לוח היארצייטן - חסידים ואנשי מעשה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע: כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

יארצייטען פון אנשי שם און (לאו דוקא) רבנים ואדמורי"ם

תגובהדורך רעבעניו איטשע » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 2:55 pm

חשוב'ע חברים,
"אייוועלט" האט ב"ה מצליח געווען צו דינען כשמו "אידישע וועלט", ווען עס איז ב"ה זייער אויפגעפיקט ארום די "די אידישע וועלט", עס דינט ווי א אנציקאפלעדיע פאר אידען ארום די וועלט פאר אלעם און אלעס,
פולע יארען איידער איך האב מיר גענומען די מיה זיך ארויפציסיינען האב איך לאנגע שעות פארברענגט ביים שפאצירען אין דעם וויינגארטען אלץ גאסט און באטראכט די הערליכע אשכולות און טרויבעלעך און ראזשינקעס אין די געסעלעך פון אייוועלט, ווען איך טרינק מיט דורשט די פולע אינפארמאציע וואס די "אייוועלט" וויינגארטען האט געהאלטען אין איין אפדעיטען, אן ארבעט וואס איז ראוי לשבח גדול מאד ואין גומרין עליו את ההלל,
"גוט" האט דאך נישט קיין גרעניץ, און מען קען כסדר מוסיף זיין און גיין מחיל אל חיל, דעריבער האב איך געוואלט מציע זיין אז אזוי ווי עס איז דא א אשכול מיטן נאמען "ברוך דיין האמת", זאל אויך זיין א אשכול מיט די נאמען "יארצייטען פון אנשי שם און (לאו דוקא) רבנים ואדמורי"ם", וועלכע זאל דינען ווי א דערמאנוג אשכול איבער געשעצטע פרעזענדליכקייטען אינעם היימישען אידישע וועלט,
אנשי שם ווי בארימטע תלמידי חכמים, בארימטע עסקנים, אדער סתם פארצייטישע אידען בעלי שם טוב, וועלכע אסאך פון אונז וועלען זיך פרייען ווען מען וועט זיי מזכיר זיין דא לטובה, און פארשטייט זיך צוברענגען א בילד א שיינעם,
פארשטייט זיך אז רבנים און אדמורי"ם זענען אויך וועלקאם אינעם אשכול, אבער איך דענק אז פון רבנים און רבי'ס ווייסט מען גענוג, אבער פון אידען וועלכע האבען נישט געטראגען א רבני'שע אדער רבי'שע טיטול רעדט מען ווייניג און מיר פארגעסען פון די גרויסע מענטשען, און בעיקר דער יונגער דור ווייסט נישט ווער די אידען זענען געווען, און דאס קאן זיין א גרויסער אויפטוה פאר די ציבור,
דעריבער אפעליר איך צום עולם, איר ווייסט פון א יארצייט פון א איד א איש שם טוב? לייגט אים ארויף און זייט מזכה דעם עולם און די זעלבע צייט איז עס א ריכטיגע הזכרת נשמות, ווען מיט דעם וואס מען וועט זען און הערען זיינע גוטע מעשים וואס וועלען דינען אלץ מוסר השכל, וועט עס זיין א גרויסער טובה פאר די נשמה.

ויושר ילוצי בעדינו חיות אש
רעבעניו איטשע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 10:43 am

מארגען ז חשון איז דער יארצייט פון הרה"ח יוסף בן משה הלוי ראזענבערגער זצ"ל MR SHATNEZ דער מיסד פון שעטנז טעסטינג און דער רבי פון אלע בודקי שעטנז
פון דא און ווייטער א ביסעל זכרונות פון די וואס געדענקען אים פון זייערע קינדערישע יארען
אויך en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Rosenberger
און דא
און דא
איינס פון זיינע פילע עדס
יארען לאנג האט ער געדריקט א לוח פאר בה"מ

לפי זכרוני איז ער געווען שטארק בייהילפיג ביים גרינדונג פון הצלה און די ערשטע OXYGEN TANKS זענען געווען ביי אים אין ביורא

ער האט געלאזט בצוואה פאר דעם ציבור בעטענדיג מ'זאל לערנען לע"נ אזוי ווי ער האט ניט געהאט קיין צייט לערנען זייענדיג טרוד בצרכי רבים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17937
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 11:13 am

ר' יוסף ז"ל איז געוועזן אן ערליכער איד און א רעכטער מזכה את הרבים.

ז"ל החובת הלבבות שער אהבת ה':
" וראוי לך אחי לדעת כי זכיות המאמין אפילו יהי' מגיע אל התכלית הרחוקה בתקון נפשו לאלקים יתברך ואילו הי' קרוב למלאכים במדותם הטובות ומנהגיהם המשובחים והשתדלותם בעבודת הבורא ואהבתם הזכה בו אינם כזכיות מי שמורה בני אדם אל הדרך הטובה ומישר הרשעים אל עבודת הבורא שזכיותיו נכפלות בעבור זכיותם בכל הימים ובכל הזמנים"
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 3:45 pm

נאך הרה"ח ר' יוסף ראזענבערגער זצ"ל איז נאר יושר דערמאנען זיין ערשטער תומך ה _____ ר" אלימלך גבריא' טרעסס זצ"ל א תמוז
דערמאנט דא אין IVELT אויף א שפילקע קעפעל
אין אידישער ווארט
נאך אן ארטיקעל איו אידישער ווארט

מו"ח ז"ל אזוי ווי צאללאזע אנדערע איז ג'קימען קיין ארה"ב מיט א כתב רבנות פון "מייק"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 5:03 pm

וועגען "מייק" זצ"ל פון א חבר אויף ענגליש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 11:36 pm

געהערט ביי מעריב
היינט נאכט ער יא"צ פון הרה"ג ר' מאיר שאפירא ז"ל און
ר' שמחה עלבערג ז"ל עורך "הפרדס" דער ערשטער מגיד שיעור פון דף יומי אין ב"פ

טרעוולער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » זונטאג אוקטובער 13, 2013 4:20 am

איך האלט אז מ'דארף דא שרייבן יארצייטן. פשוט אז אייניקליך זאלן וויסן צו לערנען משניות צינדען א ליכט וכדו' . אמאליגע אידן זענען כמעט נישט ארויס אויפן פעלד (ביה"ח) ביי א יארצייט חוץ פון א גרויסן רבי'ן/ רב. ס'שווערער געווען ויי היינט אבער א ליכטעל האט מען געצונדן . היינט ווען מ'פארט נסיעות אויף כל קצוי תבל ס'קאסט געלט מוטשענישאון און אסאך מאל שלום בית אויך, און פארט גייט מען. איז א בושה אז אפילו די ביה"ח איז אין שטאט גייט מען כמעט נישט, ס'שווער צו האבן מנין אפילו אין סקווער/ וויזניץ מאנסי/קרית יואל די אייניקליך האלטן נישט ביים גיין .


געהערט אמאל א גוט ווארט פון ר'יצחק שווארץ ע"ה זיין טאטע ר'יהוסף ע"ה ליגט אין נוי דזערזי ( גראדע ער אויך) און ס'קוים דא מנין און ער האט א געוואלד מיט אייניקליך בליע"ה כידוע, האט ר' יצחק געזאגט אשאד מיין טאטע ליגט נישט אין יוראפ דעמאלטס וואלט איך יעדעס יאר געהאט גרויס מנין...

הרב יוראפ מיין איך האט שוין אלע מצבות פון גרעיטאר נוי יארק / דזשערזי מיט פונקטליכע יארצייטן אפשר זאל מען אים בעטן א ליסט לויט די טעג און עס דא ארויפלייגן די זכות וועט אים זיכער ביישטיין .
א דאנק פון פראנויס

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 13, 2013 10:10 am

ב ניסן
Capture.JPG
Capture.JPG (25.23 KiB) געזעהן 3234 מאל

א סך אידען מציל געווען בימי הזעם געווען דער וואס האט ערלעדיגט און 38 ביים צר הצורר ימ"ש דעם קינדער טראספארט
פון עסטרייך און תש"ב אנגעקומען קיין ארה"ב און איז וויטער געווען אקטיוו און הצלה און אויך פון די מיסדים וראשים פון קהל עדת יראים
באקאנט אלס Julius Steinfeld
דא אן העתקה ווי כ"ק אדמו"ר סקולען שליט"א
דערמאנט אים אין א בריעף פון בעלגיע נאך דעם באפרייען פון ראמעניע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 13, 2013 10:58 am


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 13, 2013 2:20 pm

י"א שבט
האשה החשובה גדולת המעש מרת רעכא שטערנבוך (וואס שרייבט מען? ע"ה איז נישט ג'נוג) בת הרהגה"צ מרדכי ראטענבערג אבד״ק אנטווערפען זצ"ל הי"ד
נפטרה בש"ק בשלח ווען די הפטרה איז שירת דבורה
מילי דהספידא
מעשי'
סיפור על ידי גיסה
דורן בר מצוה של בנה ראש ישיבת באבוב לאנדאן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 9:51 am

ג אדר א
הרב שלמה בן הרה"ג רי אביגדור שאנפעלד דער מיסד פון התאחדות קהילות החרדים אין לאנדאן
הרב שלמה איז געפארען פון ענגלטנד לערנען אין נייטרא ווי ער איז געווארען מקושר צום רב'ס איידעם הרהג"הצ ר חמ"ד זצ"ל
און שפעטער בימי הזעם ואחריה עוסק געווען בפעולות הצלה ער איז געווען דער וואס האט ג'האלפען פאר
ר יעקב שלמה שטיינפעלד מיט דעם קינער טראנספארט
ער האט אויסגעניצט די קשרים פון זיין שווער דער טשיף ראביי הערץ און אינטער דעם נאמען
Chief Rabbi’s Religious Emergency Council (ער אליין אז געווען דער גאנצער קאונסיל)
אויפעטוען גדולות ונצורות
אויך האט ער אויפגעטוען גרויסע זאכען אין בויען אידישקייט אין לאנדאן, ער איז געווען ווער עס האט ג'ברענגט הרהגה"צ ר חנוך דוב פאדווא קיין לאנדאן

עס איז דא א בוך
Kranzler, David (2003). Holocaust Hero: the Untold Story of Solomon Schonfeld,
the British Rabbi Who Saved Thousands of Jews During the Holocaust

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:06 pm

געבליבען וואונען מיט א פרוי נישט לפי רוחו, פשוט מיט א מסירת נפש, ווייל אזוי האט ער געקענט מער אויפטאן מיטן שווערס נאמען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 10:43 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:געבליבען וואונען מיט א פרוי נישט לפי רוחו, פשוט מיט א מסירת נפש, ווייל אזוי האט ער געקענט מער אויפטאן מיטן שווערס נאמען!

מיר א פלא ווי דער זון פון דעם מיסד פון איחוד הקהילות א נייטרא תלמיד וכ' וכ' איז אנגעקימען און שטיב פון the first graduate of Jewish Theological Seminary of America
__
עס האט טייער געקאסט
לכה"פ איין זון DR JEREMY איז א פראפעססאר און ___

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מוצ"ש דעצמבער 07, 2013 9:01 pm

ד טבת
ר יצחק מאיר ביונים ז"ל
געווען שטארק אקטייו אין דער אמעריקאנער ועד הצלה בימי הזעם
אין געשטאנען לימינו פון הרגה"צ ר אהרון קוטלער זי"ע ובנו הרגה"צ ר יוסף חיים שניאור זצ"ל ביסוד וקיום הישיבה
וואס ער האט געשריבען וועגען זיין שיתוף פעילה מיט הצדיק ר' יעקב גריפעל זצ"ל
במ"ג האט אים ג'געבען א ס"ת אלס הכרת הטוב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 02, 2014 9:09 am

היינט נאכט דע יארצייט

קיקיון האט געשריבן:ג אדר א
הרב שלמה בן הרה"ג רי אביגדור שאנפעלד דער מיסד פון התאחדות קהילות החרדים אין לאנדאן
הרב שלמה איז געפארען פון ענגלטנד לערנען אין נייטרא ווי ער איז געווארען מקושר צום רב'ס איידעם הרהג"הצ ר חמ"ד זצ"ל
און שפעטער בימי הזעם ואחריה עוסק געווען בפעולות הצלה ער איז געווען דער וואס האט ג'האלפען פאר
ר יעקב שלמה שטיינפעלד מיט דעם קינער טראנספארט
ער האט אויסגעניצט די קשרים פון זיין שווער דער טשיף ראביי הערץ און אינטער דעם נאמען
Chief Rabbi’s Religious Emergency Council (ער אליין אז געווען דער גאנצער קאונסיל)
אויפעטוען גדולות ונצורות
אויך האט ער אויפגעטוען גרויסע זאכען אין בויען אידישקייט אין לאנדאן, ער איז געווען ווער עס האט ג'ברענגט הרהגה"צ ר חנוך דוב פאדווא קיין לאנדאן

עס איז דא א בוך
Kranzler, David (2003). Holocaust Hero: the Untold Story of Solomon Schonfeld,
the British Rabbi Who Saved Thousands of Jews During the Holocaust

קיקיון האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:געבליבען וואונען מיט א פרוי נישט לפי רוחו, פשוט מיט א מסירת נפש, ווייל אזוי האט ער געקענט מער אויפטאן מיטן שווערס נאמען!

מיר א פלא ווי דער זון פון דעם מיסד פון איחוד הקהילות א נייטרא תלמיד וכ' וכ' איז אנגעקימען און שטיב פון the first graduate of Jewish Theological Seminary of America
__
עס האט טייער געקאסט
לכה"פ איין זון DR JEREMY איז א פראפעססאר און ___

אין HAMODIA איז דא אן ארטיקל שרייבען זיי
HS DIED A LONELY MAN

לא אוכל עוד להניח העט מידי טרם אברר את איזה מידידי שעזרו לי בדחקי הגדול. בראשונה יזכר לטוב אדם אחד מאלפי אלפים ה״ה הרה״ג מוה״ר ד״ר שלמה שאהנפעלד שליט״א, רב הראשי של התאחדות קהלות החרדים פה בקמ״ר לונדון יצ״ו, הוא הגבר שמסר נפשו והציל נפשות למאות מתחת צפרני הנאצים הארורים ימ״ש לפני המלחמה הנוראה וגם אחרי׳, הוציא מאות אנשים מתחת כור הברזל שמאחורי מסד הברזל ועמל לספקם בצרכיהם ההכרחיים עד שידו מגעת, והוא הגבר הוקם על עולה של תורה ויראה שהרחיב ובצר את בנין קהלות החרדים שיסדו אביו המנוח הרה״ג ר׳ ד״ר אביגדור שאהנפעלד ז״ל, ואפשר לכמה אלפים משפחות חרדיות ליהנות ממוסדות הציבוריים כמו כשרות ומקוואות ועוד, כאשר בקהלות המפוארות הישנות בימי אבותינו ז״ל, והוא הוא שלוחם בכל עוז ותעצומות את מלחמת ה׳ ותורתו מיד מחבלי׳ ומהרסי׳ ואך ורק הודות לעמלו ומאמציו מבלי ליאות, לילה לא ינוח ויומם לא ישקוט, הוכשרה הקרקע פה להתפתחות ישוב חרדי מסורתי להפליא. הוא הגבר אשר מיטיב לכל אדם, אץ ורץ כל היום בצרכי צבור ולטובת יחידים שפונים לעזרתו להיות להם לפה אצל הערכאות השונות ואצל נגידי עמינו וחברות ההטבה. הוא הגבר שהציל גם אותי והביאני לכאן, וגם קבלתי מאתו תמיכה הגונה, שעי״כ הוטב מעט מעמדי מכפי שהי׳ לפנים. יבורר הוא וכל אשר לו בברית גופא וזרעא חיא וקימא בעושר ואושר לאורד ימים ושנים עד בג״צ בב״א:


הרב אלישע ראזענפעלד

פלאחותיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:39 pm

כ"ב אדר ב'
היינט איז די יארצייט פונעם סוואליעווער רב הרה"צ ר' יצחק אייזיק ב"ר אברהם ווייס בעמח"ס בית יצחק על מסכת מגילה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 24, 2014 1:26 pm

פלאחותיך האט געשריבן:כ"ב אדר ב'
היינט איז די יארצייט פונעם סוואליעווער רב הרה"צ ר' יצחק אייזיק ב"ר אברהם ווייס בעמח"ס בית יצחק על מסכת מגילה

עמוד ג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

מארגען ז חשון איז דער יארצייט פון הרה"ח יוסף בן משה הלוי ראז

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 6:20 pm

קיקיון האט געשריבן:מארגען ז חשון איז דער יארצייט פון הרה"ח יוסף בן משה הלוי ראזענבערגער זצ"ל MR SHATNEZ דער מיסד פון שעטנז טעסטינג און דער רבי פון אלע בודקי שעטנז
פון דא און ווייטער א ביסעל זכרונות פון די וואס געדענקען אים פון זייערע קינדערישע יארען
אויך en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Rosenberger
און דא
און דא
איינס פון זיינע פילע עדס
יארען לאנג האט ער געדריקט א לוח פאר בה"מ

לפי זכרוני איז ער געווען שטארק בייהילפיג ביים גרינדונג פון הצלה און די ערשטע OXYGEN TANKS זענען געווען ביי אים אין ביורא

ער האט געלאזט בצוואה פאר דעם ציבור בעטענדיג מ'זאל לערנען לע"נ אזוי ווי ער האט ניט געהאט קיין צייט לערנען זייענדיג טרוד בצרכי רבים

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 7:40 pm

[quote="קיקיון"]מארגען ז חשון איז דער יארצייט פון הרה"ח יוסף בן משה הלוי ראזענבערגער זצ"לquote]q]
צוגעלייגטע
89990.jpg

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:34 pm

היינט איז די יארצייט פון

הרה"ח ר' מנחם מענדל ב"ר אברהם זאנוויל גערטנער ע"ה

כ"ט אדר תשע"א לפ"ק
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 8:16 pm

היינט ב' אדר א' איז געוועהן די פינף'טע יארצייט פון הרה"צ החסיד ר' זלמן אשכנזי זצ"ל איש החסד
אויך איז געוועהן [סתם אדר] די ערשטע יארצייט, פון הגאון הישיש הרה"ח רבי לוי רבינוביץ זצ"ל בעל "מעדני השולחן" אויף יורה דעה,
ער האט זיך אינטערגענומען עס שרייבען ווען ער האט געהערט פון די פטירה פון'עם חפץ חיים זצ"ל, כך שמעתי, מאחד מאנשי ירושלים,

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:11 pm

נעכטען ז חשון איז געווען דער יארצייט פון הרה"ח יוסף בן משה הלוי ראזענבערגער זצ"ל

קיקיון האט געשריבן:מארגען ז חשון איז דער יארצייט פון הרה"ח יוסף בן משה הלוי ראזענבערגער זצ"ל MR SHATNEZ

דער מיסד פון שעטנז טעסטינג און דער רבי פון אלע בודקי שעטנז
פון דא און ווייטער א ביסעל זכרונות פון די וואס געדענקען אים פון זייערע קינדערישע יארען
אויך en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Rosenberger
און דא
און דא
איינס פון זיינע פילע עדס
יארען לאנג האט ער געדריקט א לוח פאר בה"מ

לפי זכרוני איז ער געווען שטארק בייהילפיג ביים גרינדונג פון הצלה און די ערשטע OXYGEN TANKS זענען געווען ביי אים אין ביורא

ער האט געלאזט בצוואה פאר דעם ציבור בעטענדיג מ'זאל לערנען לע"נ אזוי ווי ער האט ניט געהאט קיין צייט לערנען זייענדיג טרוד בצרכי רבים


farshlufen האט געשריבן:ר' יוסף ז"ל איז געוועזן אן ערליכער איד און א רעכטער מזכה את הרבים.

ז"ל החובת הלבבות שער אהבת ה':
" וראוי לך אחי לדעת כי זכיות המאמין אפילו יהי' מגיע אל התכלית הרחוקה בתקון נפשו לאלקים יתברך ואילו הי' קרוב למלאכים במדותם הטובות ומנהגיהם המשובחים והשתדלותם בעבודת הבורא ואהבתם הזכה בו אינם כזכיות מי שמורה בני אדם אל הדרך הטובה ומישר הרשעים אל עבודת הבורא שזכיותיו נכפלות בעבור זכיותם בכל הימים ובכל הזמנים"

אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

כ"ח חשון

תגובהדורך ZARNOW » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 7:53 am

הרה"ח רבי שלום דוד הורוביץ זצ"ל פון קראקא
מזקני חסידי גור (פון אינדערהיים איז ער געעוען א אלכסנדר חסיד).
ומראשי אגודת ישראל באנטוורפן
סוף ימיו האט ער געוואוינט און ארץ ישראל - בני ברק
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
מכון אור הגנוז

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

רבי מאיר אבצן - מחסידי ליובאוויטש

תגובהדורך הירשל ציג » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 12:42 pm

אוועק כ"ט מרחשון תשס"ב
צוגעלייגטע
Meir Avtzon 13 sivan 5750.jpg
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 12:08 pm

היינט י"ד כיסליו איז דער יארצייט פון
רי מנשה בן ישראל אמסטערדאם ולאנדאן ה'תי"ח ומנו"כ באמסטערדאם
וואס די גדולי ישרא' בדורו האבען געהאלטען פון אים אלס אדם גדול
ווייס איך נישט אבער אן ערליכער און א איש המעש איז ער זיכער געווען
מספריו




תלמיד חכם, בעל בית דפוס ומדינאי דגול: ר' מנשה בן ישראל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ozd און 17 געסט