בלאט 1 פון 2

רבי נתן נטע שפירא מקראקא בעל מגלה עמוקות

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 1:50 pm
דורך נחוניא
אין קובץ ישורון איז דא מאמר לתולדותיו
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=674

עס זענען דא פארשידענע משפחות וואס האבן בקבלה אז זיי זענען אייניקלעך בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות

משפחת באש נכדי מגלה עמוקות

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 2:08 pm
דורך נחוניא
עס זענען דא וואס זאגן אז ר' עזרא יעקב באש פון ספינקא [שווער פונעם אמרי יוסף] איז געווען בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות.
איז דא דערויף א געהעריגע מקור?

רבי יעקב שפירא אב"ד ווראנוב

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 2:15 pm
דורך נחוניא
ווי עס שטייט דא איז רבי יעקב שפירא אב"ד ווראנוב געווען בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות.

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 2:22 pm
דורך נחוניא
נחוניא האט געשריבן:ווי עס שטייט דא איז רבי יעקב שפירא אב"ד ווראנוב געווען בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות.

די יחוס פון רבי יעקב שפירא ביזן מגלה עמוקות איז אויסגעשמועסט אינעם מגילת יוחסין בסוף ספר שולחן העזר פון הגה"צ מטשאפ.
ווי מען זעט איז נישט געווען קיין קלארע קבלה מיט די פונקטליכע נעמען, נאר מען האט דאס שפעטער אויסגערעכנט.

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 3:48 pm
דורך שיף
על מקור משפחת בא"ש סיפר גאב"ד נוה אחיעזר רבי אברהם צבי ווייס זצ"ל ששמע כן מהחקל יצחק מספינקא
וכן מסורת בידי רבים מבני משפחות בש בימינו [לאו דוקא ספינקא].
ועיין עוד כאן http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 7%95%D7%AA

מאגלניצא

געשריבן: פרייטאג מאי 20, 2016 10:41 am
דורך נחוניא
לויט ווי מען דערציילט איז הרה"ק ממאגלניצא געווען אן אייניקל בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות.
הרה"ח ר' נתנאל ראדזינער האט דערציילט, אז שמחת תורה פלעגט מען אויסרופן דעם פיאסעצנער מיט די גאנצע יחוס ארויף ביזן מגלה עמוקות.
ווייסט איינער מער פרטים דערויף?

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2016 6:26 pm
דורך נחוניא
נחוניא האט געשריבן:אין קובץ ישורון איז דא מאמר לתולדותיו
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=674

עס זענען דא פארשידענע משפחות וואס האבן בקבלה אז זיי זענען אייניקלעך בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות

נכדי קאריץ זאגן אז זיי זענען אייניקלעך בא"ב פונעם מגלה עמוקות, און נכדי רבי יעקב מווראנוב זאגן אויך אז זיי זענען בא"ב פון מגלה עמוקות.
די צוויי משפחות זענען אבער נישט קיין נאנטע קרובים מצד האב... דעריבער איז נישט מסתבר אז זיי זענען ביידע אייניקלעך בא"ב פונעם מגלה עמוקות.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 21, 2016 11:15 am
דורך שלומעלע
הרה"צ ר' חיים מאיר יחיאל אבדק"ק מאגלניצא
בן הרה"צ הגמ' ר' אבי עזרי זעליג אבדק"ק גרעניץ חתן המגיד מקוזניץ
בן הג"מ ר' משה יצחק שפירא מאפטא מצד אמו מגזע הש"ך
בן הג"מ ר' יעקב שפירא
בן הג"מ ר' ישראל שפירא
בן הג"מ ר' זכריה שפירא
בן הג"מ ר' ישעיה שפירא אבדק"ק קאוולי
בן הג"מ ר' נתן נטע שפירא אשתו הרבנית אסתר בת הרבי ר' העשיל
בן הג"מ ר' ישעיה שפירא מקראקא
בן הג"מ ר' ישכר דוב בעריש שפירא
בן הג"מ ר' נתן שפירא אשכנזי אב"ד בהילדעסהיים מגזע הג"מ ר' שמואל יהודה קצינלנבוגן בן מהר"ם מפאדווא
הג"מ ר' ישעיה שפירא מקראקא הנז' היה חתן הג"מ המקובל ר' נתן נטע שפירא מקראקא בעל 'מגלה עמוקות'

געשריבן: דאנארשטאג יולי 21, 2016 11:37 am
דורך נחוניא
שלומעלע האט געשריבן:הרה"צ ר' חיים מאיר יחיאל אבדק"ק מאגלניצא

בקיצור הדברים מאגלניצא איז נישט בן אחר בן פון מגלה עמוקות!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 21, 2016 2:51 pm
דורך מינצקער
מה המקור להיחוס הנ"ל

געשריבן: זונטאג יוני 18, 2017 8:43 am
דורך משיח
נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:ווי עס שטייט דא איז רבי יעקב שפירא אב"ד ווראנוב געווען בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות.

די יחוס פון רבי יעקב שפירא ביזן מגלה עמוקות איז אויסגעשמועסט אינעם מגילת יוחסין בסוף ספר שולחן העזר פון הגה"צ מטשאפ.
ווי מען זעט איז נישט געווען קיין קלארע קבלה מיט די פונקטליכע נעמען, נאר מען האט דאס שפעטער אויסגערעכנט.

דאס וואס טשאפע רב שרייבט איז בלויז אן השערה בעלמא,
איז דא היינט מער קראנטע פרטים איבער די יחוס פון הגאון מהומנא צום מגלה עמוקות?

איך שטעל אהער די שטיקל פון מגילת יוחסין הנ"ל:

הה"צ מו"ה אברהם שפירא האבד"ק ווראנוב [נפטר כ"ח טבת תרכ"ה],
בן הה"צ מו"ה יעקב שפירא (הנקרא ר' יעקל חריף) האבד"ק הומענא [נפטר ב' ניסן תקפ"ח],
בן הה"צ מו"ה אברהם שפירא (הנקרא ר' אברהם דראניס, על שם חמותו הצ' ע"ה) מסאנץ,
בן הה"צ מו"ה יהודא ליב שפירא פרנס דארבע ארצות (הנקרא ר' ליב פרנס) מלעמבערג,
דור רביעי מבעל מגלה עמוקות זצ"ל.

*

עד כאן שמעתי מכ' שב"ז הה"צ מו"ה מנחם בן ציון שפירא שליט"א מעיה"ק ירושת"ו אשר שמע זאת מזקינו הה"צ מו"ה שמעון שפירא בן להגה"צ מו"ה אברהם שפירא זצ"ל אבד"ק ווראנוב אשר היה מקובל כן מאבותיו הקדושים זי"ע.

ומעתה דרשתי וחקרתי מפי ספרים וסופרים ע"ד השלמת הדורות הנ"ל עד המג"ע, ומצאתי בס' דור ודור ודורשיו במערכת ל' אות ס"ב וז"ל "הגאון מו"ה יהודא ליב בהג"מ שלמה שפירא אבד"ק סאטנוב ה"א תמ"ב", אשר ידוע כי הג"מ שלמה שפירא אבד"ק סאטאנאב הי' בנו של המג"ע, כמ"ש במג"ע רנ"ב פי' על פ' ואתחנן בהקדמה שם, וכ"כ בס' מרגניתא שפירא, ומבואר שם כי הג"מ שלמה הנ"ל נרצח במלחמת הקאזאקין בערך שנת ת"ח-ת"י והי' בן ל"ב שנים.

ועי' עוד בס' דודו"ד הנ"ל מער' ל' אות צ"ז וז"ל "הפרנס דד' ארצות הגאון ר' יהודא ליב בר ישכר בער ו' חשון ה"א תק"א", ואם כי לא רמז כאן משפחת "שפירא", עכ"ז מאחר שמקובל לנו מאבותינו הקדושים הנ"ל כי ר' ליב פרנס הי' דור רביעי מהמע"ג, וגם שמו מוכיח עליו כי נקרא כשם זקינו הנ"ל, וכן השנים מעידים ע"ז, וכן הוכחה קצת על שם ישכר בער שהי' משפחת המג"ע, עי' בסדר הדורות בשנת ה"א של"ז, וכן בספר מרגניתא שפירא ותמצא כן.

אשר אחר כל הדברים האלו נראה לי להיות מוצא מציאה השתלשלות ד' דורות הללו מהפרנס הגה"צ מו"ה יהודא ליב שפירא
[א] בן הגה"צ מו"ה ישכר דוב
[ב] בן הה"צ מו"ה יהודא ליב
[ג] בן הגה"צ מו"ה שלמה
[ד] בן הגה"צ מו"ה נתן שפירא בעהמ"ח מגלה עמוקות.

ואולי א' מאנשי חקרי לב של הלכות ספרי יוחסין יודע דבר ברור יותר יודיעני ואכיר לו תודה ואתקנו אי"ה בחיבורי ח"ג לטובה.

געשריבן: זונטאג יוני 18, 2017 9:03 am
דורך משיח
כנ"ל איז טשאפע רב משער אז "הפרנס דד' ארצות הגאון ר' יהודא ליב בר ישכר בער" וואס שטייט דא אין דור ודור ודורשיו איז א שפירא, און ער איז דער פאטער פון רבי אברהם שפירא אבד"ק ווראנוב,

דא אין אנשי שם האט איר נאך א מנהיג (פרנס) אין לעמבערג רבי יהודא ליב שפירא "רבי יהודא ליב בהרב מו"ה נתן נטע שפירא", וואס שם אביו ושם משפחתו איז מוכיח אז ער איז מעגליך געווען ממשפחת המגלה עמוקות,

איז דא ערגיץ אופן געוועב די פקנס ועד ארבע ארצות אז מ'זאל קענען נאכזוכן א חתימה וכדומה?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:41 am
דורך גלאזער
רבי אברהם שפירא אב"ד ווראנוב

געשריבן: זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:44 am
דורך גלאזער
חותם ר' שמואל צבי פאלאק נכד בן בתו של האמרי יוסף
נכד מגלה עמוקות

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 11:15 pm
דורך הילולא דצדיקיא
שלומעלע האט געשריבן:הרה"צ ר' חיים מאיר יחיאל אבדק"ק מאגלניצא
בן הרה"צ הגמ' ר' אבי עזרי זעליג אבדק"ק גרעניץ חתן המגיד מקוזניץ
בן הג"מ ר' משה יצחק שפירא מאפטא מצד אמו מגזע הש"ך
בן הג"מ ר' יעקב שפירא
בן הג"מ ר' ישראל שפירא
בן הג"מ ר' זכריה שפירא
בן הג"מ ר' ישעיה שפירא אבדק"ק קאוולי
בן הג"מ ר' נתן נטע שפירא אשתו הרבנית אסתר בת הרבי ר' העשיל
בן הג"מ ר' ישעיה שפירא מקראקא
בן הג"מ ר' ישכר דוב בעריש שפירא
בן הג"מ ר' נתן שפירא אשכנזי אב"ד בהילדעסהיים מגזע הג"מ ר' שמואל יהודה קצינלנבוגן בן מהר"ם מפאדווא
הג"מ ר' ישעיה שפירא מקראקא הנז' היה חתן הג"מ המקובל ר' נתן נטע שפירא מקראקא בעל 'מגלה עמוקות'

דער יחוס איז קראנט?
מה המקור?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 6:00 am
דורך היטשינער
גלאזער האט געשריבן:רבי אברהם שפירא אב"ד ווראנוב

איך זע אז דאס איז א דאנק בריוול פאר רבי משה מאנטיופורי, איינער ווייסט וואס ער האט געהאט מיט אים?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 6:09 am
דורך יום זה מכובד
סיפר הרה"ק רבי משולם זוסיא מטשערנאביל זי"ע ('צור צדיק' עמ' שי):
שמעתי מאא"ז הרה"ק מטשעכויב זי"ע שאחיו הרה"ק רבי יחזקאל שרגא משינאווא זי"ע נמנע כל ימיו מלבוא לעיר קראקא, כי אם היה בא לקראקא היה צריך לילך לציון של המגלה עמוקות זי"ע הטמון בקראקא, אך בכדי להגיע לציונו היו צריכים לעבור על גבי קברים וע"כ נמנע מלבקר בקראקא, אך כשזקיני בא להשתקע בעיר קראקא הגיע הרה"ק משינאווא לראשונה לשבות שם, וכמובן שביאתו לעיר עוררה התרגשות רבה בקרב החסידים ואלפים התקבצו לכבודו, והחסידים פרצו למענו את הגדר של הבית החיים ופתחו פתח כדי שיוכל לילך לציון המגלה עמוקות זי"ע מבלי שיצטרך לעבור על גבי קברים, כענין שאמרו (סנהדרין כ:) "מלך פורץ לעשות לו דרך ואין ממחה בידו".

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 4:27 pm
דורך עפל קאמפאוט
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט י"ג אב, דער הייליגער מגלה עמוקות איז נפטר געווארן י"ג אב שנת שצ"ג

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 3:45 pm
דורך מודה ומהלל
לרגל יומא דהילולא מצבת זקני בבית החיים בקראקא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 4:04 pm
דורך אדער יא
לעצטנס האט איינער איבערגעדרוקט די מגלה עמוקות עה"ת און ואתחנן.

(בעוה"ר ליידער מלא טעותים. ס'דא פלענער פון אן אנדערע מכון איבערצורוקן די באנד פון ואתחנן מתוקן בתכלית)

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:47 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
אדער יא האט געשריבן:לעצטנס האט איינער איבערגעדרוקט די מגלה עמוקות עה"ת און ואתחנן.

(בעוה"ר ליידער מלא טעותים. ס'דא פלענער פון אן אנדערע מכון איבערצורוקן די באנד פון ואתחנן מתוקן בתכלית)

עס איז מיר די וואך אויסגעקומען דורכצוטון א קליין שטיקעלע מגלה עמוקות, האב איך געקלערט עס מיטצוטיילן מיט די וואס זענען אינטערעסירט.

מגלה עמוקות.pdf
(46.64 KiB) דאונלאודעד 66 מאל

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2019 2:58 am
דורך אלמוני
עפעס ספעציעל מיט דעם שטיקל?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2019 7:39 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
אלמוני האט געשריבן:עפעס ספעציעל מיט דעם שטיקל?

עס איז ספעציעל צו זען וואס הייסט 'דורכגעטון' און 'איבערגעארבעט'.
אויך איז ספעציעל צו זען דעם 'זה לעומת זה', מיטן ניי ערשינענעם דרוק (מהדורת תשע"ט).

אויף דעם גאנג וואלט דער גאנצער ספר געדארפט איבערגעארבעט ווערן.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2019 9:13 am
דורך חוח בין השושנים
איך האב שיער געקויפט דעם נייעם דרוק, זעענדיג אינם הסכמה פון הגאון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א אז סזענען דא אסאך הוספות פון כת"י.
אבער קוקנדיג אינם ספר האבעך נישט געטראפן קיין הוספות פון כת"י. אויך אויפן שער בלאט און אינם הקדמת המו"ל פראקלאמירט ער נישט קיין הוספות מכת"י.

וואס איז פשט פון ר' חיים'ס ווערטער (כ'מיין זיין כותב)?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 27, 2019 9:24 am
דורך שאראש-פאטאק
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:לעצטנס האט איינער איבערגעדרוקט די מגלה עמוקות עה"ת און ואתחנן.

(בעוה"ר ליידער מלא טעותים. ס'דא פלענער פון אן אנדערע מכון איבערצורוקן די באנד פון ואתחנן מתוקן בתכלית)

עס איז מיר די וואך אויסגעקומען דורכצוטון א קליין שטיקעלע מגלה עמוקות, האב איך געקלערט עס מיטצוטיילן מיט די וואס זענען אינטערעסירט.

מגלה עמוקות.pdf

כמעט גקויפט די נייע וועט מען ווארטן ביז קאטשקע וועט עס דרוקן