רבי יצחק מראדוויל זצ"ל - י"א אייר תקצ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

הרה"ק רבי דן מראדוויל

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:47 am

טריסקער האט געשריבן:קינדער - אלע מזוו"ר:
בנו: הרה"ק רבי דן מראדוויל
חתניו:
1. הרה"ק רבי צבי ר' ישעיה'ס מהאליטש
2. הרה"ק רבי ישעיה מושקאט מפראגא בעל 'הרי בשמים'
3. הרה"ק רבי עקיבא ממיקאלייאב (ב"ר יוסף ב"ר דוד ממיקאלייאב וח"ר וואלף קיצעס)

הרה"ק רבי דן מראדוויל האט חתונה געהאט מיט הרבנית יוכבד בת הרה"ק ה'אוהב ישראל' מאפטא וואס איז קודם געווען חתונה געהאט צו ר' קלמן בן הרה"ק ה'באר מים חיים' מטשערנאוויץ.

רבי דן איז געווען די מחותן מצד החתן ביים גרויסע 'אוסטילא חתונה' פון בנו רבי שמואל יחיאל.

נפטר געווארן כ"ה סיון תר"א, ומנו"כ אין בארדיטשוב אונטערן אוהל פון הרה"ק ה'קדושת לוי' מבארדיטשוב.

בני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן
2. הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל

חתני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרבנית רחל אשת הרה"ק רבי יצחק מסקווירא (בזיווגו הראשון)
2. הרבנית בלומא רייזל אשת הרה"ק רבי שלום יוסף מסאדיגורא (בנו בכורו פון קדוש ישראל מרוזין)
לעצט פאראכטן דורך טריסקער אום דאנארשטאג מאי 19, 2016 5:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:56 am

טריסקער האט געשריבן:בני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן
2. הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל

חתני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרבנית רחל אשת הרה"ק רבי יצחק מסקווירא (בזיווגו הראשון)
2. הרבנית בלומא רייזל אשת הרה"ק רבי שלום יוסף מסאדיגורא (בנו בכורו פון קדוש ישראל מרוזין)

הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן האט חתונה געהאט בזוו"ר מיט הרבנית בלומא בת הרה"ק רבי יוסף מאוסטילא בן הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז וואס דער חתונה איז באקאנט געווארן בתולדות החסידות אלס דער 'אוסטילא חתונה' וואס דאס איז געווען דער גרעסטער חתונה בתולדות החסידות, בזוו"ש איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי יוסף מטורטשין בן הרה"ק ה'חוזה' מלובלין.

נפטר געווארן י' ניסן תרכ"ב.

חתנו של הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן מזוו"ר:
הרבנית שרה טריינה אשת הרה"ק רבי מרדכי מסטאביחוב (בן הרה"ק רבי ישראל מסטאביחוב בן הרה"ק רבי יעקב אריה מקאוולא (בן הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז הנ"ל) וחתן הרה"ק רבי יחיאל מיכל מווישנאוויץ בן הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ בן רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב)
לעצט פאראכטן דורך טריסקער אום דאנארשטאג מאי 19, 2016 5:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

דער ציון פון רבי יצחק ראדיווילער

תגובהדורך the collector » דאנארשטאג מאי 19, 2016 3:03 am

ווי איז דער ציון פון רבי יצחק ראדיווילער?
א בילד האסטו?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 3:05 am

the collector האט געשריבן:ווי איז דער ציון פון רבי יצחק ראדיווילער?
א בילד האסטו?

איך האב א בילד כ'וועל עס פראבירן ארויפצושטעלן.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

מקום האוהל פון הרה"ק רבי יצחק ראדווילער

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 4:00 am

די בלעטל פון 'אבותינו' מיט די פרייליכע בשורה פון טרעפן דעם פונקטליכן מקום האוהל פון הרה"ק רבי יצחק ראדווילער.
צוגעלייגטע
0001.jpg

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 6:00 am

טריסקער האט געשריבן:בני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן
2. הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל

חתני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרבנית רחל אשת הרה"ק רבי יצחק מסקווירא (בזיווגו הראשון)
2. הרבנית בלומא רייזל אשת הרה"ק רבי שלום יוסף מסאדיגורא (בנו בכורו פון קדוש ישראל מרוזין)

הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל האט חתונה געהאט מיט הרבנית נכדת הרה"ק ה'תולדות יעקב יוסף' מפולנאה און הרה"ק רבי אברהם דוב מחמעלניק.

ער האט ממלא מקום געווען זיין טאטע אין ראדוויל, און האט אויפגעשטעלט אן אייגענעם ביהמ"ד וואס מ'האט עס גערופן "דעם רבין'ס בית המדרש" און נאך זיין פטירה "רבי לוי'ס בית המדרש".

נפטר געווארן ב' סיון.

בניו:
1. הרה"ק רבי דן (השני) מראדוויל
2. הרה"ק רבי מרדכי מראדוויל – בראד

חתנו:
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מליטשניץ (בן הרה"ק רבי ישראל מליטשניץ חתן הרה"ק ה'אוהב ישראל' מאפטא ובן הרה"ק רבי אליקים געציל מטיבירוב (ב"ר שמואל ב"ר יחיאל איכל בן הרה"ק רבי ליבער 'הגדול' מבארדיטשוב) חתן הרה"ק רבי יוסף מיאמפאלא בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב)

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג מאי 19, 2016 10:12 am

אין די נייע אור יצחק איז דא פון אונטן א מפתח פסוקים, חז"ל, אישים, וכו'.

אויך האבן זיי געמאכט א מפתח פון אלע אינטערסאנטע לשונות "דבר זה שמעתי בגן עדן", "חלמתי". העכטסט אינטערסאנט צו ליינען.

אמאל האט א יוד געדארפט אדארך לערנען דעם ספר צו קענען די טשיקאווע זאכן, היינט איז שוין די א מפתח אויך דעם אויך.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

אוהל הרה"ק רבי יצחק ראדווילער

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 22, 2016 7:22 am

.
צוגעלייגטע
ראדווילער אוהל.PNG

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 22, 2016 7:42 am

.
צוגעלייגטע
ראד.PNG
ראד.PNG (230.46 KiB) געזעהן 2302 מאל

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג מאי 22, 2016 8:45 am

טריסקער האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:בני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרה"ק רבי שמואל יחיאל מבאטאשאן
2. הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל

חתני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
)

הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל האט חתונה געהאט מיט הרבנית נכדת הרה"ק ה'תולדות יעקב יוסף' מפולנאה און הרה"ק רבי אברהם דוב מחמעלניק.

ער האט ממלא מקום געווען זיין טאטע אין ראדוויל, און האט אויפגעשטעלט אן אייגענעם ביהמ"ד וואס מ'האט עס גערופן "דעם רבין'ס בית המדרש" און נאך זיין פטירה "רבי לוי'ס בית המדרש".

נפטר געווארן ב' סיון.

בניו:
1. הרה"ק רבי דן (השני) מראדוויל
2. הרה"ק רבי מרדכי מראדוויל – בראד

[/size]

ווי אזוי האט געהייסן איר טאטע?, ווי איך פארשטיי האט זי געשטאמט פון די אויערבאך פאמיליע.
און ווער איז געווען די שווער פון זיין אייניקל ר' לוי השני פון בראד?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

גילוי מרעיש!!

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 23, 2016 6:55 pm

טריסקער האט געשריבן:הרה"ק רבי דן מראדוויל האט חתונה געהאט מיט הרבנית יוכבד בת הרה"ק ה'אוהב ישראל' מאפטא וואס איז קודם געווען חתונה געהאט צו ר' קלמן בן הרה"ק ה'באר מים חיים' מטשערנאוויץ.

חתני הרה"ק רבי דן מראדוויל:
1. הרבנית רחל אשת הרה"ק רבי יצחק מסקווירא (בזיווגו הראשון)
2. הרבנית בלומא רייזל אשת הרה"ק רבי שלום יוסף מסאדיגורא (בנו בכורו פון קדוש ישראל מרוזין)

נאך א לאנגע צייט פון אפירזיכן האט מען אנדעקט בעז"ה די פארהוילענעם יחוס פון הרה"ק רבי אלימלך סאקאלובער'ס אייניקלעך - וואס האבן געהאט מקובל אז הרה"ק רבי אלימלך מסאקאלוב האט חתונה געהאט מיט הרבנית נכדת הרה"ק ה'אוהב ישראל' מאפטא אן וויסן וויאזוי זי איז געווען אן אייניקל:

הרה"ק רבי אלימלך מסאקאלוב (בן הרה"ק רבי אשר ישעיה מראפשיץ) איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי דן מראדוויל!!!

אבער, דאס איז געווען בזיווגו הראשון וואס ער האט זיך גע'גט פון איר, און וועגן דעם איז דאס נישט געווען אזוי באקאנט.

דאס איז איינמאל קלאר אז זיין זון הרה"ק רבי איציקל בראדער (חתן ה'שר שלום' מבעלזא) איז געווען פון דעם זיווג, און ער האט געהייסן נאך זיין זיידן הרה"ק רבי יצחק מראדוויל.

וואס ס'בלייבט אויף ביזדערווייל אויסצוגעפינען איז וועלכע טאכטער פון הרה"ק רבי דן איז געווען זיין רעביצין, צו הרבנית רחל האט מיט אים חתונה געהאט בזוו"ר (און דערנאך מיט הרה"ק רבי איציקל סקווערער וואס איז נתאלמן געווארן פון איר), אדער מיט הרבנית בלומא רייזל, אדער גאר מיט א דריטע טאכטער, ויל"ע בזה און כ'האף ווי שנעלער צו פארענדיגן דעם חקירה.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 23, 2016 7:02 pm

במחילת כבוד, אויב ליגט איר אין דעם ענין ווייס איר אז דאס איז גארנישט אזוי זיכער, פון דיע יסודות ארויף. דאס איז פשוט א נייע נוסח פון'ם קאמינקער רבי'ס אפ געפרעגטע השערה. אפילו על צד היותר טוב, עס צו שרייבן בלשון וודאי איז נישט ארענטליך.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 23, 2016 7:08 pm

כ'האב נישט געוואוסט וועמענ'ס השערה דאס איז, אבער א נאנטער ידיד מיינער וואס איז אן אייניקל האט ביי זיך אפאר ראיות וואס ער האט מיר געוויזן אין דעם נושא און כ'וועל עס אי"ה ארויפשטעלן דא.

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מאנטאג מאי 23, 2016 7:27 pm

איך האב שוין פון לאנג געהערט אז ר' איציקל ראדווילער האט געהאט נאך א טאכטער נאר מ'ווייסט נישט קיין פרטים

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 23, 2016 7:29 pm

חיימ'ל האט געשריבן:איך האב שוין פון לאנג געהערט אז ר' איציקל ראדווילער האט געהאט נאך א טאכטער נאר מ'ווייסט נישט קיין פרטים

כ'האב גערעדט אויף רבי דן'ס א טאכטער, אן אפטער אייניקל.

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מאנטאג מאי 23, 2016 7:35 pm

יא. ס'איז א טעות סופר, כ'האב געמיינט צו זאגן רבי דן ראדווילער

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 23, 2016 9:37 pm

טריסקער האט געשריבן:כ'האב נישט געוואוסט וועמענ'ס השערה דאס איז, אבער א נאנטער ידיד מיינער וואס איז אן אייניקל האט ביי זיך אפאר ראיות וואס ער האט מיר געוויזן אין דעם נושא און כ'וועל עס אי"ה ארויפשטעלן דא.

וועל איך אייך אויך פאהר שטעלן די יסודות, ווי איך האב זיי לעצטענס געהערט פון צוויי סאקאלוב'ער אייניקליך.
א. ביי טייל פון ר' אלימלך סאקאלוב'ער'ס אייניקלך (כמדומ' בעיקר נכדי בנו ר' אברהם יהושע העשיל) איז פארהאן א מסורה אז זיי זענען אפטער אייניקליך. ביי טייל (כנ"ל, כמדומ' בעיקר נכדי ר' איציקל בראד'ער, בראשם דער נארול'ער רב זצ"ל, א גרויסער מומחה ביוחסין כידוע) איז בפירוש נישט דא אזא מסורה.
ב. דער קאמינקער רבי פון ירושלים זצ"ל, נכד ר' אברהם יהושע העשיל ב"ר אלימלך, האט מצרף געוועהן, און זיין ספר עלה זי"ת, די אויבן-דערמאנטן מסורה מיט די שמועה (וואס האט אויך פול מפקפקים) אז די שאצער אייניקליך, וואס רובן זענען נכדי ר' איציקל הנ"ל, זענען נעשכיזער אייניקליך, און לויט דעם האט ער משער געוועהן אז ר' אלימלך איז געוועהן איין איידעם ביי ר' שמואל יחיאל ב"ר דן וזוגתו נכדת נעשכיז, דער חתן און כלה פון'ם אסטילער חתונה. לויט דעם קומט צו א סך פרישער יחוס צו דיע סאקאלוב'ער אייניקליך, כולל ראדוויל. נאר וואס, עס האט איינער לעצטענס אויף געוויזן (רנ"א וועקשטיין, אפשר?) אז דאס קען נישט זיין, ווייל ר' שמעלקא מסעריט ב"ר איציקל מבראד איז געבוירן בחייו פון ר' שמואל יחיאל הנ"ל.

זעהט זיך אויס אז אייער פריינד האט זיך נישט מייאש געוועהן, און איז געקראכן א דור העכער, נאר איך ווייס נישט פארוואס מען פאר לייגט זיך דווקא אויף ר' דן פון אלע אפטער אייניקליך. (מיר דאכט זיך אז עס האט קיינער גע'טענ'ט אז די סאקאלוב'ער אייניקליך האבן א מסורה אויף זלאטשוב'ער ייחוס, עכ"פ פון יענעם צד.)

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מאנטאג מאי 23, 2016 11:05 pm

הסרפד האט געשריבן:........ אז די שאצער אייניקליך, וואס רובן זענען נכדי ר' איציקל הנ"ל, זענען נעשכיזער אייניקליך, ....

קודם די שאץ'ר אייניקלעך זענען נישט רובם ר' איציקל בראד'רס אייניקלעך נאר ר' מאיר'ל שאץ'רס אייניקליך פון זיוג ראשון, פון וואס ער האט געהאט 4 קינדער פון 10, אבל אכ"מ,
נאכדעהם די גאנצע בנין זענען השערות על גבי השערות, און די מקור איז בכלל נישט אויף צו בויען די דערמאנטע פאקט - נאר אפצופרעגן דאס וואס איז געוועהן מקובל אז זענען נעשכיז'ר אייניקלעך דורך סאטנוב,,,,,

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 23, 2016 11:59 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:........ אז די שאצער אייניקליך, וואס רובן זענען נכדי ר' איציקל הנ"ל, זענען נעשכיזער אייניקליך, ....

קודם די שאץ'ר אייניקלעך זענען נישט רובם ר' איציקל בראד'רס אייניקלעך נאר ר' מאיר'ל שאץ'רס אייניקליך פון זיוג ראשון, פון וואס ער האט געהאט 4 קינדער פון 10, אבל אכ"מ,
נאכדעהם די גאנצע בנין זענען השערות על גבי השערות, און די מקור איז בכלל נישט אויף צו בויען די דערמאנטע פאקט - נאר אפצופרעגן דאס וואס איז געוועהן מקובל אז זענען נעשכיז'ר אייניקלעך דורך סאטנוב,,,,,

א. רוב האב איך געמיינט בצירוף נכדי ר' משה סוליצער.
ב. איר מיינט צו זאגן אז דער קאמינקער רבי האט געהאט אזא מטרה? נישט משמע דארט אז ער האט אפילו געהערט פון'ם קשר מיט סאטנוב. (נישט וואס סאטנוב איז נישט קיין צו געלייגטע השערה, וכבר כתבו בזה, ואכמ"ל.)

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג מאי 24, 2016 12:04 am

הסרפד האט געשריבן: ב. איר מיינט צו זאגן אז דער קאמינקער רבי האט געהאט אזא מטרה? נישט משמע דארט אז ער האט אפילו געהערט פון'ם קשר מיט סאטנוב. (נישט וואס סאטנוב איז נישט קיין צו געלייגטע השערה, וכבר כתבו בזה, ואכמ"ל.)

דוכט זיך אז וקשטיין האט געשריבן א מאמר אויף דעהם באריכות,

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג מאי 24, 2016 6:59 am

איז מעגליך אז ר' מיילך סאקאלאווע'ס רעבעצין שטאמט פון ר' יוסף משה זוהן פונעם אפטא רב זיע"א?.
זיין זוהן האט טאקע געהייסן ר'אברהם יהושע העשיל.

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

תגובהדורך אוצרות ליסקא » דינסטאג מאי 24, 2016 2:17 pm

אגב.
און באהלי צדיקים כ'מיין אז ס'איז פון בעלזא, וואס מ'האט ארויסגעגעבן ביי רבי אהרן מרדכי'ס חתונה, שטטיט דארט אויף אונזער זיידע,
רבי מאיר'ל מלובלין ז"ל (בן רבי אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט חתן רבי יהודה זונדעל מאוחאני (היום יו"ד) בן השר שלום מבעלזא זי"ע)
אז זוגתו איז געוועהן נכדת הרה"ק מראדוויל זי"ע. אזוי האט אונז איבערגעגעבן דער נאראלער רב ז"ל אז ער געדענקט דאס פון דערהיים.

דערווייל ווייסען מיר נאכנישט דער סדר היחוס ביז אהין.

דערווייל לויט דער בורט סערטיפקעטס ווייסען מיר. אז דער רבי מאיר לובלין'ער וזוג' נחמה, איז געוועהן אן איידעם ביי רבי ישראל (נכד החוזה מלובלין) וזוג' הענא מלובלין, שהיה חתן רבי יוסף וזו' דינה בינא?.

דערקענט איינער דער נעמן, צו ס'איז זלאטשובער נעמן, צו קענען ציען א פעדעם צו ראדוויל?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

הרה"ק רבי דן מראדוויל - קאנסטאנטין

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 30, 2016 10:42 am

טריסקער האט געשריבן:הרה"ק רבי לוי משה יהודה מראדוויל האט חתונה געהאט מיט הרבנית נכדת הרה"ק ה'תולדות יעקב יוסף' מפולנאה און הרה"ק רבי אברהם דוב מחמעלניק.

ער האט ממלא מקום געווען זיין טאטע אין ראדוויל, און האט אויפגעשטעלט אן אייגענעם ביהמ"ד וואס מ'האט עס גערופן "דעם רבין'ס בית המדרש" און נאך זיין פטירה "רבי לוי'ס בית המדרש".

נפטר געווארן ב' סיון.

בניו:
1. הרה"ק רבי דן (השני) מראדוויל
2. הרה"ק רבי מרדכי מראדוויל – בראד

חתנו:
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מליטשניץ (בן הרה"ק רבי ישראל מליטשניץ חתן הרה"ק ה'אוהב ישראל' מאפטא ובן הרה"ק רבי אליקים געציל מטיבירוב (ב"ר שמואל ב"ר יחיאל איכל בן הרה"ק רבי ליבער 'הגדול' מבארדיטשוב) חתן הרה"ק רבי יוסף מיאמפאלא בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב)

הרה"ק רבי דן (השני) מראדוויל האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרים בת הרה"ק רבי ברוך מקאנסטאנטין בן הרה"ק רבי יוסף מאוסטילא וחתן הרה"ק רבי פנחס מאוסטראה בן הרה"ק 'רב ייב"י' מאוסטראה.

געווען רבי אין קאנסטאנטין די וואוינארט פון זיין שווער, ער איז אוועק יונגערהייט.

נפטר געווארן ט' חשון תרנ"ז, ומנו"כ אין קאנסטאנטין-ישן (אוקריינא).

חתניו:
1. הרבנית ביילא בזוו"ר אשת הרה"ק רבי יעקב יוסף מאורזיסטשוב (בזיווגו הראשון; בן הרה"ק רבי משה מאורזיסטשוב בן הרה"ק רבי פנחס מאוסטראה הנ"ל), בזוו"ש אשת הרה"ק רבי שלמה שמואל מטשערנאביל (בזיווגו השני; בן הרה"ק רבי ברוך אשר מטשערנאביל בן הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל וחתן אחי אביו הרה"ק רבי משה מקאריסטשוב בני הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל)
2. מרת הינדא אשת הגביר הרה"ח ר' חיים משה כהן מווארשא (שווער פונעם 'אמרי אש' ממאדזיץ)

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 30, 2016 10:44 am

מציבת הרה"ק רבי דן מראדוויל - קאנסטאנטין אין קאנסטאנטין ישן (סטארו קאנסטאנטינוב)
צוגעלייגטע
רבי דן מראדוויל - קאנסטאנטין.JPG

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 30, 2016 10:54 am

נאך א בילד פונעם מציבה ווי מ'קען אויסליינען בעסער די אונטערשטע שורות.

(קרעדיט: נחוניא)
צוגעלייגטע
קאנסטאנטין ישן.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט