רבי ישראל משה דושינסקיא זצ״ל - בית יוסף צבי - וגאב״ד ירושלים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי ישראל משה דושינסקיא זצ״ל - בית יוסף צבי - וגאב״ד ירושלים

תגובהדורך רבניש » דינסטאג יולי 04, 2017 11:41 am

כבוד קדושת הגה״ק המפו׳ מרן רבי ישראל משה נולד בכ״א כסליו תרפ״ב, כבן היחיד לאביו כ״ק הגה״ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ״ל בעיר חוסט מקום כהנותו של אביו בו בזמן.

בתרצ״ג עלה ארצה עם אביו שהגיע לכהן פאר כגאב״ד העדה החרדית בירושלים עיה״ק.

בתשרי שנת תש״ט נסתלק אביו הק׳ ומילא את מקומו כראש ישיבה הישיבה הרמה, והוא רק בן 27. בימיו התבססה הקהלה כחצר הק׳ וקהילה, משונה מימות אביו שהיה בעיקר רק ישיבה לבחורים.

בשנת תשכ״ט נתמנה כחבר הבד״ץ בעדה החרדית, ע״י הראב״ד רבי פנחס עפשטיין זצ״ל ובשנת תשמ״ט כראב״ד העדה החרדית.

בהסתלקות כ״ק מרן הגאב״ד הרמ״א פריינד זצ״ל באלול תשנ״ו נתמנה כגאב״ד העדה החרדית

נסתלק כ״ב לחודש אדר ב׳ תשס״ג בשנות 82 לחייו.

די עיקר עבודה ביי ״הרב דושינסקיא״ (ווי מ׳פלעגט אים רופן בלשון חיבה מיט דעם נאמען וואס ער האט געירשנט נאך פון זיין טאטען.) איז געווען ״באהאלטענקייט״ ״איינגעהאלטנקייט״ ער האט זיך געפירט מוראדיג בפשטות ובענוה יתירה אזוי אז זיינע אלע ארומיגע זענען מיטגעשלעפט געווארן מיט דעם מדה, און אזוי ארום אז די גאנצע קהילות דושינסקיא איז געווען א מקום פון פשוטקייט עניוותדיג, נישט איבערגעטריבן, און אלעס אן קיין גרודער.

איבערגעטריבענע כבוד איז נישט געווען קיין ארטיקל אין דושינסקיא... ווייל אזוי איז עס געווען איינגעשטעלט אין די לופט פונעם רב אליינס נישט צו דערלאזן מאכן פון אים א וועזן, אדער רעדן פון זיינע געוואלדיגע מעלות, ווי זיינע גאלדענע מידות וואס מיט דעם איז ער געווען א חד בדרא ממש! אדער זיין צוגאנג און זיין גאנצע יקום פון געוואלדיגע איידעלע אצילות און געלאסענקייט, מיט זיין חכמה און פארשטאנד צו הנהגה מיט וואס ער איז געווען געבענטשט, און ערענסטער צוגאנג צו יעדע זאך, פון גארנישט האט מען נישט געקענט צופיל הערן רעדן טומלען ווי עס איז דער ווערטשאפט אין יעדע געווענדליכע חצר.!

אבער מיט אלעם ווי ווייט ער איז נאר אנטלאפן פון די אלע כבוד ווי ער איז נאר געקומען האט עפעס אן ענוות חן חסד וכבוד געשיינט ארום דעם גאב״ד, יעדעם האט למעשה באוויגן אן הערצה של אמת און צו צואונגס קראפט אין זיינע ד׳ אמות.

הרה״ק רבי יודעלע מדזיקוב זי״ע האט זיך קובע מקום געווען אינעם דושינסקיא ביהמ״ד זאגענדיג: אז די איינציגסטע מקום אין גאנץ ירושלים וואס איז איינגעפירט מיט א עוונה און שפל ברך׳דיגן נוסח אן מאכן א איבריגע גרודער אדער פאמפּע פונעם רבין, איז אין ביהמ״ד בית יוסף צבי דושינסקיא, און טאקע פארדעם האט ער זיך דארט קובע געווען זייענדיג א הייליגער מענטש אליינס א אדמו״ר און א מענטש וואס האט געגליכן דעם וועג פון אמת, און ממאס געווען חנופה און כבוד המדומה, און דעם דרך האמת פון פשטות האט ער געפינען אין דעם גאב״ד און האט געהאלטן פון אים גאר שטארק.

דאס איז געווען דער מהלך אראפגעשטעלט דורכן ירושלימער רב, צו אנטלויפן און זיך ארויסדרייען פון יעדע איבריגע כבוד המדומה, אדער פּראפעגאנדע סיי פון זיך, און סיי פון די הצלחות און שיינעם וואוקס וואס די קהילה אין מוסדות האבן געהאט אונטער זיין הנהגה, און מיט דעם דרך וואס דער גאב״ד הגרי״ם זצ״ל האט געשטעלט פירט זיך די שיינע הערליכע חסידות דושינסקיא ביז אין די היינטיגע טעג.

פארשטייט זיך אז אויפוואקסענדיג ביי זיין הייליגן גרויסן טאטען, מרן הגאב״ד הגרי״ץ זצ״ל איז ער טאקע געוואקסן ע״ד הישר זיך לערנענדיג דעם דרך הרבנות והנהגה, ווי דער טאטע האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין חתונה אז פון ווען ישראל משה איז א קליין קינד איז נישט דורך קיין 10 מינוט וואס ער האט נישט געוויסט ווי ער געפינט זיך און וואס פונקטליך ער טוט.!

היתר הוראה האט דער ירושלימער רב באקומען פונעם גאון הדור דער טשעבינער רב, און פון הגאון הגדול רבי פנחס עפשטיין זצ״ל. רבי פנחס בכלל האט אים געוואלדיג מעריץ געווען און ארויסגעוויזן גאר א שטארקע חיבה יתירה פארן רב פון אייביג אן, אזאך וואס ער האט כמעט נישט געטון זייענדיג א שארפער מהות וואס טיילט נישט צופיל הערצה פאר מענטשען.

א גרויס געניטקייט האט דער רב געהאט מיט פירן שווערע דין תורה׳ס ווי ער איז געזיצן אין געפירט די פארוויקעלסטע שווערע דין תורה׳ס און די לשכה פון די עדה החרדית מיט זיין גרויס בקיאות און ד׳ חלקי שולחן ערוך ונושאי כליו. און בכלל האבן טויזענטער נהנה געווען פון זיין חכמה מיט עצה ותושיה מיט זיין געוואלדיגן שכל הישר האט מפשר געווען סוכסוכים און ארויסגעהאלפן רבבות ישראל.

אסאך האבן זיך די גדולי דורו אויסגעדריקט אויף זיין געוואלדיגן מהות און צדקות און בפרט זיינע הייליגע אויסגעארבייטע מדות, און שנת תשי״ב ווען דער רב איז נאך געווען א יונגערמאן און באזוכט ביים הייליגן חזון איש זי״ע האט ער אים ארויסבאגלייט ביז אינדערויסן אזאך וואס מפלעגט נישט זעהן ביי פיל גרעסערע, האט ער זיך מסביר געווען פאר די ארומיגע ״איך האב געזעהן א יונגערמאן א גאון אין מדות״

די רעדן איז אלטס געווען בנחת נאמרים ונשמעים, מנופה בי״ג ניפים יעדעס ווארט געמאסטן און געוואויגן מיט א חשבון מיט א שיכול הדעת, סיי רעדענדיג מיט מענשטען פריווייט און סיי די דברות קודש בכל עת ועידן.

די הייליגע צורה איז געווען עפעס אויסטערליש, ווי א רואיגקייט און שלוות הנפש איז געווען אויסגעגאסן מיט א אינערליכע צעפרידענקייט וואס איז אייביג געווען מצוי אויף דעם הייליגן געזיכט אן א שום אויסדריק פון דאגה אדער צער אפי׳ אין שווערע זמנים.

אין ספר ״רבינו הגדול אמרו״ פון מרן הגאב״ד הגרי״ט שליט״א ברענגט ער אז ער האט אמאל געמאכט א מסיבה פאר מוסדות דושינסקיא מיט די השתתפות פונעם רב זצ״ל, האט ער אנגערופן דעם שטאטס רב הגר״ח קרייסווירטה זצ״ל ער זאל אנרופן די נגידים איינלאדענען צום מסיבה, האט ער זיי אנגערופן און געזאגט ״איר מוזט קומען זעהן א איד וואס קוקט אויס פונקט ווי דעם רבינו תם.״ פארשטייט זיך אז אלע זענען געקומען צו לויפן אין די מסיבה האט געהאט גרויס הצלחה.

די ווערטער פונעם תנא רבי מאיר איז זיכער מקוים געווארן אויפן רב זי״ע
״רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר כָּל הָעוֹסֵק בַּתּוֹרָה לִשְׁמָהּ, זוֹכֶה לִדְבָרִים הַרְבֵּה... אוֹהֵב אֶת הַמָּקוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת, מְשַׂמֵּחַ אֶת הַמָּקוֹם, מְשַׂמֵּחַ אֶת הַבְּרִיּוֹת, וּמַלְבַּשְׁתּוֹ עֲנָוָה וְיִרְאָה, וּמַכְשַׁרְתּוֹ לִהְיוֹת צַדִּיק חָסִיד יָשָׁר וְנֶאֱמָן, וּמְרַחַקְתּוֹ מִן הַחֵטְא, וּמְקָרַבְתּוֹ לִידֵי זְכוּת, וְנֶהֱנִין מִמֶּנּוּ עֵצָה וְתוּשִׁיָּה.... וְנוֹתֶנֶת לוֹ מַלְכוּת וּמֶמְשָׁלָה וְחִקּוּר דִּין.... וְהֹוֶה צָנוּע וְאֶרֶךְ רוּחַ, וּמוֹחֵל עַל עֶלְבּוֹנוֹ, וּמְגַדַּלְתּוֹ וּמְרוֹמַמְתּוֹ עַל כָּל הַמַּעֲשִׂים:״

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יולי 04, 2017 4:56 pm

יישר כח הרב רבניש פארן גיין פתיחה אויף א אשכול איבער דעם רב, הגרי"מ דושינסקיא זצ"ל, און אויף אייער הערליכע אפשאצונג. כה לחי!
צוגעלייגטע
FL3074166.jpg
FL3074166.jpg (118.5 KiB) געזעהן 560 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 04, 2017 6:36 pm

הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג יולי 14, 2017 12:02 pm

תואר זיו פניו
צוגעלייגטע
RenderedContent-516F26F6-C847-4731-939A-9DD8411A09C3.JPG
RenderedContent-516F26F6-C847-4731-939A-9DD8411A09C3.JPG (117.79 KiB) געזעהן 413 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג יולי 14, 2017 12:03 pm

אין די יונגערע יארן, אויפנעמענדיג הנגיד ר׳ ישראל זופניק ע״ה
צוגעלייגטע
RenderedContent-1D0DE822-342D-47E7-856D-A7160134F235.JPG
RenderedContent-1D0DE822-342D-47E7-856D-A7160134F235.JPG (175.71 KiB) געזעהן 413 מאל

געלויבט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » זונטאג יולי 16, 2017 4:57 am

רבניש האט געשריבן:אין די יונגערע יארן, אויפנעמענדיג הנגיד ר׳ ישראל זופניק ע״ה


הערליך שיין!
קוקט אויס ערש"ק זייענדיג שוין גרייט מחצות היום צום הייליגן שבת כדרכו הקדושה. די ארומיגע ביים טיש גייען נאך בגדי חול, אבער אויפן טיש ליגט צווי לייכטער אנגעגרייט.

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג יולי 16, 2017 5:31 am

נאך א בילד פונעם גאב"ד:
צוגעלייגטע
250px-Dushinsky334342.JPG
250px-Dushinsky334342.JPG (17.27 KiB) געזעהן 365 מאל
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג יולי 16, 2017 1:30 pm

רבניש האט געשריבן:אין די יונגערע יארן, אויפנעמענדיג הנגיד ר׳ ישראל זופניק ע״ה

ווער'ז דער איד מיט'ן קמץ בערדל אויף די אנדערע זייט טיש אולי ר' .... מאשקאוויטש ?

אבן יקרה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יולי 16, 2017 6:56 pm

אסאך תלמידים האט דער גאון וקדוש אויפגעשטעלט במשך די יאהרן.
ס'איז כדאי צו מאכן א רשימה, ווייל ס'איז אינטרעסאנט, אז אסאך ת"ח מופלגים ומצויינים גדולי תורה והוראה זענען זיינע תלמידים [מער פון וואס קוקט אויס]. צווישן זיי: הגר"מ ברנדסדורפר זצ"ל, יבלחט"א הגרא"י אולמאן, הגר"ע אופמאן. און נאך אסאך.

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יולי 16, 2017 10:49 pm

אבן יקרה האט געשריבן:אסאך תלמידים האט דער גאון וקדוש אויפגעשטעלט במשך די יאהרן.
ס'איז כדאי צו מאכן א רשימה, ווייל ס'איז אינטרעסאנט, אז אסאך ת"ח מופלגים ומצויינים גדולי תורה והוראה זענען זיינע תלמידים [מער פון וואס קוקט אויס]. צווישן זיי: הגר"מ ברנדסדורפר זצ"ל, יבלחט"א הגרא"י אולמאן, הגר"ע אופמאן. און נאך אסאך.

יא אמת אזוי, כאב אנגעהויבן צו מאכן דעם רשימה, נישט געהאט צייט דאס נאכצוגיין, אבער דאס איז קלאר אז גאר גרויסע תלמידים האט ער אשר אתנו חיים, רבנים חשובים מובהקים וואס פון דעם אליינס צייגט זיך ארויס זיין גרויס געשטאלט.

אויך הגאון הגדול רבי מנחם מענדל יאראוויטש שליט״א - חבר הבד״ץ
איז אפשר אויךא תלמיד פונעם רב? דענק איך נישט אזוי גענוי. ווער עס קען די רשימה פונקטליך איז מכובד.

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יולי 16, 2017 10:50 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אין די יונגערע יארן, אויפנעמענדיג הנגיד ר׳ ישראל זופניק ע״ה

ווער'ז דער איד מיט'ן קמץ בערדל אויף די אנדערע זייט טיש אולי ר' .... מאשקאוויטש ?

מה היה טובו של ר׳ מאשקאוויטש?

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג יולי 16, 2017 10:59 pm

רבניש האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אין די יונגערע יארן, אויפנעמענדיג הנגיד ר׳ ישראל זופניק ע״ה

ווער'ז דער איד מיט'ן קמץ בערדל אויף די אנדערע זייט טיש אולי ר' .... מאשקאוויטש ?

מה היה טובו של ר׳ מאשקאוויטש?

כ'האב קיין אהנונג

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יולי 16, 2017 11:16 pm

פון דעם געלינקטן בילד וואלט איך נישט געזאגט אזוי, וועגן אינעם בילד ביי רב דושינסקיא האט ר׳ ישראל א יונגען אויסזעהן, און דער מיטן קמץ האט אן עלטערן אויסזעהן, אינעם געלינקטן בילד קוקן ביידע אויס אינעם זעלבן עלטער.

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג יולי 16, 2017 11:20 pm

נו נו...

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מאנטאג יולי 17, 2017 9:17 am

זיין התמדה און יגועת התורה נאך אלץ אינגערמאן איז געווען צו באווינדערן, און וועגן זיין געלאסענקייט ווען מ'פלעגט אים בעטן אינטערצושרייבן צעטליך פלעגט ער עס לאזען איבערשלאפען א נאכט.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

געלויבט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » מאנטאג יולי 17, 2017 2:32 pm

רבניש האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אסאך תלמידים האט דער גאון וקדוש אויפגעשטעלט במשך די יאהרן.
ס'איז כדאי צו מאכן א רשימה, ווייל ס'איז אינטרעסאנט, אז אסאך ת"ח מופלגים ומצויינים גדולי תורה והוראה זענען זיינע תלמידים [מער פון וואס קוקט אויס]. צווישן זיי: הגר"מ ברנדסדורפר זצ"ל, יבלחט"א הגרא"י אולמאן, הגר"ע אופמאן. און נאך אסאך.

יא אמת אזוי, כאב אנגעהויבן צו מאכן דעם רשימה, נישט געהאט צייט דאס נאכצוגיין, אבער דאס איז קלאר אז גאר גרויסע תלמידים האט ער אשר אתנו חיים, רבנים חשובים מובהקים וואס פון דעם אליינס צייגט זיך ארויס זיין גרויס געשטאלט.

אויך הגאון הגדול רבי מנחם מענדל יאראוויטש שליט״א - חבר הבד״ץ
איז אפשר אויךא תלמיד פונעם רב? דענק איך נישט אזוי גענוי. ווער עס קען די רשימה פונקטליך איז מכובד.


הגרי"מ יארוויטש שליט"א איז נישט קיין תלמיד נאר געווען א מגי"ש ביי איהם אין ישיבה אסאך יארן. אויך ר' מאיר בראנדסדורפער איז נישט געווען א תלמיד נאר געלערנט אין כולל תרביצ"א (תלמידי רבינו יוסף צבי) וואס ס'וואלט געדארפט א עקסטערע אשכול פון די תורה ריזן וואס האבן דארטן געלערנט אנגעהויבן פון דער ראש כולל הגה"ק מהר"י מד'זיקוב זיע"א.
איינער פון די גרויסע תלמידים איז הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א ווי אויך להבל"ח הגאון ר' נפתלי פרנקל זיע"א און יבלחט"א הגרי"א כהנא שליט"א אי"ה וועט מען מוסיף זיין לפי מיסת הפנאי.

אבן יקרה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג יולי 17, 2017 3:01 pm

געלויבט האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אסאך תלמידים האט דער גאון וקדוש אויפגעשטעלט במשך די יאהרן.
ס'איז כדאי צו מאכן א רשימה, ווייל ס'איז אינטרעסאנט, אז אסאך ת"ח מופלגים ומצויינים גדולי תורה והוראה זענען זיינע תלמידים [מער פון וואס קוקט אויס]. צווישן זיי: הגר"מ ברנדסדורפר זצ"ל, יבלחט"א הגרא"י אולמאן, הגר"ע אופמאן. און נאך אסאך.

יא אמת אזוי, כאב אנגעהויבן צו מאכן דעם רשימה, נישט געהאט צייט דאס נאכצוגיין, אבער דאס איז קלאר אז גאר גרויסע תלמידים האט ער אשר אתנו חיים, רבנים חשובים מובהקים וואס פון דעם אליינס צייגט זיך ארויס זיין גרויס געשטאלט.

אויך הגאון הגדול רבי מנחם מענדל יאראוויטש שליט״א - חבר הבד״ץ
איז אפשר אויךא תלמיד פונעם רב? דענק איך נישט אזוי גענוי. ווער עס קען די רשימה פונקטליך איז מכובד.


הגרי"מ יארוויטש שליט"א איז נישט קיין תלמיד נאר געווען א מגי"ש ביי איהם אין ישיבה אסאך יארן. אויך ר' מאיר בראנדסדורפער איז נישט געווען א תלמיד נאר געלערנט אין כולל תרביצ"א (תלמידי רבינו יוסף צבי) וואס ס'וואלט געדארפט א עקסטערע אשכול פון די תורה ריזן וואס האבן דארטן געלערנט אנגעהויבן פון דער ראש כולל הגה"ק מהר"י מד'זיקוב זיע"א.
איינער פון די גרויסע תלמידים איז הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א ווי אויך להבל"ח הגאון ר' נפתלי פרנקל זיע"א און יבלחט"א הגרי"א כהנא שליט"א אי"ה וועט מען מוסיף זיין לפי מיסת הפנאי.

טאקע הגר"מ בראנדסדארפער האט נישט געלערנט אין די ישיבה. אבער ער האט זיך אליין גערעכנט אלס א תלמיד פון רב זצוק"ל, ווייל זייענדיג אין כולל תרביצ"א, וואס חוסה געווען בצילו פון דער גרויסע רבי מהרי"מ דושינסקיא זצוק"ל, האט ער אסאך באקומען אויך פון איהם.

געלויבט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » דאנארשטאג יולי 20, 2017 1:50 pm

הגאון ר' חיים שטערן זצ"ל רב אין וויען (זון פון בעל 'בצל החכמה') איז אויך געוועהן פון די ח'שובע תלמידים ביים רב ז"ל, אויך הגה"צ מנייטרא ז"ל איז געוועהן א תלמיד.

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:08 pm

און וויאזוי איז הגאון מהר״י רוטה מקארלסבורג שליט״א א תלמיד, מיר איז באקאנט אז ער איז א תלמיד פונעם סאטמארן כולל דארט.

אוועטאר
מענטשאלע
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:26 pm

רבי יחזקאל האט געלערנט אין ישיבה תיכף נאכ'ן אונקומען קיין אר"י אין תש"י, ער איז געווען א תלמיד איד הרב דושינסקיא'ס ישיבה אפאר יאהר, די תלמידים געדענקען אים אלס א גרויסער מתמיד אין די בחורי'שע יאהרן, זיין ברודער ר' ליפא האט געלערנט פאר דעם אין טאשנאהד אין נתניה און נאך דעם אויך אין דושינסקיא ישיבה, זייער פאטער רבי אייזיק איז אמת געווען א סאטמאר תלמיד און הייסער חסיד, אבער סאטמער האט יענע יארן נישט געהאט קיין געהעריגע ישיבה אין ירושלים נאר קורץ נאכ'דעם.
און לגבי די בילד פון אויפנעמען רבי ישראל זופניק, דער וואס זיצט נעבן טיש זעהט אויס ווי דר' וואלאך (מיט'ן קמץ בארד) וואס איז געווען גאר נאנט מיט מהרי"מ דושינסקיא און ליגט נעבן אין אין בית החיים שרי צדק אין צענטער פון ירושלים, און הרב מאשקאוויטש וואס איז געווען דער עורך פון אוצרות ירושלים.

אוועטאר
מענטשאלע
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:29 pm

און נאך לגבי די בילד פון אויפנעמען רבי ישראל'ן, די שאפע ביי וואס מהרי"מ זיצט איז די ספרים שאפע פון זיין טאטן וואס האט עס גברענגט פון חוסט מיט די ספרים אויפ'ן זעלבן סדר, די שאפע ליגט ביז היינט אין צימער פון בנו מ"מ אדמו"ר מהרי"צ שליט"א.

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:33 pm

ביי די חתונה פון חתנו הגה״צ רבי צבי ישכר דוב (בערל) כ״ץ שליט״א - רב ור״מ קהילת דושינסקיא וויליאמסבורג.

פון רעכטס דער רב הגאב״ד הגרי״ם, דער ריסקעווער רב א זיידע, החתן, און דערנאך דער דזיבויער דיין פון מאנטרעאל, אבי החתן.
צוגעלייגטע
RenderedContent-18AC910A-2F5F-4C4C-9AA5-0A7EAC701680.JPG
RenderedContent-18AC910A-2F5F-4C4C-9AA5-0A7EAC701680.JPG (126.23 KiB) געזעהן 64 מאל

אוועטאר
מענטשאלע
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:35 pm

ביי די בר מצוה פון בנו הגה"צ רבי מרדכי יהודה שליט"א מיט תלמידיו רבי מאיר בראנסדארפער און רבי משה הלברשטאם זכר צדיקים לברכה
צוגעלייגטע
00000.jpg
00000.jpg (554.45 KiB) געזעהן 63 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:37 pm

מענטשאלע האט געשריבן:און נאך לגבי די בילד פון אויפנעמען רבי ישראל'ן, די שאפע ביי וואס מהרי"מ זיצט איז די ספרים שאפע פון זיין טאטן וואס האט עס גברענגט פון חוסט מיט די ספרים אויפ'ן זעלבן סדר, די שאפע ליגט ביז היינט אין צימער פון בנו מ"מ אדמו"ר מהרי"צ שליט"א.

פששי... טאקע אן היסטארישער שאפע מיט ספרי קודש, מסתם נישטא אזא באגריף אז סיי דער שאפע און סיי די ספרים זאלן זיין פון די אלטער היים. אפי׳ די וואס האבן יא עספיעט צו ראטעווען ספרים אדער לייבעריען (א דוגמא רבי בורכ׳ל ממונקאטש, אדער הספריית של חב״ד) איז דער שאנק זיכער נישט מיטגעקומען....

קענט איר שאפן א קלארערן בילד פון דעם חשובען שאנק מיט די ספרים פון היינט

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יולי 20, 2017 2:38 pm

אינטערעסאנט אז ער איז אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה זייענדיג 27 יאר אלט. דאס מיינט איינע פון די צוויי: אדער האט ער שוין ביי די 27 געקענט ד' חלקי שו"ע, אדער האט ער אלץ ראש ישיבה געטראפן צייט דאס צו לערנען


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט