שואל הדור: ר' עקיבא בלוי מקראסנא ז"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שואל הדור: ר' עקיבא בלוי מקראסנא ז"ל
איך פראביר צוזאמשטעלן א שטיקל בילד איבער א איד פון פאר די קריג מיטן נאמען רבי עקיבא בלוי.
זיין נאמען קען מען טרעפן אין אן א שיעור שו"ת ספרים אלס שואל איבער פארשידענע שאלות וואס ער האט אין ביזנעס און הלכה און לומדות. אין לבושי מרדכי, דעת סופר, דברי יואל, מקדשי השם, אפרסקתא דעניא ועוד. אין תשובת קול יהודה איז דא א תשובה צו רבי עקיבא'ס טאטע אויך א נגיד, און ענדע בריוו צו רבי עקיבא אלס בחור.
אין תשובת מהרש"ג איז ער אן צווייפעל דער גרעסטער שואל, צענדליגער תשובות אויסגעשריבן צו אים.
ווער איז דער רבי עקיבא? האט ער איבערגעלאזט דורות? איז ער אוועק ביים קריג? ווי האט ער געהערט?
קומטס אריין..

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm
שואל ומשיב האט געשריבן:געווען טאקע באקאנט אלס דער שואל הדור (בערך אזוינע טיפזיניגע 'שאלות' ווי ר' גמליאל ראבינאווטש) נישט בחנם האט ער נאר אנגעפרעגט די אונגארישע רבנים..
זעה זיין ערך אין החתם סופר ותלמידיו.
איך ווייס נישט פון ווי איר שטאמט... אבער דער מהרש"ג האט זיך גארנישט וואס צו שעמן פאר שו"ת פון אנדערע מדינות. לעצטענס געזען אז רבי שלמה זלמן אויערבאך פלעגט זייער אסך אננעמן הכרעות פון מהרש"ג, און האט זייער משבח גווען זיין מהלך אין לערנען וואס איז געבויעט אויף א שטארקע ישרות מער ווי אויף פלפול און לומדות ואכמ"ל..
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm
מיין איך דען צו רעדן ח''ו אויף די אונגארישע גדולים? הרי הנני הונגרי בן הונגרי.
וואס איך מיין, אז די ליטווישע גדולים בשעתו (היינט איז שוין אנדערש) וואלטן עם נאך די צווייטע 'שאלה' אדער איגנארירט אדער געשריבן ר' איד הערט אויף צו דרייען א קאפ.
שוין אפגערעדט אז אזוינע שארפע גדולים ווי דער ראגיטשאווער למשל וואלטן גלייך ביים ערשטן שאלה עם געגעבן אין באבן'ס באבן אריין, נאר ביי די אונגארישע האט ער געהאט א גרינג פעלד.

שואל ומשיב האט געשריבן:מיין איך דען צו רעדן ח''ו אויף די אונגארישע גדולים? הרי הנני הונגרי בן הונגרי.

יא, זיינע שאלות זענן ענליך צו די טיפזיניגע שאלות וואס מען טרעפט אין שו"ת הרשב"א און רמב"ם און ריב"ש... פשוט את המעשה אשר יעשון, און מהר"ם שיף קושיות, און מהר"ם לובלין תירוצים.
דעמאלט איז מען נאך נישט גווען אזוי קריעטיוו.
סיגוט האט געשריבן:קודם כל איז געווען אן אונגארישער האט ער אנגעפרעגט די אונגארישע רבנים
ועוד עס איז דא היבש הלכהדיגע שאלות וואס ער האט אנגעפרעגט
וגם יתכן אז ער האט מיטגעשיקט מנדבת ידו פאר די רבנים לכן האט ער באקומען מערערע תשובות פון רבנים
כאילו די אונגארישע רבנים דארף מען זאל זיי פארענטפערן פארוואס זיי האבן גענטפערט. גראדע זייער שיינע שאלות, און ווי עס זעט אויס האט ער געקענט פיין לערנען מיט א שכל הישר, אפשר נישט אזוי סטייליש ווי שואל ומשיב גלייכט.
שואל ומשיב האט געשריבן:מיין איך דען צו רעדן ח''ו אויף די אונגארישע גדולים? הרי הנני הונגרי בן הונגרי.
וואס איך מיין, אז די ליטווישע גדולים בשעתו (היינט איז שוין אנדערש) וואלטן עם נאך די צווייטע 'שאלה' אדער איגנארירט אדער געשריבן ר' איד הערט אויף צו דרייען א קאפ.
שוין אפגערעדט אז אזוינע שארפע גדולים ווי דער ראגיטשאווער למשל וואלטן גלייך ביים ערשטן שאלה עם געגעבן אין באבן'ס באבן אריין, נאר ביי די אונגארישע האט ער געהאט א גרינג פעלד.
נישט אלע ליטווישע זענען געווען אזוי ווי די לייגסט אראפ. דאס איז געווען נאר די בריסקע מהלך. און בכלל דער ראגאטשאווער איז געווען משורשו פון ליטע? דוכט זיך אז נישט, איני יודע
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
בלעטל האט געשריבן:דער ראגאטשאווער האט גראדע יעדן געענטפערט.
צצ"ק, אהרן גוטמאן מווראנוב האסטו נישט צופעליג באגעגנט?
יש לי עשרות ספרים עם הגהות שלו = מאות הגהות היה כותב הרבה בירחונים = היה לו ילדים ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז

dovidal האט געשריבן:בלעטל האט געשריבן:דער ראגאטשאווער האט גראדע יעדן געענטפערט.
צצ"ק, אהרן גוטמאן מווראנוב האסטו נישט צופעליג באגעגנט?
יש לי עשרות ספרים עם הגהות שלו = מאות הגהות היה כותב הרבה בירחונים = היה לו ילדים ?
דא זעט אויסאז יא. ער פרעגט אינפארמאציע אויף א חתן.
שו"ת חמדת שאול ראזענבערג
סימן ו
בעז״ה אור ליום ב׳ נת תרפ״ד לפ״ק ראצפערסא יצ״ו.
שלוכ״ט סלה לכבוד ד ד בן יריד ה״ה הרבני
המופלג החריף ובקי בחד״ת המפורסם לשבח
ולתהלד, כש״ת מו״ה עקיבא בלוי נ״י.
אחדשה״ט, יקרת מכתבו הגיעני וע״ד שאלתו הנגי
להשיבו כאשר עם לבבי. הרבני המופלג
הנגיד מו׳יה משה ווייס [ממאקאווע] נ״י הנני מכירו
מנעוריו ועד עתה והוא איש דגול מרבבה, ת״ח דרא ד׳
ומתנהג בהסימת ומושלם במעלות גגיד ונדיב, אהוב
למעלה ונחמד למטה כי הוא איש המודות, והי׳ התן
הרבני הנגיד הצדיק מו״ה אליעזר פאשקעס זצ״ל
אשר התתתנו עמו גדולי ישראל, וא״צ להאריך בשבחו
כי הי׳ מפורסם לאיש צדיק ז״ל, ובנו הבחור ני״ו
בעת נסיעתי ממאקאוזא הי׳ ע ד עלם קטן, ע״כ איני
יודע עד היכן גדול כתו בתורה. רק ידעתי שהוא
ירא ושלם, ומתנהג בדרכי אבותיו וראוי לדבק בו,
כל זאת אמרתי לכתוב לו בעגין שאלתו אשר דעתי
היטב ולהפליג בשבהים אין זה מדרכי.
חדשות האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:בלעטל האט געשריבן:דער ראגאטשאווער האט גראדע יעדן געענטפערט.
צצ"ק, אהרן גוטמאן מווראנוב האסטו נישט צופעליג באגעגנט?
יש לי עשרות ספרים עם הגהות שלו = מאות הגהות היה כותב הרבה בירחונים = היה לו ילדים ?
דא זעט אויסאז יא. ער פרעגט אינפארמאציע אויף א חתן.
שו"ת חמדת שאול ראזענבערג
סימן ו
בעז״ה אור ליום ב׳ נת תרפ״ד לפ״ק ראצפערסא יצ״ו.
שלוכ״ט סלה לכבוד ד ד בן יריד ה״ה הרבני
המופלג החריף ובקי בחד״ת המפורסם לשבח
ולתהלד, כש״ת מו״ה עקיבא בלוי נ״י.
אחדשה״ט, יקרת מכתבו הגיעני וע״ד שאלתו הנגי
להשיבו כאשר עם לבבי. הרבני המופלג
הנגיד מו׳יה משה ווייס [ממאקאווע] נ״י הנני מכירו
מנעוריו ועד עתה והוא איש דגול מרבבה, ת״ח דרא ד׳
ומתנהג בהסימת ומושלם במעלות גגיד ונדיב, אהוב
למעלה ונחמד למטה כי הוא איש המודות, והי׳ התן
הרבני הנגיד הצדיק מו״ה אליעזר פאשקעס זצ״ל
אשר התתתנו עמו גדולי ישראל, וא״צ להאריך בשבחו
כי הי׳ מפורסם לאיש צדיק ז״ל, ובנו הבחור ני״ו
בעת נסיעתי ממאקאוזא הי׳ ע ד עלם קטן, ע״כ איני
יודע עד היכן גדול כתו בתורה. רק ידעתי שהוא
ירא ושלם, ומתנהג בדרכי אבותיו וראוי לדבק בו,
כל זאת אמרתי לכתוב לו בעגין שאלתו אשר דעתי
היטב ולהפליג בשבהים אין זה מדרכי.
ער פרעגט אויף רבי אהרן גוטמאן
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
בשו"ת דברי יואל יור"ד סי' ס' יש תשובה לר"ע בלוי, וכן בטיב לבב הנדפס לאחרונה יש ג"כ תשובה אליו.
עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד

מיללער האט געשריבן:בשו"ת דברי יואל יור"ד סי' ס' יש תשובה לר"ע בלוי, וכן בטיב לבב הנדפס לאחרונה יש ג"כ תשובה אליו.
עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד
איינע פון די תשובה ספרים וואס איך הטב אויסגערעכענט איז גווען דבר"י, איך מיין אז עס איז דא אפילו 2 תשובות.
כלפי די וואס מאכן אים אזוי אביסל אוועק, איז כדאי אנצוצייכענען א תשובת מהרש"ג חלק ג' סימן קי"א (כמדומה) צו רבי עקיבא ווי ער רומט אים שטארק אויס אז ער האט זייער הנאה פון זיין צוגאנג אין לערנען מיט א סברא ישרה נישט ווי די וואס זענען מפלפל פלפולי הבל (איך שרייב פון זכרון נישט פונקטליך, אויב איינער קען עס אראפברענגען). נישטא קיין סך אזוינע קאמלימענטען צו געפינען אין מהרש"ג.
לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז ער גווען גאר אן ערענסטער בר אוריין, א ירא שמים, וואס האט געלעבט אין לערנען און געקענט גאר פיין לערנען, על אף וואס ער איז גווען א גרויסער ביזנעסמאן, פון זיינע שאלות זעט מען אז ער איז האט געהאט פארשידנארטיגע ביזנעסער וואס זענען עם אויפגעקומען און וואס ער דורכגעשמועס מיט גדולי הפוסקים ווי אויסגעהאלטען דאס איז.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד
פון דא
https://drive.google.com/open?id=0Bzul3 ... 29OMnhkZGM
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד
פון דא
https://drive.google.com/open?id=0Bzul3 ... 29OMnhkZGM
שכוח שכוח פארשלאפען, דאס האב איך טאקע געזוכט.
WOW, 13 בלעטער אויף רבי עקיבא. גיי מיר לייענען.
חדשות האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד
פון דא
https://drive.google.com/open?id=0Bzul3 ... 29OMnhkZGM
שכוח שכוח פארשלאפען, דאס האב איך טאקע געזוכט.
WOW, 13 בלעטער אויף רבי עקיבא. גיי מיר לייענען.
דער שרייבער שרייבט דארט, אז אין די אידישע היסטאריע....טרעפט מען נישט נאך א מענטש וואס אזויפיל תשובות וואס זענען געווארן געשריבן צו אים. 250 טאטאל.
חדשות האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:בשו"ת דברי יואל יור"ד סי' ס' יש תשובה לר"ע בלוי, וכן בטיב לבב הנדפס לאחרונה יש ג"כ תשובה אליו.
עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד
איינע פון די תשובה ספרים וואס איך הטב אויסגערעכענט איז גווען דבר"י, איך מיין אז עס איז דא אפילו 2 תשובות.
כלפי די וואס מאכן אים אזוי אביסל אוועק, איז כדאי אנצוצייכענען א תשובת מהרש"ג חלק ג' סימן קי"א (כמדומה) צו רבי עקיבא ווי ער רומט אים שטארק אויס אז ער האט זייער הנאה פון זיין צוגאנג אין לערנען מיט א סברא ישרה נישט ווי די וואס זענען מפלפל פלפולי הבל (איך שרייב פון זכרון נישט פונקטליך, אויב איינער קען עס אראפברענגען). נישטא קיין סך אזוינע קאמלימענטען צו געפינען אין מהרש"ג.
לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז ער גווען גאר אן ערענסטער בר אוריין, א ירא שמים, וואס האט געלעבט אין לערנען און געקענט גאר פיין לערנען, על אף וואס ער איז גווען א גרויסער ביזנעסמאן, פון זיינע שאלות זעט מען אז ער איז האט געהאט פארשידנארטיגע ביזנעסער וואס זענען עם אויפגעקומען און וואס ער דורכגעשמועס מיט גדולי הפוסקים ווי אויסגעהאלטען דאס איז.
דער שרייבער ברענגט די אויבנדערמאנטע תשובה, עס איז חלק ג סימן קי"ב, צווישען אנדערע תשובות ווי מען זעט די הערצה פון גדולי דורו.
(דער סאטמערער רבי שרייבט עם הרב החריף ובקי טובא, גדול בתורה, ויראת ה' היא אוצרו, נישט אזוי שכיח'דיגע טיטול פאר אן א.ג בעה"ב)
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
חדשות האט געשריבן:שואל ומשיב האט געשריבן:מיין איך דען צו רעדן ח''ו אויף די אונגארישע גדולים? הרי הנני הונגרי בן הונגרי.
וואס איך מיין, אז די ליטווישע גדולים בשעתו (היינט איז שוין אנדערש) וואלטן עם נאך די צווייטע 'שאלה' אדער איגנארירט אדער געשריבן ר' איד הערט אויף צו דרייען א קאפ.
שוין אפגערעדט אז אזוינע שארפע גדולים ווי דער ראגיטשאווער למשל וואלטן גלייך ביים ערשטן שאלה עם געגעבן אין באבן'ס באבן אריין, נאר ביי די אונגארישע האט ער געהאט א גרינג פעלד.
יא, זיינע שאלות זענן ענליך צו די טיפזיניגע שאלות וואס מען טרעפט אין שו"ת הרשב"א און רמב"ם און ריב"ש... פשוט את המעשה אשר יעשון, און מהר"ם שיף קושיות, און מהר"ם לובלין תירוצים.
דעמאלט איז מען נאך נישט גווען אזוי קריעטיוו.
דער ראגעטשאווער גאון, נישט קיין חילוק צו ער איז געווען א אפשטאמיגע פון ליטע אדער פוילין; האט געקענט אריין פארען דער גרעסטען גאון אין באבען'ס באבען אריין. איך ווייס פון אזא מעשה וואס כ'האב געהערט פון רבי אשר פארסט; נאר עס נישט געוואלט שריבען אין "רבי אשר'ס אשכול" משום כבודו פון דעם גרויסען גאון וועמען ער איז אריין געפארען.
אין דער ליטע זענען געווען ביידע; סיי די וואס האבען געלערענט אויפען נייעם דרך פון הגאון רבי חיים בריסקער זצ"ל און געלערענט אויפען היינטיגען ליטווישען דרך הלימוד, פארענטפערט אלע סתירת הרמב"ם וכו'. און ס'אויך געווען אזעליכע ווי דער הייליגע חזון איש זצ"ל און דער גאון הגאונים מרא דארעא דישראל רבי זעליג ראובן בענגיס זצ"ל וואס האבען נאך געלערענט אויפען איר אלטע שטייגער פון ליטע בימי הגר"א זי"ע.
וועגען דער הייליגע רבי דער מהרש"ג ווי זיינען תלמידים האבען אים מיט אזא ליבשאפט, דרך ארץ, רגש און כבוד אן גערופען, האט שוין חדשות געזאגט:
חדשות האט געשריבן:...דער מהרש"ג האט זיך גארנישט וואס צו שעמן פאר שו"ת פון אנדערע מדינות. לעצטענס געזען אז רבי שלמה זלמן אויערבאך פלעגט זייער אסך אננעמן הכרעות פון מהרש"ג, און האט זייער משבח גווען זיין מהלך אין לערנען וואס איז געבויעט אויף א שטארקע ישרות מער ווי אויף פלפול און לומדות ואכמ"ל..
איך וויל נאר צולייגען אז דער מאקאווער רב הגאון רבי משה נתן נטע לעמבערגער זצ"ל איז געווען א תלמיד מובהק און פון די גרעסטע תלמידים פונעם הייליגען מהרש"ג; און די מאקאווער רב'ס תלמידים דערציילען די גרויסע כח הסברה, הסברא והשכל, וואס דער מאקאווער רב האט איבער געגעבען בשמו פונעם סעמיהייער רב דער מהרש"ג זצ"ל ווי אזוי ער האט אפגעלערענט א רש"י מיט "בריסקער" קלארקייט; און געוויזען ווי מיט איין ווארט האט רש"י שוין פארענטפערט אלע קשיות פון די ראשונים. יעדער רש"י האט געמוזט שטימען ביי אים יעדער ווארט איין טויזענט פראצענט. זיין געוואלדיגע פלאי פלאים'דיגע כח אין פשט האט ער כמעט נישט געהאט זיין גלייכען'ס, נישט אין אונגארן און נישט אין דער ליטע.
דאס וואס איך האב געהערט ערשט האנטיג; האט הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל געזעהן (אן דעם מען זאל אים דארפען דערציילען) נאר פון לערענען זיינע ספרים; ווי חדשות האט שוין געברענגט.
(כ'פיל עס פאר נויטיג עס איבער צוגעבען פארען נייעם דור און צו סעטען דער רעקארד סטרעיט, אשר שמעתי פון די וואס האבען נאך געקענט און פערזענליך געוויסט צו דערציילען פונעם דור פון פאר די מלחמה, דער גרויסקייט אין לערנען פונעם הייליגען מהרש"ג זצ"ל)
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג יאנואר 17, 2017 6:37 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:עליו רבי עקיבא ותורתו, כולל רשימה מכמה מתשובות אליו יש מאמר בספר היזכור "ספר יהודי סאלאז׳־סילאדי: תולדותיהם, קהלותיהם, משפחותיהם" אולי מי שיש לו גישה לאוצה"ח יכול להוריד את המאמר משם ולצרפו פה, וראות סקירה על ת"ח נכבד שנספה בשואה הי"ד
פון דא
https://drive.google.com/open?id=0Bzul3 ... 29OMnhkZGM
שטייט אין דעם יזכור בוך אז דער פאטער רבי ברוך איז געווען אן איידעם ביי "הגביר הלמדן רבי עקיבא קליין" פון נייטרא. מי הוא זה? פילייכט נישט דער זעלבער רבי עקיבא קליין וואס איז געווען אן איידעם ביי הרב משה שמואל גלאזנער אב"ד קלויזענבורג (ונכד החת"ס).