ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל - כ”ח ניסן תשכ”ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל - כ”ח ניסן תשכ”ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

לעווי האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:הרה''ח הצדיק המפורסם ר' יוסף יצחק זצ''ל פרנס וואס האט געוואינט אין בארא-פארק [וואס איז ווערט איין
אשכול פאר זעך]


אדרבא, קריינא דאיגרתא.

געווען די וואך אין די עמי א שיינע מסירת נפש מעשה פון הרב פרנס ז"ל.

אין די אנהויב פון די 1900 יארן, האט הרב יוסף יצחק און זיין ווייב פייגא פריידא פרנס ז"ל אימיגרירט קיין אמעריקא פון די שטאט דוקלא, גאליציע. זיי האבן זיך איינקווארטירט אין איינע פון די אפארטמענט געביידעס אין די לאוער איסט סייד, וואס איז אין יענע צייט געווען די צענטער פון די 'אידישע' ניו יארק. רענט האבן זיי געצאלט $5 א חודש, און ער האט געטראפן א דזשאב אין איינע פון די פעקטאריס אין מאנהעטען. זייענדיג אן ערליכער איד איז ער פרייטאג אריינגעגאנגען צו זיין בעל הבית, און שיינערהייט מסביר געווען אז אלץ איד איז אים אוממעגליך אריינצוקומען מארגן צו דער ארבעט, דער בעל הבית ענטפערט אים אויפגערעגטערהייט, דא האסטו דיין געהאלט פון די וואך, און זיי מוחל מאנטאג זוך דיר א צווייט מקום. אזוי איז ער געגאנגען מאנטאג זוכן א נייע שטעלע, און פרייטאג האט זיך איבערגעשפיעלט די זעלבע מעשה, מ'האט אים פארשיקט מיט בזיונות, וחוזר חלילה. נאך א שטיק צייט האט ער זיך שוין ערווארבן א רעפוטאציע אלץ טראבל מעיקער, און קיינער האט אים שוין נישט געוואלט אויפנעמן.

אז ס'איז נישטא קיין געלט איז נישטא קיין רענט, און דער לענדלארד האט אים עוויקטעד און ארויסגעווארפן אויפן שנייאיגן גאס אים מיט זיין ווייב און זייערע אכט קינדער!, זיי האבן נישט געהאט קיין קרובים, און קיין שטאטישע פראגראמען איז נאך דעמאלטס נישט געווען, זיי זענען געווען אזעלכע עניים אויף וועם די בריסקע וואלטן רואיגערהייט מקיים געווען מתנות לאביונים.

דער סופער פון די בילדינג האט צוגעזעהן דעם ספעקטעקאל און זיין הארץ איז צוגאנגען, איז ער צוגעגאנגען צו ר' יוסף יצחק און זאגט אים: איך בין נישט דער בעל הבית פון דעם בנין, און איך קען דיר נישט צוריק אריינלאזן אין די דירה, אבער דא אונטן איז דא א בוילער צימער ווי די בוילער האט אפערירט אויף קוילן מ'האט עס גערופן די coal room, אז דו ווילסט קען איך דיר עפענען, און דו קענסט דיך אויפהאלטן דארט ווילאנג וועסט טרעפן עפעס אן אלטערנאטיוו. נישט האבענדיג קיין 2 ברירות האט ער אקצעפטירט דעם אפפער, און ער האט זיך אריינגעצויגן אהין.

די אמאליגע קוילן בוילערס פלעגן ארויסגעבן א געדעכטע שווארצע שטויב וואס האט פארשווארצט דעם גאנצן ארום, די 8 לעכטיגע קינדערלעך זענען געווארן אינגאנצן שווארץ פון דעם שטויב, אבער קיין אנדערע אפציע איז נישט געווען. קיין וועלפעיר איז נאך דאן נישט געווען און ר' יוסף יצחק איז ארומגעגאנגען פעדלען פארדינענדיג אפאר צענט און מיט דעם האבן זיי געקענט קויפן עפעס צו עסן, אבער אויף רענט האט דאס נישט געקלעקט, זענען זיין בלית ברירה געבליבן וואוינען אין דעם דומפיגן שווארצן קעלער.

ויהי היום, די קינדערלעך שפילן זיך אויפן גאס, שפאצירט אריבער א פרייער איד, אבער נישט סתם איינער, דאס איז געווען מר. ביסטאן! א גרויסער עושר, און ער באמערקט וויאזוי די אידיש רעדענדע קינדערלעך שפילן זיך אזוי זיס, און ער גיבט זיך א רוף אן אזוי שמייכעלדיג, קוק אן! אין ניו יארק רעדן אפי' די שחורים אידיש!, ווען איינע פון די קינדער האט דאס געהערט, דרייט ער זיך אויס און גיבט ער א זאג פאר מר. ביסטאן, אונז זעמיר נישט קיין שווארצע, אונז זעמיר אידן!

מר. ביסטאן ווערט געכאפט אין א קענטיגע שאק, און דאס קינד איז אים מסביר דעם גאנצן השתלשלות וויאזוי זיי האבן זיך געמוזט אריינציען אין דעם שווארצן קעלער צוליב זייער טאטעס קאמפראמיסלאזע שמירת שבת אא"וו. מר. ביסטאן בעט דאס אינגעלע זאל אים צופירן צו זיין טאטן, ער גייט אראפ די טרעפ צום בעיסמענט ביז ער טרעפ זיך מיט ר' יוסף יצחק און ער כאפט א התפעלות פון דעם איד'ס מסירת נפש, ער זאגט אים דא האסטו, איך גיב דיר די סומע פון פ-י-נ-ע-ף ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט טאלער (א סכום מיט וואס מ'וואלט דעמאלטס געקענט קויפן א גאנצן בנין), גיי און קויף דיר א הויז. ר' יוסף יצחק זאגט איין מינוט, ער גייט אריין צו זיין ווייב, און פארציילט איר אז דא שטייט א איד וואס איז זיי גרייט צו געבן $500 וואס קען זיי ארויסנעמן מאפילה לאור גדול, ער וואלט עס נישט גענומען, ווייל ער וויל נישט נעמן קיין טריפה'נע געלט, אבער ער קען נישט זיין קיין פרומער אויף איר חשבון, און אויב זי וויל, וועט ער אקצעפטירן זיין נדבה. זי פארטראכט זיך פאר א מינוט, און רופט זיך אן אז זי וויל אויך נישט נעמן דאס געלט!. ר' יוסף יצחק רופט זיך אן צו מר. ביסטאן, טענק יו ווערי מאטש, אבער אזוי ווי דו ביזט נישט קיין שומר שבת ווילן מיר נישט נעמן דיין געלט. מר. ביסטאן גייט ער ארויס פון דארט אינגאנצן צוקאכט.

ער קומט אהיים צו זיין ווייב און פארציילט איר פון די crazy greenhorns, ווי דער איד האט נישט קיין אחריות אויף זיין ווייב און קינדער, א איד איז אים גרייט רייך צו מאכן איבערנאכט, און ער בלייבט אזוי הארצלאז אין דעם דומפיגן קעלער. אינמיטן פארציילן, זעהט ער ווי זיין ווייב וויינט, איז עווריטינג אללרייט? פרעגט ער. נאכן זיך בארואיגן רופט זיך אן זיין ווייב צו אים: דו געדענקסט נאך ווען אונז זעמיר געווען פונקט אזוינע crazy greenhorns ? אונז פלעגן היטן שבת און כשרות, נאכן אהערקומען דא אין די טריפה'נע מדינה, פרנסה איז געווען שווער, און מיט שמירת שבת כמעט אוממעגליך, מיר האבן מחליט געווען אויפצוהערן היטן שבת ביז די מצב וועט זיך פארבעסערן, מיט די צייט זענען מיר באגליקט געווארן מיט עשירות, אבער מיר זענען קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען צו שמירת שבת, און דאס באדערט מיך!.

מר. איז געווארן סורפרייזד, פאלט אריין אין דעם פאטעל, און לאזט זיינע מחשבות לויפן, אזוי גייט אריבער 20 מינוט, ער שטעלט זיך אויף און רופט זיך אן צו זיין ווייב. איך בין מיך מקבל צו מהיום והלאה צו היטן שבת!! ביזטו גרייט אויף דעם זעלבן קבלה ? פרייליכערהייט שטימט זי מיט, יא!.

ער טוט אן דעם אויבערראק, שפאצירט ארויס פונדערהיים אויף זיין וועג צוריק צו ר' יוסף יצחק, ווען אין זיין טאש האלט ער 5 הונדערטער באנקנאטן, ער גייט אראפ צו ר' יוסף יצחק אין קעלער, און ער רופט זיך אן צו אים, דא האסטו, איך האב מיר מקבל געווען צו היטן שבת, און דו קענסט שוין רואיגערהייט נוצן דאס געלט, גיי קויף דיר א הויז און הייב אן צו לעבן ווי א מענטש!, ר' יוסף יצחק רופט זיך אן צו אים, א גרויסן דאנק אייך, אבער דאס געלט האסטו געמאכט אלץ מחלל שבת, דאס איז טריפה'נע געלט! איך קען דאס נישט נעמן. מר. ביסטאן לאזט אים איבער אינגאצן איבערראשט, אויף דעם האט ער זיך נישט גערישט. געציילטע וואכן שפעטער, און מר. ביסטאן שטאט אפ א באזוך ביי ר' יוסף יצחק מיט 5 גלאטע הונדערטערס, דא האט איר! דאס איז שוין גלאט כשר!

ר' יוסף יצחק האט מיט דאס געלט געקויפט אן אפט. געביידע אויף 16TH עוו. צווישן 55 און 56 און אויפן צווייטן שטאק האט ער געעפנט א שוהל מ'האט עס גערופן די פרנס שוהל.

********************

צענדליגער יארן שפעטער, ר' יוסף יצחק'ס אייניקל ר' ברוך משה (?) פרנס, איז געווארן אויפגענומען אלץ רב אין אטלאנטע דזשארדזשיע. די אידישע קהלה איז זייער איזיאלירט פון אנדערע אידישע קהלות, די נאנטסטע געפונט זיך 250 מיל אוועק אין סעווענע דזשארדזשיע, אבער אין אטלאנטע איז דא א גרויסע אינטערנאצינאלע עירפארט, און זייער אפט פארן דורך אידישע סוחרים וואס מאכן א סטאפ דארט, אזוי מאכט זיך זייער אפט געסט אין זיין ביהמ"ד.

איין פרייטאג צונאכטס, באמערקט ער 3 חסידישע אינגעלייט אין ביהמ"ד, ער גייט צו נאכן דאווענען און גיבט זיי שלום, און פרעגט צו זיי האבן ווי צו עסן, אז נישט קענען זיי קומען צו אים, נאך 3 מענטשען איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז דא גענוג עסן, זאגן זיי, אז זיי שטייען איין אין א האטעל, און זיי האבן א פערטע חבר אין זייער גרופע, וואס האט נישט געוואלט קומען אין ביהמ"ד אויס מורא אז די שוהל האט נישט קיין כשרע מחיצה, און איז ענדערש געבליבן דאווענען ביחידות ווי איידער צו דאווענען אין אזא שוהל מיט מנין, פרעגט ער וויאזוי הייסט דער חבר ? זאגן זיי אים --- ביסטאן....

ער האט זיי בארואיגט אז די שוהל איז אן ערליכע ארטדאקסישע שוהל און יענער קען רואיג קומען דאווענען דא.

די נעקסטע צופרי האבן זיך באגעגענט 'צוויי' פרומע אידן, אייניקלעך פון צוויי אידן וואס האבן זיך געטראפן עטליכע צענדליג יאר בעפאר.
לעצט פארראכטן דורך El Rushbo אום מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

הפלא ופלא! יישר כח פאר'ן אפשרייבן!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »


דער בנין איז נישט קיין אפארטענט הויז א געשעםטס לאקאל מיט 2 דירות דער בה"מ איז געווען ביז לעצטענס אויפען דריאען שטאק ווייל ער האט נישט געוואלט
וואינען העכערען בה"מ
זיינע איינקלעך האבען טאקע תערומות אויף אלכסנדר כולל וואס האבען אפעקויםט דעם בנין אז זיי האבען געמאכט דעם היכל הכולל אויפען צווייטע שטאק
און דעם זיידענס בה"מ פאר אפיסעס
געהערט אז אין היכל הכולל איז דא א טאוועל לזכרו
די מעשה אין א ביסעל אנדערע נוסח
מבקש חכמה דא האט געשריבן:מעיתון "בשבע":

שחורה אני ונאווה - סיפור לשבת
בני זוג יהודים עברו לעומתם וראו מחזה מדהים: ילדים כושים מדברים יידיש! הם פנו אליהם בתדהמה: "ממתי כושים מדברים יידיש?!"
02/02/12, 16:16
עודד מזרחי


אברהם יהושע פרנס ורעייתו לא זכו לזרע של קיימא. כל תינוק שנולד להם לא החזיק מעמד יותר משנה. בני הזוג נסעו לרבי חיים הלברשטאם מצאנז, בעל ה'דברי חיים', כדי לקבל ברכה. הם נכנסו לחדרו של הרבי וסיפרו בלב נשבר כי כל ילד שנולד להם אינו מוציא את שנתו ואין בכוחם לסבול עוד. ה'דברי חיים' העניק להם ברכה שיזכו לזרע של קיימא וירוו רוב נחת.
"לא מספיקה לנו ברכה", אמרה האישה, "אחרי כל מה שעברנו, אנחנו צריכים הבטחה!"
"אבל נתתי ברכה", טען הרבי, "וזה מספיק!"
האישה המשיכה להתעקש והבעל התנצל: "היא לא תיתן לי לצאת מכאן בלי הבטחה..."
ה'דברי חיים' קם על רגליו, אחז בזקנו של הבעל ואמר: "אבל נתתי ברכה!"
כמה משערות הזקן נתלשו מחוזקת ידו של הרבי.
בני הזוג עזבו את הרבי בתחושה שהוא מקפיד עליהם. החסידים בחוץ שאלו אותם מה אירע ואברהם יהושע סיפר להם דברים כהווייתם. החסידים אמרו: "הרבי המתיק לכם את הדין, ואתם עוד תראו זאת!"
כעבור שנה נולד בנם יוסף-יצחק ובעקבותיו בת נוספת.
עברו השנים ויוסף-יצחק בגר ונשא לאשה את פייגא פרידה. הם התגוררו בעיירה דיקלה שבגליציה ונולדו להם בנים ובנות. לילה אחד חלם שהוא לבוש בגדים לבנים ומהלך במדבר, והחלום נשנה כמה פעמים. הוא הלך לרבו, הרב משה דומברובל, שאמר לו כי משמעות החלום היא שעליו לנסוע לארצות הברית, שהיא מדבר שממה ברוחניות, ללכת בבגדי לבן כמו אדמו"ר ולנהוג בכל ההידורים והחומרות.
הוא עשה כדברי רבו, והפליג לאמריקה עם אשתו וילדיו בשנת תרס"ח (1908).
יום אחד כמה מילדי המשפחה שיחקו מחוץ לבניין. בני זוג יהודים עברו לעומתם וראו מחזה מדהים: ילדים כושים מדברים יידיש! הם פנו אליהם בתדהמה: "ממתי כושים מדברים יידיש?!"

באמריקה לבש בגדי לבן וחבש שטריימל בשבת ונהג ביראת שמיים מופלגת. הוא לא השתמש בחשמל ובמים מהברז בשבת בגלל חששו שיהודים עובדים בחברות הללו, והידר מאוד באכילת בשר ובשתיית חלב.
יוסף-יצחק ניסה לעבוד בכמה מקומות, אבל בגלל שמירת שבת, שעליה לא היה מוכן להתפשר, לא מצא מקום עבודה קבוע. כאשר לא עמד בתשלום השכירות, המשכיר סילק אותו ואת משפחתו מהדירה. בלית ברירה המשפחה בת שמונת הילדים עברה להתגורר במרתף של אחד הבניינים הגבוהים, מקום הפקר ששימש כמחסן פחמים לחימום דירות הבניין.
יום אחד כמה מילדי המשפחה שיחקו מחוץ לבניין. בני זוג יהודים עברו לעומתם וראו מחזה מדהים: ילדים כושים מדברים יידיש!
הם פנו אליהם בתדהמה: "ממתי כושים מדברים יידיש?!"
אחד הילדים צחק: "אנחנו לא כושים, אלא מתגוררים במחסן פחמים..."
בני הזוג ביקשו מהילדים להובילם למקום מגוריהם.
הילדים הובילו אותם למרתף הבניין הסמוך. בני הזוג ירדו והזדעזעו ממצבה של משפחה יהודית שחיה במרתף פחמים. ליבו של האיש נכמר והוא הוציא פנקס ורשם צ'ק על סך חמשת אלפי דולרים, הון עתק בימים ההם, שיספיק להם לרכוש בית כרצונם.
יוסף-יצחק שאל את האיש: "איך אתה מתפרנס?"
האיש סיפר כי יש לו מפעל.
"האם הוא פתוח בשבת?"
"כן", הודה האיש.
יוסף-יצחק פנה לרעייתו: "מעולם לא נהניתי מכסף של חילול שבת ואיני רוצה ליהנות גם להבא, אבל אני יודע כמה את סובלת כאן ולכן אני משאיר את ההחלטה בידייך. אינך חייבת לסבול מהחומרות שלי".
פייגא פריידא אמרה: "תמיד הידרת במצוות שבת ואיני רוצה להפסיק זאת".
בני הזוג לא האמינו למשמע אוזניהם. בני אדם עדיני נפש חיים בתוך מחסן פחמים, ובגלל הידור במצוות שבת מסרבים להצעתם לקבל בית במתנה!
הם נפרדו מהמשפחה ויצאו החוצה. ואז אמרה האישה: "אני זוכרת שלפני כמה שנים אמרת לי שאין לנו ברירה ואנחנו חייבים לפתוח את העסק גם בשבת, אבל הבטחת שכאשר תהיה לנו אפשרות לא נתפרנס בשבת. והנה אנחנו עומדים על הרגליים ובכל זאת ממשיכים לחלל שבת. ולעומת זאת, תראה איך היהודים האלה מוסרים את נפשם עבור השבת ומוכנים להתגורר במרתף מלא פחמים!"
"את צודקת", הודה האיש, והציע: "בואי נחזור אליהם".
הם חזרו למרתף הבניין. האיש פנה ליוסף-יצחק ואמר: "אם אחליט לסגור מעתה את המפעל שלי בשבת, האם תהיה מוכן לקבל ממני את הכסף?"
"אם אתה מבטיח, אני מוכן", אמר יוסף-יצחק.
"אם כך, יש דיל", אמר האיש ונתן לו את הצ'ק.
יוסף-יצחק ורעייתו רכשו בית בכסף שקיבלו. בני הזוג שעמדו בהבטחתם והפסיקו להפעיל את מפעלם בשבת, היו אצלם כבני בית, ובהדרגה עשו תשובה שלמה. שתי המשפחות שמרו על קשר קרוב כל ימיהן.
יוסף-יצחק פרנס בנה בית מדרש קטן ומקווה בביתו. בשנותיו המאוחרות נודע כבעל מופת ואנשים נושעו מברכותיו עד שנפטר בשיבה טובה.

פרנס_ ביסטאן
קיקיון האט געשריבן:ר' דניא' גאלטשטיין זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי בילד פאר שידוך שליסען האט זיך ר' משה יעקב שואל עצה מיט הצדיק ר' יוסף יצחק פרנס זצ"ל מיט וועם איז געווען שטארק מקושר. רב פרנס האט געטאפט דניא'ס דפק און געזאגט "זי זאל מיט אים חתונה האבען ער איז אן אמתדיגער יר"ש"

scy4851 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:און: בארא פארק און איר אידישע היסטאריע
ווייסע זאקען
עס האט געוווינט א איד אויף 16 עוו 55&56 הרה"צ ר יוסף יצחק פרנס זצ"ל וויפיל השפעה ער האט געהאט אויף די שכונה אין ידוע לי

כאן כתבתי מקצת מן המקצת מה שאני יודע אודותיו
viewtopic.php?p=204330#p204330

וכעת אבוא קצת בארוכה

די ניימאן ברידער פון ניימאן לאקסמיט אויף 13 עוועניו זענען אייניקלעך פון ר' יוסף יצחק ז"ל
עס האט מיר דערציילט איינע פון די ברידער (יעקב ניימאן) אז זיין זיידע איז שבת געגאנגען אינגאנצען אהנגעטוהן ווייסע קליידער.
ביי זיין זיידע האט מען גאנץ פסח גארנישט געקאכט. אלעס איז געווען אפגעקאכט פאר גאנץ יו"ט פון קודם זמן איסור חמץ, און מעהאט נישט אהנגעווארעמט קיין שום מאכלים גאנץ יו"ט. ער האט אלעס געגעסען אזוי קאלט.
אלע וואסער פאר גאנץ יו"ט איז געווען אפגעזייט און גרויסע טעף פון פאר יו"ט.
ער האט געהאט עקסטרע פאלטשע ציין נאר פאר יו"ט.
דער איד האט נישט געגעסען קיין פלייש דאהי און אמעריקא.
ווען ר' סענדער ניימאן ז"ל מחסידי וויזניץ איז אהנגערומען קיין אמעריקא (א ברידער פון ר' יוסף יצחק'ס איידעם) האט ער אהנגעפאנגען עסען נאר פון וואס ר' סענדער האט אוהם ג'שחט'ען פריוואט.

אן אנדערע ברידער (שמחה ניימאן) האט מיר דערציילט אז ער האט איינמאהל בייגעוואוינט רבנו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע באזיכען זיין זיידען.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבי משה יעקב א בארדיטשוב געבוירענער. זיין נאנסטער מענטש איז J. J. Parnes פון 3921 14th Avenue..
אטעטשמענטס
NY-2369227-5187.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קוק גוט
3921 14th איז געווען ר משה יעקב'ס ביזנעס אדרעסס
הרה"צ ר' יוסף יצחק אדרעסס איז געווען 5510 16th
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

געווען די וואך א שיינע באשרייבונג אין די צייטונג.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

א שפאר ביסל אינפארמאציע איבער אותו צדיק תמים ר' יוסף יצחק פרנס זצ"ל קען מען טרעפן תחת אחד השיחים צווישן פארשידענע היסטארישע אשכולות, וועל איך עס דא צאמלייגן לפונדק אחד.

משפחתו - צאצאיו ויו"ח

badatz האט געשריבן:
למדן האט געשריבן:דוכט זיך אז ער האט אן אייניקל אין וויליאמסבורג הרה"ח ??? פרנס הי"ו, אן עלטערער איד וועלכע וואוינט אין די פראדזשעקס אויף דעוויזשאן עוועניו, און ער דאווענט אין באיאנער שטיבל יעדן שבת.

ב''ה
געראכט !!!!!!!!
עהר איז א מקושר מיט הרה''ג מטשאקאווא גם אביו התפלל שם .גיסו הי' הרה''ח הבעל תפילה נפלא מחסידי בעלז ר' פרץ ז''ל אנפאנג מקראקא שהי'
חתן אצל פרנס בנו של ר' פרץ ר' וועלוועל חתן הרה''צ ר' יעקב איטשע ז''ל אונגאר מצאנז-דאמבראווא אבי הרה''צ הרד''מ שליט''א מבאבאוו


scy4851 האט געשריבן:די ניימען ברידער, לאקסמיטס אויף 13 עוועניו, זענען אייניקלעך.
פון איינע פון די ברודערס האב איך געהערט אינטערעסאנטע זאכען פון זיין זיידע.

איך קען פרנס משפחה און מאנסי, וואס זענען זיינע אייניקלעך.

שבתי פרנס, דער ווער עס שפילט ביי חתונה'ס, אלטס א one man band איז אויך אן אייניקעל


למדן האט געשריבן:דוכט זיך אז שבתי פרנס איז א זון פון דעם אויבנדערמאנטן רב פרנס וואס וואוינט אין די פראדזשעקטס אויף דעוויזשען. איך ווייס אז שבתי איז אויפגעוואקסן אלס קינד אין וויליאמסבורג, און אויב איך מאך נישט קיין טעות איז ער אפילו געגאנגען אין סאטמארער חדר עטליכע יאר.


יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:דא קיקט מיר אויס א שטיקעל צימישעניש אין די פרנס פאמליע
דער סטראפקאווער רב ר' אברהם שלום האט געהאט אן איידעם פרנס, זיין זון ר' ישראל פרנס לאיו"ט וואוינט היינט ציטאג אין וומ"ס
דער אויבענדערמאנטער ר' יוסף יצחק האט א שייכות מיט די פרנס פאמליע?

יאסעלע; אפשר זענען זייא געווען קרובים .
משפחת פרנס היא משפחה מיוחסת זקינם הי' פרנס בשנים קדמוניות בפולני' .
ועל שמו הם נתנו לקחו את שם המשפחה .

א גוט יאר אייך ר' בד"ץ
הער איך וואס איר זאגט אז סקען זיין אז סאיז דא עפעס שייכות נאר איר ווייסט נישט פינקטליך.
אגב דער אויבענדערמאנטער ר' יעקב איטשע אונגאר פון נייטרא איז א מחותן מיט ר' ישראל פרנס פון וומ"ס.


badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:אגב דער אויבענדערמאנטער ר' יעקב איטשע אונגאר פון נייטרא איז א מחותן מיט ר' ישראל פרנס פון וומ"ס.


ב''ה
ר' יעקב [יצחק]אונגאר בן הרה''צ מנייטרא זצ''ל ---לא קראו אותו איטשא --בנו ידידי הרב ר' שמואל דוד
שליט''א הוא חתן ר' ישראל נ''י פרנס --ואימו היא בת הרב ר' חיים יוסף ז''ל אונגאר בו הרב ר' נפתלי צבי
ז''ל בן הרה''צ ר' משה זצ''ל מדאבראווא-קאשוי וחתן הרה''גה''צ ר' משהעלע בארדיאווער זצ''ל המו''ל של
חידושי ושו''ת דברי-חיים
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יעצט גערעדט מיט ר׳ יוסף יצחק׳ס אן איר אייניקל.
דערציילט ער מיר אז זיין פאטער האט נאך געלערנט מיט׳ן זיידן בחברותא, און דער זיידע האט אים דערציילט אז זיי זענען יערסלובער און ראפשיצער אייניקלעך!
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

א גאר גרויסע איד געווען!

איך האב געהערט פון א אייניקל אז די סיבה פארוואס ער האט זיך אנגעטון בגדי לבנים שבת איז געווען נאך א חלום וואס ''שבת קודש'' האט זיך מגלה געווען צו אים אז ער זאל זיך עס אנטון!

פלאי פלאות
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: ר' יוסף יצחק פרנס ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

וואס איז זיין יחוס ארויף? איז ער א אייניקל פון רבי נפתלי צבי פרנס חתן רבי אלימלך טארים, אדער איינע פון זיינע ברידער?
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”