כ'זעה אז ס'נאכנישט דא קיין אשכול אויף דעם נעם איך ס'פעדער אין האנט, ובזה הקריאה יוצאת פאר אלע וואס קענען צולייגן זאלן אריינווארפן זייערע מעלאנעס...
ובזה החלי:
דער ראש השלשלת איז געווען הרה"ק רבי יצחק מראדוויל.
רבי יצחק ראדווילער איז געבוירען געווארן צו זיין טאטע
הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב בערך אום יאר תק"ד, ער האט געהייסן נאך זיין זיידע רבי איציקל דראהביטשער.
ער איז געווארן אן איידעם בזוו"ר ביי הרה"ק רבי משה שהם מדאלינא, בזוו"ש ביי הרה"ק רבי צבי הירש מנדבורנא בעל 'צמח ה' לצבי', און בזווש"ל האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית ראסא העסיא אלמנת הרה"ג רבי משה הלוי אפרתי ר"י בארדיטשוב (די שוויגער פונעם רוזינער).
זיין טאטע האט אויף אים געזאגט אז ער איז מרומז כנגד ספר שמות און וועגן דעם איז ער מרבה בנידודים אבער די תורה געפינט זיך ביי אים, ער איז געווען רב אין נדבורנא (גאליציא), אופוטשנא (פולין), באטאשאן (ראמעניא), פאלטיטשאן (ראמעניא), רימינוב (גאליציא) און ראדוויל (גאליציא).
נפטר געווארן י"א אייר תקצ"ה, ומנו"כ אין שטאט ראדוויל (ראדזיבילוב) אין אוקריינא.
זיין ספר: 'אור יצחק', אין זיינע תורות געפינען מיר אינטערעסאנטע זאכן וואס מ'האט אים מגלה געווען בחלום הלילה פון הימל.
קינדער - אלע מזוו"ר:
בנו: הרה"ק רבי דן מראדוויל
חתניו:
1. הרה"ק רבי צבי ר' ישעיה'ס מהאליטש
2. הרה"ק רבי ישעיה מושקאט מפראגא בעל 'הרי בשמים'
3. הרה"ק רבי עקיבא ממיקאלייאב (ב"ר יוסף ב"ר דוד ממיקאלייאב וח"ר וואלף קיצעס)