רבי שלום משה הלוי אונגאר זצ״ל - מנייטרא - תרע״ו - תשס״ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי שלום משה הלוי אונגאר זצ״ל - מנייטרא - תרע״ו - תשס״ג
[align=center]הרב הגאון הצדיק כ״ק אדמו״ר
רבי שלום משה הלוי אונגאר זצ״ל
אב״ד ור״מ נייטרא[/align]
איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״ק רבי שמואל דוד זצ״ל, אין שטעטל קראמפּאך, ביום י״ד חשון שנת תרע״ו.
ווען ער איז אלט געווען צוויי יאר איז זיין טאטע אויפגענומען געווארן אלס רב אין די שטאט טירנוי דארט איז ער אויפגעוואקסן ביז ער איז אלט געווען פערצן יאר ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן פאר רב אין די שטאט נייטרא.
ער איז אויפגעוואקסן און געלערענט במחיצות אביו הגדול און אונטער זיין גרויסע השפעה איז ער נתגדל געווארן לתורה לעבודה ולמעשים טובים.
בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ בת הגה״צ רבי שמחה נתן גרינבערג זצ״ל אבדק״ק קעזמארק.
אין אלול פון תש״ד איז ער מיט זיין טאטען אנטלאפן צו די שטאט באנסקא ביסטריצא ווי ער איז געווען אויסבאהאלטן אין וואלד מיט זיין גרויסן טאטען און א גאנץ ווינטער לא זז ידו מידיו של אביו ביז ווען זיין טאטע איז דארט נפטר געווארן ביום ט׳ אדר שנת תש״ה ווי ער מיט נאך א חבר א תלמיד של אביו האבן במסי״נ געמאכט די טהרה ווי ווייט מעגליך און קובר געווען גופו הטהור דארט אין וואלד.
דער רב איז דארט דורך פילע ניסים און האט בעזרת ה׳ איבערגעלעבט די שווערע זמנים אין וואלד און שפעטער הארט ביים באפרייען מיט די מחלה פון טיפוס וואס דער מצב איז שוין געווען שהיו אומרים נואש. (ווי דער רב שרייבט אלע דעטאלן פון יענע ימי חושך פונקטליך אין זיין ספיציעלן חיבר ״מעמק הבכא״) און אויך האט ער פארלוירן זיין אשת נעוריו מיט דריי קינדער.
נאכן באפרייאונג און אויסהיילונג פון די מחלה איז ער צוריק געגאנגען קיין נייטרא ווי נאך פארבליבענע תלמידים ותושבי העיר האבן זיך צוריק געקערט פון אומעטים און זיך צאמגעקליבן האבן זיי מחליט געווען אויפצונעמען בנו חביבו פון זייער רבין בעל ״בנאות דשא״ און האבן אים אויפגענומען במקום אביו לרבנות העיר נייטרא, ער האט צוריק אויפגעשטעלט און ווידעראמאל געפענט די טויערן פון די בארימטע נייטרא ישיבה, ארבייטענדיג האנט ביי האנט צוזאמען מיט נאך אנדערע מרביצי תורה די גדולי התלמידים פון זיין טאטען, אזוי ווי עס איז שנעל נתפרסם געווארן אז די ישיבה אין נייטרא איז צוריק אפען זענען פילע עלענדע בחורים געקומען צו גיין ווי דער רב איז געווען פאר זיי לאב ולמשען.
תש״ו האט דער רב נאכאמאל חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצ׳ סעריל בת הרה״ח רבי חיים אליהו טייטלבוים ז״ל - מבערגסאז, מיט וועם ער האט פון פריש אויפגעשטעלט זיין שטוב לשם ולתפארת.
נאך איין יאר אין די שטאט נייטרא ווען מען האט געזהן אז די מצב הרוחני טויג נישט און דאס קאמאניזם נעמט איבער דעם ראיאן, האט מען זיך אריינגעלייגט מיט פעולות צו קענען אריבער פלאנצן דעם מבצר התורה אויף א מקום מוכשר, און מיט די נויטיגע הילף פון גוטע אידן איז די ישיבה מיט די איבריגע שטאט איינוואוינער אין א גוטע שעה ארויס אויפן וועג קיין אמעריקא, אבל ולא פסקא ישיבה מאת נייטרא אף לאורך כל הדרך הארוכה - און אפי׳ אויפן שיף ארויס קיין אמעריקא איז דער נייטרא ישיבה אנגעגאנגן מיט אלע סדרים.
אנקומענדיג קיין אמעריקא פאר חנוכה אום תש״ז האט זיך די ישיבה באזעצט אין סאמערוויל נוי דזערסי ווי די ישיבה איז געווען סטאנצענירט פאר אן ערך פון זעכצן חדשים, ביז אום פסח שנת תש״ח ווען די נייטרא ישיבה איז אריבער צו איר ענטגילטיגער מקום קיין מאוינט קיסקא.
דער נייטרא רב האט געדינט דעם אויבערשטען מיט א פארצייטישן תמימות און געוואלדיגע ערליכקייט, א פשוטע וואכן דאווענען איז געווען מיט א גרויס התעוררת און מיט א געוויין אויסגיסנדיג זיין ריין הארץ צום בוכ״ע, אן עשיית המצוה איז געווען מיט א ברען און גאנצן אייפער, און ספעציעל זיין אנטשלאסנקייט ווען עס איז געקומען צו א מנהג אדער א מסורה וואס ער האט געזהן ביי זיין גרויסן טאטען מבית החת״ס ותלמידיו און דער רב האט טאקע די אלע מנהגים פארשריבן וויזוי מזאל זיך פירן בבית מדרשו.
די ימי בין המצרים דענקן אלע נייטרא תלמידים די געוואלדיגע צער השכינה וואס איז געווען שורה על פניו, ובפרט ביים זאגן די קינות נאך מנחה כמנהג אשכנז ווי ער האט געקלאגט און געטרויערט מיט גרויסע בכיות אויפן אריכת הגלות.
אלע יארן איז דער נייטרא רב געשטאנען בראש פון די בארימטע נייטרא ישיבה, וואס האט ארויסגעגעבן גאר בארימטע תלמידים רבנים מפורסמים חשובים ומורה הוראה בישראל, וחשובי בעלי בתים בישראל, (א רשימה פון די חשובע תלמידים/רבנים/ פון די נייטרא ישיבה תחת נשיאתו פונעם רב ווער איז באקאנט?) דער רב האט זיך איבערגעגעבן מיט אלע זיינע כוחות פאר די ישיבה הק׳ און געטון אלעס להגדיל תורה ולהאדירה, סיי מיט זיינע שיעורים בגמרא און סיי זיינע ווארימע דברי מוסר וואס איז געזאגט געווארן מיט א תמים תהיה עם ה׳ אלוקיך, און בכלל דעם גאנצן התנהגות פונעם רב ווי אלעס איז צוגעגאנגען אן קיין קינצן און אן קיין התחכמות, איז געווען פאר די בחורי חמד א נובעלער מחזה צו צוזעהן.
תורותיו נדפסו בספרו ״משאת משה״
נסתלק ביום כ״ז ניסן שנת תשס״ג לפ״ק.
בניו:
הגה״צ רבי שמואל דוד שליט״א - אב״ד ור״מ נייטרא.
הרב מיכאל דוב יונתן שליט״א.
חתנו:
הגה״צ רבי הלל וויינבערגער שליט״א - דומ״ץ נייטרא מאונט קיסקא, ואב״ד סערדאהעלי.

- אטעטשמענטס
-
- RenderedContent-F599CC3E-6AF2-4DAE-BDD1-F424FF7843C0.JPG (124.35 KiB) געזען 2287 מאל
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
מחשובי תלמידי ישיבת נייטרא תחת נשיאתו של ה״משאת משה״ מנייטרא זצ״ל
וואוידיסלובער רב - רבי משה זצ״ל.
יבלחט״א הרב הגאון רבי נחום מאיר גערמאן שליט״א.
כ״ק אדמו״ר הגה״צ רבי אשר אנשיל כ״ץ שליט״א - אב״ד ור״מ וויען.
הגה״צ רבי בנציון גאלדמאן שליט״א - אב״ד נייפּעסט.
הגה״צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט״א דומ״ץ נייטרא וויליאמסבורג.
הגה״צ רבי הילל וויינבערגער שליט״א - דומ״ץ נייטרא מאונט קיסקא.
הגה״צ רבי משה גראס שליט״א - משארמאש

- שר מאה
- תגובות: 230
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

רבניש האט געשריבן:מחשובי תלמידי ישיבת נייטרא תחת נשיאתו של ה״משאת משה״ מנייטרא זצ״ל
וואוידיסלובער רב - רבי משה זצ״ל.
יבלחט״א הרב הגאון רבי נחום מאיר גערמאן שליט״א.
כ״ק אדמו״ר הגה״צ רבי אשר אנשיל כ״ץ שליט״א - אב״ד ור״מ וויען.
הגה״צ רבי בנציון גאלדמאן שליט״א - אב״ד נייפּעסט.
הגה״צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט״א דומ״ץ נייטרא וויליאמסבורג.
הגה״צ רבי הילל וויינבערגער שליט״א - דומ״ץ נייטרא מאונט קיסקא.
הגה״צ רבי משה גראס שליט״א - משארמאש
האחים רבי יעקב יוסף ורבי ברוך דוד הלברשטאם שליט"א
דביה תחדי נפשא
חמרא טבא האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:מחשובי תלמידי ישיבת נייטרא תחת נשיאתו של ה״משאת משה״ מנייטרא זצ״ל
וואוידיסלובער רב - רבי משה זצ״ל.
יבלחט״א הרב הגאון רבי נחום מאיר גערמאן שליט״א.
כ״ק אדמו״ר הגה״צ רבי אשר אנשיל כ״ץ שליט״א - אב״ד ור״מ וויען.
הגה״צ רבי בנציון גאלדמאן שליט״א - אב״ד נייפּעסט.
הגה״צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט״א דומ״ץ נייטרא וויליאמסבורג.
הגה״צ רבי הילל וויינבערגער שליט״א - דומ״ץ נייטרא מאונט קיסקא.
הגה״צ רבי משה גראס שליט״א - משארמאש
האחים רבי יעקב יוסף ורבי ברוך דוד הלברשטאם שליט"א
ר' מיכאל בער זצ"ל איז געווען ראש ישיבה
איוך געלערנט דארט האחים הרה"ג ר' בערל האלבערשטאם ז"ל פון אנטווערפן מיט יבלח"ט אחיו הגה"צ ר' משה שליט"א דומ"ץ באבוב אנטווערפן
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5669
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
נאר עטליכע אויבנדערמאנטע האבן נאך געלערנט ביי ר' מיכאל בער זי''ע, וועלכער איז אוועק כסליו תשי''ח.
איך האב עטליכע מאל געהאט די זכייה צו זען דעם רב אלס קינד. געדענקען געדענק איך נאר איין מאל ביי של''ס, ווען איך האב באקומען א שטיקל פיש פון אים.

אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- שר מאה
- תגובות: 230
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am
-
- שר מאה
- תגובות: 230
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
אבן יקרה האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:מודה ומהלל האט געשריבן:בחתונה
אויסער דעם אמרי חיים מיט ר' מיכאל בער, וועמען זעהט מען נאך?
אמרי חיים?
גערעכט. שו"ר אז ס'איז רמ"מ מסטראפקאב זצ"ל. די תנועה מיט די ציגארעטל האט מיר דערמאנט דעם אמ"ח.
ווער זענען די אנדערע?
שטייט דארט אויסגערעכענט אונטערן בילד
מימין: הרב מלאנדאני (מה שמו?) החתן ר׳ מרדכי קאליש, רמ״מ מסטראפקוב, בעל תורת אל״ף משאפראן, משאת משה מנייטרא, רמ״ד ווייסמאנדל, ורי״ץ מאעיר חתן המהרש״א הערוך זצ״ל.