בלאט 3 פון 3

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:52 pm
דורך הסרפד
דאס זאגען 'קץ' האט ער אהן געהויבן נאך זיין טאטע איז געקומען צו איהם אין חלום, לויט וואס איך געדענק פון 'פקודת אלעזר'.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:53 pm
דורך רימנובער אייניקעל
הסרפד האט געשריבן:דאס זאגען 'קץ' האט ער אהן געהויבן נאך זיין טאטע איז געקומען צו איהם אין חלום, לויט וואס איך געדענק פון 'פקודת אלעזר'.

ווי זאגט די וועלט בלוט איז נישט וואסער .

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:57 pm
דורך הסרפד
לויט וואס איך קען זעהן פון פקודת אלעזר אויף אוצה"ח, איז דער רבי אזוי געוואהר געווארן פון זיין טאטענ'ס פטירה.

דארט רעכנט מען אויכעט אויס אז ער האט זיך געפיהרט במנהגי סקווירא נאר אין דריי זאכן: הנחת טלית ותפלין אחרי איזהו מקומן, 'וקרב קץ', ניגון קידוש.

הודאה על העבר ובקשה על העתיד.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 2:42 pm
דורך רימנובער אייניקעל
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:די הזמנה צום חתונה פונעם רעבין זצ"ל
unnamed (1).png

אינטערסאנט אויב זיין זיידע רבי דוד'ל סקווירא האט א טייל גענומען ביי די חתונה ?
איז זיין אייגענע פאטער יא געווען?

אויב האט איינער א ידיעה דערונען זאל ער ביטע מעלדן .

ווי חברינו "רבניש" צייכנט צו אין די תולדות פונעם רבי'ן דא אין עולם ביצה ( הנקרא "איי וועלט" בלע"ז) , אז רבי מאיר'ל שאצער האט איינגעבעטן פאר די חתונה די מחותן רבי שלומקע פון סקווירא וועגן חתן מאל ,איז משמע אז די טאטע איז יא אנוועזענד געווען.

און אויב די זיידע רבי דוד"ל וואלט געווען דארטן וואלט ער פהראנדלט מיט אים .
אבער דאס זאג איך נאר בדרך אפשר , אויב איינער ווייסט אנדערשט זאל ער זיך ביטע אנרופען.

און די געלעגענהייט ,וויל איך אויסדרוקען פון טיפע'ן הארץ
א גרויסן דאנק פאר חברינו "רבניש" פאר זיין הערליכע ארבעט וואס ער האט צו געשטעלט דא און איבעראל

און א בקשה לעתיד , צו ליייגען נאך און נאך ארטיקלן פון די שרפי מעלה,
און איך וואונטש אים א ברכת הדיוט, נאך אסאך לאנגע געזונטע יארן .

געשריבן: מאנטאג ינואר 08, 2018 1:41 pm
דורך חמרא טבא
דער רבי זצ"ל ליידענט דעם עולם צום קידוש לרגל ס'געבורט פון א טאכטער
296a.jpg
296a.jpg (46.76 KiB) געזעהן 1953 מאל

געשריבן: מאנטאג ינואר 08, 2018 2:09 pm
דורך הסרפד
בתו הרבנית כ"ץ שנפטרה לפני כ-4 שנה

געשריבן: מאנטאג ינואר 08, 2018 3:18 pm
דורך רבניש
חמרא טבא האט געשריבן:דער רבי זצ"ל ליידענט דעם עולם צום קידוש לרגל ס'געבורט פון א טאכטער
296a.jpg

אין אידיש שטייט נישט דיער יאר נאר אין אנגלית
א שיינער איינלאדונכג צעטיל פאר יענע יארן
איך דענק נאך אין מיינע צייטן געשריבענע

געשריבן: מאנטאג ינואר 08, 2018 10:28 pm
דורך נחום וואהלינער
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:דאס זאגען 'קץ' האט ער אהן געהויבן נאך זיין טאטע איז געקומען צו איהם אין חלום, לויט וואס איך געדענק פון 'פקודת אלעזר'.

ווי זאגט די וועלט בלוט איז נישט וואסער .

די מעשה גייט אז די טאטע איז איהם געקומען אין חלום זאגן אז ער קען שוין זאגן וקרב קץ.... האט ער פארשטאנען אז ער דארף צו זאגן קדיש.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:50 am
דורך לכאורה
רבניש האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:ממלא מקומו נכדו הגה"צ רבי שלום מאיר שליט"א מפאלטישאן

האדמו״ר רבי שלום מאיר הוא חתן?

רבי דוד משה מ'קרעטשניף (רחובות) זצ"ל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2018 1:58 pm
דורך שמואל בארג
רבניש האט געשריבן:אינטערסאנטער שמועס צווישן סאטמאר רב מיטן פאלטישאנער רבי


בנוגע דעם שמועס, האב איך געזען אין ספר 'יאשר בארץ' פון הר"ר אשר ישעי' מענדלאוויטש ע"ה, אז דער פאלטיטשאנער רבי האט אים געזאגט אז זינט ער האט געזען די ווערטער אין דעם סידור, האט ער מער נישט געוואלט קוקן דערין, אבער נאכדעם וואס דער סאטמאר רב האט געזאגט אז ס'איז נישט קיין אפיקורסות, האט ער שוין דאס ווידער גענוצט.

אויך ברענגט ער דארט אן אינטערעסאנטער עובדא (אינטערעסאנט מיין איך מיטן עס דרוקן...), אז א רב גאון וצדיק ז"ל האט אים אמאל געפרעגט אז היות ער פארט אויף אר"י, וויל ער וויסן אויב ער מעג גיין צום כותל, האט אים דער פאלטיטשאנער רבי גענטפערט 2 זאכן, איינס, אין בי"ד יוכל להתיר אא"כ מרובה בחכמה ובמנין, און היות דער סאטמאר רב האט געזאגט אז מ'זאל נישט גיין, קען מען דאס נישט מתיר זיין, צוויי, ווייל איר וועט מען נישט קענען מער וואוינען אין וויליאמסבורג...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 27, 2018 2:02 pm
דורך זבחי צדק
דער סידור מיינט א ודאי 'סידור אוצר התפלות', איא?

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 5:26 pm
דורך shalsheles
היינט איז די יארצייט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:28 pm
דורך מיללער
שוין צייט צו האבן אן אשכול על חתנו הרב מפאלטיטשאן זצ"ל

דערווייל - הזמנה לברית מילה אצל בנו

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:46 pm
דורך farshlufen
זבחי צדק האט געשריבן:דער סידור מיינט א ודאי 'סידור אוצר התפלות', איא?

זיכער.

און דער אנדערער איז גראדע דערמאנט באשכולינו.

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 7:05 pm
דורך מיללער
תמונה יפה מהרב ר' ישראל אברהם שטיין מפאלטישאן זצ"ל עם בניו להבחל"ח, ר' מרדכי, ר' אפרים ור' יוסף משה שטיין שליט"א

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 12:38 am
דורך תרנגול
מיללער האט געשריבן:תמונה יפה מהרב ר' ישראל אברהם שטיין מפאלטישאן זצ"ל עם בניו להבחל"ח, ר' מרדכי, ר' אפרים ור' יוסף משה שטיין שליט"א

צ"ל יוסף שלום