הרה"ח רבי אוריאל צימער ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

הרה"ח רבי אוריאל צימער ז"ל

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 18, 2016 10:02 pm

החושך יכסה ארץ

דער נאמען דערמאנט דעם מענטש וואס האט זיך כמעט אליינס געספראוועט אינעם ביטערן פראנט פון הסברה און אריינברענגען די אמת'ע ריינע השקפה טהורה אין די צייט ווען אזויפיל פונעם היימישן חרדי'שן ציבור האט עס ניטאמאל פארשטאנען און אויפגעכאפט, זיי האבן נישט פארשטאנען וואס איז אזוי שלעכט און נישט גוט מיט די נייע מדינה וואס איז נאר-וואס געגרינדעט געווארן.

דעמאלטס אין יענע שווערע צייט, די צייט פון צומישעניש און טשטוש המוחות, האט ר' אוריאל צימער ז"ל געטראגן א קריטישע ראלע אינעם אויספארעמען די הייליגע השקפה און איבערגעבן די אמת'ע דעת תורה פון די גדולי הדור וועלכע זענען נישט מיטגעשלעפט געווארן מיטן שטראם, און דאס אריינברענגען אינערהאלב דעם היימישן ערליכן אידענטוהם.

אחד היה אוריאל
עס זענען געווען צייטן, און בעיקר אין די צייטן פון די ציוני'סטישע קריג אין יאר תש"ח, ווען ער האט מיט אן אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנהייט און מסירות נפש ארויסגעגעבן איינער אליינס דעם צייטונג "הקול" און דארט האט ער געשריבן זייער שארפע ארטיקלען קעגן די ראשי הציונים און קעגן ציוניזים בכלל וועלכע איז זיך משתלט און נעמט איבער דאס בעלות אויף כלל ישראל ר"ל.

ער איז געווען דער שרייבער, דער רעדאקטאר, דער דרוקער, דער אויסשטעלער, און דער זארגער אז דאס זאל פארשפרייט ווערן און ברענגען דעם אמת'ן קול ההשקפה הצרופה פונעם בית המדרש פון די אמת'ע צדיקי וגדולי הדור נבג"מ.

ס'איז געווען צייטן וואס ער איז געווען כמעט איינער אליינס אין די מערכה, די אגודיסטישע צייטונגען האבן ליידער באשלאסן צו אנערקענען אינעם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל און איר צו געבן דעם פולן רוקן-ביין אינערהאלב דעם חרדי'שן ציבור, און זיין צייטונג דער "הקול" איז געווען די איינציגסטע טאג צייטונג וואס איז ארויסגעקומען געהעריג און האט קלאר און דייטליך ארויסגעגעבן דעם גאנצן אמת איבער די ציוניסטן און ציוניזים.

ר' אוריאל צימער ז"ל איז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 42 יאר, אבער ביי אונז איז ער פארבליבן איינגעווארצלט, די הארבקייט און שלעכטקייט פון ציוניזם האמיר אים צו פארדאנקען, מיר זענען אים שולדיג הכרת הטוב.

דאלמעטשער פון גדולי ישראל פאר כלל ישראל
כדי אונזערע ליינער זאלן קענען אביסל פארשטיין ווי ווייט די באדייטענדע השפעה פון ר' אוריאל ז"ל איז דאן געווען, דארפן מיר אביסל צוריקגיין צו יענעם דור און אויפמישן א שטיקל היסטאריע פון יענע שווערע נסיונות וואס דער היימישער ציבור האט דאן מיטגעמאכט.

ס'איז שווער צו שילדערן די צעמישעניש און טשטוש המוחות וואס האט דעמאלטס געהערשט ביים היימישן ציבור, וואס איז געקומען אין ליכט פון די אויסערגעווענליכע הצלחות פון די ציונים צו גרינדן אן אייגענע מדינה אין פלטרין של מלך אין ארה"ק.

דער נסיון איז געווען געוואלדיג גרויס און שטארק, נישט צום שילדערן. געווען איז עס עטליכע געציילטע יאר נאך די ביטערע צווייטע וועלטס קריג וואס האט פארלענדעט און פארניכטעט דאס גאנצע אידענטוהם אין אייראפע, אלעס איז געווען חרוב ונחרב, וויסט און פוסט, די פליכטלונגען און פליטים האבן אפגעשימעלט אין די פליכטלינגען לאגערן אין אייראפע און זייערע אויגן זענען געווען געווענדעט קיין ארץ ישראל אדער קיין אמעריקע.

די דעמאלטסדיגע הערשער אין ארץ ישראל, די ענגלישע מאנדאט האט פארמאכט די טויערן פון לאנד, און דאס רחמנות אויף די פליטים וואס זענען פארשמאכטעט און פארשפארט אין די פליכטלונגען לאגערן אין ציפערן און אין אייראפע האט אריינגעשלעפט אין זיך די בעסטע און חשוב'סטע ישיבה בחורים צו די טמא'נע אידישע טעראר גרופעס די אצ"ל און לח"י אן דעם וואס זיי זאלן וויסן אז די ציונים לייגן זיי פשוט אונטער א פאסטקע זיי אריינצוכאפן אין זייער נעץ.

דאס גרינדן די מדינה אין יאר תש"ח איז געכאפט געווארן אינערהאלב זייער אסאך ערליכע פרומע אידן אלס א רעטונג שטריק און א גרויסע ישועה, און אויב איז עס נאכנישט אן אתחלתא דגאולה עפ"ל, איז עס צום ווייניגסטנס א גרויסע ישועה צום איצטיגן שווערן צושטאנד וואס האט דאן געהערשט זיי האבן ביי כלל ישראל. אריינגעשלעפט די בעסטע און חשוב'סטע ישיבה בחורים צו די טמא'נע אידישע טעראר גרופעס די אצ"ל און לח"י .

די דעמאלטסדיגע מנהיגי "אגודת ישראל" האבן אונטערגעשריבן אויפן טמא'נעם "מגילת העצמאות" און זענען אריין אלס מיטגלידער און פארשטייער פון די רעגירונג אן צו פרעגן דעם דעת תורה פון זייערע אייגענע גדולי ישראל (זע איבער דעם באריכות אינעם ספר "מקטוביץ ועד ה' אייר" פון דעם היסטאריקער הרב צבי וויינמאן הי"ו) און ווער עס האט אנדערש געטראכט איז אנגעגריפן געווארן אלס עקסטרעמער קנאי אדער משוגענער ח"ו.

אינערהאלב דער דעמאלטסדיגער דור האט מען כמעט גארנישט געקענט טוהן און אויפטוהן. די שטראם פון ציוניזים האט איבערגעלאזט דאס יהדות החרדית צוביילט און צוקלאפט, פארוואונדעט און אינגאנצן באשמירט מיט רויטע בלוט פלעקן.

אויב איז היינט צוטאג קלאר פאר יעדן איד וואס באצייכנט זיך אלס "חרדי'שער איד" די "השקפה טהורה" אנבלאנגט זיין באציאונג צו ציוניזים, איז אבער דער דאזיגער פאקט הערשט אנטשטאנען ביים דור וואס איז אויפגעשטאנען נאך יענעם שטראם, א דאנק די אמת'ע גדולי וצדיקי הדור אין שפיץ פון דעם ראש מערכות ישראל מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע און זייערע שליחים די ביסל אידן וואס דער אמת האט געברענט אין זיי און זיי זענען געווען די וואס האבן איבערגעטייטשט פארן ציבור די הייליגע רייד פון די צדיקים און גאוני הדור, דינענדיג ווי דאלמעטשער צווישן כלל ישראל און משה רבינו פון אונזער דור, איינער פון זיי איז געווען ר' אוריאל צימער ז"ל.

די מלחמה אינעם שורש , נישט אין די רעזולטאטן
הרה"ח ר' טוביה בלויא שליט"א פון אר"י, א גאר נאנטער ידיד פון ר' אוריאל צימער ז"ל, באצייכנט זיין גרויסע מלחמה אין א שמועס מיט אונז: "די רעזולטאטן פון ציוניזים האט זיך ארויסגעוויזן ביי אן א שיעור אקטיוויטעטן: חילולי שבת, די געמישטע סווימינג פול, די גזירה פון גיוס בנות און נאך. אויף די דאזיגע גזירות האט דאס
די דעמאלטסדיגע מנהיגי "אגודת ישראל "האבן אונטערגעשריבן אויפן טמא'נעם "מגילת העצמאות"


יהדות החרדית געפירט די גאנצע צייט ביטערע און שווערע מערכות".
"אבער ר' אוריאל צימער ז"ל האט אויף קיין מינוט נישט מסיח דעת געווען איבערן שורש פון די דאזיגע ערשיינונגען, ער האט די גאנצע צייט געשריגן איבערן מקור הרשע והטומאה: ציוניזים און די מדינה!".

הארץ עסעניש ביים זען ציוני'סטישע סימבאלן
ער איז נישט געווען מסוגל צו זען א "ציוני'סטישע פאן" פלאטערט, ווען ער האט זיך אנגעשטויסן אין א ציוני'סטישע סימבאל האט ער זיך ממש געקאכט ווי א קעסל.
ער האט פשוט נישט געקענט אנקוקן א ציוני'סטישער סאלדאט מיט זיינע אויגן, די זאך וואס סימבאליזירט די מערסטע דאס ציוניזים, דאס האט אים ממש ארויסגענומען פון זיין גלייכגעוויכט און האט אויפגעקאכט זיין בלוט.

ווען ער האט געזען א פאליציאנט מיטן טמא'נעם ציוני'סטישן סימבאל, פלעגט ער ממש צוקאכט ווערן אז ער האט ממש נישט געקענט אדורכטראגן און עס האט גענומען א לענגערע צייט ביז ער איז צו זיך געקומען.

און טאקע דערפאר, ווען ער האט זיינע לעצטע צען יאר געוואוינט אין אמעריקע, איז אים פשוט גרינגער געווען דאס לעבן, דארט האט ער זיך נישט אנגעשטויסן אין די שרעקליכע מרידה בה' ובתורתו וואס דאס איז דער יסוד הציונות. דארט האט נישט געזען קיין ציוני'סטישע פענער און נישט קיין ציוני'סטישע זעלנער.

ר' אוריאל צימער ז"ל איז נפטר געווארן יונגערהייט. וואס עס האט אים קראנק געמאכט איז געווען די הייליגע מלחמה קעגן דעם רעיון הציונות און מער ווי דעם דער פאקט פון זייענדיג אומבאהאלפן אין דעם הייליגן קאמף קעגן די נאציאנאליזים פון ציונות.

הרה"ח ר' טוביה בלויא שליט"א דערציילט אז איינמאל ווען ער האט זיך אויסגערעדט פאר אים מיט אן אפענע הארץ, האט ער אים צווישן אנדערן געזאגט אז די הצלחה פונעם רעיון הציוני און ספעציעל אז זיי האבן באוויזן אריינצודרינגען אינעווייניג אין אונזער הייליגער מחנה פון יראי ה', דאס האט אים פשוט קראנק געמאכט, און די דאזיגע
יסורי הנפש האבן אים געברענגט אינערליכע יסורי הגוף וואס ער האט ממש נישט אויסגעהאלטן און דאס האט אים ליידער אוועקגעלייגט ביז צו די פטירה ר"ל.

מדינת ישראל איז די ציוניזים זעלבסט
אין יאר תשי"ט, עטליכע יאר בעפאר זיין פטירה האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען "יהדות התורה והמדינה". אין דעם דאזיגן קונטרס איז ער מסביר מיט אן אויסערגעווענליכע קלארקייט דעם "שורש הרע" פון ציוניזים.

כדי דער ליינער זאל האבן א שטיקל באגריף וויאזוי דער מהלך המחשבה פון ר' אוריאל ז"ל האט געארבעט, און מיט וואספארא קלארע השקפה ער איז צוגעגאנגען צו יעדע זאך אנבלאנגט ציוניזים, וועלן מיר דא ציטירן צוויי קליינע פאראגראפן פונעם קונטרס "יהדות התורה והמדינה" וואס ער האט געשריבן אין לשון הקודש אונטערן פען נאמען "א. גיטלין" און מיר האבן עס דא איבערגעזעצט אין אידיש, (ועוד חזון למועד צו ברענגען מערערע שטיקלעך פון דעם וואונדערליכן קונטרס, וואס זענען זייער אקטואל אין היינטיגע צייטן):

דאס מערהייט –"אין אונזער היינטיגע וועלט איז פארהאן צוויי סארטן מדינות. עס זענען דא מדינות וואס ביי זיי ווערט אויסדערוועהלט א רעגירונג. אויך אין די דאזיגע מדינות –מערב דעמאקראטישע לענדער די פארטיי וואס געווינט ביי די לעצטע וואלן... ס'איז –אדער ביי די מערהייט פון זיי געוועלטיגט א פארטיי אויך מעגליך אז ביי די אדער ביי די אנדערע מדינה האט די פארטיי וואס געוועלטיגט, עררייכט איר געווינס דורך פסול'ע מיטלען".– און ממילא שוין אויך איר רעגירונג פירערשאפט אין לאנד –ביי די וואלן

"ווידעראום איז מעגליך אז די רעגירונג איז ערגער און פירט זיך אויף ממש ווי א רעזשים, אבער ביי די אלע מדינות, איז די פארטיי, די וואס געוועלטיגט אין לאנד אבער זי איז נישט די מדינה און לאנד זעלבסט".

זי זעלבסט איז די מדינה. אינעם – "דערקעגן זענען דא מדינות וואס ביי זיי איז די מדינה די פארטיי סאוויעטן פארבאנד, צום ביישפיל, קען מען נישט זאגן אז קאמוניזים געוועלטיגט אין די מדינה, נאר קאמוניזים איז די מדינה. די בולשעוויסטישע פארטיי, וואס איז ביים אנפאנג געווען א פארטיי (אנפאנג אומגעזעצליך) ביי די פריערדיגע רעגירונגען, איז מיט די צייט געווארן די מדינה זעלבסט מיטן ארויפגיין אויפן טראן און פירערשאפט פון די רעגירונג".

"מיטן גרינדונג פון די "סאוויעטן פארבאנד" איז נישט אנטשטאנען קיין שום ענדערונג אינעם רעזשים אדער אן ענדערונג אין די פארטיי וואס געוועלטיגט אין רוסלאנד, נאר ס'איז געבוירן געווארן א נייע מדינה... די "סוציאליזים" דאס איז די גרונדשטיין פון די מדינה. אן די קאמוניזים וועט די סאוויעטישע פארבאנד נישט קענען האבן קיין עקזיסטענץ. ס'איז מעגליך אז אין איינע פון די טעג וועט די סאוויעטישע פארבאנד באשליסן (ווי זי טענה'ט שוין פון לאנג) איינצופירן א מער ליבעראלע רעזשים, צו פארגרינגערן דאס לעבן פון אירע בירגער, צו געבן מער טראנספארטאציע פרייהייט א. א. וו. אבער אויפן קאמוניזים וועט זי נישט קענען מוותר זיין און אויפגעבן, ווייל אן איר וועט מער נישט זיין קיין "סאוואיעטישע פארבאנד".

"מדינת ישראל געהער אויך צו די סארט מדינות: מדינת ישראל איז נישט קיין מדינה וואס די ציוניזים געוועלטיגט אין איר, נאר מדינת ישראל איז דאס ציוניזים זעלבסט... אבער איין זאך קען נישט די מדינה פארענדערן: זי קען נישט אויפהערן פון צו זיין א ציוני'סטישע מדינה. אזוי ווי די סאוואיעטישע פארבאנד איז געבוירן געווארן פון קאמוניזים, אזוי איז מדינת ישראל געבוירן געווארן פון ציוניזים, און זי דינט אלס א נייעם קליידונג, – וואס איז ביז יאר תש"ח געווען א פארטיי –איר פאקט, זי האט אנגעטוהן דאס ציוניזים זי האט איר געגעבן די כוח און מאכט פון א מדינה, אבער ציונות דאס איז די עצמיות און מהות פון די מדינה ווייל אן איר איז נישטא מער "מדינת ישראל"...".

דער עיקר פון ציונות איז צו פארענדערן דעם מהות פון כלל ישראל
דערנאך וואס ר' אוריאל צימער האט קלאר געמאכט די פעסטע יסודות, דער מהות און עקזיסטענץ פון די מדינה אז זי איז ריין ציוניזים, גייט ער א טריט ווייטער און איז מסביר אויפן פשוט'סטן און גרינגסטן וועג וואס איז דאס ציוניזים זעלבסט.

און אזוי שרייבט ער: "דער באגריף "ציונות" איז אויך איינע פון די באגריפן וואס מ'רעדט אזויפיל דערפון - סיי די וואס זענען דערוועגן און סיי די וואס זענען דערקעגן - אן צו וויסן אפילו וואס דאס איז און אן עס צו קענען...".

"זייער ווייניג - אויך אינערהאלב די הויכע געלערנטע און אינטעליגענטן - ווייסן אויף וואס מ'רעדט דא. אויך דער נאמען פון די באוועגונג פארדרייט: "ציון" איז בלויז נאר א טייל פון די שטרעבונגען פון ציונות, און איז אפילו נישט קיין טייל פון די וואס "הנשמה תלויה בה".

"נישט נאר אין אמעריקע היינט צוטאג, נאר אויך אין די אייראפעאישע לענדער בעפארן גרויסן חורבן זענען געווען גוטע און פייערדיגע ציוניסטן וועלכע האבן קיינמאל נישט געטראכט פון ארויפקומען קיין "ציון", און ס'איז אויך געווען א צייט ווען די עמטליכע ציוני'סטישע ליניע פירערשאפט האט געזען אין "ציון" א בחינה פון "לאו דוקא", געווען איז עס ביים זעקסטן ציוני'סטישן
קאנגרעס, ווען דער קאנגרעס האט באשטעטיגט דעם פלאן פונעם גרינדער פון ציוניזים ד"ר הערצל שר"י צו גרינדן אן אידישע מדינה אין אוגאנדא אין אפריקע...".

ווייטער שרייבט ער: "ס'וואלט נישט ווערד געווען צו דערמאנען די דאזיגע ווייטע פרשה נאר כדי צו ווייזן דורך דעם אז ס'איז געווען א צייט וואס די ציוניזים האט כמעט גענצליך אפגעפרעגט דעם ענין פון "ציון" ד. מ. דאס ארויפקומען קיין ארץ ישראל, און אויך די שטרעבונג צו גרינדן אין איר א מדינה און טראץ דעם איז זי געבליבן "ציונות", ווייל אינעם רעיון הציוני דינט "ציון" אלס מיטל און נישט אלס ציל".

"די ציל מיטן ה"א הידועה וואס די ציונים האבן זיך געשטעלט פאר זיי איז דאס וואס ס'איז אומצאליגע מאל באצייכנט געטווארן און געשריבן געווארן דורך אירע הוגי דעות, אנגעפאנגען פון די ביכער פון "אחד העם" און ביז די רעדעס פון בן גוריון קענען מיר הערן וואס איז דער ציל פון ציונות, מיט פארשידענע נוסחאות און אויסדרוקן, אבער דער אינהאלט בלייבט שטענדיג גלייך: צו פארענדערן דעם מהות פון כלל ישראל!".

און אזוי שפינט ווייטער ר' אוריאל ז"ל א לאנגע געוועב איבער דעם גאנצן השתלשלות פונעם רעיון הציונות, וואס קומט ארויף אין ווארט אז ציוניזים האט גארנישט מיט די מדינה, נאר איר איין איינציגער ציל איז אויסצורייסן אידישקייט און טוישן כלל ישראל פון אן "עם זו יצרתי" צו אן "עם ככל הגויים".

דאס זענען אביסל פון די קלארע ווערטער וואס ווערט געברענגט אינעם וואונדערליכן קונטרס "יהדות התורה והמדינה".

נאכן אפליינען די ווערטער פארשטייען מיר גוט פארוואס ר' אוריאל האט זיך אזוי געשלאגן מיטן ווארצל וואס דאס איז דער עצם ציוניזים וואס אלע ביטערע גזרות און אלע צרות ביי כלל ישראל זענען א פועל יוצא דערפון און שטאמען פון איר.

די דאזיגע מלחמה האט ער געפירט מיט די הילף פון א קליינע גרופע אידן וואס האבן נישט פארלוירן זייער גלייכגעוויכט אין ליכט פונעם שרעקליכן בלבול און טשטוש המוחות אויך אינערהאלב דעם חרדי'שן היימישן ציבור, אויב אין זיינער צייט האט ער זיך געשלאגן מיט פארמאכטע און גראדע ווענט, קען מען אבער היינט צוטאג זאגן אז מיט א בליק אויף צוריק האט ער געווינען!

די דאזיגע השקפה טהורה וואס ער האט זיך אזוי געפלאגט אריינצודרינגען ביי כלל ישראל מיטן שליחות פון די אמת'ע גדולי ישראל דאס איז ברוך הוא וברוך שמו, היינט צוטאג שולט בכיפה און יעדעס קינד און בר בי רב ווייסט עס היינט צוטאג אליינס.

17 שפראכן!
צו דעם קלארקייט אין השקפה איז ער נישט צוגעקומען ווי א פארשטענדליכע זאך פון זיך אליינס.

ר' אוריאל צימער ז"ל איז נישט געבוירן געווארן אין א שטוב וואו די הקשפה טהורה איז געווען נר לרגליה, נאר ליידער זייער זייער ווייט דערפון. ער איז געבוירן געווארן אין די מאדערנע און נאכגעביגע שטאט וויען אין יאר תר"פ.

זיינע עלטערן זענען געווען "שומרי מסורת" (א שטייגער ווי די היינטיגע מער אפגעפארענע מזרחי'ניקעס) און שפעטער זענען זיי געווען אביסל מער שומרי מצוות.

דערנאך וואס זיי זענען אין יאר תרצ"ד ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן זיי זיך באזעצט אין די רויטע שטאט חיפה און דערנאך אין תל אביב, דארט האבן זיי געשיקט זייער זוהן צו ערצויגן ווערן אין א פרייע שולע און אין אוניווערזיטעט, קיין תורה אדער אידישקייט האט ער ליידער נישט באקומען און ווער רעדט נאך פון יראת שמים. זיין שיקזאל וואלט געקענט זיין פונקט ווי אלע אנדערע פרייע קינדער און אלע אנדערע "איזראעלער בירגער" אין יענע יארן.

ר' אוריאל איז געווען אן אויסערגעווענליכער געלונגענער קינד, מיט אומגעווענליכע טאלאנטן. אין די )!( 70יארן וואס ער האט געלערנט אין גימאנזיע און דערנאך אין אוניווערזיטעט האט ער אויפגעכאפט שפראכן: אידיש, לשון הקודש, אַראַביש, ענגליש, פראנצויזיש, די ַיטש, איטאליעניש, שפאניש, האלענדיש, פארטוגעזיש, רוסיש, פויליש, טשעכיש, ראמעניש, אונגאריש, טערקיש, און פערסיש!

מאליו הכיר את בוראו

די אידעאלאגישע בלבול וואס האט געהערשט אין יענע טעג האט אויך נישט אריבערגעשפרונגען און אויסגעלאזט דעם געלונגענעם טאלאנטפולן יוגענטליכער אוריאל צימער. אין אנפאנג איז ער געווען א סאציאליסט און דערנאך איז ער געווארן אן הייסער ציוני'סט.

ביים אנפאנג איז ער געציילט געווען אויף די פארטיי פון די פאליטישע ציוניזים און דערנאך איז ער געווארן אן הייסער רעוויזיאניסט, און אין יעדע זאך וואס ער האט געגלייבט האט ער זיך געשלאגן דערפאר מיטן גאנצן הארץ.

די גרויסע איבערקערעניש אין זיין לעבן האט זיך אנגעפאנגען ווען ער איז פערצופאל אריינגעפאלן אין א ישיבה אין תל אביב אינעם ראם פון זיינע זוכענישן נאכן אמת און זיין באשלוס צו גיין אונטערזוכן און אויספרובירן דאס יהדות החרדית און איר מהות.

דער יונגער אוריאל וועלכער האט געזוכט דעם אמת האט באלד אויפגעכאפט דעם נצחיות'דיגן אמת וואס געפונט זיך אין א לעבן פון תורה און קדושה און פון דעמאלטס האט ער תשובה געטוהן און האט אנגעפאנגען צו היטן תורה און מצוות מיט אלע דקדוקים און הידורים.

אין יענע צייט האט ער נאכנישט געקענט פארלאזן זיינע לימודים אין גימאנזיע און ער האט דארט אנגעפאנגען צו ערשיינען מיט א גרויסן קאפל אויפן קאפ און באוואקסן מיט לאנגע פיאות.

ער איז געווען דער איינציגסטער וואס איז אזוי ערשינען אין גימאנזיע און האט זיך אויך געלאזט כאפן א בילד ביים ענדיגן די שטודירונג צירקולאציע, טראץ וואס אלע אנדערע סטודענטן האבן די גאנצע צייט געשפעט און אפגעלאכט פון אים, און ס'איז אויך געווען עטליכע מאל ווען מ'האט אים עס געוואלט אראפנעמען מיט כוח, אבער ער האט אכטונג געגעבן אויף די פיאות און קאפל ווי דאס שווארץ אפל פון אויג, און ס'איז אויך געווען א צייט ווען ער האט ארויפגעלייגט א שטארקע קלעב אויף זיינע פיאות אז מ'זאל עס נישט קענען אפשניידן פון אים.

א געוויסע צייט האט ער אנטיילגענומען אין די אקטיוויטעטן פון די מזרחי, דערנאך איז ער אנגעקומען קיין ירושלים מיטן פלאן ארייצוגיין אין א גרעסערן אוניווערזיטעט, אבער טראץ וואס ער איז שוין געווען א שומר תורה ומצוות און האט, נישט וויסנדיג דאן דעם ריינעם אמת, און האט זיך צוגעשטעלט צו די מזרחי פארטיי, האט ער אבער פארט געשפירט אז ס'איז נישט די אמת'ע אידישקייט.

ראשית מלחמתו
אין איינע פון זיינע טעג אין ירושלים איז ער אנגעקומען צו די דעמאלטסדיגע פירער פון אגודת ישראל רבי משה בלוי ז"ל און רבי יצחק ברויער ז"ל, שפעטער איז ער אנגעקומען צו די "פועלי אגודת ישראל" פראקציע, אבער ער איז נאך אלס נישט געווען צופרידן מיט זיך, ביז ווען ער איז אנגעקומען צו "נטורי קרתא" און דארט האט ער באשלאסן אז עס איז זיין ריכטיגע ארט און פה אשב כי איוויתיה.

פון יענעם טאג וואס ער האט אויפגעכאפט די אומגעהויערע סכנה פון ציוניזים אלס אזא וואס וויל איבערדרייען דעם מהות פון כלל ישראל פון אן "עם זו יצרתי לי" צו אן "עם ככל הגויים", האט ער זיך אנגעגארטלט מיט כלי זיין און כלי מלחמה און האט מיט זיין אויסערגעווענליכע כוח פון זשורנאליזים און שרייבן אינאיינעם מיט אן אומנאטירליכע כח ההסברה, האט ער לוחם געווען און זיך געשלאגן מיט איר ביז זיין לעצטן טאג ווען ער איז צוזאמגעפאלן וועגן ייסורי הנפש וואס האט אים ארומגענומען דערנאך וואס דער טמא'נער רעיון הציוני האט אריינגעדרינגען ביי פילע אידן פונעם יהדות החרדית.

אין יענע צייט האט ער חתונה געהאט מיט זיין חשוב'ע פרוי ע"ה וועלכע איז געווען פון די "טעהעראן קינדער" און איז אויפגעצויגן געווארן ביי אירע נאנטע משפחה מיטגלידער אין ירושלים. ביים חתונה האבן האט ער אנגעפאנגען אנצוטוהן דעם ירושלימער לבוש א שטריימל, א קאפטן און א דזשיבע און האט זיך אריינגעדרייט אינערהאלב די אידן אין ירושלים.

אין די פליטים לאגערן
א קורצע צייט נאך זיין חתונה מיטן ענדיגן די ביטערע צווייטע וועלטס קריג ווען הונדערטער טויזנטער פליטים האבן זיך ארומגעוואלגערט אין די פליטים לאגערן אין דייטשלאנד און אין אנדערע לענדער, האט ר' אוריאל אינאיינעם מיט זיין פרוי ע"ה באשלאסן זיך אריינצולייגן אין די הייליגע מצוה און מיט מסירות נפש זענען זיי ארויסגעפארן קיין דייטשלאנד צו איינע פון די שארית הפליטה לאגערן כדי צו באנדאזשירן די וואונדן פון די פארבליבענע אידן מיט חומר און רוח און זיי צו שטארקן בגוף ובנשמה.

ר' אוריאל ז"ל האט עס געטוהן, דערנאך וואס ער האט געזען אז אלע ציוני'סטישע פארטייען פארן ארויס צו כאפן נפשות פאר זייערע טמ'אנע אקטיוויטעטן, און נאר די ערליכע אידן שיקן נישט ארויס קיין דעלעגאציעס, נישט האבנדיג די געלט דערפאר, אין ליכט פון דעם האט ער באשלאסן עס אליינס צו טוהן און אינאיינעם מיט זיין חשוב'ע פרוי עוסק צו זיין אינעם עבודת הקודש, טראץ וואס ער האט נישט באקומען קיין שום געלט דערפאר, האט ער זיך אבער אליינס געזארגט צו שאפן די נויטיגע געלטער צו קענען ראטעווען ווי מער אידן.

אין די צייט וואס ער האט געוויילט אינעם שארית הפליטה לאגער איז ער נתקרב געווארן צו חב"ד ליובאוויטש א דאנק עטליכע זקני החסידים וועלכע זענען אנגעקומען פון רוסלאנד אינעם ראם פון די בארימטע "עשלונים" ווען מ'האט געגעבן ערלויבעניש פאר די פוילישע בירגער וועלכע זענען אנטלאפן קיין רוסלאנד ארויסצוגיין פונעם אייזערנעם פירהאנג.

ר' אוריאל איז געווארן זייער איבערגענומען פון די ערליכע עלטערע ליובאוויטשער חסידים און איז אסאך נשפע געווארן פון זייער טאג טעגליכע סדר און יראת שמים און פון דעמאלטס האט ער זיך דערנענטערט צו תורת חב"ד.

רעדאקטאר פון "היומן" און "הקול"

נאך צוויי יאר פון הייליגע פעולות ביי די שארית הפליטה האט זיך ר' אוריאל און זיין פרוי ע"ה צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באלד אריינגעווארפן מיט זיינע אלע כוחות און געוואלדיגע אויסערגעווענליכע כשרונות און טאלאנטפולן פארן הסברה קאמף קעגן ציוניזים.

אין יענע צייט האט זיך שוין אנגעפאנגען די צייכענעס פון "אראפקריכן" פון די פירער פון "אגודת ישראל" צו ציוניזים, און ווי מער ס'האט זיך געשטארקט די טשאנסן צו גרינדן די טמא'נע מדינה האט זיך געשטארקט די בלבול המוחות און פארדרייטע השקפה, און אזוי האבן די פירער פון "אגודת ישראל" צוביסלעך אפגעלאזט זייער מלחמה קעגן ציוניזים און האבן זיך מתחבר געווען צו זיי ביז זיי האבן רח"ל אראפגענידערט צום דיוטא התחתונה מיטן אונטערשרייבן אויפן "מגילת העצמאות" וואס איז פול מיט דברי כפירה און דערנאך האבן זיי זיך צוגעשטעלט אלס מיניסטארן אין די רעגירונג.

א קליינע גרופע פון עסקנים פון "פועלי אגודת ישראל" האבן זיך צוזאמגענומען צו לוחם זיין די מלחמה פון השקפה. זיי האבן געגרינדעט די צייטונג "היומן" און אין פארזעצונג די צייטונג "הקול" וואס האט לוחם געווען די מלחמה פונעם יהדות החרדית און די השקפה טהורה ביי זייער מחנה אינעווייניג.

און דא איז אריינגעקומען די רעדאקטארשאפט און שארפע ארטיקלען פון ר' אוריאל צימער ז"ל וועלכע זענען געווען נכסי צאן ברזל פון מסורת השקפה טהורה.

דאס איבערגעגעבנהייט פון ר' אוריאל צימער ז"ל פארן ארויסגעבן דעם "הקול" איז געווען מורא'דיג גרויס. אין די צייט פון די תש"ח מלחמה האט ער אליינס ארויסגעגעבן דעם "הקול" און דארט האט ער געשריבן פון זיין צובראכענעם הארץ, השקפה ארטיקלען וואו ער האט מסביר געווען דעם בליק פון די אמת'ע גדולי ישראל איבער די מאורעות התקופה.

אין יענע שווערע טומלדיגע טעג איז די צייטונג "הקול" געווען די איינציגסטע ערליכע צייטונג וואס איז ערשינען, און נאכמער וועגן די שוועריגקייטן פון די צייט האט ער אליינס ערלעדיגט און אויסגעשטעלט די אותיות פונעם דרוק (אין יענע יארן האט מען געדארפט אויסשטעלן אלע ארטיקלען דורכן אריינקלעבן יעדע אות באזונדער...) אזוי אויך האט ער געזארגט פארן דרוק און פארשפרייטונג פונעם צייטונג.

א דאנק זיין געוועלטיגקייט אין די אראבישע שפראך האט ער באוויזן צו ברענגען פאר די ליינער אלע באציאונגען און נייעס וויאזוי אראבישע וועלט נעמט אן דאס גרינדן די ציוני'סטישע מדינה אין ארץ ישראל.

מיט רעכט קען מען אנרופן ר' אוריאל צימער ז"ל אלס דער "פאטער פון די פרומע צייטונגען".

במחיצתם פון די גדולי ישראל
אינעם ראם פון זיין ארבעט מיט די עסקנים פון פאג"י, איז ער נתקרב געווארן צו מרן הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים און האט אים אסאך געהאלפן מיטן איבערטייטשן דאקומענטן און מיט פובליק ערשיינונגען פאר די ענגלישע מאנדאט.

(אגב עס וועט אינטערעסאנט זיין און איז ווערד אויסצופארשן און איינקריצן אין די תולדות פון יהדות החרדית איז געווען דאס השתדלות פון מרן הגה"ק מהרי"צ זצ"ל און עפענען אייגענע באציאונגען כדי אפצושטעלן די שוידערליכע בלוט פארגיסונגען וואס איז פארגעקומען ביי די תש"ח קריג א דאנק די הפקרות פון די ציונים ימ"ש.

ער האט געארבעט אפצושטעלן די באמבארדירונגען אויף ירושלים און אויף די אלטע שטאט. ווער עס האט אים דאן אסאך ארויסגעהאלפן אין דעם ענין און האט געפירט די פארהאנדלונגען א דאנק זיין געוועלטיגן אין זייער אסאך שפראכן איז געווען ר' אוריאל צימער ז"ל).

אינאיינעם מיט דעם איז ער געווען נאנט צו פילע גדולי ישראל זצוק"ל, ווי מרנן הגאב"ד הגאון האדיר רבי זעליג ראובן בענגיס זצוק"ל, הגה"ק רבי וועלוועלע בריסקער זצ"ל, הגה"ק בעל הדעת סופר פון פרעשבורג זצ"ל און הגאון דער טשעבינער רב זצ"ל און נאך און נאך.
ווען ער האט געוואוינט אין די "שערי חסד" געגנט אין ירושלים איז ער דערנענטערט געווארן צו הגה"צ רבי דוד בהר"ן זצ"ל (ער דערמאנט אים אויך אין זיין קונטרס "יהדות התורה והמדינה" אז ער האט געזאגט אז אין מצרים האבן די אידן נישט גערעדט אין לשון הקודש נאר אזוי ווי מצריש).

רעדאקטאר פון "דער איד" אין אמעריקע

אין יאר תשי"ב איז ר' אוריאל צימער ז"ל געפארן קיין אמעריקע כדי צו באהאנדלען זיין קרענק, און פון דארט האט ער ווייטער פארגעזעצט אפצורעכטן און צו שיקן זיינע ארטיקלען צום "הקול".

אין לויף פון זיינע צען לעצטע יאר האט ער זיך גענצליך אריבערגעצויגן צו וואוינען אין אמעריקע און פון דארט איז ער עטליכע מאל געפארן קיין ארץ ישראל און צו נאך לענדער מיט פארשידענע שליחות פארן כלל. מיטן אנקומען קיין אמעריקע איז ער אריבער וואוינען אין וויליאמסבורג און האט זיך אסאך מסתופף געווען בצל קדשו פונעם צדיק הדור מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע.

אין די צייט וואס ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, האט ער אסאך געטוהן אין פילע אידישע געביהטן. ער איז אויפגענומען געווארן אלס מיטגלידער אין די קאמיסיע וואס האט פארטיילט די פארגיטונגען פון דייטשלאנד וואו ער האט זיך געזארגט פאר זייער אסאך מוסדות התורה.

אין יענע צייט איז ער אויך אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטאר פון "דער איד" וואס איז דעמאלטס געווען אין ערליכע הענט, און האט דארט געשריבן זיינע טיפזיניגע ארטיקלען קעגן ציוניזים און די פרומע ציוניסטן.

אין די יארן וואס ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, איז ער געווארן זייער מקורב ביי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע און פלעגט אפט אריינגיין אל הקודש פנימה צו איבערשמועסן עניני השעה און האט באקומען זייער אסאך הדרכות איבערן וועג וויאזוי צו שרייבן זיינע ארטיקלען און די פלענער וויאזוי צו לוחם זיין קעגן ציוניזים.

איינמאל האט אים דער רבי זי"ע געזאגט בדרך צחות: "דו זעסט, דו ביסט דער רעדאקטאר פונעם ירושלימער טאג צייטונג דער 'הקול' טראץ וואס דו וואוינסט אין ניו יארק, אויך איך דין אלס ירושלימער רב טראץ וואס איך וואוין אין ניו יארק..." און דערמיט האט ער אים מעודד געווען און צוגעשטופט ווייטער פארצוזעצן מיט זיין ארבעט טראץ די ווייטקייט פון די צוויי לענדער.

איינגעשטעלטער אין די יו. ען.

האבנדיג אזויפיל ידיעות און קענענדיג שפראכן איז ער מיט די צייט אויפגענומען געווארן אלס דאלמעטשער אין די יו. ען.

עס ווערט דערציילט אז דער סעקרעטאר פון די יו. ען אין יענע צייט, וועלכער איז ארויס פון התפעלות צו זען א מענטש מיט אזויפיל קענטעניסטן, און שפראכן, האט ער זיך אמאל אנגערופן צו אים: "דו ביסט א גייענדיגע יו. ען.", האט אבער ר' אוריאל ז"ל רעאגירט מיט א שמייכל זאגנדיג: "אבער איך האב נישט קיין אייגענע מדינה"... מיינענדיג דערמיט אז אפילו אין די א. ג. "אידישע מדינה" אנערקענט ער נישט.

אינעם ראם פון זיין ארבעט אין די יו. ען. האט ער זיך באפריינדעט מיט פילע דיפלאמאטן און פארשידענע וועלטליכע אויסערן מיניסטארן. די דאזיגע פארבינדונגען האט ער אויסגענוצט לטובת זיינע אידישע ברודער.

זיינע קענטעניסטן פון אזויפיל שפראכן האט ער אבער בעיקר אויסגענוצט פאר עניני קדושה. ער איז אויך געבעטן געווארן פון ליובאוויטש חב"ד איבערצוטייטשן דעם הייליגן "תניא" אויף פארשידענע שפראכן. אזוי אויך האט ער איבעגעטייטשט פארשידענע ספרי קודש פון הלכות אויף פארשידענע שפראכן פאר אידן אין ווייטע לענדער וואו דער לשה"ק שפראך איז דארט פרעמד.

אינעם ראם פון זיין ארבעט אין די יו .ען .האט ער זיך באפריינדעט מיט פילע דיפלאמאטן און פארשידענע וועלטליכע אויסערן מיניסטארן דער הויכפונקט פון זיינע איבערטייטשונגען איז געווען די רייע פון די כתבים פון הגאון רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל וואס ער האט איבערגעטיישט פון דייטש. און אזוי אויך דעם ספר פונעם בעל תשובה ד"ר' ר' נתן בירענבוים ז"ל "גאטס פאלק" און אזוי אויך די ארטיקלען פון הקדוש פראפעסאר יעקב ישראל דעהאן הי"ד וועלכע זענען געשריבן געווארן אין האלאנדיש.

"יהדות התורה והמדינה"

אין יאר תשי"ט האט ער ווי א. ד. ארויסגעגעבן זיין קונטרס "יהדות התורה והמדינה". דארט האט ער צום ערשטן מאל מסביר געווען דעם גאנצן רעיון הציונות מיט איר פילן היקף.
די דאזיגע קונטרס האט אנגעמאכט גאר א גרויסן טומל און האט ארויסגעברענגט גאר א שטארקן פולמוס אין די גאנצע אידישע וועלט. די הצלחה פון דעם קונטרס איז געווען אויסערגעווענליך.

טראץ זיינע הונדערטער ארטיקלען אין די צייטונגען וואס ער האט אלע יארן געשריבן, איז אבער קיינמאל בעפאר דעם נישט ארויסגעקומען אזא קלארער בירור וואס איז מסביר אויף אזא געוואלדיגן קלארן וועג די סכנה פון ציוניזים און דער מהות און ציל פון די רשעי הציונים, דאס האט אנגעמאכט א שטארקן טומל איבער די גאנצע אידישע וועלט.
ר' אוריאל צימער ז"ל איז געווען לאנגע יארן קראנק ל"ע מיט די ביטערע קרענק און האט געוואוינט אין אמעריקע כדי דארט צו זיין נאנט צו די דאקטוירים וועלכע האבן אים באהאנדלט.

ער איז נפטר געווארן ט' כסליו אין יאר תשכ"ב אין לאנדאן, דארט איז ער אנגעקומען פון האלאנד אינעם ראם פון א שליחות פאר כלל ישראל זייענדיג אין בליענדן עלטער פון צוויי און פערציג יאר.

זיינע ידידים די חברים אין פאג"י האבן געגרינדעט אין ירושלים דעם "שיכון אוריאל" אינעם פאג"י געגנט לשמו ולזכרו און האבן אויך א נאמען געגעבן די ארטיגע שול אויף זיין נאמען.

דאס יהדות החרדית געדענקט אויך די פילע הונדערטער פעולות לחיים און ארטיקלען פון ר' אוריאל ז"ל וועלכע וועלן אייביג בלייבן אלס איינע פון די וועג ווייזער אינעם שווערן ביטערן גלות ישראל אונטער די רשעי הציונים, און וועלן שטענדיג געדענקען זיין נאמען אלס איינער פון די לייבן און פייערדיגע שלוחים פון די גדולי הדור הקודם נבג"מ.

יהא זכרו ברוך.
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום זונטאג דעצמבער 18, 2016 10:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 18, 2016 10:21 pm

הרב צימער במשרדו

צימר.jpg
צימר.jpg (41.94 KiB) געזעהן 3123 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 18, 2016 10:24 pm

במרכז האו”ם

new_showpic.jpg

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 12:04 am

שיינער ארטיקל, דאס ערשטע מאל איך הער פון דעם איד, זאל ער זיין א גוטער בעטער, וזכותו יגן עלינו.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 12:18 am

ביי וועמען איז רבי אוריאל געווען א איידעם, עפעס ליגט מיך אין קאפ עפעס א קירבת משפחה מיט הגאב"ד רבי יצחק טוביה ווייס שליט"א אדער מיט זיין ווייב, איינער ווייסט פרטים?
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 12:48 am

ויתן לך האט געשריבן:ביי וועמען איז רבי אוריאל געווען א איידעם, עפעס ליגט מיך אין קאפ עפעס א קירבת משפחה מיט הגאב"ד רבי יצחק טוביה ווייס שליט"א אדער מיט זיין ווייב, איינער ווייסט פרטים?

ירושלים רב שליט"א האט חתונה געהאט מיט זיין אלמנה בזווג שני.

בילד
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 12:56 am

א גרויסן דאנק, זייער שיינעם ארטיקל, און הערליך געשריבן, שוין געליינט אלץ יונגער בחור זיין קונטרס, און ס'האט מיך זייער בייאיינדרוקט.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 1:10 am

דא קען מען דאונלאדען זיין ספר "יהדות התורה והמדינה" איבערגעזעצט אין אידיש דורך "דער איד".
פארנט פונעם ספר איז דא א שטיקל באשרייבונג אויף אים, ווי אויך איז דא עטליכע ווערטער פון זיין פרוי מרת רייזל צימער ע"ה איבער זיין חשיבות.

H/T הרב פארשלאפען
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:30 am

קיינמאל געהערט פון איהם, זייער זייער שיין און רייך געשריבן, איך האב באמת הנאה געהאט, יישר כח!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:37 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:קיינמאל געהערט פון איהם, זייער זייער שיין און רייך געשריבן, איך האב באמת הנאה געהאט, יישר כח!

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 11:49 am

רבי אוריאל איז געווען פון די געלונגענסטע מענטשן וואס דאס דור האט פראדוצירט, א ריכטיגער איש האשכולות מיט א טיפע זעלטענע פארשטאנד און כשרון. מזל האט ער נאר נעבעך נישט געהאט, א שווער לעבן און אוועק יונג נאך זיך מיטשען מיט מחלות לע.
ייש"כ שמעלקא פאר דעם הערכה אויף דעם גברא רבה ויקירא

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 11:52 am

נא_שכל האט געשריבן:דא קען מען דאונלאדען זיין ספר "יהדות התורה והמדינה" איבערגעזעצט אין אידיש דורך "דער איד".
פארנט פונעם ספר איז דא א שטיקל באשרייבונג אויף אים, ווי אויך איז דא עטליכע ווערטער פון זיין פרוי מרת רייזל צימער ע"ה איבער זיין חשיבות.

H/T הרב פארשלאפען


די הקדמה פון ר' סענדער איז כדאי צו ליינען דשאסט צו זען וויאזוי עס האט אמאל אויס געזען אן ארטיקל אויף אידיש. די וואקאבולער, די אויסלייג, די גראמאטיג. געווען אמאל א וועלט ווען נישט יעדער מיט צען פינגערס האט געקנאקט ארטיקלן.

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 3:00 pm

א גרויסן ייש"כ הרב שמעלקא פאר די הערליכע ארטיקל כדרכך, זייער זייער שיין אים באשריבן.

אויך מיין מגי"ש הרה"ג המפו' ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל האט גערעדט מיט א שטארקע התפעלות איבער אים, זיך אויסדרוקנדיג אז ער איז געווען א טיפער בעל מחשבה און א שטארקער קנאי און א מושלם אין מערערע השלמות, און דערציילט אז ער האט אין יענע יארן געשריבן הערליכע ארטיקלען אין קנאות אונטערן פען נאמען א. באסיק, וואו ער האט ארויסגעברענגט די טומאה פון ציונות אויף א מורא'דיגן אופן.

צווישן אנדערע האט ער דערציילט אז ר' אוריאל האט אמאל געשריבן אין זיינע מאמרים איבער לשונם הטמא העברעאיש, אז דער מנהג העולם ווען מ'פרעגט עמיצן אויף אידיש וואס הערט זיך? ענטפערט ער ברוך ה! און ווען מ'פרעגט איינעם אויף איווריט מה נשמע? ענטפערט ער הכל בסדר! און דער שם ה' ווערט נישט דערמאנט אין זייער שפה הטמאה.

(דאס האט מיר אגב דערמאנט ווי מיט עטליכע יאר צוריק ווען כ'האב געהאט מער צייט צו הערן האטליינס פלעג איך צומאל דרוקן די נומער פון קול נטרונא‏, און איינמאל געהערט פונעם דארטיגן באריכטער אז א נטרונא עסקן האט לעצטנס זיך ערגעצוואו געטראפן מיט איינעם א ציוני און ביים זעהן זיין אומבאקוועמליכקייט מיט אים זאגט אים יענער, לאמיר דיך זאגן וואס דו וועסט אפשר הנאה האבן צו הערן.

דערציילט ער אים אז ער האט לעצטנס גוט שטודירט עברית און געלערנט אלע ביכער יענע, און געליינט וואס דער ממציא השפה הטמאה אליין שרייבט אז ער קען נישט הערן ווי דער נאמען פון השי"ת ווערט אלעמאל אין יעדע שמועס אריינגעמישט, אשר על כן וועט מען אין עברית ענטפערן הכל בסדר, אזוי דערציילט ער דארט. זע איך עכ"פ אז דער פראבלעם דערין איז נישט בלויז ר' אוריאל'ס א המצאה נאר טאקע גאר די דירעקטע כוונה תחילה פונעם ממציא השפה הטמאה לכפור בעיקר ובהזכרת שם שמים).

אגב, דערציילט אויך ר' מרדכי דוד ז"ל, אז ר' אוריאל האט אמאל געשריבן אן ארטיקל אונטערן קעפל 'וואס מיינט א אקסענער סברא' און ער האט מסביר געווען אינעם מאמר, אז אמאל קען זיין א פאסטוך, א פערצן יעריגער שייגעצל, וואס פירט אליין א סטאדע מיט פינף הונדערט אקסן, וואס באמת יעדע איינע פון די 500 אקסן קען אוועקלייגן דעם פאסטוך אונטער א מינוט, איז די שאלה וויאזוי קען טאקע איין קליינער שייגעצל פירן אזא סטאדע?

נאר דער תירוץ איז אז 'א אקס טראכט נישט', ער האלט נישט אז ער גייט נאך דעם פאסטוך, ער טראכט איין זאך, אויב 499 אקסן גייען אינאיינעם גיי איך אויך מיט זיי, און ער גיבט נישט אוועק קיין ברעקל מחשבה איבערצוטראכטן אפשר קען מען אנדערש קלערן.

האט ר' אוריאל דאס ארויסגעברענגט איבער די מענטשן וואס זייער מהלך המחשבה גייט מיט אן אקסענע סברא, מען פרעגט אים אויף עפעס וואס ער האט געטון, איז זיין תשובה "ווייל יעדער טוט אזוי", אבער אז מען וועט אריינטראכטן פארוואס 'יעדער' טוט אזוי, וועט זיך ארויסשטעלן אז איין צייטונגס שרייבער, א לייכטזיניגער מענטש האט עפעס מחליט געווען, ער האט אזוי געשריבן, און דער דעת הקהל לויפט אים נאך, אנעם געבן א איבריגע מינוט מחשבה, פארוואס און פארווען, אלעס בלויז ווייל 'יעדער' טוט אזוי...

הוי אוריאל, יהא זכרו ברוך. אסיים מעין הנ"ל בלשון קדשו של מרן מסאטמאר זי"ע בתוך דרשתו בכינוס הכללי של התאחה"ר בחודש סיון תשכ"א, וזל"ק: בעוה"ר היינט אז מען גייט נאכן דור, אלעס האט מורא פארן דור, דער דעת הקהל איז דריי פיר צייטונג שרייבערס שפלים ובזויים וואס ארבעטן פאר געלט, מינות מיט ניבול פה מיט חילול שבת בפרהסיא, דאס פירט די וועלט, דאס איז דער דעת הקהל, און די מנהיגים שרעקן זיך פאר קהל און מען גייט נאך דעם דעת הקהל, קומט אויס די הנהגת הדור שטייט איין ביי די לעצטע קלאס ביי אפאר צייטונג שרייבערס מחללי שבתות בפרהסיא, אז מ'זאל זיך גוט אומקוקן וועט מען זען דעם אמת, עכל"ק.

נאכאמאל א גרויסן ייש"כ ידידינו ר' שמעלקא, נא להמשיך באלה וכאלה.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 4:53 pm

ייש"כ חאצקל פאר די הערליכע הוספות און די מאמרי הגרמ"ד ז"ל. זייער באלערנד.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:24 pm

ער פלעגט שרייבן פאר 'קה"ת', איז ער געווען א ליובאוויטשער?
אויך פלעגט ער שרייבן אסאך מאמרים אין 'דער איד',
כמדומה האט נאך דער איד דעמאלט באלאנגט פאר ר' אהרן רוזמרין נישט פאר ר' סענדער

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:33 pm

להודיע האט געשריבן:ייש"כ חאצקל פאר די הערליכע הוספות און די מאמרי הגרמ"ד ז"ל. זייער באלערנד.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:35 pm

ש'כוח שמעלקע, נישט געקענט דעם איד, און זיין ביאוגראפיע

זייער שיין און רייך אראפ געשריבן

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 5:39 pm

יא ער איז געווען נאנט צו חב"ד און אדמו"ר הרמ"מ, ער האט מתרגם געווען דעם ספה"ק תניא אויף אידיש.

די לויבאוויטשער טענה'ן אז דעם יהדות התורה והמדינה האט ער געשריבן בהוראתו פונעם לויבאוויטשער רבי. ווען ער האט נאכדעם געברענגט צום רמ"מ האט דער רבי געפרעגט "וואו איז די חריפות?" מיינענדיג צו זאגן אז ס'איז נישט גענוג שארף געשריבן.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:08 pm

להודיע האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דא קען מען דאונלאדען זיין ספר "יהדות התורה והמדינה" איבערגעזעצט אין אידיש דורך "דער איד".
פארנט פונעם ספר איז דא א שטיקל באשרייבונג אויף אים, ווי אויך איז דא עטליכע ווערטער פון זיין פרוי מרת רייזל צימער ע"ה איבער זיין חשיבות.

H/T הרב פארשלאפען


די הקדמה פון ר' סענדער איז כדאי צו ליינען דשאסט צו זען וויאזוי עס האט אמאל אויס געזען אן ארטיקל אויף אידיש. די וואקאבולער, די אויסלייג, די גראמאטיג. געווען אמאל א וועלט ווען נישט יעדער מיט צען פינגערס האט געקנאקט ארטיקלן.

די קונטרס גופא האב איך געהערט איז געווארן איבערגעזעצט דורך הרב דאמב ז"ל, ער פלעגט דאן שרייבן פאר "דער איד". די הקדמה, ווייס איך נישט פון ווי איר נעמט אז עס איז מעשי ידיו פון ר' סענדער ז"ל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 10:25 am

ראספשע האט געשריבן:ער פלעגט שרייבן פאר 'קה"ת', איז ער געווען א ליובאוויטשער?


כ'האב שוין געזעהן עטליכע קונטריסים בנוגע רבי אוריאל ז"ל מכתבים תולדות אין 'תשורה' (דאס איז א וועבזייטל וואס פובליצירט יעדע ליבאוויטשער קונטרס וואס ווערט ארויסגעגעבען ביי א שמחה - וויבאלד דער ריי"ץ מליבאוויטש האט געטיילט א 'תשורה' (א מתנה) פאר אלע באטייליגע ווען ער האט חתונה געמאכט זיין טאכטער מיטן רמ"ש, איז גווארען א מנהג ביי אסאך חסידים אויך צו טיילען א 'תשורה' - גראדע קען מען ציווישען די קונטריסים טרעפען אסאך באהאלטענע אוצרות אין טשיקאווע מעשיות)

דא האט איהר די לינק:
viewtopic.php?t=20798#p736113

ריכטיק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2013 11:10 pm

תגובהדורך ריכטיק » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 11:52 am

‏(זע איבער דעם באריכות אינעם ספר "מקטוביץ ועד ה' אייר" פון דעם היסטאריקער הרב צבי וויינמאן הי"ו )

viewtopic.php?p=1028519#p1028519

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 6:17 pm

מצבתו בביה"ח ענפיעלד לאנדאן

DSCI0077.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:19 pm


אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג ינואר 03, 2017 2:46 pm

DSC09906JPG.jpg

אוועטאר
אלעס באשערט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » דינסטאג ינואר 03, 2017 2:56 pm

דער איד האט עטליכע וואכן צוריק געברענגט אן אלטע באשרייבונג פון ר' סענדר אויף ר' אוריאל וואס איז געווען געדריקט אין דער איד בשעתו גראד נאך זיין פטירה.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 28 געסט