רבי ישראל טאוב הדברי ישראל ממאדזשיץ זצ"ל - י״ג כסלו תרפ״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

רבי ישראל טאוב הדברי ישראל ממאדזשיץ זצ"ל - י״ג כסלו תרפ״א

תגובהדורך תמימות'דיגער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 5:41 pm

היינט נאכט איז די יאהרצייט פון אחד המיוחד מאדמור״י פולין וועלכע איז געווען א אבן שואבת פאר א ציבור חסידים בני עלייה וועלכע האבן מסתופף געווען בצל קדשו ווי אויך פאר מער פשוט׳ע בעל בית׳ישע פוילישע אידן וועלכע זענען געקומען הנאה האבן פון זיין עבודת הנגינה בתפלה ותחנונים ווי ער האט מעורר געווען לבבות ישראל ואם אבן הוא נימוח לתשובה ולדביקות בה׳.

הרה״ק אדמו״ר רבי ישראל טאב זצוקללה״ה איז געבוירן געווארן לאביו ורבו הרה״ק רבי שמואל אליהו זצוק״ל פון זוואלין, בנו מ״מ פון הרה״ק רבי יחזקאל מקוזמיר זצוקללה״ה.

דער מאדזשיצער רבי איז געווען רב און רבי אין שטאט יוואנגראד יצ״ו אין פולין, און מאיזה סיבה (?) האט ער עס א נאמען געגעבן ״מאדזיטץ״ און אזוי האבן עס די חסידים טאקע גערופן.

ער האט מלחין געווען הונדרעטער ניגונים וועלכע זענען נתקבל געווארן בכל חצרות חסידים און אזוי איז אויך געצויגן געווארן צו איהם אסאך חסידים וועלכע האבן געהאט א חוש אין נגינה צווישן זיי חזנים ומלחינים מפורסמים.
באקאנט איז די הייליגע ניגון ״אזכרה״ וואס איז א ניגון מלא צער וגעגועים לביבמ״ק וועלכע ער האט מלחין געווען מיט א העכערע דביקות מתוך יסורים ומכאובים נאך א אפעראציע.
און סה״ק דברי ישראל רמזי חנוכה פ׳ מקץ אויפן פסוק קחו מזמרת הארץ האט ער א אריכות בענין עבודת הנגינה ע״פ קבלה וחסידות.
און סה״ק ישא ברכה ברענגט זיין זוהן מ״מ הרה״ק אדמו״ר רבי שאול ידידיה אלעזר זצוקללה״ה אז דער טאטע האט געזאגט ״דער וועלט מיינט אז עולם הנגינה איז נעבן דער עולם התשובה און יאך זאג אז ס׳איז דער זעלבע עולם״.

ער האט געדרוקט בחייו ספרו הקדוש דברי ישראל עה״ת אויף בראשית שמות, חלק ויקרא איז געדרוקט געווארן לאחר פטירתו דורך בנו הישא ברכה זצ״ל. במדבר דברים איז פארלוירן געגאנגן ביים קריג בעוה״ר. נכדו האדמו״ר הגה״צ ממאדזשיץ שליט״א פון פלעטבוש האט געדרוקט ליקוטי דברי ישראל במדבר דברים.

אין זיינע תורות זעהט מען סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה ווי ער האט גערעדט אויף איינמאל פשוט׳ע דברי חיזוק והדרכה און באהאלטן דערין איז טיפע מושגים אין חסידות.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו

[עוד חזון למועד בעזה״י להוסיף ולתקן]
צוגעלייגטע
28DBB41B-FB96-4B4E-B9E3-9B99BD953F4C.jpeg
28DBB41B-FB96-4B4E-B9E3-9B99BD953F4C.jpeg (468.93 KiB) געזעהן 740 מאל
670AFD38-19EC-4A90-8B41-072EF2D662D1.jpeg
670AFD38-19EC-4A90-8B41-072EF2D662D1.jpeg (18.63 KiB) געזעהן 740 מאל
כ'בין א תם - נישט א נער

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

דברי ישראל ספר

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » דינסטאג מאי 08, 2018 2:05 pm

איך האב געהרט פון אפאר, אז דער ישועות משה פון ויז'ניץ ב"ב, לא זז מחבב את ספר זה, און ער האט געפלעגט לערנן פון דעם גאר אסאך.
האכעט פאר אסאך בר מצוה בוחרים, האט ער געגעבן דער ספר צו לערנן.
סאיז טאקע אמוירעדיקע ספר, און ווער סי קען זיינע ניגונים, דאף שוין גארנישט הערן, צו פארשטיין אז מרעדט דא אויף אצדיק נשגב ונורא.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט