בלאט 1 פון 16

רבי משולם פייש סג״ל לאווי זצ״ל (השני) הרה"ק מטאהש בעל עבודת עבודה - כ״ז אב תשע״ה

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:23 pm
דורך רבניש
דער טאשער רבי זצוק״ל איז געבוירן ג׳ ניסן שנת תרפ״א, אין שטעטל ניר-טאהש אין אונגארן.
צו זיין טאטען הגה״ק רבי מרדכי און צו זיי מאמען צירל (בת רבי יעקב פעקעטע מנירבאטור)

הגה״ק רבי מרדכי איז געווען דער בכור פון הגה״ק רבי אלימלך מטאהש בן הגה״ק השרף רבי משולם פייש האדמו״ר הראשון זי״ע.

דעם רבינס טאטע רבי מרדכי איז געווען רב אין שטעטל דעמעטשער (משנת תר״צ) וואס איז נעבן ניר-טאהש, און אין יאר תש״ג מיט די פטירה פון זיין טאטען הארט פארן צווייטן וועלט קריג איז ער געווארן מ״מ אביו אין טאהש.

דער טאהשער רבי האט געלערנט אין די ישיבה אין קאלוב ביי זיין פעטער הגה״ק רבי מנחם בראדי אבדק״ק קאלוב ובעל ״באר מנחם״
שהיה חתן רבי משולם פייש הראשון מטאהש.

ביים צווייטן וועלט קריג איז ער אוועקגעפירט געווארן בשנת תש״ג במחנות העבודה, און די טאטע מאמע און איבריגע משפחה איז אוועק געפירט געווארן פונעם נירעדהאזער געטא (וואס איז נעבן ניר-טאהש) למחנות ההשמדה ונרצחו ביום ר״ח אלול הי״ד.

נאכן קריג איז דער רבי אנגעקומען קודם צו קליינווארדיין, אראד, אבער האט זיך דארט נישט מסדר געווען ווי געהעריג, אביסל שפעטער האבן אים די פארבליבענע טאהשער חסידים אריבער גערופן קיין נירעדהאז לשרת כמורה דרכם דארט האט ער געוואוינט פאר צוויי און האלב יאר.

שנת תש״ו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת חוה בת הרב ר׳ יהודא וויינגארטן ז״ל.

אדר תשי״א איז דער טאהשער רבי אנגעקומען קיין מאנטרעאל קאנאדא, ווי ער האט געגרינדעט זיין קליין ביהמ״ד ״אהל אלימלך״

שנת תשכ״ג האט דער רבי מייסד געווען זיין שטעטעלע קרית טאהש מיט זיין ישיבה רבתי ״אור החיים״ וואס האט ארויסגעגעבן חשובע תלמידים רבנים, אדמורים, מורה הוראה, ובעה״ב חשובים.

טאהש׳ער רבי....

ווען מען דערמאנט דעם ווארט באדייט דאס א מהות....!

א מהות פון:
איין לאנגער קייט פון אומהויפהערליכע עבוד״ת עבוד״ה!

אן א עבוד״ת עבוד״ה פון עבודת אלוקית אנגעהויבן דינען דעם אויבערשטען דעם קל חי פון געבורט, און אזוי איז עס פארבליבן ארום דעם זייגער ס׳גאנצע לעבן. (אנעם זייגער בעסער געזאגט)

און אן עבוד״ת עבוד״ה פון עבודת הזולת דינען דעם אויבערשטנס פאלק... פשוטו כמשמעו לעבן פאר איין צוועק, פאר א צווייטן איד׳ס וועגען, די קינדער פונעם טאטען אין הימל.

ביינאכט, צופרי, עלות השחר, נץ החמה, טינקל, ליכטיג, שקיית החמה, צאה״כ, רעגן, שניי, זון, קאלט, געפרוירען, הייס - א היימישער, א פרעמדער.

די אלע זאכן האבן בכלל נישט געהאט קיין תפיסת מקום אין דעם הייליגן טאהש׳ער רבניס וועלט.

איין וועלט וואס האט עקזעסטירט....
קוב״ה, ואורייתא, וישראל!

א איש חכם מחוכם, געריבן קלוג... אבער אויסבאהאלטן און פארשלייערט און א מהות פון א תמים.!

עבוד״ת עבוד״ה:
הנדערטער טויזענטער מיליאנען דאלארן איז דורך די קליינע אויסגעדארטע אויסגעאיידלטע הענט וואס האט נישט געריהט אפי׳ פאר איין רגע אין לעבן...
אדער האבן די קליינטשיגע הייליגע הענט געפאכעט מיט הייליגע כוונת בעת התפלה, אדער האט דאס געטיילט אומהערבּארע ריזן סכומים צדקה פאר מענטשען וואס דער רבי האט ע״פ רוב געזהן דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן.

די רבי איז געווען רוב יארן פון זיין הייליג לעבן א... פשוטער בעל חוב.! צוליב וואס? צוליב זיך? צוליב עפעס א שלימזלות? ניין אבּסעלוט נישט! נאר צוליב זיין ׳מדת הפזרנות...

פזרנות? פאר וועם פאר זיינע געברויכן?

ניין!

פזרנות פאר אנדערע אידן׳ס וועגן... בעסער געזאגט פאר יעדן איד׳ס וועגן, וואס זיין ריין לויטער געפיליש הארץ האט אזוי ליעב געהאט, א הארץ וואס האט געשטורעמט מיט א אויסטערלישע ״אהבת ישראל״ ״אהבת הבריות״ וואס האט געזארגט פאר אלעמען מער ווי פאר זיך אליינס!

עבדו״ת עבוד״ה:
א דאווענען. ווער עס נאר געזהן דעם הייליגן טאהשער רבין ביי א פשוטע וואכנדיגער דאווענען האט געשפירט אז ער שטייט מיט א צוויי הונדערט יאר פריער ערגעץ ווי אין א פארשטיפּט אייראפּעאישער דערפעלע און קוקט צו א דאווענען פון איינע פון די תלמידי בעש״ט, אזא העכערקייט אזא רוחניות אינעם יקום האט מען געטאפּט אין די לופט פון דעם אלטן קליינעם צומער׳ל.

עבוד״ת עבוד״ה:
מיט׳ן אריינלייגן אלע כוחות אין די תלמידים פון די ישיבה ״אור החיים״ ליעב צו האבן דעם אויבערשטען, ליעב צו האבן זיין תורה, און ליעב צו האבן זיינע מצות. צוגיין צו א מצוה בדחילו ורחימו מיט א שמחת המצוה בגוף, בנפש, ברוח, ובנשמה. און ארויסהאבן די מצות מיט איר מהות און פנמיות.

עבוד״ת עבוד״ה:
פון איבערגעבן די ספורי מעשיות און תורת פון די הייליגע צדיקים הבעש״ט ותלמידיו, מיט א זעלטענע יראת שמים ואמונה בה׳ ובהצדיקים האמתיים, און מיט א ספּעציעלער בחנטער חסידישע ווארימקייט וואס פלעמל׳ט אויף דעם פינק טיף טיף אינעם נפש היהודי, און הייבט אים הויעך און ברענגט אים נאנט צו קוב״ה קנעכט די צדיקי אמת.

(אט די הערליכע שיחות קודש, דברות קודש, פתגמי קודש, זענען אפּגעדריקט אין די הערליכע ווארימע ספרי ״עבודת עבודה.)

נישט אומזינסט האט דאס קליין ווייט פארשטעקט שטעטעלע ״קרית טאהש״ געצויגן צו זיך הונדערטער טויזענטער מידי שבת בשבתו ומועד במועדו, עס געצויגן א קוק צו טון א צדיק אמת פונעם אמאל - אינעם היינט.

דער טאהשער רבי איז נסתלק געווארן ביום ז״ך אב שנת תשע״ה - ומנוחת כבודו בקרית טאהש בציון המציונת.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:24 pm
דורך רבניש
הגם עס איז דא געשריבן איבערן טאהשער רבין פיל, אבער זיכענדיג א פשוטען אשכול מיט די פשוטע בייאגראפי ותולדות הצדיק (ותמונת) האב איך נישט געפינען קיין אשכול. (נאר פון אדמו״ר רבי משולם פייש הראשון)

אויב איז יא דא, נו צאמשמעלצן ביטע.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:26 pm
דורך רבניש
קוקט אויס ערגעץ אין די תש״מ יארן. איז דאס אין וויליאמסבורג?

איך דערקען דעם קארלסבורגער ספינקא רבי שליט״א, זייט פונעם רבין איז רב זוסמאן משב״ק
אונטער דעם רבין ר׳ טובי׳ פעקעטע. ר׳ וואלף גאלדענבערג פון ק״י

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 5:15 pm
דורך קאנאדישע קאריספעדאנט
רבניש האט געשריבן:הגם עס איז דא געשריבן איבערן טאהשער רבין פיל, אבער זיכענדיג א פשוטען אשכול מיט די פשוטע בייאגראפי ותולדות הצדיק (ותמונת) האב איך נישט געפינען קיין אשכול. (נאר פון אדמו״ר רבי משולם פייש הראשון)

אויב איז יא דא, נו צאמשמעלצן ביטע.


viewtopic.php?f=31&t=27638

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 6:53 pm
דורך שמו
קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:הגם עס איז דא געשריבן איבערן טאהשער רבין פיל, אבער זיכענדיג א פשוטען אשכול מיט די פשוטע בייאגראפי ותולדות הצדיק (ותמונת) האב איך נישט געפינען קיין אשכול. (נאר פון אדמו״ר רבי משולם פייש הראשון)

אויב איז יא דא, נו צאמשמעלצן ביטע.


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=27638

אויף דעם שרייבט ער אז ס'נישט דא

ס'דא אסאך אויף הרה"ק מטאהש זיע"א אבער נישט קין פשוטע בייאגראפי,

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:48 pm
דורך רבניש
א געלט מעשה ממקור ראשון.

צענדליגע מעשיות וואס צירקולירן איבער דעם טאהשער רבינס ממש גזמאותדיגע צדקה, אבער א סיפור ממקור ראשון האט דאך א חשיבת.

געווען א א חשובער איד א זון פון א חשובער רב, ער האט געהאט געבארגט א סכום געלט פון עפעס נישט ארענטליכע חברה, און דאס באצאלן האט זיך געשלעפט אביסל לענגער ווי דער זמן, און ווי באוויסט ביי די חברה איז באצאלן בזמן מער ווערד ווי א לעבן, האבן זיי אים געסטראשעט אז אזוי ווי ער מאכט חתונה בקרוב און אויב צאלט ער נישט אפ דעם גרויסן סכום כסף מיט גרינע קעש דאן וועלן זיי אים מאכן א שווארצע חתונה רח״ל, נו שוין דער איד האט געכאפט א פחד מוות ווי גייט מען ער איז שוין צו קיין רבין נישט געגאנגען זייט תשל״ט, דאך האט מען אים איבערצייגט צו פארן קיין קרית טאהש צום רבין, ער האט דעם טאהשער רבין קיינמאל נישט געזעהן און גארנישט געהאט מיט אים אבער וואס קען מען דערלייגן, קומט ער אריין צום רבין אין פארציילט זיין קלעם און צרה אז די חברה פארלאנגן דעם ריזן סכום געלט אין קעש און אין א וואך ארום איז די חתונה, זאגט אים די רבי קום צוריק מארגן שפעט ביינאכט אזויפיל אזייגער.

צומארגענס שפעט אויפדערנאכט קומט דער איד צוריק צום רבין, די רבי שטעלט זיך אויף שטיל פון זיין בענקל גייט ארום צו אלע טירן קוקן אויב קיינער דרייט זיך נישט ארום און מאכט זיכער אז דאס פלאץ איז פארזיכערט ארום פון סיי וועם, ער זעהט אז אלעס ארום איז שא שטיל דאס פלאץ איז מוכשר, זאגט אים דער רבי שטיל צייגענדיג צום בית הכבוד; דארט אינווייניג איז דא א שאפקעלע (מיט אשר יצר פּאפיר, זייף, טעפּלעך, לעווארן,)

קוק גוט... וועסטו זעהן דארט א שאכטל אונטער אלעם.....

דאס איז דיינס....!

דער איד בליקט אריין אינווייניג און פינקלדיגע גרינע פרישע באנקנאטן פילן אן דעם שאכטעלע... מיטן גאנצן ריזן סכום.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:54 pm
דורך רבניש
ותוארו כמלאך..

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 8:51 am
דורך farshlufen
רבניש האט געשריבן:ותוארו כמלאך..

נע, דאס איז שוין בעירוב ימיו.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:53 am
דורך רבניש
farshlufen האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ותוארו כמלאך..

נע, דאס איז שוין בעירוב ימיו.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:54 am
דורך רבניש
נאך אין די יונגערע יארן פון רבין

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:57 am
דורך רבניש
איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:26 am
דורך בענקעל
ליקוט אייוועלט מעשיות
viewtopic.php?p=1098994#p1098994

זיעועי"א

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:35 am
דורך בענקעל
IMG-20170817-WA0004.jpg
IMG-20170817-WA0004.jpg (72.33 KiB) געזען 8174 מאל

Dinen_dem_eibershten.jpg
Dinen_dem_eibershten.jpg (425.36 KiB) געזען 8168 מאל

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:44 am
דורך לטובה ולברכה
רבניש האט געשריבן:איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.

נע ר' מרדכי זצ"ל איז געבוירן תש"ז\ח און בר מצוה געהאט אין זשי-מענס
מיר קוקט דאס אויס ווי ר' אהרן קרויס נ"י
עס לאזט זיך זאגן אז דער לעבן די בחור'ל איז ר' יוסף שמואל קרויס ע"ה נאך אנעם בארד ?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 11:21 am
דורך farshlufen
רבניש האט געשריבן:איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.


איך וואלט ענדערש געזאגט אז דער בחור וואס שטייט הונטערן רבי'ן איז ר' מרדכי ז"ל.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 11:29 am
דורך רבניש
לטובה ולברכה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.

נע ר' מרדכי זצ"ל איז געבוירן תש"ז\ח און בר מצוה געהאט אין זשי-מענס
מיר קוקט דאס אויס ווי ר' אהרן קרויס נ"י
עס לאזט זיך זאגן אז דער לעבן די בחור'ל איז ר' יוסף שמואל קרויס ע"ה נאך אנעם בארד ?


יא יעצט איז די זאגסט מיר האט דער בחור טאקע א קרויס צורה

ר׳ יוסף שמואל דארף זיין אויב אזוי דער טאטע פונעם בחור, און אזא חסידישן אויסזעהן פונעם בחור און קאנטראסט פונעם טאטען? קאן זיין.. מעגליך יענע צייטן איז געווען אנדערש

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 1:45 pm
דורך רבניש
דער טאהשער רבי האט געלערענט ווי דערמאנט ביים ״באר מנחם״ פון קאלוב במשך פון א יאר א האלב, דערנאך איז ער אריבער לערנען אין די ישיבה און פעהר-דיארמאט, פאר איין זמן פון קיץ תרצ״ו.

תחילת הזמן של תרצ״ז איז ער געגאנגען לערנען קיין האדהאז אין די ישיבה פונעם רב האדהאזער רב הגה״צ המפורסם רבי עזריאל יודא לעבאוויטש זצ״ל, אבער למעשה האט ער געלערנט דארט נאר פאר א האלבע זמן אינמיטן זמן איז ענטשטאנען א מהומה צוליב וואס מען איז געקומען דארט זוכן די בחורים וואס האבן זיך געדארפט שטעלן אין מיליטער.

צוליב דעם סיבה איז ער צוריק אהיים קיין דעמעטשער, טאהשער רבי פארציילט: ווען ער האט באזוכט דעם זיידן יענע תקופה, אז דער זיידע האט זיך זייער געפרייט אז ער איז אהיים פון האדהאז, ווייל דארט פלעגט מען געבן עסן שטאפ גענץ פאר די בחורים, און דער זיידע מהר״א מטאהש איז געווען זייער קעגן די שטאפ גענז, אפי׳ ער האט קיינמאל נישט געגעסן דערפון, האט דער זיידע דאך מורה געהאט אז אמאל וועט ער הונגערן וועט ער יא בהכרח עסן דערפון.
און דער זיידע האט זייער אויפגעפּאסט אויפן אייניקל און בפרט מיט די זאכן.

דאן איז ער צוריק לערנען קיין קאלוב.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:00 pm
דורך רבניש
כאב מיך אלץ געווינדערט וואס דער טאהשער רבי האט גערופן זיין ישיבה ״אור החיים״ האט דאס עפעס געהאט מיטן אור החיים הק׳ אדער סתם א גוטע נאמען פאר א ישיבה.

טאהשער רבי דערציילט:
איך האב גערופן דעם נאמען פון די ישיבה ״אור החיים״ ע״ש דעם הייליגן אור החיים הק׳ ווייל אין טאג פון זיין יארצייט האב איך געפינען א שטח ווי צו בויען דער בנין הישיבה, און זיין זכות איז עמדה לנו בכל צעד ושעל, ע״כ האב איך א ספעציעלע שייכות און קשר מיט אים.

איז דא עפעס באקאנט ספעציעלע פרטים ארום דאס זוכן און טרעפן דעם שטח און אז ביום ט״ו תמוז איז דאס געקומען צו א שליכטונג?

און לויט ווי איך פארשטיי מיינט ער מיט דעם שטח בכלל דער גאנצער שטח הקריה לכאו׳

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:56 pm
דורך שמו
עפעס א מעשה, אז דער אוה"ח האט אים געבעטן אין חלום, ער זאל זיך אומקוקן אויף אחינו הספרדים אין די אומגעגנט פון טאהש, און דעם זכות האט ער געפינען דעם שטעטל, און דעריבער אויך אסאך זיך אפגעגעבן מיט די ספרדים (יבואו הידעונים ויוסיפו מקורות וכו').

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:50 pm
דורך Kitov
רבניש האט געשריבן:איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.

דער בר מצווה בחור איז הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר משב"ק הי"ו

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:55 pm
דורך רבניש
Kitov האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.

דער בר מצווה בחור איז הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר משב"ק הי"ו

ישר כח!

און דער בחור אונטערן רבין איז ווער ?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:59 pm
דורך Kitov
רבניש האט געשריבן:
Kitov האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:איז דאס אפשר ביי די בר מצוה פון בנו הרה״צ רבי מרדכי ז״ל?

וועלכע יאר איז ר׳ מרדכי געברוין און וועלכעס יאר בר מצוה

דער בנין בישיבה קוקט אויס נאך פריש.

דער בר מצווה בחור איז הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר משב"ק הי"ו

ישר כח!

און דער בחור אונטערן רבין איז ווער ?

איינער קופטשיק

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 6:20 pm
דורך לא לנו
בענקעל האט געשריבן:
IMG-20170817-WA0004.jpg
א נייע ספר אין אידיש צום יארצייט.


rebbermordche.jpg

IMG-20170101-WA0007.jpg

אין די געשעפטן פארקויפט זיך דער הייליגער פלאם מיט אן אנדערן דעקל ווי כ'זע דא אויפ'ן רעקלאמע

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 11:14 am
דורך רבניש
שמחת הווארט של כ״ק הרה״צ רבי אביגדור דניאל פיש מהאדאס שליט״א, חתן מרן אדמו״ר מטאהש זי״ע, ובן הרב ממאטע - סאלקע רבי אליעזר פיש זצ״ל.

רעכטס; מאטע - סאלקע רב, החתן רבי אביגדור דניאל, אדמו״ר מטאהש, ורבי שמואל אונדסדארפר - אב״ד ראשית חכמה מאנטרעאל.

אויבן דער בחור אינדערמיט מיט די פלאכע הוט איז ר׳ הערשל סאנדעל פון ק״י בן הרה״ח ר׳ אברהם יצחק שליט״א. דערנעבן איז איינע פון ר׳ מאיר פעקעטעס קינדער קוקט אויס ווי הערשל, רב מנאפּקער כהיום.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:24 pm
דורך בענקעל
דבר פלא.
שיחות קודש חלק ג' שנת תשמ"ו שלא ראה הדפוס
שיחות קודש חלק ג' שנת תשמ"ו שלא ראה הדפוס
שיחות_קודש_ג'_תשמו.jpg (278.09 KiB) געזען 8121 מאל


דברות_קודש_כג_כסלו.jpg
דברות_קודש_כג_כסלו.jpg (217.28 KiB) געזען 8121 מאל