רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » דינסטאג יוני 20, 2017 3:46 pm

שיח יצחק האט געשריבן:עס איז דא א ספר מגן בית שאול פון ר' דוד לייב גרינפעד שליט''א יו''ר משמרת סת''ם די גאנצע משפחה דער ר' שאול יחזקאל ע''ה איז געווען א ברידער פון קאשוי רב ז''ל שווער



גערעכט, און זיי זענען געווען אייניקלעך פון ר' יהושע העשיל גרינפעלד, בן אחיו פונעם מגן שאול וואס ליגט הארט נעבן זיין פעטער אין מיהאלאוויץ. זיי זענען נישט קיין אייניקלעך פונעם מגן שאול. דער ר' שאול יחזקאל וואס פארשלאפן ברענגט, האט שטארק ארויסגעהאלפן זיין נעפיו קאשויער רב ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע.

לעצטענס איז ארויסגעקומען א נייע ספר 'היכל מגן שאול', מיט חידושים פון מגן שאול'ס אייניקלעך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21594
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 20, 2017 3:48 pm

גלות אמעריקא האט געשריבן:דער ר' שאול יחזקאל וואס פארשלאפן ברענגט, האט שטארק ארויסגעהאלפן זיין נעפיו קאשויער רב ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע.ך

איז עס דען מעגליך? נפטר ניסן תרע"ח.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

joegreen
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דינסטאג יוני 20, 2017 4:31 pm

[/quote]
איז עס דען מעגליך? נפטר ניסן תרע"ח.[/quote]

ע״כ צ״ל לא דק אין ר׳ שאול יחזקאל הנ״ל׳ס קינדער האבען זיך מקרב געווען פאר קאשוי רב איינע פין זיינע קינדער כמדומה לי ר׳ משה האט איבערגעגעבן זיין דירה פאר׳ן רב אין ער מיט זיין משפחה זענען ארויף אין די בוידעם.

אגב ר׳ אברהם שלמה אביו של ר׳ שאול יחזקאל וואס מ׳האט געלייגט א בילד פין די מצבה אין קווינס איז געווען בנו של הרה״ח ר׳ יהושע העשיל ב״א של המגן שאול ווי גלות האט דערמאנט אין א שוואגער מיט ר׳ אברהם שלמה בן ר׳ יצחק בן המגן שאול וואס איז געווען אן איידעם ביי הרה״ח ר׳ יהושע העשיל.

קומט אויס אז ר׳ מאיר יעקב מירושלים/באסטען הנ״ל איז געווען א first removed cousin מיט ר׳ שאול יחזקאל

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 3:52 pm

ליגט מיר אין קאפ אז רנ"א וועקשטיין האט אמאל געשריבן איבער די משפחה, קען איינער ביטע ארויסהעלפן?

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:35 pm

אין די לעצטע עלי זכרון (נומבער 39) שטייט עפעס וועגן הרב ר' ישראל גרינפעלד ממעזשילאבריץ, בנו של הרב ר' יהושע העשיל גרינפעלד ממיהאלאוויץ בן אחיו ויליד ביתו של הגאון הקדוש רבי שאול יחזקאל מליטשיק בעל מגן שאול.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

קליינווארדיין
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:13 am

ר שאול יחזקאל גרינפלד מליטשיק זצ"ל

תגובהדורך קליינווארדיין » מיטוואך מאי 15, 2019 2:53 pm

ר שאול יחזקאל גרינפלד מליטשיק זצ"ל ליגט אין דעם ביה"ח.
Michalovce, Slovakia 68 P. O. Hviezdoslava

איינער ווייסט צו מ' דארף רופן א שומר צו עפענען דעם גדר ?
אדער ס'דא א נומער שלאס -אזוי זאגט נסיעה טובה עפפ- אויפן גוגעל סטריט וויא זעה איך נישט קיין נומער שלאס.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך מאי 15, 2019 5:13 pm

ר' אליעזר ליימזידער ז"ל שווער פון ר'יחזקאל ווערצבערגער-שמש הי"ד און ר' עזריאל גליק ז"ל איז אויך געווען א'ן אייניקל. ווייסט איינער ווי אזוי?

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מיטוואך מאי 15, 2019 7:24 pm

ווען איך בין דארט געווען האב איך נישט געטראפן די אדרעסס פון שומר
בין איך איבער געקראכן די גדר
IMG_3663.JPG
IMG_3663.JPG (444.55 KiB) געזעהן 986 מאל

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך מאי 15, 2019 8:35 pm

אב"ד ויזניץ מאנטריאל איז אן אייניקל?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יוני 26, 2019 4:05 pm

טריסקער האט געשריבן:הרב מוציא לאור, אויב כאפ איך וואס דא גייט פאר איז רבי שאול ליטשיקערס שווער, ר' צבי הירש זאווידקער, אויך די שווער פון ר' אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא, וואס דאן גייט דאס אריין אינעם אלטן טענה'ריי אויב די ראזענבערג משפחה זענען אייניקלעך פונעם בעש"ט.

דאס איז יא קראנט אז רבי שאול ליטשיקער איז געווען א שוואגער מיט רבי אברהם עביר ראזענבערג מזאווידקא?

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » מיטוואך יוני 26, 2019 4:11 pm

אלטן דור האט געשריבן:ווען איך בין דארט געווען האב איך נישט געטראפן די אדרעסס פון שומר
בין איך איבער געקראכן די גדר
IMG_3663.JPG

איז די נומבער נאך אקטיוו ?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך יוני 26, 2019 7:47 pm

לאחרונה שמעתי מנכדי הרה"ק רבי שאול ליטשיקער שהם נכדי הבעש"ט האם משהו יודע סדר היחוס?

מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:49 pm

תגובהדורך מוציא לאור » דאנארשטאג יוני 27, 2019 8:00 am

dovidal האט געשריבן:לאחרונה שמעתי מנכדי הרה"ק רבי שאול ליטשיקער שהם נכדי הבעש"ט האם משהו יודע סדר היחוס?


אויב ס'איז ריכטיג, גייט עס אזוי:

ר' שאול יחזקאל גרינפעלד (ליטשיקער) חתן
ר' צבי הירש זאוועטקער וזו' מרת ביילא רויזנבערג בת
ר' צבי הירש מטשערין וזו' מרת פעריל (אחות הרה"ק ר"נ מברסלב) בת
ר' שמחה וזו' פייגא בת
ר' יחיאל וזו' אדל בת
מרן הבעש"ט זיע"א
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 27, 2019 8:31 am

משהלע האט געשריבן:אב"ד ויזניץ מאנטריאל איז אן אייניקל?

שמעתי אז אב"ד ויזניץ מאנטריאל הג״ר אשר גרינפעלד שליט״א איז אן אייניקל.
----
אגב. הג״ר אשר שליט״א שטאמט פון שווייץ.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 8:34 am

א דאנק

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:24 am

dovidal האט געשריבן:לאחרונה שמעתי מנכדי הרה"ק רבי שאול ליטשיקער שהם נכדי הבעש"ט האם משהו יודע סדר היחוס?


עס האט נישט קיין שום קראנטע מקור. פינטל

א געשמאקע ניק
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 18, 2019 11:50 am

תגובהדורך א געשמאקע ניק » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:00 am

אוראייניקל האט געשריבן:ר' אליעזר ליימזידער ז"ל שווער פון ר'יחזקאל ווערצבערגער-שמש הי"ד און ר' עזריאל גליק ז"ל איז אויך געווען א'ן אייניקל. ווייסט איינער ווי אזוי?

ר'אליעזר'ס טאטע האט געהייסען ר'שלמה זיין מאמע האט געהייסען מרס. שיינדעל זי איז געווען א טאכטער פון יצחק גרינפעלד בן רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל

ביליצר
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2016 6:13 am

תגובהדורך ביליצר » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:56 pm

א חתימה אויף א ספר וז"ל "אברהם שלמה שו"ב גרינפלד שנת תרח"ץ לפ"ק " ווער איז דאס??

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:44 am

ביליצר האט געשריבן:א חתימה אויף א ספר וז"ל "אברהם שלמה שו"ב גרינפלד שנת תרח"ץ לפ"ק " ווער איז דאס??

לייג ארויף די חתימה און לייג עס אינעם אשכול ווי ס'באלאנגט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט