רבי משה אשכנזי היילפרין מח"ס זכרון משה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

רבי משה אשכנזי היילפרין מח"ס זכרון משה

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:12 am

ב"ה

לאור די אנפראגע פון כבוד הרב טריסקער שיחי' אין אן אנדערן אשכול, עפן איך דעם אשכול מברר צו זיין וואס איך וויל שוין לאנג וויסן,

טריסקער האט געשריבן:איך זוך פרטים אויף רבי ישראל היילפרין אבד"ק קראטשין חתן ה'מגלה עמוקות', הנקרא: מהר"י חרנ"ש (ח'תן ר'בי נ'תן ש'פירא); איך וויל בעיקר וויסן ווער איז געווען זיין טאטע.


אין דעת קדושים שטייט אז רבי משה אשכנזי היילפרין בן רבי זבולן אליעזר איז געווען איינע פון די צוויי "ראשי בית אב למשפחת היילפרין",
זיין ספר זכרון משה – נדפס בארץ ישראל בשנת שע"א – איז געווען א יקר המציאות שוין פאר 100 יאר צוריק, אזוי ווי ס'ווערט דערמאנט דורך עטליכע חוקרי הדורות, און ווי דערמאנט דא איז עס לעצטענס געווארן איבערגעדרוקט מיט תולדות המחבר, עיין שם ותמצא נחת.

רבי משה האט געהאט צוויי קינדער:
א. רבי אברהם (קצנלבויגן? – כן הוא בתולדות הזכרון משה הנ"ל), אבד"ק לבוב, בעמח"ס אהבת ציון. ספרו נקרא כן על שם בנו רבי בנציון שנפטר עליו בחייו.
ב. רבי אליעזר ליפמאן,

אין דעת קדושים שטייט אז רבי אליעזר ליפמאן האט געהאט דריי קינדער:
א. רבי ישראל אבד"ק קאראטשין, "מהר"י חרנ"ש", חתן בעל מגלה עמוקות,
ב. רבי יצחק אייזיק היילפרין אבד"ק טיקטין, חתן רבי הירץ מסטנאב,
ג. רבי משה יהודה זעלקי דרשן בפוזנא, חתן אחיו רבי יצחק אייזיק הנ"ל,

ווייטער שטייט אין דעת קדושים אז רבי יצחק אייזיק האט געהאט 4 קינדער:
א. רבי מרדכי היילפרין מיערסלוב,
ב. רבי יואל היילפרין אבד"ק לוצק פינסק ואוסטראה ["דער גרויסער רבי יואל"],
ג. רבי אליעזר ליפמאן אבד"ק טארניגראד,
ד. חתנו רבי יעקב אבד"ק צויזמיר, מחבר שו"ת בית יעקב,

ע"כ מספר דעת קדושים,

אין ספר יש מנחילין איז דא א בריוו פון רבי משה קצינלבויגן ווי ער שרייבט זיין שווער'ס יוחס: "רבי אליעזר, בן רבי מרדכי מיערסלב, בן רבי איציק, בן רבי ליזר אשכנזי, בן רבי משה אשכנזי וכו' מחבר זכרון משה".
פון דא פארשרייבט דער דעת קדושים רבי מרדכי מיערסלב מיט זיינע ברודער אלס קינדער פון רבי יצחק אייזיק [איציק] בן רבי אליעזר ליפמן [ליזר] אשכנזי, בן רבי משה, בן רבי זבולן אליעזר הנ"ל.

[רבי יוסל כ"ץ אין זיין מאמר ונצדק קדש אין קובץ האשכול חלק ד' האט פיל מיט הערות און הוספות אופ'ן דעת קדושים, צווישן אנדערע שרייבט ער אז רבי אליעזר ליפמאן הנ"ל איז נישט א זוהן פון רבי משה בעל זכרון משה, נאר א זוהן פון זיין זוהן רבי אברהם בעל אהבת ציון.
ער גיבט נישט אהן קיין שום מקור כדרכו, ער שרייבט בלויז אז ס'מוז זיין אז רבי אברהם האט געהאט נאך קינדער חוץ רבי בנציון, ווייל ס'איז דאך דא אייניקלעך (הגם ס'שטייט בכלל נישט אז רב"צ האט נישט געהאט קיין קינדער), ממילא "מוז זיין" אז רבי ליפמאן איז געווען א זוהן פון רבי אברהם.
ער שרייבט אז רבי "איציק" און רבי "ליזר אשכנזי" זענען נישט רבי יצחק אייזיק אבד"ק טיקטין און רבי אליעזר ליפמאן אשכנזי הנ"ל].

וכאן הבן שואל:
איז אנגעקומען ביי די חוקרי יוחסין אז רבי יצחק אייזיק אבד"ק טיקטין איז זיך מתייחס צום בעל זכרון משה כנ"ל?

הרב וועקשטיין, סיי אין איינע פון זיינע מאמרי ויתילדו, אין אזוי אויך אין שם ושארית לרי"מ בידערמאן, שרייבט ער נאר ביז רבי אליעזר ליפמאן, און פירט אויס אז די משפחה איז יסודתו בהררי קודש מצאצאי רבי אלחנן ור"י הזקן בעלי התוספות.
אויך הרב מרדכי אדלר אין ספר שומר שבת שרייבט נאר ביז רבי אליעזר ליפמאן הנ"ל, אין נישט ווייטער.
איז דא א סיבה דערויף?

[הגם אין כתבי הגר"י שטייט אויך נאר ביז רבי אליעזר ליפמאן, אבער דאס איז נישט אזא קשיא, וויל ער איז נישט אייביג געגאנגן ביז ארויף, און אולי איז מעגליך אז ס'איז נישט געווען צו באקאנט די יחוס, אזוי ווי די ספר איז אויך נישט געווען אזוי בנמצא, ווייל רבי משה האט בסוף ימיו געוואוינט אין ארץ ישראל כנ"ל].
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:27 am

ס׳איז נישטא קיין שום מקור נאמן ומוסמך, ווער ר׳ אליעזר ליפמאנ׳ס פאטער איז געווען.
דעריבער שרייבט קיינער נישט ווייטער.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 10:53 am

פארוואס איז די בריוו אין יש מנחילין נישט גענוג מקור?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:03 am

כמה ר׳ ליזר איכא בשוקא...

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:10 am

איך פרוביר צו פארשטיין,
איז דאס ריכטיג אז רבי מרדכי מיערסלאב איז געווען א זוהן פון רבי יצחק אייזיק מטיקטין?
אדער דאס איז אויך נישאט זיכער?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:12 am

ר׳ אליעזר ״ליפמן״ היילפרין און ר׳ אליעזר ״ליזר״ היילפרין זענען צוויי באזונדערע מענטשן, איינעם האט מען גערופען ליפמאן און איינעם ליזר.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:47 am

איך פרוביר צו פארשטיין, נישט זיך צו דינגען חלילה,

א. איז דאס ריכטיג אז רבי מרדכי מיערסלאב איז געווען א זוהן פון רבי יצחק אייזיק מטיקטין? אדער דאס איז אויך נישט קלאר?
ב. איז באקאנט פון נאך ערגיץ איבער א פערזאן רבי אליעזר "ליזר" היילפרין?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 21, 2017 7:01 am

לאמיר דיר געבן צו פארשטיין.

1. איציק איז קלאר נישט אייזיק, און ליפמן איז קלאר נישט ליזר.
2. אפילו אויב יא, איז אן ערשטער נאמען נישט גענוג צוזאמענצושמעלצן יחוס, מען דארף אסאך מער פון דעם.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט