רבי ברכי' ארי' ראזענפעלד זצ"ל אב"ד פולדא - ברוקלין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי ברכי' ארי' ראזענפעלד זצ"ל אב"ד פולדא - ברוקלין

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:31 pm

מיט ניין יאר צוריק האט ידידינו היקר הרב ר' שמחה שליט"א אונז מזכה געוווען מיט אן אידענטיפיקאציע פון א היסטארישע בילד פון צוויי רבנים
viewtopic.php?p=177524#p177524
לויט ווי ר' שמחה האט אונז דעמאלס מגלה געווען ווערן געזעהן אין דעם בילד די רבנים; הגה"צ דער פישפיקלאדייני רב ר' יצחק בנימין מענדלאוויטש זצ"ל (רעכטס) און ר' ברכי' ראזענפעלד (לינקס)
בילד

אבער למעשה האבן מיר דעמאלס נישט געקענט טרעפן קיין פרטים איבער דעם רבי ברכי' ראזענפעלד זצ"ל און אזוי איז עס אראפגעפארן בתהום הנשיה

-

צווייטער קאפיטל ניין יאר שפעטער, אט האט השי"ת געפירט אז א חשובער אינגערמאן האט אונז מזכה געווען מיט אן אצר יקר מארכיווני הרב ר' נפתלי בארוך ז"ל שליח ועד הצלה ומראשי העסקנים למען אחב"י שארית הפליטה אין די די. פי. לאגערן נאך די קריג, און דארט האבן מיר געטראפן א בריוו פון דעם דערמאנטן רב, וואס גיט נאך א פרט לתולדותיו, ווי עס שיינט איז שמו המלא געווען רבי ברכי' ארי' ראזענפעלד און נאך די קריג האט ער משמש געווען ברבנות אינעם לאגער אין די דייטשע שטאט פולדא.

בייגעלייגט איז דער בריוו הנ"ל - אויב ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם רב און זיין משפחה וואלט עס געווען א גרויסע זאך להנציח זכרו
צוגעלייגטע
מכתב מר' ברכי' ארי' רזפ.gif
מכתב מר' ברכי' ארי' רזפ.gif (91.25 KiB) געזעהן 267 מאל

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:49 pm

פאר אינטרעסאנטקייט
ר' נפתלי ראזענפעלד'ס [בית לפליטות] טאטע, האט געהייסן ר' בנימין בן ר' ברכיה אריה
קען זיין אז ס'איז פון די זעלבע משפחה, און זיי קענען האבן מער פרטים וועגן איהם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:53 pm

ר' פישל האט זיך ווארעם אנגערופן און שטעלט צו דעם פאלגענדן ג'עני בלעטל פונעם רב זצ"ל:
https://www.geni.com/people/Rav-Brachya ... 6916849277

דאס בלעטל דערציילט אז ר' ברכי' ארי' ראזענפעלד איז געבוירן געווארן בשנת תרס"ה אין די שטאט קליינווארדיין, צו זיינע עלטערן ר' בנימין און פיגא (בת ר' אברהם יושע העשיל פערלמוטטער) ראזענפעלד, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית גיטל, און זייערע קינדער זענען; שמשון זעליג, מרדכי יצחק, יוסף און משה. אויך ווערן דארט אויסגערעכנט ברודערס פונעם רב.

דער רב איז נפטר געווארן זומער שנת תשנ"ג און ער ליגט אין קווינס, ניו יארק.

-

פון דארט שטעלט זיך ארויס אז דער רב איז טאקע געווען א ברודער פאר דעם לעגענדארן כלל-טוער אין ירושלים הרה"ח רבי נפתלי ראזענפעלד ז"ל דער גרינדער און אנפירער פון בית לפליטות:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 2#p1520212

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 5:00 pm

לתולדות המשפחה - המאור וזכרון בספר:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=581
קרעדיט; ר' פישל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט