רבי דוב בעריש וויידנפעלד - מטשעבין - י' מרחשון תשכ״ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי דוב בעריש וויידנפעלד - מטשעבין - י' מרחשון תשכ״ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]איינע פון די גאר גרויסע גאליציאנער תורה לייבן וואס זענען פארבליבן נאכן שואה, און איז געווען שטארק נערץ ונקדש און אנגענומען ביי אלעמען בשמו הגדול אלס דער שר התורה בכל תפוצות, און דעתו הק׳ איז געווען א גרויסע מכריע בעניני הכלל, איז געווען:

הגאון הגדול, הצדיק המפורסם, שר התורה והיראה, כבוד קדושת שמו תפארתו
מרן רבי דוב בעריש וויידנפעלד זצ״ל
מטשעבין[/align]

איז געבוירן ה׳ שבט שנת תרמ״א אלס בן זקונים צו זיין טאטען הגה״ק רבי יעקב וויידנפעלד זצ״ל - אב״ד הרימלוב. און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ רחל ע״ה - למשפחת ראפפורט.

אין יונגן עלטער איז ער שוין ארויסגעשטאנען מיט זיינע געוואלדיגע גאונישע כשרונות און אויך מיט זיינע ספעציעלע איידעלע מידות ואצילות, וחוט של חן משך עליו.

גלייך נאך זיין בר מצוה איז זיין טאטע אוועק אבער פארט האט ער נאך זוכה געווען צו טרינקן פון דעם באר מים חיים ווי ער ברענגט אין זיינע ספרים אז טראץ וואס ער איז געווען יונג געדענקט ער נאך פילע תורה וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן טאטען, די פטירה פון זיין טאטען איז פאר אים געווען א גרויסן קלאפ אבער ער האט זיך געטרייסט מיט די תורה הק׳ תורת ה׳ תמימה משיבת נפש, און האט אריינגעלייגט זיין גאנצן וועזן אין די תורה הק׳, זיין מאמע הצדיקות האט אריינגעלייגט פיל כח און געלט אז ער זאל קענען זיצן רואיג און לערנען אן א שטער, אויך האט זיין עלטערע ברודער הגאון רבי יצחק זצ״ל וואס האט ממלא מקום געווען זיין טאטען מיט די הירמלוב׳ער רבנות, און אויך נאך א ברודער הגאון רבי נחום דאמבראווע רב האבן זיך אפגעגעבן מיט אים און געהאלטן אן עינא פקיחא אויפן יונגן גאון.

דער טשעבינער רב איז געווען א חסיד וואס האט זיך מכניע געווען און האט זיך געווייקט ביי פילע צדיקים אין זיין יוגענט נאך צוזאמען מיט זיין טאטען וואס איז געווען א טשארטקובער חסיד, ער איז געווען ביי די הוסיאטנער און טשארטקובער רביים, ווי אויך איז ער געווען מקורב אין יענע יארן אין גור און אין ראדאמסק, און איז אויך געפארן צו די צאנזער קינדער, און קיין בעלזא.

בעת דודים האט ער חתונה געהאט מיט אשת נעוריו הרבנית הצ׳ יכט ע״ה בת הרבני החסיד הגביר מו״ה ישראל יוסף קלוגער ז״ל - מעיר טשעבין, ומחסידיו המבהקים של הרה״ק ה״דברי יחזקאל״ משיניעווע זצ״ל.

נאך די חתונה האט ער באקומען היתר הוראה פון איינע פון די גרעסטע גאונים הגה״ק רבי יצחק שמעלקיש זצ״ל בעל ״בית יצחק״ אב״ד לבוב.

אבער לכתחילה ער האט זיך פארנומען מיט מסחר וואס ער האט באקומען אלס נדן פון זיין שוויגער (דער שווער האט שוין נישט געלעבט בעת ער איז א חתן געווארן) דעם זכות פון די משפחה געשעפט פון פארקויפן קוילן, און דער איצטלא דרבנן איז נישט געווען אזאך וואס דער טשעבינער רב האט לכתחילה געפּלאנט, אבער אויך אזוי זייענדיג פארנומען אין מסחר לא כבה נרו של תורה, האט ער ווייטער עוסק געווען בלימוד התורה מתוך הרחוות הדעת, און אויך עוסק געווען און מגנת נפשו - הרבצת התורה געבענדיג טיפע בקיעותדיגע שיעורים סיי פאר בעלי בתים אין אויך פאר בחורים אין זיין וואוין ארט טשעבין.

אזוי האט ער געפירט זיינע געשעפטן צוואנציג יאר און זיך פראבירט אויסצובאהאלטן וואס מער פון פירסום איבער זיין גדלות בתורה ובהוראה. אבער עכ״ז האבן די שטאט׳ס מענטשען גאר גוט געוויסט אז דער ״ביזנעסמאן״ איז נאר א אויסערליכער שלייער פון באהעלטעניש פון אן אדם גדול, און טראץ זיינע אלע פריוואונגען זיך אויסצובהאלטן האט מען אים נישט מנוחה געלאזט נאר געשטאנען ביי זיין טיר מיט אלע שווערע שאלות און פאר עצות והדרכות.

ביז איין שווערע שאלה פון די שטאט טשעבין איז אנגעקומען צום מהר״ם אריק זצ״ל וואס ער האט גאר גוט געקענט דעם ״ביזנעסמאן״ פון טשעבין... האט ער אים אנגעווינטשען אז דער ״ביזנעסמאן״ זאל פארלירן זיין גאנץ פארמעגן אזוי זאל ער ווערן און א געדריקטן מצב אזוי וועט ער זיין געצווינגען אנצונעמען א רבנות פאסטן.

וכך הוה די ברכה פונעם מהר״ם אריק איז מקוים געווארן... און ער האט פארלוירן דאס גאנצע געלט און די געשעפטן זענען געגאנגען בארג אראפ.

בשנת תרפ״ג האבן די בעה״ב פון די שטאט ״טשעבין״ אים אויפגענומען לאלוף על ראשיהם, און פון דאן און ווייטער איז ער גערופן געווארן מיט דעם אלעמען באקאנטן נאמען ״דער טשעבינער רב״.

גלייך ביים איבערנעמען דעם עול הרבנות אין טשעבין האט ער געגרינדעט זיין בארימטע ישיבה ״כוכב מיעקב״ ע״ש אביו הגאון זצ״ל ווי ער איז געשטאנען בראש די ישיבה האט שנעל נתפרסם געווארן אלס א חד בעולם הישיבות ווי רוב תלמידי הישיבה זענען אויסגעוואקסן תלמידי חכמים מופלגים, און פון אלע עקן פון פוילין אין גאליציע איז מען געקומען צו פארן ללמוד תורה מפיו, אויסער וואס די תלמידים האבן געלערנט תורה בקיעות און חריפות פון זייער גרויסן רבין האבן זיי אויך געלערנט פון זיין נאבּעלן פערזענליכקייט און מידות תערמיות וניסמוסים נעלים.

אזוי ווי זיין נאמען האט אנגעהויבן שם׳ען איבעראל אלס רב גאון וצדיק אשר כל רז לא אניס ליה, האבן פיל גרויסע שטעט באקומען חשק אז ער זאל קומען דארט משמש זיין ברבנות, ער האט אבער די אלע גרויסע הצעות אפגעזאגט, זאגענדיג אז אויב מוז איך שוין יא דינען אלס א רב איז דער קליינע שטאט טשעבין איבערגענוג, ווייל אזוי פארבלייבט נאך צייט פאר זיין עיקר שאיפה וואס איז אים שטענדיג געשטאנען פאר די אויגן פון אם למדת תורה הרבה אל תחזיק טובה לעצמך, נאר אייביג געשטרעבט איבער צוגעבן און משפיע זיין די קניני התורה פאר די ריינע הערצער די בחורי חמד.

דער רב האט אויך אויפגענומען זיינע חשובע זון פאר רמים אין די ישיבה, הגאון רבי יענקעלע, און הגאון רבי ישראל יוסף וואס איז געווען אן איידעם ביים גאון מפורסם רבי מנחם זעמבא זצ״ל. (וואס זענען אומגעקומען אין קריג)

בעת די מלחמה יארן איז דער רב אנגעקומען קיין סיביר, דערנאך קיין בוכאריע, ווי ער האט מיטגעמאכט שווערע פלאגענישן און פארלוירן זיינע חשובע זון אויך אליינס גדולי תורה, אויף וואס מהאט קיינמאל נישט געהערט דעם רב צופיל רעדן איבער דעם גרויסן פארלוסט.

בפרוס חג הפסח שנת תש״ו איז דער טעשבינער רב אנגעקומען צום האפן פון חיפה לארה״ק, גלייך האבן איינע פון זיינע חשובע תלמידים נאך פון טשעבין אים מסדר געווען א פלאץ פאר יו״ט ווי ער זאל קענען פראווענען בחירות.

ווי נאר די ידועה איז ארויס אז ויחן את פני העיר איז געווען ותהום כל העיר און די חכמי התורה ונקיי הדעת שבקרתא דשופריא האבן אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד.

(בשבט תש״ז איז נפטר געווארן הרבנית, דער רב האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ רייזל ע״ה בת הרבני הנכבד מוה״ר משה ליבערמאן מקאשוי ומנכדי מרן החת״ס זצ״ל)

מיטן אנקומען קיין ארה״ק האט ער געלייגט אין א זייט זיינע שווערע צרות און מכאובים וואס האט אים באטראפן מיטן פארלירן זיינע קינדער און זיינע תלמידים היקרים ובני הקהלה, און נישט זיין עלטערע יארגאנג האט אים אפגעהאלטן פון אנהייבן פון פריש לייגן די קערענדליך פאר די בארימטע ישיבה הק׳ ״כוכב מיעקב טשעבין״ אזוי אז אום זומער פון תש״ז האט ער שוין פארגעלייט פאר זיינע ידידים וואס זענען אים געשטאנען צו די האנט די פונקטליכע פלענער פאר א נייע ישיבה, די הייליגע גייסט פונעם רב האט געפיבּערט אז נאכן חורבן זאל זיין חלילה שלא תשתכח תורה מישראל... און געשטרעבט צו גרינדן נישט נאר נאך א ישיבה וואס איז שוין געווען פילע... נאר א ישיבה בנוסח טשעבין... וואס זאל אויפשטעלן מורה הוראה ומרביצי תורה..

דער רב האט גלייך אנגעהויבן פירן זיין ישיבה פאר א געקליבענע צאל אברכים ובחורים מופלגים אומאפעציעל ווי ער האט פארגעלערנט שיעורים פאר זיי מידי יום ביומו.

אינצווישן האט מען אים פארבעטן בשנת תש״ט אלס ראש ישיבה פאר ישיבת ״חיי עולם״ ווי נאר סיז געווארן באוויסט אז דער טשעבינער רב האט אנגענומען דעם אנבאט און גייט געבן א שיעור ברבים אין די ישיבה האט זיך צאמגעזאמעלט א ריזן צאל פון אריבער טויזענט בני תורה כדי צו הערן די דברי אלוקים חיים.

די צוואנציג יאר וואס דער טשעבינער רב האט געוואוינט אין ירושלים איז ער געווען פארעכענט אלס דער אביר הרועים און עס איז מקיום געווארן דער כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה... ונותנת לו מלכות..! אלע רבנים אדמורים ראשי ישיבה השכימו לפתחו צו הערן חוות דעתו - דעת תורה צו יעדע זאך, הגם וואס ער האט ניטאמאל געטראגן עפעס אן אפעציעלער שטעלע אדער טיטול און ער פאר זיך האט זיך קיינמאל נישט געפירט באופן מלכות או מנהיג און קיינמאל נישט געפאדערט קבלו דעתי, עכ״ז ווער עס איז נאר געקומען אין זיין געגענווארג האט גלייך געשפירט הנה המלך... מאן מלכי - רבנן.!

און בכלל אנקומענדיג קיין ארה״ק האט ער משנה געווען פון סדרו בגאליציע ווי ער האט קיינמאל נישט אריינגערעד בעניני הציבור, האט ער אין ארה״ק יא גענומען א שטעלע און עניני הציבור ויט שכמו לסבול את עול העם ישראל.

בי״ב תמוז שנת תשכ״ב איז געלייגט געווארן ברוב פאר והדר דער אבן הפינה פאר דעם נייעם בנין המפואר פון די ישיבה ״כוכב מיעקב״ ווי דער רב האט אויפגעטרעטן ברוב התרגשות בדברות קודש, וואס דאס איז געווען דער לעצטער דרשה בפומביה וואס דער רב האט געדרשנט.

ספריו המפורסמים הם ״דובב מישרים״

י׳ במרחשון שנת תשכ״ו סמוך לכניסת השבת איז דער טשעבינער רב נסתלק געווארן לגזני מרומים - ונטמן בהר המנוחות.

שתי בנותיו שנשארו בחיים:
הרבנית רייזל ע״ה - אשת הגאון רבי ברוך שמעון שניאורסאן זצ״ל - מ״מ חותנו כראש ישיבה.

ומרת מינדל ע״ה - אשת רבי שלמה זלמן גאלדשטאף ז״ל.
אטעטשמענטס
IMG_3953.JPG
IMG_3953.JPG (177.64 KiB) געזען 3182 מאל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שמעתי פון א זון פון א תושב טשעבין, אז מ'האט אים נישט אויפגענומען אפיציעל פאר רב פון די שטאט, נאר ס'איז געווען דארט א אלטע רב, און ער האט ארויסגעהאלפן וכו'.

ווי אויך האט ער פארציילט אז זי געדעקנט אים נאך גיין מיט די טאשקע אין ביזנעס אריין...

ס'איז איר לכאורה נישט אריין אין קאפ זיין גדלות און וויאזוי ער איז געווארען אין ארץ ישראל "דער טשעבינער רב" וואס די וועלט האט גערוישט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נא_שכל האט געשריבן:שמעתי פון א זון פון א תושב טשעבין, אז מ'האט אים נישט אויפגענומען אפיציעל פאר רב פון די שטאט, נאר ס'איז געווען דארט א אלטע רב, און ער האט ארויסגעהאלפן וכו'.

ווי אויך האט ער פארציילט אז זי געדעקנט אים נאך גיין מיט די טאשקע אין ביזנעס אריין...

ס'איז איר לכאורה נישט אריין אין קאפ זיין גדלות און וויאזוי ער איז געווארען אין ארץ ישראל "דער טשעבינער רב" וואס די וועלט האט גערוישט.

זיכער איז ער געווען אפעציעל רב אין טשעבין.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער יונגער גאון פון הרימלוב
אטעטשמענטס
IMG_3986.JPG
IMG_3986.JPG (599.63 KiB) געזען 3110 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

נא_שכל האט געשריבן:שמעתי פון א זון פון א תושב טשעבין, אז מ'האט אים נישט אויפגענומען אפיציעל פאר רב פון די שטאט, נאר ס'איז געווען דארט א אלטע רב, און ער האט ארויסגעהאלפן וכו'.

ווי אויך האט ער פארציילט אז זי געדעקנט אים נאך גיין מיט די טאשקע אין ביזנעס אריין...

ס'איז איר לכאורה נישט אריין אין קאפ זיין גדלות און וויאזוי ער איז געווארען אין ארץ ישראל "דער טשעבינער רב" וואס די וועלט האט גערוישט.

הוילע באבקעס

אבער באמת ער וואלט נישט געדארפט זיין דער טשעבינער רב אויף צו וווערן גדול חכמי ישראל שבדור, ווייל דאס איז ער געווען. נישט די שטעלע האט איהם גרויס געמאכט.

זיין ברודער דער דאמבראווער רב זי"ע, איז אויך געווען באקאנט אלס א גאון הגאונים. אבער צו דעם וואס טשעבינער רב איז געווען, דער גאון ישראל, וואס האט פארמאגט אין זיך די גאונות און בקיאות בכל התורה כולה, צוזאמען מיט די גאלדענע מידות מוזהבות, מיט די גרויסע צידקות, איז מן הסתם ער איז געווען אויף א פארנעם פון יחיד בדורו. כל גדולי ישראל זענען געווען איבעראשט פון זיין גדלות, די ליטווישע גדולים, דער חזו"א מיט די ראשי ישיבות, זענען ארויס פון די כלים אויף זיין גאונות.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מרן דער טשעבינער רב זצ״ל - מיט הגה״ק מרן הגאב״ד הגרי״ץ דושינסקיא זצ״ל אפשר איז דאס ביים אבן הפינה פון ישיבת מהרי״ץ, ווייל דער גאב״ד האט דעם קאלפיק.
אטעטשמענטס
IMG_3988.JPG
IMG_3988.JPG (639.76 KiB) געזען 3081 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:מרן דער טשעבינער רב זצ״ל - מיט הגה״ק מרן הגאב״ד הגרי״ץ דושינסקיא זצ״ל אפשר איז דאס ביים אבן הפינה פון ישיבת מהרי״ץ, ווייל דער גאב״ד האט דעם קאלפיק.

ניין, ס'איז נישט הנחת אה"פ פון ישיבת בית יוסף צבי, ווייל דארטן גראדע מרן מהרי"ץ זי"ע, איז נישט געגאנגען מיט א קאלפיק.

viewtopic.php?p=1515712#p1515712

מיר קוקט דאס אויס הנחת אבן הפינה צו ת"ת בני ציון לעדת הספרדים מיסודו ובניהולו של ר' משה פרוש [דער רעדנער], אבי העסקן ר' מנחם.
ס'ווערט געזעהן אויך לכאורה דער פרעשבורגער רב מרן הגר"ע סופר-שרייבער (צווישן דער רעדנער מיט מרן הגרי"צ), מרן הגרז"ר בענגיס (נאך דער טשעבינער רב), און צום סוף הגר"ז סאראצקין לוצקער רב. ווער נאך?
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

.
אטעטשמענטס
201528.jpg
201528.jpg (107.96 KiB) געזען 3052 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

מיטן בית ישראל און דער לב שמחה פון גור זי"ע, און רבי איסר זלמן מלצר זצ"ל.
אטעטשמענטס
במעמד.png
במעמד.png (355.25 KiB) געזען 3051 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

זיין מצבה.
אטעטשמענטס
IMG_0454.JPG
IMG_0454.JPG (398.25 KiB) געזען 3049 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אבן יקרה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:שמעתי פון א זון פון א תושב טשעבין, אז מ'האט אים נישט אויפגענומען אפיציעל פאר רב פון די שטאט, נאר ס'איז געווען דארט א אלטע רב, און ער האט ארויסגעהאלפן וכו'.

ווי אויך האט ער פארציילט אז זי געדעקנט אים נאך גיין מיט די טאשקע אין ביזנעס אריין...

ס'איז איר לכאורה נישט אריין אין קאפ זיין גדלות און וויאזוי ער איז געווארען אין ארץ ישראל "דער טשעבינער רב" וואס די וועלט האט גערוישט.

הוילע באבקעס

אבער באמת ער וואלט נישט געדארפט זיין דער טשעבינער רב אויף צו וווערן גדול חכמי ישראל שבדור, ווייל דאס איז ער געווען. נישט די שטעלע האט איהם גרויס געמאכט.

זיין ברודער דער דאמבראווער רב זי"ע, איז אויך געווען באקאנט אלס א גאון הגאונים. אבער צו דעם וואס טשעבינער רב איז געווען, דער גאון ישראל, וואס האט פארמאגט אין זיך די גאונות און בקיאות בכל התורה כולה, צוזאמען מיט די גאלדענע מידות מוזהבות, מיט די גרויסע צידקות, איז מן הסתם ער איז געווען אויף א פארנעם פון יחיד בדורו. כל גדולי ישראל זענען געווען איבעראשט פון זיין גדלות, די ליטווישע גדולים, דער חזו"א מיט די ראשי ישיבות, זענען ארויס פון די כלים אויף זיין גאונות.

דער חזו"א האט נישט געניצט זיינע ספרים פסח נאר אפאר געציילטע ספרים האט ער פסח'יג געמאכט צום באניצן, פון ווען אן ער האט קענען געלערענט דעם טשעבינער רב פלעגט ער פסח'יג מאכן זייינע ספרים "דובב מישרים" צו קענען דאס ניצן אום פסח אויך.

דער טעשבינער רב פלעגט זאגן בענות קדשו: אז דאס איז א סימן אז דער חזו"א ניצט נישט מיינע ספרים א גאנץ יאר...
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:

זיי האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, אבער איינמאל האבן זיי יא זיך געזעהן איינער דעם צווייטן, אהן צו קענען, ביי די לוי' פון ר' משה בלויא ז"ל אין ירושלים [פון די איינציגע מאל וואס די חזו"א איז געווען אין ירושלים], אבער נישט גערעדט קיין ווארט [ס'איז דא א בילד פון דעם].
הגאון הגדול ר' דוב לאנדו שליט"א (ר"י סלאבדקא) פארציילט, אז דער חזו"א האט אויסגעדריקט: דער טשעבינער רב, איז פריש בכל התורה כולה. הג"ר רפאל אביגדור יחזקאל (בן מינדל) ברעטלער שליט"א (מגדולי תלמידי החזו"א, לרפו"ש) פארציילט, אז דער חזו"א האט אמאל אויסגעדריט: "ביים טשעבינער רב איז די גאנצע תורה אזוי ווי פון דא ביז דא", ווייזנדיג אויף זיינע הענט פון זייט צו איין זייט...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

עס איז אנגענומען אז דער טשעבינער רב איז געווען דער מסדר קידושין פונעם סאטמאר רב בזיווג שני ווייל די חתונה איז פארגעקומען אין טשעבין.

זאגט מיר איינער וואס האט דאס געהערט פון א מקור מוסמך אז דאס איז נישט וואר, ווייל דער טשעבינער רב איז פונקט דאן נישט געווען אין שטאט בעת די חתונה. ווייטס איינער דערוועגן?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אויך קען מען באצייכענען, הג"ר יחזקאל סרנא זצ"ל, ר"י חברון, וואס איז געווען א גרויסע תקיף ולא חת מפני כל, א גאון מפורסם, גרויסע מרביץ תורה, מגדולי ראשי הישיבות, אבער נאכ'ן אנקומען פון טשעבינער רב קיין אר"י, רעדנדיג מיט איהם אין ער איז געווארן איבעראשט פון זיין שליטה בלא מיצרים בכל התורה כולה [ס'גייט מיט א גאנצע מעשה, ער האט פארגעזאגט פאר איהם עטליכע ספיקות בהלכה וואס ער האט געהאט לאנגע יאהרן, און דער טשעבינער רב אויפן ארט געברענגט ראיות צו די ספיקות פון דיוקים ברש"י, און ר"ש בטהרות], איז ער געווארן בטל ומבוטל צו איהם ווי א חסיד צו א רבי, טראץ וואס דער טשעבינער רב איז נישט געווען אסאך עלטער פון איהם [9 יאהר בערך].
ווען ער האט געדריקט זיין ספר בית יחזקאל ח"א, האט ער גענומען איין הסכמה, פון טשעבינער רב זצ"ל, און געשריבן אויף איהם דאס טיטל "גאון ישראל".
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:עס איז אנגענומען אז דער טשעבינער רב איז געווען דער מסדר קידושין פונעם סאטמאר רב בזיווג שני ווייל די חתונה איז פארגעקומען אין טשעבין.

זאגט מיר איינער וואס האט דאס געהערט פון א מקור מוסמך אז דאס איז נישט וואר, ווייל דער טשעבינער רב איז פונקט דאן נישט געווען אין שטאט בעת די חתונה. ווייטס איינער דערוועגן?

מענין לענין. ס'איז באקאנט אז ווען הרה"ק מבאבוב דער קדושת ציון הי"ד זי"ע האט זיך באזעצט אין טשעבין, האט דער טשעבינער רב פארלאנגט פון איהם א כתב בחתימת ידו אז ער וועט נישט אנעמען אין שטאט קיין סידור קידושין מיט סנדקאות, וכן הווה. אין ווען דער קדושת ציון האט זיך צעריק געקערט קיין באבוב, האט ער פארלאנגט דאס בריוו צוריק, אין דער טשעבינער רב האט נישט מסכים געווען צו געבן, זאגנדיג אז ס'איז ביי איהם חשיבות אז ער האט א חתי"ק פון באבובער רב...
דער טשעבינער רב האט זיך אויסגעדריקט, אז דער באבובער רב איז געווען דער באקוועמסטער פאר איהם פון די גאנצע שטאט. דער קדו"צ האט שטארק נוהג כבוד געוועהן מיט איהם, און צוריק אויך דער טשעבינער רב האט זייער מחשיב געוועהן דער קדו"צ [ס'איז דא עפעס א מעשה, מיט א נידון וואס זיי האבן געהאט ווער איז קודם מיט א כיבוד, א אורח צו דער בעה"ב, וואס דער קדו"צ האט געזאגט אז ס'איז א תוס', און דער טשעבינער רב נישט פארשטאנען וואס מיינט ער וועלכע תוס', אין ערשט יאהרן שפעטער האט ער געכאפט וואס האט דער קדו"צ געמיינט, און ער האט זיך זייער בהתפעלות אויסגעדריקט אויף איהם. אבער איך געדענק נישט גענוי די פרטים].
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איינער פון די ירושלימע אידן וואס האבן זיך געווייגט אויך ביים טשעבינער רב, איז געווען הרה"ג ר' חיים שלמה ראבינאוויטש זצ"ל.
האט ער פארציילט: ער איז געווהן פון שומעי השיעור פון בריסקער רב ר' וועלוועל זי"ע, און דער בריסקער רב האט מעורר געווען א ספק בענין קדשים [ער האט אויך פארציילט כמובן וואס איז די ספק געוועהן].
ביינאכט איז ער געוועהן ביים טשעבינער רב, האט ער איבערגעזאגט די ספק פון דער בריסקער רב. דער טשעבינער רב האט גלייך געוויזן א ראיה פון לשון הר"ש ערגעץ ווי אין סדר טהרות.
צומארגנס האט ר' חיים שלמה געזאגט צום בריסקער רב די ראי' פון ר"ש. פרעגט איהם דער בריסקער רב, פון וואו ביסטו אנגעקומען צו דעם ר"ש. האט ער געזאגט אז ער האט איבערגעזאגט די ספק צום טשעבינער רב, און ער האט גלייך אנגעוויזן דעם ר"ש. האט דער בריסקער רב רעאגירט: נו, מיט איהם פארמאסט איך זיך נישט...

איינמאל האט דער בריסקער רב אליין גערעדט מיט די טשעבינער רב אין לערנען, ווען ער איז צוריק אהיים האט זיך עטליכע טעג זיך אנגענומען צו חזרן בלעטער אויף בלעטער גפ"ת, זייענדיג אונטער'ן רושם פון די הפלא'דיגע בקיאות פון דער טשעבינער רב...
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

אבן יקרה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:שמעתי פון א זון פון א תושב טשעבין, אז מ'האט אים נישט אויפגענומען אפיציעל פאר רב פון די שטאט, נאר ס'איז געווען דארט א אלטע רב, און ער האט ארויסגעהאלפן וכו'.

ווי אויך האט ער פארציילט אז זי געדעקנט אים נאך גיין מיט די טאשקע אין ביזנעס אריין...

ס'איז איר לכאורה נישט אריין אין קאפ זיין גדלות און וויאזוי ער איז געווארען אין ארץ ישראל "דער טשעבינער רב" וואס די וועלט האט גערוישט.

הוילע באבקעס

אבער באמת ער וואלט נישט געדארפט זיין דער טשעבינער רב אויף צו וווערן גדול חכמי ישראל שבדור, ווייל דאס איז ער געווען. נישט די שטעלע האט איהם גרויס געמאכט.

זיין ברודער דער דאמבראווער רב זי"ע, איז אויך געווען באקאנט אלס א גאון הגאונים. אבער צו דעם וואס טשעבינער רב איז געווען, דער גאון ישראל, וואס האט פארמאגט אין זיך די גאונות און בקיאות בכל התורה כולה, צוזאמען מיט די גאלדענע מידות מוזהבות, מיט די גרויסע צידקות, איז מן הסתם ער איז געווען אויף א פארנעם פון יחיד בדורו. כל גדולי ישראל זענען געווען איבעראשט פון זיין גדלות, די ליטווישע גדולים, דער חזו"א מיט די ראשי ישיבות, זענען ארויס פון די כלים אויף זיין גאונות.

נכון מאד, אבער היות ער איז געווארן רב אין טשעבין האט ער אנגעהויבן שרייבן תשובות וכו' וכו' אין געשם'ט אין די גאנצע וועלט נאך פאר ער איז געקומען קיין ארץ ישראל.
דרך אגב, דער חזון איש האט זיך קיינמאל נישט געטראפן מיטן טשעבינער רב, זיי האבן זיך בלויז איינמאל געזען פון די ווייטענס ביי די לויה פון הר"ר משה בלוי.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

דער רב האט געשריבן:דרך אגב, דער חזון איש האט זיך קיינמאל נישט געטראפן מיטן טשעבינער רב, זיי האבן זיך בלויז איינמאל געזען פון די ווייטענס ביי די לויה פון הר"ר משה בלוי.

איך האב עס באצייכנט אויבן. נישט פון די וויטענס, נאר פון די נאנט, אבער נישט גערעדט.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אינגאנצן רעכטס איז אדמו״ר מטאלנא רבי יוחנן זצ״ל.
אטעטשמענטס
RenderedContent-09E7D0EB-CFA7-450E-AC3E-87EDDF84D643.JPG
RenderedContent-09E7D0EB-CFA7-450E-AC3E-87EDDF84D643.JPG (120.06 KiB) געזען 2992 מאל
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

איז דא עפעס אן אינטערעסאנטע באשרייבונג אויף דעם גדול צי ליינען?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

ס'איז דא א בוך אויף איהם אין לשה"ק
פארגעסן וויאזוי ס'הייסט
קוק אין ספרים געשעפט
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מי הוא זה האט געשריבן:איז דא עפעס אן אינטערעסאנטע באשרייבונג אויף דעם גדול צי ליינען?

http://zbermanbooks.com/שר-התורה---גאב%22ד-טשעבין

ספר ״שר התורה״
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

דא קען מען אויך ליינען וועגן איהם און תולדות חייו, און אויך אויף זיין איידעם חתדב"נ הגאון המפורסם ראש ישיבת טשעבין זצוק"ל:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=158
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מודה ומהלל האט געשריבן:.בילד

אויב האב איך נישט קיין טעות איז לינק פונעם טשעבינער רב, הרב ? שיק ר"מ בישיבת יט"ל בירושלים , ובנו מהרא"ש
זוכט איר דוי?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דונש האט געשריבן:אויב האב איך נישט קיין טעות איז לינק פונעם טשעבינער רב, הרב ? שיק ר"מ בישיבת יט"ל בירושלים , ובנו מהרא"ש

נישט מהרא"ש, זיין ברודער הר"ר בנימין.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”