רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אין יאר תקצ"ג אין ז' חשון איז אין הייליגען שטאט ירושלים געבוירען געווארן א קינד צי הר"ר אליהו רפאל מדיני ז"ל, ויקרא שמו בישראל חזקיה.

געלערנט האט ער ביי דער חכם באשי (דער טערקישער געשטעלטער רב הראשי) רבי יצחק קובו זצ"ל, און ביי רבי יוסף חיים בורלא זצ"ל, און שוין אלס יוג קינד האט ער זי ארויס געשטעלט אלס א נישט קליינער עילוי, און אזוי יונג ווי ביי די 13 יאר האט ער שוין באקומען א היתר הוראה.

אין יאר תרי"ג ווען זיין טאטע וואס האט איהם אויסגעהאלטן איז נפטר געווארן, האט ער צוליב די עניות אראפ צי טערקיי ציזאמען מיט זיין משפחה, האפענדיג אז מען וועט איהם דארט העלפן, אבער עס איז נישט אזוי געווען, און ער האט ווייטער זיך געפלאגט מיט עניות.

ער האט דאן באקומען א הצעה צי דינען אלס א רב פאר די קרימעטשיקים קהילה אינערהאלב קרים – קריימיע, וואס ער האט אנגענומען, און אין יאר תרכ"ח איז ער אהין געקומען און אנגעהויבען דינען אלס רב, ווי ער איז געווען גאר שטארק געשעצט און באליבט ביי די ארטיגע קהילה, און אפילו ביי די נישט אידישע שכנים איז ער געווען שטארק רעספעקטירט.

אין יאר תרל"ח איז ער ל"ע שטארק נישט געזונט געווארן, מען האט איהם דאן ציגעגעבן די נאמען חיים, און ער איז ב"ה אויסגעהיילט געווארן, אבער פון דעמאלט איז זיין ראיה ל"ע אפגעשוואכט געווארן.

אין יאר תרנ"ט, נאך דינען אלס רב פאר 32 יאר, האט ער באשלאסן צי צוריק גיין צום הייליגען לאנד צי דארט אויסלעבן זיינע יארן און באגראבן ווערן דארט, די קהילה וואס האט איהם אזוי שטארק געשעצט האט פראבירט איהם צי אפהאלטןן דערפון, אבער זיין באשלוס איז געווען שטארק, און נאך זיך געזעגענען פון די בני הקהילה האט ער עולה געווען לציון.

קודם האט ער געוואוינט א שטיק צייט בעיר מולדתו ירושלים עיה"ק שתותבב"א, און דערנאך איז ער אריבער צי עיר האבות עיה"ק חברון תותבב"א, ווי ער האט עטליכע יאר געווען דער רב דארט, און אין יאר תרס"ה ביום כ"ד כסליו.

ספרו הקדוש שדי חמד

באקאנט אבער בעיקר איז ער מיט זיין מייסטער ספר שדי חמד, וואס ווייזט אויף זיין שטארקע גאונות און בקיאות, די ספר איז געשריבען געווארן אויף נושאים לפי סדר הא"ב, מיט צוויי חלקים, אסיפת דינים, און כללים, אלע נושאים ווערט שטארק דורך געטוהן מיט פרטי פרטים, צאמגענומען פון אלע ספרי הראשונים והאחרונים, און מיט אייגענע הערות, און ראיות לכאן ולכאן, אריין קוקענדיג אין די ספר איז צי באוואונדערען ווי אן איין איינצעלנע מענטש האט געהאט אזא בקיאות.

פון די ספר איז ניכר די שטארקע קשר וואס ער האט געהאט מיט גדולי אשכנז, ווי ער האט זיך כסדר געשריבען מיט זיי, לויט ווי ער ברענגט כסדר אראפ.

אויך האט ער געשריבען די קונטרס אור לי, לעילוי נשמת בנו יחידו שנפטר על פניו ה"י בשנת תרכ"ח, און שו"ת מכתב לחזקיהו און ספר פקועות שדה.

זכותו יגן עלינו
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

375px-שדי_חמד.jpg
375px-שדי_חמד.jpg (71.47 KiB) געזען 1166 מאל
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בילד
בילד
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מכתבים מהגאון בעל שדה חמד שהפנה אל הגאון ר' משה נחום ירושלמסקי בזמן הדפסת חיבורו הענקי "שדה חמד".
נתפרסם בקובץ צפונות ע"י מאיר וונדר.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=86
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

הגהות חתומות מהשדי חמד. עותק הגאון מקוטנא רבי משה יהודה ליב זילברברג, הגאון ר'בי חיים יהודה ליב אויערבאך, ר' יצחק באדהב.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 92?lang=he
i43.jpg
i43.jpg (394.03 KiB) געזען 238 מאל
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

איז דא א בילד פון זיין מצבה?
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

שה אחד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:26 pm
איז דא א בילד פון זיין מצבה?
אטעטשמענטס
ChaimChizkiyahuMedini.jpg
ChaimChizkiyahuMedini.jpg (36.85 KiB) געזען 164 מאל
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

וואס איז דאס? דאס ליגט אויפ'ן ארט?
Screenshot_2.jpg
Screenshot_2.jpg (130.91 KiB) געזען 154 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ביים בענטשען די אידן אין קרים – קריימיע אדער פארן קיין ארה"ק.
אטעטשמענטס
Sdei_chemed.jpg
Sdei_chemed.jpg (24 KiB) געזען 150 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איינער האט שיין איבערגעמאכט די באקאנטער בילד.
אטעטשמענטס
לפניואחריMeirRoshDesign_copy_912x912.jpg
לפניואחריMeirRoshDesign_copy_912x912.jpg (331.36 KiB) געזען 150 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך א בילד
אטעטשמענטס
Rabbi Medini in robe and turban with white border.jpg
Rabbi Medini in robe and turban with white border.jpg (9.29 KiB) געזען 150 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז דער יא''צ פון דער גרויסע ווינדליכע גאון דער שדי חמד זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: רבי חיים חזקיה מדיני זצ"ל השדי חמד - כ"ד כסליו תרס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

ער האט חתונה געמאכט דריי טעכטער אין קרים און זיי זענען געבליבן דארט.
ווען ער האט זיך געצויגן קיין חברון האט ער נישט געהאט קיין קינדער אין שטוב, האט ער אויפגעצויגן דריי תלמידים ממש ווי אייגענע קינדער.

מ'דערציילט אז נאכדעם וואס אראבער האבן געפלינדערט זיין קבר האט מען אים מפנה געווען און ער איז געווען גאנץ ווי בשעת פטירתו.
זי"ע
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”