רבי יעקב בלומענזאהן מווידאמע זצ"ל [תלמיד חבר לבעל התפא"ש]

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

רבי יעקב בלומענזאהן מווידאמע זצ"ל [תלמיד חבר לבעל התפא"ש]

תגובהדורך ישראל אברהם » דאנארשטאג מאי 12, 2016 3:18 pm

הרה"ק רבי יעקב בלומענזאהן אבד"ק ווידאמע (הסמוכה לפרשעדבארז) הסתופף בצל הרה"ק רבי ישעי' מפרשעדבארז, און הרה"ק מראדאמסק בעל התפארת שלמה זי"ע.
נאך דעם פטירה פון הרה"ק מראדאמסק הסתופפו רבים בצלו. נפטר כ"ז שבט תרמ"ו בן צ' שנה.
זעה זיין תולדות אין קובץ נחלת צבי חלק יא.

אחר איזה זמן שנתקבל [הרה"ק בעל התפארת שלמה] לרב אבד"ק ראדאמסק התחילה תקופה מחודשת, כי התחילו החסידים לנסוע אליו מכל הגלילות עם קוויטלעך ופדיונים, ונזף בהם וגער בהם בגערות עוזו כי ילכו לדרכם כי הוא איננו רבי..., וציווה להם שיסעו וילכו לחבירו ועמיתו הגאון הקדוש ר' יעקלי זצלל"ה אבד"ק ווידאמע כי הוא ג"כ גדול וקדוש כמוהו, אבל לא הועיל כלל, ואדרבה, הרה"צ מווידאמע זצ"ל בעצמו בא עם חבריא להסתופף בצל קדשו.
(נפלאות התפארת שלמה)


עוד סיפר לי חותני ז"ל אשר בלילות האחרונות של הרה"ק הסבא קדישא ר' יעקב אבדק"ק ווידאמע, היה לן אצלו, והרופאים אסרו להניח על הראש שום דבר.
ובלילה קודם פטירתו היה חלש עד מאוד, ולא היו יכולין להזיזו אפילו כמה אנשים, וכל בניו ישנו מחמת שהיו עייפים מעבודת כל היום וכמה לילות שלא היו ישנים מחמת אביהם הקדוש החולה.
וכאשר בקע היום ביקש הרה"ק מחותני זצ"ל שיתן לו התפילין שיאמר ק"ש עכ"פ בתפילין. וירא חותני ליתן לו, ואמר לו שירא מבניו שיקפידו עליו, ואמר לו לא תפחד כי אומר רק ק"ש, ומי יוודע, ונתן לו התפילין.
ויהי כאשר לקח התפילין בידו הקדושה ופתח את בית ידו להניח התפילין, נתלהב כאש נורא וצעק בקול אדיר עד מאד, כל זמן שהיד תהיה יד תניח תפילין. וכל בניו הקיצו ולא יכלו לעשות מאומה רק ירד במהירות הבזק מן המטה והתחיל לרקוד עם התפילין, ולבשם בשמחה והתפלל עד גמירא כמו שהי' ברוי עד אחר התפילה שערך כמה שעות. ותכף נפל חזרה להמיטה, ולמחר נפטר לחיי העולם הבא זיעוכי"א.
(קונטרס הנשאר בציון, מהחסיד המפורסם הרה"ח ר' נח וויינטרויב מראדאמסק)


נייע ווערטער (נישט געברענגט אין נחלת צבי הנ"ל)

ומאדמו"ר הרב הק' ר' יעקב מווידאמי זצ"ל שמעתי, ובתורתו, היינו שכל איש יהגה בתורה השייכא לעצמו, כגון המלוה לא יאמר לוה רשע ולא ישלם כתיב שזהו הוא תורתו של הלוה אלא יאמר לעצמו הריני עובר בלא יגוש, וכן הלוה להיפוך שלא יאמר אל המלוה הרי אתה עובר על לא יגוש אלא יחזיק את עצמו בתורה שלו דכתיב לוה רשע.
(הקדמה לזכר יהודה, מרבי זכרי' גולדשטיין מראדאמסק)


וכמו ששמעתי מרבי הרב הק' ר' יעקב זצ"ל הנ"ל שלהביא הגאולה לא דבר גדול הוא אי לאו הכתוב לבל ידח, שהגאולה צריכה להיות שיתקנו כל הנשמות, ואפי' נשמה אחת לא תהי' נדחית.
(שם)


נ"ב ס'איז דא אייניקלעך משפחת בלום (קיצור פון בלומענזאהן) אין אוסטרעליא.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:26 pm

ווייסט איינער וואו מען קען באקומען דעם קובץ נחלת צבי חלק יא אדער כאטשיג די באשרייבונג אויף הגה"ק מווידאמא?
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

נאך מקורות איבער ר' יעקלי מווידאמא זי"ע

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 2:12 pm

נאך וואונדערליכע מעשיות פון הגה"ק ר' יעקלי מווידאמא זי"ע איז דא אין די ספרי התולדות פונעם הייליג'ן תפארת שלמה, נפלאות התפאר"ש, אהל שלמה, עטרת שלמה, אזוי אויך איז ערשינען בשנת תשע"ה א נייע מהדורה פון ספר דברות חיים פון זיין רבי'ן הרה"ק ר' ישעי'לע מפשעדבורז זי"ע, און דער מו"ל [הרב אליעזר עמנואל הורוויץ א פשעדבורז'ע אייניקל] האט צוגעלייגט א גאנצע פרישע חיבור מיט'ן נאמען "בית שמחת עולם" [ע"ש די משפחה נאמען פון ר' ישעי'לע ומשפחתו- וועלטפרייד], און דארטן אין די ערך פון הגה"ק ר' ישעי'לע ווערן באשריבן זיינע תלמידים צווישן זיי הגה"ק ר' יעקלי דנן מיט נאך פרטים און עובדות מלוקט פון די אויבערדערמאנטע ספרים און אזוי אויך פון כתבי החסיד ר' נח גד וויינטרויב ז"ל, האפענטליך אין אן אנדערע געלעגענהייט העמיר מעתיק זיין נאך ענינים נפלאים מאותו צדיק.
אין בית שמחת עולם ווערט געברענגט אז שם אביו איז געווען ר' ארי', אינטרעסאנט צוצולייגן אז די יא"צ פון זיין רבין'ס זון הרה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז פאלט אויך אויס אום כ"ז שבט. זכות כל הצדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:45 pm

איפוא המקור ששם משפחתו היה "בלומענזאהן"?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:23 pm

איני יודע מהיכן לקחו זאת כותבי הדורות אבל כך היו נקראים יוצאי חלציו, ובס' בית שמחת עולם ג"כ מביא כן, וכמדומני שבהרעקארד'ס של העיר ג"כ מובא כן, ויש להוסיף השערה בזה שבבית שמחת עולם הנ"ל מובא ששם אמו הי' בלומא ואולי שע"ש זה נקרא בלומענזאהן, אבל השערה זו צודק רק אם השם התחיל אצלו אבל אם גם אביו הי' נקרא כן אין לומר כן. ואשמח לקבל עוד הערות בזה.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 6:35 am

בס' מצבות בית הקברות הישן בלודז נרשם יהודי בשם (ר' שמאי?) ראטשילד, ונזכר שם שהוא אחיו של הרה''ק רבי יעקב בלומענזאהן הנ"ל.
בביה"ח החדש בלודז נמצא מצבות של נכדיו אשר שמם בלומענזאהן ונכתב להדיא שהם נכדיו.
הנ"ל לא ראיתי בעיני, רק שמעתי כן מנכדו.
בע"ה בימים הקרובים ישלח נכדו אלי את המסמכים ע"מ לפרסמם כאן.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

זכור זאת ליעקב (הקדמה)

תגובהדורך יין ישן » זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:42 pm

מיר ווילן דא בס"ד אנהייבן די סעריע "זכור זאת ליעקב" אביסל אראפצוברענגן עובדין טבין פון הגה"ק מווידאמא זי"ע איבערגעזעצט פון די אויבנדערמאנטע מקורות, און האפענטליך מברר זיין מקחו של צדיק עד כמה שיד כהה מגעת, פארשטייט זיך אז עס וועט זיך פארציהען לויט וויפיל די צייט ערלויבט, נאר צום ערשט דארף מען באדאנקען הר"ר ישראל אברהם וועלכער האט געלייגט די אבן הפנה צו דעם ווערדפולע אשכול און אראפגעברענגט עטליכע ציטאטן איבער דעם צדיק, און אונז זעמיר נאר דא למלאות אחרי דבריו, צו סערווירן דעם עולם מיט נאך ידיעות איבער דעם צדיק וקדוש, און פארשטייט זיך ווער עס האט די מינדעסטע ידיעה צוצולייגן זאל אהערברענגן מאוצרו הטוב לזכות בהן את הרבים.
די ערשטע חלק פון דעם סעריע וועט אי"ה זיין דא אין די נאנטע טעג, דערווייל כל מי שרוצה ליטול את השם יבוא ויטול און קען ווייטער בארייכערן די ידיעות פונעם ציבור.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

רישום פטירתו

תגובהדורך ישראל אברהם » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:59 pm

רישום פטירת הרה"ק מווידאמא ברוסית 1885
קבלתי מנכדו ר' שמואל דוד בלום מאסטראליע

jankel_blumenson_death.jpg
לעצט פאראכטן דורך ישראל אברהם אום זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:14 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:14 pm

תעודת הנישואין של הרה"ק ר' יעקב מווידאמא
לבראנדלא ב"ר שלמה לעווענבערג, בת גיסו (אחי זו') של הרה"ק ר' ישעיה מפרשעדבארז
(קבלתי מנכדו ר' שמואל דוד בלום מאסטראליע)

JankelBlumenson_m_1818.jpg


It doesn’t have surnames, but the fact that it refers to “Brandla Szalmow” probably means Jankel Blumenson’s marriage to Brandla (daughter of Shlomo) Lewenberg, the niece of Yeshaya Weltfrajd via his wife, Nachla (Shlomo/Szlama’s sister). This marriage is referenced by Alfassi in his Encyclopeia of Hassidic Rabbis (although he doesn’t refer to the surname Blumenson for the groom, just says it was Yakov of Widoma).

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 4:10 pm

מצבת
החסיד המפורסם
מ' משה
ב"ר ישעיה שלמה
נכד הה"צ מווידאמע זצ"ל
נפ' י"ד טבת תרע"ה

poland 002.jpg


נתקבל מר' שמואל דוד בלום נכד הרה"ק ר' יעקב מווידאמע

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

הוספה בענין שם המשפחה בלומנזון

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:09 pm

גם אני הק' קבלתי הדאקומענטן [בזכות ידידנו ר' ישראל אברהם שקישר אותי עם רש"ד בלום מאוסטראליע] וכתב לי רש"ד בלום שיש לו ג"כ תעודת נישואין נוספת מאמו של ר' יעקב זי"ע שנשאה בזיוו"ש איש בשם ר' פייוול ראטשילד שזה מיישב מה שהביא ר' ישראל אברהם לעיל אודות קבר בלוד'ז מאחיו של ר' יעקלי בשם ראטשילד.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

זכור זאת ליעקב (תולדות)

תגובהדורך יין ישן » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 3:58 pm

אצינד ווילן מיר בעז"ה צוטרעטן צום "זכור זאת ליעקב" סעריע איבער דעם צדיק וקדוש ר' יעקלי מווידאמא זי"ע.
-ואלה תולדות-
ר' יעקלי איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער ר' אריה און זיין מוטער מרת בלומא בערך אין יאר תקנ"ח.
-אשת חיל-
ווען ער איז אנגעקומען לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט מרת ברנדלה די טאכטער פון ר' שלמה לעווענבערג א שוואגער פון זיין רבי'ן הרה"ק ר' ישעי'לע פשעדבורז'ער זי"ע.
-וזרעו לברכה-
זיינע זוהן: הרה"צ ר' לוי וואס איז באקאנט דורך די סיפורים וואו ער ווערט דערמאנט, ר' דוד לייבוש געבוירן בשנת תק"פ, ר' משה געבוירן תקפ"ב, ר' ישראל געבוירן תקפ"ג, ר' נחמן געבוירן תקפ"ה. און א טאכטער מרת גיטל געבוירן תקפ"ד.
ביז אהער האב איך מעתיק געווען פון ספר בית שמחת עולם תולדות צדיקי בית פשעדבורז, אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז רש"ד בלום פון אוסטראליע האט מיר געשריבן פון א זוהן ר' אברהם וואס ווערט נישט געברענגט אין בית שמחת עולם, [מען קען זאגן א השערה אז איינער פון די אויבערדערמאנטע קינדער האט געהאט צוויי נעמען און אין טייל דאקומענטן ווערט ער אנגערופן אברהם, ועדיין הדבר צריך בירור, אשמח מאד אם יש ביד מישהו עוד פרטים בענין זה].
בנוגע זיין טאכטער איז דא אין נחלת צבי א קאפיע פון א בריוו פון ר' יעקלי זצ"ל און צו דעם צוגעשריבן פון בני הגה"ק התפאר"ש זי"ע, אויסגעשטעלט צו א גביר ר' משה הירש פון בענדין, ער זאל שתדל'ן פאר אים להוצאות החתונה. זעה אטעטשמענט.
אגרת מר' יעקב ווידאמער ובני ראדאמסק.JPG

-רבותיו-
רבו מובהק איז געווען הגה"ק ר' ישעי'לע מפשעדבורז זי"ע, נאך זיין פטירה איז ער געגאנגען צו הגה"ק התפארת שלמה מראדאמסק זי"ע אלס תלמיד חבר, [אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער תפאר"ש איז געווען מיט א פיר-פינעף יאר יונגער פון אים], אזוי אויך איז ער געווען ביי הגה"ק ר' יחזקאל מקוזמיר זי"ע.
-פטירתו-
ר' יעקלי איז געווען קרוב צו די ניינציג ווען ער איז נפטר געווארן, און ער איז נפטר געווארן ביום כ"ז שבט שנת תרמ"ו.
אזוי ווערט געברענגט אין עטרת שלמה [געשריבן דורך אן אייניקל פון תפאר"ש], אבער נכדו רש"ד בלום הנ"ל האט מיר צוגעצייכנט אז אין די רעקארד'ס פון שטאט ווערט זיין פטירה באצייכנט אום 1885 למספרם וואס איז א יאר פריער ווי די אנגעבליכע יאר פון זיין פטירה.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

פענוח המכתב הנ"ל

תגובהדורך יין ישן » מיטוואך ינואר 04, 2017 3:15 pm

אני מביא כאן פענוח המכתב הנ"ל כפי מה שכתוב בקובץ נחלת צבי הנ"ל:
בעהי"ת יום א' ב' ניסן תרכ"ז לפ"ק פה רדאמסק
החיים והשלום וכל טוב לכבוד ידידי
ה"ה הרבני המופלג החסיד הראש והנגיד
הגביר מפורסים שוע ונדיב כש"ת
מו"ה משה הירש נ"י
ידידי ההכרח הביאני לבא לפניו במכתבי זאת ולבקש מאתו שאלה אחת, כי אם שמע כ"מ אשר עבר עלי ר"ל לא עליכם רק שיהי' בביתכם שובע שמחות כל הימים, ועלי להכין נשואין לבתי הבתולה תחי', אמרתי לבקש את פניו כי צריך אנוכי לנדבת אחי הגביר נ"י בווארשא, וידעתי היטב פן לא ישמע לדברי ולדברי כ"מ בוודאי ישמע, לכן אולי יש למעלת כ"ת איזה דרך לווארשא למען לא יעשה על זה הוצאות, ובמתק שפתיו ימליץ נא עבורי לפניו, ומד' הטוב ישלם פעלו ומשכורתו.
דברי ידידו הדו"ש
יעקב בר"א זצ"ל מפה ווידאמע
גם אנחנו דו"ש ומבקשים את פני כ"מ עבור ידידינו הרב הצדיק שיחי' הנ"ל אולי יש לו דרך לווארשא וימחול לדבר בעדו כי נצרך לו מאוד, ולדברי כ"מ בודאי ישמע.
ידידכם הדו"ש
צבי מאיר הכהן בהה"ק זצלה"ה
אברהם ישכר בער הכהן בן הרב הקדוש מהר"ש זצלה"ה
ושתי שורות מתחת לחתימת אדמור"י ראדאמסק הוא העתק ממה שכתוב בחוץ:
מרדאמסק
כבוד ה"ה הרבני המופלג הראש והנגיד
הגביר מפורסים שוע ונדיב כש"ת מוה' משה הירש נ"י
בק' בענדין
ע"כ מקובץ נחלת צבי
אינטרעסאנט צו באצייכענען אז דער תפאר"ש איז אוועק כ"ט אדר תרכ"ו און דער בריוו איז געשריבן ב' ניסן תרכ"ז צוויי טעג נאך די יאר פון זייער פאטער האט זיך געענדיגט, און זיי שרייבן טאקע שוין נישט הכ"מ, איך ווייס נישט אויב עס האט א ספעציעלע באדייט, אבער עס איז געווען מערקווידיג.
נאך איז אינטרעסאנט צו באצייכענען אז די שריפט אין ביידע בריוון איז די זעלבע וואס ווי ס'זעהט אויס איז געווען איין כותב נאר זיי האבן אונטער געשריבן אזוי ווי מ'קען זעהן אז די חתימה פון ר' יעקלי איז בכלל נישט די זעלבע שריפט ווי דער עצם בריוו, און אזוי אויך לויפט עס אינעם פארקערטן ריכטונג, און ווי עס שיינט איז אפשר דער כותב געווען אין ראדאמסק אויפן יארצייט פונעם תפאר"ש [וואס האט אפשר צו טוהן מיט'ן פאקט אז עס איז געשריבן זונטאג נאכן יארצייט ווי אויבן דערמאנט] און נאכהער געברענגט דעם בריוו קיין ווידאמע צוצושרייבן, אדער פארקערט ער האט עס געברענגט פון ווידאמע נאר ער האט געשריבן פה רדאמסק ווייל ער האט עס געוואלט ארויס שיקן פון דארט, [אויסער אויב מ'וועט זאגן אז ר' יעקלי האט געשריבן מפה ווידאמע וויבאלד ער איז געווען געוואוינט אזוי צו שרייבן און ער איז אויך געווען אין ראדאמסק].
נאך א באמערקונג אז אריינקוקנדיג אין די בריוו זעט מען אז ער שרייבט ווארשוי און נישט ווארשא אזוי ווי זיי ברענגען עס אין נחל"צ.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

ShlomoZalman
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 6:32 pm

איינעקאל

תגובהדורך ShlomoZalman » מאנטאג ינואר 09, 2017 10:35 pm

My name is Shlomo Zalman Halevi Rosenzweig my mother zol Gezunt zyn is Fayge Dzialoshinski (Rosenzweig ) from Lodz a holocaust survivor her mother Brandela Blumenzon (Dzialoshinski ) hyd her father Moshe Blumenzon zl son of Shya Shlomo Blumenzon zl son of Rav Levi Blumenzon zl son of Rebbi Yaakov Blumenzon ztl.

All the Blumenzon from my mother's immediate family did not survive.The picture of the matzevot of Reb Moishe would be my mother's Zyda that passed away very young
.

I would very much like to contact my cousin Reb Shmuel Dovid Bloom. My email is srosenzweig@yahoo.com

I
לעצט פאראכטן דורך ShlomoZalman אום מאנטאג ינואר 09, 2017 11:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ShlomoZalman
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 6:32 pm

תגובהדורך ShlomoZalman » מאנטאג ינואר 09, 2017 11:02 pm

IMG-20170109-WA0007.jpg

ShlomoZalman
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 6:32 pm

Picture

תגובהדורך ShlomoZalman » מאנטאג ינואר 09, 2017 11:05 pm

This is a picture of my uncles Moishe Leib Hakohen hyd and younger brother Yechil Volf Hakohen hyd Dzialoshinski. Ayneklech They learned in Alexander Yeshiva Lodz.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

ברוך הבא!

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:46 pm

ס'פרייט זיך צו באגריסן נאך א ווידאמער אייניקל וואס בארייכערט אונזער אשכול
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

ShlomoZalman
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 6:32 pm

A Dank!

תגובהדורך ShlomoZalman » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:43 pm

IYH I hope to be in Poland.
I am involved with rebuilding the Ostrovtzer Rebbe's Ohel in Ostravtzer together with HaRav Halstuck shlita from Beit Shemesh.
I would like to know if anyone know where the Matzeva of my Elter Zyda Rav Moshe Blumenzon zl from the picture shown is located. His 102 Yortzeit is this 14 Teves and I will IYH be saying kaddish for him most probably first time since WW2.

ShlomoZalman
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 6:32 pm

Bais Simchas Oilam

תגובהדורך ShlomoZalman » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 10:52 am

יין ישן האט געשריבן:ס'פרייט זיך צו באגריסן נאך א ווידאמער אייניקל וואס בארייכערט אונזער אשכול

Where could I but the sefer Bais Simchas Oilam??

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

זכור זאת ליעקב - בצל רבו הק' מפשעדבורז

תגובהדורך יין ישן » מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:03 pm

ווי אויבן דערמאנט האט ר' יעקלי זי"ע געלערנט ביי הגה"ק ר' ישעי'לע מפשעדבורז זי"ע, בשעת ער האט געלערנט דארט, איז אויך אנגעקומען קיין פשעדבורז הגה"ק ר' שלמה הכהן מראדאמסק זי"ע בעל התפארת שלמה זי"ע, וועלכער איז אויך געקומען מקבל צו זיין תורה מפי ר' ישעי'לע זי"ע, און דארטן האבן זיי זיך אנגעקניפט איינער אינעם אנדערן בקשר עליון, און צוזאמען האבן זיי געלערנט פון ר' ישעי'לע זי"ע און מקבל געווען תורה מפיהו, סיי בנגלה און סיי בנסתר, [איבער די געוואלדיגע כח התורה פון הייליגן ר' ישעי'לע בנגלה ובנסתר זעה אין נפלאות התפאר"ש באריכות, און איבער וואס זיין רבי החוזה הקדוש מלובלין זי"ע האט מפליג געווען בשבחו איבער זיין געוואלדיגע גדלות בתורה], און ר' ישעי'לע זי"ע האט משפיע געווען איף זיי פון זיין הייליגן גייסט אויף גאר א שטארקן פארנעם, זיי פלעגן דארטן לערנען שפעט אין די נעכט צוזאמען מיט די גאנצע חברייא פונעם הייליגן ר' ישעי'לע זי"ע אין ביהמ"ד פון זייער רבי'ן, מיט א מורא'דיגע התלהבות, און א געוואלדיגע קול ברעש התורה, אין איינע פון די נעכט האט זיך אפגעשפילט א מעשה נורא מיט הגה"ק ר' יעקלי זי"ע מגודל קדושתו וטהרתו וואס צו דעם סיפור נורא איז געווען עדות הגה"ק התפאר"ש זי"ע און מיר האפן עס צו ברענגען אינעם קומענדיגן קאפיטל ווי עס וועט ארומגערעדט ווערן די התקשרות צווישן ר' יעקלי מיטן תפאר"ש זי"ע.
ווען ר' ישעי'לע איז געלעגן גאר שוואך על ערש דוי, און מ'האט נישט געקענט אריינגיין צום רבי'ן, זענען אבער יא אריינגעלאזט געווארן בלויז בנו ומ"מ הרה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז זי"ע, הגה"ק התפא"ש זי"ע, הגה"ק ר' יעקלי מווידאמא זי"ע, און נאך א רב מבני ביתו פון ר' ישעי'לע וואס זיין נאמען ווערט נישט אראפגעברענגט אין די מקורות. [דעמאלטס האט זיך אפגעשפילט א מורא'דיגע מעשה צווישן ר' ישעי'לע און דער תפאר"ש און דער אנדערע רב מבני ביתו, שאין כאן מקומו, איך האב עס נאר דערמאנט להעמיד דברים על דיוקן, וויבאלד אין נחלת צבי ווערט דערמאנט דעם חלק און ער שרייבט דארטן בשם דעם נפלאות התפא"ש (שדברינו ג"כ נלקחים משם) אז עס זענען בלויז אריינגעלאזט געווארן ר' עמנואל והתפא"ש ור' יעקלי, און ער דערמאנט נישט דעם דריטן רב מבני ביתו, דערפאר האבן מיר אראפגעברענגט דעם חלק אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די מקורות].
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

העיר ווידאמא

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:13 am

איין וויכטיגע הוספה צו די תולדות פון ר' יעקלי זי"ע, איבער די שטאט ווידאמא, אז דאס איז בעצם געווען א פליגל פונעם שטאט פשעדבורז, עס איז נאר דורכגעלאפן די טייך "פיליצע" צווישן די צוויי שטעט, און עס איז געווען א בריקל צווישן די צוויי שטעט, אבער די שטאטישע אפטיילונגען זענען געווען בעיקר אין פשעדבורז, אויסער די בית החיים איז געווען אין שטאט ווידאמא, און די רב אין ווידאמא נאך ר' יעקלי זי"ע, הגה"ק ר' קלונימוס קלמן זצ"ל מגזע בית פשעדבורז, פלעגט צו זאגן אז דער עיקר שטאט איז ווידאמא וויבאלד דארטן איז דער ביה"ח, און אז מ'קוקט אריין אין די תולדות פון הייליגן תפא"ש זעהט מען אז ר' יעקלי איז געווען מער מצוי ביים רבי'ן ר' ישעי'לע און ווי ס'שיינט איז די סיבה א פשוט'ער וויבאלד ער האט געוואוינט בקירבת מקום וואס מ'קען אפילו אנרופן דעם זעלבן שטאט.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

הוספה לפענוח המכתב דלעיל

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:47 pm

יין ישן האט געשריבן:נאך א באמערקונג אז אריינקוקנדיג אין די בריוו זעט מען אז ער שרייבט ווארשוי און נישט ווארשא אזוי ווי זיי ברענגען עס אין נחל"צ.

מסביר צו זיין וואס איך האב געמיינט ווייל ווארשוי איז מער ענדליך צום אופן וויאזוי עס איז געשריבן בלשון העמים warsaw וואס ער ענדיגט עס צו מיט א 'w', להערה בעלמא.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:35 pm

איין אייניקל האט זיך גערופן בלומענקראץ נישט בלומענזאהן

image (13).png
image (13).png (47.13 KiB) געזעהן 1519 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 28, 2018 8:50 am

בספר יזכור ראדומסק מובא שהיה לו חתן בשם ר' נח רובינשטיין שו"ב בראדומסק

האם זה היתה בעלה של מרת גיטל בתו של מהר"י מווידאמע?

image (14).png
image (14).png (270.23 KiB) געזעהן 1482 מאל
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג ינואר 28, 2018 9:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 28, 2018 8:55 am

א אייניקל פון ר' נח רובינשטיין שו"ב הנ"ל

image (15).png
image (15).png (33.26 KiB) געזעהן 1481 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זכרון, לב בשר און 14 געסט