הגאון בעל כתר כהונה ובנו הג"ר חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

הגאון בעל כתר כהונה ובנו הג"ר חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 11, 2013 7:11 pm

באקומען אין אימעיל פון א חשובער חבר וואס האט נישט קיין רשות כתיבה, און ער האט געבעטן עס ארויפצולייגן

----

הגאון רבי חיים מאיר זאב הכהן כ"ץ-זעלענפריינד זצ"ל איז געבוירן געווארן בשנת תק"ל צו זיין פאטער הגה"ק רבי יצחק אברהם אבלי כ"ץ זצ"ל אב"ד פינטשוב בעל שו"ת "כתר כהונה". ער איז געווען קודם רב אין טרלא, פולין, ביז שנת תקס"ח ווען ס'האט אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין שטאט, און דאן איז ער געגאנגען נע ונד ביז ער איז אנגעקומען קיין אונגארן, דארט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין ראצפערט, דערנאך אין נאודאדוואר פאר עטליכע יאר, און דעמאלסט אויפגענומען אלס רב אין סעליש און די גאנצע אומגעגענט אוגאטשא, ווי ער האט אויך געפירט א גרויסע ישיבה, ביז צו זיין פטירה, זייענדיג אין די שטאט סיגוט, ווי ער איז געפארן זיך היילן פון זיינע גרויסע יסורים, ביום כ"ב אדר ב' שנת תקצ"ב, אין ער ליגט דארט אין סיגוטער ביה"ח.

עס איז איבערגעבליבן פון אים די ספר "שערי חיים" אויף סוגיות הש"ס, וועלכע מ'האלט יעצט אינמיטן איבערדריקן במהדורה נאה ומתוקנת, מיט תולדות המחבר. און עס צום האפן אז די חשוב'ע ציבור וועלן אונז ארויסהעלפן מיט פארשידענע ידיעות און פרטים איבער דעם דאזיגן גאון וגדול

---

איינמאל ווערט ער דערמאנט דא אויף אונזער וועלטל, דורך ר' שמחה
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 11, 2013 8:49 pm

ר' ישכר בעריש מאנדל מלאנדאן האט א פרק אויף עם בספרו 'מפרי הגן' ח"ב מיט בילדער פון אפאר מצבות מהמשפחה.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג פאברואר 12, 2013 2:23 pm

רבי חיים מאיר זעלפריינד זצ"ל
בן רבי יצחק אברהם הכהן זעלפריינד זצ"ל
בן רבי דב בעריש הכהן זעלפריינד זצ"ל
בן רבי יצחק הכהן זצ"ל
בן רבי משה הכהן זצ"ל
בן רבינו שבתי הכהן בעל הש"ך זצ"ל
בן רבי מאיר הכהן זצ"ל

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 11:32 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:רבי חיים מאיר זעלפריינד זצ"ל
בן רבי יצחק אברהם הכהן זעלפריינד זצ"ל
בן רבי דב בעריש הכהן זעלפריינד זצ"ל
בן רבי יצחק הכהן זצ"ל
בן רבי משה הכהן זצ"ל
בן רבינו שבתי הכהן בעל הש"ך זצ"ל
בן רבי מאיר הכהן זצ"ל


ר' יצחק אברהם ואביו ר' דובערוש האבן זיך נישט גערופן זעלפריינד. זיי זענען באקאנט אלס ראפאפארט.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 11:56 pm

אויב איז שוין דא א תולדות, דארף מען איבערגעבן דיטעילס פון פרטים, וואס מ'ווייסט נישט גענוי. וואס איז פארנעפעלט.

הספר שערי חיים נדפס בפרעשבורג בשנת תרי"ט. המו"ל הוא הגאון רבי אלכסנדר יעקב הכהן זעלנפריינד ז"ל אב"ד האללאס ואח"כ אב"ד שאמשאן.
הספר נתעטר בהסכמות, הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע. הגה"ק רבי ישעי' באנעט זצ"ל אב"ד קאלוב [בן הגה"ק רבי מרדכי מניקלשבורג זצ"ל].
והגה"ק רבי שמואל שמעלקא טויביש זצ"ל אב"ד שינאווי ויאס.

נאטרוליסט האט געשריבן:רבי חיים מאיר זעלפריינד זצ"ל
בן רבי יצחק אברהם הכהן זעלפריינד זצ"ל
בן רבי דב בעריש הכהן זעלפריינד זצ"ל
בן רבי יצחק הכהן זצ"ל
בן רבי משה הכהן זצ"ל
בן רבינו שבתי הכהן בעל הש"ך זצ"ל
בן רבי מאיר הכהן זצ"ל


וז"ל הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל באמצע הסכמתו:
כי בנן של קדושים אשר כמעט לא נמצא דוגמתו מיחוסי כהונה דור אחר דור מרבינו הגדול הש"ך ז"ל ולמעלה בקודש קדשים מרבינו הגדול הרמ"א ז"ל...

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 12:00 am

איך בין געווען זיכער אז ס'איז שוין דא אן אשכול אויף דעם גרויסן גאון בעל כתר כהונה וואס דארף צו האבן היינט ים'ן מיט אייניקלעך היימישע אידן און ווי שוין ארומגעשמועסט איבער די זייטן פון אייוועלט געפונען זיך דא בתוכינו גופא א שיינע קיבוץ פון זיינע צאצאים מחשובי אנ"ש כולם יראים ושלימים, אבל בחפזי בחפשי זע איך נישט פון אים קיין אשכול נאר פונעם זון בעל שערי חיים נשוא האשכול, ס'וואלט געפאסט אביסל ארומצורעדן איבער דעם גאון זעלבסט און איבער זיינע קינדער, וועל איך דא אנהייבן דערווייל.

פון צוויי קינדער פונעם כתר כהונה האט מען שוין שיין ארומגערעדט, פונעם שערי חיים, און פון זיין איידעם הגאון בעל שמן רקח בזיווגו השני.

דער כתר כהונה האט געהאט נאך א גרויסן זון, ה"ה הגאון ר' דוב בער אב"ד צויזמר [ראיתי קאנסוס שלו מק"ק צויזמר משנת תקס"ד, כותבים עליו כבוד הרב המאוה"ג נר ישראל וקדושו החריף המפורסם מוהר"ר דוב בער בהרב הגאון הגדול מוהר"ר יצחק אברהם הכהן אשר האיר ממזרח צדק ואור תורתו הי' זורח בקהלה ראקוב כמה שנים] ואחר פטירת אביו הגדול מילא מקומו ברבנות פינטשוב, און אין שו"ת שמן רקח ח"ב לגיסו הגאון ר' אלעזר, מוזכר כמה פעמים עיי"ש בסוף הספר בסי' י"ח וסי' כ"ב.

איז באקאנט עפעס מער פרטים איבער ר' דוב בער הכהן בן הכתר כהונה האט ער איבערגעלאזט דורות אחריו ?, און צי האט דער כתר כהונה געהאט נאך קינדער ?


און אז מ'דערמאנט שוין דעם כתר כהונה, א ווארט איבערן פאטער פונעם כתר כהונה ה"ה הגאון הגדול ר' דובערוש כ"ץ מאפטא, עמער איבערגעבן דאס ווארט פארן כתר כהונה.

וזה לשונו בסוף ספרו שו"ת כתר כהונה סימן ע"ט, "בשם כבוד אדוני אבי מורי ורבי הגאון המפורסם החריף הגדול מ' בערוש כ"ץ זצ"ל שישב על כסא הוראה בק"ק אפטא ושם שקעו [שקעה] שמשו שלא בעונתו ונפטר בחצי ימיו, וגודל חריפתו וצדקתו אי אפשר לבאר שהוגד ביום מותו שחידש מאה וחמשים חלוקא דרבנן ושאר חידושי תורה לאין מספר, וכולם לא היה נרשמים בכתב, ובעת הזאת הייתי צעיר לימים ולא זכיתי להנות מאורו והרבה חדושים היה אצל תלמידיו שהרביץ תורה בישראל וכמה תלמידיו המה גדולי דורינו וחד מתלמידיו נתן לידי האי חלוקא דרבנן אך מרבות הזמן נמחק הרבה שורות וגם נכתב בקיצור לשון מאוד והעתקתי רק על פי שכלי ואומדן דעתי".

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 2:17 pm

ווילוויסן האט געשריבן:
דער כתר כהונה האט געהאט נאך א גרויסן זון, ה"ה הגאון ר' דוב בער אב"ד צויזמר [ראיתי קאנסוס שלו מק"ק צויזמר משנת תקס"ד, כותבים עליו כבוד הרב המאוה"ג נר ישראל וקדושו החריף המפורסם מוהר"ר דוב בער בהרב הגאון הגדול מוהר"ר יצחק אברהם הכהן אשר האיר ממזרח צדק ואור תורתו הי' זורח בקהלה ראקוב כמה שנים] ואחר פטירת אביו הגדול מילא מקומו ברבנות פינטשוב, און אין שו"ת שמן רקח ח"ב לגיסו הגאון ר' אלעזר, מוזכר כמה פעמים עיי"ש בסוף הספר בסי' י"ח וסי' כ"ב.

איז באקאנט עפעס מער פרטים איבער ר' דוב בער הכהן בן הכתר כהונה האט ער איבערגעלאזט דורות אחריו ?, און צי האט דער כתר כהונה געהאט נאך קינדער ?

וואס איז געווארן? ווייסט איינער עפעס וועגן ר' דוב בער הכהן אב"ד צויזמר וממלא מקום אביו הגאון בעל כתר כהונה מפינטשוב, ומשפחתו ?

דא איז א קאפיע פונעם קאנסוס ווי ק"ק צויזמר דערמאנט דעם רב צוזאמען מיט שבחי אביו הגאון.
צוגעלייגטע
New Picture (1).png

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 5:45 pm

קען איינער דא ארויפלייגן די גאנצע פרק אויף עם אין ספר 'מפרי הגן' ח"ב מיט בילדער פון אפאר מצבות מהמשפחה, אדער לכה"פ אנווייזן ווי מ'קען נאך באקומען דעם ספר דאהי אין ניו יארק?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 6:27 pm

רופט אן דעם מחבר ר' בעריש מאנדעל מלאנדאן און איך גלייב אויב ער האט נאך וועט ער אייך פארקויפען איינס.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:53 pm

תמונה ממצבת הגה"ק רבי חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל בביה"ח בסיגוט [קרעדיט: מצבות שטעלער]

וזהו הנוסח כפי שניתן לקרוא:

הגאון .. המפור' שלשלת
היוחסין מגזע אדונינו
הש"ך ז"ל ... כבוד מהו'
מאיר ... שהי' אב"ד
בק"ק ... והגליל בן
לאו... ...יק הגאון
הא... ...ו אברהם
אבלי ..... בעמ"ח
ספר כתר כהונה ז"ל
לה"ה נפטר יום ש"ק ..
תמוז ש....קצ"ב לפ"ק
צוגעלייגטע
3-1378.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:20 pm

מכאן הקריאה יוצאת למאות נכדי בעל ה"שערי חיים":

אנא להשתדל עבור תיקון יסודות המצבה של זקינכם הקדוש, לשפר הכתב שעל המצבה המקורית, ולהעמיד עליה אוהל נאה או איזה גג כראוי לכבודו הרמה!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 8:31 pm

יא, איך געדענקט נאך מיין פעסווארד. איך האב דא בטעות אריינגעוואנדערט און איך קען זיך נישט איינהאלטן פון שרייבן.

איינע פון די אייניקלעך פונעם שערי חיים זצ"ל איז געווען מרת מרים ע"ה די רעביצין פון הגאון ר' לייב (ווייס) אלמאש זצ"ל מפאקש. ר' לייב איז געפארן קיין ארה"ק סוף ימיו און איז אוועק כ"ט שבט תרמ"ט, מנו"כ במרומי הר הזיתים. ער ווערט דערמאנט לשבח אינעם ספר מזכרת פאקש. ער האט געהאט עטליכע קינדער, צווישן זיי, חתניו: ר' אליעזר זיגלמאן (ר' משה אליעזר'ס זיידע), ר' יהודה פריעדמאן, ר' יוסף עהרענגרובער און עטליכע זוהן צווישן זיי ר' שמעון ווייס, זיידע פון ר' משה מנחם (ווייס) טירנויער שליט"א דומ"ץ מאנטריאל, ר' שלום אליעזר ווייס ע"ה ועוד הרבה.

בקיצור, א זוהן פון ר' יוסף עהרענגרובער הנ"ל, ר' מרדכי אליעזר, שרייבט אינעם הקדמה לספרו נחלת יוסף, אז זיין באבע מרת מרים ע"ה, אם אמו מרת שרה פייגא ע"ה, איז אן אייניקל פונעם שערי חיים. ומצד אביה, דאס הייסט פון ר' לייב אלמאש זצ"ל, איז זי אן אייניקל פון הגאון ר' יואב מסאנטוב בעל שערי בינה ב"ר ירמי' ממאטערסדארף זצ"ל.

צווישן די משפחה איז די יחוס שטארק פארנעפלט, פון וועלכע קינד פונעם שערי חיים, פון וועלכע קינד פון ר' יואב זצ"ל?
בכלל איז אויך דא א גירסא אין די משפחה אז מ'איז אייניקלעך פונעם שמן רוקח. לכאורה איז דאס א טעות.
אפשר קען איינער אויסקלארן די ספיקות?

דאנקע שעהן.
הק' חיים ברוך.
צוגעלייגטע
נחלת יוסף - א ארנגרובר מרדכי אליעזר בן יוסף.pdf
(69.14 KiB) דאונלאודעד 93 מאל
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 3:38 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:יא, איך געדענקט נאך מיין פעסווארד. איך האב דא בטעות אריינגעוואנדערט און איך קען זיך נישט איינהאלטן פון שרייבן.


בכלל איז אויך דא א גירסא אין די משפחה אז מ'איז אייניקלעך פונעם שמן רוקח. לכאורה איז דאס א טעות.
אפשר קען איינער אויסקלארן די ספיקות?

דאנקע שעהן.
הק' חיים ברוך.


דער חשבון איז אזוי:
רבי יוסף אלי' זעעלפריינד אב"ד האלאש, (בן אחר בן מהש"ך) איז געווען אן איידעם פון רבי ישעי' בנעט (בן ר' מרדכי בנעט זצ"ל). און רבי ישעי' בנעט איז געווען אן איידעם פונעם שמן רוקח.

די וועלכע זענען אייניקלעך פונעם רבי יוסף אלי' זעעלפריינד, זענען אויך אייניקלעך פון רבי ישעי' בנעט און פונעם שמן רוקח.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 8:27 pm

יישר כח!

1) ר' יוסף אלי' איז א זוהן פונעם שערי חיים?
2) איר ווייסט וואו משפחת ווייס (ר' לייב אלמאש) קומט דא אריין? זיין רעביצין איז געווען א טאכטער פון ר' יוסף אלי'?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 11:33 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:יישר כח!

1) ר' יוסף אלי' איז א זוהן פונעם שערי חיים?
2) איר ווייסט וואו משפחת ווייס (ר' לייב אלמאש) קומט דא אריין? זיין רעביצין איז געווען א טאכטער פון ר' יוסף אלי'?


ר' יוסף אלי' איז געווען א זון פון ר' סענדר יעקב, וועלכע איז א זון פונעם שערי חיים.

אויף GENI דארף זיין אויסגערעכנט אלע קינדער.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 9:08 am

WOW, דו ביזט דא פותר א חידה סתימה וואס גרויסע חוקרים האבן נישט געקענט פותר זיין.
ר' לייב אלמאש האט געהאט א זוהן ר' סענדער ווייס. ווארשיינליך הייסט ער נאכ'ן זיידן ר' סענדר יעקב.
אם כנים הדברים, שטימט וואס די משפחה האט אלץ געוואוסט אז מ'איז אייניקלעך פונעם שמן רוקח, אבער מ'האט נישט געקענט צוזאמשטעלן די פאזעל.
שיק מיר ביטע א לינק צו זיין נאמען אויף GENI.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 9:16 am

איך האב שוין געטראפן אויף דזשעני. דארט שטייט אז מרים ווייס, אשת ר' לייב אלמאש איז א טאכטער פונעם שערי חיים. לויט די יארן ווייס איך נישט אויב ס'שטימט.
אויב איז איר מאן אוועק תרמ"ט, און אירע קינדער בשנות תר"ע-תר"פ, ווי קען זיין אז איר טאטע איז אוועק אזוי פרי ווי תקצ"ב?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 11:37 am

לחיים ולברכה האט געשריבן:WOW, דו ביזט דא פותר א חידה סתימה וואס גרויסע חוקרים האבן נישט געקענט פותר זיין.
ר' לייב אלמאש האט געהאט א זוהן ר' סענדער ווייס. ווארשיינליך הייסט ער נאכ'ן זיידן ר' סענדר יעקב.
אם כנים הדברים, שטימט וואס די משפחה האט אלץ געוואוסט אז מ'איז אייניקלעך פונעם שמן רוקח, אבער מ'האט נישט געקענט צוזאמשטעלן די פאזעל.
שיק מיר ביטע א לינק צו זיין נאמען אויף GENI.


עס שטימט אבער נישט אזוי גוט.
ווייל נישט ער איז געווען א זון פון ר' יוסף אלי', נאר א פעטער. ווייל ר' לייב איז געווען אן איידעם ביים שערי חיים און ר' יוסף אלי' איז געווען אן אייניקל. דער רבי יוסף אלי' איז געווען אן איידעם ביי רבי ישעי' בנעט, וואס איז געווען אן איידעם פון שמן רוקח.

ממילא בלייבט די חידה נאך אלך סתום.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 04, 2015 2:56 pm

קוקט אויס ווי א טאכטער פונעם סעלישער רב זצ"ל

אויפן סעלישער בית עולם
פיגלא חי' בת הגאון מו"ה חיים מאיר זאב הכהן, י"ז כסלו תקפ"ט
צוגעלייגטע
V.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 04, 2015 3:17 pm

אויב איז דאס טאקע א טאכטער, דאן איז זי אוועק נאך בחיי אבי'

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דינסטאג יוני 09, 2015 2:10 am

האם מישהו שמע מנכדת השמן רקח שנישאת להר' קאפל גרינפעלד מביאלא הסמוך לווארשא?
הי' להם בנים בביאלא, ואח"כ בא ר' קאפל לבד לאונגארן ונפטר שם בסוף שנת תרט"ז.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 10, 2016 2:46 pm

שתי תמונות מהגאון רבי אברהם אבלי זעלענפריינד זצ"ל אב"ד קאשוי במ"ס פני אברהם, פרס אבות ואגרא דהספידא

76674bf9aa611855b989165fa7301dfc.jpg
a1eee63f3652d0d5c6baa5faa9371774.jpg

[מקור: כאן וכאן]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:58 pm

יציב פתגם האט געשריבן:שתי תמונות מהגאון רבי אברהם אבלי זעלענפריינד זצ"ל אב"ד קאשוי במ"ס פני אברהם, פרס אבות ואגרא דהספידא

76674bf9aa611855b989165fa7301dfc.jpg
a1eee63f3652d0d5c6baa5faa9371774.jpg

[מקור: כאן וכאן]


הרב יצי"ב, איר האט געשטעלט א לינק צום "פרס אבות" און די אנדערע ספרים. אוןלי איז כדאי צוצולייגן אז דער 'פרס אבות' אויף היברו בוקס איז פעלערהאפטיג, עס פעלן די הסכמות והקדמות אנהייב פונעם ספר, אויף אוצה"ח איז עס בשלימות:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?101685&

האט ער קודם משמש געווען ברבנות קאשוי, אונגארן און פון דארט אריבער קיין זאלאשיץ, פוילן, אדער פארקערט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:03 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:יישר כח!

1) ר' יוסף אלי' איז א זוהן פונעם שערי חיים?
2) איר ווייסט וואו משפחת ווייס (ר' לייב אלמאש) קומט דא אריין? זיין רעביצין איז געווען א טאכטער פון ר' יוסף אלי'?


ר' יוסף אלי' איז געווען א זון פון ר' סענדר יעקב, וועלכע איז א זון פונעם שערי חיים.

אויף GENI דארף זיין אויסגערעכנט אלע קינדער.


דאס אז ר' יוסף אלי' איז געווען בנו של ר' אלכסנדר יעקב בן השערי חיים ווערט דערמאנט בהקדמת הספר פרס אבות הנ"ל ע"י רבי אברהם אבלי בן השערי חיים:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?101685&
צוגעלייגטע
getimg.jpg

ישראל אברהם
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:35 pm

ווילוויסן האט געשריבן:דער כתר כהונה האט געהאט נאך א גרויסן זון, ה"ה הגאון ר' דוב בער אב"ד צויזמר

איז באקאנט עפעס מער פרטים איבער ר' דוב בער הכהן בן הכתר כהונה

הלא הוא בעהמ"ח דרך חכמה על חו"מ.
בנו היה הרב דוד אבד"ק חענטשין.
עי' עוד בס' כתר כהונה עמ' 34.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אויפן שפיץ גאפל, יצחק פון ישיבה, שמש און 24 געסט