רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלברשטאם זצ״ל מסטראפקוב - ו׳ כסלו תשנ״ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלברשטאם זצ״ל מסטראפקוב - ו׳ כסלו תשנ״ה

תגובהדורך רבניש » זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:48 am

כ״ק מרן האדמו״ר הרב הגאון הצדיק בנן של קדושים
רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלברשטאם זצ״ל
מסטראפקוב - ירושלים



איז געבוירן ד׳ ניסן שנת תרס״ח לאביו הרה״צ רבי ישכר דוב ליפשיץ (נכד הארי דבי עילאה) און צו זיין מאמען הרבנית בילא א טאכטער פון הרה״ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זי״ע, בן מרן הרה״ק ה״דברי יחזקאל״ זי״ע, בן מרן הרה״ק ה״דברי חיים מצאנז זי״ע.

ער האט געלערענט ביי הגה״ק רבי יוסף אלימלך כהנא אב״ד ור״מ אונגוואר זצ״ל.
שפעטער האט געלערנט אין ישיבה פון מרן דודו הרה״ק רבי מנחם מענדל מסטראפקוב משנת תר״פ עד תרפ״ד (וכן כתב עבור דרך הלימוד שם בישיבה בהקדמה לספר דודו ״דברי מנחם״ שהוציא לאור: ״ובשרטוטי בעט סופר ניצוצי כדורי אור יתפלטו אברי ודא לדא נקשין יראה ורעד סבבינו ותאחזנו פלצות בהעלות על רעיוני עת זכיתי ללקוט שושנים ולהקשיב קול חוצב להבות אש מפי רבינו המחבר הקדוש בישיבתו בק״ק סטראפקוב בשנות תר״פ תרפ״ד, בחריצות נפלאה ובבקיאות מקיפה, ממוזג בצניעות ובענות קודש למד את שעיריו, ורוח של יראת שמים הפיח בקרב תלמידיו, דרך לימודו בעמקות נפלאה בלימוד על הדף פשט וסילק עקמומיות הקושיות ליישר מעקשים ובפרט בלימודו בסוגיות הש״ס, בירר וליבן דרכי השיטות וסברות המפרשים והפוסקים עד שבשמך הזמן נקלט בלב התלמידים סברות ישרות על דרך האמת.״

אויך איז ער נתגדל געווארן בביתו פונעם פעטער זייענדיג א יתום יונגערהייט, דער פעטער האט אים ארויסגעוויזן שטארקע ליבשאפט, און א בריוו פון נאכן קריג שרייבט די פעטער פאר אים: ״לא אוכל לתאר לך גודל הגעגועים שיש לי להתראות עמך״

די רבי האט פארלוירן זיין רעבעצין והמשפחה פון זעקס קינדער אינעם שואה, נאכן קריג ער האט חתונה געהאט בזיווג שני, ער איז געווארן רב אין אמבורג אין דייטשלאנד און געפסקענט שאלות פאר די גאנצע געגענט.

שפעטער ער ארויף קיין ארה״ק ער האט זיך באזעצט אין רמלה געגענט און געגרינדעט את בית מדרשו ״דברי חיים״ און געטון זייער פיל פאר די פארבלאנדזעטע נשמות זיי מקרב צו זיין לדרך התורה והיראה, ער פלעגט ארום פארן אין די דערפלעך און צו די מקומת פון די פרישע עולים און אין קיבוצים און צוגערעד דעם נוער אנצוהייבן היטן תורה ומצות ה׳.

בפטירת דודו הרה״ק זצ״ל באייר שנת תשי״ד האבן אים די חסידי סטראפקוב אויפגענומען לממלא מקום, און ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים און געגרינדעט את חצר סטראפקוב.

פיל האט דער סטראפקובער רבי געטון לתקן תקנות שהדת תעמוד על תילה, ווי צניעות, כשרות, אין שמירת שבת אין בפרט מיט תיקן מקוואות בעיר. ער האט אויך געדריקט דעם ספר פון זיין זיידן דברי חיים על מקוואות. (אין וויקיפידיע שטייט אז הרבי מסאטמאר זי״ע האט אים ממנה געווען אויף עניני מקוואות בעיר, איינער ווייסט דערפון?)

דער סטראפקובער רבי איז געווען א דמות אין די ירושלים של מעלה זייענדיג א רבי איז ער אויך געווען א גאון בכל מכמני התורה אין אויך א מורה הוראה וואס האט זיך פיל אפגעגעבן מיט הלכה, און געשריבן פילע תשובת, (נדפס בספרו שו״ת דברי יחזקאל שרגא - ועוד ספרים הרבה שנדפס ממנו על הרבה ענינים ומקצועת בהלכה ובאגדה) אויך האט ער עסוק געווען ברזי דרזין חכמת אלוקית בקבלה ונסתר, און געזיצן און געלערענט יומם ולילה.

עס ווערט אנגעצייכענט אז דריי דורות לבית סטראפקוב זענען נסתלק געווארן ביום ו׳ לחודש ״בווין תתקטר״...
דער הייליגער שינעווער רב ה״דברי יחזקאל״ ביום ו׳ טבת
בנו ה״דברי שלום״ מסטראפקוב ביום ו׳ סיון
בנו ה״דברי מנחם״ מסטראפקוב ביום ו׳ אייר

אינטערסאנט איז אז דער סטראפקובער רבי פון ירושלים איז אויך נסתלק געווארן ביום ו׳ כסלו שנת תשנ״ה לפ״ק

ומנוחת כבודו בהר המנוחת ליד ציון דודו ה״דברי מנחם״ מסטראפקוב זצ״ל.

בנו יחידו מילא מקומו רבי אברהם שלום ישכר דוב שליט״א - האדמו״ר מסטראפקוב ירושלים.

יש עוד בנות וחתנין.

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:28 am

סטראפקובער רבי זצ"ל
2.bmp
2.bmp (399.08 KiB) געזעהן 256 מאל


מיט מ"מ סטראפקובער רבי שליט"א
3.bmp
3.bmp (421.93 KiB) געזעהן 256 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:31 am

ביי די חתונה פון נכדו רבי דוד שלמה ראזנבוים (בן אדמו"ר רבי ניסעלע מקרעטשניף י-ם) חתן בנו אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א
00 (2).jpg
00 (2).jpg (35.2 KiB) געזעהן 253 מאל

פון ר. צו ל.רבינו זצ"ל יבלח"ט דער חתן להבחל"ח רבי הערשלע מקרעטשניף, אדמו"ר מזוטשקא,אדמו"ר מביאלא ב"ב זצ"ל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:35 am

א רעבישע צורה

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:45 am

מיט דער טאלנער רבי זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG_1820.jpg
IMG_1820.jpg (425.73 KiB) געזעהן 247 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2564
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 12:10 pm

רבניש האט געשריבן:כ״ק מרן האדמו״ר הרב הגאון הצדיק בנן של קדושים
רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלברשטאם זצ״ל
מסטראפקוב - ירושלים


ער איז געווארן רב אין אמבורג אין דייטשלאנד און געפסקענט שאלות פאר די גאנצע געגענט.

ידידנו ר' dovidal האט ארויסגעשטעלא למכירה צוויי אינטרעסאנטע בריוון פון יענע תקופה
צוגעלייגטע
MISHKOLTZ YUDA GOTLIEB.jpg
MISHKOLTZ YUDA GOTLIEB.jpg (163.79 KiB) געזעהן 187 מאל
SHARMASH.jpg
SHARMASH.jpg (107.2 KiB) געזעהן 187 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 12:57 pm

איך זעה אז די סאטראפקובער רבי איז געווען א חבר הבד״ץ און שפעטער ראב״ד עדה החרדית הספרדים אין ירושלים וואס איז דער בית דין?

און פארוואס אויב איז ער געווען א מורה הוראה פארוואס איז ער נישט געווען אלס צאנזער שינעווער אייניקל א חבר הבד״ץ בעדה החרדית לכל מקהלות האשכנזים?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט