רבי שאול יחזקאל גרינפעלד מליטשיק זצ"ל - מח"ס מגן שאול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » דינסטאג יוני 20, 2017 3:46 pm

שיח יצחק האט געשריבן:עס איז דא א ספר מגן בית שאול פון ר' דוד לייב גרינפעד שליט''א יו''ר משמרת סת''ם די גאנצע משפחה דער ר' שאול יחזקאל ע''ה איז געווען א ברידער פון קאשוי רב ז''ל שווער



גערעכט, און זיי זענען געווען אייניקלעך פון ר' יהושע העשיל גרינפעלד, בן אחיו פונעם מגן שאול וואס ליגט הארט נעבן זיין פעטער אין מיהאלאוויץ. זיי זענען נישט קיין אייניקלעך פונעם מגן שאול. דער ר' שאול יחזקאל וואס פארשלאפן ברענגט, האט שטארק ארויסגעהאלפן זיין נעפיו קאשויער רב ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע.

לעצטענס איז ארויסגעקומען א נייע ספר 'היכל מגן שאול', מיט חידושים פון מגן שאול'ס אייניקלעך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20963
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 20, 2017 3:48 pm

גלות אמעריקא האט געשריבן:דער ר' שאול יחזקאל וואס פארשלאפן ברענגט, האט שטארק ארויסגעהאלפן זיין נעפיו קאשויער רב ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע.ך

איז עס דען מעגליך? נפטר ניסן תרע"ח.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

joegreen
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דינסטאג יוני 20, 2017 4:31 pm

[/quote]
איז עס דען מעגליך? נפטר ניסן תרע"ח.[/quote]

ע״כ צ״ל לא דק אין ר׳ שאול יחזקאל הנ״ל׳ס קינדער האבען זיך מקרב געווען פאר קאשוי רב איינע פין זיינע קינדער כמדומה לי ר׳ משה האט איבערגעגעבן זיין דירה פאר׳ן רב אין ער מיט זיין משפחה זענען ארויף אין די בוידעם.

אגב ר׳ אברהם שלמה אביו של ר׳ שאול יחזקאל וואס מ׳האט געלייגט א בילד פין די מצבה אין קווינס איז געווען בנו של הרה״ח ר׳ יהושע העשיל ב״א של המגן שאול ווי גלות האט דערמאנט אין א שוואגער מיט ר׳ אברהם שלמה בן ר׳ יצחק בן המגן שאול וואס איז געווען אן איידעם ביי הרה״ח ר׳ יהושע העשיל.

קומט אויס אז ר׳ מאיר יעקב מירושלים/באסטען הנ״ל איז געווען א first removed cousin מיט ר׳ שאול יחזקאל

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 3:52 pm

ליגט מיר אין קאפ אז רנ"א וועקשטיין האט אמאל געשריבן איבער די משפחה, קען איינער ביטע ארויסהעלפן?

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:35 pm

אין די לעצטע עלי זכרון (נומבער 39) שטייט עפעס וועגן הרב ר' ישראל גרינפעלד ממעזשילאבריץ, בנו של הרב ר' יהושע העשיל גרינפעלד ממיהאלאוויץ בן אחיו ויליד ביתו של הגאון הקדוש רבי שאול יחזקאל מליטשיק בעל מגן שאול.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

קליינווארדיין
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:13 am

ר שאול יחזקאל גרינפלד מליטשיק זצ"ל

תגובהדורך קליינווארדיין » מיטוואך מאי 15, 2019 2:53 pm

ר שאול יחזקאל גרינפלד מליטשיק זצ"ל ליגט אין דעם ביה"ח.
Michalovce, Slovakia 68 P. O. Hviezdoslava

איינער ווייסט צו מ' דארף רופן א שומר צו עפענען דעם גדר ?
אדער ס'דא א נומער שלאס -אזוי זאגט נסיעה טובה עפפ- אויפן גוגעל סטריט וויא זעה איך נישט קיין נומער שלאס.

אוראייניקל
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך מאי 15, 2019 5:13 pm

ר' אליעזר ליימזידער ז"ל שווער פון ר'יחזקאל ווערצבערגער-שמש הי"ד און ר' עזריאל גליק ז"ל איז אויך געווען א'ן אייניקל. ווייסט איינער ווי אזוי?

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מיטוואך מאי 15, 2019 7:24 pm

ווען איך בין דארט געווען האב איך נישט געטראפן די אדרעסס פון שומר
בין איך איבער געקראכן די גדר
IMG_3663.JPG
IMG_3663.JPG (444.55 KiB) געזעהן 63 מאל

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך מאי 15, 2019 8:35 pm

אב"ד ויזניץ מאנטריאל איז אן אייניקל?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 12 געסט