מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג מאי 05, 2017 10:23 am

ווייסט איינער צו זאגן מער פרטים וועגן דעם ספר תורה היינט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 75&hilite=
ליגט עס ביים מונקאטשער רבי'ן?
ווער איז הה"צ מחמעלניק? בעל אורח לצדיק?
ביטע מיטיילן, כ'דארף וויכטיג די אינפא.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג מאי 05, 2017 10:48 am

ניין

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

תגובהדורך משמר » זונטאג מאי 07, 2017 2:12 pm

לגבי דער ספר תורה און די גארטל פון בעל ה'אמרי אמת' זי"ע
- זיי ביידע איז אריבער בירושה לבנו בעל ה'פני מנחם' זי"ע. סיי דעם ספר תורה און סיי די גארטל.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג מאי 07, 2017 2:39 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
ארך אפים האט געשריבן:זעלטענער געלעגנהייט!!!
ירושלים של זהב האט אויף זייער קומענדיגע אוקשען ט' ניסן שטרוי אויף וואס דער צדיק יסוד עולם דער הייליגע בעלזע רב זצוק"ל איז געשטאנען יום הקדוש.
דא קענט איר בידן

איז עס אנדערשט ווי אנדערע קרקע אויך וואס צדיקים האבן זיך געפינען דערויף? איך מיין ס'איז מער די מצב דערפון..... אין בעלזא האט מען געמאכן א מצב פון זאכן וואס אין אנדערע חצרות האט מען נישט.
איך האב ביי מיר אינדערהיים א שטיקל קרקע אויף וואס רביה''ק זי''ע מסאטמאר האט שופך שיח געווען דערויף.

וואס ווילסטו פונקטליך???

הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 5:50 pm

תגובהדורך הוצאת.אמת » זונטאג מאי 07, 2017 4:04 pm

ראספשע האט געשריבן:ווייסט איינער צו זאגן מער פרטים וועגן דעם ספר תורה היינט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 75&hilite=
ליגט עס ביים מונקאטשער רבי'ן?
ווער איז הה"צ מחמעלניק? בעל אורח לצדיק?
ביטע מיטיילן, כ'דארף וויכטיג די אינפא.


כמדומני אז עס נישטא מער פרטים, פון די תשובה איז נישט משמע אז דער ס"ת איז געלעגען ביי איהם פריוואט, נאר אז ער פרעגט להלכה דערוועגען

בצוואתו הנדפס בספר חשק שלמה ווערט דאס נישט דערמאנט צווישען אלע אנדערע חפצים

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

חפץ של צדיק

תגובהדורך dovidal » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 6:26 pm


זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:28 pm

dovidal האט געשריבן:http://www.ebay.com/itm/WOW-RARE-HISTORY-FISH-PLATE-FROM-THE-HOLY-RIBNITZ-REBBE-/282628618171?hash=item41cdfa77bb:g:MncAAOSwe3FZpG8N

ס'יז געשטאנען היינט און נעכטן אינעם דבר יום ביומו, זעהט אויס אז ס'נישט קפצי עלי' זביני

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:02 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:http://www.ebay.com/itm/WOW-RARE-HISTORY-FISH-PLATE-FROM-THE-HOLY-RIBNITZ-REBBE-/282628618171?hash=item41cdfa77bb:g:MncAAOSwe3FZpG8N

ס'יז געשטאנען היינט און נעכטן אינעם דבר יום ביומו, זעהט אויס אז ס'נישט קפצי עלי' זביני

מיט אזעלכע פרייזן איז נישט קיין חידוש
דביה תחדי נפשא

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:45 am

חמרא טבא האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:ס'יז געשטאנען היינט און נעכטן אינעם דבר יום ביומו, זעהט אויס אז ס'נישט קפצי עלי' זביני

מיט אזעלכע פרייזן איז נישט קיין חידוש


איך ווייס נישט... למעשה שיקט ער ארויס דבר יום ביומו אימעילס פון פול זאכן, אדער רוקט ער אסאך סחורה, אדער איז זיין סטארעדזש/אינווענטארי גאר ריזיג...

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:49 am

געווען די וואך אין די עמי יומען עקספיריענס עפעס א מעשה וועגן א טאביק פושקע פון איינע פון די צדיקים, וואס עס איז געלעגן בירושה ביי איינעם, און יענער האט עס פארמשכונ'ט ווער א הלוואה פון 120 אלפים, און ביי די לעצטע מינוט פון יום הפרעון האט אויסגעקוקט אז דאס איז עס און עס גייט ווערן חלוט פארן מלוה, עס האט עם געפעלט נאר 15 אלפים, און בסייעתא דשמיא האט ער די לעצטע שעה פאר די באשטימטע שעה געטראפן א הלוואה און צוריק באקומען די טאביק פושקע.
קען איינער די מעשה? פון וועלכע צדיק רעדט מען?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 3:22 pm

איז סקווירא רבי'ס אתרוג פושקע א ירושה?
צוגעלייגטע
DLn7JMJXcAAjIQe.jpg
DLn7JMJXcAAjIQe.jpg (175.8 KiB) געזעהן 3493 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:06 pm

חמרא טבא האט געשריבן:איז סקווירא רבי'ס אתרוג פושקע א ירושה?

מהרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
זעה ערשטן בלאט פון דעם אשכול
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

איך האב יעצט דא אריינגעוואנדערט.....

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:50 pm

צוגעלייגטע
1.PNG
1.PNG (561.76 KiB) געזעהן 3414 מאל
2.PNG
2.PNG (9.09 KiB) געזעהן 3414 מאל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

איך קען נישט גלייבען עס איז אזויפיל ווערד..

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:53 pm

אני הקטן האב איינס ביי מיר אין שטוב פון די זעלבע מקור, פאר איך האב חתונה געהאט -נישט מער געדאכט- האב איך עס באקומען במתנה פון משפחת הרב שמואל גרויס שליט"א בן ר' משה ז"ל פון די אתרוגים, וואס ער האט געהאט צוויי און איינס האט מען מיר אוועקגעגעבען
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:58 pm

ער -הרב שמואל- האט מיר פארציילט אזוי... אז א איד האט געהאט א איין קמיע וואס פון דעם האט ער געמאכט פשוטע קאפיעס און עס אריינגעטראגען צום רבי'ן ז"ל זאל עס בענטשען, כדי ער זאל עס קענען פארקויפען, און די רבי האט אים עס געטוען, און שפעטער האט עס הנהלת המחנה הרב דוד רזב"ג'ס אפיס עס אפגעקויפט די איבערגעבליבענע, כדי צו טיילען פאר די נדבנים פון קעמפ א מתנה, און אזוי ווי ער -ר' שמואל- איז געוועהן סיי אין קעמפ אפיס און סיי אין בעיקערי האט ער געבעטען צוויי פאר זיך און מען האט עס אים געגעבען

נישט ווייל איך האלט עס ביים פארקויפען... אבער איך האב נישט געחלום'ט אז עס איז ווערט באלד 12 טויזענט דאלער....
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 9:44 am

פישל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איז סקווירא רבי'ס אתרוג פושקע א ירושה?

מהרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
זעה ערשטן בלאט פון דעם אשכול


אזוי שרייבט בן בוזי דארט:
בן בוזי האט געשריבן:דער אתרוג פושקע וואס כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א האלט אין דער האנט איז פון הרה"ק ר' אהרן מבעלזא, וואס האט דאס באקומען במתנה פון הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא, און נאך דער פטירה פון בעלזער רב ווען מ'האט צוטיילט די ירושה האט מען דאס צוריק געגעבן פאר איהם(כידוע האט זיך הרה"ק מסקווירא אפגעזאגט פון די ירושה אע"פ וואס ער איז געווען פון די יורשי דאורייתא, אבער די זאך האט מען פאר איהם געגעבן)


ותמהתי פארוואס זאגט ער אז סקווירא רבי זי"ע איז פון די יורשי דאורייתא, בשעת ווען עס איז דא קינדער פון צוויי ברודערס פונעם בעלזער רב זי"ע?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 11:25 am

שוין געוועזן?
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (44.46 KiB) געזעהן 3126 מאל
דביה תחדי נפשא

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג נובעמבער 02, 2017 11:55 am

די בעכער געהערט פאר א מאקארובער אייניקעל וואס וואוינט אין בית שמש, און ער ברענגט עס עטליכע מאל א יאר אהער צו די טשערנאבלער אייניקלעך.

עס איז געווען די וואך אין ראחמיסטריווקא ביי א חתן מאל ביודל"ק של המאור עינים וגם אצל החתונה שהחופה היה בעצם יודל"ק. [בדר"כ מביאו בטיש של עריו"כ ומוצאי יו"כ אבל השנה לא היה פה]

ער האט אויך א [גרויסע] בעכער וואס איז געווען ביים טשערנאבלער מגיד, וואס די חסידים האבן איהם געקויפט שהיה 'מיוחס' לרבי אדם בע"ש.
אבער די בעכער פון די מאור עינים איז מער קראנט.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 2:14 pm

האלט מיט לייוו אקשען
https://genazym.bidspirit.com/?utm_sour ... 37105#live

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 3:22 pm

זבחי צדק האט געשריבן:האלט מיט לייוו אקשען
https://genazym.bidspirit.com/?utm_sour ... 37105#live

עפעס מער פרטים איבער די מכירה?
פארוואס פארקויפט ער עס?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שטרוי של האדמו"ר מבעלזא

תגובהדורך dovidal » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 12:31 pm

שטרוי (קש) שעליו עמד האדמו"ר הקדוש רבי אהרן מבעלז ביום הכיפורים - סגולה לשמירה!
מעט תבן הנקרא "שטרוי", שעמד עליו האדמו"ר הקדוש רבי אהרן מבעלז ביום הכיפורים, בשנת תשט"ו, כמנהג אדמו"רי בעלז מדי שנה בשנה. מצורף אישור חתום.
האדמו"ר הקדוש רבי אהרן מבעלז זצ"ל היה עומד במשך כל יום הכיפורים כשהוא יחף על קש זה, הנקרא בחסידות בעלז "שטרוי". במוצאי היום הקדוש היה האדמו"ר לוקח מעט מן הקש, ואחר כך ניתנה הרשות ליתר החסידים לקחת מן הקש. מכיוון שהקש היה מועט, כל חסיד היה לוקח מעט מאוד. הקש התקבל בחסידות בעלז כסגולה לשמירה.

בספר "בקדושתו של אהרן" (סיפורי קודש והנהגות רבי אהרן מבעלז) כתוב: "שמעתי מהגה"צ רבי ישעיה שנעבאלג זצ"ל, ראב"ד קהל מחזיקי הדת בא"צ, שבבעלז יש מנהג לשטוח קש מתחת לרגליו של האדמו"ר ביום כיפור. ופעם אחת לא היה קש והורה האדמו"ר מוהר"א לקנות מזרון להוציא הקש מתוכו".
מובא שם סיפור מופת בדבר הקש המופלא: "עובדא אחרת, שמעתי מפי יבלחט"א הר"ר שמעיה קליין שיחי' מוויען יצ"ו (תמוז תשע"ה) שבדידיה הוי עובדא, כאשר התגורר אז באר"י, ומשום פרנסת ביתו החליט בע"כ לרדת מן הארץ ולהתגורר במדינת הים. ויהי כאשר עשה את דרכו לעיר נמל חיפה, והיה כבר על סיפון האוניה, מצאו אצלו אנשי המכס שוטרי הגבולות בין השאר, שהיה לו בחיקו סכום ניכר וגדול של 'מטבע זר' אשר לא היה חוקי ואסור היה אז בתכלית האיסור. נבהל ר' שמעיה מאוד בחששו שוודאי יחרימו לו עתה, כפי דינא דמלכותא בימים ההם, את כל אשר רכש בארץ ישראל, שהמירם אח"כ למטבע זר - עובר לסוחר, שיהיה לו לצורכו עבור השתקעותו בחוץ לארץ, והנה באמתחתו היה גם כן 'שטרוי' אשר מרן הקדוש מבעלזא זיע"א עמד עליהם ביום הכיפורים הקדוש, בהיותו בקטמון ירושלים, והנה, השוטר ואיש המכס הראשי הממונה שהיה בגבולות, שהיה איש חילוני מובהק ורחוק משמירת התומ"צ, שמע ממנו שהנה יש עמו צרור של תבן אשר עמד עליו קדוש ישראל הרבי מבעלז, ביקש הימנו הלז, שיואיל ר"ש לתת לו במתנה 'חוט אחד' מן השטרוי, וכאשר נתן לו כפי בקשתו, עזבוהו השוטרים המוכסים והניחוהו לנפשו, לבלתי החרים ממנו אף לא פרוטה אחת מכל רכושו וכספו, ויהיה לפלא! (שמעתי מפי בעל העובדא עצמו ה"ה הרב שמעיה קליין הי"ו כעת בוויען יצ"ו)".

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:10 pm

לאחרונה נקבר עם השטרוי הנ"ל הרה"ח ר' חיים טרענק זצ"ל ששמר עליו במשך הרבה שנים

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 20, 2018 11:33 am

ווערט געזעהן דער בעכער פון הרה"ק השר שלום מ'בעלזא זי"ע,
מאוצרו פון זייד'ן קאזלוב'ער רב שליט"א
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (54.31 KiB) געזעהן 1985 מאל
דביה תחדי נפשא

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך יוני 20, 2018 1:24 pm

dovidal האט געשריבן:שטרוי (קש) שעליו עמד האדמו"ר הקדוש רבי אהרן מבעלז ביום הכיפורים - סגולה לשמירה!
הקש התקבל בחסידות בעלז כסגולה לשמירה.

מי גילה רז זה שהוא סגולה יותר משאר חפץ של צדיק?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 20, 2018 1:27 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:שטרוי (קש) שעליו עמד האדמו"ר הקדוש רבי אהרן מבעלז ביום הכיפורים - סגולה לשמירה!
הקש התקבל בחסידות בעלז כסגולה לשמירה.

מי גילה רז זה שהוא סגולה יותר משאר חפץ של צדיק?

וואו שטייט דא 'יותר משאר חפץ של צדיק'?

חמרא טבא האט געשריבן:ווערט געזעהן דער בעכער פון הרה"ק השר שלום מ'בעלזא זי"ע,
מאוצרו פון זייד'ן קאזלוב'ער רב שליט"א
unnamed (2).jpg

וואסארא זכיה האט ר' שלמה דער שמש עס צי האלטן אין די האנט?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט