רבי שמחה בונם אלתר זצ״ל - ה״לב שמחה״ מגור - ז׳ תמוז תשנ״ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי שמחה בונם אלתר זצ״ל - ה״לב שמחה״ מגור - ז׳ תמוז תשנ״ב

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 1:33 am

כ״ק מרן האדמו״ר הרה״ק רבי שמחה בונים אלתר זצ״ל
האדמו״ר החמישי מגור - ה״לב שמחה״

איז געבוירן צו זיין הייליגן טאטען הרה״ק רבי אברהם מרדכי ה״אמרי אמת״ מגור זי״ע ביום כ״ד ניסן שנת תרנ״ח, אין שטעטל גור.

ונקרא על שמו של הרבי רבי בונם מפשיסחא זי״ע

בל׳ אב שנת תרל״ה האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ איטא הענא בת דודו אחי אביו רבי נחמיה אלתר זצ״ל וואס איז אויך געווען אן אייניקל מבית ראדזמין וקאצק פון איר מוטערס זייט.

דער אמרי אמת האט באזוכט א״י פארן זיך באזעצן דארט פינעף מאל, דאס ערשטע מאל בשנת תרפ״א צוריקומענדיג פונעם באזוך האט ער מעודד געווען זיינע חסידים ווער עס קען זיך צו באזעצן אין א״י ביים לעצטן באזוך ערב ראש השנה תרצ״ה איז דער אמרי אמת ארויף געפארן קיין א״י שוין לכתחילה על מנת להשתקע שם ער האט זיך שוין געפירט ווי א בן ארץ ישראל מיט יו״ט שני של גליות וכדומה, אבער נאך א האלב יאר איז ער צוריק געפארן קיין פולין לבקר את חסידיו און איז מסיבות פארבליבן שוין פארבליבן ביז אנהייב צווייטע וועלט קריג, ביי יענעם באזוך איז האדמו״ר הלב שמחה מיטגעגאנגן מיטן טאטן קיין א״י און ער איז ער פארבליבן וואוינען דארט, אבער בשנת תרצ״ח איז ער צוריק קיין פולין צו זיין טאטענס גרויסן הויף, און ארויס מיטן לעבן בשנת ת״ש.

די רבי דער לב שמחה איז געווען א אנדער סארט רבי ווי רביס אין אלגעמיין און אפי׳ מיט אן אנדער סדר ההנהגה פון די גורע רביס אויך.

נאך פארן פירן די אדמורת איז ער געווען א גאר באהאלטענער מהות און זייער ווייניג געהאט מיט מענטשען צוטון, געפירט זייער א פריווייטער סארט לעבן, און פיל געזיצען פאר זיך במחשבה און אין התבודדת, און פיל שפאצירט אינגאנצן אליינס שקוע ברעיונותיו.

נאך אינטערסאנטער איז אז, ער איז אפי׳ געווען אין מסחר בעת די יארן וואס זיין ברודער דער בית ישראל איז געווען רבי, האט ער געטון פיל אין געשעפטן דאן האט ער געוואוינט א שטיק צייט נעבן פאריז און דערנאך אין אנטווערפן ווי ער האט עוסק געווען אין מסחרים פון ריעלעסטעיט, נאך א שטיק צייט איז ער צוריק קיין א״י ווי ער האט אויך עוסק געווען אין מסחר, און אפי׳ מצליח געווען אויך.

נאך די שבעה פון זיין ברודער דעם ״בית ישראל״ מגור ביום ט׳ אדר שנת תשל״ז איז ער אויפגענומען געווארן לממלא מקום באדמורת גור.

אזוי ווי די גורער חסידות איז זיך צעוואקסן אין זיינע ימי אדמורות נאך פיל מער ווי ביי זיין ברודער דער רבי דער בית ישראל מיט א נאטורליכער וואוקס, און זייענדיג א פראקטישער מענטש און אלס א מנהיג וואס קוקט נישט אויף וואס ״יעדער טוט״ נאר אלס א מנהיג וואס האט תמיד געזארגט און שטענדיג געדאגה׳ט אויפן וואוילזיין פון זיינע חסידים האט ער גענומען פאר איינע פון זיינע שאיפות אוועקצושטעלן נייע תקנות און תיקונים און געוויסע זאכן וואס זאל גרינגער מאכן פאר עדת חסידיו, און טאקע זייער פיל האט ער אויפגעטון אין די גורער חסידות מיטן אוועקשטעלן זיינע שטארק וויכטיגע ענדערונגען און הנהגות, זעהנדיג ווי דער עולם איבערהויפט יונגע עלטערן פאלן אונטער דעם לאסט פון: ״יעדער טוט אזוי״ און ״אזוי קומט עס״ אדער ״וואס קען מען טון״ האט ער זיך גענומען צו די עבודה וואס די אלע גוטע פעילות האבן פילע אנדערע חסידות שפעטער אויך נאכגעמאכט, און ווערט פראבירט נאכצומאכן איבעראל.

ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אוועקגעשטעלט די היינט שוין אביסל באקאנטע ״חתונה תקנות״ איינצופירן תקנות וויאזוי מ׳מאכט חתונה עס זאל נישט זיין אויף דעם אויפרייסערישן אופן פון שווענדן אידיש געלט און מיסט אריין איבערהויפט ווען סיז נישטא...

אדער אן אנדער שוין היינט ״זייער״ באקאנטע זאך האט ער דורכגעבראכן... דאס ארויסשיקן די חסידים אויף א גרויסן פארנעם אין די שטעטלעך לענגאויס א״י, ווי די גורער חסידים זענען געווען די ערשטע חסידישע אידן וואס האבן זיך באזעצט בפקודת דעם רבין דעם לב שמחה. ער האט געטראגן דעם עול הציבור אז זיי זאלן נישט דערטראנקן ווערן אינעם לאסט פון הויכע רענט פרייזן אין די געדיכטע וואוין ערטער, אדער אונטערברעכן בעת ווען עס קומט די צייט צו מאכן שמחת בשעה טובה.

אויך איז ער געווען דער ערשטער מנהיג וואס איז אויפגעקומען מיט למעשה׳דיגע פאקטישע ממשות׳דיגע הילף, ווי למשל: דער געדאנק עס זאל געפענט ווערן ביליגע שמחה זאלן פאר גרעסערע שמחות און קלענערע שמחות.

ווי אויך האט ער אפי׳ געזארגט עס זאל זיך עפענען גרויסע גאר ביליגע נעץ געשעפטן צוגעשטעלט פאר די חסידים צו קענען פראקטעצירן דאס קויפן פאר ביליג.... (דאס אלעס איז פיל מער מדריגה וואס ווי באוויסט איז דער לב שמחה געווען א גרויסער עשור וואס האט אים נישט געפעלט קיין געלט, עכ״ז האט ער זיך אזוי אריינגעלייגט אינעם מצב פון זיינע חסידים, און ער פאר זיך האט ער זיך אויך געפירט גאר פשוט)

די חלק הלימוד בישיבת וכוללי גור איז אויך דער לב שמחה געווען וואס האט אריינגעברענגט דעם שטארקן רוח התורה, און אויפגעפאדערט עמילת בתורה און די ראמען פון די מוסדות וואס האלט אן ביז היינט.

דער לב שמחה האט געהייסן ביי די גורער חסידים א הימל מענטש... זייער א פארבארגענער און הסתר׳דיג. א גאר פארמאכטער נישט גערעד כמעט גארנישט אפי׳ מיט די ארומיגע נאנטע (אויב איז דא איינעם וועם מקען אנרופן נאנט מיטן לב שמחה...!) ווייל סיז געווען ראשו מגיע השמימה.
א ווארט זיינס איז געווען ממש געמאסטן מיט י״ג ניפים ער האט ממש זיי געציילט איינצעלווייז ביז עס איז ארויס עפעס א פאר ווערטער, חסידים פארציילן אותות ומופתים ווי יעדעס ווארט האט טאקע געהאט זיין משמעות לויט ווי דער חסיד האט עס טאקע געדארפט הערן, און משפיע געווען ישועות ונחמות.
נאר ביי די טישן פלעגט ער יא תורה זאגן מער מיט ווערטער ווי און אלגעמיין מער אויף די מהלך פון גימטראות.

אין זיינע צייטן איז ״גור״ געווען מער קאטאגראזירט פון די וואס פירן אן הפגנות און עצרת תפלה ביי געוויסע צייטן, אזאך וואס גור איז נישט אזוי געוואוינט אין דעם מהלך, ווי דער רבי דער לב שמחה האט געפירט שווערע מלחמת ה׳ מיט די נישט ערליכע וואס זוכן צו צעקלאפן דעם שומרי התורה ומצות גייסט.

נסתלק ביום ז׳ תמוז שנת תשנ״ב ונטמן בהר הזתים חלקת אדמורי גור

מ״מ אחריו איז געווען זיין יונגערע ברודער דער ״פני מנחם״ זצ״ל נאך א קורצע תקופה פון פיר האלב יאר איז דער פני מנחם פליצלונג נסתלק געווארן

און דאן איז געווארן דער מ״מ באדמורת גור בנו יחידו כ״ק מרן רבי יעקב אריה אלתר שליט״א - האדמו״ר מגור.

דער גורער רבי שליט״א איז געבוירן צו זיין טאטען דעם לב שמחה נאך אין פוילין בשנת תרצ״ט הארט פארן אויסברוך פונעם צווייטן וועלט קריג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:25 am

שיינע באשרייבונג!

עס פעלט די יארן וואס ער איז נעבעך געווען כלוא בבית מחמת חולשה און די חסידות האט יארן נישט געהאט קיין געהעריגן רבי'ן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:46 am

איתמר גינזבורג אין זיין שמועס פאר אייוועלט לעצטע וואך פארציילט דארט בשם א איש נאמן, אז ווען די לב שמחה איז נישט געווען צופרידן פון די פרייז פון די ספאדקיס, איז ער אריינקעקומען פרייטאג צונאטכס צום דאוונען מיט א הוט.

ווי קראנט איז עס, ווייס איך נישט.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:54 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:איתמר גינזבורג אין זיין שמועס פאר אייוועלט לעצטע וואך פארציילט דארט בשם א איש נאמן, אז ווען די לב שמחה איז נישט געווען צופרידן פון די פרייז פון די ספאדקיס, איז ער אריינקעקומען פרייטאג צונאטכס צום דאוונען מיט א הוט.

ווי קראנט איז עס, ווייס איך נישט.


נעע נישט ממש אזוי... נאר ווען די פרייזן פונעם ספאדיק האט געהייסן אז סגייט ארויפגיין, האט ער געדרויעט די סוחרים אז ער קומט אריין מיט א הוט פרייטאג צונאכט און אזוי וועלן אלע חסידים נאכטון, און דער ספאדיק וועט זיין נאר א חלק פון היסטארי...

למעשה איז דער פרייז פארבליבן פארשטייט זיך..!!

ווען וועט א אונגארישע רבי דאס טון מיטן שטריימעל? (קיינמאל)

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:56 am

לכאורה האט געשריבן:עס פעלט די יארן וואס ער איז נעבעך געווען כלוא בבית מחמת חולשה און די חסידות האט יארן נישט געהאט קיין געהעריגן רבי'ן.


פון די יארן מ״ה ביז די פטירה?

וואס איז געווען א סטראוק ?

איך בין נישט אזוי באקאנט מיט דעם פרט

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

הרבי הלב שמחה מגור

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:01 am

האדמו״ר ה״לב שמחה״ זצ״ל
צוגעלייגטע
RenderedContent-0287BB51-DE5A-458F-8DA8-4B134AA881CB.JPG
RenderedContent-0287BB51-DE5A-458F-8DA8-4B134AA881CB.JPG (90.77 KiB) געזעהן 3277 מאל
RenderedContent-D7771E58-4264-4196-B032-FAA3164703E0.JPG
RenderedContent-D7771E58-4264-4196-B032-FAA3164703E0.JPG (79.08 KiB) געזעהן 3277 מאל
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:02 am

עם חסידיו
צוגעלייגטע
IMG_3563.JPG
IMG_3563.JPG (245.65 KiB) געזעהן 3277 מאל
RenderedContent-102B25A6-B038-43EF-98A6-83F87381D3D1.JPG
RenderedContent-102B25A6-B038-43EF-98A6-83F87381D3D1.JPG (61.67 KiB) געזעהן 3277 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:31 am

רבניש האט געשריבן:האדמו״ר ה״לב שמחה״ זצ״ל

אין די ערשטע בילד זעהט מען מאחוריו בנו יבלחט"א האדמו"ר שליט"א.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:33 am

אגב, מיט די שאל אזוי איז ער געגאנגען די גאנצע יאהר, ווינטער צו זימער.
אמאל ווען מ'האט איהם פראבירט פרעגן פשט דערפון, האט ער געזאגט, צעי"ף מאכט ע'מך י'שראל צ'ריכין פ'רנסה, און ער וויל ס'זאל פאר זיך א גאנצע צייט...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:38 am

אבן יקרה האט געשריבן:אגב, מיט די שאל אזוי איז ער געגאנגען די גאנצע יאהר, ווינטער צו זימער.
אמאל ווען מ'האט איהם פראבירט פרעגן פשט דערפון, האט ער געזאגט, צעי"ף מאכט ע'מך י'שראל צ'ריכין פ'רנסה, און ער וויל ס'זאל פאר זיך א גאנצע צייט...

און איך זעה אז דער סגולה האט אים זיכער געהאלפן...

איך טו מיר אן א שאל!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:41 am

ביי די חתונה פון בנו יחידו האדמו״ר הנוכחי (השביעי) מגור רבי יעקב אריה אלתר שליט״א.

דער בית ישראל אינדערמיט, דער לב שמחה רעכטס, דער צווייטער לינקס פונעם חתן איז רבי איטשע מאיר לעווין
צוגעלייגטע
RenderedContent-02053C7F-882B-400D-B696-199BDCAFEBB7.JPG
RenderedContent-02053C7F-882B-400D-B696-199BDCAFEBB7.JPG (108.43 KiB) געזעהן 3243 מאל
RenderedContent-41F51AEF-20B4-4097-8185-21E4EFDB0FDE.JPG
RenderedContent-41F51AEF-20B4-4097-8185-21E4EFDB0FDE.JPG (113.45 KiB) געזעהן 3243 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:01 am

רבניש האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אגב, מיט די שאל אזוי איז ער געגאנגען די גאנצע יאהר, ווינטער צו זימער.
אמאל ווען מ'האט איהם פראבירט פרעגן פשט דערפון, האט ער געזאגט, צעי"ף מאכט ע'מך י'שראל צ'ריכין פ'רנסה, און ער וויל ס'זאל פאר זיך א גאנצע צייט...

און איך זעה אז דער סגולה האט אים זיכער געהאלפן...

איך טו מיר אן א שאל!

דאס האט ער געמאכט געדענקן אז אנדערע אידן דארפ'ן פרנסה, די דאגה איז געווען ביי איהם בראש מעייניו, נאך מרבה זיין תורה.
למעשה די גאנצע יאהרן וואס ער האט געפירט בפועל די עדה, איז געווען ארום 7 יאהר, ווי ביי די חסידים איז אנגענומען ווי שבע שנות השובע, אין שפעטער שבע שנות הרעב זייענדיג מוטל על ערש דווי. אבער אין די 7 יאהרן האט ער פשוט מהפכה געטוהן אין גאנץ גער.
גערע מוסדות האבן זיך געפענט אויף רעכטס אין לינקס [דער בית ישראל האט בכלל נישט געהאט צוטוהן אין דעם, קיין גור'ע חיידר בזמנו איז נישט געווען כמעט ביז סוף ימיו, זיי האבן געלערנט אין נארמאלע אלגעמיינע חיידער'ס], עטליכע ישיבות, עטליכע תלמודי תורה, טויזנטע כולל אינגעלייט, בית יעקב שולעס עקסטער פון גור, סמינרים פון גור, ארגאנזיאציעס ווי איחוד מוסדות גור, קופת גמ"ח בית ישראל, די ארגאניזאציע פון די סטאנציעס ווען מ'קומט צו "נסיעות", אא"וו און ווייטער. ממש א מהפיכה פון אויבן ביז אינטן.
אבער די עיקר גולת הכותרת איז סיי די נייע שיכונים וואס האבן זיך געפענט בזמנו, בהוראתו ובעצתו ובהדרכתו ווען ער אליין האט מטפל געווען אין די זאכן, סיי אשדוד, סיי ערד, און נאך. אין די "צרכניות" די געשעפטן אויף ביליג. אויכעט אויף ד' מינים האט ער געדאגעט זאל זיין ביליג.
ס'איז נישט צו משיג זיין, מצד אחד איז ער געווען אזא ראשו בשמים, די ווערטער וואס האט ער אלעמאל גערעד איז "לעבן מיט גא-ט", צב"ש דערציילט מען, אז ווען איז ער אמאל אריינגעגאנגען אין איינער פון די חדרים, ס'האבן געווארטן אינדרויסן פון די כתה די אינגעלעך, נאכ'ן אריבער גיין זאגט ער פאר זיך "הויה", מ'האט געכאפט אז בסקירת עיניו האט ער געזען אז ס'איז דא 26 קינדער... אזוי מעשה'ס לרוב, אסאך פון די תורות זיינע וואס זענען געדריקט אין לב שמחה, איז צירופי שמות מיט גימטריות פון די שמות הקדושים. א שויתי' איד.
מצד שני, אזוי געדאגעט פאר די גשמיות'דיגע געבראכן. שאין בדומה לו.

אגב, אז מ'דערמאנט זיין תורות, ס'איז נישט געוועהן באשטימטע צייט ביי איהם ווען זאגן תורות. ס'האט זיך אסאך מאל געמאכט, נאך א פשוט'ע מנחה וואכנטאג, איז געווען א תורה (שמועס, בלשונם). זיינע תורות בדר"כ זענען אויך זייער קורצע דיבורים, אבער נוקבים ויורדים, אויף די אלטע פולישע וועג.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:08 am

רבניש האט געשריבן:עם חסידיו

אין די ערשטע בילד, זעהט מען מאחוריו [מיט'ן שטריימל-ספאדיק] אחיו מ"מ כ"ק הפני מנחם זצוק"ל.

אויך דא קען מען באצייכענען, אזוי איז ער אלעמאל פושט יד געווען פאר וועמען ס'האט איהם שלום געגעבן, נישט קייין נפק"מ וועלכע איד און ווי איז ער [מ'זעהט אז די "שארפע" חסידים פראבירן דאס מונע זיין, מ'שלעפט בכח דער פרעמדע וואס איז אריין אין "שורה" אין מושיט יד, אבער זיין הושטת יד אויף צוריק איז געווען אויף אזא ברייטע אופן].

נאך א זאך צו באמערקן אין זיין הנהגה. ביי זיין פראווע שטוב, און אזוי אויך ביים אייגענע ד' אמות, איז אלעמאל געוועהן פירות אר"י, אין אלעמאל ווען א איד איז ארויס, האט ער באקומען א פירי. בדר"כ א עפל, אדער מאראנצן. יעדע איינער, יעדע מאהל.
אינגעלעך האבן באקומען א טאוול שאקאלאד. יעדע מאהל.
וג"א זכיתי לקבל מידיו שאקאלאד..

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:30 am

רבניש האט געשריבן:ביי די חתונה פון בנו יחידו האדמו״ר הנוכחי (השביעי) מגור רבי יעקב אריה אלתר שליט״א.

דער בית ישראל אינדערמיט, דער לב שמחה רעכטס, דער צווייטער לינקס פונעם חתן איז רבי איטשע מאיר לעווין

ערשטע רעכטס איז אדמו"ר מסטריקוב זצ"ל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:33 am

רבניש האט געשריבן:עם חסידיו

מאחוריו אחיו הפני מנחם
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:23 pm

במחיצת אביו הגדול האמרי אמת זצ"ל
IMG_3574.JPG
IMG_3574.JPG (309.35 KiB) געזעהן 3202 מאל

IMG_3575.JPG
IMG_3575.JPG (89.19 KiB) געזעהן 3202 מאל

אגב אינעם צווייטן בילד זעהט אן ענדליכקייט צו בנו אדמו"ר שליט"א וואס מ'זעהט נישט אין די בילדער פון די שפעטערע יארן
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:28 pm

מיט זיין ברודער דער בית ישראל
רעכטס זייער שוואגער רי"מ לעווין
צוגעלייגטע
IMG_3573.JPG
IMG_3573.JPG (184.48 KiB) געזעהן 3200 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:31 pm

ביי די סיום הש"ס
צוגעלייגטע
eff3884a-50d0-486d-9f27-bbf6e0d6cdeb.jpg
eff3884a-50d0-486d-9f27-bbf6e0d6cdeb.jpg (233.68 KiB) געזעהן 3196 מאל
ba3e4d0b-6ff5-4410-9a62-3c8983eeed55.jpg
ba3e4d0b-6ff5-4410-9a62-3c8983eeed55.jpg (273.13 KiB) געזעהן 3196 מאל
96541855-917c-416f-be07-3a5a0eb99d89.jpg
96541855-917c-416f-be07-3a5a0eb99d89.jpg (118.68 KiB) געזעהן 3196 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:32 pm

ביי שמחות
צוגעלייגטע
311ed69d-a0ba-460b-a0f4-c4b8f8dd0dcb.jpg
311ed69d-a0ba-460b-a0f4-c4b8f8dd0dcb.jpg (237.3 KiB) געזעהן 3196 מאל
4b7f93a2-c2f5-4216-a9e8-0516fce3b951.jpg
4b7f93a2-c2f5-4216-a9e8-0516fce3b951.jpg (54.91 KiB) געזעהן 3196 מאל
feeac977-64f6-43da-a790-12e7cfcb755b.jpg
feeac977-64f6-43da-a790-12e7cfcb755b.jpg (136.28 KiB) געזעהן 3196 מאל
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:32 pm

רבניש האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עס פעלט די יארן וואס ער איז נעבעך געווען כלוא בבית מחמת חולשה און די חסידות האט יארן נישט געהאט קיין געהעריגן רבי'ן.


פון די יארן מ״ה ביז די פטירה?

וואס איז געווען א סטראוק ?

איך בין נישט אזוי באקאנט מיט דעם פרט

למעשה ער איז דאך געווארן א רבי שוין אין די טיפע עלטערע יאהרן העכער 80 [א יאהר יונגער פון דער בית ישראל וואס איז אוועק אדר תשל"ז 82 יאהר אלט]. און נישט אזוי געזונט, ליידענדיג אויף די הארץ און אויף בלוט, אסאך טיש'ן האט ער נישט געמאכט וועגן דעם, אבער די פראווען איז געווען ביד רמה. סיי די עדה, אין סיי אין אלע כלל ישראל זאכן, מערכות הדת, אגודה, און נאך.
ער איז געווארן נישט געזונט סוף תשמ"ה, חודש אלול. די חסידים פארציילן אז ער דעמאלטס צוריק געקומען פון דאטשע צו זיין שטוב אין ביהמ"ד הגדול רח' רלב"ח, אין זייענדיג גאר שוואך [נאנט צו די ניינציג...], האבן אויסגעליידיגט די גאנצע ביהמ"ד און ארום ארום פון מענטשן, מ'האט געבעטן פון אלע אוועק גיין, כדי נישט צו מטריח זיין אויף איהם ווען ער וועט זעהן די עולם ארום און ארום.
ווען ער איז געקומען האט ער געבעטן ארויף גיין אין ביהמ"ד, לפליאת כולם, ער איז אריין אין קיינער איז נישט געווען, האט ער געזאגט מיט אזא מין וויטאג, מ'זאל זאגן די עולם איך בין אנגעקומען אבער זיי זענען נישט געווען. אפאר טעג שפעטער איז ער נפל למשכב, אריינגעפירט אין שפיטאל אין אריבער אויך אפאראציע [איך געדענק נאך די צעטעלעך געהאנגן מטעם הבד"ץ דאווענען אויף הרה"ק ר' שמחה בונם הנו"מ חיה ראדא יהודית]. ער איז ארויס פון שפיטאל נאך ימים טובים תשמ"ו, אבער שוין געפאלן צו חלשות ל"ע.
זייט דעמאלטס למעשה איז ער געווען פארמאכט, אבער מ'האט געלאזט אריינגיין באקומען תשובות. אסאך האבן יא באקומען געהעריג ענטפער אין די יאהרן. ס'איז נישט געטוהן געווארן א שידוך אדער קיין זאך, אהן הסכמה פון רבי'ן, וכיו"ב.
אבער די מוסדות זענען שוין אנגעפירט נישט מיט די רבי'ןס הדרכה, בעיקר איז דאס געווען דער פני מנחם אויף די ישיבות, אין די אנדערע מוסדות בעיקר די היינטיגע רבי יבלח"ט. ס'איז געווען "ועדת השבעה" פון זיבן פני העדה, געדענק איך נעמען פון ר' נחום קרנבייסר ע"ה וואס איז אוועק לעצטנס, ר"י חידושי הרי"ם, ר' נחום ראטשטיין יבלחט"א, ר"י נזר התורה, און נאך, וואס זיי האבן אפעציעל אנגעפירט די אלע תהלוכות המוסדות מיט גאנצע פירן.
אבער יעדע מאל ווען מ'האט געפענט די טיר און מ'האט געקענט זעהן די רבי'ןס צורה ביים עולם, ס'איז געווען א לויפעניש פון גאנצע שטאט, מענטשן האבן געגעבן א שריי "ס'איז אפען- פתוח", מענטשן געדענקן נאך, ס'איז געווען א מאורע יעדע מאל אזא. ס'איז געווען שבתים, אידן האבן געשטאנען במסירות נפש 8-9 שעה מיט געדרענג אין לשער, אויף אפשר מ'וועט עפענען די טיר שלש'ידעס. ס'געווען מויראדיג דאס צו זעהן די דביקות פון די חסידים נאר אויף צו קוקן אויף די רבי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:33 pm

מלך ביפיו
צוגעלייגטע
c2d08c1a-54d4-416f-be20-66f72a62559d.jpg
c2d08c1a-54d4-416f-be20-66f72a62559d.jpg (216.46 KiB) געזעהן 3195 מאל
41961868-9d75-4880-815e-198e8accb957.jpg
41961868-9d75-4880-815e-198e8accb957.jpg (43.39 KiB) געזעהן 3195 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:34 pm

מיט רש"ז אויערבאך זצ"ל
צוגעלייגטע
7bc6873a-a4b3-435d-a009-afd917bb6db4.jpg
7bc6873a-a4b3-435d-a009-afd917bb6db4.jpg (227.81 KiB) געזעהן 3195 מאל
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:41 pm

איך וועל צולייגן א ווארט פון ספר לב שמחה היינטיגע פרשה, כי תצא, וואס ווייזט אויף זיין גאנצע מהלך.
ער גייט אויפ'ן פסוק ומבני ישכר יודעי בינה לעתים, ברענגט ער צום ערשט ווארט פון אלטע פולישע ספרים, נאך בשם רר"ב מפשיסחא, אז ס'גייט אויף חודש אלול, אלו"ל בגימטריא בינ"ה, בינה מיינט הכנה, ס'איז דא א אויסדרוק פון רר"ב "הבינה תגדל מהמעשה" טייטש דער לב שמחה, אז חודש אלול איז די הכנה וואס דורך דעם קענמען זעהן ווי ס'וועט אויסקוקן די הייליגע טעג, יודעי בינה לעתים, דורך די הכנה פון אלול, לעתים, זעהט מען ווי ס'וועט אויס קוקן די עתים, די מועדים.
שפעטער לייגט ער צו, ומבני יששכר, דאס מיינט תורה, תורה איז די גרעסטע הכנה, יודעי בינה, הכנה. דאס איז שוין זיין "הוא היה אומר", כסדר איבער געחזרט און דאס געפאדערט.
שפעטער גייט ער אריין צו זיין שטייגער, מיט צירופי שמות. יודע"י איז בגימטריא די צווי שמות עם האותיות והכולל. (יודעי איז 100, די צוויי שמות איז צ"א, מיט די אותיות איז צ"ט, מיט די כולל איז 100), בינ"ה איז ווייטער שם אדנות מיט די כולל. מפאדערט זאל א איד זיין יודעי בינה, לעבן מיט די שמות.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:43 pm

אבן יקרה, וחמרא טבא.

ישר כח לכם לכל הידיעות והתמונות.

לכל אשכול ואשכול

ישר חילכם - וחיזקו ואמצו

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:46 pm

חמרא טבא האט געשריבן:מלך ביפיו

אויף די ערשטע בילד, פון רעכטס איז דער זוהן דער רבי שליט"א. רעכטס פון איהם איז די מיטאלאגישע גבאי פון אדמור"י גור לדורותיהם [אמרי אמת, בית ישראל, לב שמחה, פני מנחם, און להבחל"ח דער רבי שליט"א], הרה"ח ר' חנינא שיף ע"ה. [אייניקל פון רר"א, א אונגארישער, וואס איז געווארן גער בתמצית לבו דמו ונפשו].


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט