מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 24, 2008 3:08 pm

די אשכול וועט דינען פאר קאלעקשאנס פון בילדער אדער היסטאריע פון היסטארישע ארטיקלען פון פריערידיגע צדיקים.

איך וועל זיין דער מתחיל מיט א בילד פון א זילבערנעם בעכער, וועלכע איז געשמאלצן געווארן בשנות תרמ"ה-תר"נ פון מטבעות פון אדמורי"ם לבית אפטא ורוזשין (ווען טייל פון זיי זענען נאך געווען בחיים חיותם) דער בעכער געפונט זיך אין א מוזעאם אין קיעוו, אוקריינא.

דאס פאלגענדע איז וואס איז איינגעקריצט אויפן בעכער:
זה הכוס נעשה ממטבעות מהצדיקים אשר בזכיתם (בזכותם) אנחנו חיים " // הצדיק ישראל מרוזין זצ"ל זי"ע// יו"ה הצדיקים שיחי' (שיחיו) לאי"ט (לאורך ימים טובים)/ ר' דוד משה יצ"ו מטשאר(טקוב)/ ר' מרדכי יצ"ו /מהוסיאטין/ ר' יצחק יצ"ו / מבאהש (בוהוש)// הצדיק ר' (רבי) יצחק מאיר מזינקוב זצ"ל (זכר צדיק לברכה ) זי"ע (זכותו יגן עלינו)/ הצדיק ר' זיסא (זוסיא) מזינקוב זצ"ל זי"ע / יו"ה הצדיקים שיחי' (שיחיו) לאוי"ט (לאורך ימים טובים ( /ממעזיבוז/ הצדיק ר' אברהם יהושע העשל יצ"ו (ישמרהו צורו ויחיהו) / הצדיק ר' חיים מזינקוב יצ"ו
צוגעלייגטע
kidush_cup_Poland_%201860_Museum_of_Historian_Treasures_of_Ukr.jpg
kidush_cup_Poland_%201860_Museum_of_Historian_Treasures_of_Ukr.jpg (185.18 KiB) געזעהן 10230 מאל

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג מארטש 24, 2008 3:59 pm

הויבן הויבט מען אן מיט די ירושלמי "מקלו של ר"מ היה לי, והיתה מלמדת לי דעת".

דערנאך, די דברי תורה פון הגה"ק ממונקאטש דערויף, און נאך.

דערנאך הייבט מען אן מיט די בילדער...

(סתם א טשעפע, נעם נישט ערענסט ביטטע... איך רעדט בעיקר צו הרב זיידעניו זאל מאכן א שיינעם ארטיקל דערויף, איך האף ער וועט אונז נישט אנטוישען!)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 24, 2008 4:06 pm

אלעקסיי זיסער;

איך נעם עס נישט פערזענליך, אבער ערנסט נעם איך עס, איך בין דיך מכבד אראפצוברענגען די דברי תורה פון מונקאטשער רב במילואם, המתחיל במצוה אומרים לו גמור.

יישר-כח פאר'ן אריינוואנדערן דא, מיר קענעם נוצן דיין עקספערטיז.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג מארטש 24, 2008 4:15 pm

זל"ק במהדורה קמא אות כג

מה שמצינו מנהג הצדיקים רבותינו ואבותינו שהחשיבו לכלים שהשתמשו בהם צדיקים וכן כמה צדיקים וחסידים שילמו בעד כאלו הון רב ונקרא "שומא" בפי העולם [ועיי' בדברינו בשו"ת מנחת אלעזר חלק ד' (עודנו בכתובים) סי' ט' לענין מה דפסיקי' בש"ע חו"מ (סי' רס"ז) בהמוצא תפילין שישום דמיתה אם יש חילוק בין תפילין יקרים מסופר צדיק עיי"ש] וממה שאמרו קרש שזכה להנתן בצפון וכו' פשוט דאין ראי' לזה אמנם נ"ל מקורו בירושלמי (מ"ק פ"ג הלכה א' וכן הוא בירושלמי נדרים פ"ט הלכה א') מקלו של ר' מאיר היתה והוא היתה מלמדתו דעת עכ"ל הרי שחפץ השתמשות של צדיק (הגם שהוא חפץ גשמי) זוכין על ידו לדעת ומכ"ש לעניני טובות עוה"ז:
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 28, 2008 1:28 am

א בעכער וואס האט באלאנגט פאר ר' נחמן מברעסלב זצ"ל
צוגעלייגטע
200827_12444710931_gavia.jpg
200827_12444710931_gavia.jpg (18.22 KiB) געזעהן 10139 מאל

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מארטש 30, 2008 9:44 pm

די מיצעל (געשטריקטע קאפל) פון די הייליגער צאנזער רב ז"ל.
צוגעלייגטע
rov_lulav.jpg
rov_lulav.jpg (43.73 KiB) געזעהן 10100 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 30, 2008 11:08 pm

דאס בענקל פון ר' נחמן מברעסלב, וועלכע געפונט זיך היינט אין אר"י.
צוגעלייגטע
2008331_2421219933_chair.gif
2008331_2421219933_chair.gif (17.12 KiB) געזעהן 10078 מאל

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג אפריל 14, 2008 5:40 pm

הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע שטריימל צום פארקויפן אין מאה שערים דאס איז א בילד פין די שטריימל , איינער האט עס באקומען פאר 100 טויזענט דאללער פין ענגלאנד אין וויל עס פארקויפן פאר דער וואס גלייבט עס איז געווען ר' נחמןס פאר 300 טויזענט דאללער
צוגעלייגטע
.jpg
.jpg (7.22 KiB) געזעהן 9962 מאל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

פעטרישקע
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2008 4:10 pm

תגובהדורך פעטרישקע » מאנטאג אפריל 14, 2008 5:41 pm

חחחחחחחחח

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:56 am

יעצט אין די הייליגע טעג ווען צדיקים נעמען ארויס זייערע ירושה חפצים איז כדאי אויפצווועקן דעם אשכול
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 12:14 pm

דער שטריימל פון הרה"ק ר' דודל טאלנער,
עס ליגט אין די אוצר פון טאלנער רבי פון אשדוד, ער האט דאס באקומען פון א בין בית ביי ר' משה צבי מטאלנא פילאדעלפיע
צוגעלייגטע
tolna_shtreimel.jpg
tolna_shtreimel.jpg (15.79 KiB) געזעהן 9475 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 12:54 pm

יחזקאל (בן בוזי),
דער רעכטס איז דער טאלער רבי פון אשדוד, ווער איז לינקס מיט'ן ספאדיק און גרויע-בארד?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 1:05 pm

איך ווייס ניט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 1:07 pm

עס איז אינטערעסטאנט צו באמערקן אז אויפן טיש ליגט די מלכות בית טשערנאביל פון הרב יצחק מאיר טווערסקי...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 1:44 pm

בן ביזי טייערער אז די דערמאנסט שוין די מלכות בית טשערנאביל פון הרב יצחק מאיר טווערסקי, וואלט איך דיר געוואלט בעטן, אז די זאלסט ארויף לייגן א בילד פון די קערה וואס ר' יצחק מאיר האט בירושה, וואס האט באלאנגט פאר'ן טשערנאבלער מגיד.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 11:53 am

דער אתרוג פושקע וואס כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א האלט אין דער האנט איז פון הרה"ק ר' אהרן מבעלזא, וואס האט דאס באקומען במתנה פון הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא, און נאך דער פטירה פון בעלזער רב ווען מ'האט צוטיילט די ירושה האט מען דאס צוריק געגעבן פאר איהם(כידוע האט זיך הרה"ק מסקווירא אפגעזאגט פון די ירושה אע"פ וואס ער איז געווען פון די יורשי דאורייתא, אבער די זאך האט מען פאר איהם געגעבן)
צוגעלייגטע
510_skver_su_(3).JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 4:19 pm

אויפן פריערדיגע בילד האב איך אפאר הערות, וואס איינער וואס ווייסט אביסל וועגן סקווירא זאל אונז בארייכערען די ידיעות קאסטן.

א. אין סקווירא נוצט מען נישט קיין קיישעלע דייקא?
ב. מען לייגט דריי רינגעלעך אונטען און נאר צוויי אויפן לולב אליינס?
ג. דרך אגב, טאמער איר באמערקט טראגט ר' ישעי' גבאי דעם סקווירא רבי'נס טלית און מחזור, איז עס נישט צוזאמגעלייגט מיט א כוונה?
ד. לכאורה איז די בילד פארקערט, ווייל די סקווירא רבי האלט די לולב און די לינקע האנט, חוץ אויב אזוי טוט מען אין סקווירא
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 4:39 pm

עס איז אזוי,
1. מען נוצט יא קיישעלעך און נאר פאר די הדסים, ד"ה אז מען נוצט ניין הדסים און יעדע דריי הדסים ליגט און א באזונדערע קיישעלע, די הדסים ווערן צוזאמען געבינדן איין קיישעלע אויף די רעכטע זיין פון די לולב איינס פארנט און איינס אויף די לינקע זייט, און דערפאר זעהט אויס אז מען לייגט נישט קיין קיישעלעך ווייל אויפן בילד זעהט מען די צד השדרה, און אויפן צד השדרה לייגט מען נישט קיין הדסים,
2. גוט געזעהן מען לייגט דריי אויף צוזאמען בינדען די מינים און נאר צוויי אויפן לולב.
3. דער סיבה פארוואס דער טלית איז נישט צוזאמען געלייגט איז ווייל דאס איז אויפן וועג אריין צום דאווענען, און וויבאלד מען שאקלט די לולב מיטן טלית דערפאר איז עס נישט צוזאמען געלייגט.
4. דער בילד איז נישט פארקערט, און דיין הערה איז א גוטער הערה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 4:43 pm

אין פארוואס קומט מען נישט אריין צום דאווענען מיטן טלית אנגעטוהן, אויב מען האט עס שוין פריער אנגעהאט?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 12:47 pm

סטעי קאלם, שטיקל גבאי ווייל אין סקווירא טוט מען אהן דעם טלית בעפאר הודו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 1:16 pm

הערת האחראי:

עס זענען פארמעקט געווארן דא עטליכע אומפאראנטווארטליכע תגובות, ביטע האלטען דעם פלאץ ריין, והי' מחניך קדוש.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

פאר די וואס וואונדערן זיך אויף די סקווירא מנהגים פון ווי אזוי מ'לייגט די הדסים און אויפן טלית. איך פארשטיי נישט פארוואס אין סאטמאר טוט נישט דער ''עולם'' אזוי. ודו''ק
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 9:53 pm

הסברה ביטע, יאך פארשטיי נישט.

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 11:21 am

דער בילד איז פון הבדלה מוצש"ק די וואך פרשת נח אין בארא פארק.
אויף די לינקע זייט ווערט געזעהן הרב ישראל פריעדמאן בן כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה מביאן ר' מרדכי שלמה וועלכע האט געוואונט אין די איסט סייד.
ער האט אן די שטריימעל וואס ער האט בירושה פון זיין טאטע.
צוגעלייגטע
553 boyan bp (2).JPG
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 1:28 pm

יישר כח הרב גבאי פאר'ן בילד.

פארוואס איז דער ר' ישראל פר"מ נישט באיאנער רבי? דא הבן מיר נאך א אייניקל בא"ב פונעם הילליגען ריזשינער.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט