רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חשיפה ראשונית: נמצאו מצבות רבות ערך בקיטוב

בשורה טובה לצאצאי המשפחה הענפה של רבני קיטוב, נחשפו מצבות הגה”צ רבי יוסף עפשטיין זצ”ל רבה של קיטוב והרבנית

התרגשות בין המוני הצאצאים, בקרב חוקרי הדורות ודברי ימי צאצאי תלמידי מרן הבעש”ט זי”ע, עם התגלות מצבת קברו של הגה”צ המפורסם רבי יוסף עפשטיין זצ”ל, רבה של קיטוב, ושל זוגתו הרבנית מרת גיטל ע”ה בת הרה”ק רבי נחמן צבי הלוי עפשטיין זי”ע אב”ד קולומייא, מבני היכלו של מרן אור שבעת הימים הבעל שם טוב זי”ע.

לאחר חיפושים בבית החיים העתיק של קיטוב, שרובו ניצל בס”ד ועומד בשלמותו, זכה הרב יעקב סגל מקרית ויזניץ ב”ב, שבמשך שנים חוקר את דברי ימי אבות המשפחה רבני קיטוב וצאצאיהם, ועם תום בדיקת מחקר מאומצת נחשפה מצבת הרב, ומצבת זוג’ הרבנית, שיום פטירתה של הרבנית יחול בט’ בחשון.

רבי יוסף זצוק”ל נולד בעיר קאליש, לאביו הרבני רבי אליעזר דוב זצ”ל שעלה לימים לארץ ישראל, חתן הג”ר שאול חריף אב”ד זוראבנא, בן הג”ר אליעזר, חתן הג”ר פישל, חתן הג”ר ווישל המובא בסמ”ע, חתן גאון ישראל המהרש”ל.

שמו הטוב של רבי יוסף הלך לפניו, ובהגיע לפרקו לקחו הרה”ק רבי נחמן צבי מקולומייא זי”ע, כחתן לבתו. הרה”ק רבי נחמן צבי היה מיוחס לרבותינו מהרש”ל, מהר”ם מלובלין, בעל הלבושים, התוס’ יו”ט והט”ז, ולמעלה בקודש. מילדותו התאבק רבי נחמן צבי בעפר רגלי מרן הבעש”ט, וכמה אמרות מופלאות בשם הבעש”ט הובאו משמו.

הג”ר יוסף הרביץ תורה והנהיג את העדה בעיר קיטוב הנודעת. הגאון הנודע רבי אהרן משה טויבש זצ”ל, מתאר את רבי יוסף בתשובתו אליו בספרו שו”ת “תועפות ראם”: “אהובי מחותני ידיד ד’ וידיד נפשי, הרב המאור הגדול, המופלג בתורה ויראה, חריף ושנון, מו”ה יוסף נ”י אב”ד קיטוב”…

הגאון רבי חיים גלרנטר זצ”ל שכיהן כרבה של קיטוב, מונה בספרו “עונג חיים לשבת” את רשימת רבני קיטוב במשך הדורות, ומציין שרבי יוסף עפשטיין אשר כיהן בקיטוב בין השנים תק”ע-תקפ”ח, לא ידוע יום הסתלקותו, משום שאותיות יום הפטירה נמחקו מע”ג מצבתו.

במהלך המחקר, נמצאה רשימת יא”צ שכתב אחד הצאצאים לפני כמה דורות, והוא ציין את יום ו’ ער”ח אב תקפ”ח כיום הסתלקות רבי יוסף רבה של קיטוב, ואת יום ט’ חשון ת”ר כיום פטירת זוגתו הרבנית מרת גיטל. לאחר בדיקה מעמיקה שנערכה בימים אלה, מתאימים התאריכים עם המופיע על המצבות שנמצאו זה עתה בס”ד.

על המצבות שנמצאו בקיטוב, ניתן לקרוא את המלים: פ”נ הרב המאור הגדול החריף המפורסם מו”ה יוסף בן הרבני מו”ה אליעזר דוב; שנת ת”ר, פ”נ אשה רבנית מרת גיטל בת הרב הגאון מו’ נחמן צבי הלוי, נפטרה ט’ חשון.

בניו של רבי יוסף היו: א. בנו ממלא מקומו הג”ר פנחס עפשטיין, שכיהן ברבנות קיטוב עד שנת תרכ”א, ומנוחתו כבוד בקולומייא. הוא היה חותנו של הגה”ח רבי יוסף ראט זצ”ל, מגדולי חסידי קאסוב ורוזין, בעל “ישועות ישראל” ו”מגדיל ישועות”, אשר פעל למען התיישבות הרה”ק מרוזין זי”ע בסאדיגורא, ובאחרית ימיו עלה לארה”ק והתגורר בצפת, בה נטמן.

ב. הג”ר אפרים פישל מקאליש. הוא נפטר בחיי אביו וילדיו גדלו אצל זקנם הג”ר יוסף אב”ד קיטוב. בנו של רבי אפרים פישל היה הג”ר מרדכי מזידיטשוב, אביהם של הג”ר יוסף אלטר עפשטיין זצ”ל אב”ד מאגרוב ואוזיראן, בעל “גנזי יוסף”, מגדולי רבני חסידי בעלזא, ושל הג”ר אפרים פישל אברהם עפשטיין מסוואליווא [חתן הגה”צ רבי יצחק אייזיק ה”בית יצחק” מסוואליווא], אבי הגה”ח רבי יוסף עפשטיין סופר סת”ם ומ”מ בסאטמר. חתנו של רבי מרדכי מזידיטשוב היה הרה”צ רבי אריה לייבוש וייס מזידיטשוב זצ”ל (בהרה”צ רבי יעקב בנציון מסיגעט), אבי הגה”ח ר’ פנחס וייס זצ”ל מסיגעט והגה”ח ר’ מרדכי וייס מבישטנא, שהיו מגדולי חסידי ויזניץ ואנטניא.

צאצאי משפחת הרבנים לבית עפשטיין מקיטוב שברחבי תבל, שדבר הגילוי נודע להם, קיבלו את הידיעה המשמחת בהתרגשות רבה. הרב יעקב סגל אשר זכה לחשוף את המצבות, מוסר כי כעת מתארגנים לתיקון ולשיפוץ המצבות, כדי שיוכלו להתפלל ע”י מקום מנוחתם בבית החיים העתיק בקיטוב, בו נטמנו צדיקים וגדולי עולם. לפרטים: 052-7649790.
IMG_2353.jpg
IMG_2352.jpg
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

פון דא:
מיללער האט געשריבן:
דער חוקר היוחסין הרב ר' נפתלי אהרן וואקשטיין פון אשדוד יצ"ו, האט היינט ארומגעשיקט אומ"ר הבא מן החדש, א העתק פון א כתב-יד בעניני יחוס משפחת עפשטיין, נישט דאס איז אבער מיין ציל מיט די תגובה, נאר דאס וואס גאנץ צום סוף פונעם יחוס בריעף ווער דערמאנט איבער א יחוס פונעם ישמח משה זצ"ל, נעמליך צום טורי זהב.

לויט יענעם בריעף האט ר' צבי הירש אבי היש"מ געהאט איין שוועסטער 'בלימא' די מאמע פון ר' יצחק אייזיק מקאלאמייא, און נאך שוועסטערס כדלהלן, וואס אויב איז דא דערינען א האפט, האט ר' יצחק אבי ר' צבי הירש אבי מרן היש"מ, געהאט די פאלגענדע קינדער:

1. ר' צבי הירש [שיף] - אבי מרן היש"מ (שאר צאצאיו נפרטו לעיל)
2. ר' יוסף מקאלבאסוב (לא נמצא בכת"י הנ"ל אבל זה עולה מהספר הגה"ק בעל יש"מ ועוד, מרן היש"מ למד אצל הדוד הזה והדברים ארוכים)
3. הרבנית בלימא -אשת ר' נחמן באריר- אמו של ר' יצחק אייזיק מקאלאמייא
4. הרבנית אשת השאגת אריה
5. הרבנית אשת הגביר ר' שכנא שור מבראד
6. הרבנית אשת ר' ליפא אב"ד סטרעליסק
7. הרבנית אשת ר' זאב אב"ד סניעטין

ע"כ מהנ"ל

-

די שאלה איז צו דאס קען זיין, ווערט דערמאנט ערגעץ בספרי מרן היש"מ דער שאגת אריה? רופט ער אים אן 'דודי'? ווער זענען די אנדערע רבנים דערמאנט בכת"י הנ"ל? איז דא נאך ערגעץ א זכר צו איינע פון די קרובים?

(1)בקונטרס הנ"ל כתב וקשטיין: אנו עומדים לפרסם אי"ה מערכה שלמה ורחבה בקשר לנאמר במגילה זו, וכו' ווייסט איינער צו סאיז טאקע אמאל באשריבן געווארן? אויב יא ביטע ארויף לייגן אויב מעגליך, א דאנק

(2) #4 איז נישט 100% מוכרח אז מ'רעדט פונעם שאגת ארי', שטייט נאר שג"א וואס קען מיינען נאך ר"ת, פארשטייט זיך אז פשוט ליינט מען עס שאגת ארי' אבער אז מ'וועט האבן גאר שטארקע קשיות איז עס נישט מוכרח

(3)ווער זענען הגביר ר' שכנא שור מבראד, ר' ליפא אב"ד סטרעליסק, און ר' זאב אב"ד סניעטין?
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

דער עיקר וויל איך וויסן ווער דער ר' ליפא פון סטרעליסק איז און ווער זיין זוהן אבד"ק מריאמפול -וואס ווערט דערמאנט אינעם יחוס בריוו, אלס עלטער עלטער זיידע פון הרה"ג ר' יוסף אלטר עפשטיין בעל גנזי יוסף- איז, אויב איינער האט סיי וועלעכע ידועה וועט עס מיר זיין א גרויסע תועלת
ייש"כ פון פאראויס
כח ומח, פה אייוועלט יצ"ו
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

תולדות פון רבי ליפא פון סטרעליסק איז דא אין ספר ודע נה שתשיב עמ' פט ואילך, אביר דארט ברענגט אז ער איז געווען א איידעם ביי רבי אברהם כהנא מקראקא
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ויתן לך האט געשריבן:
תולדות פון רבי ליפא פון סטרעליסק איז דא אין ספר ודע נה שתשיב עמ' פט ואילך, אביר דארט ברענגט אז ער איז געווען א איידעם ביי רבי אברהם כהנא מקראקא
וואו קען מען זעהן דעם ספר?

כח און מח האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
תולדות פון רבי ליפא פון סטרעליסק איז דא אין ספר ודע נה שתשיב עמ' פט ואילך, אביר דארט ברענגט אז ער איז געווען א איידעם ביי רבי אברהם כהנא מקראקא
וואו קען מען זעהן דעם ספר?
https://hebrewbooks.org/21733

זעה איך אז מיללער האט דאס שוין צוגיצייכנט דא
מיללער האט געשריבן:
אינעם יחוס חלק פון [הזייפן] ר' חיים בלאך, ווערט אביסל דערמאנט פון די א.ד. אינפארמאציע, בלאכ'ס ווייב בת ר' משולם פייבוש לאנדמאן-העללער איז געווען אן אייניקל פון דעם א.ד. ר' ליפא אב"ד סטרעליסק, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=90
זעה נאך איבער אים דא: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

נו אז מ'רעדט פון א זייפן (במזיד, בשוגג, צו באונס, מאכט נישט אויס) נו קען מען אים נישט גלייבן, בפרט ווען אין די יחוס בריוו וואס איז לכאורה מער באגלייבט שטייט אנדערשט, ממילא אויב איינער האט מער אינפא וועט עס מיר זיין א גרויסע תועלת
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

ער איז געווען די שווער פון די שווער פון הגה"ק מטאלטשווא זי"ע
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ויתן לך האט געשריבן:
ער איז געווען די שווער פון די שווער פון הגה"ק מטאלטשווא זי"ע
אהא, דארט קען איך מיר גאר ווייניג אויס,הייסט אז ר' אליעזר ליפמאן פון סטרעליסק איז דער ר' ליפא! קומט אויס אז די ייט"ל איז געווען 4'דע גערוקטע קאזונעס מיט זיין רעביצען! איז אז מרעדט פון תולדות גדולי ישראל איז זיין יחוס לכאורה ערגעץ פארשריבן געווארן, עמיצער ווייסט וואו?
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

כח און מח האט געשריבן:
לויט יענעם בריעף האט ר' צבי הירש אבי היש"מ געהאט איין שוועסטער 'בלימא' די מאמע פון ר' יצחק אייזיק מקאלאמייא, און נאך שוועסטערס כדלהלן, וואס אויב איז דא דערינען א האפט, האט ר' יצחק אבי ר' צבי הירש אבי מרן היש"מ, געהאט די פאלגענדע קינדער:

1. ר' צבי הירש [שיף] - אבי מרן היש"מ (שאר צאצאיו נפרטו לעיל)
2. ר' יוסף מקאלבאסוב (לא נמצא בכת"י הנ"ל אבל זה עולה מהספר הגה"ק בעל יש"מ ועוד, מרן היש"מ למד אצל הדוד הזה והדברים ארוכים)
3. הרבנית בלימא -אשת ר' נחמן באריר- אמו של ר' יצחק אייזיק מקאלאמייא
4. הרבנית אשת השאגת אריה
5. הרבנית אשת הגביר ר' שכנא שור מבראד
6. הרבנית אשת ר' ליפא אב"ד סטרעליסק
7. הרבנית אשת ר' זאב אב"ד סניעטין
טעיתי בזה, כמש"כ כאן
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

רבי מרדכי עפשטיין זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ס'איז מיר באמת א פלא אז מ'האט נאכנישט גערעדט איבער הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע, וואס האט אסאך אייניקלעך, ממילא בין איך מיר מכבד מיט פתיחה, וזהו:

וועגן זיין יחוס למעלה בקודש:

דא איז א יחוס בריוו געשריבן דורך זיין זוהן הגאון ר' יוסף אלטר עפשטיין בעל גנזי יוסף:
מגילת יוחסין עפשטיין מכתב יד .pdf
(156.38 KiB) געווארן דאונלאודעד 55 מאל
דא קען מען זעהן א חלק פונעם כתב יד (ס'איז נישט אזוי קלאר)
https://www.kedem-auctions.com/he/node/26493
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ונפרט קצת:
הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע
ב"ר אפרים פישל עפשטיין זי"ע = נקטף בימי חלדו ובניו נתגדלו אצל אביו (מגילת יוחסין הנ"ל)
ב"ר רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב
וזוגתו מרת גיטל ע"ה
בת רבי נחמן צבי הלוי עפשטיין מקאלאמייא זצ"ל

אשת ר' אפרים פישל עפשטיין מרת ריזל ע"ה
בת ר' אברהם מבוברקא זי"ע
בן הרב מריאמפל זי"ע
בן הרה"ק ר' ליפא מסטרעליסק זי"ע
חתן הרה"ק ר' יצחק (שיף) זי"ע - זקינו של היש"מ (עי' כאן וכאן)
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

י"א שאשתו היתה נכדת הרה"ק ר' נחמן מהורדנקא זי"ע, עי' כאן מה שדנו בזה
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

זיי שרייבן (ווער איז די "זיי"?) אז אשת ר' מרדכי איז מרת הינדא פריידא, וואס איז די מקור אויף דעם? וואס ווייסט מען אויף איר? ווער איז איר טאטע?

(כ'האב עפעס וואס צו זאגן אויף דעם -וואס כ'האב נאך קיינעם נישט געטראפן רעדן דערפון- דערפאר וויל איך פארדעם הערן וואס מ'ווייסט איבער איר!)
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כח און מח האט געשריבן:
זיי שרייבן (ווער איז די "זיי"?) אז אשת ר' מרדכי איז מרת הינדא פריידא, וואס איז די מקור אויף דעם? וואס ווייסט מען אויף איר? ווער איז איר טאטע?

(כ'האב עפעס וואס צו זאגן אויף דעם -וואס כ'האב נאך קיינעם נישט געטראפן רעדן דערפון- דערפאר וויל איך פארדעם הערן וואס מ'ווייסט איבער איר!)
שרייב וואס דו ווייסט, ווארט נישט אויף כבוד...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

נא_שכל האט געשריבן:
כח און מח האט געשריבן:
זיי שרייבן (ווער איז די "זיי"?) אז אשת ר' מרדכי איז מרת הינדא פריידא, וואס איז די מקור אויף דעם? וואס ווייסט מען אויף איר? ווער איז איר טאטע?

(כ'האב עפעס וואס צו זאגן אויף דעם -וואס כ'האב נאך קיינעם נישט געטראפן רעדן דערפון- דערפאר וויל איך פארדעם הערן וואס מ'ווייסט איבער איר!)
שרייב וואס דו ווייסט, ווארט נישט אויף כבוד...
נישט כבוד, כוויל פשוט פארדעם זיין קלאר וואס מ'ווייסט איבער איר...
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

נא_שכל האט געשריבן:
כח און מח האט געשריבן:
זיי שרייבן (ווער איז די "זיי"?) אז אשת ר' מרדכי איז מרת הינדא פריידא, וואס איז די מקור אויף דעם? וואס ווייסט מען אויף איר? ווער איז איר טאטע?

(כ'האב עפעס וואס צו זאגן אויף דעם -וואס כ'האב נאך קיינעם נישט געטראפן רעדן דערפון- דערפאר וויל איך פארדעם הערן וואס מ'ווייסט איבער איר!)
שרייב וואס דו ווייסט, ווארט נישט אויף כבוד...
ווייסט וואס? כ'וועל טאקע שרייבן, כ'האף מ'וועט מיר ארויס העלפן, מיט ראיות, סתירות, וכו'
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

איז אזוי לייגט צו קאפ און מח (בעסער געזאגט כח און מח!)

לאמיר רעדן פון 2 זוהן פון רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב
(1) בנו רבי פנחס עפשטיין זוגתו מרת מלכה
זיי האבן געהאט א טאכטער מרת דבורה (המשך לקמן)

(2) בנו השני רבי אפרים פישל עפשטיין זצ"ל זוגתו מרת ריזל
זייער זוהן איז רבי מרדכי דינן

דער רבי מרדכי האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון מרת דבורה הנ"ל

דאס מיינט אז זייערע קינד זענען געווען אן איייניקל פון ר' אפרים פישל ב"ר יוסף, און איר אייניקלעך פון זיין ברידער ר' פנחס

אזוי שטייט לכאורה קלאר אין די יחוס בריוו פון ר' יוסף אלטר בנם וואס איז פריער אטעטשט.

* **** ***** ******* ***** **** *
יעצט וואס מדארף נאר מברר זיין איז:
מרת דבורה הנ"ל האט חתונה געהאט מיט ר' יוסף ראטה אזוי שטייט אין מגילת יוחסין מר' יהודה לייב מקאלאמייא מצפת

אינטערעסאנט איז אז אין דער עפשטיין מגילת יוחסין דארמאנט ער אים אויך - עפעס נאר אגב - און איז מאריך ביחוסו:
ר' יוסף ראטה
ב"ר אברהם ראטה
זוגתו מרת לבקה
בת רבי יוסף הקדוש, נהרג ע"י עכו"ם בלילה בביתו שעומד באמצע השוק שם

ער דערמאנט בכלל נישט אז ער איז זיין זיידע, איז קען זיין אז זיין באבע האט נאר חתונה געהאט מיט אים בזיוויג שני?
אדער אפשר טאקע ווייל ער איז זיין זיידע איז ער מאריך ביחוסו?
וואס ווייסט מען בכלל איבער דעם משפחת ראטה? איז דא אייניקלעך פון זיי?

ביטע אריינקומען מיט סיי וועלעכע ידועה איר האט!
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: הרה"ק ר' מרדכי עפשטיין זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

כח און מח האט געשריבן:
וועגן זיין יחוס למעלה בקודש:

דא איז א יחוס בריוו געשריבן דורך זיין זוהן הגאון ר' יוסף אלטר עפשטיין בעל גנזי יוסף:
מגילת יוחסין עפשטיין מכתב יד .pdf
דא קען מען זעהן א חלק פונעם כתב יד (ס'איז נישט אזוי קלאר)
https://www.kedem-auctions.com/he/node/26493
כהאב יעצט געטראפן אז ער דערמאנט טאקע דעם יחוס בריוו אין די הקדמה פון דעם ספר לימודי אצילות וואו ער שרייבט:
"ובזכות אבותי הקדושים כי אבי מורי זללה׳׳ה הי' מופלג בתורה וביראת חטא ומפורסים במעלות ומדות טובות ועל הכל ענוותנותו היתירה כנודע לכל יודעו ומכירו. ויחוסו הוא מצד א׳ עד רבינו בעל הלבושים ומצד א׳ עד רבינו הט׳ז ומצד א' עד רבינו המהרש״ל כאשר כתב היחוס נמצא אצלי"
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יוסף עפשטיין זצ"ל אב"ד קיטוב - ו' ער"ח אב תקפ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אין ביטשקוב [Nagybocsko] איז דא א געבורטס רעקארד, ס׳ליינט זיך ווי פאלגענד:
הערמין [נקיבה] געבוירן 27 דעצ. 1869, פאטער עפשטיין יוסף פון קיטוב - 55 יאהר אלט, מוטער שיינער עטיא פון Pecsenyizen - 52 יאהר אלט.

דאס הייסט אז דער יוסף עפשטיין פון קיטוב איז געבוירן 1814, תקעד. אבער די יארגאנג מוז נישט זיין בהכרח. אבער עס שמעקט פון די משפחה.

יעצט טרעף איך זיין טויט׳ס רעקארד אין ביטשקוב.
ער איז ווארשיינליך געבוירן טאקע שפעטער ארום תר״ג. זיין פאטער האט געהייסן פישל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”