מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

Felso ut האט געשריבן:*כאפטס די געלעגנהייט*
קמיע שמקורו מרבינו רבי ישעי'לע זי"ע וואס איז געבענטשט געווארן דורך רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע
ווערט יעצט ליציטירט, די הכנסה גייט צו באצאלן דעם בית המקדש מעט וואס ווערט יעצט געבויט אין קערעסטיר סמוך ונראה צום ציון המציונת.

אריין צו לייגן א ביד, שיקט א פריוואטע מעסעדש אויף וואטצאפ 718-930-4859



Bid stands now at $10,000
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איז פאראן איינער וואס איז מעיד אויף די אמיתית פון דער קמיע?

בכלל, פלעגט ר' ישעיה'לע שרייבן קמיעות?
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

$10,500
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חסדי אבות האט געשריבן:איז פאראן איינער וואס איז מעיד אויף די אמיתית פון דער קמיע?

בכלל, פלעגט ר' ישעיה'לע שרייבן קמיעות?

כפי מיטב ידיעתי (און ס'איז גאנץ א גוטע מיטב) פלעגט רבי ישעי'לע נישט שרייבן אליינ'ס, נאר געהאט א סופר
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

וואס איז פשט פון ארויסלייגן אויף וואטסאפפ פאר צען אלפים? נאכדעם וואס די זעלבע זאך איז געגאנגען ביי א שוואכע אקשען האוז פאר צוויי מאות.
עפעס פעלט דא.
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

דאס איז א קמיע וואס איז *נאכגעשריבען* על דעת וכוונות רבינו ישעי ב׳ר משה זצ׳ל .
דא האנדלט זיך פון א קמיע וואס איז געשריבן געווארן דורך די סופר ביי וועם ר׳ישעי׳לע פלעיגט שרייבן זיינע קמיעות דער סופר׳ס אן אייניקעל איז געווען א משמש/הויז בחור ביי רביה׳ק מסאטמער ~דברי יואל זצ׳ל איז ער אריין צום רבין און געבעטען די רבי זאל בענטשען די קמיעות האט די רבי געזאגט א קמיע וואס איז נאכגעשריבען פון ר׳ישעי׳לע וואס דאס איז נאכגעמאכט פון הרה׳ק מליסקא וואס דאס איז אזויווי די הייליגע ישמח משה האט דאך זייער ברכות.
עכ׳ז האט דער הויז בחור מפציר געווען דעם רבין ז׳ל ער זאל דאס בענטשען וכך הוה די רבי האט דאס שטארק געווינטשען.

די קמיע איז אנגעקומען און די הענט פון די הנהלה פון "מוסד מעיין ישועות~ ר׳ישעי׳לעס גאסט הויז" וואס טוט דאס יעצט ליציטירען צו העלפען אויפבויען דעם נייעם בנין מקדש מעט
סמוך לבית רביה׳ק ר׳ ישעי׳לע.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אקעי יעצט שטימט עס
קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטיר »

ווען ענדיגט זיך די ביד ?
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

איטליכע האבן מיר אנגעפרעיגט, טו איך דא דאס איבערשטעלען.

דאס איז א קמיע וואס איז *נאכגעשריבען* על דעת וכוונות רבינו רבי ישעי ב׳ר משה זצ׳ל .
דא האנדלט זיך פון א קמיע וואס איז געשריבן געווארן דורך די סופר ביי וועם ר׳ ישעי׳לע פלעגט שרייבן זיינע קמיעות דער סופר׳ס אן אייניקעל איז געווען א משמש/הויז בחור ביי רביה׳ק מסאטמאר ~ויואל משה זצ׳ל איז ער אריין צום רבין און געבעטען די רבי זאל בענטשען די קמיעות האט די רבי געזאגט א קמיע וואס איז נאכגעשריבען פון ר׳ ישעי׳לע וואס דאס איז נאכגעמאכט פון הרה׳ק מליסקא וואס דאס איז אזוי ווי די זיידע דער הייליגע ישמח משה האט דאך זייער ברכות.
עכ׳ז האט דער הויז בחור מפציר געווען דעם רבין ז׳ל ער זאל דאס בענטשען וכך הוה די רבי האט דאס שטארק געווינטשען.

די קמיע איז אנגעקומען און די הענט פון די הנהלה פון "מוסד מעיין ישועות~ ר׳ישעי׳לעס גאסט הויז" בהנהלת הרב משה יוסל פריעדלענדער שליט״א וואס טוט דאס יעצט ליציטירען צו העלפען אויפבויען דעם נייעם בנין מקדש מעט
סמוך לבית רביה׳ק ר׳ ישעי׳לע.
קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטיר »

Felso ut האט געשריבן:דאס איז א קמיע וואס איז *נאכגעשריבען* על דעת וכוונות רבינו ישעי ב׳ר משה זצ׳ל .
דא האנדלט זיך פון א קמיע וואס איז געשריבן געווארן דורך די סופר ביי וועם ר׳ישעי׳לע פלעיגט שרייבן זיינע קמיעות דער סופר׳ס אן אייניקעל איז געווען א משמש/הויז בחור ביי רביה׳ק מסאטמער ~דברי יואל זצ׳ל איז ער אריין צום רבין און געבעטען די רבי זאל בענטשען די קמיעות האט די רבי געזאגט א קמיע וואס איז נאכגעשריבען פון ר׳ישעי׳לע וואס דאס איז נאכגעמאכט פון הרה׳ק מליסקא וואס דאס איז אזויווי די הייליגע ישמח משה האט דאך זייער ברכות.
עכ׳ז האט דער הויז בחור מפציר געווען דעם רבין ז׳ל ער זאל דאס בענטשען וכך הוה די רבי האט דאס שטארק געווינטשען.

די קמיע איז אנגעקומען און די הענט פון די הנהלה פון "מוסד מעיין ישועות~ ר׳ישעי׳לעס גאסט הויז" וואס טוט דאס יעצט ליציטירען צו העלפען אויפבויען דעם נייעם בנין מקדש מעט
סמוך לבית רביה׳ק ר׳ ישעי׳לע.

איך בין דארט געווען פאריאר ביי די יארצייט איך האב נישט געזעהן מזאל בויען א נייע בילדונג
גייט דאס שוין זיין גרייט פאר די קומענדיגע יארצייט שחל בשבת ?
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

קערעסטיר האט געשריבן:ווען ענדיגט זיך די ביד ?



איך מיין אז זיי האבן געמאלדען אז היינט נאכט 12
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

Felso ut האט געשריבן:דאס איז א קמיע וואס איז *נאכגעשריבען* על דעת וכוונות רבינו ישעי ב׳ר משה זצ׳ל .
דא האנדלט זיך פון א קמיע וואס איז געשריבן געווארן דורך די סופר ביי וועם ר׳ישעי׳לע פלעיגט שרייבן זיינע קמיעות דער סופר׳ס אן אייניקעל איז געווען א משמש/הויז בחור ביי רביה׳ק מסאטמער ~דברי יואל זצ׳ל איז ער אריין צום רבין און געבעטען די רבי זאל בענטשען די קמיעות האט די רבי געזאגט א קמיע וואס איז נאכגעשריבען פון ר׳ישעי׳לע וואס דאס איז נאכגעמאכט פון הרה׳ק מליסקא וואס דאס איז אזויווי די הייליגע ישמח משה האט דאך זייער ברכות.
עכ׳ז האט דער הויז בחור מפציר געווען דעם רבין ז׳ל ער זאל דאס בענטשען וכך הוה די רבי האט דאס שטארק געווינטשען.

די קמיע איז אנגעקומען און די הענט פון די הנהלה פון "מוסד מעיין ישועות~ ר׳ישעי׳לעס גאסט הויז" וואס טוט דאס יעצט ליציטירען צו העלפען אויפבויען דעם נייעם בנין מקדש מעט
סמוך לבית רביה׳ק ר׳ ישעי׳לע.

יעצט רעדט ער אידיש
יא דאס קען שוין זיין (ס'דא לערך 6 אדער 7 אזעלכע, נאך פון רבי ישעי'לע אליינ'ס, אבער די וואס האבן דאס, ווילן דאס ע"פ רוב נישט פארקויפן פאר כל הון דעלמא, דעריבער אז איינער וויל שוין יא פארקויפן, איז דאס א מעשה מציאה).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

קערעסטיר האט געשריבן:
Felso ut האט געשריבן:דאס איז א קמיע וואס איז *נאכגעשריבען* על דעת וכוונות רבינו ישעי ב׳ר משה זצ׳ל .
דא האנדלט זיך פון א קמיע וואס איז געשריבן געווארן דורך די סופר ביי וועם ר׳ישעי׳לע פלעיגט שרייבן זיינע קמיעות דער סופר׳ס אן אייניקעל איז געווען א משמש/הויז בחור ביי רביה׳ק מסאטמער ~דברי יואל זצ׳ל איז ער אריין צום רבין און געבעטען די רבי זאל בענטשען די קמיעות האט די רבי געזאגט א קמיע וואס איז נאכגעשריבען פון ר׳ישעי׳לע וואס דאס איז נאכגעמאכט פון הרה׳ק מליסקא וואס דאס איז אזויווי די הייליגע ישמח משה האט דאך זייער ברכות.
עכ׳ז האט דער הויז בחור מפציר געווען דעם רבין ז׳ל ער זאל דאס בענטשען וכך הוה די רבי האט דאס שטארק געווינטשען.

די קמיע איז אנגעקומען און די הענט פון די הנהלה פון "מוסד מעיין ישועות~ ר׳ישעי׳לעס גאסט הויז" וואס טוט דאס יעצט ליציטירען צו העלפען אויפבויען דעם נייעם בנין מקדש מעט
סמוך לבית רביה׳ק ר׳ ישעי׳לע.

איך בין דארט געווען פאריאר ביי די יארצייט איך האב נישט געזעהן מזאל בויען א נייע בילדונג
גייט דאס שוין זיין גרייט פאר די קומענדיגע יארצייט שחל בשבת ?


דאס איז לכאו׳ נישט פאר די אשכול
אבער איר זענט גערעכט פאריאר איז נאך גארנישט געווען אבער און די לעצטע פאר וואכען ארבעט מען מיט גרויס פיבער אז דאס זאל קענען זיין גרייט צו אקאמדירן די גרויסען עולם וואס קומט כסדר באזוכען קערעסטיר און זענען נהנה פון די מוסד׳ס ארבעט דארט א גאנץ יאר.
יעצט צירוק צום אקשען.
Felso ut
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Felso ut »

ליציטאציע גענדיגט פאר א פרייז פון $11,250
לטובת מוסדות מעיין ישועות~ ר׳ישעי׳לעס גאסט הויז. באדראגקערעסטאר.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

האט שוין איינער דאס אראפגעברענגט? דער גארטל פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע וואס ליגט ביי נכדו אדמו"ר מפאשקאן (חתן האמרי חיים)
orig_950eb284287c455da4686f41ed6c4e4e.jpg
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

יא געזען ביים אים שוין און ער האט נאך אסאך זאכן און א לייכטער וכו... די מבינים זאלן עס ארויסברענגען...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

:wink:
חמרא טבא האט געשריבן:האט שוין איינער דאס אראפגעברענגט? דער גארטל פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע וואס ליגט ביי נכדו אדמו"ר מפאשקאן (חתן האמרי חיים)
orig_950eb284287c455da4686f41ed6c4e4e.jpg

אינטרעסאנט צו באצייכענען, דער מחזיק המייק איז א זון זיינער
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יא ער הייסט הושע ער'ז א גענעראל אינעם עיר פארס
גראדע דער וואס זיצט נעבן דער מחזיק המייק איז אויך א זון
דביה תחדי נפשא
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

חמרא טבא האט געשריבן:האט שוין איינער דאס אראפגעברענגט? דער גארטל פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע וואס ליגט ביי נכדו אדמו"ר מפאשקאן (חתן האמרי חיים)
orig_950eb284287c455da4686f41ed6c4e4e.jpg

דער טאפעט אויפ]ן וואנט זעהט אויך אויס עפעס אנטיק, וואס איז דאס?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אזא גארטעל איז געווען נהוג אינדערהיים צו גיין יום כיפור אויפ׳ן קיטל.
אין דער יודישע מוזעאום אין לאנדאן איז דא עטליכע אזוינע.
יעלזו בכבוד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 3:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעלזו בכבוד »

איטשע האט געשריבן:אזא גארטעל איז געווען נהוג אינדערהיים צו גיין יום כיפור אויפ׳ן קיטל.
אין דער יודישע מוזעאום אין לאנדאן איז דא עטליכע אזוינע.


די צאנזער רב'ס גארטל וואס איז געלעגן ביי רבי משה ה"ש זצ"ל קוקט אויך אזוי אויס
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

יעלזו בכבוד האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אזא גארטעל איז געווען נהוג אינדערהיים צו גיין יום כיפור אויפ׳ן קיטל.
אין דער יודישע מוזעאום אין לאנדאן איז דא עטליכע אזוינע.


די צאנזער רב'ס גארטל וואס איז געלעגן ביי רבי משה ה"ש זצ"ל קוקט אויך אזוי אויס

גערעכט. כ'מיין אז דעם גארטל פון הייליגן דברי חיים זי"ע (מיט די זילבענע העקעלעך און דערויף דער אויפשריפט כי ביום הזה יכפר עליכם וגו') האט דער טשאקאווער רב זצ"ל יערליך געברענגט צו רביה"ק‏ מסאטמאר זי"ע פאר יום הקדוש. דאכצעך אז דער טשאקאווער רב איז אמאל אריבער א שווערע אפעראציע (און נאך בעפאר ביים מבקר חולה זיין האט דער רבי זי"ע האט אים בארואיגט: איך זאג אייך צו אז איר וועט זיין געזונט!), און ער האט אונטערגעלייגט אונטערן קישן דעם גארטל פון הייליגן זיידן און ס'איז ב"ה אדורך בשלום.

אויב האב איך נישט קיין טעות איז דאס דער גארטל‏ וואס מ'זעהט דא אויפן בילד (אדמו"ר מהר"א מסאטמאר). ורחמנא אדכר לן קיימיה דכהנא קדישא הדין ועבודתו הקדושה בלתי לה' לבדו.
אטעטשמענטס
אבנטו של כהן גדול.jpg
בצלאל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצלאל »

יעצט געזעהן אויף איבעי א מנורה וואס די סאטמאר רב האט געניצט אפאר יאהר, מיט אן אישור פין ר' עזריאל גליק ע"ה

http://www.ebay.com/itm/332074365732?ss ... 1555.l2649
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

בצלאל האט געשריבן:יעצט געזעהן אויף איבעי א מנורה וואס די סאטמאר רב האט געניצט אפאר יאהר, מיט אן אישור פין ר' עזריאל גליק ע"ה

http://www.ebay.com/itm/332074365732?ss ... 1555.l2649

ס'האלט שוין איבער זעכציג
ארך אפים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

jerusalem of gold live auction

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארך אפים »

האלט יעצט מיט live די אוקשען דורך ירושלים של זהב, https://jerusalem-ofgold.bidspirit.com/?lang=en&fromPortal=1#live די שבת ברילין פון חזון איש איז אויף דעם אוקשען, אין נאך פולע ווערטפולע אנטיקן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”