מיללער האט געשריבן:הצדיק אבד ואין איש שם על לב, ווען מליינט דעם אשכול פארשטייט מען א נייעם פשט, הצדיק אבד, און הערשט יעצט זעהט מען אז ואין איש שם על לב, מ'האמיר בחיים חיותו נישט משים על הלב געווען גדלותו וצדקותו לויט ווי די באי ביתו ואנשי בריתו שטעלן עס אראפ, נישט געהאט די זכי' אז נאך אידן זאלן נהנה זיין מאורו.
איז פארהאן עפעס תשובות בכתב פונעם רב זצ"ל? איך געדענק נישט בחייו קיינע מאמרים פון אים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק, פלעגט ער צו שרייבן בירורים בהלכה בכתב?
יהא זכרו ברוך וינחם ה' משפחתו ובני קהלתו בתוך שאר אבילי ציון וירושלים
צו סאיז יא געבליבן תשובות בהלכה צו נישט, דאס איז קלאר פאר ווער עס האט נאר אמאל צוגעזען דעם טאג טעגליכן עבודת ה' פון דעם צדיק יסוד עולם אז דער גאון וצדיק שארמאשער רב זצוק"ל האט פארגעשטעלט דמות דיוקנם פון א פארצייטישען גדול בישראל, דמות דיוקנם פון די אמאליגע רבנים גאונים וקדושים צדיקי עולם זי"ע, וואס האט פארשיינט די וועלט מיט זיין גאונות צדקות וקדושה און מיט זיין קלארען דעת תורה, ער איז געווען א גדול בהוראה וואס איז געווען גרייט לשרת את הציבור מיט פסקנע'ן שאלות אייביג און אלעמאל. דער צדיק איז געווען דבוק אין די תורה חבוקה ודבוקה בך און ליב געהאט דעם באשעפער אזש זיין אהבת ה' אהבת תורה ויראת שמים איז געווען עד להפליא.
בנוגע שרייבן תשובות אין הלכה דארף מען אביסל אריינקוקן אין מציאות הדברים, רובם ככולם פון די אמאליגע רבנים גאונים וקדושים זי"ע בנוסף פון צו פסקנ'ען שאלות אויפן פלאץ האבן זיי אויך געשריבן שאלות ותשובות בהלכה וואס זענען געווען אויף בירורי הלכה וואס איז געווען אקטועל בשעתם, און פון דארטן האבן מיר היינט צוטאגס און אונזערע ספרים שאפעס פולע פאליציעס מיט ספרי שו"ת וואס זענען געשריבן געווארן לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
במציאות הדברים איז שיקן א בריוו בכלל, און אזוי אויך ביי שיקן אנפרעגן א שאלה דורך א מכתב, פשוט געווען דער קאמיונקאציע מיטל וויאזוי מען איז געווען פארבינדן פון איין שטאט צום צווייטן און די זעלבע ביי די גדולי הרבנים וואס האבן געוואוינט יעדער באזונדער ביי זיך אין שטאט אדער שטעטל איז דאס געווען דער פראקטישער אופן וויאזוי מען האט צווישן זיך מברר ומלבן געווען שווערע שאלות און אקטועלע הלכות וואס זענען געווען עומד על הפרק.
און די היינטיגע עפאכע איז אנרעכטן און שרייבן א בריוו נישט דער קאמיונאקאציע מיטל נישט ווען א קינד איז אין קעמפ און וויל האבן קאמיוניקאציע אהיים צו די עלטערן און די זעלבע אויך נישט ווען רבנים ברויכן פסקנ'ען אדער אדורכטון א הלכה מבוררת און וויל זיך צונויפשמועסן מיט א אנדערן תלמיד חכם וואס וואוינט אויף די אנדערע זייט גאס און טרעפט זיך מיט אים כסדר און מען שמועסט זיך אויס. אדער קלינגט מען זיך אן און מען רעדט זיך אדורך טעלאפאניש. און ווייטער וואס איז נוגע כלל ענינים איז דאך דא די קהל'ישע דיינים וואס זענען ממונה יעדער אויף זיינע פונקציעס וואס טוען אדורך ווען עס מאכט זיך כאטש וואס אין שחיטה וכדומה.
עס איז בכלל נישט ווי אין דער אמאליגער היים ווען ביי יעדן רב איז געווען א שוחט, א חזן, א מקוה וכו' וכו' אונטער זיין רבני'שן אויטעריטעט אין זיין לאקאלן שטאט אדער שטעטל און עס האט זיך געמאכט שאלות וואס מען האט זין אנגעפרעגט איינער דעם צווייטן צווישן די גדולי הרבנים וויאזוי אומצוגיין אויף אזא און אזא פאל וכדו' און עס איז געווען שאלות ותשובות הלוך ושוב און אזוי ארום זענען מיר היינט צוטאגס נהנה מאור תורתם וצדקתם.
די זעלבע זאך איז כלפי די חדושי סוגיות וואס איז דא פון אלע גדולי הרבנים פון דער אלטער היים, צוליב דעם ווייל זיי האבן פערזענליך אליינס געפירט זייערע ישיבות און פארגעלערנט פאר תלמידים בסוגיות הש"ס אנדערש ווי ס'איז במציאות היינט אויסגעשטעלט אז די אלע גדולי הרבנים זענען מער ווייניגער די דינים און די קהלות און זענען עוסק בהוראה לדון ולהורות.
אנבאלאנגט 'מאמרים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק', ווער עס איז אביסל באקאנט וואס ס'איז באקאנט איבער דעם וואס מען האט אמאל בימי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געוואלט איינפירן צו מאכן א ירחון ווי די בחורים פון ישיבה זאלן אריינשטעלן זייערע חידושים און דער רבי וואס איז געווען כל כולו אמת האט עס נישט געוואלט מטעמים המפורסמים. ברוך אשר נתן לנו תורת אמת ודי. דער שארמאשער רב זצ"ל איז געווען דער תלמיד מובהק וחביב פון רביה"ק זי"ע כידוע און האט זיך כל ימיו נישט אוועקגערירט קיין קוצו של יו"ד פון זיין הייליגן דרך און קלארער דעת תורה אין יעדן הינזיכט פון הייליגן רבי'ן זי"ע איז ווי פארשטענדליך ניטאמאל בייגעפאלן אזא געדאנק ווי שרייבן א בירור הלכה אין א ירחון.
ממילא לפי הנ"ל האט נישט קיין שום זין די פלא אז אזא גרויסער גאון וצדיק א רב בישראל א גדול בהוראה זאל מען נישט האבן געטראפן פון אים 'מאמרים בקובצים תורניים ומשא ומתן בעניני הלכה העומדים על הפרק' אדער אפילו תשובות ווייל דער שארמאשער רב זצוק"ל האט פשוט משים געווען לילות כימים און עוסק געווען בתורה ועבודה וגמילות חסדים און געפסק'נט שאלות און פארגעלערנט פאר בעלי בתים וכו' וכו' און וואס נאר ס'איז געווען אקטעל פאר כבוד שמים האט ער געטון און וואס איז נישט נוגע געווען כבוד שמים האט ער נישט געהאט קיין איבעריגע צייט דערפאר.