בלאט 1 פון 4

רבי דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש זצ״ל - מסקאליע - תרנ״ח - ו׳ שבט תשל״ט

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:05 am
דורך רבניש
כבוד קדושת מרן אדמו״ר הרה״ק איש מופת מגזע היחס
רבי דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש זצ״ל
אדמו״ר מסקאליע - וויליאמסבורג


איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי ברוך פנחס מסקאליע און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ בת הרה״ק רבי אשר ישעי׳ מקאלבאסוב זצ״ל. אלס א זיבטער דור צום בעש״ט הק׳ - און דער זעקסטער דור באח״ב להמגיד מזלוטשוב זי״ע.

ביום כ״ח תמוז שנת תרנ״ט, אין שטאט בריד.
פון ווי זיין טאטע איז אנטלאפן פון רוסיא צוליב די צרות השיעבוד.

(בהרה״ק רבי ברוך פינחס מסקאליע, בהרה״ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלי, בהרה״ק רבי ברוך מיאמפאלי, בהרה״ק רבי יצחק מיאמפאלי (חתן הרה״ק רבי ברוך ממעזוביז זצ״ל) בהרה״ק רבי יוסף מיאמפאלי, בנו בכורו של המגיד מזלוטשוב זי״ע)

וקרא שמו בישראל ״דוד יצחק אייזיק״ דוד ע״ש הרה״ק רבי דוד מטאלנא זצ״ל, אחר זקינו הרה״ק מהרי״א מזידיטשוב זצ״ל.

ער איז נאך אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן הרה״ק רבי אליזער חיים מיאמפלע זצ״ל, און ביים זיידן מצד אמו הרה״ק מקאלבאסוב זצ״ל.

אין די קינדער יארן פונעם רבין האט זיך דער טאטע באזעצט אין די שטאט סקאליע וואס איז אין גאליציע בעצת הגה״ק הדברי יחזקאל משינעווע זצ״ל ווי עס האבן געוואוינט פילע חסידים פון זיין טאטען ווי מהאט אים אויפגעבויט א שיינעם ביהמ״ד און ער האט דארט געפירט עדת חסידיו על מי מנוחות, דארט האט אים דער טאטע געדינגען א מלמד א זקן מופלג נחבא אל הכלים אן עובד ה׳ מנעוריו בהתבודדת ובעבודה מופלגת, מיט דעם מלמד האט ער געלערענט אלע זיינע קינדער יארן.

גאר אסאך האט אים זיין טאטע אויפגעפאדערט אויף התמדת התורה, ביי די צוועלעף יאר האט אים דער טאטע געפרעגט מיט וואס ער גרייט זיך צו זיין בר מצוה האט ער גענטפערט דעם טאטען אז ער קען שוין בעל פה גאנץ מס׳ פסחים, ער האט געמיינט אז דער טאטע וועט זיך זיכער געוויס פרייען אבער דערווייל האט דער טאטע אנגעהויבן וויינען ... ״דאס אלעס איז מיט וואס די גרייטס זיך צום בר מצוה?״ זיך שפירענדיג אזוי אן גארנישט... האט ער זיך געזעצט לערנען מסכת בכורות מיטן רי״ט אלגזי צו ענדיגן צום בר מצוה. און פון דארט און ווייטער איז ער געשטיגן בנגלת התורה ובהוראה, אזוי אז ביי די פיפצן יאר האבענדיג א נאמען פון א בחור הפלא מיט הוראה פון גדולי הרבנים ווי הגאון רבי מאיר אריק מטארנא זצ״ל איז ער שוין געווארן אויפגענומען אלס רב אין שטעטל סווירטש.

בעת די ערשטע וועלט קריג איז זיין טאטע אנטלאפן מיט די משפחה קיין וויען עסטרייך ווי ער האט איבערגעפלאנצן דעם סקאליער הויף און פילע אידן פלעגן קומען מיטהאלטן די עבודת הק׳ ולברך מפיו הק׳ פאר ישועות וברכות. דארט אין וויען האט דער יונגער דוד יצחק אייזיק אנגעקניפט א שטארקע קשר ידידות מיט די פילע גדולי ישראל וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן, און אלע האבן געגליכן צו שמוסן אין תורה מיטן יונגן בקי נפלא.

ביום כ״ד אדר תר״פ איז זיין טאטע אוועק אין יונגען עלטער פון עטליכע אין פערציג יאר און די חסידים האבן מחליט געווען אויפצונעמען דעם געהויבענעם יונגערמאן פון איין און צוואנציג יאר..! ער זאל פירן דעם חצר הק׳ אויך איז די גאנצע עול המשפחה וואס דער טאטע האט איבערגעלאזט יונגע יתומים געפאלן אויף זיינע פלייצעס, אבער זייענדיג א רך בשנים ואב בחכמה האט ער אלעס געפירט סיי די שטוב און סיי די הנהגת האדמורת ביד רמה און מיט א געוואלדיגע חכמה, הונדערטער יודן זענען שוין דאן אין זיין יונגן עלטער געקומען נהנה זיין מאור קדושתו, זה מעצה טובה, וזה בישועה, וזה סתם בנחמה.

בשנת תרע״ו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ אסתר דבורה בת הגאון רבי משה דוד הלוי סג״ל לאנדא אבדק״ק בורשטין מיט די רעבעצין האט ער אויפגעשטעלט זיינע שטוב.

בשנת תרצ״ח זענען די רשעים הגרמנים אריינגעקומען קיין עסטרייך, נאכן זיך אויסבאהאלטן פון די רשעים ווימזיי האבן געלאקערט אויף אלע כלי קודש רבנים אדמורים איז ער אנטלאפן בניסי ניסים מיטן לעצטן פליגער וואס האט זיך געהויבן קיין איטאליע, און פון דארט איז ער געגאנגן קיין שווייץ, און פון שווייץ האט ער פארשאפט פאפירן צו גיין אמעריקא.

די רעבעצין מיט די קינדער האבן זיך געשווערצט באזונדער דעם גרעניץ צו די פרייע וועלט און ווען ער האט באקומען די ידיעה אז זיי זענען בשלום אנגעקומען קיין אמעריקא איז ער גלייך דערויף אויך נאך געגאנגען.

אלול שנת ת״ש איז ער אנגעקומען קיין נוי יארק, די חסידים האבן גלייך געפענט א ביהמ״ד אין די איסט סייד אויף 232 הענרי סט. אפאר יאר שפעטער איז ער אריבער קיין וויליאמסבורג אויף 545 בעדפארד עוו. און דערנאך האט מען אפגעקויפט א גרויסן בנין פארן רבין פאר א דירה מיט א ביהמ״ד אויף 570 בעדפארד עוו. דארט האט די רבי געוואוינט אין געפירט זיין עבודת הק׳ ביז אויף די עלטער בערוב ימיו ווען ער האט זיך געצויגן קיין בארא פארק.

דער סקאליער רבי איז געווען א צדיק יסוד עולם וכל כולו רק בעבודת ה׳ אן אדם מופרש מעולם הזה און נאר אריינגעטון און רוחניות.

זיין גאנצן סדר היום איז געווען איין שטיק נאכאנאנדע עבודה בקדושה עילאה וייחוד ה׳, זיין גאנצע וועזן איז געווען נאר תורה עבודה, יראה, און חסידות.

ער איז כמעט נישט ארויס מפתח ביתו, און גארנישט געהאט קיין שייכות מיט די וועלט און זיכער נישט מיט די גאס, ער פלעגט ארויסגיין אין גאס נאר צו גיין אין מקוה אנטקעגן איבער זיין דירה אין צעהלימער ביהמ״ד, די מקוה אליינס איז געווען אן עבודה פאר זיך ער פלעגט פארבלייבן פאר צוויי מינוט אונטערן וואסער מענטשען פלעגן נישט וואגן אריינצוגין אין מקוה ווילאנג די רבי איז דארט געווען און פארארבייט זיין עבודה...

זיין צורה איז געווען א הערליכער הדרת פנים א הייליגער צורה וואס יעדער וואס האט אים באגעגענט האט עס גלייך דעם רושם אז אדם קדוש עומד לפניו... שוין אלס יונגערמאן האט זיין צורה ארויסגעשיינט עפעס גאר דערהויבן וואס מענטשען פלעגן באווינדערן.

ער איז געווען בקי בכל חדרי תורה גאר גרויס און בארימט בנגלת התורה ובנסתר, ער האט געשריבן פילע ספרים אויף פילע נושאים, און בפרט ביי זיין תורה זאגן פלעגן גרויסע גאונים ארויסגיין פון התפעלות הערענדיג זיינע צענדליגער טיפע בחינת געבויעט מיט א געוואלדיגע חריפות נפלאה ווי עס פלעגט זיך ארויסצייגן זיין בקיאות התורה צאמווארפענדיג פילפולים בכל חדרי התורה, די סדר איז געווען אז ער פלעגט מכבד זיין א אדם חשוב ביים טיש זאל זאגן א פסוק פון די סדרה און אויף דעם פסוק האט ער געזאגט תילי תילים של רמזים בחינות בפרד״ס התורה.

זייענדיג אין ירושלים בשנת תשי״ט פאר שבת וירא האט ער געפירט טיש אינעם בית המדרש פון די בתי וורשה דער גאון רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ״ל - חבר הבד״ץ, האט געבעטן ידידו וריעו הגאון הגדול רבי פנחס אפשטיין זצ״ל - ראב״ד, (וואס האט נישט צופיל מחבב געווען חסידים) ער זאל קומען צום טיש זאגענדיג אז אזא רבי דארף ער קומען קוקן ער איז א גרויסער תלמיד חכם און ער וועט הנאה האבן. האט ער דאך זיכער נישט געוואלט זאגענדיג אז ער גייט נישט צו קיין רביס בכלל, און צו טישן האט ער זיכער נישט קיין צייט.. אזויפיל האט ער יא געפּויעלט ביי אים אז נאר צו די תורה וועט מען אים רופן, אזוי טאקע פאר די תורה איז מען געגאנגען רופן, דער סקאליער רבי האט אים מכבד געווען מיטן פסוק האט ער אים געזאגט דעם פסוק פון ״ויזרע יצחק בארץ ההוא וימצא בשנה ההוא מאה שערים ויברכהו ה׳״ איז געווען צען ביינאכט און די רבי האט געזאגט תורה אויף דעם פסוק מ״ח פירושים ביז אום צוויי פארטאגס, ארויסגיינדיג פרעגט רבי ישראל יצחק צו רבי פנחס נו וואס זאגט איר צו דעם רבין? זאגט ער ער איז טאקע א גאון הגאונים ובקי בכל מכמני התורה און ער פארגעסט נישט איין זאך פון זיין לערנען און פארדעם קען ער זאגן אזעלכע תורת!אדער זאגט ווייטער רבי פנחס... מיט די רביס קען מין זיך נישט אויס רעכענען אפשר האט ער באשוואוירן עפעס א מלאך זאל אים אריינזאגן די תורה אין אויער...

זיין גאנץ לעבן איז דער סקאליער רבי געווען א והצנע לכת און אוועק געשטאנען פון פירסום און עפענטליכקייט אזוי האט ער געקענט זיצן און הארווען בתורה אום געשטערט. און שעות ארוכות זיצן אין התבודדת און דביקות בה׳, די רבי האט א האר נישט הנאה געהאט פון דעם עולם רק כל כולו לשם ה׳.

נסתלק לגנזי מרומים - ביום ו׳ שבט שנת תשל״ט
ונטמן בהר הזתים על יד ציונו של הרה״ק רבי שלומ׳קה מזעוויהל זצ״ל.

ספריו הק׳ שהשאיר ברכה: ספר צמח דוד על התורה, מקור הברכה על המצות, לבנת הספיר על הגדה של פסח, תולדות יצחק על מס׳ ברכות, תהלה לדוד ותפלה לדוד על תהילים, משכיל לדוד על קהלת, מעין גנים על שיר השירים, מצות ה׳, ברכת ישרון, קורא מראש, ועוד הרבה ספרים - ומכתבי יד שעומדים לצאת לאור עולם.

נכדיו החשובים הגאונים הצדיקים משמשים כממלא מקומו באדמורת סקאליע ע״ד ישראל סבא.

האדמו״ר רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט״א - בן בנו הרב יוסף ברוך פנחס ז״ל

האדמו״ר רבי רפאל גאלדשטיין שליט״א - חתן בנו הרב מאיר ז״ל.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:07 am
דורך רבניש
עס איז שוין דא א שיינער אינפארמאטיווער אפטיילונג בכלליות איבער די יאמפאלי סקאליע גזע.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=7221

דא איז דעזעגנירט בפרטיות בעובדות והנהגות ותהליכות של האדמו״ר רבי דוד יצחק אייזיק זצ״ל - שמשכן כבודו היה בברוקלין.

סקאליע רבי

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:22 am
דורך רבניש
סקאליע רבי זצ״ל ביי די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי רפאל גאלדשטיין שליט״א
(די איינציגסטע אייניקלס חתונה וואס די רבי האט דערלעבט)

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 3:24 am
דורך רבניש
די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט״א מסקאליע, מיטן פעטער האדמו״ר מחוסט זצ״ל

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 10:07 am
דורך חמרא טבא
רבניש האט געשריבן:די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט״א מסקאליע, מיטן פעטער האדמו״ר מחוסט זצ״ל

און מיטן שווער'ס שווער רבי חיים שלמה מחוסט זצ"ל

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 11:58 am
דורך רימנובער אייניקעל
רבניש האט געשריבן:די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט״א מסקאליע, מיטן פעטער האדמו״ר מחוסט זצ״ל

שטייענדיג אונטער חוסטער רבי זעהט זין אן זיין זון ר' שמעלקע לייפער שליט"א פון חוסט.

יראה הקהל וישפוט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:01 pm
דורך רימנובער אייניקעל
רבניש האט געשריבן:סקאליע רבי זצ״ל ביי די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי רפאל גאלדשטיין שליט״א
(די איינציגסטע אייניקלס חתונה וואס די רבי האט דערלעבט)

איז די ערשטע פון רעכט'ס ( האלטענדיג די האנט אין די הייעך) נישט מחותנו סטנאיסלאווער רבי זצ"ל פון מאנסי?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:02 pm
דורך חמרא טבא
דער רבי זצ"ל

חבש קאלפיק בראשו.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:06 pm
דורך רימנובער אייניקעל
ער איז געווען די לעצטע רבי וואס האט געטראגן טאג טעגליך א קאלפיק.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:15 pm
דורך רבניש
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקאליע רבי זצ״ל ביי די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי רפאל גאלדשטיין שליט״א
(די איינציגסטע אייניקלס חתונה וואס די רבי האט דערלעבט)

איז די ערשטע פון רעכט'ס ( האלטענדיג די האנט אין די הייעך) נישט מחותנו סטנאיסלאווער רבי זצ"ל פון מאנסי?

יא דאס דער סטאניסלובער רבי (וויזוי א מחותן?) אין דערנעבן אנעם בארד איז א ברודער פונעם סקאליער רבין כמדומה לי

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:19 pm
דורך חמרא טבא
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקאליע רבי זצ״ל ביי די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי רפאל גאלדשטיין שליט״א
(די איינציגסטע אייניקלס חתונה וואס די רבי האט דערלעבט)

איז די ערשטע פון רעכט'ס ( האלטענדיג די האנט אין די הייעך) נישט מחותנו סטנאיסלאווער רבי זצ"ל פון מאנסי?

אגב דער וואס האלט די האנט אין די הייעך איז דער אנעם בארדע

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:29 pm
דורך רימנובער אייניקעל
רבניש האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:סקאליע רבי זצ״ל ביי די חתונה פון נכדו האדמו״ר רבי רפאל גאלדשטיין שליט״א
(די איינציגסטע אייניקלס חתונה וואס די רבי האט דערלעבט)

איז די ערשטע פון רעכט'ס ( האלטענדיג די האנט אין די הייעך) נישט מחותנו סטנאיסלאווער רבי זצ"ל פון מאנסי?

יא דאס דער סטאניסלובער רבי (וויזוי א מחותן?) אין דערנעבן אנעם בארד איז א ברודער פונעם סקאליער רבין כמדומה לי

ווייל בנו בכורו פונעם סקאליער רבי שליט"א ר' יעקב לייב אוסטראה רב פון מאנסי איז זיין איידים.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 12, 2017 11:28 am
דורך חמרא טבא
אין די אינגע יארן
image105.jpg
image105.jpg (74.97 KiB) געזעהן 1172 מאל


001.jpg
001.jpg (85.63 KiB) געזעהן 1172 מאל

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:28 pm
דורך חמרא טבא
מיט רבי איתמר'ל מנדבורנא און דער מאטערסדארפער רב זצ"ל
56.jpg
56.jpg (177.13 KiB) געזעהן 1068 מאל

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:27 am
דורך רבניש
אינטערסאנט איז, אז ער איז געווען א חסידישער רבי מיטן גאנצן קלאפער געצייג, אבער זיינע הסכמות זענען דייקא נאר פון די ליטווישע גדולים.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:30 am
דורך חמרא טבא
ס'דארף זיין א הסכמה פון רבי משה פיינשטיין דאכציך אויף זיין ספר תולדות יצחק עמ"ס ברכות וואו ער שרייבט אויפן רעבין צדיק יסוד עולם

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:34 am
דורך ויתן לך
חמרא טבא האט געשריבן:ס'דארף זיין א הסכמה פון רבי משה פיינשטיין דאכציך אויף זיין ספר תולדות יצחק עמ"ס ברכות וואו ער שרייבט אויפן רעבין צדיק יסוד עולם

די הסכמות וואס רבני'ש ברענגט זענען פון ספר תולדות יצחק

אגב רבי משה פיינשטיין זצ"ל פלעגט קומען צו אים צו מאל אויף שלש סעודות

שו"ר בתולדות יצחק עמ' 14 איז דא א בריוו פון הגרמ"פ זצ"ל וואו ער באטילט אים צדיק יסוד עולם

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:44 am
דורך רבניש
ויתן לך האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ס'דארף זיין א הסכמה פון רבי משה פיינשטיין דאכציך אויף זיין ספר תולדות יצחק עמ"ס ברכות וואו ער שרייבט אויפן רעבין צדיק יסוד עולם

די הסכמות וואס רבני'ש ברענגט זענען פון ספר תולדות יצחק

אגב רבי משה פיינשטיין זצ"ל פלעגט קומען צו אים צו מאל אויף שלש סעודות

שו"ר בתולדות יצחק עמ' 14 איז דא א בריוו פון הגרמ"פ זצ"ל וואו ער באטילט אים צדיק יסוד עולם

נכון דאס איז מספר תולדות יצחק עמ״ס ברכות

אויך מהר״י קאמינצקי זצ״ל פלעגט קומען צום רבין מפעם לפעם. זעהט אויס אז זיי האבן נהנה געווען פונעם רבינס גאונות.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:45 am
דורך חמרא טבא
כ'בין נישט אינגאנצן משוגה..
סיז אין די חילופי מכתבים געדרוקט נאך די הסכמות

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:55 am
דורך רבניש
חמרא טבא האט געשריבן:כ'בין נישט אינגאנצן משוגה..
סיז אין די חילופי מכתבים געדרוקט נאך די הסכמות


יא א שטארקער אויסדריק פון רבי משה זצ״ל - דארט האט מען נישט געטיילט טיטלן ווי ביי די חסידים

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:58 am
דורך חמרא טבא
דער רבי מיט זיין פעטער רבי איתמר'ל זצ"ל

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 10:59 am
דורך לא לנו
כ'האב אמאל געהערט אז ביידע זון פונעם סקאליע רבי זצ"ל האבן זיך נישט געפירט באדמורו"ת און ניטאמאל געגאנגען א שטריימל, די אייניקלעך האבן ממשיך געווען באדמורו"ת, איז עס ריכטיג?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:01 am
דורך חמרא טבא
יע

דער היינטיגער רבי איז זיין עלסטע בן אחר בן

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:07 am
דורך רבניש
לא לנו האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז ביידע זון פונעם סקאליע רבי זצ"ל האבן זיך נישט געפירט באדמורו"ת און ניטאמאל געגאנגען א שטריימל, די אייניקלעך האבן ממשיך געווען באדמורו"ת, איז עס ריכטיג?

יא
אזוי ווי סיז געווען ביי זייער פיל משפחת אדמורים פונעם ערשטן דור וואס זענען געקומען קיין אמעריקא פארן קריג צו הארט אינמיטן קריג.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:08 am
דורך רבניש
חמרא טבא האט געשריבן:דער רבי מיט זיין פעטער רבי איתמר'ל זצ"ל

דער אינדערמיט איז א ברודער פונעם סקאליער רבין?