רבי אברהם חיים ראטה זצ״ל - משומרי אמונים - תרפ״ד - תשע״ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אברהם חיים ראטה זצ״ל - משומרי אמונים - תרפ״ד - תשע״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]כבוד קדושת מרן הרב הצדיק חו״פ
רבי אברהם חיים ראטה זצ״ל
אדמו״ר משומרי אמונים[/align]

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי אהרן זצ״ל בעל ״שומר אמונים״ ט״ו אדר א׳ (פורים קטן) שנת תרפ״ד, בעיר בערגסאז.

בשנת תרפ״ה איז זיין טאטע ארויף פאר א שטיק צייט קיין ארה״ק, אין די צייט איז דארט פארגעקומען זיין חאלאקא, וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט אין מירון מיט די חברייא קדישא.

סוף תרפ״ט אלס קינד פון פינעף יאר איז זיין טאטע צוריק וואוינען קיין חוץ לארץ ווי ער האט זיך באזעצט אין שטאט סאמטאר, דארט האט אים זיין טאטע אריינגעלייט אין די שטאטישע תלמיד תורה לערנען.

ער האט געהאט די זכיה אין זיין יוגענט צו זעהן פילע פון די צדיקים ווי הרה״ק מהר״י מטשארטקוב זצ״ל, ווי ער האט געוויילט במחיצתו מיט זיין טאטען ראש השנה של שנת תר״צ, ווי אויך ביי הרה״ק מסאטמאר זצ״ל וואס פלעגט אים פארהערן אין די שטאטישע חדר אין סאטמאר, איינמאל האט דער סאטמאר רב פארהערט די סוגיא פון רבי חנינא סגן הכהנים און נאר צוויי קינדער האבן געקענט איינע פון זיי די רבי האבן זיי באקומען פונעם סאטמאר רב א האלבע אראנדזש וואס איז געווען א יקר המציאות בימים ההם.

שפעטער זענען זיי צוריק אריבער וואוינען קיין בערגסאז האט ער זיך פיל געדרייט במחיצות הרה״ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ״ל, פילע מנהגים האט ער זיך געפירט כמנהג מונקאטש וואס ער האט דעמעלס מקבל געווען, די רבי האט פארציילט אז זיין טאטע האט געוואלט ער זאל לייגן תפילין ביים מנחת אלעזר, האט דער מנחת אלעזר געזאגט אז היות די בר מצוה איז מוצ״ש זאל ער לייגן תפילין פרייטאג ביי זיין טאטען און זונטאג וועט ער אים לייגן די תפילין, אבער מוצ״ש איז דער מנח״א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל קיין פעסט צוליבן שוואכן מצב פון זיין לעצטן קרענק פון וואס ער איז נסתלק געווארן דריי חדשים שפעטער.

אויך האט ער זיך מסתופף געווען ביי הרה״ק ה״חקל יצחק״ מספינקא זצ״ל, די רבי האט דערציילט אז עס אים איינגעקריצט אין זכרון די סעודה שלישית וואס דער ״חקל יצחק״ האט געפראוועט, ווי די אייניקלעך זענען געזעצן ארום בהתעוררת גדול ושפכו את לבם לפני ה׳ און צווישן זיי האט ער געדענקט נכדו חביבו של ה״חל יצחק״ הרה״ק רבי הערשל׳ע מספינקא זצ״ל. און דער מחזה אליינס האט אים אריינגעברענגט הרהורי תשובה פון די גרויסע דביקות וואס איז דארט געווען.

נאך די בר מצוה איז אריין אין די ישיבה וואס זיין טאטע האט געפירט אין בערעגסאז, און געלערנט און געדינט דעם אויבערשטען מיט א געוואלדיגע עבודה אזוי ווי ער האט געזעהן ביי זיין גרויסן טאטען.

בשנת ת״ש ווען ער איז אלט געווען פופצען יאר איז זיין טאטע מיט די גאנצע משפחה ארויף צום צווייטן מאל וואוינען קיין ארה״ק ווי זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים עיה״ק ווי זיין טאטע הרה״ק רבי אהר׳לע האט געפירט זיין חברייא קדישא ״שומר אמונים״.

אין ירושלים האט ער געלערנט אין די ישיבה וואס זיין טאטע האט געגרינדעט פאר די חברייא קדישא, און שוין אין זיינע יונע בחורישע יארן האט ער געהארוועט מיט מיט א געוואלדיגע עבודת ה׳ בלימוד ובתפלה בדביקות, בהתלהבות ויגיעה, ובשלהבת אש קודש. וואס האט אנגעהאלטן עד יומו האחרון.

זיך ווייקענדיג במחיצת אביו הק׳ איז ער געווען דבוק בלב ונפש בדרכיו הק׳ של קדושה וטהרה עילאה, דביקות בה׳, והתמדת התורה, און מיט דעם דרך האט ער געאטעמט כל ימי חייו.

בהגיעו לעת דודים האט ער חתונה געהאט ביום כ״ב כסלו שנת תש״ה מיט הרבנית הצ׳ בתיה חי׳ ע״ה, בת הרה״ק רבי מרדכי מזוועיהל, בן הרה״ק רבי גדלי׳ משה, בן הרה״ק רבי שלומק׳ה מזוועיהל זצ״ל.

ו׳ ניסן שנת תש״ה נסתלק אביו לגנזי מרומים, פון דאן אן איז ער מקושר געווארן צו הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל וואס איז געווארן רבו המובהק לכל דבר.

ובהתיעצות הרה״ק מהוסיאטן זצ״ל, והרה״ק מורו ורבו מהר״א מבעלזא זצ״ל, האט ער ממשיך געווען צו פירן בהנהגת האדמורת מיט א קלענערע חלק פון די בני החברייא קדישא פון זיין טאטען ״שומרי אמונים״

שפעטער מיט די יארן האט ער געגרינדעט א קריה ״שומרי אמונים״ אין מאה שערים, ווי ער האט געבויעט א ביהמ״ד, א תלמוד תורה, וישיבה להחסידות, א צייט שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק, און געוויילט אין ירושלים אין די ימים טובים.

פילע האבן זיך מתחמם געווען לאורו הגדול, זיין דאווענען איז געווען מיט א ברען און התלהבות כפי דרכו של אביו, אבער אויך מיט א געוואלדיגע מתיקות וקול ערב, ער האט געפירט א גאר לאנגן און שווערן סדר היום מיט עבודת ה׳ וואס איז געווען שווער מיטצוהאלטן פאר סתם אנשים.

תורותיו נדפס בספר ״חוקי חיים״

נסתלק ה׳ אלול תשע״ב ונטמן בהר הזתים.

בניו ממשיכי דרכו:
אדמו״ר רבי רפאל אהרן שליט״א - בני ברק.
אדמו״ר רבי גדלי׳ משה שליט״א - אשדוד.
אדמו״ר רבי שלמה שליט״א - ירושלים.
אדמו״ר רבי יעקב יצחק שליט״א - קרית גת.
חתניו:
הגה״צ רבי אורי געלדצעלער שליט״א - מסאמבור.
אדמו״ר רבי דוד צבי שלמה האראנטישק - מראדאשיץ.
אדמו״ר רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט שליט״א מדעעש בני ברק.
אטעטשמענטס
IMG_3877.JPG
IMG_3877.JPG (41.37 KiB) געזען 4585 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רבניש האט געשריבן:אדמו״ר רבי דוד צבי שלמה האראנטישק - מראדאשיץ.

נסתלק געווארן פאר צוויי יאר צוריק לערך

אזוי אויך האט ער געהאט א איידעם, הרב ?? שטערן אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, וואס איז אוועק בערך א האלבע יאר נאך זיין שווער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

נאך א איידעם, כ"ק אדמו"ר מזוויעהל מעסיטשאסעס שליט"א
ועוד בת אחד
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:נאך א איידעם, כ"ק אדמו"ר מזוויעהל מעסיטשאסעס שליט"א
ועוד שתי בנות
דביה תחדי נפשא
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל ביחד עם בנו יבלחט"א ר' רפאל אהרן שליט"א משומרי אמונים בני ברק
ביי דער הנחת אבן הפינה פין דער בעלזער ישיבה, פינעף וואכען פאר'ן הסתלקות פין דער הייליגער בעלזא רב זצוק"ל
אטעטשמענטס
כק-האדמור-בעל-החוקי-חיים-משומרי-אמונים-זיעא-ובנו-כק-האדמור-משומרי-אמונים-שליטא-במחיצת-הרהק-מהרא-מבעלזא-זיעא.jpg
כק-האדמור-בעל-החוקי-חיים-משומרי-אמונים-זיעא-ובנו-כק-האדמור-משומרי-אמונים-שליטא-במחיצת-הרהק-מהרא-מבעלזא-זיעא.jpg (708.44 KiB) געזען 4547 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

האדמו״ר משומרי אמונים זצ״ל ביי די חתונה פון חתנו אדמו״ר מדעעש בני ברק שליט״א, ומחותנו אדמו״ר מהר״י מדעעש זצ״ל
אטעטשמענטס
IMG_3190.JPG
IMG_3190.JPG (266.33 KiB) געזען 4543 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:האדמו״ר משומרי אמונים זצ״ל ביי די חתונה פון חתנו אדמו״ר מדעעש בני ברק שליט״א, ומחותנו אדמו״ר מהר״י מדעעש זצ״ל

מחותנו רבי צבי מאיר בן מהר"י מדעעש
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בימי בחרותו
אטעטשמענטס
IMG_3878.JPG
IMG_3878.JPG (73.33 KiB) געזען 4535 מאל
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

האדמו"ר זצ"ל עם כ"ק אדמו"ר מזדיטשוב צפת זצ"ל ואדמו"ר מקלוזנבורג זצ"ל
אטעטשמענטס
שומרי אמונים עם אדמור מזדיטשוב וקלוזנבורג.jpg
שומרי אמונים עם אדמור מזדיטשוב וקלוזנבורג.jpg (33.7 KiB) געזען 4531 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

חמרא טבא האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:נאך א איידעם, כ"ק אדמו"ר מזוויעהל מעסיטשאסעס שליט"א
ועוד שתי בנות

מזוועהיל מעזי'בוז' אין באסטאן
גאר א גרויסע יחסן, אייניקל פון בעשה"ק און פון רר"ב מעז'יבוז'ער, און אויך פון זוועהיל ולמעב"ק רר"מ זלאטשאווער, דער גרויסער מגיד פון מעזריטש און נאך
דורך זיין מאמע איז ער אויך אייניקל פון סקווירא-מאחנובקא, און למעב"ק, צו טשערנאביל עטליכע מאל [וי"א אף טשערקאס]

און אויך...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אדמו״ר משומרי אמונים זצ״ל - בעצרת.
וועם נאך דערקענט מען אויסער הגאב״ד הרמ״א זצ״ל
אטעטשמענטס
IMG_3897.JPG
IMG_3897.JPG (173.44 KiB) געזען 4454 מאל
IMG_3896.JPG
IMG_3896.JPG (389.22 KiB) געזען 4454 מאל
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:נאך א איידעם, כ"ק אדמו"ר מזוויעהל מעסיטשאסעס שליט"א
ועוד בת אחד

הרב קארף רופט זיך נישט מעזיבוז?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:אדמו״ר משומרי אמונים זצ״ל - בעצרת.
וועם נאך דערקענט מען אויסער הגאב״ד הרמ״א זצ״ל

אנגעלאנט אויפן שטעקן איז הגאון רבי יוסף אדלער הרב מטורדא
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אדמו״ר רבי דוד צבי שלמה האראנטישק - מראדאשיץ.

נסתלק געווארן פאר צוויי יאר צוריק לערך

אזוי אויך האט ער געהאט א איידעם, הרב ?? שטערן אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, וואס איז אוועק בערך א האלבע יאר נאך זיין שווער

א יונגער מענטש גלייב איך איז ער געווען.
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

בשעת די הכתרה פון זיין שוואגער זי"ע האבן די חבריא געחתמ'ט אויפן כתב הכתרה וואו זיי שרייבן אז זיי וועלן אויך מכבד זיין בנו יחידו פון זייער רבי'ן הרב אברהם חיים.(זצ"ל)
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

חמרא טבא, עפעס שיינע בילדער פון זיין ליכטיגע צורת קודש?
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום מאנטאג יאנואר 22, 2018 2:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן הרב הצדיק חו״פ
רבי אברהם חיים ראטה זצ״ל
אדמו״ר משומרי אמונים[/align]


בהגיעו לעת דודים האט ער חתונה געהאט ביום כ״ב כסלו שנת תש״ה מיט הרבנית הצ׳ בתיה חי׳ ע״ה, בת הרה״ק רבי מרדכי מזוועיהל, בן הרה״ק רבי גדלי׳ משה, בן הרה״ק רבי שלומק׳ה מזוועיהל זצ״ל.

ו׳ ניסן שנת תש״ז נסתלק אביו לגנזי מרומים, פון דאן אן איז ער מקושר געווארן צו הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל וואס איז געווארן רבו המובהק לכל דבר.




פון זיין חתונה זענען דא ערליכע בילדער פון דער עלטער זיידע ר' שלומקע זצוק"ל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

וועלכע זון׳ס אדער אפשר איידעם חתונה פונעם שומרי אמונים רבי איז דאס?
אטעטשמענטס
IMG_3943.JPG
IMG_3943.JPG (509.92 KiB) געזען 4405 מאל
IMG_3945.JPG
IMG_3945.JPG (301.77 KiB) געזען 4405 מאל
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

רבניש האט געשריבן:וועלכע זון׳ס אדער אפשר איידעם חתונה פונעם שומרי אמונים רבי איז דאס?

חתונת בנו ר' רפ'א מבני ברק
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

המתבודד בין הבריות האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:וועלכע זון׳ס אדער אפשר איידעם חתונה פונעם שומרי אמונים רבי איז דאס?

חתונת בנו ר' רפ'א מבני ברק

והיה חתן?
און איז דער זעוויהלער רבי דארט דער שווער פון שומרי אמונים זצ״ל?
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל איז געווען א איידים ביי רבי מרדכי מזוועהיל,

זיין זון האט חתונה געהאטנישט מיט א רעבישע זאך,
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

.
.
שומרי אמונים 2.bmp (502x640).jpg (207.71 KiB) געזען 4241 מאל
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

רבניש האט געשריבן:אדמו״ר משומרי אמונים זצ״ל - בעצרת.
וועם נאך דערקענט מען אויסער הגאב״ד הרמ״א זצ״ל


ס'איז נישט קיין עצרת, דאס איז מעמד 'חגיגה המשולשת' ווי מ'האט דאס אנגערופן אין שו'א, בשנת תשכ'א.

דער גאב"ד איז געווען זייער בידידות מיטן שומרי אמונים רעבין, ער האט געהאט הכרת הטוב, ווייל ער אים געהאלפן ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט א דירה וכד'.
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

המתבודד בין הבריות האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אדמו״ר משומרי אמונים זצ״ל - בעצרת.
וועם נאך דערקענט מען אויסער הגאב״ד הרמ״א זצ״ל


ס'איז נישט קיין עצרת, דאס איז מעמד 'חגיגה המשולשת' ווי מ'האט דאס אנגערופן אין שו'א, בשנת תשכ'א.

דער גאב"ד איז געווען זייער בידידות מיטן שומרי אמונים רעבין, ער האט געהאט הכרת הטוב, ווייל ער אים געהאלפן ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט א דירה וכד'.

איבער וואס איז דער חגיגה געווען געווידמענט?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רבניש האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אדמו״ר רבי דוד צבי שלמה האראנטישק - מראדאשיץ.

נסתלק געווארן פאר צוויי יאר צוריק לערך

אזוי אויך האט ער געהאט א איידעם, הרב ?? שטערן אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, וואס איז אוועק בערך א האלבע יאר נאך זיין שווער

א יונגער מענטש גלייב איך איז ער געווען.


דער ראדאשיצ'ער איז אוועק בערך בשנות החמישים אין חודש שבט דאכט זיך מיר

און אזוי אויך דער נעשכיזער איז אוועק אדר תשע"ג אויך בערך בתחילת שנות החמישים, נאך זיך מוטשען יארן לאנג מיט יענע מעשה, (ער איז א זון פון הרב מאיר זאב שטערן אב"ד מירון שליט"א)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”