רבי יצחק הוטנער זצ״ל - ר״י חיים בערלין - תרס״ו - תשמ״א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי יצחק הוטנער זצ״ל - ר״י חיים בערלין - תרס״ו - תשמ״א
[align=center]הגאון הגדול סיני ועוקר הרים מגדולי התורה באמעריקא
רבי יצחק הוטנער זצ״ל
ראש ישיבת חיים בערלין
בעל ״פחד יצחק״[/align]
איז געבוירן צו זיין טאטען הרב חיים יואל ז״ל
אדר שנת תרס״ו
און שטאט ווארשא פוילן
זיין טאטען איז געווען א ליטוויש אפשטאמיגער, און מצד זיין מאמע זענען זיי געווען גורער חסידים.
ער איז געווען א תלמיד פונעם סבא מסלובודקא הגאון רבי אליעזר יודא פינקל זצ״ל, ווי ער האט געלערענט אין די סלובודקא ישיבה אין קובנע, ווי ער איז געווען בארימט אלס דער עילוי הישיבה.
שפעטער בשנת תרצ״ה איז ער ארויף קיין ארה״ק לערנען אין די ניי געגרינדעטע ישיבה אין חברון.
ער האט פונקט אויסגעמיטן די חברונער פראגראם זייענדיג אין ירושלים יענע וואך.
יענע תקופה האט ער זיך גערופן א תלמיד פון רב קוק, און געלערנט זיין דרך הלימוד, למעשה שפעטער ווען איז ער שוין געווען א חבר פון די אגודת ישראל און דער ראש פון די מועצת גדולי התורה אין אמעריקא האט ער זיך גענצליך אפגעשאקלט פון אים, און אין זיינע ספרים איז נישטא איין מימרא פון רב קוק, אויך די הסכמה וואס ער האט באקומען פאר איינע פון זיינע ספרים (תורת הנזיר) האט ער שפעטער משמיט געווען, (עס פלעגט הענגן א בילד פון רב קוק אין זיין סוכה שפעטער האט ער דעם בילד פארטוישט מיט הייליגן חזון איש זי״ע.)
בשנת תרפ״ט נאכן חברונער פראגראם איז ער געגאנגען קיין בערלין אין יוניווערסעטי ער איז דירעקט נישט געגאנגען צו באקומען קיין שום דעגרי נאר געוואלט לערנען געוויסע קענטעניסן און מאטריאלן וואס איז דארט צוגשעטעלט געווארן. יענע תקופה האט ער זיך באקענט מיט כ״ק אדמו״ר רמ״מ שניאורסאן זצ״ל, און רב י.י סאלווייטשיק שפעטער אין ישיבה יוניווערסעטי.
דארט האט ער ארויס געגעבן זיין ערשטן חיבר ״תורת הנזיר״ עמ״ס נזיר מיט הסכמות פון די גדולי ישראל ווי הגה״ק רבי חיים עוזר זי״ע. ועוד
בשנת תרצ״ב האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית מאשע לבית ליפשיץ, אן אמעריקאנער געברוירענער די חתונה איז געווען אין ווארשא, נאך די חתונה האבן זיי זיך באזעצט אין ארה״ק.
בשנת תרצ״ה איז ער געגאנגען וואוינען קיין אמעריקא זיך באזעצענדיג אינעם ברוקלינער חלק פון נוי יארק, ער איז געווארן אויפגענומען אלס א מגי״ש אין ישיבת רבי יעקב יוסף, דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלס מנהל בישיבת ״חיים בערלין״ אין דעם ניי צוגעלייגטע אפטיילונג פאר די עלטערע בחורים וואס איז גערופן געווארן מיטן נאמען ״מתיבתא רבינו חיים בערלין״ שפעטער איז ער געווארן ״ראש ישיבת חיים בערלין איבער די גאנצע ישיבה.״
אלס משגיח רוחני האט ער דאן אויפגענומען אן אנדער גרויסער סלובודקער תלמיד הגאון הצדיק המפורסם רבי אביגדור מיללער זצ״ל. ווי ער האט געדינט פאר א וויילע (ביז די ישיבה האט זיך געצויגן קיין פאראקוועי האט זיך רבי אביגדור אפגעזאגט ער האט נישט געוואלט דעם טילטול הדרך פון זיין טייערע צייט יעדן טאג)
רב הוטנער האט למעשה אוועקגעשטעלט די מתיבתא חיים בערלין פון א רעלאטיוו קליינע ישיבה צו א גרויסע ישיבה ווי ער געצויגן מיט זיין אראטארישן כח הונדערטער תלמידים און איז צעוואקסן פאר א גרויסע תורה פעסטונג בשעתו. און ער איז געווען מפורסם איבעראל מגדולי הראשי ישיבות ומגדולי התורה באמעריקא.
רב הוטנער איז געווען א שטארק כאריזמאטישער גדול בארימט מיט זיין געוואלדיגע קלוגשאפט און שארפקייט/חכם הארזים, און איז געווען א געמיש פון א חסיד מיט א חסידישען ברען ביז א טיפן ליטווישן און פיליסופישן דרך הלימוד.
אפי׳ וואס רב הוטנער האט געהאט א שטיקל קאנטערווערסיאל שיטה פון לערנען לימודי חול צוזאמען מיט די לימודי קודש (ער האט פראבירט צו גרינדן אזא שטיקל היימישע קאלעדזש וואס מזאל לערנען לימודי חול און געוויסע פאכן במסגרת המתיבתא וואס איז אבער נישט צושטאנד געקומען צוליב די גרויסע התנגדות פונעם ראש ישיבה מרן הגה״ק מהר״א קוטלער זצ״ל) דאך איז ער געווען אנגענומען איבעראל אלס איינע פון די גדולי אמעריקא זייענדיג א פלאם פייערדיגער חסיד/ליטוואק.
און טראץ זיין מיינונגס פארשידענהייט בענין זה האט ער דאך געהאט זיינע שארפע גדרים ווי למשל ער האט בשום אופן נישט געלאזט זיינע תלמידים גיין צו די שיעורים פון רב סאלווייטשיק (Rabbi JJ) טראץ וואס ער איז געווען מיט אים באפריינדעט פון די פריערדיגע יארן.
רב הוטנער האט איינגעפירט חסידישע מנהגים ביי זיך אין די ישיבה ווי פירן א טיש פרייטאג צונאכט מיט די בחורים ווי מעהאט געזינגען און פארברענגט בצוותא חדא מיט ווארימע ניגונים, און געזאגט ווארימע דברי תורה בסוגיא און תורת החסידות צוזאמען, און יומא דפגרא האט מען געטאנצן מיט חסידישע געטענץ ביז אין די שפעטע פארטאגס שטונדען.
די חסידישע הנהגות האט פארמירט איז די תלמידים ארום דעם ראש ישיבה איז געווארן מער ווי א רבי מיט חסידים פון איין זייט, און סגעווען תלמידים וואס האבן זיך אפי׳ אנגעטון דעם חסידישן לבוש אזוי ווי זייער רבין.
דער ראש ישיבה איז געווען פון די געפאנגענע ביי די באקאנטע פליגער היידזשעק אין שנת תש״ל ווי א מוסלמישע טעראריסטישע גרופע האט פארשלעפט זיין פליגער וואס איז ארויסגעפארן פון אר״י קיין ירדן אלס א משכונות פריאוו מיטן אויסרייד צו באפרייען פּאלעסטיין.
סוף ימיו בשנת תשל״ט איז ער ארויף זיך באזעצן אין ירושלים עיה״ק.
עיקר ספרו המפורסמת הוא ספר ״פחד יצחק״
נסתלק כ׳ כסליו שנת תשמ״א - ונטמן בהר הזיתים חלקת הנביאים.
חתנו יחידו: הגאון רבי יונתן דוד דייוויד שליט״א - ראש ישיבת פחד יצחק - בהר נוף. נישא לביתו של רב הוטנער הרבנית ברוריה שתחי׳ - מנהלת סמניר בית יעקב בירושלים.
הגאון רבי אהרן שעכטר שליט״א ה׳ יאריך ימיו. מילא תפקידו כראש ישיבת חיים בערלין.

לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
אז ישיבת חיים בערלין איז מייוסד געווארען אלס א חלק פון ישיבת ר יעקב יוסף איז א באמבע חידוש
פון ווי נעמסט די דאס?
די די גרויסע ידענים
ווייסען נישט דערפין
פון ווי נעמסט די דאס?
די די גרויסע ידענים
ווייסען נישט דערפין
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
קיקיון האט געשריבן:אז ישיבת חיים בערלין איז מייוסד געווארען אלס א חלק פון ישיבת ר יעקב יוסף איז א באמבע חידוש
פון ווי נעמסט די דאס?
די די גרויסע ידענים
ווייסען נישט דערפין
ווי זעהסטו דאס שטיין?
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
קיקיון האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:ווי זעהסטו דאס שטיין?
אזוי האב איך פארשטאנען פון
ער איז געווארן אויפגענומען אלס א מגי״ש אין ישיבת רבי יעקב יוסף, דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלס מנהל אין דעם ניי צוגעלייגטע אפטיילונג פאר די עלטערע בחורים
ניי צוגעלייגטע אפטיילונג (פאר גרויסע בחורים) בישיבת ״רבינו חיים בערלין״
חסר כתיב
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
רבניש האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:ווי זעהסטו דאס שטיין?
אזוי האב איך פארשטאנען פון
ער איז געווארן אויפגענומען אלס א מגי״ש אין ישיבת רבי יעקב יוסף, דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלס מנהל אין דעם ניי צוגעלייגטע אפטיילונג פאר די עלטערע בחורים
ניי צוגעלייגטע אפטיילונג (פאר גרויסע בחורים) בישיבת ״רבינו חיים בערלין״
חסר כתיב
עז איז נישט א חסרון לא יוכל להימנות פארריכט עס איידער די באקומסט נאך ????????????????????????????
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
און אלץ א זייטיגע נאטיץ ״וויקיפידיע״ קענסטו טראסטן נאר מיט 50% !!
דאס הייסט אז רוב פון די אידישע פיגורן וויקיפידיע בלעטער ווערן געמאכט דורך אגענדע מענטשען, (בבר אילן) זיי קענען אויפבלאזן אזאך וואס איז למשל ווערד צו שרייבן איבער יענעם ארינטער 0 וועלן זיי עס מאכן פאר א לאנגס און א ברייטס כאילו דאס האט פארנומען יענעמס רוב חלק פון לעבן..! צא ובדוק.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
רבניש האט געשריבן:און אלץ א זייטיגע נאטיץ ״וויקיפידיע״ קענסטו טראסטן נאר מיט 50% !!
דאס הייסט אז רוב פון די אידישע פיגורן וויקיפידיע בלעטער ווערן געמאכט דורך אגענדע מענטשען, (בבר אילן) זיי קענען אויפבלאזן אזאך וואס איז למשל ווערד צו שרייבן איבער יענעם ארינטער 0 וועלן זיי עס מאכן פאר א לאנגס און א ברייטס כאילו דאס האט פארנומען יענעמס רוב חלק פון לעבן..! צא ובדוק.
כ'ווייס נישט אויב כוונתו פון רבניש איז אויף דאס וואס כ'גיי שרייבן אבער איך האב באמערקט אז אין די באשרייבונג ווערט נישט דערמאנט דאס וואס ער האט געהאט א שייכות מיט מרן הקוה"ט מסאטמאר זי"ע, און ווי באקאנט האט ער געזאגט די מימרא זיך באציענדיג אויף דעם וואס נח הא באקומען א ביס פונעם לייב, אז לכאורה וואס איז זיך דאס געקומען פאר נח נאכדעם וואס ער האט זיך אזוי געטריי אפגעגעבן מיט אלע חיות, נאר וואס דען היות דאס איז געווען די לעצטע לייב האט נח געדארפט מער אבאכט געבן, זאגנדיג אז מרן מסאטמאר זי"ע איז געווען די לעצטע לייב, ווער עס ווייסט עס מער בדיוק און איבער נאך פרטים איבער דאס שייכות מיט מרן מסאטמאר זי"ע איז מכובד אהער צו ברענגען
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
עס איז דא פון אים א געוואלדיגער מאמר איבער דעם וואס די ציונים רופן דעם לעצטן חורבן יהדות איירופא מיטן נאמען 'שואה', און מיט וואספארא בליק מיר דארפן קוקן, ווען מען לערנט, ליינען, איבער דעם גרויסן חורבן:
http://forum.otzar.org/download/file.php?id=13362
און אן אשכול דערוועגן דא:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=7428
http://forum.otzar.org/download/file.php?id=13362
און אן אשכול דערוועגן דא:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=7428
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
רבניש האט געשריבן:זיכער האב מיר נישט געמיינט דאס.
ווייל דער באשרייבונג קומט נישט פון קיין וויקיפידיע בלעטל וואס פאלט אייך איין אזאנס.
און צו דען א מימרא איבער א צדיק בימיו קומט אין א וויקי בלעטל?
לא הי' כוונתי על המימרא רק על עצם השייכות שהי' לו עמו, המימרא הוא רק בבחינת זייטיגע נאטיץ ודי.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
יין ישן האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:זיכער האב מיר נישט געמיינט דאס.
ווייל דער באשרייבונג קומט נישט פון קיין וויקיפידיע בלעטל וואס פאלט אייך איין אזאנס.
און צו דען א מימרא איבער א צדיק בימיו קומט אין א וויקי בלעטל?
לא הי' כוונתי על המימרא רק על עצם השייכות שהי' לו עמו, המימרא הוא רק בבחינת זייטיגע נאטיץ ודי.
ביי א סאטמארן (און אזוי ביי יעדן אנדערע חסיד) פארנעמט די עיקר ארט ווען איינער איז דבוק צו זיין רבין אבער אין אלגעמיין קומט דאס נישט און א וויכטיגע אינפארמאציע בלעטל. סאטמאר רב איז דאך נישט געווען רבו המובהק נאר נאך א צדיק פון וועם ער האט שטארק געהאלטן בדורו.
ער איז דאך געווען דבוק (גלויב איך) צו יעדן ערליכער איד, צוגלייך
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
רבניש האט געשריבן:ביי א סאטמארן (און אזוי ביי יעדן אנדערע חסיד) פארנעמט די עיקר ארט ווען איינער איז דבוק צו זיין רבין אבער אין אלגעמיין קומט דאס נישט און א וויכטיגע אינפארמאציע בלעטל. סאטמאר רב איז דאך נישט געווען רבו המובהק נאר נאך א צדיק פון וועם ער האט שטארק געהאלטן בדורו.
ער איז דאך געווען דבוק (גלויב איך) צו יעדן ערליכער איד, צוגלייך
פארוואס האסט די נישט ציגעצווכעט צו הספד מרן הרב שך זצ״ל על מרן הרה״ק מסאטמאר זצ״ל וואס די האסט מעתיק געווען
ער האט נישט געהאט קיין קשר מיט סאטמאר רב זי"ע און למעשה געטוען אנדערש אבער דאך געקענט זאגען גרויס
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
קיקיון האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:ביי א סאטמארן (און אזוי ביי יעדן אנדערע חסיד) פארנעמט די עיקר ארט ווען איינער איז דבוק צו זיין רבין אבער אין אלגעמיין קומט דאס נישט און א וויכטיגע אינפארמאציע בלעטל. סאטמאר רב איז דאך נישט געווען רבו המובהק נאר נאך א צדיק פון וועם ער האט שטארק געהאלטן בדורו.
ער איז דאך געווען דבוק (גלויב איך) צו יעדן ערליכער איד, צוגלייך
פארוואס האסט די נישט ציגעצווכעט צו הספד מרן הרב שך זצ״ל על מרן הרה״ק מסאטמאר זצ״ל וואס די האסט מעתיק געווען
ער האט נישט געהאט קיין קשר מיט סאטמאר רב זי"ע און למעשה געטוען אנדערש אבער דאך געקענט זאגען גרויס
פארשטיי איך נישט אייער קשיא.
אויב איז דאס די קשיא וואס איך מיין
דאן איז דער תירוץ אז איך ברענג דעם הספד נאר פארן רבותא של הענין אז אפי ער איז געווען אנדערש דאך האט ער געהאלטן באמת פונעם סאטמאר רב אז אן אדם גדול בענקים אין יעדן הינזיכט אפי׳ בנוגע קנאות.
און ווערט דען נישט ארויסגעברענגט דארט די גאנצע צייט אז ער איז געווען אנדערש
ממילא פארשטיי איך נישט פונקטליך אייער קשיא
אפשר זייט עס אביסל בעסער מסביר
הרב פסח קארב שליט"א א תלמיד מובהק פון רבי יצחק הוטטנער גיבט איבער אז מורו ורבו רבי יצחק הוטטנער האט געבען א הסכמה אויף ספרים נאר בתנאי אז דאס וועט זיין דער איינציגסטער הסכמה אויפ'ן ספר, אבער איינער האט א פראבלעם מיט דעם תנאי זאל ער נישט בעטן פון אים קיין הסכמה. דעריבער האבן ווייניג געבעטן פון אים א הסכמה.
ער זעלבסט - דערציילט הרב קארב - האט בשעתו נישט געוויסט פון דער תנאי, ווען ער האט געוואלט דרוקן זיין ספר 'תורת הפסח' האט ער צום ערשט געקומען ווי נאטירליך צו זיין מו"ר רבי יצחק הוטטנער פאר א הסכמה, ווען ער האט געהערט דעם תנאי, איז אים שלעכט געווארען, אבער ס'איז שוין געוועהן צו שפעט, אלס דרך ארץ האט ער געמוזט איינגעבען צום תנאי.
*
כל ימיו האט רבי יצחק הוטטנער מתאבל געווען אויף איבוד כתביו, דארט ביי דעם היידשעקינג וואב רבניש דערמאנט, ס'איז אים געגאנגען אזוי בנפשו, אז בלויז נאך עטליכע יאר איז קראנק געווארען פון דעם ביז צו זיין פטירה. ער האט מיטגענומען זיינע חידושים קיין ארץ ישראל כדי עס זאל דארט געדרוקט געווארען, חבל על דאבדין.
*
כידוע איז ער געווען שטארק דבוק בספרי מהר"ל מפראג, וואס דער השפעה דערפון איז שטארק מערקבאר אין די ספרי 'פחד יצחק'.
ער זעלבסט - דערציילט הרב קארב - האט בשעתו נישט געוויסט פון דער תנאי, ווען ער האט געוואלט דרוקן זיין ספר 'תורת הפסח' האט ער צום ערשט געקומען ווי נאטירליך צו זיין מו"ר רבי יצחק הוטטנער פאר א הסכמה, ווען ער האט געהערט דעם תנאי, איז אים שלעכט געווארען, אבער ס'איז שוין געוועהן צו שפעט, אלס דרך ארץ האט ער געמוזט איינגעבען צום תנאי.
*
כל ימיו האט רבי יצחק הוטטנער מתאבל געווען אויף איבוד כתביו, דארט ביי דעם היידשעקינג וואב רבניש דערמאנט, ס'איז אים געגאנגען אזוי בנפשו, אז בלויז נאך עטליכע יאר איז קראנק געווארען פון דעם ביז צו זיין פטירה. ער האט מיטגענומען זיינע חידושים קיין ארץ ישראל כדי עס זאל דארט געדרוקט געווארען, חבל על דאבדין.
*
כידוע איז ער געווען שטארק דבוק בספרי מהר"ל מפראג, וואס דער השפעה דערפון איז שטארק מערקבאר אין די ספרי 'פחד יצחק'.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
ישלהוסיף האט געשריבן:הרב פסח קארב שליט"א א תלמיד מובהק פון רבי יצחק הוטטנער גיבט איבער אז מורו ורבו רבי יצחק הוטטנער האט געבען א הסכמה אויף ספרים נאר בתנאי אז דאס וועט זיין דער איינציגסטער הסכמה אויפ'ן ספר, אבער איינער האט א פראבלעם מיט דעם תנאי זאל ער נישט בעטן פון אים קיין הסכמה. דעריבער האבן ווייניג געבעטן פון אים א הסכמה.
ער זעלבסט - דערציילט הרב קארב - האט בשעתו נישט געוויסט פון דער תנאי, ווען ער האט געוואלט דרוקן זיין ספר 'תורת הפסח' האט ער צום ערשט געקומען ווי נאטירליך צו זיין מו"ר רבי יצחק הוטטנער פאר א הסכמה, ווען ער האט געהערט דעם תנאי, איז אים שלעכט געווארען, אבער ס'איז שוין געוועהן צו שפעט, אלס דרך ארץ האט ער געמוזט איינגעבען צום תנאי.
*
כל ימיו האט רבי יצחק הוטטנער מתאבל געווען אויף איבוד כתביו, דארט ביי דעם היידשעקינג וואב רבניש דערמאנט, ס'איז אים געגאנגען אזוי בנפשו, אז בלויז נאך עטליכע יאר איז קראנק געווארען פון דעם ביז צו זיין פטירה. ער האט מיטגענומען זיינע חידושים קיין ארץ ישראל כדי עס זאל דארט געדרוקט געווארען, חבל על דאבדין.
*
כידוע איז ער געווען שטארק דבוק בספרי מהר"ל מפראג, וואס דער השפעה דערפון איז שטארק מערקבאר אין די ספרי 'פחד יצחק'.
גראדע געפעלט מיר זייער דעם רעיון פון זיין דער איינציגסטער בעל הסכמה אויף א ספר, סיז א גוטער און שטארקער קלוגער פרינציפּ!
ווייל ווער ווייסט דען מיט וועם נאך דער מחבר וועט דיך צאמשטעלן, און אזוי אז ער איז דער איינציגסטער נעמט ער דעם פולען אחריות אויפן ספר, איך גלויב אז מיט אזא תנאי איז רבי יצחק איבערגעגאנגען דעם גאנצן ספר און געמאכט זיכער אז אלעס איז לפי רוחו ודעותיו.
ווייל למעשה הסכמות אויף א ספר איז געווענדליך נאר אזא סטייליש זאך צו שטעלן וואס מער און האט נישט גארנישט מיטן עצם מסכים זיין צום
-----
ספרו ״פחד יצחק״ איז באופן כללית אויפן מהלך המהר״ל מפראג