רבי יצחק יעקב ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים בעל מנחת יצחק - י"א סיון תשמ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יוני 08, 2017 12:35 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:
שלומעלע האט געשריבן:
שבת יוד האט געשריבן:הכנסת ס"ת

נאך א בילד פינם זעלבע מעמד. מי ומי?
מנחת יצחק.jpg


הג"ר משולם דוד סאלאווייטשיק די ערשטע אויף רעכטס?

אויפ'ן ערשטן בילד זעהט מען אז דער איד גייט מיט א פלאכן היט
דביה תחדי נפשא

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » דאנארשטאג יוני 08, 2017 12:52 pm

שבת יוד האט געשריבן:הכנסת ס"ת


דער וואס זיצט פאר רבי ישראל יעקב, האלב פארשטלעט, קוקט אויס צוזיין הגאון רבי שלום בראנדער זצ"ל

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג יוני 11, 2017 2:47 am

ווען דער רב איז געווען א יונג בחור'ל איז ער געווען א שטארקער מפלפל, ער האט דעמאלטס געשריבען א קונטרס מיטן נאמען ר' שמעון לשיטתו, דארט האט ער צאמגענומען אלע שיטון פון רשב"י לשיטתו, דער קונטרס האט געהאט א שטארקער אפקלאנג.
און יענער צייט איז דער רב געפארן צי א קור-שטאט ווי גדו"י האבן זיך דאן געפונען זיך צי פארהערן און באקומען אן היתר הוראה, איין טאג האט דער רב געווען מיט הגאון מהר"ש ענגיל אבד"ק ראדומישלא זצ"ל זיך גייענדיג פארהערן ביי איהם, און זיי זענען געגאנגען שפאצירן ציזאמען, דער ראדומישלאר רב האט שטארק מחזק געווען דער רב אויף זיין שיינער קונטרס און אויף דער דרך הלימוד.
אזוי גייענדיג איז זיי קעגן געקומען הגאון מהרש"ג אבד"ק סעמיהאי זצ"ל, וועלכער האט שטארק נישט געהאלטן פון דער דרך הלימוד, און אזוי זעענדיג דעם בחור'ל האט ער איהם שטארק מוכיח געווען במעמד פון דער ראדומישלאר רב אויף די קונטרס, זאגנדיג אז מיט אזא דרך הלימוד וועט פון איהם גארנישט וואקסן.
דער רב האט געזאגט אז ער האט מקבל געווען די תוכחה און האט זיך פון דעמאלט צוקיר געהאלטן פון דרך הפלפול.
און זיינע תשובות זעהט מען טאקע קיינמאל נישט קיין פלפולים, אדער אייגענע תורות, נאר חותר זייך צי זוכן דער אמת, דאס איז לכאורה איינער פון די סיבות וואס זיינע תשובות זענען אזוי נתקבל געווארן.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג יוני 18, 2017 2:51 am

חותנו של מרן, הגאון ר' פנחס צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גרוו"ד, מתלמידיו של הרה"ק משינאווא זצוק"ל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יוני 21, 2017 5:30 pm

עם מי משוחח מרן המנחת יצחק?

lon10.JPG
lon10.JPG (122.64 KiB) געזעהן 5632 מאל

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » זונטאג יוני 25, 2017 8:14 am

שבת יוד האט געשריבן:הכנסת ס"ת
צוגעלייגטע
מנחת יצחק4.jpg
מנחת יצחק4.jpg (423.3 KiB) געזעהן 5581 מאל
מנחת יצחק3.jpg
מנחת יצחק3.jpg (227.72 KiB) געזעהן 5581 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יוני 25, 2017 8:44 am

חזון-איש'ניק האט געשריבן:חותנו של מרן, הגאון ר' פנחס צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גרוו"ד, מתלמידיו של הרה"ק משינאווא זצוק"ל

דער איידעם ענדעלט שטארק אינעם שווער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג יוני 25, 2017 9:11 am

רבניש האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:חותנו של מרן, הגאון ר' פנחס צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גרוו"ד, מתלמידיו של הרה"ק משינאווא זצוק"ל

דער איידעם ענדעלט שטארק אינעם שווער

it's a matter of taste

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג יוני 25, 2017 10:13 am

שלומעלע האט געשריבן:
שבת יוד האט געשריבן:הכנסת ס"ת

די בילדער זענען מעכטיג שיין. שכויח

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג יוני 25, 2017 10:16 am

זבחי צדק האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:נאך רבי שלמה יענקל שטייט הרב קלפהולץ משב"ק המנחת יצחק

איר מיינט מסתמא ר' ישראל חיים דאווידאוויטש נ"י [ער'יז געווען משב"ק פונם מנח"י]

גראדע שטייען דארט'ן ביידע, אויך ר' ראובן קלפהולץ און להבלחט"א ר' ישראל חיים דוידוביץ שליט"א

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג יוני 25, 2017 1:13 pm

כמדומני אז הרב שך איז אויך געווען ביי די הכנסת ס"ת, עני בילדער?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יוני 25, 2017 2:23 pm

הרב שך איז געקומען א טאג נאכדעם צום רב'ס שטוב, אנוואונטשן דעם רב.
ס'איז געווען בילדער דעמאלטס [חברת תהלים בילדער...]

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מאנטאג יוני 26, 2017 9:10 am

לחם לשובע האט געשריבן:כמדומני אז הרב שך איז אויך געווען ביי די הכנסת ס"ת, עני בילדער?
מנחת יצחק עם הרב שך.jpg
מנחת יצחק עם הרב שך.jpg (102.89 KiB) געזעהן 5450 מאל

איך האב א סעט בילדער פונם מעמד. אז ס'איז אייך וויכטיג, זיי מודיע אין פרטי, אין איך קען בל"נ משתדל זיין סקענען פאר אייך.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יוני 26, 2017 10:09 am

שלומעלע האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:כמדומני אז הרב שך איז אויך געווען ביי די הכנסת ס"ת, עני בילדער?
מנחת יצחק עם הרב שך.jpg

איך האב א סעט בילדער פונם מעמד. אז ס'איז אייך וויכטיג, זיי מודיע אין פרטי, אין איך קען בל"נ משתדל זיין סקענען פאר אייך.

וואס עפעס אין פרטי איך זאג אייך בגלוי אז ד'עולם וויל זעהן די בילדער
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יוני 26, 2017 11:02 am

שפרו מעשיכם האט געשריבן:
שבת יוד האט געשריבן:הכנסת ס"ת


דער וואס זיצט פאר רבי ישראל יעקב, האלב פארשטלעט, קוקט אויס צוזיין הגאון רבי שלום בראנדער זצ"ל

יא, ס'איז רבי שלום זצ"ל.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דינסטאג יולי 18, 2017 6:04 pm

ישיבתו של מרן לאחר השואה בעיר גראסווארדיין, שם ניסה בכל כוחו להחזיר עטרה ליושנו, ולהציל בחורי ישראל מצפרני הציונים אשר ארבו להם להורידם לבאר שחת ה"י.

17105872653549945484.jpg
17105872653549945484.jpg (218.86 KiB) געזעהן 5197 מאל


א אינטערסאנטער פאקט האב איך געזעהן שטיין געשריבען אין א ספר וואס באשרייבט די פעולות פון די צדיקת מרת רעכיל שטערנבוך ע"ה, אז זי האט דאן געשיקט אויסציהאלטן די ישיבה.

בנוסף צי דעהם האט דאן די רב פראבירט צי מעמיד זיין הדת על תילה, האט מסדר געווען קידושין פאר צענדליגער צי גאר הונדערטער משפחות, און מתיר געווען די עגונות פון זייער חבלי עיגון.

לצערינו האבן די קאמוניסטן איינגענומען ראמעניע, און די פעולות האבן זיך ליידער געדארפט אפשטעלן, רוב אידן זענען אנטלאפן (דער ראמענישער דיקטאטור טשאטשעסקא ימ"ש איז געווען גאר ברוטאל, אבער האט ליב געהאט געלט, און מען האט איהם זייער לייכט געקענט אפקויפן ער זאל ארויס לאזן די אידן,) און די וואס זענען נעבעך געבליבען האבן גארנישט געקענט לערנען, און האבן ליידער גארנישט געוויסט פון אידישקייט צי זאגן.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג יולי 18, 2017 7:23 pm

היינט זיך אנגעטראפן אין דעם, איך ברענגעס כמו שהיא.

מערקט ווי די חברים פון מונקאטש שרייבן אז פאר די זעכצן יאהר אלט האט ער שוין געהאט סמיכה "מראשי גדולי דורנו"

minchas yitzchok 0.PNG
minchas yitzchok 0.PNG (18.78 KiB) געזעהן 5177 מאל

minchas yitzchok 1.PNG
minchas yitzchok 1.PNG (202.63 KiB) געזעהן 5177 מאל

minchas yitzchok 2.PNG
minchas yitzchok 2.PNG (198.67 KiB) געזעהן 5177 מאל

ער איז געוועהן א קביעות'דיג שרייבער אינעם "בית וועד לחכמים",
ראטזאם צו כאפן א בליק אינעווייניג, זעהן מיט וואס פאר א מין בקיאות און גאונות ער שרייבט אלס בחור, צו נשתומם ווערן!

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך יולי 19, 2017 3:01 am

איינער שרייבט אויף דער מחותן ראב"ד באראדע-מארע, וואס איז פשט? ער איז דאך געווען ראב"ד אין גראסווארדיין?
אויף ראמעניש הייסט עס אראדיע, אםשר איז דאס א ענדליכער נאמן.
איינגערינגעלט שטייט רומניה, אינטערסאנט, איך האב געמיינט אז ס'דאן געווען אין אונגארין, דער מנחת יצחק האט דאך ביים קרוג אנטלאן קיין רומעניא זיך צי ראטעווען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 19, 2017 8:31 am

לחם, ס'איז אלע איין שטאט:

זע דא
Oradea, Romania

Alternate names: Oradea [Rom], Nagy-Várad [Hung], Nagyvarad [Yid], Groysvardein [Yid], Großwardein [Ger], Veliki Varadin [Serb], Vel'ký Varadín [Slov], Magnovaradinum [Lat], Varat [Turk], Oradea-Mare
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יעבור ואל יהרג .

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:33 am

אמאל ווען די מנחת יצחק זצ"ל האט געווארט אריבער גיין די שטראוס גאס אויפן וועג א היים צוריק קומענדיג פון בניני זשופניק,

האב איך אני הקטן געהערט, ווי ער האט זיך צו ווערטל'ט,אז יעבור ואל יהרג , מ'זאל דורך גיין די גאס און נישט געהארגעט ווערן ,

און דאס איז נישט פון די שלוש עבירות, וואס איז יהרג ואל יעבור .

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:14 pm

חזון-איש'ניק האט געשריבן:שפעטער האט דער רב חתונה געהאט מיטן טאכטער פון הגאון ר' פנחס סג"ל צימעטבוים זצוק"ל הי"ד ראב"ד גראסווארדיין ומתלמידי הרה"ק משיניאווע זי"ע

שמה - מרת אלטע רבקה לאה ע"ה
חזון-איש'ניק האט געשריבן:זוגתו בזוו"ר, פון איהר האט ער געבוירען זיין איין איינציג קינד שליט"א, זי איז נסתלק געווארן אינמיטן די קריג, ומנ"כ בעיר בוקארעסט בראמעניא

זי איז נפטר געווארן י' כסלו תש"ה.

חזון-איש'ניק האט געשריבן:דערנאך האט דער רב חתונה געהאט מיט הרבנית בת כ"ק האדמו"ר מוואסלוי זצ"ל

שמה - מרת מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי חיים דוב היילפרין זצוק"ל מוואסלוי.
חתונה געהאט מיט איר אום שנת תש"ו נאך אין ראמעניע.
זי איז נפטר געווארן י"ז תמוז תשל"ג, ומנו"כ אויף הר הזיתים נאנט צו איר מאן.

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ובזוו"ש מיט הרבנית בת כ"ק אדמו"ר האמרי חיים מויזניץ זצ"ל.

שמה - הרבנית חנה מרים סימא ע"ה (בזיווגה השלישי; בזיווגה הראשון אשת ב"ד הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זצוק"ל, ובזיווגה השני אשת הרה"ג רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל אב"ד חוסט).
זי איז נפטר געווארן ה' תשרי תש"נ, ומנו"כ אצל אוהל זקינה ואביה ה'אהבת ישראל' וה'אמרי חיים' בביה"ח זכרון מאיר בבני ברק.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:16 pm

מי הוא הרה"ג ר' אהרן סג"ל צימעטבוים רב בגרוו"ד, האם הוא גיסו לשעבר של המנחת יצחק ?

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:51 pm

בלעטל האט געשריבן:מי הוא הרה"ג ר' אהרן סג"ל צימעטבוים רב בגרוו"ד, האם הוא גיסו לשעבר של המנחת יצחק ?

ער איז געווען א שוואגער פון די מנחת יצחק.
זעהט מיר נישט אויס אז ער איז געווען א רב אין גראסווארדיין, זיין טאטע אבער איז געווען ראב"ד ביז די קרוג, נישט מסתבר אז ער האט געדינט ברבנות בחיי אביו.
ער איז געווען א רב נאכן מלחמה אין א ביהמ"ד, אין בארא פארק דאכט זיך.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:52 pm

אויף זיין לאטיינישע זיגל שטייט, ראבינער אין גראסווארדיין

ארגינעל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:26 pm

תגובהדורך ארגינעל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:04 pm

[quote="חזון-איש'ניק"]היינט געפאלט די יארצייט פונעם ירושלים'ער רב, דער פוסק הדור, הגאון הגדול מרן ר' יצחק יעקב ווייס זצוק"ל.

וועמיר שרייבען א ביסל תולדות פון איהם בקיצור.

דער רב זצוק"ל איז געבוירען געווארן אין שטעטל 'דאלינע' אין גאליציע בערך שנת תרס"ב, צי זיין טאטע הגאון ר' יוסף יהודה זצ"ל וועלכע איז געווען פון א משפחה פון זידיטשויבער חסידים.

ווען איז נאך געוועהן א קינד איידער די בר מצוה (מן הסתם איז דאס געווען ביי די תקופה פונעם ערשטן וועלט מלחמה) האט זיך זיין משפחה אריבער געצויגען צי די שטאט 'מונקאטש', די רב האט נאך דעמאלטס זוכה געווען צי זיין ביים "דרכי תשובה" זצוק"ל, די רב האט דעמאלטס שוין געזיצען און געהארעוועט מיט גרויס התמדה.

ווער איז געווען אבי אביו? איז דער ירושלים'ער רב בעל מנחת יצחק געווען א קרוב משפחה מיט דעם אמרי יוסף מספינקא זצוק"ל? וואס איז אויך ממשפחת ווייס פון מונקאטש און זידיטשויבער חסידים?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט