רבי אלעזר טווערסקי זצ״ל - אדמו״ר מפאלטישאן - תרנ״ג - תשל״ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אלעזר טווערסקי זצ״ל - אדמו״ר מפאלטישאן - תרנ״ג - תשל״ו

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 1:46 am

כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגאון הקדוש שר התורה פאר מקדושים
רבי אלעזר טווערסקי זצ״ל
אדמו״ר מפאלטישאן


איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״ק רבי שלמה טווערסקי זצ״ל - מסקווירא. און צו זיין מאמען הרבנית הצדיקת בש״ק מרת פיגא ע״ה, בת הרה״ק רבי אריה לייביש רוקח ממאגרוב בן הרה״ק מהר״י מבעלזא זי״ע.

ביום כ״ט תשרי שנת תרנ״ג לפ״ק

ונכנס לבריתו של א״א על ברכי זקינו הרה״ק מהר״י מבעלזא זי״ע וקרא שמו בישראל ״אלעזר״ ע״ש זקינו רבי אלעזר רוקח זצ״ל אבדק״ק אמסטרדם ובסוף ימיו בעיה״ק צפת בעל ה״מעשה רוקח״

לאילנא רברבא - בצה״ק מרן מהרי״ד מבעלזא:
ער איז אויפגעוואקסן בבית זקינו הרה״ק ממאגרוב זצ״ל און בעיקר בבית דודו הרה״ק המהרי״ד מבעלזא זצ״ל ווי בעלזער רב האט אים מחשיב געווען ווי א אייגן קינד ממש.

דארט אין בעלזא האט ער בר מצוה געהאט. און שוין און זיינע בחורישע יארן איז ער געווארן מפורסם אלס א הייליגער בחור און אלס א מתמיד עצום, א בור סיד שאינה מאבד טיפה, ער האט געלערנט מיט אזא שקידה נפלא אז אפי׳ די גאר גרויסע לומדים האבן געהויבן זייערע ברעמען מיט וואונדער ווי א בחור אין די יארן זאל קענען אנגיין מיט אזא התמדה און מיט אזא עיון התורה אן א אפשטעל ממש, אלע מבינים האבן געזהן אז דער בחור איז א כוכב עולה בשמי החסידות א בחור כהלכה, שוין ביי די 15 יאר איז ער געווען מפורסם אלס א ת״ח מופלג א עמקן ומחדש נפלא און רוב סוגיות הש״ס איז שוין געווען שגור על לשונו. איינע פון זיינע חברותות אין בעלזא זענען געווען הרה״ק רבי נפתלי ווייס זצ״ל - הי״ד וואס איז שפעטער געווארן באקאנט אלס דער בילקע רב, בן הרה״ק החקל יצחק זצ״ל, וואס ער איז אויך געווען גאר בארימט בקדושתו וגודל התמדתו.

דודו הק׳ המהרי״ד האט געקוואלן ווי דער יונגער בחור ובנן של קדושים וואקסט און איז עולה במעלות הסולם, און אים גאר עקסטערע מחבב געווען, און בפרט האט ער גאר מחשיב געווען זיין התמדת התורה, ער פלעגט אים נישט לאזן צופיל שמוסן און רעדן מיט די פילע צדיקים וואס פלעגן קומען צום בעלזער הויף זיך ווייקן, זאגענדיג אז דיין התמדת התורה איז פיל מער וויכטיגער און ממילא זאלסטו נישט מפסיק זיין פאר שמוסן, איין אויסנאם האט אים דער בעלזער רב יא געמאכט דאס איז געווען מיט הגה״ק בעל ״ערוגת הבשם״ זצ״ל.

ברוכה את לה׳ בּתּי - נשיאיו:
אנהייב שנת תרס״ט איז ער געקומען בקשרי החיתון מיט בת הגה״ק רבי מאיר מאסקאוויטש זצ״ל - משאץ. הרבנית הצ׳ רבקה רחל. דער שאצער רבי אויסער זיין גרויסקייט בצדקות איז געווען אויך תורה וגדולה, ער האט צוגעזאגט צו געבן גאר א גרויסן נדן כדי צו באקומען אזא חתן פאר אן איידעם.

די חתונה איז פארגעקומען י׳ אלול שנת תר״ע און שאץ וואס איז אין בוקעווינע, פאר די חתונה האט דער שאצער רבי געזאגט פארן מחותן רבי שלמה׳קע מסקווירא אז היות ער איז טאקע מגזע טשערנאביל ווי עס איז איינגעפירט דער מנהג פון מאכן א ״חתן מאהל״ אבער דא אין דעם געגענט וואוינען פילע עמי הארצים, וואס ווען זיי וועלן זעהן אז ביי די גרויסע רעביס מאכט מען אזאנס וועלן זיי דאס נאך מאכן אויף אן אופן פרוץ וגס, און ער קען נישט נעמען די אחריות אויף זיך פון די תוצאות פון אזא מנהג, נאר אויב ער וויל עס נעמען אויף זיין אחריות דאן איז ער מסכים צום ״חתן מאהל״ פארשטייט זיך אז דער מחותן האט פארשטאנען דעם גערעכטיגקייט אין מסכים געווען עס זאל נישט זיין קיין ״חתן מאהל״

דארט אין שאץ האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש בהתמדה גדולה ווי מען האט געהערט זיין קול תורה מאשמורת הבוקר ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן, ער האט זיך דארט אויך געפינען א פאסיגע חברותא זיין שוואגער הרה״ק רבי שלום מאסקאוויטש זצ״ל - רב ואב״ד דעיר שאץ בו בזמן. ווי זיי זענען ביידע געזיצן ביחד על התורה והעבודה.

צהלי ורוני יושבת פאלטישאן:
די שטאט פאלטישאן וואס איז אין מאלדעווע איז געווען א חשובער שטאט עיר מלאה חסידים ואנשי מעשה. איינע פון די פריערדיגע רבנים דארט איז געווען הגה״ק רבי יעקב יצחק וואהרמאן זצ״ל חותן חתנו פונעם פאלטישאנער רבי זצ״ל, וואס האט דארט געפירט א חסידישן הויף און מתנהג געווען באדמורת, ער האט געהאט דארט פילע חסידים וואס זענען דארט פארבליבן, זיי האבן געזיכט א פאסיגן רבי ומנהיג להאיר את אור החסידות, זיי האבן דיך דערוויסט אז זייער אלטער רב האט אן אייניקל ראוי לכך, האבן זיי איינגעליידענט דעם רבין ער זאל קומען דארט משמש זיין באדמורת, דער רבי האט גענומען אין באטראכט אז היות ער איז בטבעו א שוואכער מענטש וואס האט געליטן אויף מיחשים ע״כ האט ער זיך זייער צוגעכאפט צו דעם אנבּאט, היות וואג דארט איז די לופט געווען פיל בעסער און געזונטער צווישן די בערג און וועלדער וועט אים זיין אביסל לייכטער די יסורים, זיי האבן צוגעשטעלט א שיינע הויז מיט א שיין ביהמ״ד רחבת ידים, און די רבי אריבער אהין קיין פאלטישאן און אנגעהויבן פירן זיין חסידישן הויף בעוז ובגבורה פאר א שיינע אפשניט פון יארן.

אשר הגלתה לבוקארעסט:
ביקש הצדיק לישב בשלווה דארט אין פאלטישאן, אבער קפצה עליו רוגזו של יסורים, עס האט פאסירט אז דער מצב הבריאות פון הרבנית איז געווארן געפערליך זי האט געליטן ה״י פון א בלוט שטרוץ און איז געליגן רח״ל פאלאזירט, און די גאנצע ווערשאפט איז געווארן אויס ביז יעצט האט דער רבי געקענט זיצן און לערנען רואיג על מי מנוחות, אבער יעצט מיט די מצב פון הרבנית איז אלעס געקומען צו אן אפשטעל, (פאר אלע יארן איז די רעבעצין אזוי פארבליבן ווי די רבי דער קדוש געט זיך אליינס אפ מיט איר מיט זיינע העכערע מידות החסד, נישט קוקענדיג אויף זיין טייערע הייליגע צייט און כבוד) די רבי האט געמוזט גיין וואוינען קיין בוקארעסט אין ראמעניע ווי די צוטריט צו רפואה און דאקטוירים איז געווען מער, די רבי האט גענומען דעם וואנדער שטעקן אין זיך דארט באזעצט, און האט ווייטער געפירט זיין הויף כימי קדם ווי אידן האבן זיך דערווארעמט מיטן אש קודש.

אבער מאת ה׳ היתה לפליטה ולהצלה, אז מעז יצא מתוק דורך דעם איז די רבי געראטעוועט געווארן פון די נאצישע לאנגע נעגל, און איז אריבער די מלחמה מיט די ראמענישע פארהאלטענסמעסיגע גאנץ רואיגע לאגע אין די מלחמה יארן.

פתח לבנון דלתיך:
אין יענע תקופה פון די שווערע מלחמה יארן איז דאס הויז פון רבין געווען פתוח לרווחה ווי טויזענטער אידישע קינדער זענען אנטלאפן אריבער דעם גרעניץ קיין ראמעניע זיך צו ראטעווען פון די נאצישע נעגל, די רבי האט אריינגענומען פילע געסט/פליטים און ער אליינס זיי פארזארגט מיט עסן און שלאפן און צידה לדרך אויף ווייטער, פילע צדיקים רבנים זענען אויך דאן דורך, ובניהם ש״ב הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל בעתן אנטלויפן ארויף קיין א״י האט ער געדארפט דורך פארן ראמעניע איז ער דארט איינגעשטאנען פאר איין נאכט מיטן ברודער הגה״ק מבילגרייא זצ״ל.

זכתה אמעריקא - הוא הודה הוא זיווה הוא הדרה:
בחודש אב תש״ט איז די פאלטישאנער רבי נאך א שווערע רייזע מיט זיין רעבעצין במצב בריאותו אנגעקומען צום האפן פון נוי יארק, ווי א שיינער צאל אידן האבן אים אפגעווארט מיט א ווארימען קבלת פנים. ער האט זיך באזעצט אין די שטאט בארא פארק, ווי דעם רבינס חסידים האבן אים מסדר געווען א דירה וביהמ״ד קודם דאס אלטע סקווירא ביהמ״ד וואס איז דאן געווארן ליידיג ווי דער סקווירא רבי האט זיך דאן געצויגן קיין וויליאמסבורג, און שפעטער אויף די 49 גאס ווי די רבי האט געפירט אלע יארן.

אני תורתך שעשעתי - כמוצא שלל רב:
דא אין אמעריקא האט דער פאלטישאנער רבי ווייטער ממשיך געווען בד׳ אמותיו של עבודה בקדושה ובטהרה ושמו הטוב הולך לפניו כפועל ישועות צדיק ונשגב.

די רבי איז געזיצן יומם ולילה ימי החול, שבת ויו״ט, אין זיין באשיידנעם ספרים צימער וואס איז געווען איבערגעפילט מיט אלע ספרי קודש פון אויבן ביז אראפ דארט האט ער עוסק געווען מיט א געוואלדיגע יגיעת התורה בעיקר בנגלת התורה, ש״ס ופוסקים, טור, ושלחן ערוך, רמב״ם, און אזוי אויך די אלע שטארקע לומדות ספרי קודש ווי קצות החושן, נתיבת המשפט, מנחת חינוך, אלעס איז געווען שגור על לשונו, און פארשטייט זיך אויך ספרי חסידות וקבלה.

כל מכמני התורה איז געווען אויסגעקריצט על לוח ליבו אלע מסכת הש״ס מיט די דברי רש״י ותוס׳ אויפן דף מיט א גרינטליכקייט, אלע מפרשי התלמוד אויף יעדע סוגיא מיט אלע ראשונים ואחרונים אלעס איז געווען ביי אים אין מח מיט א פליאה׳דיגן בקיאות, דער טור ושו״ע ונושאי כליהם האט ער געדענקט אויף אויסווייניג פונעם סימן ביז יעדן סיעף קטן, ספרי שאלות ותשובות מיט שווערע ספרי פלפול האט ער געקענט דעם גאנצן תוכן, אפי׳ די צורת הדפים פון רוב ספרים האט ער געדענקט אויף אויסווייניג מגודל היגיעה וכח הכשרון וואס ער האט געניצט און קאנצערטרירט בלויז פאר תורה הק׳.

בנוסף צו זיין געוואלדיגע התמדה איז דער פאלטישאנער רבי געווען א עובד ה׳ במסירת נפש נישט קוקענדיג אויך זיין שוואכן גוף, ער האט פיל מרבה געווען בסיגופים און תעניתים נאך אין די יונגע יארן און ווען ער האט שוין יא געגעסן איז עס געווען ממש פת במלח ומים במשורה, אזוי אז במשך הזמן זענען זיינע בני מעיים מיט די צייט שוואך געווארן אז סהאט נישט געקענט פארדייען דאס עסן ווי געהעריג, און פון דאן האט ער פיל געליטן פון דעם.

ביים שלאפן דאס ביסל וואס ער פלעגט שלאפן איז אויך געווען באופן סיגוף גדול, און יעדע זאך ווי מהאט נאר געקענט מונע זיין עפעס א דאכט פון הנהת עולם הזה האט ער דאס אויסגעמיטן, אזוי לדוגמא ער פלעגט שטארק ליידן אויף א מיחש אויף די הויט יואס האט אים פארשאפט יסורים עמכ״ז האט ער קיינמאל זיך נישט געקראצט אפי׳ סהאט געביסן געפערליך.

ה׳ אוהב צדיקים:
אלע גדולי ישראל האבן געזהן אין פאלטישאנער רבין א פארצייטישער צדיק וקדוש, עובד ה׳, ירא אלוקים, ופועל ישועות, און האבן גאר שטארק געהאלטן פון אים און מעריץ געווען ארויסווייזענדיג א ספעצילע אהבה עזה, און געוואלט באקומען ברכותיו מפה קדשו.

בראש וראשון ווער סהאט ארויסגעוויזן א שעצונג און אהבה פאר אים פיל מער ווי זיין סדר, איז געווען הרה״ק מסאטמאר זצ״ל, וואס אזא סארט קשר ידידות עם כ״כ הערצה באופן מיוחד האט מען נישט געזהן ביי אים לגבי אנדערע צדיקים. פיל איז דא מימרות פונעם סאטמאר רב איבערן פאלטישאנער רבין׳ס גדלות בתורה וקדושה.

ווי אויך די אנדערע גדולי ישראל וואס האבן אים גאר מחשיב געווען ווי:
דודו (אחי אביו) הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל
הרה״ק רבי מרדכי שלמה מבאיאן זצ״ל
הרה״ק רבי אליעזר זוסיא מסקולען זצ״ל - וואס האט אנגעהויבן פירן אדמורת בפקודת פונעם פאלטישאנער רבי׳ן אין ראמעניע. איז געווען א חסיד כאחד מן השורה פונעם רבין.

תורותיו הק׳ נדפס בשני כרכים בספר ״פקודת אלעזר״ וגם תולדות הצדיק באריכת נפלא.
אלע יארן האט ער נישט געהאלטן פון אפשרייבן זיינע תורת ער האט געזאגט אז סיז ביטל תורה, סוף ימיו האט ער אמאל שטייענדיג ביים שאפע זיכענדיג א געוויסע תשובה אין שו״ת מהרש״ם און קוקענדיג אזוי אויף די פילע בענדער האט ער זיך אויסגעדריקט ווען איך שרייב ווען מיינע חידושים וואלט עס געווען נאך מער... האט אים דער אייניקל געפרעגט אבער איך האב דאך פילע מאל געוואלט אפשרייבן די תורה׳ס נאר די זיידע האט נישט געלזאט.. האט ער אים געזאגט ״אמאל האב איך טאקע אזוי געהאלטן... אבער היינט האלט איך שוין אנדערש״.... וחבל!

נסתלק לגזני מרומים בכ״א תמוז שנת תשל״ו

ומנוחת כבודו בחלקת קהל פאפא בנוי דזערסי.
ציווה לכתוב על המצבה שהיה כבן חביב אצל דודו המהרי״ד מבעלזא זצ״ל - וגם צוה שלא לבנות אוהל על קברו כמנהג בית בעלזא.

בנו יחידו: מ״מ הרה״צ רבי אברהם שמואל זצ״ל - אדמו״ר מפאלטישאן
חתניו: הגה״צ רבי ישראל אברהם שטיין זצ״ל - אבדק״ק פאלטישאן.
והגה״צ רבי אהרן ארי׳ כ״ץ זצ״ל - אב״ד קהל בית אהרן בפלעטבוש.

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 9:36 am

ציון של כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן זצ"ל בחלקת פאפא
צוגעלייגטע
פאלטישאן.jpg
פאלטישאן.jpg (194.04 KiB) געזעהן 1649 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 10:11 am

הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל
איז ביי אים מקוים געווארען בכל תוקף
איך געדענק ווען הורי ע"ה האבען זיך אריינגעצויגען קיין ב"פ און א"א איז געגאנגען
דאווענען ליל ש"ק נור איין מאל ער האט נישט געקענט צוקיקן צו די נעבעכדיגע סביבה

קהל פאפא פלעגט אים לאדענען אויף שבתות

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 10:27 am

אויך בנו איז געווען א מדוכא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 10:35 am

זעה איך אויפן זונס מציבה שטייט שוין יא ״צדיק״ אויפן טאטן, אפי׳ עס שטייט ציוה שלא לכתוב עליו תואר צדיק.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17082
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 10:53 am

מצבת הרבנית בוועלוואד חל' הסתדרות האדמורי"ם
צוגעלייגטע
4037.jpg
4037.jpg (150.4 KiB) געזעהן 1609 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17082
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 10:54 am

רבניש האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל
איז ביי אים מקוים געווארען בכל תוקף
איך געדענק ווען הורי ע"ה האבען זיך אריינגעצויגען קיין ב"פ און א"א איז געגאנגען
דאווענען ליל ש"ק נור איין מאל ער האט נישט געקענט צוקיקן צו די נעבעכדיגע סביבה

קהל פאפא פלעגט אים לאדענען אויף שבתות


איך ווייס נישט צו סיז געווען מזל אדער סתם איז ער נישט געווען אינטערסירט צו האבן.

אין די תולדות הענגן זיי עס אן אין די מצב פון הרבנית וואס איז געווען ליידער פאלאזירט דאס האט אים געהאלטן צוגעבינדן תמיד צו איר בעט, און נישט געהאט די מעגליכקייט צו טון וואס מעדארף באדמורת

און די 16 יאר נאכדעם?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 11:09 am

דא האט איינער געברענגט א בילד פון די מלחמה יארן אין בוקארעסט וואו מ'זעהט דעם רעבין מיו די וויזניצער און בוהושער רבי'ס
צוגעלייגטע
IMG_0049%2520%2528Custom%2529%2520%25282%2529.jpg
IMG_0049%2520%2528Custom%2529%2520%25282%2529.jpg (16.56 KiB) געזעהן 1592 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 11:31 am

מיר האבן פארגעסן אריינצושטעלן איינע פון די גרויסע רבנים מגדולי הדור, וואס האבן אים אויסנאם געשעצט און געווען ממש מחסידיו.

איז געווען דער פאפא רב זצ״ל, ווי דער פאלטישאנער רבי פלעגט קומען צוויי מאל א יאר אויף שבתים קיין וויליאמסבורג און פירן אין פאפא ביהמ״ד אין דער פאפא רב פלעגט זיך פירן ממש ווי נאר דער בעל אכסניא, בכלל נישט ווי דער מרא דאתרא

א דוגמא פלעגט דער פאפא רב פלעגט אליינס צושניידן די חלה פונעם פאלטישאנער רבין אויף שטיקלעך נאך די המוציא און צעטיילן די שיריים ווי דער גבאי, און פלעגט אויפנעמען די מענטשען וואס זענען געקומען צום טיש, און געמאכט פלאץ און אליינס מסדר די רבנים אויפן אויבן אן.

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 11:45 am

ממלא מקומו נכדו הגה"צ רבי שלום מאיר שליט"א מפאלטישאן
צוגעלייגטע
האדמור-מפאלטישאן-בציון-זקנו-רבי-אלעזר-מפאלטישאן-11.jpg
האדמור-מפאלטישאן-בציון-זקנו-רבי-אלעזר-מפאלטישאן-11.jpg (169.71 KiB) געזעהן 1556 מאל

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 12:51 pm

רבניש האט געשריבן:
ווי אויך די אנדערע גדולי ישראל וואס האבן אים גאר מחשיב געווען ווי:
דודו (אחי אביו) הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל
הרה״ק רבי מרדכי שלמה מבאיאן זצ״ל
הרה״ק רבי אליעזר זוסיא מסקולען זצ״ל - וואס האט אנגעהויבן פירן אדמורת בפקודת פונעם פאלטישאנער רבי׳ן אין ראמעניע. איז געווען א חסיד כאחד מן השורה פונעם רבין.

מהיכי תיתי?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 7:04 pm

יערסלוב האט געשריבן:ממלא מקומו נכדו הגה"צ רבי שלום מאיר שליט"א מפאלטישאן

האדמו״ר רבי שלום מאיר הוא חתן?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

האדמו״ר מפאלטישאן זצ״ל

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 7:05 pm

הרבי מפאלטישאן זצ״ל
צוגעלייגטע
IMG_2039.JPG
IMG_2039.JPG (292.27 KiB) געזעהן 1483 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 7:06 pm

גייענדיג צו א חופה ביי איינע פון די אייניקלעך בני חתנו הגה״צ רבי ישראל אברהם שטיין זצ״ל.
צוגעלייגטע
IMG_2043.JPG
IMG_2043.JPG (286.57 KiB) געזעהן 1482 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 7:08 pm

בריקוד אש קודש ביי א חתונה
צוגעלייגטע
IMG_2041.JPG
IMG_2041.JPG (559.87 KiB) געזעהן 1481 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:09 am

רבניש האט געשריבן:הרבי מפאלטישאן זצ״ל

לפי"ז איז דער רבי לינקס אויך דער פאלטיטשאנער רבי זצ"ל?
צוגעלייגטע
אשכנזי-פיינשטיין.jpg
אשכנזי-פיינשטיין.jpg (81.98 KiB) געזעהן 1431 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:11 am

רבניש האט געשריבן:גייענדיג צו א חופה ביי איינע פון די אייניקלעך בני חתנו הגה״צ רבי ישראל אברהם שטיין זצ״ל.

חתנו הרב מפאלטישאן ז"ל כאפט אן דעם שווער, ווער איז,דער מחותן העומד מצד שמאל של החתן? און נאך אים מיט די ווייסע זאקן?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 9:10 am

אויף די בילדער פון רבניש קוקט ער אויס אביסל ווי הגר"י מדזיקוב.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:38 am

מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הרבי מפאלטישאן זצ״ל

לפי"ז איז דער רבי לינקס אויך דער פאלטיטשאנער רבי זצ"ל?

נאוי! דער קוקט בכלל נישט אויס ווי דער פאלטישאנער רבי, עפעס גאר אן אנדער צורה

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:42 am

מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:גייענדיג צו א חופה ביי איינע פון די אייניקלעך בני חתנו הגה״צ רבי ישראל אברהם שטיין זצ״ל.

חתנו הרב מפאלטישאן ז"ל כאפט אן דעם שווער, ווער איז,דער מחותן העומד מצד שמאל של החתן? און נאך אים מיט די ווייסע זאקן?

וואו ס'קוקט אויס איז דאס ביי די חתונה פון רבי יאסל שטיין שליט"א אב"ד פאלטיטשאן אין בענסענהוירסט ווייל די מחותן איז לכאורה זיין שווער אב"ד קערעסטיר ב"פ זצ"ל

אינגאנצן לינקס איז רבי אהרן ארי' כ"ץ זצ"ל חדב"ן רבי אלעזר
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:44 am

חמרא טבא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:גייענדיג צו א חופה ביי איינע פון די אייניקלעך בני חתנו הגה״צ רבי ישראל אברהם שטיין זצ״ל.

חתנו הרב מפאלטישאן ז"ל כאפט אן דעם שווער, ווער איז,דער מחותן העומד מצד שמאל של החתן? און נאך אים מיט די ווייסע זאקן?

וואו ס'קוקט אויס איז דאס ביי די חתונה פון רבי יאסל שטיין שליט"א אב"ד פאלטיטשאן אין בענסענהוירסט ווייל די מחותן איז לכאורה זיין שווער אב"ד קערעסטיר ב"פ זצ"ל

אינגאנצן לינקס איז רבי אהרן ארי' כ"ץ זצ"ל חדב"ן רבי אלעזר

יא איר האט רעכט!

נאך דעם קערעסטירער מחותן איז הרה״צ רבי מאטל שטיין שליט״א

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:47 am

אין דעם בילד ווי די רבי טאנצט ביי א חתונה ביים אלף פון אייוועלט זעהט מען אביגדור יאקאבאוויטש ע״ה זיך שטיפן

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:47 am

אינטרעסאנט איז נאר אז די אבי הכלה שטייט בדר"כ צו די לינקע האנט
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:55 am

חמרא טבא האט געשריבן:אינטרעסאנט איז נאר אז די אבי הכלה שטייט בדר"כ צו די לינקע האנט

שוין ערווענט כמה פעמים אז צומאל זענען די אלטע פילם בילדער פארדרייט

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:56 am

א נענטערן בליק אויפן פאלטישאנער רבינס הייליגע צורה
צוגעלייגטע
IMG_2040.JPG
IMG_2040.JPG (526.01 KiB) געזעהן 1342 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט