איך וועל זיין דער מתחיל מיט א בילד פון א זילבערנעם בעכער, וועלכע איז געשמאלצן געווארן בשנות תרמ"ה-תר"נ פון מטבעות פון אדמורי"ם לבית אפטא ורוזשין (ווען טייל פון זיי זענען נאך געווען בחיים חיותם) דער בעכער געפונט זיך אין א מוזעאם אין קיעוו, אוקריינא.
דאס פאלגענדע איז וואס איז איינגעקריצט אויפן בעכער:
זה הכוס נעשה ממטבעות מהצדיקים אשר בזכיתם (בזכותם) אנחנו חיים " // הצדיק ישראל מרוזין זצ"ל זי"ע// יו"ה הצדיקים שיחי' (שיחיו) לאי"ט (לאורך ימים טובים)/ ר' דוד משה יצ"ו מטשאר(טקוב)/ ר' מרדכי יצ"ו /מהוסיאטין/ ר' יצחק יצ"ו / מבאהש (בוהוש)// הצדיק ר' (רבי) יצחק מאיר מזינקוב זצ"ל (זכר צדיק לברכה ) זי"ע (זכותו יגן עלינו)/ הצדיק ר' זיסא (זוסיא) מזינקוב זצ"ל זי"ע / יו"ה הצדיקים שיחי' (שיחיו) לאוי"ט (לאורך ימים טובים ( /ממעזיבוז/ הצדיק ר' אברהם יהושע העשל יצ"ו (ישמרהו צורו ויחיהו) / הצדיק ר' חיים מזינקוב יצ"ו