נא_שכל האט געשריבן:פון וואו נעמט מען די פענע צו באשרייבן דעם גדול ופוסק? כ'בין דאך בכלל נישט קיין שרייבער, און כ'וועל נישט באשרייבן זיין גדלות בתורה, זיין כח הפסק, וואס אלע רבנים און דיינים האבן זיך באנוצט דערמיט און פסקנן נאכאלס לאור זיינע פסקים, אדער זיין געוואלדיגע עניוות, אבער כ'וועל פרובירן צו ארויסרוקן פון די מח קעמערלך עטליכע עובדות וואס כ'האב געהערט דורך די יארן.
***
הגה"צ ר' פישל'ע זצ"ל איז געווען בן בתו פון הגבאי ר' צבי אלימלך הכהן דים הי"ד.
ער האט געוואוינט אלס קינד אין מונקאטש, און דארט געלערענט.
ער איז געווען משורשו א ספינקא חסיד פונדערהיים, ער איז געווען א חסיד פונעם חקל יצחק זצ"ל, זיין טאטע פלעגט אים כסדר טראגן צו אים, און ער האט זיך כל ימיו געקאכט אין ספרי זוהר וספרי קאמארנא אזוי ווי חסידי ספינקא פונדערהיים.
און מונקאטש האבן זיי געדאווענט אין די ספינקא שטיבל.
ער איז געווען א פלאם פייער, זיין דאווענען איז געווען אזוי ווי א פארצייטישע חסידים, מיט א התלהבות נורא.
ער האט געפילעוועט אין אלע חסיד'שע ספרים, געשריבן דערויף הגהות והשוואות אזוי ווי ער האט געשריבען אויף אלס ספרים בנגלה. [די נועם אלימלך מיט הגהות איז פון זיין נוע"א].
***
נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ראצפערט.
ער האט גענומען די עיקר שימוש ביי זיין פעטער דער קאפישער רב זצ"ל (אגב: געהערט אמאל א סיפור, אז קאפישער רב האט אים אראפבאגלייט פון זיין הויז, און ר' פישלע איז אריין אין א ווארטענדע קאר, האט אים דער קאפישער רב אראפגעשריגן, אז די מאשין איז אסור צו פירן אום חול המועד).
כ'מיין אז ער האט אויך באקומען סמיכה פונעם פעסטער בית דין.
אין ראצפערט איז ער שוין געווען דער ראב"ד.
אין די אשכול פון
טאהשער רבי ז"ל האט איינער געלייגט די דאקומענט מיט זיין חתימה אלס ראב"ד ראצפערט
***
נאך די קריג איז ער אויפגענומען געווארען אלס רב אין האליין, וואס איז געווען א די.פי. לאגער.
שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקע.
בתחלה האט ער געוואוינט אויף פען סט. העכער קראסנא בית המדרש (היינט אשוי) און העכער דעם קראסנא רב רבי הלל ל"ש זצ"ל.
ווען דער קראסנא רב זצ"ל האט געוואלט מברר זיין אן ענין, פלעגט ער אים רופן אז ער זאל קומען לערנען מיט אים. קראסנא רב איז געווען מער א מתון ומדקדק ומעמיק, משא"כ רבי פישעלע ז"ל האט געלערענט בחריפות ובמהירות. ס'מסתבר אז צוליב דעם האט זייער חברותה'שאפט נישט אנגעהאלטן צו לאנג.
שפעטער האט ער געוואוינט אויף סאוט 10.
און דערנאך האט ער געוואוינט אויף בעדפאר צוויי הייזער אוועק פון האדמ"ר מסאטמאר זצ"ל, העכער שרה שארמארשער, און אונטער משפחת בודק.
די בודק קינדער פארציילן אז ער פלעגט לערנען גאנצע נעכט. [אויך די איינוואוינער פון בעדפאר גארדענס - וואו ער האט געוואוינט די לעצטערע יאר פארציילן אויך וויאזוי ער פלעגט לערנען גאנצע נעכט, אפילו אין די סוכה פלעגט מען אים זען לערנען א גאנצע נאכט.]
ער האט פיל עוסק געווען אין די פארשטופטע ספרי הראשונים, ער פלעגט האבן אסאך כת"י פון ראשונים, ער פלעגט עס דורכקוקן און אנצייכענען מ"מ, און פיל מאל האט ער מפענח געווען ווער דער מחבר פון די כת"י איז.
אויך האט ער געארבייט יארן אויף די ספרי הראשונים של ר' משה יהודה בלוי, בשם סדרת "שיטת הקדמונים", און ער האט געשריבן די ציונים ומ"מ.
געטראפען דא
אויפן וועלטעל אן אינטערסאנט בילד פון אים ביי א חופה.
***
אלע תלמידי חכמים פלעגן קומען צו אים שמועסן אין לערנען, מברר זיין כל הדברים הקשים הבאים אליהם, כ'האב געהערט פון איינער וואס האט דארט גענומען שימוש, אז ער פלעגט כסדר הערן וויאזוי דער לינדזער רב ז"ל זיין שותף אינעם קלויזענבוירגער בית דין רופט אריין און האט געפרעגט אסאך שווערע שאלות וויאזוי צו פסקנן.
ווי אויך איז באקאנט זיין ידידות מיט יבלחט"א הגה"צ ר' לייבוש לייזער שליט"א, און וויאזוי זיי פלעגן פיל שמועסן צוזאמען.
ר' יצחק שטערנהעלל בעל כוכבי יצחק ווען ער פלעגט קומען קיין נ.י. פלעגט ער אים קומען באזוכען, און זיי האבן זיך משתששע געווען בדברי תורה.
***
סדר קדשים האט ער געקענט די בעסטע, בעסער פון מג"א אויף או"ח (אזוי האט ער געזאגט). ער האט געשריבן פילע הגהות וחידושים אויף קדשים, און כ'מיין אז מ'האלט עס אינמיטן מסדר זיין לדפוס. און א שמועס מיט האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר (זעה בייגעלייגט) ערווענט ער דעם חיבור.
***
ער איז געווען א געוואלדיגע אוהב ספרים, געקויפט פילע ספרים און עס דורכגעקוקט. כידוע אז ער פלעגט פארבארגן ספרים פאר האדמו"ר מסאטאמר זצ"ל.
זיין ש"ס, און זיינע ספרים זענען פיל מיט הגהות וחידושים, השוואות ממקום למקום.
אבער לא החזיק טיבותיה לנפשיה.
אמאל איז זיין זון אדער א אייניקל אריינגעקומען צו אים אין שטוב, האט ער געזען אז די ש"ס מיט זיינע פילע חידושים איז איינגעפאקט גרייט אוועקצוטראגן, האט מען געפרעגט וואס דאס איז, האט ער געזאגט, אז ס'דא געווען איינער (....) און ער האט אים געזאגט אז ער ברענגט אים א נייע עוז והדר ש"ס און ער גייט עס איינטוישן מיט זיין אלטע ש"ס... און ער האט מסכים געווען, פארשטייט זיך אז מ'האט גלייך אפגעשטעלט דעם על הגאולה ועל התמורה...
ס'דא נאך אסאך צו שרייבן אבער אין הזמן מספיק.
יהא זכרו ברוך ותנצב"ה.
א שטיקל שמועס פון אים מיט האדמו"ר מ'סאטמאר.
שיחת האדמור מהרא מסאטמאר עם הגאון רבי פישעלע הערשקאוויטש.pdf