בלאט 1 פון 7

רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:27 am
דורך חזון-איש'ניק
היינט געפאלט די יארצייט פונעם ירושלים'ער רב, דער פוסק הדור, הגאון הגדול מרן ר' יצחק יעקב ווייס זצוק"ל.

וועמיר שרייבען א ביסל תולדות פון איהם בקיצור.

דער רב זצוק"ל איז געבוירען געווארן אין שטעטל 'דאלינע' אין גאליציע בערך שנת תרס"ב, צי זיין טאטע הגאון ר' יוסף יהודה זצ"ל וועלכע איז געווען פון א משפחה פון זידיטשויבער חסידים.

ווען איז נאך געוועהן א קינד איידער די בר מצוה (מן הסתם איז דאס געווען ביי די תקופה פונעם ערשטן וועלט מלחמה) האט זיך זיין משפחה אריבער געצויגען צי די שטאט 'מונקאטש', די רב האט נאך דעמאלטס זוכה געווען צי זיין ביים "דרכי תשובה" זצוק"ל, די רב האט דעמאלטס שוין געזיצען און געהארעוועט מיט גרויס התמדה.

עטליכע יאר שפעטער ווען הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצוק"ל איז אנגעקומען אין שטאט, איז די רב שטארק מקורב געווארן צי איהם, און האט געלערט בחברותא מיט זיין איידעם הרה"ק ר' פיניעלע מאוסטילא זצוק"ל.

עס ווערט פארציילט אז איינמאל האט דער יונג בחור'ל געווארט אויף א רייע ביים בעלזער רב, און ווען די בעלזער רב האט געזעהן דאס יונג בחור'ל שטיין פונדערווייטענס, האט ער געהייסן א מען זאל גלייך אהער רופען דאס "פלייס בחור'ל" (דער מתמיד), ער זאל נישט דארפן ווארטן אין רייע.

די רב האט דעמאלטס געזיצען און געהארעוועט מיט גרויס התמדה אין די בעלזער קלויז אין שטאט.

דער רב האט גענומען דעמאלטס שימיוש און היתר הוראה ביי הגאונים מהרש"ג ומהר"ש ענגיל זצוק"ל.

שפעטער האט דער רב חתונה געהאט מיטן טאכטער פון הגאון ר' פנחס סג"ל צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גראסווארדיין ומתלמידי הרה"ק משיניאווע זי"ע, דער רב איז טאקע אריבער וואוינען אין גראסווארדיין ווי ער איז געווארן פון די פירענדע דיינים אין שטאט.

עס ווערט פארציילט אז די רב האט געמאכט אן עירוב אין שטאט, וואס דאס האט אויסגערופן א שטיקל מחלוקת, דעמאלטס פלעגט הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל אריבער קומען בערך איינמאל אי יאר אין שטאט, ווען די רבי איז יענע מאל געקומען, איז ער געזיצען שבת מיטן רב, ווי ער האט געוואלט הערן אלע דעטאלן פונעם עירוב, וויאזוי דאס איז געמאכט געווארן, דער רב האט איהם דעמאלטס אלעס מסביר געווען בטט"ד, און דער רב האט איהם ציגענדיגט, אז דאס אלעס האב איך געמאכט לפי וואס איך האב געהערט פונעם שווער וואס ער האט דאס געהערט פון זיין רבי'ן דער שינאווער רב! ווען דער רבי האט דאס געהערט האט דער רבי גלייך אויפגעשטאנען און מט א טאשנטיכל ארויס ד' אמות אין גאס! דאס איז געווען דאס איין איינציגסטע מאל וואס דער רבי האט געטראן אין שבת! (מפי כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א).

בשעת די מלחמה איז די רב מיט נסי ניסים ניצל געווארן ווי ער שילדערט דאס אלעס אין שו"ת מנחת יצחק סוף חלק א' אין א ספעצילען קונטרס מיטן נאמען 'פרסומי ניסא'.
דערנאך איז די רב צוריק געפארן אין גראסווארדין, און פראבירט א ביסל צוריק צי שטעלן אידישקייט, הונדערטע עגונות האט ער דעמאלטס מתיר געווען, און זיי חתונה געמאכט.

שפעטער איז די רב אריבער קיין 'מאנטשעסטער' ענגלאנד ווי ער איז נתמנה געווארן אלס ראב"ד, דעמאלטס האט די רב געשריבען הונדערטער תשובות לכל קצוי תבל, וואס איז שטארק נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, און עס איז שפעטער געדריקט געווארן אינעם ספר שו"ת "מנחת יצחק" י' חלקים.

בשנת תשכ"ט איז ער עפ"י בקשת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל ארויף קיין עיה"ק ירושלים, ווי ער איז געווען עומד בראש פון די היילגיע עדה החרדית במשך ניינצן יאר, ניין יאר אלס ראב"ד און צען יאר אלס רב, און עומד געווען בפרץ להשיב מלחמה השערה אויף אלע מחבלי כרמים, און ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש פון ענטפערן תשובות, ביז י"א סיון תשמ"ט איז ליידער נצחו אראלים את המצוקים און ער איז נתבקש געעוארן לישיבה של מעלה, זכותו יגן עלינו.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:32 am
דורך יציב פתגם
unnamed.jpg
unnamed.jpg (58.01 KiB) געזעהן 5338 מאל

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:39 am
דורך יציב פתגם
בפסיעותיו הראשונות על אדמת ארצה''ק, מתקבל ע''י חברי הנהלת העדה החרדית

unnamed.jpg
unnamed.jpg (98.69 KiB) געזעהן 5323 מאל

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:00 am
דורך הלשון
הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל - גאב"ד ירושלים מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל, ביים חגיגת יובל מאה וחמישים פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:03 am
דורך הלשון
קאלעקציע פון שיינע בילדער, פון הגאון בעל מנחת יצחק יצחק זצ"ל - גאב"ד ירושלים (צוזאמען מיט אנדערע חברי הביד"ץ) ביים מעמד הנחת אבן הפינה פון פאפא ישיבה קטנה אויף בעדפארד עוו., סיון תשמ"ח.

- די גאב"ד זצ"ל ביים ערשיינען צום מעמד

- כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א באגריסט דעם אורח הגדול

- די גאב"ד איז מעיין אינעם קונטרס וואס איז געדרוקט געווארן צום מעמד

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:06 am
דורך הלשון
דער הערליכע און היסטארישע בימת הכבוד

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:08 am
דורך הלשון
ביים לייגן די גרונדשטיין במעמד חברי הביד"ץ

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 8:12 am
דורך חזון-איש'ניק
א דאנק פאר די בילדער, איך האב פארגעסן צי שרייבן, זוגתו בזוו"ר, פון איהר האט ער געבוירען זיין איין איינציג קינד שליט"א, זי איז נסתלק געווארן אינמיטן די קריג, ומנ"כ בעיר בוקארעסט בראמעניא, דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל, ובזוו"ש מיט הרבנית בת כ"ק אדמו"ר האמרי חיים מויזניץ זצ"ל.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 8:55 am
דורך moishy56
הלשון האט געשריבן:קאלעקציע פון שיינע בילדער, פון הגאון בעל מנחת יצחק יצחק זצ"ל - גאב"ד ירושלים (צוזאמען מיט אנדערע חברי הביד"ץ) ביים מעמד הנחת אבן הפינה פון פאפא ישיבה קטנה אויף בעדפארד עוו., סיון תשמ"ח.

- די גאב"ד זצ"ל ביים ערשיינען צום מעמד

- כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א באגריסט דעם אורח הגדול

- די גאב"ד איז מעיין אינעם קונטרס וואס איז געדרוקט געווארן צום מעמד


ביים ערשיינען צום מעמד
קומט מיט בנו ר׳ בעריש שליט״א
און מיט נכדו הגרמ״מ ווייסמאנדל שליט״א אב״ד נייטרא מאנסי

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 9:37 am
דורך farshlufen
הרב הלשון א דאנק פאר די בילדער

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:18 am
דורך מיללער
יציב פתגם האט געשריבן:בפסיעותיו הראשונות על אדמת ארצה''ק, מתקבל ע''י חברי הנהלת העדה החרדית
בילד
unnamed.jpg


יישר כח הרב יציב פאר די הערליכע בילד, איר קענט אפשר אויסרעכענען שמות חברי הנהלת העדה"ח וואס מ'זעהט דא? דאכציך אז דער צווייטער פון לינקס איז הרב איש חי"ל ר' ליפא שווארץ ז"ל

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:24 am
דורך מיללער
הלשון האט געשריבן:הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל - גאב"ד ירושלים מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל, ביים חגיגת יובל מאה וחמישים פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס
בילד


הערליכע בילדער איינס-ביי-איינס, יישר כח הרב בעל הלשון ישלם ה' שכרך

זיצנדיג פארנט פון רעכטס; מרן אדמו"ר בעל בר"מ זצ"ל מסאטמאר זצ"ל, הגאב"ד בעל מנח"י זצ"ל, הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל, הגאב"ד מהרי"מ דושינסקיא זצ"ל, הגראב"ד מהרי"י פישר זצ"ל

זיצנדיג הונטערוויילעכטס דער צווייטער לינקס (אונטער אביו הברך משה) מהרש"א ט"ב שליט"א אב"ד סאטמאר 15'טע עוו., פערטער לינקס (מער אויף הונטערוועגס) זעהט מען אחיו הגדול דער סאטמארער רבי מהרי"י שליט"א

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:25 am
דורך מיללער
הלשון האט געשריבן:הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל - גאב"ד ירושלים מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל, ביים חגיגת יובל מאה וחמישים פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס
בילד

ווער איז דער אינגער רב לינקס פונעם מנחת יצחק זצ"ל?

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:26 am
דורך חמרא טבא
מיללער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל - גאב"ד ירושלים מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל, ביים חגיגת יובל מאה וחמישים פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס
בילד

ווער איז דער אינגער רב לינקס פונעם מנחת יצחק זצ"ל?

פאפא רב'ס גבאי האלפערט

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:30 am
דורך מיללער
הלשון האט געשריבן:דער הערליכע און היסטארישע בימת הכבוד
בילד

ווער קען מפענח זיין דעם הערליכען בילד און אידענטיפיצירן די קאלירפולער בימת הכבוד רבנן ומשמשיהן?

אין צענטער כמובן זעהט מען; הגאב"ד בעל עטרת יהושע זצ"ל, הגאב"ד בעל מנח"י זצ"ל, להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הגאב"ד מהרי"מ דושינסקיא זצ"ל, הגאון משטראסבורג זצ"ל בעל קנין תורה בהלכה חבר הביד"צ.

דער וואס איז ביים מיקראפאן איז דאכציך דער ראש ישיבה פון פאפא הרב גראס שליט"א, און דער וואס זיצט די ערשטע פון רעכט"ס זעהט אויס ווי כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, ווער איז לידו? און ווער איז דער עלטערער רב וואס זיצט דאס צווייטע פון לינקס?

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:32 am
דורך מיללער
הלשון האט געשריבן:דער הערליכע און היסטארישע בימת הכבוד
בילד

ר' הילל דוב הי"ו שטייענדיג אונטער ירושלימ'ער רב מהרמ"א פריינד זצ"ל

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:36 am
דורך חמרא טבא
מיללער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:דער הערליכע און היסטארישע בימת הכבוד
בילד

ווער קען מפענח זיין דעם הערליכען בילד און אידענטיפיצירן די קאלירפולער בימת הכבוד רבנן ומשמשיהן?

אין צענטער כמובן זעהט מען; הגאב"ד בעל עטרת יהושע זצ"ל, הגאב"ד בעל מנח"י זצ"ל, להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הגאב"ד מהרי"מ דושינסקיא זצ"ל, הגאון משטראסבורג זצ"ל בעל קנין תורה בהלכה חבר הביד"צ.

דער וואס איז ביים מיקראפאן איז דאכציך דער ראש ישיבה פון פאפא הרב גראס שליט"א, און דער וואס זיצט די ערשטע פון רעכט"ס זעהט אויס ווי כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, ווער איז לידו? און ווער איז דער עלטערער רב וואס זיצט דאס צווייטע פון לינקס?

צווייטער רעכטס איז רבי משה ראזנער אב"ד טערצאל מאנסי חתן הויחי יוסף
צווייטער לינקס איז רז"ל מייזליש מסיגיעט ולידו רבי אהרן גר"וו דומ"צ פאפא

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 11:53 am
דורך הלשון
מיללער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:דער הערליכע און היסטארישע בימת הכבוד
בילד

ווער קען מפענח זיין דעם הערליכען בילד און אידענטיפיצירן די קאלירפולער בימת הכבוד רבנן ומשמשיהן?

אין צענטער כמובן זעהט מען; הגאב"ד בעל עטרת יהושע זצ"ל, הגאב"ד בעל מנח"י זצ"ל, להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הגאב"ד מהרי"מ דושינסקיא זצ"ל, הגאון משטראסבורג זצ"ל בעל קנין תורה בהלכה חבר הביד"צ.

דער וואס איז ביים מיקראפאן איז דאכציך דער ראש ישיבה פון פאפא הרב גראס שליט"א, און דער וואס זיצט די ערשטע פון רעכט"ס זעהט אויס ווי כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, ווער איז לידו? און ווער איז דער עלטערער רב וואס זיצט דאס צווייטע פון לינקס?


ערשטע שורה (רעטכס צו לינקס): ביים מיקראפאן הג"ר צבי גראס זצ"ל מנהל ישיבה קטנה פאפא, הגה"צ ר' ישראל מנחם גרינוואלד שליט"א אבד"ק תולדות יוסף ב"פ, הגה"צ ר' משה ראזנער שליט"א אבד"ק טערצאל, הגאב"ד הרמ"א פריינד זצ"ל, הגאב"ד בעל מנחת יצחק זצ"ל, להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הגאב"ד מהרי"מ דושינסקיא זצ"ל, הגאון משטראסבורג זצ"ל חבר הביד"צ, הגה"צ רבי אברהם לייטנער זצ"ל גאב"ד מאנטעווידעא, ????, הגה"צ ר' אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא.

שטייענדיג ווערט געזעהן צווישן אנדערע (פון רעכטס צו לינקס) ר' יחיאל זיידענפעלד מעסקני הבנין, ???, ר' משה שמואל דייטש מגבאי ק"ק פאפא, ר' הלל דוב גאנץ משמש הגאב"ד הרמ"א פריינד, ???, ???, הרה"ג יודא וועבער ראש ישיבת פאפא (שטייט אונטערן מנחת יצחק), ר' דוד באדאנסקיא און ר' משה אליעזר גרינוואלד משבק"י פאפא אין יענע יארן, ???, ר' מרדכי אהרן חיים מענצער ז"ל מגדולי עסקני בית פאפא (ווערט געזעהן האלב פון אונטערוויילעכטס), ??? ביי עק שטייעם הגה"צ ר' יעקב שלמה מייזליש שליט"א אבד"ק לימנוב און (כמדומה) הרב אליעזר דוד גרינוואלד מטעטש וויליאמסבורג.

שטייענדיג אין הייעך: אין צענטער ר' יחזקי' קריצלער משב"ק פאפא כעת אב"י בעיר לאנדאן, לינקס ר' יחיאל האלפערט משב"ק פאפא

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:10 pm
דורך דונש
נעבן ר' הלל דוב שטייט ר' דוד גדלי' פאגעל נ"י משב"ק הגאב"ד רמ"א זי"ע.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:36 pm
דורך יציב פתגם
מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:בפסיעותיו הראשונות על אדמת ארצה''ק, מתקבל ע''י חברי הנהלת העדה החרדית
בילד
unnamed.jpg


יישר כח הרב יציב פאר די הערליכע בילד, איר קענט אפשר אויסרעכענען שמות חברי הנהלת העדה"ח וואס מ'זעהט דא? דאכציך אז דער צווייטער פון לינקס איז הרב איש חי"ל ר' ליפא שווארץ ז"ל

הרב יוסף דאווידאוויטש ז"ל, הרב גרשון שטעמער ז"ל, מרן המנחת יצחק זצ"ל, הרב יוסף שיינבערגער ז"ל, הרב אברהם מרדכי ברייטשטיין ז"ל, הרב ליפא שווארץ ז"ל, און להבלח"ט הרב מטשאקאווע שליט"א

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 3:50 pm
דורך נחמן נתן
יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:בפסיעותיו הראשונות על אדמת ארצה''ק, מתקבל ע''י חברי הנהלת העדה החרדית
בילד
unnamed.jpg


יישר כח הרב יציב פאר די הערליכע בילד, איר קענט אפשר אויסרעכענען שמות חברי הנהלת העדה"ח וואס מ'זעהט דא? דאכציך אז דער צווייטער פון לינקס איז הרב איש חי"ל ר' ליפא שווארץ ז"ל

הרב יוסף דאווידאוויטש ז"ל, הרב גרשון שטעמער ז"ל, מרן המנחת יצחק זצ"ל, הרב יוסף שיינבערגער ז"ל, הרב אברהם מרדכי ברייטשטיין ז"ל, הרב ליפא שווארץ ז"ל, און להבלח"ט הרב מטשאקאווע שליט"א

הערליכע בילדער איינס ביי איינס. ייש"כ פאר אלע וואס האבן דא געשטעלט.

הרב יציב, דאס איז הרה"ח רבי נפתלי ראזענפעלד ז"ל מנאמני העדה החרדית.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:25 pm
דורך פלייוואד
ביים מסע הבד"צ תשמ"ח

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:26 pm
דורך פלייוואד
ביים ארויפגיין צום רבין בעל ברך משה זי"ע אינדערהיים

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:28 pm
דורך פלייוואד
ביים רבין בעל ברך משה זי"ע אינדערהיים

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 5:29 pm
דורך דונש
פלייוואד!

דיין ערשטע בילד איז עפעס הערליך!

ייש"כ