רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - ט״ז טבת תשמ״ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - ט״ז טבת תשמ״ג
[align=center]איינע פון די גרויסע דמיות הוד וכבוד וואס האבן געהאט א חלק און אויפשטעלן און אריינגיסן אינעם חינוך פון זייער לויטערן קוואל אין א גרויסן טייל פונעם דעמעלסדיגן דור החדש פון נאך די ביטערע יארן פונעם קריג, און זייער דמות איז פארבליבן געשעצט און באליבט, איז געווען:[/align]
[align=center]הגאון הצדיק המפורסם חסידא ופרישא, דולה ומשקה בה״א הידועה, איש האשכולות ורב תבונות כקש״ת
רבי יונה הלוי פארסט זצ״ל
ראש ישיבת נייטרא[/align]
רבי יונה זצ״ל איז געבוירן צו זיין טאטען הרבני החשוב רבי ישראל ז״ל, אין עיר הבירה וויען בשנת תרע״ו, ארגענאל איז די משפחה געקומען פון גאליציע נאר האבן אויסגעוואנדערט קיין וויען ביים ערשטן וועלט קריג.
זיין טאטע איז געווען א נהנה מיגיעה כפיו אבער א חסיד המתחסד עם קונו, וואס האט געפירט א העכער סארט לעבן מיט תעניתים און איז געווען א גרויסע יראת שמים.
ביי די פיפצן יאר איז ער געגאנגען לערנען קיין טירנוי ווי עס איז דעמעלס געווען דער רב הגה״ק רבי שמואל דוד אונגאר זצ״ל - דער שפעטערדיגע נייטרא רב, רבי יונה איז געווען פון די תלמידים חביבים אין די ישיבה און סיז געווען ונפשו קשורה בנפשו ווען זיין רבי איז אריבער ווערן רב אין נייטרא איז רבי יונה מיטגעגאנגען ממשיך זיין צו טרינקן פון דעם באר מים חיים ווי ער איז אויסגעוואקסן פון די גרויסטע מציונים בין התלמידים.
זייענדיג א מציון און א בעל כשרון האט אים געגליסט אריינצוגיין לערנען אין די ניי געגרינדעטע בארימטע ״ישיבת חכמי לובלין״ בראשות הגאון המהר״ם שפירא זצ״ל אב״ד ור״מ לובלין. דארט אין יח״ל איז ער פארעכנט געווארן צווישן די אריות שבחבורה.
שפעטערע יארן פלעגט ער רעדן מיט נאסטאלגיע פון יענע תקופה אין פוילין ווי ער האט געהאט די מעגליכקייט צו באקענען פילע פון די גדולי האדמורים וואס האבן געפירט זייערע הויפן אין פוילין.
אין ישיבה חכמי לובלין האט ער געהארוועט אויף תורה עבודה אפאר יאר בין עמודי דגירסא מיט א ברען פון התמדה ווערענדיג באקאנט אלס דער בחור א תורה ריז וואס פארמאגט ברייטע ידיעות און בקיאות בכל חדרי תורה גאנצע סיגיות זענען שגור על פיו מיט א אויסערגעווענדליכע קאלרקייט.
אבער א ביטערע צרה האט אים דארט באטראפן ווען א שווערע מחלה האט אים איבערגענומען און ער איז געווארן פאלאזירט אויף זיין גוף רח״ל און נאכן זיך ארומראנגלען חדשים לאנג צווישן לעבן אין טויט אין שפיטאל, איז מיטן אויבערשטענס הילף מיט געוויסע רפואת האט זיך דער מחלה קאנצעטרירט נאר אין זיינע פיס און האט צוביסלך געקענט צוריק קומען צו די כוחת, אבער ער איז שוין פארבליבן צוגעבינדן כל ימיו צו א רעדער בענקל.
נאכן קומען צו די כוחת פון די מחלה האט ער מחליט געווען צוריק צוגיין לערנען ביי זיין רבין אין נייטרא, אין יענע תקופה אין די ישיבה האט זיך רבי יונה גענצליך ווי אפגעשייד פון עוה״ז און כמעט נישט געגעסן אדער געשלאפן נאר זיין גאנצע וועזן אריינגעלייגט און התמדת התורה ווי עלטערע תלמידים פלעגן עדות זאגן איז ער געווען ווי א תלמיד המחכים את רבו בעת די שיעורים פלעגט ער זיך מפלפל זיין מיט זיין רבין מיט א געוואלדיגע בקיאות התורה.
ער פלעגט דערציילן אז זיין רבי דער נייטרא רב פלעגט אסאך גיין שפאצירן מיט אים וועלענדיג דורכטאן סגיות הש״ס אזוי ווי ער האט דאך אבער נישט געקענט גיין אויף די פיס פלעגט די רבי אליינס אים פירן מיט דעם רעדער בענקל, און די תלמידים פלעגן קוקן מיט התפעלות ווי די רבי פירט זיין יונגן תלמיד.
ביי די ביטערע מלחמה יארן האט ער פיל מיטגעמאכט אבער מען האט געזהן די ווינדערליכע השגחה העליונה וויזוי דער אויבערשטער האט געהאלטן אן אויג אויף אים אז מיט זיינע באגרענעצטע פיזישע כוחת וואס ביי די רשעים זענען אזעלכע געווען די ערשטע גענומען צו ווערן צום פארטיליגונג איז ער בניסי ניסים פארבליבן און איבערגעלעבט.
נאך די מלחמה איז ער צוריק געגאנגען קיין נייטרא ווי ער האט מיט זיין הייליגע גייסטישע כוחת צאמגעהאלטן די בחורי חמד שארית הפליטה וואס זענען צוריק געקומען אהין.
חנוכה שנת תש״ז איז ער בשעה טובה מיט די פארבליבענע תלמידים אנגעקומען און באטראטן דעם אמעריקאנעם באדן.
ער האט זיך גלייך באזעצט אינעם ניי געגרינדעטן יישב וואס ידידו וריעו מרן רחמ״ד ווייסמאנדל זצ״ל האט געגרינדט אין סאמערוויל ניו דזערסי, און זיך גלייך אריינגעווארפן אין די הייליגע עבודה צוזאמען מיט רחמ״ד אויפצובויען די בארימטע נייטרא ישיבה.
רבי יונה׳ס חתונה עם זוגתו הרבנית הצ׳ ע״ה איז געפראוועט געווארן אין די נייטרא ישיבה ווי די בחורים האבן צוגעגרייט די חתונה מיט גאנצן כבוד, און פון ווען ער האט חתונה געהאט איז זיין שטוב געווארן א בית וועד פאר יעדן איד וואס האט נאר געזוכט טרייסט, הילף, א ווארימער דבר חיזוק. האט ער עס ביי רבי יונה באקומען, אידן זענען ממש געווען דארשטיג נאך זיינע זיסע רייד.
דער חידוש פון רבי יונה׳ס אייזן שטארקער גייסט איז געווען אז טראץ וואס ער איז געווען אליינס א אויסערליכער צובראכענער מענטש גלעמט אויף זיינע פיס און אויך וואס ער האט נישט אליינס זוכה געווען צו קיין קינדער (ער האט אויפגעצויגן זיין ווייב׳ס קינדער) איז ער אבער געווען דער סימבאל און ביישפיל פון גליק און שמחת החיים, ער האט געשפרודעלט מיט שמחה עצומה אז ממש וואס מהאט דאס געקענט טאפן מיט די הענט.
ער איז אייביג געווען מיט א אפענעם אויער און הארץ פאר יעדן דערביטערטע איד ווי זיי האבן זיך פאר אים אויסגעגאסן דאס הארץ און ער מיט זיין געוואלדיגן לשון לימודים האט ער זיי געמוטיגט און מחזק געווען און אריינגעבלאזן פון זיין שמחה אין זיי.
אויסער דעם וואס ער האט רוב צייט פארברענגט צווישן די ווענט פון די ישיבה און מיט זיין אנוועזנהייט אליינס האט ער אריינגעברענגט א גייסט פון התמדה, קדושה, מידות טובת. האט ער בפועל באוויזן מחנך צו זיין טויזנטער תלמידים אין זיי באגלייט אפי׳ נאכדעם ווי זיי זענען ארויס פון ישיבה נאך זייער חתונה ווי זיי זענען געבליבן מקושר מיט אים.
רבי יונה איז געשטאנען אין שפיץ פון מחנך די בחורים מיטן פארלערנען שיעורים און איבערגעבן זיינע ווארימע מוסר שמוסן פאר די תלמידי הישיבה, ער איז געווען באשאנקן מיט א געוואלדיגע פה מפיק מרגליות וואס האט צוגעצויגן די הערצער פון די צוהערער זיינע ווערטער פלעגן יורד זיין לתוך חדרי בטן און זיינע דיבורים זענען אלץ געזאגט געווארן מיט א געוואלדיגע התרגשות וואס האט גערופן דעם שומע צו התבוננת און חשבון הנפש.
זיינע תלמידים זאגן אז ער פלעגט האבן א צוגעפאסטע שפראך צו יעדן סארט בחור לויט זיין מעמד ומצב און ער האט יעדן תלמיד באיינדרוקט מיט א יראת הכבוד, אזוי האט ער באוויזן צו פאנגן הערצער און אריינלייגן אין זיי תורה, יראה ועבודה, עול מלכות שמים אין מידת טובת.
און נישט נאר די בחורים האט ער אזוי באנימען און אים מעריץ געווען נאר אויך די אנדערע רמי הישיבה וואס זענען אלע געווען גדולי תורה ויראה האבן זיך פאר אים מכניע געווען מיט א שטוינענדע הערצה.
רבי יונה איז געווען אן אמתער עבד ה׳ ועבד עמו ישראל מיט א לויטער ריין הארץ פון גוט׳ס און הייליגקייט האט ער אינוועסטירט אלע זיינע אויסערגעווענליכע כוחת הנפש צו העלפן אנדערע מיט פיזישע חסד און נאך מער מיט זיין גייסטישן כח.
נסתלק בשב״ק פ׳ ויחי ט״ז טבת שנת תשמ״ג ונטמן בבית החיים בק״ק נייטרא מאונט קיסקא.
תורותיו ושיחת מוסר נדפסו בספריו ״דברי יונה״ - ע״י בנו חרגו הרה״ח רבי טובי׳ אביגדור פעלדמאן שליט״א.
בנו חרגו הרה״צ רבי שלמה פעלדמאן זצ״ל, יסד לשמו ולזכרו הישיבה ״תפארת יונה״ לחנך ילדי צאן קדשים בעיר בארא פארק יצ״ו

-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
עס איז ארויסגעקומען דיע וואך שב''ק א הערליכע גליון לכבוד די הילולא
א גליון מוגדל "דברי יונה" מיט סיפורי ועניים ועוד.
מען קען עס באקומען אויף לדעת
אדער שיקן א אימעל צו
[email protected]
אדער [email protected]
א גליון מוגדל "דברי יונה" מיט סיפורי ועניים ועוד.
מען קען עס באקומען אויף לדעת
אדער שיקן א אימעל צו
[email protected]
אדער [email protected]
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
קיקיון האט געשריבן:רבניש האט געשריבן: ...................בנו חרגו הרה״צ רבי שלמה פעלדמאן זצ״ל, יסד לשמו ולזכרו הישיבה ״תפארת יונה״ לחנך ילדי צאן קדשים בעיר בארא פארק יצ״ו
תפארת יונה איז נישט קיין ישיבה עס איז א ת"ת חוץ מסדרי החדרים
אלע ווייסן מיר וואס ״תפארת יונה״ איז, וואס איז די פונקטליכע חילוק צווישן ניצן דעם ווארט ת״ת אדער ישיבה.?
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
- ישראל אברהם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 409
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
ישר כח
עס איז מער ווייניגער ווארט ביי ווארט פון דעם פאריעריגן גליון.
חוץ דאס התקשרות מיט הרה״ק מסאטמאר זצ״ל - איז אולי צוגעלייגט ניי, דענק איך נישט. וואס רעד טאקע אביסל איבער די פאר וואכן תקופה וואס דער סאטמאר רב איז געלאדענט געווארן קיין סאמערוויל צו די נייטרא ישיבה, אריינגערעכענט דעם יו״ט שבועות פון שנת תש״ז.
דרך אגב פארוואס ליגט נישט רבי מיכאל בער אינעם נייטרא שטעטל?

רבניש האט געשריבן:ישר כח

נאכנישט געווען יענע צייטן א בית החיים און נייטרא
די בית החיים און נייטרא האט מען מקדש געווען ווען ר' יונה איז אוועק ל''ע
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
קדוש ונורא האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:ישר כח
עס איז מער ווייניגער ווארט ביי ווארט פון דעם פאריעריגן גליון.
חוץ דאס התקשרות מיט הרה״ק מסאטמאר זצ״ל - איז אולי צוגעלייגט ניי, דענק איך נישט. וואס רעד טאקע אביסל איבער די פאר וואכן תקופה וואס דער סאטמאר רב איז געלאדענט געווארן קיין סאמערוויל צו די נייטרא ישיבה, אריינגערעכענט דעם יו״ט שבועות פון שנת תש״ז.
דרך אגב פארוואס ליגט נישט רבי מיכאל בער אינעם נייטרא שטעטל?
נאכנישט געווען יענע צייטן א בית החיים און נייטרא
די בית החיים און נייטרא האט מען מקדש געווען ווען ר' יונה איז אוועק ל''ע
דאס איז לכאורה מיין קשיא
דער יישוב איז שוין געווען ווען רבי מיכאל בער איז נסתלק, פארוואס האט מען עס נישט דאן מקדש געווען.?
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
Re: רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - ט״ז טבת תשמ״ג
היי יאר לכבוד די 40טע יארצייט קומט ארויס א גרויסע גליון ומורחב דברי יונה
-
- שר האלף
- תגובות: 1290
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
Re: רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - ט״ז טבת תשמ״ג
.
- אטעטשמענטס
-
- רבי יונה פארסט זצ״ל -
- פארסט.jpg (8.26 KiB) געזען 648 מאל
"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]
און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
Re: רבי יונה פארסט זצ״ל - ראש ישיבת נייטרא - תרע״ו - ט״ז טבת תשמ״ג
לחיים
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל