ערב סוכות - הג"מ רבי ישראל חיים הכהן קאצבורג, באליאק-אוזד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Ozd
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

ערב סוכות - הג"מ רבי ישראל חיים הכהן קאצבורג, באליאק-אוזד

תגובהדורך Ozd » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 9:39 pm

ואלה תולדות הגאון הצדיק תמים, פועל ישועות
רבי ישראל חיים הכהן קאטצבורג זצ"ל
אבדק"ק באליאק אוזד, בעמח"ס כתבי מהרי"ח
- צום יארצייט י"ד תשרי, ערב סוכות (תרס"ט) -

מיט א ספעציעלע דערהויבענקייט וועלן הונדערטע אוזד'ע אייניקלעך אפרעכטען דעם ערב סוכות די 109'טע יארצייט פון עטרת תפארת המשפחה, נאכדעם וואס זיי האט זוכה געווען אין דעם פארגאנגענעם יאר, תשע"ז, צו ראטעווען דעם בית עלמין אין באליאק פון אונטערגאנג, און וואו עס איז אנטפלעקט געווען די ארגינעלע יסודות פונעם אוהל, וואס איז חרוב געווארן מרוב ימים.


אריינפיר
צום ערשט וועלן מיר פאָרשטעלן א קורצע שילדערונג איבער די לעבנס געשיכטע פון די באַרימטע גאונים און צדיקים לבית משפחת קאַטצבורג הכהנים זכרונם לברכה. און דערנאָך אַן איבערבליק פון די רענאָוואַציע אקטיוויטעטן פון די משפחה שיחיו צו ראטעווען די בית החיים פון די שטאָט "באָליאַק" (בויאַק) און אָויזד יצ"ו מקום מנוחת כבודו זצ"ל.
די מקורות פון דעם ארטיקל זענען: כתבי מהרי"ח, און בעיקר די הקדמה פון די קינדער. קונטרס "אהבת ישנים" פון הרב דוב בער שווארץ. ספר 'עולמו של אבא', און פון מסורה אין די משפחה.

תחלה למקראי קודש

די דאזיגע בארימטע משפחה שטאמט פון די עיר ואם בישראל פרויסניץ וואס געפינט זיך אין די אמאליגע מדינת מעהרין (מאראוויא), צו היינט א טייל פון מדינת טשעכיי, און די נאמען פון די משפחה איז אריגינאל געווען "קארפלעס", וואס איז געווען גאר א גרויסע משפחה פון רבנים ואנשי שם. ווי אויך האט מען זיי גערופן אויף די נאמען "פראגער", וואס ווי עס שיינט, נאָך די שטאט פראג, פון וואו עס האבן ווארשיינליך געשטאמט די אבות המשפחה למעלה בקודש.

דער ערשטער פון די משפחה וועלכער האט זיך געלאזט רופן מיטן נאמען "קאטצבורג" איז געווען הגאון הצדיק רבי יהושע דוד צבי הכהן קאטצבורג זצללה"ה, דער ראש בית דין פון טאפאלטשאן יצ"ו, אלט אונגארן, היינט א טייל פון מדינת סלאוואקיע.

רבי יהושע דוד צבי איז געבוירן געווארן בערך אין די יארן פון תק"מ-מ"ה לפ"ק (ולמספרם 1780-85) צו זיינע חשובע עלטערן, הרבני החשוב התורני המופלג ירא ושלם מו"ה יהודה כ"ץ ז"ל, והאשה הצדיקת הצנועה והחשובה מרת שיינדל ע"ה פון שטאט פרויסניץ (תל תלפיות ר"ח תמוז תרנ"ג). ער איז געווען א געטרייע תלמיד אין געלערנט ביי הגאון הקדוש רבינו משולם זלמן הכהן זצללה"ה האבדק"ק פיורדא יצ"ו בעל שו"ת בגדי כהונה, וס' משען המים עה"ת ודרושים. און די סיבה פאר וועלכע ער איז געווען געצוואונגען צו פארלאזן זיין געבורטס שטאט פרויסניץ אין לאנד מעהרין צום לאנד אונגארן, ווייל בימים ההם, זייענדיג נאך א בחור, גזרה מלכות הרשעה קעגן די אידן, וואס האט פארבאטן פאר די אידישע בחורים צו חתונה האבן, נאר בלויז איינער, דער עלטסטער פון משפחה האט געמעגט הייראטן א פרוי. און וויבאלד ער האט געהאט אן עלטערער ברודער, מיטן נאמען ר' משה הכהן, וואס נאר בלויז ער, דער איינציגער אין די משפחה האט געמעגט חתונה האבן, האט ער זעלבסט צוליב דעם, גלייך ווי פולע טויזענטער פון זיינע גלייכן, פארלאזט ארצו ומולדתו, און געקומען צו לאנד אונגארין...
בשעת די דאזיגע איבערוואנדערונג זיינע, האט ער געמוזט זיך טוישן די נאמען, און כדי עס זאל דורך די פארלויף פון יארן און געשענישען נישט פארגעסן ווערן אז די משפחה איז א משפחת כהנים מיוחסים, האט ער אויף זיך אויפגענומען די נאמען "קאטצבורג" (וואס איז דרך אגב, אויך די נאמען פון א שטאט אין דייטשלאנד) אין וועלכע עס איז מרומז "כ"ץ-בורג", און טאקע, פולע פון די אפשטאמיגע זיינע האבן מהדר געווען, און זיך אונטערגעשריבן "כ"ץבורג" אנשטאט "קאטצבורג". (מפי פרו' נתנאל קאטצבורג-ירושלים)

קומענדיג צו די נייע לאנד, האט ר' יהושע דוד צבי געהייראטעט זיין חשוב'ע זיווגו ההגון, הרבנית הצדיקת הצנועה והחשובה מרת הענדל ע"ה, און פון דעם זיווג איז געבוירן געווארן זייער זון, הרבני החשוב התורני המופלג ירא ושלם מו"ה משולם זלמן הכהן קאטצבורג ז"ל שו"ב דק"ק פעסט יצ"ו, דער פאטער פון הגאון הצדיק המפורסם רבי דוד צבי הכהן קאטצבורג זצ"ל מו"ץ דק"ק ווייטצען יצ"ו, דער עורך פון די פאפולערע ירחון התורני "תל תלפיות".

ווען אשת נעורו הרבנית הצדיקת הענדל ע"ה איז נפטר געווארן יונגערהייט, האט ער בזיווג שני געהייראטעט די רבנית הצדיקת הצנועה והחשובה מרת בריינדל (בת אסתר) ע"ה, ומצא אשה מצא טוב, און פון דעם זיווג איז אים געבוירן געווארן זיין זוהן הגה"ק המפורסם רבי ישראל חיים הכהן קאטצבורג זצוק"ל באליאקער רב בעל כתבי מהרי"ח.

תקופת טאפאלטשאן
רבי יהושע דוד צבי איז געווארן אויפגענומען אלץ ראש בית דין פון די אלטע קהלה קדושה טאפאלטשאן יצ"ו, וואס איז בשעתו געווען אן עיר ואם בישראל מיט פולע חכמים וסופרים, און איז דאן געשטאנען תחת דגל הרבנות פון הגאון הגדול החריף עצום רבינו בנימין וואלף לעוו זצללה"ה רב ואב בית דין, דער מחבר פון דעם בארימטן לומדישן ספר "שערי תורה". ווי אויך האבן דארט משמש געווען בדיינות די בארימטע גאונים וצדיקים, רבי זאב וואלף תרצה'ס (תפארת שבת) זצלה"ה, און נאך אנדערע.

ויהי בשנת תקצ"ח, אין ויהי אלא לשון צער, ווייל זייענדיג אויף דער וועג אהיים פון די קור ארט, באד פישטיאן, ווען ער איז געקומען צו די שטאט וואג-אויהעל (און אין אידיש וואגניישטאטעל, ווי אויך נאוואמעסטא), איז ער ל"ע קראנק געווארן, און האט זיך מער שוין נישט אהיימגעקערט, ווייל ער איז דארט נפטר געווארן יונגערהייט, איבערלאזנדיג נאך זיך א יונגע אלמנה מיט קליינע קינדער, ביום א' ב' דר"ח תמוז יאר תקצ"ח לפ"ק, ושם מנוחת כבודו צופיסנס פון הגה"ק רבינו דוד דייטש זיעוכי"א, האב"ד שם בעמח"ס אהל דוד. וזאת נוסח מצבת קבורתו:
פ"ט, עדה המצבה הזאת לרואה, להגיד כי ישר וצדיק היה, עמל תמיד בתורה תמימה, ה"ה הרבני המפואר המופלג בתורה וביראה, מהו' יהושע דוד צבי הכהן, מילדי ק"ק פרוסניטץ, ושנים רבות רבץ תחת משא דבר ה' בק"ק טאפאלשאן, נאסף בכבוד גדול, יום א' ב' דר"ח תמוז תקצ"ח לפ"ק, תנצב"ה.

היינט צו טאגס איז דער בית עלמין חרוב אינגאגאנצען, אחוץ א קליינע אנדענקט פאר רבי דוד דייטש, במקום מנוחתו. און ווי געזאגט, איז רבי יהושע דוד צבי געקומען לקרובה צופיסנס פון רבי דוד.
צו נעמען א טייל אין צוריקשטעלן די אוהל, די מצבה, און די לעצטע וואנט פון די גדר http://hfpjc.com/donate/ (לייגט אריין OZD ביים MEMO)

Ozd
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Ozd » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 9:41 pm

בצל רבותיו
זיין זוהן, הגה"ק המפורסם רבי ישראל חיים הכהן קאטצבורג זצוק"ל באליאק'ער רב, בעל כתבי מהרי"ח, איז געבוירן געווארן אין שטאט טאפאלטשאן, זיין סנדק איז געווען דער מרא דאתרא, הגאון הגדול החריף עצום בעל שערי תורה זצללה"ה רב ואב"ד דק"ק טאפאלטשאן, זייענדיג נאך א קליין קינד קוים דריי יאר אלט איז ער געווארן א יתום פון זיין פאטער זצ"ל, און זיין מוטער הרבנית הצדיקת ע"ה, האט אים מגדל געווען צו תורה און עבודה, און האט אים געגעבן לערנען צו הגאון הק' המפורסם רבי נפתלי סופר זצלה"ה, א תלמיד מובהק פון מרן החתם סופר זצ"ל, און דער מחבר פון ספר מטה נפתלי, שער נפתלי, ועוד (וואס איז לעצטענס איבערגעדרוקט געווארן ברוב פאר והדר) וועלכער איז בימים ההם געווען פון די איינוואוינערס פון שטאט טאפאלטשאן און האט דארטן מרביץ תורה געווען. שפעטער ווען רבי נפתלי סופר איז געווארן רב אין די שטאט קאדעלבורג און דערנאך אין פעטשעניידארף יצ"ו, איז זיין תלמיד רבי ישראל חיים מיטגעפארן, און געלערנט ביי אים.

זיין רבי מובהק האט אויף אים געהאלטן א השגחה מעולה, און זיך אפגעגעבן מיט אים, גלייך ווי א פאטער צו זיין קינד. און האט אים געשיקט קונה זיין תורה ביי נאך גדולי ישראל, קיין פרעשבורג ביים הגה"ק רבינו בעל כתב סופר זי"ע און ביי די הגאונים הגדולים, רבי דוד ביסטריץ זצל"ה אבד"ק מיכלדארף, און רבי עזריאל הילדסהיימער זצל"ה.

פאר א תקופה פון פינף יאר האט ער געלערנט אין איפאָלשאַגה, ביי הגה"ק רבי שלמה סערדאהעלי זצל"ה, צו וועמען ער איז געווען גאר שטארק צוגעבינדן, און ברענגט אסאך נאָך בשמו אין זיינע דרשות.

און רבי זאב וואלף תרצה'ס זצל"ה אבד"ק טאפאלטשאן יצ"ו. דארט ער האט געלערנט בחברותא מיטן עלף יעריגען חריף, מרדכי ליב ווינקלער, וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דעם באקאנטען גאון דער "לבושי מרדכי" זצ"ל. אזוי שרייבט דער לבושי מרדכי'ס זוהן, אין די תולדות פון זיין טאטע: אדמו"ר ז"ל כשנעשה בן י"א שנים... נסע לישיבת טאפאלטשין ללמוד אצל הגאון המפואר ר' וואלף תרצות אב"ד שם ז"ל... והיה לו שמה חבר טוב ה"ה הגה"צ קדוש יאמר לו מוה"ר ישראל חיים קאטצבורג זצל"ה, שהיה אח"כ אבד"ק באליאק

ווי אויך האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבינו חיים סופר זי"ע אבדק"ק פעסט ומונקאטש ועוד יצ"ו בעל שו"ת מחנה חיים.

די ימי הבחרות זענען ביי אים פארביי דורך געוואלדיגע שקידה נפלאה אין די תורה הקדושה, ער האט זיך מתייגע געווען אין תוה"ק יומם ולילה, געלערנט תורה לשמה דורך קדושה וטהרה, און זיך איינגעזאפט מיט ש"ס ופוסקים ראשונים ואחרונים וואס ער האט געלערנט דורך גרויס עניות און דחקות.

און האט דערנאך, דורך די השתדלות פון זיין רבי הגה"ק ר' נפתלי סופר זצ"ל, געהייראטעט מיט זיווגו ההגון, הרבנית הצדיקת הצנועה והחשובה מרת חיה שרה ע"ה, די טאכטער פון הרבני החשוב ישר ותמים ירא ושלם מו"ה יחיאל רובינשטיין זצ"ל פון קאדעלבורג, וזוגתו הצדיקת הצנועה והחשובה מרת טויבא ע"ה, וועלכע האבן זוכה געווען צו בנים ת"ח ויראי ד', צווישן זיי אויך די הרבנים הגאונים הצדיקים, רבי משולם רובינשטיין זצ"ל אבדק"ק קיש קעריש יצ"ו מח"ס מבי"ט, און רבי יהודה לייב רובינשטיין זצ"ל דומ"ץ דק"ק פרעסבורג יצ"ו ומח"ס קול יהודה.

די חתונה איז פארגעקומען אין קאדעלבורג עטליכע טעג בעפאר פסח שנת תר"כ. ביים שבע ברכות, האט דער חתן געהאלטן א גאר לאנגע דרשה בדרוש ושמעתתא, און בתוך הדברים דערמאנט ער זיין יונגע יתמות, "אין מיין דריטע לעבנס-יאהר, איז מיין טאטע אוועק, איך האב נישט זוכה געווען צו ווערן אויפגעצויגען אויף זיין שויס, ניטאמאל דענק איך זיין צורה און אויסקוק – וואס דאס וואלט מיך געהאלפן ניצול צו ווערן פון א חטא, אזויווי ס'שטייט ביי יוסף הצדיק, און איך ווייס נאר איבער זיין גרויסקייט פון דאס וואס אנדערע פארציילן מיר... אויך מיין מאמע בריינדל, זי האט געלעבט נאך עטליכע יאר, זי האט מיך געהיטען און איינגעווארצלט אין מיר יראת שמים. אבער זי איז אויך אוועקגעכאפט געווארן אין מיינע יונגע יארן.."
"אבער השי"ת האט מיר געהאלפן, און געשטעלט אויף מיר "משגיחים כשרים וצדיקים", דאס זיינען מיינע רבי'ס, ר' שלמה סעדראהעלי וואס איך האב משמש געווען פינף יאהר, און נאר מער דארף איך דאנקן דעם מרא דאתרא, וואס איז ער איז געווען דעם מתחיל און דער גומר.. און אפילו דאס וואס אנדערע גדולי ישראל האט זיך געקומערט אויף מיר, איז אלץ א דאנק אים, וואס ער האט גע'שתדל'ט פאר מיר.. אז איך וועל פארציילען די אלע חסדים און נפלאות וואס דער רבי האט פאר מיר געטוהן – די צייט פארנעמט דאס נישט..."
און אזוי ציעט זיך די דרשה אויף איין-און-צוואנציג עמודים, דרוש און רמז, ווי ער איז מאריך אין אסאך יסודות אין עבודת השם, מוסר און מידות טובות אויף גאר א טרעפליך אופן.
נאך זיין חתונה איז ער געזעצן דארט אין קאדעלבורג אכט יאהר על התורה ועל העבודה, און געלערנט שיעורים מיט די דארטיגע בעלי בתים, ווי אויך מיט בחורים תלמידים פון זיין רבי ר' נפתלי סופר, ביז ער איז דורך די המלצות פון זיינע רבי'ס אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד והדר אלץ רב ואב"ד פון שטאט באליאק והגלילות (איינע פון די גלילות רופט זיך 'אוזד', היינט צוטאגס רופט מען דעם גאנצען געגענט "אוזד" OZD) וואו ער האט אויפגעטאן גדולות ונצורות פאר הרמת קרן התורה והדת.

אב"ד נאמן
ל"ג בעומר תרכ"ח איז רבינו מהרי"ח אנגעקומען קיין באליאק. בשעת'ן זיך געזעגענען פון זיין רבי, רנ"ס, האט אים זיין רבי צוגעגעבן א פארמאכטע בריוו, און געהייסן דאס עפענען ערשט נאך זיין ערשטע דרשה אין באליאק. און פאלגענד איז דאס בריוו, קורץ אין שפראך אבער טראגט אסאך הארץ:
שוכ"ט לאהובי כבני, אין הזמן גורם להאריך כי צר לי פרידתך ממני, ומצוה גדולה היא להזהיר את בניו אחריו, ומי שלא זכה לבנים ממש תלמידיו הם כבנים, ע"כ אל תשכח אותי תמיד, לראות בספרים ולהגיד בשמי הדברים אם יהיו נכונים בעיניך, וגם אני מזהיר אותך מאוד מאוד להיות זוכר תמיד שה' עשה אותך להיות עבד ומשרת לעם ה', וכל הכבוד אשר יהיו עושים לך יהיו בעיניך כחרב חדה, ולהיות מתון ותהיה רודף שלום עם אשתך כי זה עיקר לגדל בנים טובים.
כה דברי אביך הנאמן הק' נפתלי סופר
ותהיה מכתבי לפניך פעם אחת בכל חודש
צו נעמען א טייל אין צוריקשטעלן די אוהל, די מצבה, און די לעצטע וואנט פון די גדר http://hfpjc.com/donate/ (לייגט אריין OZD ביים MEMO)

Ozd
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Ozd » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 9:43 pm

העוז והענווה
רבינו מהרי"ח, איז געווען גאר א בעשיידענע און א נחבא אל הכלים, בורח מן השררה והכבוד, אבער די מדת האמת איז שטענדיג געווען זיין מאָס און פיהרונג פון זיין לעבן, און האט געהאסט די מדת השקר וואס איז גובר והולך אויפן וועלט, פיינט געהאט בתכלית השנאה, און טאקע דערפאר איז ער שטענדיג געווען ווי איינגעשפארט אין זיין סביבה, נישט ווילענדיג אפילו זעהן וואס עס טוט זיך אפ אין דרויסן אויף דער ברייטער וועלט, וואס דרייט זיך מיט די שקר פון פאליטיק, וועלכע טוט פארשלייערן און פארדעקן די גארער אמת וצדק. און עס פלעגט זיין מרגלא בפומי' די ווערטל וועלכע ער פלעגט זאגן אויף דברי חכז"ל (שבת נ"ה ע"א) אמת חותמו של הקב"ה וכו', אז די כוונה דערפון איז, אז אויב די גאנצע ווילן פון מענטש איז נאר בלויז די אמת, דאן הקב"ה וועט זיכער געבן דערויף זיין זיגל, און וועט צושטימען צו זיינע מעשים...

עבודת הקודש
פון זיין יוגענט אן ביז סוף ימיו, פלעגט ער שטענדיג אויפשטיין באשמורת הבוקר צו עבודת השם, און פלעגט דערביי זאגן, אז מיר דארפן נעמען א מוסר השכל פון די סוחרים, אז אויב זיי קענען אויפשטיין באשמורת הבוקר פאר זייערע געברויכן פון חיי עולם הזה, וואס איז אן עולם עובר, און עס האלט זיי נישט צוריק קיין קעלט אדער היץ, אונז וואס מיר שטייען אויף ארבעטן אויף חיי עולם הנצחי, דארף אונז אודאי נישט צוריק האלטן דערפון קיין גארנישט.

זיין עבודת הקודש איז געווען גאר געהויבן, ער פלעגט איעדן אינדערפרי זאגן ברכת התורה מיט א געוואלדיגן כוונה אין שטארקע שמחה זינגענדיג דריי מאל די ברכת כהנים מיט א ספעציעלן ניגון אין צולייגנדיג פסוקים פון די תורה וואס ווייזט אויף די נאנטקייט צווישן השי"ת און עם ישראל, ווי אויך האט ער דעמאלטס אינזינען געהאט זיינע אבות הקדושים אין זיינע רבי'ס כדי מעורר צו זיין זייער זכות, ברכת התורה פלעגט אים דויערן לערך א דריי-פערטל שעה בכל יום ויום, די סדר הקרבנות פארן דאווענען האט ער פיל מאל ארויסגעליינט דירעקט פונעם ספר תורה אין מאריך געווען שעות אינעם סדר העבודה צוליב די גרויסע צער וואס ער האט געהאט אז די ביהמ"ק איז חרוב אין אונז קען מיר נישט מקריב זיין קרבנות, גאר שטארק האט ער מקפיד געווען ביים דאווענען ארויסצוזאגן קלאר איעדעס ווארט אין איעדע נקודה אין זיך קיינמאל נישט געיאגט אפי' ווען ער האט געדארפט גיין אין וועג ווייל וויכטיגערס ווי דינען דעם אויבערשטן איז נישט געווען ביי אים, ביי די מיטעלסטע ברכות אין שמו"ע פלעגט ער צולייגן אייגענע בקשות אין מתפלל זיין פאר אנדערע, ווען ער איז געוואר געווארן פון א יוד וואס איז בצער האט ער אים אינזין געהאט אנדעם וואס יענער זאל אים אפילו בעטן, אין דאס זעלבע ווען ער איז געוואר געווארן פון א יארצייט פלעגט ער כסדר לערנען משניות פארן נפטר אנדעם וואס די משפחה זאל אים בעטן אדער וויסן דערפון.

כי קדוש הוא
אין זיין אכילה ושתי' פלעגט ער זיין א גרויסער בעל מחמיר, און זינט זיין בר מצוה האט ער נישט גענומען אין זיין מויל א מאכל צו וועלכע עס פאדערט זיך א בדיקה, ווי אויך איז ער שטארק נזהר געווען פון אזעלכע מאכלים וואס קענען ווערן מילביג, אויך האט ער כל ימיו נישט געגעסן אזא מאכל וועלכע דארף האבן א שאלת והוראת חכם.

עס האט אמאל מיט אים געטראפן, אז איינמאל פאר דעם יום טוב פסח, האט איינער פון זיינע חשוב'סטע בעלי בתים אים געבראכט אלץ א מתנה א פלעשל שליוואוויץ, וועלכע ער האט פאבריצירט ספעציעל כשר לפסח. און ווי עס איז פארשטענדליך, האט ער זיך פארלאזט אויף זיין כשרות, אז מען קען דערפון געניסן אין פסח, אן קיין שום פקפוק וחשש. און ער האט טאקע ביום ראשון של פסח געטרונקען דערפון, אבער ער האט עס גלייך אויסגעבראכן, האט ער תולה געווען די סיבה, אז דאס איז ווארשיינליך צוליב זיין שוואכע געזונט צושטאנד. אבער ווען ער האט דעם צווייטן טאג פארזוכט דערפון און האט עס ווידער גלייך אויסגעבראכן, האט ער שוין אנגעהויבן חושש צו זיין, אז אולי יש דברים בגו, און האט דאס פלעשל ברוינפן באזייטיגט...
ויהי היום, און דעם ערשטן טאג פון חול המועד, איז דער דערמאנטער בעל הבית צו אים פלוצלונג אנגעקומען מיט א גרויסע בהלה און שרעק, און האט געשריגן געוואלד, געוואלד. ער איז בשוגג פארשטרויכלט געווארן, ווייל עס האט זיך על פי סיבה אויפגעטוישט די פלעשל ברוינפן וועלכע ער האט געוואלט געבן, אויף א צווייטע פלעשל, וועלכע איז נישט געווען כשר של פסח, און האט געבעטן בתחנונים רבים, אז דער רבי זאל אים דערפאר מוחל זיין... און האט געבראכט פאר אים אן אנדערע פלאש. אבער זינט דאן און ווייטער, האט ער שוין מער נישט געוואלט טרינקען ברוינפן אין יום טוב פסח, אפילו דאס איז געווען בתכלית השימור וההידור...
און מען האט דערביי געזען אפענע וואונדערס, און איז ביי אים מקוים געווארן די ווערטער פון חכז"ל (גיטין ז' ע"א) אין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים וכו'.

פול פלעגט ער זיך מצטער זיין אויף די פירצה וואס האט זיך אריינגעכאפט אין די רייען פון פרויען, וואס האבן זיך געלאזט וואקסן אייגענע האר. און צוליב דעם האט ער אין זיינע לעצטע יארן זיך נוהג געווען, אז בשעת ער פלעגט קומען צו א חופה מסדר זיין קידושין, פלעגט ער זיך מתעטף זיין אין טלית, כדי ער זאל נישט מאכן קיין ברכות קעגן די אייגענע האר, וואס האט דעם דין פון "שער באשה ערוה". ווען הגה"צ רבי משה יוסף טייטעלבוים פון אוהעל זי"ע האט פון די דאזיגע התנהגות זיינע זיך דערוואוסט, האט ער זיך זייער געפרייט און אים שטארק משבח געווען, אויך האט הגה"ק בעל קדושת יו"ט פון סיגוט זי"ע אינעם געהויבענעם טאג הושענא רבה די לעצטע צוויי יארן פון זיין לעבן, בשעת די הקפות ווען ער האט מרעיש עולמות געווען מען זאל נזהר זיין בעניני צניעות וקדושה, האט ער געזאגט אז ער איז משבח א רב א גרויסער צדיק וואס וואוינט אין אונזער מדינה (אונגארן) וואס ער וויל נישט מסדר קידושין זיין ביי די חופות אָן דעם וואס ער איז זיך מתעטף מיט א טלית...

ווער עס האט אים נישט געזען זיך מצטער זיין אויפן חורבן בית המקדש אין די ימי בין המצרים פון שבעה עשר בתמוז ביז שבת נחמו האט נישט בייגעוואוינט וואס הייסט ריכטיג קלאגן אויפן חורבן, ער האט אין די טעג געגעסן אדער געטרינקן גאר ווייניג, די פנים איז אים געווען איינגעפאלן אין האט שלעכט אויסגעזען אזוי ווייט אז זיין צורה איז ממש געטוישט געווארן פון גרויס צער, אזוי ווי די טרויער טעג זענען אריבער און עס איז געקומען שבת נחמו איז ער געווארן אין גאנצן אן אנדערער מענטש זיין פנים האט געשיינט פאר שמחה עד אין לשער פון גרויס בטחון אין השי"ת אויף די ישועה וואס קומט שוין אט אן.

ער האט זייער שטארק אכט געגעבן אויף די חינוך פון זיינע קינדער, ער האט אוועק געשיקט זיינע זינען צו לערנען תורה אין זיי כסדר געשיקט בריוון מחזק צו זיין אין האט געגעבן הדרכה אין געמאנט אז זיי זאלן אוועקשטיין פון אלע מאדעס אין נארישקייטן נאר זיצן אין לערנען תורה בטהרה וואס דאס איז די איינציגע כבוד וואס קינדער קענען מכבד זיין די עלטערן, אויך אויף די טעכטער האט ער גאר שטארק מקפיד געווען אז זיי זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג אין האט אלץ געהאלטן אן אויג צו זען אז די קליידער זאלן זיין ריכטיג אויסגעהאלטן לויט די דרכי צניעות עד אין לשער.

ער האט זייער פיינט געהאט א צווייטענס געלט און קיינמאל נישט גענומען קיין נדבה פון א מענטש וואס האט נישט געוואוינט אין זיין גלילות, אין טאמער האט זיך געטראפן אז עמיצער האט יא געשיקט פלעגט ער עס צוריקשיקן, ווען מענטשן האבן זיך צו אים געוואנדן מיט פדיונות כדי ער זאל מתפלל זיין פאר זיי אין אן עת צרה רח"ל, פלעגט ער עס אריינלייגן אין די קופת צדקה פון רבי מאיר בעל הנס, אדער אוועקגעבן פאר אנדערע צדקה צוועקן, אפילו פון זיינע אייגענע בעלי בתים האט ער גענומען נאר פון ווער עס האט זיך צוגעהערט צו זיינע מוסר רייד אין זיך אויפגעפירט ערליך, ווי אויך פלעגט ער יעדע חפץ וואס ער האט באקומען במתנה תיכף אפשאצן די ווערט דערפון אין אפגעבן א צענטל דערפון פאר מעשר.
צו נעמען א טייל אין צוריקשטעלן די אוהל, די מצבה, און די לעצטע וואנט פון די גדר http://hfpjc.com/donate/ (לייגט אריין OZD ביים MEMO)

Ozd
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Ozd » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 9:46 pm

עושה נפלאות
אין פארלויף פון די יארן, איז זיין נאמען באוואוסט געווארן אלץ אן איש צדיק וקדוש, און פולע זענען געקומען צו אים, ער זאל אויף זיי מתפלל זיין, און אויספועלן זיי א ישועה אין אן עת צרה ר"ל. פולע זענען געהאלפן געווארן דורך די תפילת צדיק שאינן חוזרות ריקן, ווי אויך ווערן פארציילט איבער אים פולע וואונדערליכע פאסירונגען מיט וועלכע מיר קענען דערביי נישט מאריך זיין, פארט וועלן מיר דערמאנען איינצעלע פאסירונגען וועלכע האבן געטראפן מיט אים ווי פאלגענד.
איינמאל האט אויסגעבראכן א גרויסע פייער אויף דער גאס ווי עס האט זיך געפונען אויך זיין וואוינונג, און וויבאלד די הייזער זענען געווען געבויט פון האלץ, האט די פייער גיך שנעל זיך אריבערגעכאפט פון איין הויז צו די אנדערע, ביז דאס פייער האט זיך דערנענטערט אויך צו זיין הויז. ובכן זענען געקומען די מענטשן אים אנזאגן און ווארענען, ער זאל גיך ארויסגיין און פארלאזן זיין הויז, ווייל די פייער האלט ביים אנקומען, און א סכנה טוט אויף אים לויערן... ער האט זיי אבער געענטפערט, אז מען דארף נישט פארלאזן די ארט, נאר מען קען בלייבן אין די הויז, ווייל עס וועט קיין שום בייז נישט פאסירן... וכך הוה, ווען דאס פייער האט דערגרייכט צו זיין הויז, האט זי זיך אין אים נישט אנגעכאפט, נאר האט אויף די הויז ווי איבערגעהיפט, און איז געגאנגען און זיך אנגעכאפט אין די צווייטע הויז וואס איז געשטאנען דערנעבן און אפגעברענט אלע הייזער ביזן עק גאס, אבער זיין הויז האט עס נישט געטשעפעט, און נישט באשעדיגט גארנישט, ותהום כל העיר, און די גאנצע שטאט האט געשטוינט און באוואונדערט די אויסטערלישע פאסירונג, וואס האט ארויסגעוויזן לעיני כל חי זיין גרויס צדקות און קדושה, והיה לנס.

מעשה בבתולה אחת, וואס האט געוואוינט קעגן איבער דעם רב זצוק"ל, און איז געווען א קלה בדעתה און א מזלזלת אין די הארבע איסורים, זי פלעגט מחלל שבת זיין, טוענדיג די מלאכות האסורות בשבת אפענערהייט ר"ל. ובכן איז ער געגאנגען איר ווארענען, זי זאל אויפהערן מחלל זיין דעם שבת קודש. אבער טראץ זיין הארבע ווארענונג, האט זי זיך נישט צוגעהערט, און האט ווייטער מחלל געווען דעם ש"ק בפרהסיא. און וויבאלד זיין ערשטע ווארענונג האט נישט געהאלפן, איז ער געגאנגען איר ווארענען אויך דאס צווייטע מאל, און האט דערביי איר אנגעזאגט, אז זי זאל ביי זיך וויסן, דאס אויב זי וועט זיך נישט צוהערן צו זיינע ווארענונגן, און וועט ווייטער מחלל שב"ק זיין, דאן וועט זי ל"ע האבן א ביטערן סוף... צום באדויערן אויך די דאזיגע שארפע ווארענונג זיינע האט נישט געהאלפן, און זי איז אנגעגאנגען ווייטע מיט אירע מעשים תעתועים ר"ל.
ויהי היום, אין א געוויסן טאג איז זי געשטארבן יונגערהייט דורך אן אויסטערלישן אופן. און בשעת איר קבורה האט געטראפן, אז איינער פון די קברנים האט פארצופאל אריינגעלאזט זיין בייטל מיט געלט אין דעם קבר, און האט זיך דערפון געכאפט ערשט שפעטער, א קורצער צייט נאך איר קבורה, האט ער געפרעגט א שאלה, און מען האט אים מתיר געווען צו עפענען דעם קבר, און פון דארט ארויסנעמען זיין בייטל, און וואונדער איבער וואונדער האט געטראפן, אז בשעת מ'האט געעפענט דעם קבר, האט מען געפונען און געזען, ווי איר גוף איז צובליטיגט פון קאפ ביז צו די פוסן, דורך די גרויסע שלעק פון חיבוט הקבר, והנשארים ישמעו ויראו ולא יזידו לעשות עוד, מען האט זיך געהיטן און זיך געפארכטן ח"ו נישט מחלל שבת זיין.

צדקת ה' עשה ומשפטיו עם ישרא"ל
כל ימיו איז ער געזעצן על התורה ועל העבודה, און געדינט דעם באשעפער מיט גרויס קדושה וטהרה, חסידות ופרישות, ער איז געווען א זוכה ומזכה את הרבים און האט פול אויפגעטאן להרמת קרן התורה והדת, און איז געווען א לוחם קעגן פושעי ישראל, און האט נישט נושא פנים געווען פאר זיי, גלייך ווי עס ווערט פערציילט פון אים, עס האט אמאל געטראפן, אז ער איז געווען ביי א חתונה און א דערנעבדיגן שטעטל "פוטנאק" נישט ווייט פון באליאק, דעמאלטס איז דאך געווען די מנהג ביי די חתונות צו האלטן דרשות בשעת די סעודה. האט מען אים מכבד געווען צום ערשטן צו זאגן א דרשה, און עס איז אים נישט געפאלן די שידוך, און דער חתן האט געהייסן "ברוך" האט ער געזאגט עס שטייט אין די תורה (בראשית כד לט) ואמר אל אדוני אלי לא תלך האשה אחרי, זאגט דארטן רש"י אלי כתיב וכו', אז אליעזר האט געהאט א טאכטער, האט ער געזוכט צו טרעפן א אויסטרעף, אז אברהם זאל מוזן זיך משדך זיין מיט זיין זוהן יצחק צו זיין טאכטער, האט אברהם געזאגט מיין זון איז א ברוך און דו ביזט א ארור, און א ארור קען זיך נישט משדך זיין מיט א ברוך, און דער גאנצער עולם האט זיך דארט זייער געוואונדערט אויף די ווערטער, נאכדעם האט שוין קיינער פון די רבנים נישט געוואלט רעדן. וכך הוה און פון דער זיווג האט זיך טאקע נישט גוט אויסגעלאזט...

איינמאל האט ער געמוזט גיין האלטן הספד אויף אן אדם רשע קעגן זיין אייגן ווילן, האט ער בתוך דבריו געזאגט: די אלע מענטשן וואס שטייען דא, טוען זיך וואונדערן און פרעגן, וויאזוי קען דאס זיין אז ער איז געשטארבן? אבער איך טו זיך וואונדערן און פרעגן, וויאזוי ער האט געקענט לעבן? ער איז דאך ממש געווען אן עפר ואפר, און דאך האט ער געלעבט...

איינמאל ווען ער האט אינמיטן מספיד זיין א נפטר וועלכער האט ל"ע נישט געהאט קיין ערליכע קינדער דערמאנט, אז דער נפטר וועט אויפשטיין צוזאמען מיט אלע מתי ישראל אין תחיית המתים, האט דער זון פונם נפטר אים איבערגעריסן אין זיין הספד, און האט אריינגעשריגן: הערט אויף! רעדט נישט דערוועגן, ווייל איך גלייב נישט דערין!" האט ער אויף דעם אים געענטפערט: "דו האסט אלע רעכטן נישט אויפצושטיין ביים תחיית המתים, און דו ביסט טאקע ווערד דערצו! אבער אונז וואס מיר גלייבן יא אין תחיית המתים, איז אונז ערלויבט צו רעדן דערוועגן...".

איינמאל ווען ער האט געהאט צו טאן מיט אן עם הארץ א גרויסער עושר, און נאך דערצו א גרויסער בעל גאוה, האט ער אים געזאגט: "אויף וואס ביזטו אזוי שטאלץ? אויף דיין געלט? נו! מיין הייליגע ספרים וואס איך פארמאג, זענען מער ווערד פון אלע דיינע געלטער. און מיינע געלטער זענען מער ווערד פון אלע דיינע ספרים קדושים וועלכע דו טוסט פארמאגן... כהנה וכהנה האט ער מקיים געווען דעם ולא תגורו מפני איש, נישט האבענדיג קיין מורא מוסר צו זאגן פאר די עבריינים און עמי הארצים, ווייל זיין גאנצע כוונה, זיין גאנצע ווילן איז געווען בלויז לעשות רצון אביו שבשמים.

בפי ישרים
אין די הסכמות צו זיין ספר כתבי מהרי"ח קען מען זען אביסל פון די הערצה וואס גאונים וצדיקים האבן געהאט צו אים, דער ווייטצענער רב הגה"ק רבי ישעי' זילבערשטיין זצל"ה שרייבט בתוך דבריו "איך האב אויך געזען די געדרוקטע בלעטלעך אין איך האב שטארק הנאה געהאט, ווייל זיי זענען רייד וואס דערפרייען דאס הארץ אין בעלייכטען די אויגן ... ובפרט זיינע מוסר רייד זענען פול מיט התלהבות אין הייליגע געפילן אויף מקרב זיין יודן לאביהם שבשמים".

דער מאדער רב הגה"ק רבי מרדכי לייב ווינקלער זצל"ה שרייבט בתוך דבריו "וידעתיו כי היה ארוך בדורינו ואני קצר המדע ואינו בדין שיניף המקצר על המאריך... נאך אין זיינע בחורישע יארן האט ער באשיינט די גדולי הדור מיט זיין גרויסקייט אין תורה אין וואונדערליכע יראה, מדקדק געווען אין מצוות ביז א זוז כל שהוא אין געשטיגן מעלה מעלה, אזוי ווי עס איז געווען באוואוסט אין די גאנצע מדינה פון זיין גרויסע קדושה... ווער בין איך צו גיין רעדען פון זיין לויב".

הגה"צ רבי משה סופר זצל"ה אבד"ק טיסאפורעד וואס איז געווען מיט אים א יוגנט חבר ווען זיי האבן צוזאמען געלערנט ביי הגה"ק רנ"ס הנ"ל שרייבט אין זיין הסכמה "הי' ירא את ה' מנעוריו שם לילות כימים בטהרה ועסק בתוה"ק... מען קען נישט משער זיין זיין גרויס צדקות אין פרישות, ער פלעגט נישט נושא פנים זיין פאר קיין שום מענטש, האט פיינט געהאט יענעמס געלט, נישט גערעדט קיין שיחה בטילה, אין זיך אוועקגעגעבן אויפצושטעלן תורה אין יראה, איך געדענק ווי מיין הייליגער רבי רנ"ס פלעגט אים שטענדיג רימען, אין איינמאל האט אים מיין רבי געפרעגט: זאג מיר נאר פון ווי האסטו דיך געלערנט צו דינען דעם אייבערשטען מיט אזא מסי"נ די ביסט דאך גרעסער אין יראת שמים פון דיינע רבי'ס".

אויך זיין רבי הג"מ ר' עזריאל הילדסהיימער זצל"ה שרייבט צו אים אין א תשובה (עיין שו"ת רע"ז סימן ק"מ וסימן רכ"ב) "ומילי דאגדתא שהוסיף זענען פול מיט אמתדיגע מוסר אין זענען ראוי געזאגט צו ווערן פון א צדיק ווי אים זאלן זיך מערן ווי אים אין כלל ישראל, און איך האב אויך הנאה געהאט דערפון".
צו נעמען א טייל אין צוריקשטעלן די אוהל, די מצבה, און די לעצטע וואנט פון די גדר http://hfpjc.com/donate/ (לייגט אריין OZD ביים MEMO)

Ozd
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Ozd » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 1:30 pm

נצחו אראלים
זיין סדר ההסתלקות לחיי עולם הבא ווערט געשילדערט אין די הקדמה פון זיין ספר כתבי מהרי"ח ווי פאלגעד: די צווייטע נאכט פון ראש השנה חצות ביינאכט, איז ער פלוצים קראנק געווארן, און זיין אטעם איז אים געווארן שווער, און אין דעם צווייטן טאג פון ר"ה איז ער געווען אזוי שוואך, אז קיינער האט נישט געקענט גלייבן אז ער וועט קענען דעם טאג בלאזן שופר, גלייך ווי ער פלעגט זיין דער בעל תוקע און פארלויף פון איבער פערציג יאר. זיין חלישות האט דערגרייכט עד כדי כך אז ער האט נישט געקענט אליין ארויפגיין אויף די בימה, נאר צוויי מענטשן, איינער פון איין זייט, און דער צווייטער פון דער אנדערער זייט, האבן אים ארויפגעפירט אויף די בימה. און בשעת ער האט געזאגט די ברכות, האט מען זיין שטימע פון גרויס שוואכקייט נישט געקענט הערן. אבער ווען עס איז געקומען צו בלאזן שופר האט ער פלוצים אנגעהויבן צו בלאזן מיט אזא שטארקקייט, אז די זקנים וואס האבן אים געהערט בלאזן שופר מיט דרייסיג יאר פריער, האבן עדות געזאגט, אז אויך דעמאלט איז זיין בלאזן נישט געווען שטערקער. און טאקע, דער זאך איז געווען א גרויסער וואונדער אין די אויגן פון די אנוועזענדע מתפללים, און איז געווען ביי זיי ווי אומגלויבליך.

אין פארלויף פון די טעג פון עשרת ימי התשובה, ווי אויך אין טאג פון יום כיפור זעלבסט, איז ער פיזיש געווען זייער שוואך, אבער זיין הייליגע גייסט האט געברענט אין אים ווי א פייער, און האט די אלע טעג און נעכט נישט אויפגעהערט פון דאווענען או פון עבודת השם עד להפליא, ער האט געפאסט און זיך געפירט מיט די אלע ענינים ווי געווענליך. און איז יום כיפור געווען אין דער בית הכנסת, און האט נאך געדינט זיין באשעפער ביתר שאת ויתר עוז.

אזוי איז ער אנגעגאגען מיט זיין תהלוכות הקודש ביז דער טאג פון ערב סוכות. אבער אין דעם דאזיגער טאג צופרי, איז ער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און האט עטליכע מאל געפרואווט אויפשטיין פון זיין בעט, און האט עס פון זיין גרויס חלישות נישט געקענט באוויזן, און האט געהאט גרויס צער וואס ער דארף דורך דעם פארשפעטיגן דאס דאווענען שחרית.

ארום זייגער 9 צופרי האט ער געבעטן מען זאל רופן דעם בחור, כדי ער זאל אים אפשערן די האר. א זאך וואס איז געווען א דבר פלא אין די אויגן פון זיינע קינדער, ווייל זיין פיהרונג איז פון שטענדיג אן געווען, אז אפילו נאך חצות, ווען ער פלעגט זיך שעהרן, פלעגט ער צוערשט דאווענען די תפלת מנחה...

דערנאך האט ער זיך געשטארקט, און איז אויפגעשטאנען פון זיין בעט, ער האט געטרינקען קאווע און זיך צוגעגרייט, און נאך זייגער צען צופרי, האט ער זיך מתעטף געווען אין זיין טלית און האט אנגעטאן אויף זין די תפילין, און זיך געשטעלט דאווענען, וואס האט גענומען ביז זייגער דרייע נאכמיטאג. ער האט געדאווענט מיט זיין גאנצן כח. און נאך וואס ער האט אויסגעטאן זיין תפילין דר"ת, האבן זיינע קינדער פון אים געבעטן, ער זאל עפעס עסן און טרינקען, ווייל דער טאג איז שוין פארביי. אבער ער האט זיי געזאגט: לאזט מיך צורוה ווייל איך דארף גארנישט.

ווען מיר האבן דערנאך געזען אז ער איז זייער שוואך, האבן מיר געשיקט נאכן דאקטער, ווען דער דאקטער איז געקומען, האט ער באשטעטיגט אז ער האט בלויז א פאר מינוטן צו לעבן. דער דאקטער האט געוואלט אריינטאן אין זיין מויל פון די זופ וואס איז געקאכט געווארן לכבוד שבת ויום טוב, אבער ער האט עס פון דאקטער נישט געוואלט נעמען, האט זיין זוהן גענומען דעם שיסל פון דאקטערס האנד, און וויבאלד עס איז שוין געווען די שיסל אינעם זונס האנט, האט ער גלייך געמאכט א ברכת שהכל נהי' בדברו אויף א הויכע שטימע, ווארט ביי ווארט, און האט זיך צוגעאיילט טועם צו זיין, און מאכן כדרכו בקודש א טועמי' אויף די שבת'דיגע מאכל, נאר דאס מאל האט ער דערמיט זיך צוגעאיילט, און האט געזאגט מען זאל אים געבן בלויז פון די זופ, ווייל ער האט געמאכט בלויז א ברכת שהכל. דערנאך האט ער געמאכט א ברכת בורא נפשות רבות וחסרונן, און געענדיגט ברוך חי העולמים, דאן האט מען אים אנידערגעלייגט אויפן בעט, און איז געווען צום דערקענען אז ער גייט נסתלק ווערן פון דער וועלט, און די אנוועזענדע האבן געשריגן שמע ישראל וכו' ויצאה נשמתו הקדושה בטהרה.

ער איז נפטר געווארן דורך א מיתת נשיקה, גלייך מיט די אלע סימנים וועלכע חכמינו ז"ל האבן דערצו אנגעגעבן. זיין פנים איז איז בשעת מעשה געווען קעגן די אנוועזענדע, און זיין צורה האט ממש געלויכטן און געווען רויט, און האט נישט גע'גוסס'ט אפילו פאר קיין רגע צייט. אזוי איז ער נפטר געווארן אין עלטער פון פיר אין זיבעציג יאר ערב סוכות שנת תרס"ט עש"ק נאנט צו כניסת שב"ק ויום טוב, אזוי אז עס איז שוין נישט געווען בכדי שיעשה צו מאכן די קבורה מבעוד יום, נאר ערשט אין יום ב' דחג הסוכות האט מען געמאכט די טהרה דורך טבילה, און איז געווען צו באוואונדערן, אז טראץ דעם וואס מהאט זיין הייליגע גוף צוליב דעם יו"ט אויפגעהאלטן איבער איינס און א האלב מעת לעת צייט, פארט האט זיין גוף נישט געהאט קיין שום רקבון אדער סרחון, וואס האט אויך געוויזן אז ער איז נפטר געווארן בנשיקה, און נישט דורך די טיפה פון מלאך המות, פון וועלכע דער מת איז מסריח, וכדברי חכז"ל. און איז געבראכט געווארן דעם צווייטן טאג יו"ט סוכות לקבורה ווערנדיג געטראגן אויף די אקסלען פון אזד ביז באליאק ווען עס באגלייט אים א ריזן ציבור פון אלע ארומיגע ישובים מיט גרויס כבוד, אין ער"ח כסלו דערנאך איז אויפגעשטעלט געווארן זיין מצבה און עס איז דעמאלטס פארגעקומען א גרויסער הספד ווי עס זענען זיך צוזאמענגעקומען מענטשען פון נאנט אין ווייט ווי אויך רבנים אין צדיקים וואס זענען געקומען באוויינען את השריפה אשר שרף ה'.

ביום י"ג אלול שנת תר"ע די טאג וואס די קינדער האבן אויפגעהערט זאגן קדיש האט מען אויפגעבויט אין באנייט אן אוהל אויף ציון קדשו און עס איז אויך דעמאלטס פארגעקומען הספדים, (דער אוהל האט פארמאגט א פענסטער אז די משפחה וואס זענען געווען כהנים זאלן קענען צוקומען סמוך לציון קדשו) די בני העיר האבן זיך פארגענומען צו קומען באזוכן דעם ציון איעדען ער"ח אלול (וויבאלד די יארצייט געפאלט אויס אין א טאג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון און מען גייט נישט באזוכן קיין קבר) דער ציון איז פארוואנדלט געווארן פאר א מקום תפלה, וואו עס פלעגן טאג נאך טאג קומען אידן, מתפלל זיין, על כל צרה שלא תבוא, און דארט אויסגיסן זייערע פארביטערטע צובראכענע הערצער, און אויספויעלן א דבר ישועה ורחמים, ווייל גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם. און פולע זענען טאקע געהאלפן געווארן ביי זיין ציון קדשו. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
צו נעמען א טייל אין צוריקשטעלן די אוהל, די מצבה, און די לעצטע וואנט פון די גדר http://hfpjc.com/donate/ (לייגט אריין OZD ביים MEMO)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט