רבי שלום נח ברזובסקי זצ״ל - ה״נתיבות שלום״ מסלונים - ז׳ אב תש״ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי שלום נח ברזובסקי זצ״ל - ה״נתיבות שלום״ מסלונים - ז׳ אב תש״ס

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 4:40 am

כ״ק מרן האדמו״ר רבי שלום נח ברזובסקי זצ״ל
ה״נתיבות שלום״ מסלונים

איז געבוירן צו זיין טאטען הרבני החסיד המופלג מו״ה ר׳ משה אברהם ברזובסקי - מחסידי ה״דברי שמואל״ מסלונים - וראה״ק דעיירה בארנאוויטש.

ביום י״ד מנחם אב שנת תרע״א - בעיר בארנאוויטש

תורה עם חסידות:
דער ״נתיבות שלום״ איז וועלט בארימט מיט זיין ״דרך הלימוד המיוחדת״ בשילוב המזיגה בין תורה וחסידות, בכח העיון והבנה וכשרון החידוש, מיט יעדע סארט לימוד, נישט נאר א שטיקל גמ׳ תוס׳ מיט ראשונים ווערט אפגעלערנט בכח העיון וברירת, נאר אויך א שטיקל חסידות אדער די שמועסן פאר די תלמידי הישיבה האט ער אפגעלערנט און איבערגעגעבן אויף דעם אופן הלימוד, און צוליב דעם זענען די חשובע ספרי ״נתיבות שלום״ אזוי שטארק אויפגעכאפט אין חבב על לומדי התורה וחסידות בכל החוגים ולכל מבקשי ה׳, דארט און די שמוסען קען מען געפינען א תורה שלימה און שיטות מיט לאגיק בבהירות נפלא אין כל עניני התורה ואורחות חיים, און א דירעקציע אויף א אויסגעקלארטען דרך און: אמונה, ובטחון, אהבה יראה, תורה ותפלה, טהרת המידות, און הארות המועדים.

קניית דרך הלימוד:
אין בארנאוויטש איז געווען א חסידישער שטיבל פאר די סלונימער חסידים תחת הנהגת האדמו״ר ה״בית אברהם״ מסלונים און דארט אינעם שטיבל האט דער בית אברהם געגרינדעט א ישיבה מיטן נאמען ״תורת חסד״ דארט איז דער נתיבות שלום אויפגעוואקסן בין כותלי הביהמ״ד פון ווי ער האט קונה געווען זיין דרך הלימוד בעיון רב און קלארקייט ע״ד הלימוד הליטאית אבער מיט דעם חסידישן ברען...

זיין רבי מיט דעם דרך הלימוד בעיון בצלילות ובבהירות איז געווען דארט בין כותלי הישיבה בבארנאוויטש הגה״צ רבי משה מינדער זצ״ל, דער נתיבות שלום האט פארציילט אז זיין רבי דער רמ״מ האט איבער געלאזט אן ערך פון כ״ד גאונישע ספרים וואס זענען פארלוירן געגאנגן אין קריג.

רבו המובהק:
‎רבו המובהק בחסידות ובעבודה אין וועם ער איז געווען דבוק בדביקות צדיקים איז געווען הרה״ק רבי אברהם וויינבערג (השני) בעל ״בית אברהם״ מסלונים זצ״ל, הגם וואס ווען דער בית אברהם איז נסתלק געווארן בתרצ״ג איז ער נאך געווען א בחור עכ״ז איז ער געבליבן איינגעקריצט בלוח ליבו און איז אייביג געווען על דעתו ועל כוונתו.

‎דער נתיבות שלום איז געווען דער וואס האט מרשים געווען די תורת פונעם בית אברהם אלס יונגער בחור, קודם האט ער דאס געטון פאר זיך, ווען מהאט געוויזן די כתבים פארן בית אברהם איז אזוי ארויס פון התפעלות פון דעם קלארקייט און הבנה אין זיינע ווערטער, אזוי אז ער איז שוין פארבליבן דער אפעציעלער שרייבער, און פון די כתבים וואס ער האט געשריבן אלס יונג בחור איז שפעטער ארויסגעגעבן געווארן דער ספר ״בית אברהם״.

זיין רבי הבית אברהם איז געווען זיין שדכן, בעת ווען ער האט באזוכט א״י דאס לעצטע מאל האט ער מציע געווען פאר האדמו״ר רבי אברהם וויינבערג זצ״ל (השלישי) בעל ה״ברכת אברהם״ מסלונים וואס האט דאן שוין געוואוינט אין טבריה צוזאמען מיט די געהויבענע בני עליה העדת החסידים הנמנים בין חסידי סלונים המפורסמים מיט זייער עבדות.

בשנת תרצ״ה איז ארויף קיין א״י זיך צו באזעצן נעבן זיין שווער אין טבריה.

בת״ש במשך פון צוויי יאר האט ער געדינט כראש ישיבת ״אחי תמימים״ ליובאוויטש אין תל אביב.

התייסדת הישיבה המפורסמת:
בשנת תש״ב ווען די ידיעות אז די סלונימער אימפעריע איז רח״ל ארויף על מוקדה על המזבח באייראפע אין דאס בלוט פון די אומשולדיגע ברודער איז גערינען אויף הפקר בשדות ובכרמים, האט ער געזאגט אז די גופים פון די סלאנימער חסידים זענען טאקע פארברענט געווארן אבער דער גייסט פון סלונים גייט אייביג פארבלייבן....

און דייקא אין דעם זמן פון הסתרה האט ער זיך אנגעגארטעלט בעוז מתניו צו גרינדען די בארימטע סלונימער ישיבה ״ישיבה בית אברהם״ אזוי צו פארזיכערן אז סלונים פארבלייבט א שם ושארית עד ביאת משיח.

יארן לאנג האט ער געדינט אלס ראש ישיבה ביזן איבערנעמען די אדמורת.

ההנהגה:
זיין שווער דער ״ברכת אברהם איז נסתלק געווארן י״א סיון תשמ״א, אבער שוין צוויי יאר פאר די פטירה האט דער נתיבות שלום שוין איבערגענומען דעם שבט ההנהגה עוד בחיי חותנו, ווען דער שווער איז אביסל פארעלטערט געווארן און געשפירט אז ער איז שוין נישט בכח צו טראגן דעם עול הציבור האט ער איבערגעגבן דעם הנהגה פארן איידעם.

חכם ונבון:
דער נתיבות שלום איז אויך געווען בארימט אלס א מחנך נפלא יוצא מן הכלל, אלס איינער וואס האט געהאט א גאר פראפעסינאלן צוגאנג מיט פארשטאנד אין א ספעציעלן חוש צו חינוך, און ער האט טאקע מצליח געווען משפיע צו זיין את הבנתו ודרכו בחינוך אויף די גרעסטע מומחים אין חינוך, בארימטע גדולי מחנכים זענען זיינע תלמידים בעניני חינוך, זיינע חינוך שמוסען וואס איז צאמגענומען אינעם ספר ״נתיבי החינוך״ איז א ראלל מאדאל פאר די גדולי המחנכים.

מיט די הנהגה פונעם נתיבות שלום איז ״סלונים״ געווארן שיינע מבצרי התורה והחינוך אין זיך צעוואקסן אין צושפרייט איבעראל.

נסתלק בז׳ מנחם אב תש״ס ונטמן בהר הזתים.

בנו כ״ק אדמו״ר רבי שמואל שליט״א - מילא את מקומו באדמורת סלונים.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 7:52 am

רבניש האט געשריבן:כ״ק מרן האדמו״ר רבי שלום נח ברזובסקי זצ״ל
ה״נתיבות שלום״ מסלונים



ההנהגה:
זיין שווער דער ״ברכת אברהם איז נסתלק געווארן י״א סיון תשמ״א, אבער שוין צוויי יאר פאר די פטירה האט דער נתיבות שלום שוין איבערגענומען דעם שבט ההנהגה עוד בחיי חותנו, ווען דער שווער איז אביסל פארעלטערט געווארן און געשפירט אז ער איז שוין נישט בכח צו טראגן דעם עול הציבור האט ער איבערגעגבן דעם הנהגה פארן איידעם.


נישט צוויי יאר, נאר צוויי מאנאטן פאר די פטירה (ניסן תשמ"א) איז ער געקרוינט אלס מנהיג העדה בחיי חותנו.
אבער פאר דעם אויכעט זענען אסאך פון חסידי סלונים (דעמאלטס סלאנים) זענען געווען דבוק זייער שטארק אין איהם, זייענדיג גדול משכמו ומעלה אין אלע מקצועות, תורה חסידות עבודת ה' מיט הנהגה. ויותר אין להאריך.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 8:20 am

ס'פעלט אויס א ידיעה אויף די שלשלת האדמורו"ת פון די סלאנימע חסידות.
די ערשטע סלאנימער רבי איז געווען דער יסוד העבודה, רבי אברהם וויינבערג מסלאנימא זי"ע, תלמידם וממלא מקומם פון די גרויסע צדיקים פון לעכאוויטש מיט קוברין ולמעב"ק.
זיין ממלא מקום איז געווען זיין אייניקל דער דברי שמואל, בן בנו רבי יחיאל מיכל אהרן, וואס איז געווען א רבי תל תלפיות פאר צענדליגע טויזנטע אידן. ער אליין איז געפארן אויכעט צו הרה"ק רד"מ טשארטקאווער זי"ע דער הייליגע ריזי'ניערס זוהן, וואס וועגן דעם האט מען גערופן דער טשארטקאווער, א רבי פון רבי'ס.
ער האט געהאט צוויי המשכות, זיין עלטסטע זוהן רבי ישכר ליב זצ"ל האט איהם ממשיך געווען אין די שטאט סלאנים.
זיין צווייטע זוהן, הרה"ק רבי אברהם השני מסלאנים (בעמח"ס בית אברהם ועוד), האט געפירט די עדה פון די שטאט בראנאוויץ אין ליטא. רוב עדה זענען געווען דבוק צו איהם, און געפירט עדה פון רבבות, סיי אין ליטא/פולין, אין סיי אין אר"י בעיקר אין טבריה. דער נתיבות שלום איז געווען בעיקר זיינץ א תלמיד מובהק בחסידות. זיין הנהגה איז געווען אש להבה.
דער בית אברהם איז אוועק זייער יונג בשנת תרצ"ג, און זיין זוהן הבחור הקדוש שלמה דוד יהושע איז אנגענומען אלס סלאנימער רבי נאך פאר זיין חתונה, א יאהר שפעטער איז ער געווארן איידעם פון אלכסנדר רבי דער עקידת יצחק הי"ד. ער איז באקאנט מיט'ן נאמען "דער יונגער רבי". ער איז געווען א מויראדיגע שפל ברך, אבער מנהיג בחסד עליון וואס אלע זקני החסידים מיט די יונגע זענען געווארן כרוך אחריו. ליידער איז ער ומשפחתו צוזאמען מיט די גאנצע עדה קדושה עלו בלהב אש השמימה בימות הזעם.
נאכ'ן קריג איז בעיקר געווען די חסידים אין אר"י שבור ורצוץ, אהן קיין המשכה פון די זרע קודש.
אנהייב יאהרן האט מען מקבל געווען אלס ראש החבורה ומנהיג העדה, הרה"ק ר' מאטיל סלאנימער, אבער ער האט נישט נוהג געווען בגינוני אדמורות, נאר געפירט די עדה קדישא. ער איז געווען א שארפע קנאי אין לוחם מלחמת ה', כנודע.
נאך זיין הסתלקות טבת תשי"ד, איז פארגעקומען א וואלן אין די עדה ווער זאל ווערן אנגעקרוינט אלס רבי, ס'איז געוועהן 3 אפציעס אויפן טיש, 1. רבי אברהם ויינברג (השלישי) מטבריה בעל ברכת אברהם, עובד ה' בסילודין חסידא ופרישא נו"נ ליסוד העבודה האדמו"ר הראשון מסלאנים, ויד ימינם של דו"ז הדברי שמואל וממשיכיו אחריו ואיש סודם. 2 ר' מתתיהו לוריא מטבריה, ת"ח בכל מכמני התורה והחסידות ופנימיותה וצדיק נשגב א דמות מופת. 3 דער נתיבות שלום, דער ראש הישיבה, וואס שפעטער איז טאקע געווארן סלונימער רבי, אבער דעמאלטס איז ער געווען אסאך יונגער פון די צוויי אנדערע מועמדים, זיין שווער מיט ר' מתת', אבער זייענדיג מעתיק השמועה פון די צדיקי סלאנים פון בראנאוויטש, און אויך אליין א זעלטענע בעל מעלות, האט מען אויך צוגעלייגט זיין נאמען אלס אפציע.
למעשה איז אויפגענומען ברוב קולות דער ברכת אברהם, [מ'זאגט אז צווישן איהם מיט ר' מתת' לוריא איז געווען נאר איין קול דיפערענץ... כל קול קובע]. וואס ער איז געשטאנען בראש העדה משנת תשט"ו, צו ערשט אין טבריה ווי ס'זענען נאך געווען די פריעדיגע דור פון די סלאנימע חסידים, שפעטער שנת תש"כ האט ער איבערגצויגן צו ירושלים נעבן די ישיבה וואס איז שוין געווען מער פון 15 יאהר דארט.
למעשה די מוסדות, וואס האט דעמאלטס פארמאגט בעיקר די ישיבה, האבן אנגעפירט דורך דער איידעם דער נתיבות שלום, וואס איז אויך שוין געווען באקאנט אלס איינער פון מנהיגי הדור. אבער דער רבי, דער איש על העדה שעל פיו ייצאו ועל פיו יבואו, איז געווען דער ברכת אברהם, וואס איז באקאנט געווען אלס א צדיק נשגב כחד מקמאי. צוואנציג יאר במלואו, האט ער גפירט די עדה קדישא ממקום שבתו לעבן ישיבת בית אברהם אין ירושלים. תשמ"א איז ער שוין שוואך געווארן, ביז זיין הסתלקות סיון אותה שנה. [ויותר אין להאריך וכנ"ל].

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:41 am

יש כח הרב אבן יקרה פארן אויסקלארן אזוי די סלונימער גזע מיט אירע ראשון׳ס שני׳ס שלישי׳ס.

צעמישט ווערט מען נאר אביסל ווייל עס איז נישט געגאנגן פון קינד צו קינד און איבערהויפט ביים שווער פונעם נתיבות שלום רבי אברהם השלישי ה״ברכת אברהם״ איז נאר אן אייניקל פונעם ערשטן סלונימער רבין היסוד העבודה. און איז רבי נאר דורך וואלן נישט בתור ירושה.


יא גערעכט פאר צוויי חדשים, צוויי יאר איז עפעס א טעות דארף מען עס פאריכטן.

איבערן עצם אויפנעמען בחיי חותנו איז דאס געווען וואס האט אפגעטילט די עדת ״סלאנים״ אדער אן אנדער סיבה דערצו?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

ה״ברכת אברהם״ ו״הנתיבות שלום״ מסלונים

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:48 am

דער נתיבות שלום מיט זיין שווער שוין אין די עלטערע יארן
צוגעלייגטע
RenderedContent-5F659388-88C7-4A2E-8C6C-93462122BE9D.JPG
RenderedContent-5F659388-88C7-4A2E-8C6C-93462122BE9D.JPG (66.9 KiB) געזעהן 2235 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

נתיבות שלום סלונים

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:50 am

הנתיבות שלום מיט הפני מנחם מגור, ורש״ז אויערבאך, ור״י פינסק מהר״י גראסמאן זצ״ל
צוגעלייגטע
RenderedContent-8C2EA392-E643-4F6D-A5F2-8605703D603D.JPG
RenderedContent-8C2EA392-E643-4F6D-A5F2-8605703D603D.JPG (98.52 KiB) געזעהן 2231 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:02 am

ה״נתיבות שלום״ מסלונים ביי די הנחת אבן הפינה לביהמ״ד הגדול בעלזא - י׳ סיון תשמ״ד

מימין: הגאון רבי פנחס הירשפרונג רב דמאנטריאל, הגאון רש״ז אויערבאך, ויבלח״ט (הילד) הרה״צ רא״מ, הבעלזער רב, הלב שמחה, והנתיבות שלום,
צוגעלייגטע
IMG_3624.JPG
IMG_3624.JPG (304.11 KiB) געזעהן 2223 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:03 am

ועם הישועות משה זצ״ל במעמד
צוגעלייגטע
RenderedContent-9D0A844C-DD04-4161-BAAB-1C584DEEFEBB.JPG
RenderedContent-9D0A844C-DD04-4161-BAAB-1C584DEEFEBB.JPG (94.67 KiB) געזעהן 2223 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:10 am

רבניש האט געשריבן:יש כח הרב אבן יקרה פארן אויסקלארן אזוי די סלונימער גזע מיט אירע ראשון׳ס שני׳ס שלישי׳ס.

צעמישט ווערט מען נאר אביסל ווייל עס איז נישט געגאנגן פון קינד צו קינד און איבערהויפט ביים שווער פונעם נתיבות שלום רבי אברהם השלישי ה״ברכת אברהם״ איז נאר אן אייניקל פונעם ערשטן סלונימער רבין היסוד העבודה. און איז רבי נאר דורך וואלן נישט בתור ירושה.


יא גערעכט פאר צוויי חדשים, צוויי יאר איז עפעס א טעות דארף מען עס פאריכטן.

איבערן עצם אויפנעמען בחיי חותנו איז דאס געווען וואס האט אפגעטילט די עדת ״סלאנים״ אדער אן אנדער סיבה דערצו?


רבי אברהם וינברג השלישי דער ברכת אברהם [אגב, אזוי ווערט ער אנגערופן נאר ביי די סלונימערס, ביי די שווארצע סלאנים רופט מען איהם בסתמא דער רבי זצ"ל, אדער דער "באר אברהם", זיי האבן ארויס געברענגט פון איהם א ספר בשם "נחל איתן", און אויך אגרות קודש, שטארקע חסידישע חיבורים], איז נישט געווען אייניקל פון דער דברי שמואל, נאר אן אייניקל פון דער ערשטע רבי אברהם ויינברג דער הייליגע יסוד העבודה.

רבי איז ער טאקע נאר דורך וואלן, זייענדיג דער חשוב'סטע אין די עדה און דער מוליך ומביא צווישן דער דברי שמואל ובנו דער בית אברהם מיט די חבורה אין ארה"ק, אבער עפעס ירושה איז פארט ס'איז דא דא, און מן הסתם דאס איז אויך געווען א סיבה פארוואס רוב עדה האט איהם געוואלט אלס רבי, ווייל ער איז א אייניקל פון דער ערשטע סלאנימער רבי.

רעדענדיג פון "בית אברהם" מסלונים, איז אויך צו באמערקן, אז דאס איז בעיקר די נאמען ווי אזוי מען רופט איהם ביי די סלונימערס, ע"ש ספרו וואס דער נתיבות שלום האט ארויס געגעבן. אבער די סלאנימער שווארצע חסידים נוצן נישט דעם ספר, זיי האבן ארויס געגעבן אליין א אנדערע ספר, דברות קודש, ארגינעלע כתבים פון חסידי סלאנים פון בראנאוויטש מדברות קדשו [ארגינעל מיין איך ווייל ס'איז געמישט מיט אידישע ווערטער, אין אהן קיין איבערגעארבעטע זאכן. משא"כ די בית אברהם איז איבערגעארבעט בידיו האמונות פון די נתיבות שלום וואס איז געווען ספרא רבא], און ער ווערט אנגערופן ביי זיי "דער באראנאוויטשער".

יא. די סיבה דערצו איז געווען די התמנות בחיי חותנו. אבער אהן דעם איז שוין אויך געווען אפגעטיילט, ווייל כאמור, שוין בחייו פון דער ברכת אברהם, איז א גרויסע חלק עולם געווען שטארק דבוק ביים ראש ישיבה דער נתיבות שלום. אין די שווארצערס, האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, אז ס'איז דא א רבי, און ס'איז דא נאך אזאך א ראש ישיבה וואס איז אויכעט א מאן דאמר פאר זיך... נאכדערצו דער נתיבות שלום איז געווען א באראנאוויטשער, וואס מטבע הדברים זייענדיג אין ליטא האט דאס געברענגט עפעס א שינוי, אנדערש ווי די טבעריאנע חבורה, וואס דער ברכת אברהם איז געקומען פון דארט. די טבעריאנערס זענען געווען מער קנאיש, מער חניאקיש, דאס האט אויך געברענגט דערצו. אבער דער גורם, די מכה בפטיש, איז געווען טאקע די התמנות.

חסידים דערציילן גאר א שארפע אויסדרוק פון דער לב שמחה גלייך נאך די התמנות, אזוי ווי די אויסדרוק פון די ירושלמי אויף האוכל מצה בער"פ. דוק.

אבער לית מאן דפליג, אז דער נתיבות שלום, מיט זיין גדלות בתורה ובחסידות ובכל המעלות, צוזאמען מיט זיין געוואלידגע כח הנהגה פאסנדיק פאר דעם דור הבנין נאכ'ן חורבן, איז ער געווען איינער פון די גרעסטע גדולי הדור, נערץ ונקדש בכל ישראל.
זיין ספר, ספה"ק נתיבות שלום, איז פון די חיבורים וואס פארקויפן די מערסטע בכל תפוצות ישראל. שטארקע הערליכע בנינים געבויט אויף פריעדיגע אייזענע יסודות פון דרך החסידות.

אגב, דער ערשטע חלק פון די ספר בדרכי העבודה, א מויראדיגע חיבור האט ער ארויס געגעבן ארט נאכדעם ווען ער איז געווארן א רבי. די ספר איז שוין געווען גענעדיג אנגעגרייט פאר דעם, פון די מוסר שמועסן וואס ער האט געזאגט אין די ישיבה, און א טאג איז ער געווארן רבי, איז דאס געווארן א "דברי אלוקים חיים".
די צוויטע חלק על שב"ק ועל המועדים, איז שוין געמאכט בשנות האדמורות, אבער אויכעט געבויט אויף שמועס'ן פון פריעדיגע צייטן.
די אנדערע חלקים על התורה, איז שוין פון די דא"ח ביי די טישן. והמבחין יבחין וועגן די חילוק פון די סארט תורות.

בעניי איך בין זייער שטארק ממליץ פאר יעדע וואס וויל עפעס א ריכטיגע הכנה אויף די הייליגע טעג, עפ"י יסודות החסידות, לערנען מיט די קונטרס נתיבות שלום אויף ראש השנה. ס'איז הפלא'דיג.

זיין מומחיות איז ארויס ברענגען יסודות החסידות, אהן אריינגיין אין די אלע ווערטלעך אין פשטים אין פסוק, די יסודות אליין כמות שהם, איז ער געווען יחיד בדורו. ער האט פותח שער געווען פאר תורת החסידות לדורנו.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:13 am

רבניש האט געשריבן:ה״נתיבות שלום״ מסלונים ביי די הנחת אבן הפינה לביהמ״ד הגדול בעלזא - י׳ סיון תשמ״ד

מימין: הגאון רבי פנחס הירשפרונג רב דמאנטריאל, הגאון רש״ז אויערבאך, ויבלח״ט (הילד) הרה״צ רא״מ, הבעלזער רב, הלב שמחה, והנתיבות שלום,

אונטער די נתיבות שלום זעהט מען דער ויז'ניצער רבי מהר"י שליט"א.
אפאר מינוט שפעטער, ווען דער לב שמחה האט שוין פארלאזט [געווען פונקט צוווי מינוט, כדרכו בקודש...] און אויך דער ויזניצער רבי שליט"א שוין געמוזט אפלאזן, איז דער טאטע, דער שווער, דער ישועות משה אנגעקומען...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:19 am

איז דער סלונימער רבי שליט״א אן איידעם ביי רבי נפתלי חיים אדלער חתן האמרי חיים ?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:20 am

איינע פון די שמחת פון די קינדער ביי בנו האדמו״ר מסלונים שליט״א
מיטן גאב״ד מרן המנחת יצחק זצ״ל
צוגעלייגטע
RenderedContent-C94721C2-CA87-4842-9570-A1A6136A788D.JPG
RenderedContent-C94721C2-CA87-4842-9570-A1A6136A788D.JPG (122.67 KiB) געזעהן 2207 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:24 am

רבניש האט געשריבן:איז דער סלונימער רבי שליט״א אן איידעם ביי רבי נפתלי חיים אדלער חתן האמרי חיים ?

יא.
זי איז שוין אוועק ליידער.

זיין גרויסע זון, הגאון ר' ישראל שליט"א רב דחסידי סלונים אין ביתר [ע"ש פון דער אהבת ישראל], איז אין גאנצע הילוך חייו א שטיק וויז'ניצער ברענענדיגע, אנדערע זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס די צווייטע זון הגאון ר' משה שליט"א איז דער ראש ישיבה אין דער עיקר פארטרייטער פון די חסידות, ווייל ער איז מער ארגינעל סלונים...

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:26 am

רבניש האט געשריבן:איינע פון די שמחת פון די קינדער ביי בנו האדמו״ר מסלונים שליט״א
מיטן גאב״ד מרן המנחת יצחק זצ״ל

רעכטס פונעם גאב"ד איז די שווער פון האדמו"ר מסלונים שליט"א הה"צ רבי נ"ח אדלער זצ"ל
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:33 am

דער גאב"ד מרן המנחת יצחק גייט מיט א שטריימל, זייענדיג א שווגער מיט רנ"ח אין יענע צייט.
ס'קוקט אויס אז די חתונה איז פאר די רעביסטיווע פון דער נתי"ש.

מ'קען באמערקן א אינטרעסאנטע זאך, דער נתיבות שלום איז געגאנגען מיט די פייאות אזוי ווי די בראנאוויטשערס, אונטער די אויער [די רביים דער בית אברהם מיט דער מוהרשד"י זענען אויכעט אזוי געגאנגען] משא"כ די טברינ'ערס געגאנגען מיט חניאקישע פיאות פארנט.
דער היינטיגע סלונימער רבי שליט"א גייט אויכעט מיט די פיאות אונטער די אויער, ווי זיין טאטע. אבער אלע קינדער זיינע (בליעה"ר) בלי יוצא מן הכלל, גייען מיט חסידישע פיאות פון פארנט. און ער איז מעודד היינט אלע חסידים אזוי צו גיין.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:35 am

רבניש האט געשריבן:איינע פון די שמחת פון די קינדער ביי בנו האדמו״ר מסלונים שליט״א
מיטן גאב״ד מרן המנחת יצחק זצ״ל

דער אינגערמאן וואס שטייט מיט די שטריימל פון אינטן, איז האדמו"ר מדזי'קוב ויז'ניץ שליט"א רי"א אדלער, בן הרנ"ח זצ"ל.
מיר קוקט דאס אויס ווי אין די חתונה פון ר' משה דער היינטיגע ראש ישיבה, חתן ר"מ ברייש פון ציריך

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:36 am

פארוואס זאגסטו אז די חתונה איז פארן איבערנעמען דעם אדמורת פונעם נתי״ש סקוקט נישט אזוי אויס, אז דאס זאל זיין פאר תשמ״א

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:39 am

רבניש האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז די חתונה איז פארן איבערנעמען דעם אדמורת פונעם נתי״ש סקוקט נישט אזוי אויס, אז דאס זאל זיין פאר תשמ״א

ווייל ס'שטייט נישט קיין גבאי מאחוריו.
ער האט אזוי אויסגעקוקט אויך פאר תשמ"א.
אבער קען זיין אז ס'איז נאכדעם. איך זאג נישט במוחלט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:41 am

די הצלחה פון זיינע ספרים איז עפעס נישט נארמאל. איך האב א קאזין א ליטוואק וואס וואונט אין קווינס זאגט ער מיר מיט א גאנצע שמחה אז ער'ט אנגעהויבן לערנען חסידישע ספרים קדושת לוי און נתיבות שלום!
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:45 am

דער נתי״ש איז געווען שווער קראנק ממש בסכנת מוות איז ער אפגעליגן כמעט א יאר אין הדסה שפיטאל, פון ר״ה תשי״ז ביז כ״ו אב, דער שווער דער בית אברהם האט איינמאל מזכיר געווען ביי סקווירא רבין ז״ל דעם איידעם ער זאל האבן א רפואה, זאגענדיג אז היות דער איידעם איז ממש בסכנה גדולה אויב איז אפגעשריבן די גזירה איז ער עס גרייט צו נעמען אויף זיך אנשטאט, אבי דער איידעם זאל בלייבן לעבן, דער סקווירא רבי האט געזאגט ״איר וועט לעבן לאנג אין דער איידעם וועט לעבן לאנג״

ביידע האבן טאקע געהאט אריכות ימים.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:47 am

חמרא טבא האט געשריבן:די הצלחה פון זיינע ספרים איז עפעס נישט נארמאל. איך האב א קאזין א ליטוואק וואס וואונט אין קווינס זאגט ער מיר מיט א גאנצע שמחה אז ער'ט אנגעהויבן לערנען חסידישע ספרים קדושת לוי און נתיבות שלום!

נישט נארמאל, מיינט מען לויט ערך לגבי אנדערע ספרים פון בני דורנו.
אבער דער וואס האט אמאל אריינגעבליקט אין ספר, פארשטייט אז ס'איז יא נארמאל. ס'איז ברענענדיג עבודת ה' אהבתו ויראתו, רוממות המועדים והזמנים, בניינים מסודר דבר דבור על אופנו, געבויט יסודות איתנים.
פון א מפיץ ספרים האב איך אמאל געהערט, אז ס'איז נישט פון די גרעסטע אידישע חיבורים וואס פארקויפן כסדר ביז היינט, נאר די גרעסטער. מ'רעד עפעס פון נומערן העכער מיליאן ספרים וואס האבן זיך פארקויפט פון דעם.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:51 am

חמרא טבא האט געשריבן:די הצלחה פון זיינע ספרים איז עפעס נישט נארמאל. איך האב א קאזין א ליטוואק וואס וואונט אין קווינס זאגט ער מיר מיט א גאנצע שמחה אז ער'ט אנגעהויבן לערנען חסידישע ספרים קדושת לוי און נתיבות שלום!


נו זיכער איז דען דא א בעסערע חסידיש ספר פאר א ליטוואק ווי א בארנאוויטשער חסידיש ספר...

מיר ווינדערט נאר אויף דיין קאזין וואס ער זוכט מיטן קדושת לוי...

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:53 am

רבניש האט געשריבן:דער נתי״ש איז געווען שווער קראנק ממש בסכנת מוות איז ער אפגעליגן כמעט א יאר אין הדסה שפיטאל, פון ר״ה תשי״ז ביז כ״ו אב, דער שווער דער בית אברהם האט איינמאל מזכיר געווען ביי סקווירא רבין ז״ל דעם איידעם ער זאל האבן א רפואה, זאגענדיג אז היות דער איידעם איז ממש בסכנה גדולה אויב איז אפגעשריבן די גזירה איז ער עס גרייט צו נעמען אויף זיך אנשטאט, אבי דער איידעם זאל בלייבן לעבן, דער סקווירא רבי האט געזאגט ״איר וועט לעבן לאנג אין דער איידעם וועט לעבן לאנג״

ביידע האבן טאקע געהאט אריכות ימים.

דער שווער דער "ברכת" אברהם... [ס'מאכט א בלבול, ס'שווער חאפן פונקט..]

אמת אז ער איז ארויס פון סכנה ממוות לחיים, אבער זייט דעמאלטס איז ער געווען זייער שוואך בגופו, אנדערש פון גבורת רוחו. שפעטערדיגע יאהרן איז ער ממש פארשוואכט געווארן, קוים געקענט גיין אויף די פיס, קוים געקענט רעדן, יעדע ווארט האט איהם געקאסט. אבער זיין אצילות איז קיינמאל נישט פארלאזט, אויסגעקוקט פריש.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:54 am

אבן יקרה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:די הצלחה פון זיינע ספרים איז עפעס נישט נארמאל. איך האב א קאזין א ליטוואק וואס וואונט אין קווינס זאגט ער מיר מיט א גאנצע שמחה אז ער'ט אנגעהויבן לערנען חסידישע ספרים קדושת לוי און נתיבות שלום!

נישט נארמאל, מיינט מען לויט ערך לגבי אנדערע ספרים פון בני דורנו.
אבער דער וואס האט אמאל אריינגעבליקט אין ספר, פארשטייט אז ס'איז יא נארמאל. ס'איז ברענענדיג עבודת ה' אהבתו ויראתו, רוממות המועדים והזמנים, בניינים מסודר דבר דבור על אופנו, געבויט יסודות איתנים.
פון א מפיץ ספרים האב איך אמאל געהערט, אז ס'איז נישט פון די גרעסטע אידישע חיבורים וואס פארקויפן כסדר ביז היינט, נאר די גרעסטער. מ'רעד עפעס פון נומערן העכער מיליאן ספרים וואס האבן זיך פארקויפט פון דעם.

איז עס נישט דוקא לגבי אנדערע ספרים פון בני דורינו נאר פון אלע דורות...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 12:14 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:דער נתי״ש איז געווען שווער קראנק ממש בסכנת מוות איז ער אפגעליגן כמעט א יאר אין הדסה שפיטאל, פון ר״ה תשי״ז ביז כ״ו אב, דער שווער דער בית אברהם האט איינמאל מזכיר געווען ביי סקווירא רבין ז״ל דעם איידעם ער זאל האבן א רפואה, זאגענדיג אז היות דער איידעם איז ממש בסכנה גדולה אויב איז אפגעשריבן די גזירה איז ער עס גרייט צו נעמען אויף זיך אנשטאט, אבי דער איידעם זאל בלייבן לעבן, דער סקווירא רבי האט געזאגט ״איר וועט לעבן לאנג אין דער איידעם וועט לעבן לאנג״

ביידע האבן טאקע געהאט אריכות ימים.

דער שווער דער "ברכת" אברהם... [ס'מאכט א בלבול, ס'שווער חאפן פונקט..]

אמת אז ער איז ארויס פון סכנה ממוות לחיים, אבער זייט דעמאלטס איז ער געווען זייער שוואך בגופו, אנדערש פון גבורת רוחו. שפעטערדיגע יאהרן איז ער ממש פארשוואכט געווארן, קוים געקענט גיין אויף די פיס, קוים געקענט רעדן, יעדע ווארט האט איהם געקאסט. אבער זיין אצילות איז קיינמאל נישט פארלאזט, אויסגעקוקט פריש.


יא יא דער ״ברכת אברהם״....

איך ווער נאך אויך צעמישט מיט די נעמען, לכאו׳ וועט עס שוין אזוי פארבלייבן א חוץ אויב זעץ איך מיך זיי איבערחזרען מיט א חברותא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 10 געסט