זאג פון רבי חיים, דברי חיים, די רייד פון רבי חיים, אור יצחק, די ליכטיגקייט פון יצחק, גייט ארויף אויף די תורה, עס איז אזוי ווי תורת יצחק, נאר א מליצה לשון אויף אור, נועם אלימלך, די זיסע רייד פון ר' אלימלך, אהבת ישראל די ליבשאפט פון ר' ישראל דאס מיינט די ליבשאפט צו תורה.
משא"כ קדושת מרדכי מיינט די הייליגקייט פון ר' מרדכי, עס ווערט נישט אויסגעטייטשט די הייליגקייט פון די תורה. עס איז נישט א נאמען אויפ'ן ספר, עס איז א נאמען און טיטל אויפ'ן מחבר.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז דער רבי זי"ע וואלט אויך אזוי געהאלטן.



פשיהא...! די זאגסט פשטים. אור יצחק מיינט די אור התורה פון יצחק. אהבת ישראל מיינט די ליבשאפט פון ישראל צו די תורה. משא"כ קדושת מרדכי מיינט מרדכי איז הייליג.... פארוואס מיינט עס נישט די אור קדושת התורה פון מדרכי????

נ.ב. אהבת ישראל איז ע"ש ער איז געווען א זעלטענע אוהב ישראל (כידוע). די נאמען איז נישט גגעבן געווארן דורך די קינדער. אמרי חיים איז אויך די אותיות חיים מאיר. וואס איז מיט צמח צדיק? (אפשר מיינט עס די וואקסונג פון די תורה וואס איז א צדיק....) און וואס מיינט אהבת שלום? און וואס מיינט ישמח משה? זרע קודש? דרכי תשובה? מאור עינים? שפת אמת? פרי הארץ?


גענוג?


ריכטיג. אני חוזר. עס איז אויך פארהאן אזעלכע ספרים וואס דער נאמען ברענגט טאקע ארויס אן ענין ווי צ.ב.ש. אהבת ישראל, און אוהב ישראל. אבער בדרך כלל, איבער 99 פראצענט ספרים איז נישט אזוי.
בנוגע אור יצחק, תורת יצחק, באר יצחק, ברכת יצחק א.ד.ג. איז פשוט אז עס מיינט אלעס די תורה פון יצחק, נאר מיט א מליצה'דיגע שפראך.
וואס איר ווילט ארויסברענגען מיט די נעמען דרכי תשובה, מאור עינים, וכו' - און זייט מוסיף קצות השולחן, נתיבות המשפט, משנה ברורה - ווייס איך נישט.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג אפריל 17, 2018 2:01 am

מאנסי:
ביי א באזוך פון הרה"צ מסערט וויזניץ האט כ"ק אדמו"ר שליט"א געזאגט אז מען האט 'נאכנישט' באשלאסן צו די נאמען וועט זיין 'קדושת מרדכי', דערווייל איז עס איינער פון די מעגליכקייטן.
(די שמועות זענען נישט געווען ריכטיג)

חמרא
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:52 am

דיעל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:וואס זאגסטו צום נאמען "קדוש מרדכי" אדער "והאיש קדוש מרדכי" - ביי דעם נאמען פארשטייסטו שוין קלארער אז עס האט נישט קיין פשט.

לאמיר רעדן אידיש, אמרי חיים, די זאג פון רבי חיים, דברי חיים, די רייד פון רבי חיים, אור יצחק, די ליכטיגקייט פון יצחק, גייט ארויף אויף די תורה, עס איז אזוי ווי תורת יצחק, נאר א מליצה לשון אויף אור, נועם אלימלך, די זיסע רייד פון ר' אלימלך, אהבת ישראל די ליבשאפט פון ר' ישראל דאס מיינט די ליבשאפט צו תורה.
משא"כ קדושת מרדכי מיינט די הייליגקייט פון ר' מרדכי, עס ווערט נישט אויסגעטייטשט די הייליגקייט פון די תורה. עס איז נישט א נאמען אויפ'ן ספר, עס איז א נאמען און טיטל אויפ'ן מחבר.
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז דער רבי זי"ע וואלט אויך אזוי געהאלטן.



פשיהא...! די זאגסט פשטים. אור יצחק מיינט די אור התורה פון יצחק. אהבת ישראל מיינט די ליבשאפט פון ישראל צו די תורה. משא"כ קדושת מרדכי מיינט מרדכי איז הייליג.... פארוואס מיינט עס נישט די אור קדושת התורה פון מדרכי????

נ.ב. אהבת ישראל איז ע"ש ער איז געווען א זעלטענע אוהב ישראל (כידוע). די נאמען איז נישט גגעבן געווארן דורך די קינדער. אמרי חיים איז אויך די אותיות חיים מאיר. וואס איז מיט צמח צדיק? (אפשר מיינט עס די וואקסונג פון די תורה וואס איז א צדיק....) און וואס מיינט אהבת שלום? און וואס מיינט ישמח משה? זרע קודש? דרכי תשובה? מאור עינים? שפת אמת? פרי הארץ?


גענוג?

צמח בגימ׳ מנחם צדיק בגימ׳ מענדיל. אין חב״ד האט מען געשריבן מענדל אן א יו״ד הייסט ער צמח צדק אן א יו״ד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט