סיפורי צדיקים - יארצייטן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג מארטש 05, 2017 11:41 pm

ישר כח בערל ;l;p-
זייער שיין
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

כה' ניסן: דער הייליגער דברי חיים - צאנזער רב

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 12:38 pm

בס"ד
כה' ניסן: דער הייליגער דברי חיים

ר' אלחנן האלפערין האט דערציילט ער האט געהערט פון זיין זיידן פון ר' שמואל ענגעל, דערציילט ער אז קליינערהייט איז ער געווארן ל"ע שטארק קראנק אויף א אויג.

דאקטוירים האבן געזאגט ער לערנט דאך טאג און נאכט, ס'איז א וואונדער אז די אויגן זענען אים שוואך? אוודאי ער מוז פארמאכן די גמרא און זיך אויסריען די אויגן.

ער איז געווען א א יתום פון קליינערהייט. די מאמע האט אים געברענגט צום הייליגן דברי חיים, און זי האט מזכיר געווען אז דאקטורים זאגן אז ער געבט זיך אויס די אויג דורך דעם וואס ער לענט יומם ולילה.
האט געלאכט דער הייליגער דברי חיים.

דאקטוירם ווייסן וואס זיי רעדן?

זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן!

און ער האט אים אפגעוואשן דאס אויג וואס איז אים קראנק געווארן – איין אויג איז אים געווען – און אפגעוואשן מיט אביסל וואסער. אין צאנז איז דא א וואסער וואס הייסט דונא, פון דארט האט ער געהייסן ברענגן וואסער, און ס'איז אים געווארן אלעס צוריק לעכטיג.

האט געזאגט רבי שמואל ענגעל: די אויג, איז אים קיינמאל נישט שוואכער געווארן.

דאס אנדערע אויג וואס צאנזער רב האט נישט אפגעוואשן, לעת זקנתו האט ער שוין געליטן אויף יענעם אויג, יענ'ס איז שוואכער געווארן, אבער דאס אויג וואס צאנזער רב האט אנגעטאפט און אפגעוואשן מיט וואסער, דעס אויג האט געזעהן אזוי עד זיבולא בתרייתא, קיין שום שינו נישט געווען.

דאס איז אן אויג וואס דער הייליגער דברי חיים האט אפגעוואשן.

עין ה' אל יראיו
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 1:16 pm

רבי יוסף חיים זאנענפעלד האט דערציילט ער איז געווען ביים הייליגן דברי חיים.

ביי וואס פאר א געלעגנהייט?

ער פלעגט דאך אמאל קומען אויף לבריאות גופו אויף די בעדער אין עסטרייך נישט ווייט פון פרעשבורג.

האט דער כתב סופר געשיקט פון זיינע תלמידים זיי זאלן אריבער גיין זיך קענען מיטן גדול און צדיק הדור מיטן הייליגן דברי חייים און הגרי"ח זאנענפעלד איז אויך געווען צווישן די, דער ערוגת הבשם און נאך.

האט ער געזעהן דעם ברכת אשר יצר פון הייליגן דברי חיים מיט אזא קול און כוונה, וואס כל ימיו האט ער געזאגט באגלייט עס אים, ווען ער האט געמאכט דעם אשר יצר האט ער זיך דערמאנט פון דעם ברכת אשר יצר פון הייליגן דבר חיים וואס האט עס געמאכט מיט גרויס התלהבות.

*

עס האט דערציילט רבי נטע פריינט אז רבי דוד'ל לעלובער פון ירושלים איז אמאל געפארן צום בית אהרן, ער איז געווען זיינ'ס א תלמיד, אויפן וועג איז ער אדורך געפארן צאנז, ער איז אנגעקומען ר"ח פאר הלל, און דער הייליגער דברי חיים איז ארויסגעגאנגען זיך צוגרייטן צום הלל.

ער איז צוריק געקומען און אנגעפאנגען ברוך אתה ה' אמ"ה, ער האט געמיינט זיכער אז ער גייט שוין מאכן די ברכה אשקב"ו לקרוא את ההלל, דערווייל קומט דער אשר יצר את האדם, מיט אזא התלהבות.

האט געזאגט רבי דוד'ל לעלובער: ווען איך וואלט נישט מקושר געווען צום בית אהרן, וואלט איך מיך מקשר געווען צום הייליגן דברי חיים.

עס האט אים אזוי אדורך גענומען אז אשר יצר זאל זיין אזוי א ברכה אזא זאך וואס מען איז אזוי רגיל, שפירט מען נישט אזוי דער חשיבות.

*

נאך האט דערציילט ר' נטע: א דייטשער בחור איז געקומען אויף צאנז און ער האט געוואלט אריינגיין צום דברי חיים, איז געווען פארמאכט די טיר, איז ער געשטאנען אונטער דעם טיר, און ער האט געהערט דעם אשר יצר.

שפעטער האט געפענט דער דברי חיים די טיר און זאגט: ס'איז כדי געווען פארן בחור צו קומען פון דייטשלאנד קיין צאנז, און זעהן אז אשר יצר איז א ברכה וואס מען דארף מכוין זיין, מער ווי מען איז מכוין ביי ונתנה תוקף.

ווייל ונתנה תוקף איז נאר א תפילה און נישט קיין ברכה, אשר יצר איז א ברכה.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 1:17 pm

ייש"כ ראש הקהל, און ווילקאמען בעק.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:35 pm

דער הייליגער דברי חיים אמאל אין א שמועס מיט אינגעלייט וועלכע האבן זיך אפגערעדט וועגן פרנסה, רבי ס'דא אידן וואס דארפן חתונה מאכן עלטערע קינדער אינדערהיים און זיי האבן נישט קיין פרוטה לפורטה....

וואס טראכט איר, פרעגט דער הייליגער דברי חיים, וועגן א פאר טאלער וועט א שידוך נישט צוזאמען קומען?

אז עס איז באשטערט זאל עס ווערן, און חלילה נישט, איז בעסער אז נישט, ווייל ס'ענדיגט זיך נישט גוט,
ער האט נישט נאכגעלאזט און ער האט געזאגט בדידי הוה עובדא, זאגט דער הייליגער דברי חיים.

איך בין געפארן אויף טשערקאס חתונה מאכן מיין טאכטער רייצא, רבי מרדכי דוב פון הארנסטייפל איז דאך געווען א טשערקאסער אייניקל א אייניקל פון רבי ר' זושא א טשערנאבלער אייניקל פון רבי אהרן הגדול, אויסגעבעט מיט יחוסים לעילא ולעילא.

פארשטייט זיך איך האב געהאט צוגעזאגט נדן פאר די טאכטער, נאר אונטערוועגנ'ס איז דאך די גאנצע נדן געווארן ניט דיין, אלעס איז נישט מער זיין.

ער האט אלעס פארטיילט, איך בין אנגעקומען אויף טשערקאס ליל שישי אן קיין פרוטה צו די נשמה.

איך האב מיר ארויסגעלאזט אויפן וועג אן קיין געלט, נאר צו מזל האט מיר א איד געגעבן צוויי טאלער איך זאל קענען פארן ביזן נעקסטן שטאט. אזוי אונטערוועגנ'ס איז איינגעקומען געלט און געגאנגען, אויף טשערקאס איז שוין גארנישט געווען פון געלט.

דער מחותן דער הייליגער טשערקאסער שיקט שוין א שליח, זאל מוחל זיין אריבער קומען צאנזער רב.

זאגט ער יעצט ביינאכט לאזט מיר צורוה, איך רעד נישט פון קיין געלט, ער האט דאך נישט וואס צו ווייזן, מארגן צופריה וועט מען רעדן.
מארגן קומט דער גבאי נאכאמאל, דער מחותן לאזט אייך רופן.

אנגעטוהן דער רעזשוואלקע מען איז געגאנגען צום מחותן, מחותן לעבן, זאגט ער, די כלה איז דא.
געלט איז נישט דא.

ווילט איר שטעלן א חופה איז גוט, ס'דא מיט וועם צו גיין צו די חופה, געלט האב איך נישט.

אז איר ווילט אזוי קען מען שוין גיין, אז ווילט איר נישט, וועל איך ארום פארן שבתים אין די גלילות כ'וועל צאמשטעלן הוצאות החתונה.
פארט נישט גארנישט מען גייט אין א גוטע שעה צו די חופה.

איך האב חתונה געמאכט איך האב נישט געדארפט געבן קיין נדן, זאגט דער הייליגער דברי חיים. איך האב מיר געפירט ווי א בעל בתישער מחותן פארענדיג און קומענדיג, כ'האב זייט דעמאלטס נאך קינדער חתונה געמאכט דער אייבערשטער האט אלעס צוגעשטעלט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:37 pm

א איד איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגן דברי חיים, ער האט באקומען פון דאקטער עפעס א פלעשל מעדיצין.

נא א מעדיצין איז זייער גוט אז מען גיסט עס אויף דאך, זאגט בעלזער רב. ווייל צו וואס פארקויפט עס דער אפטייקער, ווייל ער דארף מאכן א לעבן, מען דארף דאך עס אויסגיסן אז דער חולה זאל אויך מאכן א לעבן. אזוי האט ער געזאגט, ווייל טאמער ער נעמט עס מאכט ער נישט פון דעם קיין לעבן. די מעדיצינען זענען נישט גוט ס'שאדט פאר דעם און פאר יענעם.

דער איד האט געברענגט די מעדיצין וואס דער דאקטער האט עס פארשריבן, פארן הייליגן דברי חיים.

ער האט גענומען די פלעשל אין די האנט און ער האט געלערנט, ער האט געהאלטן דעמאלטס אינמיטן לערנען, ער האט געלערנט און מאכט אויף דאס פלעשעלע און שפילט זיך מיט דעם.

אזוי שפילענדיג האט ער אויסגעטראפט נאך א טראפ און נאך א טראפ אויף דער ערד, דאס פלעשעלע איז ליידיג.

פרעגט ער רעב איד וויאזוי שפירט איר זיך?

ברוך השם רבי אינגאנצן גוט!

אזוי האט דער הייליגער צאנזער רב אים איינגעשפארט ער זאל נישט דארפן אריינעמען די ביטערע מעדיצין, ער האט עס אזוי אויסגעטראפט און מיט דעם האט ער אים אויסגעהיילט.

אוי וויפיל פלעשלעך ער מעג אויסגיסן..

זאל זכותו הגדול מגין זיין שוין אויף אלע חולי ישראל, זאל אויסגעגאסן ווערן די אלע ביטערע שווערע טריטמענטס און אלע זאלן אויסגעהיילט ווערן גרינגערהייט ווי נאר דער גרויסער רופא קען אן איבערלאזן קיין שפירן און קיין ווייטאגן און אונז זאל מיר אלע גיין בבריות גופא קען משיח צדקנו שנעל און גיכן אמן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:01 am

ייש"כ פאר די שיינע מעשות

זי"ע ועכ"י
זוכט איר דוי?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אפריל 23, 2017 3:18 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:דער הייליגער דברי חיים אמאל אין א שמועס מיט אינגעלייט וועלכע האבן זיך אפגערעדט וועגן פרנסה, רבי ס'דא אידן וואס דארפן חתונה מאכן עלטערע קינדער אינדערהיים און זיי האבן נישט קיין פרוטה לפורטה....

וואס טראכט איר, פרעגט דער הייליגער דברי חיים, וועגן א פאר טאלער וועט א שידוך נישט צוזאמען קומען?

אז עס איז באשטערט זאל עס ווערן, און חלילה נישט, איז בעסער אז נישט, ווייל ס'ענדיגט זיך נישט גוט,
ער האט נישט נאכגעלאזט און ער האט געזאגט בדידי הוה עובדא, זאגט דער הייליגער דברי חיים.

איך בין געפארן אויף טשערקאס חתונה מאכן מיין טאכטער רייצא, רבי מרדכי דוב פון הארנסטייפל איז דאך געווען א טשערקאסער אייניקל א אייניקל פון רבי ר' זושא א טשערנאבלער אייניקל פון רבי אהרן הגדול, אויסגעבעט מיט יחוסים לעילא ולעילא.

פארשטייט זיך איך האב געהאט צוגעזאגט נדן פאר די טאכטער, נאר אונטערוועגנ'ס איז דאך די גאנצע נדן געווארן ניט דיין, אלעס איז נישט מער זיין.

ער האט אלעס פארטיילט, איך בין אנגעקומען אויף טשערקאס ליל שישי אן קיין פרוטה צו די נשמה.

איך האב מיר ארויסגעלאזט אויפן וועג אן קיין געלט, נאר צו מזל האט מיר א איד געגעבן צוויי טאלער איך זאל קענען פארן ביזן נעקסטן שטאט. אזוי אונטערוועגנ'ס איז איינגעקומען געלט און געגאנגען, אויף טשערקאס איז שוין גארנישט געווען פון געלט.

דער מחותן דער הייליגער טשערקאסער שיקט שוין א שליח, זאל מוחל זיין אריבער קומען צאנזער רב.

זאגט ער יעצט ביינאכט לאזט מיר צורוה, איך רעד נישט פון קיין געלט, ער האט דאך נישט וואס צו ווייזן, מארגן צופריה וועט מען רעדן.
מארגן קומט דער גבאי נאכאמאל, דער מחותן לאזט אייך רופן.

אנגעטוהן דער רעזשוואלקע מען איז געגאנגען צום מחותן, מחותן לעבן, זאגט ער, די כלה איז דא.
געלט איז נישט דא.

ווילט איר שטעלן א חופה איז גוט, ס'דא מיט וועם צו גיין צו די חופה, געלט האב איך נישט.

אז איר ווילט אזוי קען מען שוין גיין, אז ווילט איר נישט, וועל איך ארום פארן שבתים אין די גלילות כ'וועל צאמשטעלן הוצאות החתונה.
פארט נישט גארנישט מען גייט אין א גוטע שעה צו די חופה.

איך האב חתונה געמאכט איך האב נישט געדארפט געבן קיין נדן, זאגט דער הייליגער דברי חיים. איך האב מיר געפירט ווי א בעל בתישער מחותן פארענדיג און קומענדיג, כ'האב זייט דעמאלטס נאך קינדער חתונה געמאכט דער אייבערשטער האט אלעס צוגעשטעלט.

קודם האט די מחותן געזאגט מען גייט נישט צום חופה אן קיין געלט, אפאר שעה שפעטער האט ער געלאזט רופען אז ער איז מסכים שוין צו שטעלן חופה האט מען געפרעגט מעיקרא מאי קא סברת והשתא מאי קא סברת, האט ער גענטפערט ער האט געזען די זיידעס זענען שוין געקומען מיט די בגדי שבת ער האט זיי נישט געוואלט מטריח זיין צו קומען צוויי מאל, זכותם הגדולים יגן עלינו ועל כל ישראל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

ג' אייר: רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 12:38 pm

ג' אייר דעם קומענדיגן שבת טהרה געפאלט אויס די יארצייט פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע


רבי ישעי'לע קערעסטירער, האט אים גארליצער רב אמאל אביסלע געטרייבערט.

מ'ווייסט דאך גארליצער רב איז געווען א איש אמת, ער האט נישט ליב געהאט די נייע אויפגעקומענע רבי'ס.

ער האט געהאט זיין שארפקייט, פרעגט ער רבי ישעי'לע קערעסטירער, וואו וואוינט איר?

אין קערעסטיר? איר זענט א רבי? איר האט חסידים? הא?

אזא גאליציאנעם שטעך.

ער פירט רעביסטעווע.

זאגט רבי ישעי'לע קערעסטירער: ניין!

נאר אז מען פארט פון נירעדהאז קיין אוהעל, פארט דאך נישט די באן גראד פון נירעדהאז קיין אוהעל, מוז מען דאך גיין קיין טאקיי, פון טאקיי מוז מען אריינפארן מיט א וועגעלע אויף קערעסטיר, פון דארט נעמט מען די באן קיין אוהעל.

קומען דאך אן אויף קערעסטיר מידע הונגעריגע אידן, האט ישעי' מיטן ווייב אויפגעשטעלט אן אכסניה, מען שיילט קרופירן ביינאכט, און מען קאכט פאר אידן, און עפעס בלייבט אויך פאר ישעי' צו עסן.

און ער האט נאכאמאל און נאכאמאל געוואלט הערן פון איהם אז ער פירט רעביסטעווע, און רבי ישעי'לע האט זיך נישט געלאזט ס'איז אן אכסניה ווי הונגעריגע אידן עסן דארט.

דעמאלטס האט גארליצער רב מפליא געווען זיין מדות ענוה, ער האט נישט געהאט די ברייטע ארבעל, זיין פשטות איז געווען מורא'דיג.

אבער איינמאל האט ער געזאגט "אין הימל האט מען דרך ארץ פאר ישעי'ס צדקה" אזוי האט זיך אויסגעדרוקט דער גארליצער רב. ער האט געוויסט וואס פאר א ווירטשאפט דארט טוהט זיך.

*

עס האט אים אמאל עפעס אן בנש"ק'ל געטשעפעט, ס'זאל זיך נישט טרעפן: ישעי' איר זענט עוסק אין קבלה? פרעגט ער איהם, צו ער לערנט, ווייל ער לערנט דאך דער בנש"ק קבלה.

פרעגט ער צו ישעי' איז עוסק אין קבלה, ס'איז דאך דא מילואים מען דארף האבן מילואים פון א יוד, ער איז עוסק אין קבלה.

און ער האט געזאגט פאר ר' ישעי'לע אז ער קען איהם אויסלערנען דעם סוד וויאזוי צו ליינען א קוויטל, ער האט גערעדט אזוי הויעך און ברייט, און ער האט געזאגט אז ער ווייסט די צירופים און די שמות פונעם מענטש, און די קומה שלימה, און ער ווייסט וויאזוי מען איז ממלא די יוד"ן,

זאגט רבי ישעי'לע איך ווייס נישט, עס קומט צו מיר אריין א הונגעריגע איד, ער עסט ער טרינקט איז די אידן 'מלא', אזעלכע מילואים איז ער מצרף.
גייט א א איד ארויס מלא!! און דער גאנצער קומה שלימה ווערט מתוקן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

זי איז צוריק געקומען.

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:21 pm

א אינטערסאנטען סיפור וואס פאסירט דא אין אמעריקא מיט יארן צוריק.
אזא אונגארישער פארפאלק, נישט זייער אידיש, האבן געהאט נעבעך א טאכטער וואס זי האט זיך ל"ע אויסגעגליטשט, און זי האט געוואלט חתונה האבן צו א גוי, זי האט געמיינט נעבעך אז דאס וועט זיין די גרעסטע גליק אויף די וועלט, אזא פארבלענדעניש, צו זי האט שטודירט צו וואס, ערגעץ ווי האט זי זיך באקענט מיט דעם ערל.

אבער דאס האבן שוין די עלטערן שוין נישט געוואלט, אזוי קיין אידישע חינוך, האבן זיי נישט געגעבן צו א גוטען, אבער עד כדי כך דאס האט זיי שוין זייער וויי געטוהן.
זענען זיי געגאנגען דא צו די קערעסטירע רעביצין, רבי ישעילע'ס אן אייניקל, זיי האבן זיך גוט אויסגעוויינט פאר איר, קוק וואס האט פאסירט מיט אונזער טאכטער, אז ל"ע זי וויל חתונה האבן צו א גוי.

האט זי געזאגט פארט'ס צום זיידן אויף קערעסטיר צו רבי ישעי'לע און וויינט'ס ענק גוט אויס, דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט קומען א ישועה.

און זיי זענען טאקע געפארן אויף קערעסטיר צו רבי ישעי'לע, זיי האבן דארט מתפלל געווען, און זיי זענען אהיים געקומען האט זיי שוין די טאכטער אפגעווארט.

אופא. כ'האב שוין געדאמפט דעם גוי אין גיהנם אריין, זי דארף אים שוין נישט.!

האט זי דערציילט אז זי איז געגאנגען מיט דעם גוי קויפן דזושלערי, פרעזנט'ס, וואס ער האט געוואלט קויפן פאר זיין חשובע כלה, האט זי געזאגט אויף עפעס א פיעס אויף דזושלערי אז זי גלייכט עס נישט.

האט ער זי באזינגען 'דו בידא דזשידא', מיט די אלע גוטע געשמאקע טיטלען וואס א גוי קען געבן פאר א אידיש קינד, אויך געווען א אונגארישע און האט גוט פארשטאנען די אלע אונגארישע קללות, כ'האב דיר אין די ערד מיטן קאפ וכו' וכו'.

איז שוין פאר די חתונה בין איך א 'בידא דזשידא' וואס וועט זיין נאך די חתונה, ווען די גרויסע גליק וועט זיך ענדיגן תיכף ומיד, און דארט אויפן פלאץ האט זי אים אפגעלאזט.

האט די פאטער געזעהן אז ווען ער איז געווען ביי רבי ישעי'לע אויפן ציון, דעמאלטס האט זי אים באטיטעלט מיט די שיינע טיטלען, האט זי שוין נאכדעם איינגעזעהן...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

די פארהאקטע טירן.

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:23 pm

א קערעסטירער אייניקל האט פארציילט:
ער איז געפארן מיט יארן צוריק אויף קערעסטיר צום ציון פון זיידן.

מ'קומט אן אויף קערעסטיר האט דער קאנדאקטער זיך גענומען אזוי צו שרייען הויעך "קערעסטיר קערעסטיר", ס'געווען א חידוש כאילו עפעס טויזענטער מענטשן גייען יעצט דא אראפ גיין צו רבי ישעי'לע.

האט ער געזאגט אז מיט א צייט צוריק איז ער אויך געפארן אזוי ווי געווענליך, אנגעקומען אויף קערעסטיר און די טיר עפענט זיך נישט, ער קוועטשט דרוקט און דרייט, גארנישט.

פלוצלונג שטייט אויף א פארשלאפן אידל, האט זיך דערוועקט, נאך א גוטן דרימל אויף באן, און פרעגט דעם קאנדאקטער צו מען איז נאך אין קערעסטיר, זאגט ער יא יא, און אזוי ווי דער איד וויל אראפ גיין דעמאלטס האבן זיך וואויל געפענט די טירן.

ווען די טירן עפענען זיך פריערט וואלט דער איד פארשלאפן און פארפארן ערגעץ אנדערש.

זעהט ער שוין אז טאמער א איד דארף אראפ גיין אין קערעסטיר, און ער שלאפט, וועט זיך נישט עפענען די באן, שרייט ער אזוי הויעך אז ווער ס'שלאפט מוז אויפשטיין, נישט דא קיין מעשיות, דער שייקא – זאגט ער – צוברעכט מיר די באן.

אז איד דארף אראפ גיין נעמט ער שוין קעיר דער שייקא, און לאזט נישט עפענען די באן. דעריבער שרייט ער "קערעסטיר קערעסטיר".
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

וילאו למצוא הפתח.

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:25 pm

א איד אין די איסט סייד האט אמאל געשיקט צו רבי ישעי'לע, ער האט זיך באקלאגט, כ'האב געפענט א קליינע לאנדרי און א גוי האט פונקט נעבן מיר געפענט א גרויסע, און ער קלאפט אים א שטארקע קאמפעטישן.

האט רבי ישעי'לע אים געשיקט א קמיע, פון קערעסטיר קיין איסט סייד, פיר קמיעות, זאלסט עס לייגן אין די פיר וואונקלען ולה' הישועה.

לא הי' ימים מועטים און דער לאנדרי פונעם גוי האט אפגעפלאקערט אבער אזוי ביזן גרונט, און דער גוי דער בעה"ב פון די לאנדרי האט מען ארעסטירט וועגן ארס"ן רופט מען עס, ער האט עס אליין אנגעצינדן.

וואס איז געווען די מעשה? ער איז משוגע דער גוי?

ער האט געדינגען אפאר איטאליענער מאפיאנערן, זאלן אויפזוכן די אידישע לאנדרי און זאלן עס שיקן לופטערן, זיי זוכן עס נאך ביז היינט.

אז רבי ישעי'לע'ס קמיע איז געווען אין די פיר וואונקלען פון די לאנדרי, "ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים, למקטן ועד גדול וילאו למצוא הפתח" האבן זיי נישט געטראפן דעם איד'ס לאנדרי, זיי האבן געטראפן דעם גוי'ס, אה דאס מסתם מיינט ער, האבן זיי עס אנגעצינדן.

האט ער סיי פארלוירן דעם לאנדרי, און געגאנגען יושב'ן אין חד גדיא.

די קמיע איז געווען געשריבן מיט ר"ת אזוי ו' פון ואת, ה' פון האנשים א. א. וו.

דער איד האט שפעטער געדארפט גיין דינען אין די אמעריקאנע מיליטער, ביים צווייטן קריג, האט ער מיט גענומען איינ'ס פון די קמיעות פון רבי ישעי'לע, און אסאך זענען געפאלן פון רעכט'ס און לינק'ס, פון פארנט פון אונטן, און אים האט אפילו א קראץ נישט געטוהן.

עס פליעט דאך שראפנעלן און עס רייסט שטיקער, אבער אים האט נישט געטראפן, ער איז געגאנגען מיט די קמיע און אהיים געקומען פריש און געזונט.

(געהערט פון א איד וואס האט געזעהן די קמיע)
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:28 pm

צאנזער רב האט אים געזאגט: ישעי' קום אהער, דא האסטו קיגל, און זאלסט טיילן ברייט פאר אידן.
ער האט אים מסמיך געווען ער זאל קענען ממשיך זיין פאר אידן פרנסה.

בעלזא רב האט אויך געזאגט: די שליסל פאר פרנסה איז ביי רבי ישעי'לע אין די האנט.

נאך אין ליסקא האט ער געטיילט די בילקע יעדע וואך, וויפיל אורחים עס איז געווען, האט ער אריינגעשטעלט די האנט און עס איז געווען די ברכה.
עס האט געזאגט ליסקא רב: אז ישעי' טיילט קומט אויס פאר יעד איינעם, דאס איז נאך געווען אלץ בחור.

*

רבי ישעי'לע האט אמאל געזאגט פאר זיין רעביצין: איך וויל מאכן א ביזנעס וואס וועט נישט באנקראטירן.

האט ער פארציילט עס איז געקומען א גרויסער 'חובר חבר' אויף יענע וועלט וואס בחיים חייתו ארויסגעגעבן אסאך ספרים מחדש געווען כיד ה' הטובה עליו.

ס'איז געקומען אויף יענע וועלט איז געקומען לומדים, האבן צונישט געמאכט די אלע ספרים מ'האט אלעס אפגעפרעגט ער איז געבליבן מיט גארנישט, ער האט נעבעך נישט געהאט מיט וואס צו גיין אין גן עדן.

דאס אז דער ארימאן האט געגעסן קען קיינער נישט אפרעגן. זאגט רבי ישעי'לע.

ער האט געגעסן ער איז זאט געווארן, גיי מאכן פלפולים יא אויסגעהאלט נישט אויסגעהאלטן.

איך וויל אזא געשעפט וואס קיינער וועט נישט קענען אפפרעגן.

*
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

אויך מיר א רבי.

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:28 pm

רבי ישעי'לע האט געזאגט אמאל אויף זיך 'רברביא' גרויסע רבי'ס, 'זעריא' קליינע רבי'ס, 'טפלא' נאך קלענערע, 'ונשיא' (ישעי') איז אויך א רבי, אזוי האט ער געזאגט אויף זיך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:33 pm

מען האט זיך אמאל באקלאגט פאר רבי הירצקעלע ראצפערטער אז עס איז דא אסאך המן'ס און עס איז נישטא קיין מרדכי'ס האט רבי הירצקעלע געזאגט איך קען איין מרדכי דאס איז רבי ישעי'לע קערעסטירער, וואס ער קען הרג'ענען אסאך המן'ס.

*

דער הייליגער רבי ישעי'לע פאר די פטירה האט ער געהייסן אז מען זאל איהם ברענגען א זאק צוקער, און ער האט דאס געבענטשט און נאכדעם האט ער געטיילט פון די צוקער פארן עולם אז עס זאל זיין א המתקה פאר אידישע קינדער.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

ישר כח הרב בערל

תגובהדורך ראנדער » מאנטאג אפריל 24, 2017 3:30 pm

we want more

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג אפריל 24, 2017 3:31 pm

ראנדער האט געשריבן:we want more
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אפריל 24, 2017 5:08 pm

יישר כח ר' בערל, זייער זיס די שפראך, מען זעהט דעם בעל השמועה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:17 pm

ייש"כ בערל,

שיינע סיפורים !
זוכט איר דוי?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג אפריל 30, 2017 5:32 pm

זייער שיינע סיפורים! שכח

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3216
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אפריל 30, 2017 7:01 pm

בערל, יאך גלייך גאר דיין שפראך
בוי זיך זעלבסט

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » מאנטאג מאי 01, 2017 1:02 am

געוואלדיגע אשכול, ערשט היינט באמערקט.
איך שלונג מיט דארשט יעדע ווארט.
ס'איז געוואלדיג, א גרויסע שכח.

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

ו' אייר תקכ"ז - רבי יצחק הלוי איש הורוויץ זצ"ל אב"ד אה"ו (הנקרא בפי כל רבי איציקל האמבורגער)

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג מאי 01, 2017 4:05 pm

היינט נאכט - ו' אייר תקכ"ז - איז דער יארצייט פון רבי יצחק הלוי איש הורוויץ זצ"ל אב"ד אה"ו (הנקרא בפי כל רבי איציקל האמבורגער)
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » דינסטאג מאי 02, 2017 12:13 am

צו געזונט האט געשריבן:בערל, יאך גלייך גאר דיין שפראך


עס איז די לשון פון ר' יוסף חיים גר"וו שליט"א כמבואר בתגובה ראשונה של אשכול זו


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט