קשר צווישן הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיטן סלונימער רבי זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

קשר צווישן הרה"ק מסאטמאר זי"ע מיטן סלונימער רבי זי"ע

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג פאברואר 09, 2016 1:47 pm

איך זיך אינפורמציה איבערן קשר און שייכות צווישן הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע מיט הרה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זי"ע.
רבינו הק' זי"ע האט געזאגט א דרשה אין סלונים ביי איינע פון זיינע באזיכן אין ארה"ק, מצורף א מודעה וואס האט געהאנגען אין די גאסן איבער דעם,
איך דארף נאך חומר איבער די זייכות צווישן זיי.

שמועה שמעתי אז אין ספר 'מושיען של ישראל' ווערט דערמאנט וועגן אזא קשר,
ווייסט איינער דערפון, און וואלט געקענט געבן א מראה מקום פון יענעם ספר אדער פון אדנערע פלעצער?
יישר כח.
צוגעלייגטע
לכידה.JPG
לכידה.JPG (29.64 KiB) געזעהן 2880 מאל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג פאברואר 09, 2016 7:28 pm

כמדומה לי ער פלעגט אויך דארט געבן עפעס א קביעות'דיגער פרנס היום איינמאל א יאר.

אפשר וועט דא איינער וויסן מער.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » דינסטאג פאברואר 09, 2016 7:50 pm

ס'הענגט נאך היינט זיין נאמען אין סלונים בית המדרש אין ירושלים

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג פאברואר 09, 2016 9:38 pm

א טענצל! האט געשריבן:כמדומה לי ער פלעגט אויך דארט געבן עפעס א קביעות'דיגער פרנס היום איינמאל א יאר.

אפשר וועט דא איינער וויסן מער.


ער פלגעט געבן א פרנס היום ביים קדושת יו"ט'ס יארצייט. דער רבי האט געהאט א קשר מיט חסידי סלונים פון ווען ער איז געווען אין ארה"ק אין תרצ"ד. מיט'ן נתיבות שלום ווייסעך נישט אז ער זאל האבן עפעס א ספעציעלער קשר בכלל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג פאברואר 09, 2016 11:29 pm

כשמעלקא ועוד, דעם רבינ'ס שייכות איז געווען בעיקר צו די טבריה חבורה, צו הגאון רבי משה קליערס ז"ל און צו ר' מאטיל סלאנימער. כ'האב אמאל געהערט פון ר' מאיר קליערס ע"ה (בן ר' משה ז"ל) א אינטערסאנטע סיפור פון דעם שטארקע קשר פון זיין טאטן צום רבין זי"ע בשעת דער רבי איז דארט געווען.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך פאברואר 10, 2016 5:46 am

נא_שכל האט געשריבן:כשמעלקא ועוד, דעם רבינ'ס שייכות איז געווען בעיקר צו די טבריה חבורה, צו הגאון רבי משה קליערס ז"ל און צו ר' מאטיל סלאנימער. כ'האב אמאל געהערט פון ר' מאיר קליערס ע"ה (בן ר' משה ז"ל) א אינטערסאנטע סיפור פון דעם שטארקע קשר פון זיין טאטן צום רבין זי"ע בשעת דער רבי איז דארט געווען.

נו...
האסט אונס שוין אנגעצויגן... וואסיז די סיפור?

דער רב
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מיטוואך פאברואר 10, 2016 11:06 am

מיט די סלונימער חסידים האט ער געהאט גאר א נאנטע שייכות, בעיקר פון שנת תרצ"ד. הג"ר משה קליערס האט געזאגט ער לערנט תורה לשמה. פאר ער האט נפטר געווארן האט ער געזאגט ער וואלט אוועק געגעבן כל הון דעלמא נאך איין מאל צו זען דעם צורה פונם קראלי'ר רב.
אויך מיט הג"ר מאטל סלאנימער כידוע. זע מאמר מרדכי פון הג"ר מרדכי, און מזקנים אתבונן פון הגה"ח ר' ישראל שמעון קאנסטילאניץ מחשובי חסידי סלאנים ונכד הג"ר יודל סלאנים אבי ר' מוטל.
אויך הג"ר אשר ווערנער איז געווען שטארק מקושר, ווי אויך ר' יואל אשכנזי. הערט אויף קול מבשר 3, 1, 838 א אינטערוויו מיט ר' הערשל אשכנזי נכד ר' יואל, אסאך אינטרעסאנטע זאכן.
מיטן בית אברהם האט ער אויך געהאט שייכות.
אויך הגה"ח ר' יצחק דוד לידער אבי הג"ר שמואל אהרן האט געהאט אסאך שייכות, זעט מיט אים א שמועס אין נקיי הדעת שבירושלים ח"ב.
מיטן נתיבות שלום, קיינמאל נישט געהערט. דער שיעור האט נישט געהאט קיין דיירעקטע שייכות מיט אים.
די מתפללים ביי דעם רבי'ן בשנת תש"ו זענען געווען בעיקר סלונימער חסידים.
דער פרנס היום איז געווען אן הכרת הטוב צו דער מנכ"ל הרה"ח דוד וויינבערג זוהן פון דעם ברכת אברהם, וואס האט אים משלים געווען מנין.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך פאברואר 10, 2016 11:09 am

דער רב האט געשריבן:מיט די סלונימער חסידים האט ער געהאט גאר א נאנטע שייכות, בעיקר פון שנת תרצ"ד. הג"ר משה קליערס האט געזאגט ער לערנט תורה לשמה. פאר ער האט נפטר געווארן האט ער געזאגט ער וואלט אוועק געגעבן כל הון דעלמא נאך איין מאל צו זען דעם צורה פונם קראלי'ר רב.
אויך מיט הג"ר מאטל סלאנימער כידוע. זע מאמר מרדכי פון הג"ר מרדכי, און מזקנים אתבונן פון הגה"ח ר' ישראל שמעון קאנסטילאניץ מחשובי חסידי סלאנים ונכד הג"ר יודל סלאנים אבי ר' מוטל.
אויך הג"ר אשר ווערנער איז געווען שטארק מקושר, ווי אויך ר' יואל אשכנזי. הערט אויף קול מבשר 3, 1, 838 א אינטערוויו מיט ר' הערשל אשכנזי נכד ר' יואל, אסאך אינטרעסאנטע זאכן.
מיטן בית אברהם האט ער אויך געהאט שייכות.
אויך הגה"ח ר' יצחק דוד לידער אבי הג"ר שמואל אהרן האט געהאט אסאך שייכות, זעט מיט אים א שמועס אין נקיי הדעת שבירושלים ח"ב.
מיטן נתיבות שלום, קיינמאל נישט געהערט. דער שיעור האט נישט געהאט קיין דיירעקטע שייכות מיט אים.
די מתפללים ביי דעם רבי'ן בשנת תש"ו זענען געווען בעיקר סלונימער חסידים.
דער פרנס היום איז געווען אן הכרת הטוב צו דער מנכ"ל הרה"ח דוד וויינבערג זוהן פון דעם ברכת אברהם, וואס האט אים משלים געווען מנין.


לויט וויפיל כ'געדענק האט ער נישט געהאט ספעציעל שייכות מיט'ן בית אברהם, זיי האבן זיך לכאו' נישט געטראפן, קיין סאך זיכער נישט. נאר כ'האב געזעהן אמאל, כ'געדענק נישט ווי, אז ווען דער רבי איז געווען אין ארה"ק האבן די חסידים אנגעפרעגט זייער רבי'ן דעם בית אברהם איבערן רבי'ן און ער האט געזאגט עפעס שטארקע זאכן. אזויפיל געדענק איך גירסא דינקותא
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מיטוואך פאברואר 10, 2016 8:51 pm

אינעם בוך ימי הבחרות-באבוב ווערט געברענגט א שיינע לענגערע שמועס צווישען רבי מאטיל סלאנומער און סאטמאר רבי זי״ע לויט ווי עס האט איבערפארציילט די לעצטע באבובער רב זי״ע דאן א יונג בחור׳ל און די סלאנום׳ער ישיבה
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » מיטוואך פאברואר 10, 2016 9:04 pm

פעלעד האט געשריבן:רבינו הק' זי"ע האט געזאגט א דרשה אין סלונים ביי איינע פון זיינע באזיכן אין ארה"ק, מצורף א מודעה וואס האט געהאנגען אין די גאסן איבער דעם.

חלק מהדברי אגדה שפתח אז:

שנינו במסכת ברכות (ל"ב:), שחסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת קודם התפילה, ומתפללין שעה אחת, ושוהין לאחריה שעה אחת, ונמצא שהקדישו תשע שעות לתפילה, והקשו, אם כן תורתן היאך משתמרת, ומלאכתן האיך נעשית? ותירצו: מתוך שחסידים הם, תורתן משתמרת ומלאכתן מתברכת.

דייק רביה"ק מסאטמאר: הלשון "משתמרת" ראוי להיאמר על תורה שכבר למדו, שלא תשתכח מהן. אבל כאן השאלה היא, מתי מספיקין ללמוד, אם כן, איפוא, מהו הלשון "תורתן משתמרת"?

חזר ויישב:

"משתמרת" הוא מלשון "משמרת ונפה". סינון מיוחד להם לחסידים. היגיעה שאחרים צריכין לה, בכדי לברר את הפסולת והשמרים, עד שיוציאו יין צלול, יינה של תורה, אין חסידים זקוקים לה.

כי מתוך שחסידים הם, זוכים לסייעתא דשמיא מיוחדת, לכוין לאמיתה של תורה, כך שבזמן מועט יספיקו ללמוד, מה שאחרים ילמדו בשעות ארוכות...!
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 8:09 pm

דער נתיבות שלום איז דאך געווארן רבי ערשט אין די מ"ם'ס, מהיכא תיתי אז דעם רבינ'ס א דרשה אין תש"ו אין סלאנים האט א שייכות מיט אים?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » פרייטאג פאברואר 12, 2016 5:16 am

שויתי'ניק האט געשריבן:דער נתיבות שלום איז דאך געווארן רבי ערשט אין די מ"ם'ס, מהיכא תיתי אז דעם רבינ'ס א דרשה אין תש"ו אין סלאנים האט א שייכות מיט אים?

קומט פאר ער איז געווארן רבי איז ער געווען יארן לאנג די ראש ישיבה.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג פאברואר 12, 2016 10:19 am

ריקוד האט געשריבן:אינעם בוך ימי הבחרות-באבוב ווערט געברענגט א שיינע לענגערע שמועס צווישען רבי מאטיל סלאנומער און סאטמאר רבי זי״ע לויט ווי עס האט איבערפארציילט די לעצטע באבובער רב זי״ע דאן א יונג בחור׳ל און די סלאנום׳ער ישיבה


ערהאלטן פון א ידיד

דריטער קאפיטל
דאס געוואלדיגע התקשרות פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מיט הרה"ק ר מאטל סלאנימער זצ"ל
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אין יאר תשס"ב געלערנט פרקי אבות מיט זיין אייניקל הרה"ג ר שלום אונגער שליט"א [רב וראש חבורת התאחדות האברכים]. אנקומענדיג צו די משנה (פ"א), "והוי מתאבק בעפר רגליהם" האט זיך מרן שליט"א אנגערופן בלש"ק: "אט די משנה האב איך מקיים געווען ביי רבי מאטל סלאנימער ..."
* *
דאס קאפיטל איבער די וואונדערליכע התקשרות פון מרן שליט"א מיט הרה"ק רבי מרדכי חיים קאסטילאניץ זצוק"ל באקאנט אלס "רבי מאטל סלאנימער" אין יענע יארן ווען ער האט זיך געפונען בתוככי ירושלים של מעלה איז גאר מערקווירדיג און אינהאלטסרייך.
איידער מיר טרעטן-צו צו שילדערן דאס קאפיטל איז דאס ארט מקדיש צו זיין עטליכע פאראגראפן און איבערגעבן אין קורצע שטריכן דאס גרויסקייט און וועזן פון הרה"ק ר מאטל סלאנים זצ"ל וואס דאס זאל ווארפן א ליכט איבער דעם אינערליכן טיפן באדייט פון די געוואלדיגע התקשרות.
די חבריא קדישא
אין ארה"ק אין צפת און אין טבריא האבן געוואוינט שוין מיט פילע יארן צוריק א סגל חבורה פון אידן עובדי השם מפורסמים בני עלי חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געווען באקאנט אלס די סלאנימער חבריא קדישא.
אין די חבריא קדישא האבן זיך געפונען אידן וואס זענען אליין ראוי געווען צו זיין מנהיגי העדה זיי זענען געווען משכמם ולמעלה גבוה. פיל פיל ווערט דערציילט איבער זייערע געוואלדיגע מעשים און זייער געהויבענע עבודה און זיי דינען ווי א ביישפיל פון א געהויבענע חבריא וואס האבן נישט געהאט אויף די וועלט גארנישט אויסער תורה און עבודת השם וואס דאס האט זיי אויפגעהויבן גאר גאר הויך.
די סלאנימער חבריא איז פאר צענדליגער יארן געווען א שם דבר בארץ הקדושה און מרעדט דא פון א תקופה וואס אין ארץ ישראל האט דאן נישט געמאנגעלט קיין הייליגע אידן עס האט דארט נישט געפעלט קיין אידן וואס זענען געווען מיט זייערע פיס "מוצב ארצה וראשם מגיע השמימה" אידן וואס האבן איבערגעלאזט זייער האב און גוטס אין חוץ לארץ און מיט מסירות נפש זענען זיי ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל וואו זיי האבן מקדיש זייער לעבן לה ולתורתו אינגאנצן נישט האבנדיג קיין שייכות מיט די הבלי העולם הזה.
די הייליגע חבריא וואס האט אין זיך געהאלטן די פארבליבענע מבני היכלא קדישא תלמידים פון לעכאוויטשער און קאברינער חדר אויסגעארבעטע הייליגע אידן וואס האבן פארארבעט א הייליגע עבודה אן קיין שום פניות און חשבונות מיט אן ענוה ושפלות רוח מיט א מדת האמת און נישט אוועקנויגענדיג זיך מיט קיין ריר פון דעם אמת לאמתו צוליב מענטשליכע חשבונות און חנופות זיי זענען פארבליבן אלס סימבאל פון וואס מען רעדט אין די שפעטערדיגע דורות מיט א באגייסטערונג און טיפע אינערליכע הערצה.
"רבי מאטל דיין"
צווישן די הייליגע חבריא האט ספעציעל ארויסגעשיינט און שפעטער דערהויבן געווארן צום שפיץ פון די הנהגה הרב הקדוש רבי מאטל סלאנימער זצ"ל.
רבי מאטל זצוק"ל איז געווען צווישן די חבריא קדישא אין ארץ ישראל וואו ער איז ארויפגעקומען אלס קינד - בשנת תרל"ו - אינאיינעם מיט זיין פאטער הרה"צ רבי יהודה לייב זצ"ל און זיין מוטער פון א שטעטל קריניק אין רוסלאנד און ער איז אויפגעוואקסן אין זיינע יונגע יארן אין ארה"ק אין די הייליגע שטאט צפת. אלס יונגערמאן איז ער געווען עטליכע מאל אין סלאנים בחצר הקודש פון הרה"ק רבי שמואל מסלאנים זי"ע וואו ער האט זיך קונה שלימות געווען און ער איז אויסגעשטיגן צו זיין איינער פון זיינע גרעסטע און חשובסטע תלמידים.
דארט אין סלאנים האט ער זיך געשאפן א חברותא מיט די געהויבנסטע בני עלי בחצר הקודש בפרט מיט הגה"צ ר משה מידנער זצ"ל מיט וועמען ער איז געווען אדוק ומקושר מיט א געוואלדיגע ידידות.
שפעטער איז ער צוריק אהיים געפארן און זיך באזעצט אין צפת. ווען די ציונים האבן פארשפרייט זייער נעץ אין צפת האט ער זיך אוועקגעצויגן פון דארט קיין טבריא און אינאיינעם מיט זיין שוואגער הגה"צ רבי משה קליערס זצ"ל דער טבריאער רב איז ער געשטאנען על משמרת הקודש און אכטונג געגעבן על קדושת העיר און דארט לוחם געווען מלחמת ה ברמה.
אין טבריא איז רבי מאטל געווען דער דיין און מורה הוראה אין די שטאט וואו ער איז באקאנט געווארן צווישן די בני ארה"ק אלס "רבי מאטל דיין".
אין ירושלים עיה"ק
די לעכטיגע תקופה ווען די זון פון "רבי מאטל דיין" האט אנגעהויבן צו שיינען מיט איר גאנצע קראפט האט זיך אנגעפאנגען בשנת תרצ"ז ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים עיה"ק און ער האט זיך קובע מקום געווען אינעם סלאנימער שטיבל וואס דאן איז ער אומאפעציעל געווארן דער מנהיג רוחני פון דעם בית המדרש און דער שטיבל איז געווארן א צוציאונגס קראפט פאר הונדערטער יונגעלייט און בחורי חמד וואס האבן אהינגעשטראמט בעיקר יעדן שבת אינדערפרי ביים קידוש צו הערן די הייליגע ווערטער פון רבי מאטלן.
ערליכע אידן אין ירושלים האבן ארויפגעקוקט אויף רבי מאטלן גאר שטארק אלע האבן אים געקענט אלס א גאון עצום א בקי נפלא בכל התורה כולה וכל רז לא אניס לי עס איז נישט געווען קיין ארט אין די גאנצע תורה ש"ס בבלי ירושלמי מדרשי חז"ל און ספרי קודש וואס ער זאל נישט קענען בע"פ א צדיק מושל ביראת אלקים וואס יעדער שיג ושיח זיינער איז געווען דורכגעפלאכטן מיט צדקות און יראת ה א איד וואס זיינע השגות און זיינע מחשבות זענען געווען גאר הויך פיל העכער פון דעם וואס מענטשן פשוטי עם זענען בכלל געווען ביכולת משיג צו זיין און ער זעלבסט האט זיך געהאלטן אזוי קליין אזוי פשוט ממש כאין וכאפס כלפי יעדן איינעם.
רבי מאטל האט געהאט אן אפענע טיר ווער עס האט געוואלט האט דארט געקענט אריינגיין. יעדער האט געהאט די געלעגענהייט זיך מסתופף זיין בצלו און עס איז טאקע געווען א שטראם פון מענטשן פון אלע סארטן אידן פון אלע שיכטן א קאלירפולע מאסע פון רבנים גדולי ישראל ביז פשוטע מענטשן און אפילו קליינע תלמוד תורה קינדער יעדער האט פון אים געקענט הערן א גוט ווארט א הדרכה וואס ער האט פאר אלעמען מעניק געווען בסבר פנים יפות.
נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען דער סלאנימער רבי אדמו"ר מהרשד"י זצ"ל איז אומגעקומען על קידוש השם הי"ד איז רבי מאטל געקרוינט געווארן אלס דער סלאנימער רבי און מנהיג פון די סלאנימער חבריא אין ארה"ק.
עס איז מערקווירדיג זיין מוראדיגע עניוות און שפלות רוח ווי אזוי ער האט אנגענומען די הנהגה טענהנדיג אז ער איז נישט געווארן א רבי כדי מען זאל אים געבן כבוד נאר בלויז צוזאמענצוהאלטן די חבריא. ביים ערשטן שבת פון די הנהגה האט ער געזאגט "היינט איז שוין נישט קיין סוד מען האט אויסגעקליבן אן אלטן מאן וואס האט שוין נישט קיין שייכות צו עניני עוה"ז קנאה תאוה כבוד און אויף אים האט מען ארויפגעלייגט צו פירן די קאמפאניע מזאל מיר נישט געבן קיין כבוד מיין כבוד וועט זיין אז מיינע רעיונות מחזק צו זיין די קאמפאניע וואס ציהט זיך נאך פון רבי שלמה קארלינער זי"ע וועלן אויסגעפירט ווערן".
(די תולדות פון רבי מאטלען זענען ערשינען מיט בערך א יאר צוריק אינעם וואונדערליכן ספר "מאמר מרדכי" וואס אנטהאלט חידושי תורה מכתבים תולדות סיפורים הליכות והנהגות פון מרן הרמ"ח זצ"ל.
ווען דער מוציא לאור הרה"ח ר ישראל זאב (וועלוול) סלאנים הי"ו אן אייניקל פון רבי מאטל זצ"ל האט געברענגט דעם ספר פאר כ"ק רבינו שליט"א איז מרן שליט"א נתרגש געווארן ביז גאר ער האט אים אנגעכאפט ביי די האנט און געזאגט "דו טוסט א גרויסע זאך" און אים אנגעוואונטשן ברכות עד בלי די.
דער ספר איז א הערליכער ספר אין צוויי שיינע בענדער מיט א רייכן אינהאלט און ווערטפולער תוכן פון גייסטיגן רוחניותדיגן און היסטארישן זין און איז צו באקומען אין די ספרים געשעפטן איבעראל).
הכתב והמכתב
בשייכות צו דאס התמנות פון רבי מאטלן צו די הנהגה פון די סלאנימער חבריא קדישא אין ירושלים עיה"ק איז זעהר פאסיג מעתיק צו זיין ציטאטן פון א בריוו אויסטויש וואס איז געשריבן געווארן צווישן כ"ק מרן רבינו שליט"א און זיין ידיד נעורים הגה"צ חו"פ רבי משה הלברשטאם שליט"א חבר הביד"ץ בעיה"ק ירושלים.
נאך שבועות בשנת תש"י ווען מרן שליט"א האט זיך שוין געפונען אין אמעריקע לימינו פון אביו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל שרייבט אים הגר"מ האלבערשטאם שליט"א בתוך הדברים ווי פאלגענד:
"בחג השבועות הזה נתמנה באופן רשמי והחלטי וסופי הרמ"ח סלונים ה"ה ר מאטיל לאדמו"ר ומנהיג לחסידי סלונים מכל קצוי הארץ נתאספו לירושלים והיה שם חג שמח ובהתרוממות וכולם כאחד נמנו וגמרו כי הוא יהיה מעתה מנהיגם מעתה ועד ביאת הגואל המשיח וכולם הסכימו לציית לו בכל הוא לא משנה כלום ממנהגיו דהיינו שהולך לבד ברחוב עם מקל הלולב וכן מתפלל בשטיבלעך ותיקין ובירושלים אומרים כי עטרת סלונים הוחזרה ליושנה כי בו מתמזג תורה וחסידות וחכמה ויעזור ה להגדיל תורה ולהאדירה".
אין אנטווארט צו אט די בשורה שרייבט כ"ק מרן רבינו שליט"א צוריק:
"מאד שמחתי בהידיעה שחסידי סלונים בחרו בר מאטיל לרועה רוחני בעדתם בוודאי שבדור שפל כזה אי אפשר למצוא מי שהוא שיהיה ראוי לאותה איצטלא כמוהו".
זיינע חברותות
רבי מאטל האט געהאט זיין סדר היום ער איז געזעסן ביי זיך אין שטוב און געלערנט פון די פריע פארטאגס שעהן ביז שפעט ביי חצות הלילה. פאר די אלע לימודים האט ער געהאט אסאך חברותות. חברותות! געווען זענען דאס יונגעלייט בחורי חמד און אנדערע וואס האבן געוואלט האבן די זכי צו לערנען מיט רבי מאטלן און די חברותות זענען געווען איינגעטיילט אין משמורות דא איז איינער אריינגעקומען לערנען א שיעור גמרא תוס א צווייטער לערנט רמב"ם א דריטער טור שולחן ערוך א פערטער רבינו בחיי און ספרי חסידות און רבי מאטל זיצט און הערט און פון צייט צו צייט ווארפט ער אריין א ווארט א ווערטל א דבר חיזוק א הדרכה פון וואס דער צוהערער האט געקענט שעפן תענוג וחיות פאר א לענגערע צייט.
כמים הפנים לפנים
אין יענע תקופה ווען מרן שליט"א איז געזעסן און געלערנט אין די סלאנימער ישיבה האט ער ווי פארשטענדליך אפטמאל באגעגענט רבי מאטלן אין בית המדרש וכדומה און זיין ריין הארץ האט אנגעהויבן צו ציהען צו דעם צדיק ווי מיט א מאגנעטישע צוציאונגס קראפט אזוי ווייט אז יעדעס מאל וואס ער האט געזען אז רבי מאטל רעדט צו די ארומיגע האט ער זיך צוגעשטעלט און צוגענויגט אן אויער.
און אז רבי מאטל רעדט. . . פארשטייט זיך אליין אז דאס איז נישט געווען קיין דברים של מה בכך. ווען רבי מאטל פלעגט זיצן מיט זיינע מקורבים די בני עלי פלעגן די שמועסן זיך פארקירעווען איבער דברים העומדים ברומו של עולם וואס ווייניג פון די יונגע בחורים האבן בכלל פארשטאנען איבער וואס די רעדע איז אבער מרן שליט"א איז געשטאנען און זיך איינגעהערט און געשלונגען מיט דורשט יעדעס ווארט וואס איז געזאגט געווארן אנזאפענדיג זיך מיט פולע עמערס יראת שמים און מדריגות נשגבות.
כמים הפנים לפנים האט רבי מאטל ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע התקרבות צו מרן שליט"א. ער האט מיט אים קובע געווען שיעורים איבערן טאג אבער עס איז געווען פאר אלעמען באקאנט אז לא הרי שיעורו של זה כשיעורו של זה רבי מאטל האט אנגענומען מרן שליט"א ווי א תלמיד חביב און ער האט מיט אים געלערנט ענינים וואס ער האט נישט געלערנט מיט אנדערע און ער האט אים ארויסגעוויזן אותות פון קירבה וואס ער האט נישט ארויסגעוויזן פאר קיינעם.
רעדענדיג איבער דעם ענין האט זיך אויסגעדריקט דער ידיד נעורים פון מרן שליט"א הגה"צ רבי משה הלברשטאם שליט"א "רבי מאטל האט אים געהאלטן פאר גאר א חשובן בחור ער איז געווען א מיוחד".
עס איז באוואוסט אז רבי מאטל האט געלערנט מיט מרן שליט"א א שיעור אין גמרא און אין רמב"ם. מרן שליט"א האט אמאל דערציילט ענינים וואס ער האט געהאט מיט רבי מאטל בשעת זיי האבן געלערנט אינאיינעם.
עס האט דערציילט הגה"ח ר ישראל שמעון קאסטילאניץ זצ"ל א פלימעניק פון רבי מאטל - אליין אן איש מורם מעם פון די גרויסע בני עלי פון די חבריא קדישא - אז יעדע וואך פרייטאג צונאכטס נאכדעם וואס רבי מאטל האט געענדיגט זיין באטע ביי וועלכע עס פלעגן זיין פארזאמעלט א צאל יונגעלייט און בחורים האט ער געלערנט מיט ר ישראל שמעונן א שיעור קבוע אין ספר "הזוהר". רבי מאטל פלעגט דערביי שטארק מקפיד זיין אז קיינער זאל נישט אנוועזנד זיין ווען ער האט געלערנט דעם שיעור אין זוהר און ער פלעגט זען אז דער גאנצער ציבור זאל האבן פארלאזט דעם צימער ווען ער האט זיך געזעצט לערנען דעם שיעור. איין אויסנאם איז אבער געווען כ"ק רבינו שליט"א וואס ער איז געווען דער איינציגער וועמען רבי מאטל האט ערלויבט צו זיין אנוועזענד אין צימער בשעת ער האט געלערנט דעם שיעור מיט ר ישראל שמעון און ער האט געמעגט אויסהערן און מיטהאלטן דעם לימוד.
אט דאס איז געווען א בפירושער באווייז פאר אלעמען אז וואס דער יונגער בחורל לערנט מיט רבי מאטלען איז גאר עפעס העכערס און עפעס מער. דאס איז געווען אין א בחינה פון "הביאני המלך חדריו" ער האט אים ערלויבט צו הערן און מיטהאלטן אויך זיינע שיעורים אין דברים נעלמים וואס ער האט מיט אנדערע נישט געלערנט.
עס האט דערציילט הרב החסיד ר יהושע כהנא שיחי פון בארא פארק וועלכער האט געהאט די זכי נתגדל צו ווערן בימי ילדותו אין שטוב פון רבי מאטל ער האט מיטגעהאלטן זיין עבודת הקודש פון דער נאנט און געהערט זיינע שמועסן מיט די באי ביתו האט ער באשיינפערליך געזען אז דאס וואס רבי מאטל האט געלערנט מיט רבינו שליט"א האט ער נישט געלערנט מיט די אנדערע בחורים ווי אויך די פריוואטע שמועסן וואס זענען געווען דברות קודש מלהבות אש און פייערדיגע דברי הדרכה וואס זענען ארויסגעקומען מלבו הטהור. דאס האט ער אויך נאר מגלה געווען פאר זיין תלמיד חביב מרן שליט"א אלע האבן געוואוסט אז דער רב האט זוכה געווען צו אן אויסנאם התקרבות און אז זייער שייכות און התקשרות איז נישט קיין אויסערליכע און אויבערפלעכליכע נאר א טיפע אינערליכע כמים הפנים לפנים.
עדות נאמנה
עס איז דא דאס ארט מעתיק צו זיין עטליכע אויסדרוקן פון א שמועס פון הגה"צ חו"פ ר שלמה אליעזר מרגליות זצ"ל פון ירושלים עיה"ק א ידיד נעורים פון מרן שליט"א וואס ער האט דערציילט איבער יענע תקופה:
"עס איז כדאי אנצמערקען אז דער רב שליט"א כאטש עס איז געווען אזא שווערע צייט איז ער געווען א נכנס בשלום ויצא בשלום מירושלים ער איז ארויס פון ירושלים ווי איינער פון די נקיי הדעת שבירושלים דער עולם מעג וויסן היינט דער תואר נקיי הדעת איז נישט דא אין קיין שום שטאט אין דער וועלט נאר אין ירושלים. און דער רב איז ארויס געגאנגען ממש ווי איינער פון די נקיי הדעת שבירושלים למהדרין מן המהדרין. כ"ק דער רב שליט"א האט געוואוסט אז ער איז א פרי עץ חיים און דאס איז מחייב צו הארעווען אין תורה מיוחד א צאנזער קינד. וואס ער האט געוואוסט אז דאס גאנצע צאנזער חסידות איז נאר תורה תורה און תורה. ער האט געלערנט מיט א גרויסע התמדה און די עבודה שבלב איז געווען מיטן צאנזער ברען אין אלע זיינע ענינים איז ער געווען א מתנהג בחסידות".
"כ"ק דער רב שליט"א איז געווען הולך את החכמים יחכם ער האט זיך געדרייט ביי די יחידי סגולה שבירושלים וואס זיי האבן אים מכבד געווען און מקרב געווען און ער האט געוואלט פון זיי נאשן".
"איך געדענק נאך ווי ר מאטל האט אים מקרב געווען און געשמוסט מיט אים כמה וכמה שמועסן. אין א קורצער צייט איז שווער פארצושטעלן די דמות דיוקנו פון א איד ווי ר מאטל איך קען אנצייכענען ער איז געווען א איד מיט א געוואלדיגע דביקות אינמיטן לערנען די שווערסטע סוגיות האט ער זיך געקענט געבן א צוקאך "רבש"ע מאך לעכטיג דיין וועלט...!" אויך האט ער שטענדיג געחזרט וואס דער קאברינער ז"ל פלעגט זאגן "א איד דארף וויסן אז דער קל אדון על כל המעשים דאס איז דער תירוץ אויף אלע קשיות..." אויך פלעגט ער חזרן דאס ווארט פון לעכאוויטשער "מיטן רבש"ע קען מען א ים אדורך גיין אן דעם רבש"ע קען מען קיין טריט נישט אריבער גיין..." (במל"מ מוצש"ק פ שמות תשס"א).
והריחו ביראת אלקים
דאס התקרבות וואס מרן שליט"א האט זוכה געווען צו געניסן פון רבי מאטלען זאגט גאר אסאך. עס זענען געווען בחורים וואס האבן מורא געהאט צו שטיין אין זיינע ד אמות זיי האבן געוואוסט אז רבי מאטל איז שטארק מרגיש אויף עמיצן וואס טויג נישט און ווער עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן אינגאנצן ווי עס דארף צו זיין האט זיך נישט געזוכט צו דרייען נעבן אים.
רבי מאטל איז געווען באקאנט אז ער איז געווען אין די בחינה פון מורח ודאין איינער וואס האט זיך נישט געפירט ערליך און אפגעהיטן האט זיך נישט געקענט געפינען דאס פלאץ בקרבתו ווייל רבי מאטל האט אים נישט געקענט סובל זיין און ער האט אים מרחק געווען ומכלל לאו אתה שומע הן וואס פארא לויטערע און ריינע נשמות עס זענען געווען די וואס האבן ביי אים געהאט אן אפענע טיר.
עס דערציילן תלמידים וואס געדענקען אז איינמאל איז צוגעגאנגען א בעל תפלה צום עמוד ביים מנין וואו רבי מאטל האט געדאווענט אבער ווי נאר ער האט אנגעהויבן צו דאווענען האט דאס ר מאטל נישט געקענט סובל זיין ער האט באלד מרגיש געווען עפעס וואס אנדערע פשוטי עם האבן נישט געפילט פון צווישן דעם גאנצן ציבור וואס איז דארט געווען איז ער צוגעגאנגען גלייך צו רבינו שליט"א וועלכער איז זיך געשטאנען אויף זיין ארט און שופך שיח געווען און אים אנגעכאפט ביי די האנט און צוגעשטעלט צום עמוד אוועקשיקנדיג דעם בעל תפלה.
דער עפיזאד דארף נישט קיין קאמענטארן און קיינע באמערקונגען.
בגו חבורתא קדישתא
עס האט דערציילט הרה"ח ר יוסף כהן ז"ל אן אייניקל פון רבי מאטל זצ"ל וועלכער איז געווען א יונגער בחור אין יענע תקופה און ער האט גוט געדענקט יענע תקופה ווען רבינו שליט"א איז געזעסן ביי רבי מאטלען האט ער געשילדערט פון זיינע זכרונות ווי פאלגענד:
"דער זיידע רבי מאטל ז"ל פלעגט אלעמאל פארברענגען מיט אן ענגע חבורה פון עלטערע און דורכגעווייקטע בעלי עבודה און בני עליה בעיקר פון די סלאנימער חסידים. קיין בחורים האבן זיך געווענליך נישט געטראפן דארט דאס ארט אבער מערקנדיג ווי (רבי נפתלי) [מרן שליט"א] לויפט כסדר צו די חבורה און ער האלט מיט די געשפרעכן האבן אנדערע אים געזוכט נאכצוטוען און זיך אויך געוואלט מצרף זיין צו זיי. עס זענען געווען בחורים וואס זענען אהינגעגאנגען עטליכע מאל אבער זיי האבן נישט געפונען קיין סיפוק הנפש דארט זיי האבן פשוט זיך דארט געפילט זעהר אומבאקוועם. דאס זענען געווען דערהויבענע אידן בני עלי וואס האבן געלעבט אין א העכערע וועלט אן קיין חשבונות און אן קיין חנופה ביי וועמען א בנן של קדושים און אנדערע יחסנים האבן נישט תופס מקום געווען און נישט באקומען קיין גינוני כבוד און קיין אויפמערקזאמקייט ווי עס איז איינגעפירט אין אלגעמיין אין אלע אנדערע מקומות. די אידן זענען געווען דבוק אין אויבערשטן און האבן נישט געהאט קיין שום אנדערע אינטערעסע. דעריבער האבן די בחורים שנעל באשלאסן אז דאס איז נישט דאס פלאץ פאר א יונגן בחור וועלכער זוכט התקרבות און דארף אלץ א חיזוק און אז מען זאל אים שעצן".
"איך האב אייביג געשטוינט צו זען ווי (רבי נפתלי) [מרן שליט"א] לויפט כסדר אהין נאכאמאל און נאכאמאל מיט אזא צמאון און געפינט דארט סיפוק הנפש. ער פלעגט אפזיצן ביי זיי גאנצע שעהן און זיך צוהערן צו זייערע שמועסן און שיעורים יעדעס מאל וואס ער איז צוריק געקומען פון די חבורה האט ער געשטראלט פון צופרידנקייט. מיינע חברים און איך זענען דאן געקומען צו דעם באשלוס אז ער איז א געהויבענער בחור וואס האלט ביי עפעס העכער ווי אונז אלע און זיינע תשוקות זענען גאר העכערע ווי אונזערע. . ."
הדרכה ישרה
אין יענע יארן האט רבינו שליט"א געהאט די זכי קונה צו זיין פערזענליך א הדרכה ישרה פון דעם צדיק תמים ונשגב וועלכער האט מיט אים פערזענליך גערעדט און איבערגעגעבן ענינים נשגבים אין א בחינה פון "אין מגלין אלא לצנועין".
דאס עצם לערנען מיט רבי מאטלען איז געווען א הדרכה און דאס האט גאר אסאך משפיע געווען. די באמערקונגען וואס רבי מאטל האט געזאגט אינמיטן לערנען זענען געווען מלא יראת שמים ואש קודש וואס האט איבערגעלאזט א רושם כביר אויף דאס יונגע לויטערע הארץ פון מרן שליט"א.
עס דערציילט הרה"ח ר יוסף וויינבערג שליט"א וואס רבינו שליט"א האט דערציילט אז איינמאל לערנענדיג מיט רבי מאטלן איז מען אנגעקומען צו די ווערטער "משחרב ביהמ"ק התקין רבי יוחנן בן זכאי" און רבינו האט געלערנט געהעריג זאגענדיג די ווערטער כפשוטן אזוי ווי עס איז דער שטייגער צו לערנען. האט אים רבי מאטל אפגעשטעלט "משחרב בית המקדש. . . משחרב בית המקדש. . . דאס זאגט זיך נישט אזוי פשוט". א שטיק צייט האט רבי מאטל גערעדט מיט א ברען אז ווען מען דערמאנט דאס ענין פון חורבן בית המקדש דארף דאס פאר אן ערליכן איד א צופ טוען אין הארצן עס דארף וויי טוען אז עס איז שכינתא בגלותא און אז מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו די גאולה שלימה און ווען מען האלט אינמיטן לערנען טארן די ווערטער נישט געזאגט ווערן מיט א פשטות און א גלייכגילטיגקייט נאר מען דארף דאס זאגן מיט א ווייטאג און א צער אויפן ביטערן גלות.
אט דאס האט רבינו שליט"א קונה געווען זיצענדיג בצלא קדישא פון זיין גרויסן רבין רבי מאטל.
דע לפני מי אתה עומד
צווישן צענדליגער אנדערע טייערע און באלערנדע שמועסן וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געהערט פון הרה"ק רבי מאטל סלאנימער זצ"ל איז כדאי צו פארצייכענען דא איין ענין וואס רבינו שליט"א האט נאכגעזאגט בשמו א הייליגער רעיון וואס איז א מוראדיגער לימוד און יסודותדיגער וועגווייזער אויפן לעבן פון אן ערליכן איד:
עס איז אמאל געווען אן ערליכער איד וועלכער האט געדאוונט מיט התלהבות ער האט געלערנט מיט התמדה און האט מקיים געווען אלע מצוות מיט די גרעסטע הידורים. איין קלייניקייט האט אים געפעלט צום שלימות פון זיין עבודה: ער האט דאס אלץ געטוען אין דער אנוועזנהייט פון מענטשן ווייל זיין גאנצער ציל איז געווען אז מענטשן זאלן האלטן פון אים און ארויפקוקן אויף אים אלס אן ערליכער איד און עובד ה.
לימים איז דער איד געגאנגען בדרך כל הארץ און ער איז נפטר געווארן און ביים שטיין פארן בית דין של מעלה האט מען אים דן געווען צו גיין אין גיהנום. וואונדערט זיך דער איד היתכן ער האט דאך געארבעט א גאנץ לעבן מקיים צו זיין אלע מצות ה בתכלית ההידור פארוואס קומט אים גיהנום האט מען אים געענטפערט פון בי"ד של מעלה "ביזט גערעכט זאלן קומען די יעניגע פאר וועמען דו האסט געארבעט און דיר באצאלן. . ." עכדפח"ח.
אט דער געדאנק איז גאר א טיפער און יסודותדיגער אינם דרך העבודה ווי אזוי א איד דארף צו דינען השי"ת אן קיין שום פניות און אן קיין שום אייגענע מחשבות.
די ווערטער וואס רבינו שליט"א האט מקבל געווען פון רבי מאטל בימי עלומיו זענען געבליבן חקוק על לוח לבבו הטהור אלע יארן און דאס האט געהאלפן אויספארעמען זיין הויך גייסטיש געשטעל.
טאקע מיט אט די ווערטער פון רבי מאטל האט רבינו שליט"א אמאל בארוהיגט א איד מאנ"ש וועלכער האט זיך שטארק מתמרמר געווען און אפגערעדט אין דער שווערער תקופה פון די לעצטע חדשים פון כ"ק מרן אדמו"ר זצללה"ה בהאי עלמא אז אין די פריעריגע יארן איז מען אהיימגעקומען פון א דאווענען אדער פון א טיש אנגעזעטיגט מיט שמחה און הנאה ביים צוזען די פייערליכע עבודה און די הייליגע תנועות פון רבינו זצ"ל וואס דאס האט געגעבן סיפוק און חיזוק פארן ציבור וואס האט געהאט די זכי צוצוזען מה נהדר מראה כהן בעבודתו אבער ליידער היינט ביים צוקוקן זיך ווי רבינו זצ"ל מוטשעט זיך ארויסצוזאגן די ווערטער און ווי שוואך ער איז נעבעך נישט קענענדיג אנגיין מיט זיין עבודה כמקדם גייט מען אהיים פון טיש מיט שברון לב.
אויף דעם האט רבינו שליט"א רעאגירט: "זייט ווען איז עבודת השם געמאכט אויף צו אונטערהאלטן און מהנה זיין מענטשן מיך האט מען געלערנט אז עבודת השם האט איין צוועק אנצוטוען א נחת רוח פאר השם יתברך און דער נחת רוח פארן אויבערשטן איז דא היינט פונקט ווי אמאל און נאך מער ווי חז"ל זאגן טובה אחת בצער ממאה בריווח(עי אדר"נ פ"ג ו), ממילא ווען דער טאטע (זאל געזונט זיין) [זצ"ל] זאגט ארויס די געציילטע ווערטער מיט אזויפיל יגיעה איז דאס שקול ווי די עבודה באריכות אין די פריערדיגע זמנים און עס פעלט גארנישט קיין נחת רוח אין הימל".
"אוודאי זענען מיר מחויב מתפלל צו זיין אז דער טאטע זאל האבן די גאנצע רפואה אבער דאס מיינט נישט אז מען מעג אונטערשאצן דעם טאטנס עבודה. ווער סהאט שכל זוכט נישט די אייגענע הנאה ביים קוקן אויף דעם צדיקס עבודה נאר ער טראכט אריין אין דעם אויבערשטנס נחת רוח און פרייט-זיך-מיט מיט די שמחה פון כביכול. . ."
אט דער געדאנקן-גאנג גלייכט זיך אויס מיט די הדרכה ישרה וואס רבי מאטל האט אים איבערגעגעבן.
בעבודת עבודה
מיר וועלן דא איבערגעבן עטליכע פנינים יקרים טייערע פערל ווערטער וואס זענען געהערט געווארן אין לויף פון די יארן מפ"ק פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס ער האט נאכגעזאגט ענינים וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבין - הרה"ק רבי מאטל סלאנים זצ"ל (מערערע ענינים וואס רבינו שליט"א האט איבערגעגעבן זענען שוין געדרוקט געווארן אין ספר "מאמר מרדכי". מיר וועלן דעריבער דא בלויז שרייבן פרישע ענינים אומ"ר הבא מן החדש).
צווישן די דרכי העבודה וואס מרן שליט"א האט ביי א געלעגענהייט נאכגעזאגט בשמו פון רבי מאטלען איז געווען א הדרכה ווי אזוי א איד זאל זיך צוגעוואוינען צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין אז מען זאל זיך באשטימען איין קאפיטל ביים דאווענען וואס ער זאל לייגן געוויכט אויף דעם קאפיטל אז דאס זאל ער דאווענען פאמעלעך מיט כוונה מיט התלהבות און א ברען אזוי זאל ער דאווענען עטליכע וואכן ביז ווען ער וועט פילן אז דער קאפיטל ליגט אים שוין אין די ביינער און סדאווענט זיך שוין דאן זאל ער אזוי אנהייבן צו דאווענען מיט א צווייטן קאפיטל און מיט די צייט וועט ער דאווענען דאס גאנצע דאווענען מיט א התלהבות און א ברען ברשפי אש קודש.
רבינו שליט"א האט צוגעענדיגט בענוות קדשו: "איך האלט נאך ביים ערשטן קאפיטל. . ."
גשמיות און רוחניות מקושר צום של ראש. . .
א טיפן דערהער בעניני עבודה האט מרן שליט"א נאכגעזאגט בשם רבי מאטל זצ"ל איבערן ענין וואס די צוויי רצועות פון די תפילין של ראש איז איינס לענגער און די צווייטע איז קורצער ווייל איינע פון די רצועות פון די תפילין של ראש איז א רמז אויף גשמיות און די צווייטע - אויף רוחניות. די רעכטע רצועה איז א רמז אויף רוחניות ווי עס שטייט אין פסוק "מימינו אש דת למו" און די לינקע איז אויף גשמיות ווי דער פסוק זאגט "משמאלה עושר וכבוד". דעריבער דארף די רעכטע רצועה של ראש זיין לענגער כדי צו ווייזן אז דער עיקר ביי א איד איז דאס רוחניות נאר מען דארף אויך האבן דאס גשמיות אלס א פארמיטלונג צו עבודת השם און דורכדעם וואס מען דינט השי"ת דורכן גשמיות ווערט דאס אויך א טייל פון די עבודה.
דעריבער זענען די ביידע רצועות אנגעבינדן צום קשר פונעם של ראש וואס דאס ווייזט אז מען דארף מקשר זיין דאס גשמיות צוזאמען מיטן רוחניות אז ביידע אינאיינעם זאל קענען צוניץ קומען אין עבודת השם" (גליון דברות קודש - פ ויקהל תשס"ב).
אין לנו על מי לסמוך
ווען כ"ק מרן אדומו"ר זצוקללה"ה איז געווען אין ארה"ק ל"ג בעומר תשנ"ג איז כ"ק מרן רבינו שליט"א מיטגעפארן אויף די נסיעה און דאן איז אנגעקומען די פריידיגע בשורה פון די המשכת שושילתא דקדושה כי הנה ילד יולד לנו דער דור חמישי צו מרן זצ"ל ווען עס איז געבוירן געווארן א קינד ביי הרה"ג ר צבי הירש ראבינאוויטש שליט"א רב ודומ"ץ דקהלתנו הק במאנסי דאס עלטסטע אור-אייניקל פון מרן שליט"א.
הרב ר משה קעסלער שליט"א יו"ר ההנהלה דישיבתינו הק איז צוגעגאנגען צו מרן שליט"א אנווינטשן א "מזל טוב" און ער האט מוסיף געווען אז חז"ל זאגן דאך "הרואה דור רביעי אינו רואה פני גיהנום" דעריבער איז דאס גאר א גרויסע שמחה.
האט זיך מרן שליט"א אנגערופן מיט א קרעכץ "איך האב געהערט פון מיין רבין רבי מאטל סלאנימער זצ"ל ווען מען איז אים געקומען דערציילן אז עס איז ביי אים געבוירן געווארן א דור רביעי און מען האט אים געזאגט די מימרא האט ער זיך זעהר אפגערעדט זאגענדיג "אוי יעצט האב איך מיך שוין נישט אויף וואס צו פארלאזן וויבאלד דער גיהנום טוט דאך צוגרייטן דעם מענטש אז ער זאל זיין ראוי אריינצוגיין אין גן עדן אבער אן קיין גיהנום ווי אזוי וועלן מיר זיין ראוי אריינצוגיין אין גן עדן דעריבער מוז מען זיך נעמען הארעווען אז מען זאל ראוי זיין אריינצוגיין אין גן עדן. . ."
אבער א רבי...
רעדנדיג אמאל פון רבי מאטלען האט זיך מרן שליט"א אויסגעדריקט מיט התרגשות "ער איז געווען א רבי אן א פעלץ אן קיין ווייסע זאקן אבער א רבי איז ער געווען. . ."
ביי אן אנדערע געלעגענהייט האט זיך מרן שליט"א אמאל ארויסגעכאפט "פון רבי מאטל האב איך מקבל געווען מדת האמת".
עס איז מרגלא בפומי פון מרן שליט"א נאכצוזאגן בשם רבי מאטל אז חז"ל זאגן הרגיל בנר הויין לי בנין רבנן ווער עס צינדט לעכט יעדן שבת וועט האבן זין תלמידי חכמים אבער ווער עס צינדט לעכט מוצאי שבת וועט האבן איידימער תלמידי חכמים. . ." (ספר "ימי החנוכה" ע קכ"ח בשם הרה"ג ר נחום מאיר גערמאן שליט"א).
דעה קנית מה חסרת
א גרויסער יסוד אין עבודת ה האט מרן שליט"א נאכגעזאגט בשם רבי מאטל זצ"ל. רבי מאטל האט דערציילט אז הרה"ק רבי מיכלע זלאטשובער זי"ע האט באקומען א גרויסן נדן צו די חתונה אבער פילנדיג אז דאס געלט שטערט אים צו זיין הייליגע עבודה האט ער געבעטן פון הקב"ה אז ער זאל פטור ווערן פון דעם געלט. פון הימל האט מען טאקע אנגענומען זיין תפלה און ביז א קורצע צייט איז ער געווארן אן עני ואביון און ער האט מער קיינמאל נישט געהאט קיין געלט.
האט רבי מאטל צוגעלייגט אויף די מעשה לויטן מאמר (ויק"ר א ו – ועי בגמ נדרים מא., דדא קני מה חסר וכו) "דעה קנית מה חסרת דעה חסרת מה קנית" האט ער געטייטשט אזוידעה קנית אויב האסטו געקויפט דעת איז אבער דער עיקר וואס מען דארף צו וויסן מה חסרת וואס האסטו באצאלט דערפאר טאמער האסטו איינגעקויפט דעת אבער פאר ביליג דאן איז דאס נישט קיין גרויסע מציאה ווייל אז מען קויפט דעת ווענדט זיך וואס מען באצאלט דערפאר. דער רבי ר מיכלע האט באצאלט א טייערן פרייז דערפאר זיין גאנצער נדן אלעס וואס ער האט געהאט האט ער אוועקגעגעבן דערפאר דאס הייסט דעה קנית (במסיבת מלוה מלכה מוצש"ק דברים תשנ"ג).
די נשמות פון די קאנטאניסטן
ביי א געלעגענהייט האט מרן שליט"א נאכגעזאגט א מוראדיגן ענין וואס ער האט געהערט פון רבי מאטלן.
בנוגע די שרעקליכע גזירה פון די "קאנטאניסטן". אין די צייטן פונם צאר ניקאליי ימ"ש וועלכער האט ארויסגעגעבן די שרעקליכע גזירה פון אוועקכאפן קליינע פיצלעך קינדערלעך פון די מאמעס שויס און דאס אפגעבן פאר מיליטער דינסט אויף  יאר די גזירה איז געווען גאר ביטער ווען די קליינע אומשולדיגע שעפעלעך עוללים ויונקים זענען אוועקגערויבט געווארן פון זייערע עלטערנס היים און אין די מערסטע פעלער האבן זיי זיך מער קיינמאל נישט געזען מיט זייערע עלטערן.
די גזירה איז געווען פון די ביטערסטע און די טונקעלסטע אין די געשיכטע פון כלל ישראל וואס האט נעבעך אנגעהאלטן גאנצע דרייסיג יאר ביז ווען דער טיראנישער צאר איז אראפ פון טראן און זיין זון אלעקסאנדער האט מבטל געווען די גזירה.
מאידך גיסא ווערן דערציילט אומצאליגע געשיכטעס פון די מסירות נפש וואס די קליינע קינדער האבן ארויסגעוויזן ווי אזוי די קינדער וואס זענען קוים געקומען לכלל דעת האבן ליבערשט באשטאנען אויסצוגיין פאר הונגער ווי איידער זיך צו פארמיאוסן מיט מאכלות אסורות אדער די באקאנטע מעשה ווען עטליכע הונדערט קינדער וואס זיי האבן געוואלט שמדן האבן אריינגעטאנצט אין וואסער על קידוש ה וואס דאס מסירות נפש צו שטארבן אויף קידוש ה האט אפגעקלינגען איבעראל און געוויזן אויף דאס עקשנות פון כלל ישראל זיך צו האלטן פעלזן פעסט ביי די אמונה שלימה.
האט רבי מאטל זצ"ל מסביר געווען דאס ענין פון די גזירה און דעם כח פון די אומבאגרייפבארע מסירות נפש ווייל די נשמות פון די קינדערלעך זענען געווען די נשמות פון די אנוסים אין שפאניע וואס טראצדעם וואס זיי זענען געווען ערליכע אידן און האבן געהאלטן תורה ומצוות באהאלטענערהייט האבן זיי פארט נישט געהאט דעם כח פון מסירות נפש איבערצולאזן שפאניע און ארויסוואנדערן צו א צווייטע מדינה ווי אנדערע טויזענטער אידן האבן געטוען און מקיים זיין די מצות עשה פון "ונקדשתי בתוך בני ישראל" נאר זיי האבן זיך אויסערליך געפירט ווי גוים און געגאנגען אין קירכע דעריבער האבן זייערע נשמות אויפן עולם העליון זיך ארומגעוואלגערט נישט האבנדיג קיין געהעריגן היכל וואו זיי זאלן זיך געפונען.
דעריבער זענען זייערע נשמות צוריקגעקומען אויף די וועלט נאך הונדערטער יארן און זיי זענען מגולגל געווארן אין די קינדערלעך וואס האבן געוואוינט צווישן גוים און זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר זייער אמונה לפנים משורת הדין וואס דאס האט זיי געברענגט זייער תיקון.
האט רבי מאטל אויסגעפירט די זאך האט אויסערליך אויסגעזען ווי א גזירה נוראה סאיז טאקע א ביטערע גזירה פאר א מאמע וואס מען כאפט פון איר אוועק איר איינציג קינד און זי קען זיך נישט טרייסטן נאך אים אבער דער אמת איז געווען אז פאר דעם טאקע זענען די נשמות אראפגעקומען אויף די וועלט זיי האבן זיך גענויטיגט אין א תיקון זיי האבן נישט געהאט קיין מנוחה אויפן עולם העליון ביז היינט און אדאנק דעם זענען זיי געקומען אל המנוחה ואל הנחלה צו זייער ריכטיגן מקום אויפן עולם העליון (מוצש"ק שופטים תשנ"ג).
דער עונש ווייל ער האט געוואוסט
זיצענדיג אמאל בקהל חסידים האט מרן שליט"א נאכגעזאגט א רעיון עמוק וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבין ר מאטל זצ"ל:
עס איז באקאנט אז אין יענע ערשטע יארן ווען דאס חסידות האט אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלען אין רוסלאנד דורך די גדולי תלמידי הבעש"ט הק זי"ע דער מעזריטשער מגיד זי"ע און דער בעל התניא זי"ע איז דאס התנגדות געווען גאר גרויס בעיקר איז געשטאנען בראש הלוחמים דער גר"א דער ווילנער גאון זי"ע וועלכער האט ארויסגעגעבן א חרם אויף די חסידים.
בנוגע דעם חרם ווערט דערציילט אז דער מרא דאתרא אין ווילנא איז דאן געווען א גרויסער תלמיד חכם ר שמואל ער איז געווען אן אדם גדול מאד אבער בסתר לבו איז ער שוין געווען אנגעשטעקט מיט חסידות וויבאלד ער האט זיך שוין פון ערגעץ געקענט מיט די גדולי החסידות און ער האט איינגעזען זייער צדקות און קדושה אבער ווי פארשטענדליך אין ווילנא האט דאס קיינער נישט געוואוסט.
ווען עס איז געקומען צו מאכן דעם חרם האט דער גר"א געשיקט צוויי פון זיינע גרויסע תלמידים צו רופן דעם מרא דאתרא אין ביהמ"ד צו זיין אנוועזנד ביים חרם. רבי שמואל האט אוודאי נישט געהאלטן דערביי וויסנדיג דעם אמת איבער די חסידים אבער נעמענדיג אין באטראכט אז אויב וועט ער יעצט נישט מיטהאלטן דעם חרם דאן איז זיין שטעלע אלס מרא דאתרא אויפגעלעזט און ער קען שוין ארויסוואנדערן פון שטאט האט ער בלית ברירה איינגעשטימט און ער האט מיטגעהאלטן דעם חרם און אונטערגעשריבן זיין נאמען אינאיינעם מיט אנדערע  גדולי תלמידי הגר"א.
ווי נאר ער איז אהיימגעקומען פון ביהמ"ד איז זיין רביצין געפאלן חלשות און נאך אין יענעם טאג איז זי נפטר געווארן. דאס איז געווען אן עונש אויף דעם וואס ער איז צוגעשטאנען מיטן חרם קעגן די תלמידי הבעש"ט זי"ע.
אט דעם סיפור האט מרן שליט"א מקבל געווען פון זיין רבין רבי מאטל. האט רבי מאטל געפרעגט "לכאורה פארוואס איז דאס טאקע אזוי געווען אז נאר דער רבי שמואל איז נענש געווארן פארן מיטהאלטן דעם חרם. עס זענען דאך נאך געווען אזויפיל גדולי ישראל וואס האבן דאס מיטגעהאלטן ובראשם דער ווילנער גאון און נאר ער איז נענש געווארן"
האט רבי מאטל געענטפערט "די אנדערע האבן דאך געמיינט אמתדיג זיי האבן באמת געמיינט אז די חסידים טויגן נישט און זייער כוונה מיטן חרם איז געווען בלתי לה לבדו אבער דער רב ר שמואל האט דאך יא געוואוסט דעם אמת ער האט געוואוסט אז דער חרם איז נישט מיט רעכט ער האט געוואוסט אז די תלמידי בעש"ט זענען הייליגע אידן און ער האט נאר מיטגעהאלטן דעם חרם כדי ער זאל נישט פארלירן זיין רבנות פאסטן אין ווילנא. נו פארדעם האט ער נאכנישט געמעגט מיטהאלטן דעם חרם און דעריבער איז אים געקומען דער עונש. . . (מוצש"ק פר פינחס תשמ"ז).
יעדעס בית המדרש כפי בחינתה
ווען מרן שליט"א האט געלערנט די מימרא פון רבי אלעזר הקפר אין מס מגילה (דף כט.) עתידין בתי מדרשות שבבל שיקבעו בארץ ישראל האט זיך רבי מאטל אנגערופן "וואס מיינט איר אלע בתי מדרשים וועלן דארט האבן די זעלבע קדושה אלע וועלן נקבע ווערן אויפן זעלבן פלאץ ניין א בית המדרש אין וועלכן מאיז נזהר געווען נישט צו רעדן דערין קיין דברים בטלים און מען האט זיך דארט אויפגעפירט הייליג דאס וועט האבן א גרעסערע קדושה דאס וועט דארט זיין אויף א העכערע מדריגה. . ." (קיץ תשמ"ח ליל שב"ק בחנוכת ביהמ"ד במחנה מתיבתא עץ חיים).
א פייער אבער מיט א קנעפל. . .
שמועסענדיג אמאל איבער דאס גרויסקייט פון רבי מאטל האט זיך איינער פון די אנוועזנדע אנגערופן "רבי מאטל איז געווען א פלאם פייער" האט מרן שליט"א רעאגירט "יא יא אבער ער האט געהאט א קנעפל ער האט געוואוסט ווען ארויפצוציען דאס פייער און ווען אראפ".

* * *
פערטער קאפיטל
דאס התקשרות מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל
א וויכטיגער קאפיטל אין די רייכע ביאגראפיע פון די יארן וואס כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט זיך געפונען "בירושלים של מעלה" איז די געוואלדיגע התקרבות און נאנטע שייכות וואס כ"ק מרן שליט"א האט געהאט ביי להבחל"ח כ"ק אדמו"ר הגה"ק רבי יואל טייטלבוים זצ"ל אבד"ק סאטמאר.
די ערשטע באגעגעניש וואס כ"ק מרן שליט"א האט געהאט מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל אין ירושלים איז געווען אינטערעסאנט און רירענד ביז גאר. דאס אויסנאמע חביבות און הוקרה וואס דער סאטמארער רבי זצ"ל האט דעמאלס ארויסגעוויזן פאר רבינו שליט"א איז געווען ווי א פליאה נשגבה אין די אויגן פון די הונדערטער אידן וואס זענען געווען עדות דערצו.
דער סאטמארער רבי איז ניצול געווארן פון די הענט פון די דייטשע רשעים כ"א כסלו תש"ה ווען ער איז דורך א וואונדערליכן אופן א וועג פול מיט נסים און השגחה פרטית געראטעוועט געווארן פון בערגן בעלזן און אנגעקומען קיין שווייץ וואו ער איז געווען ביז חודש אלול תש"ה.
דאן האט זיך דער סאטמארער רבי ארויסגעלאזט מיט די שיף קיין ארץ ישראל און ער איז אנגעקומען הארט פאר ראש השנה תש"ה.
ווען דער סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל כ"ה אלול תש"ה איז אפגעראכטן געווארן א שיינער קבלת פנים לכבודו ביי די באן סטאציע ביי די געגענט פון ימין משה אין ירושלים וואו טויזענטער בני ירושלים אין שפיץ פון די גדולי ירושלים האבן אפגעווארט דעם סאטמארער רבין און אים דארט מקבל פנים געווען.
צווישן די טויזענטער אידן וואס זענען אריבערגעגאנגען נעמען שלום ביים קבלת פנים ביי די באן סטאציע אין ירושלים האט זיך אויך געפונען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. זעלבסט פארשטענדליך אז אין דעם גרויסן געדרענג איז קוים מעגליך געווען אדורכצוגיין און אוודאי איז נישט געווען קיין צייט זיך צו טרעפן מיט קיין נאנטע און צו שמועסן. אויך מרן שליט"א איז געשטאנען ווייט צווישן די פילע אידן וואס האבן זיך געשטופט און האט פרובירט אויסצושטרעקן זיין דין צארט הענטעלע אז זי זאל אנרירן די האנט פונם סאטמארער רבין.
פלוצלינג פילט כ"ק מרן שליט"א ווי א ווארעמע האנט כאפט שטארק אן זיין האנט און ציט דאס צו זיך קוים האט ער זיך געכאפט וואס עס טוט זיך און אט ווערט פלאץ ער ווערט צוגעלאזט נענטער און דאן דערזעט ער זיך שטיין נעבן דעם סאטמארער רבין וועלכער קוקט אויף אים מיט ליבליכע און דורכדרינגליכע בליקן פול מיט פאטערליכע ליבשאפט און פרעגט אים "וואס טוט זיך וואס מאכסטו". דער סאטמארער רבי האט זיך ביי אים פאראינטערעסירט וואו ער שטייט איין און וואו ער לערנט אין ירושלים.
דער סאטמארער רבי האט איבערגעגעבן פאר מרן שליט"א א הערצליכן גרוס פון זיין הייליגן טאטן כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זצ"ל מיט וועמען ער האט זיך געהאט באגעגענט מיט געציילטע טעג פריער אין בארי איטאליע וואו זיי האבן ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק בכלל און אין עניני תקנות עגונות בפרט.
ווי מרן שליט"א האט שפעטער דערציילט איז דער מאמענט געווען אומבאשרייבליך. עס האבן זיך אפגעטוען דארט קולי קולות דאס שטופעניש איז געווען אין לשער עס איז קוים מעגליך געווען צו דערקענען מענטשן אין דעם גרויסן געדרענג און דא האט אים דער סאטמארער רבי באמערקט פונדערווייטנס און אים אליין צוגעצויגן צו זיך און א  מינוט געשמועסט מיט אים פריוואט ווען בתוך הדברים האט ער אים געבעטן אז ער זאל אריבערקומען צו אים אין שטוב.
אט דער עפיזאד רעדט פאר זיך. עס זאגט גאר אסאך ווייל מרן שליט"א איז פריער געהאט געווען ביים סאטמארער רבין בלויז איינמאל מיט עטליכע יאר פריער און בדרך הטבע איז כמעט אוממעגליך געווען אז ער זאל אים געדענקען פון דעמאלס.
(זייער ערשטע באגעגעניש איז געווען אינמיטן קריג אין שנת תש"ג לפ"ק ווען כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל איז געווען א פליט פון באכניא און ער האט זיך צייטווייליג אויפגעהאלטן אין בודאפעסט איידער ער האט זיך ארויסגעשווערצט קיין רומעניא איז דאן דער סאטמארער רבי זצ"ל געקומען פראווען א שבת אין פעסט. כ"ק רבינו זצ"ל איז דעמאלטס געגאנגען באזוכען דעם סאטמארער רבין זצ"ל מיטנעמענדיג בנו כ"ק רבינו שליט"א זייענדיג א יונגל פון  יאר אלט.
דאס איז געווען די ערשטע געלעגנהייט וואס כ"ק רבינו שליט"א האט זיך באגעגענט מיטן סאטמארער רבין זצ"ל און יעצט איז געווען דאס צווייטע. . .)
דאס ווייזט ווי דער צדיק אמת האט מרגיש געווען פונדערווייטנס דאס הייליג קינד וואס געפינט זיך אין זיין סביבה און טראצדעם וואס מרן שליט"א איז געווען א יונגער בחורל און דער סאטמארער רבי איז שוין געווען א בן ששים האט ער אים צוגעצויגן צו זיך מיט אזא אויסטערלישע ליבשאפט און דער קשר איז שוין קיינמאל נישט אפגעריסן געווארן.
עס איז וויכטיג מדגיש צו זיין אז דאס איז בעצם געווען א חידוש נפלא אז דער סאטמארער רבי זצ"ל זאל פערזענליך מקרב זיין א יונגן בחורל אויף אזא ברייטן פארנעם וואס איז בכלל נישט געווען זיין סדר. וויפיל אהבה און התקרבות דער סאטמארער רבי האט ארויסגעוויזן צו זיינע תלמידים און צו די בחורים פון זיין ישיבה איז דאס אבער זעהר זעלטן געווען אויף א פרטיותדיגן פארנעם וואס ער זאל פערזענליך ארויסהייבן איין בחור צווישן אנדערע און דא אזא אויסטערלישע התקרבות. . . אזא חביבות. . .
פון יענע מינוט אן איז מרן שליט"א שוין געבליבן ווי א בן בית ביים סאטמארער רבין און ער איז געווארן אן אפטער יוצא ונכנס ביים סאטמארער רבין אין שטוב.
אסדר לסעודתא בצפרא דשבתא
במשך שנת תש"ו ווען דער סאטמארער רבי זצ"ל האט געוואוינט אין ירושלים איז כ"ק מרן שליט"א צו אים צוגעצויגן געווארן ווי מיט א מאגנעטישער צוציאונגס קראפט און דער סאטמארער רבי האט אים מקרב געווען און אויסערגעווענליך ליב געהאט.
ווי דער מנהג איז ביי די ירושלימער אידן צו דאווענען שבת גאר פרי טראצדעם וואס דער סאטמארער רבי פלעגט געווענליך דאווענען שפעט אויך אום שבת האט ער אבער אין ירושלים זיך געמוזט צופאסן צום מנהג המקום און ער האט געדאווענט פרי. אזוי איז אויסגעקומען אז נאך  אזייגער אינדערפרי האט מען שוין געהאלטן נאכן דאווענען שחרית.
[כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט דערציילט בעת א באזוך ביי להבה"ח כ"ק הגה"צ רבי משה ארי פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים פ תצוה תשנ"ה לפ"ק וזל"ק:
איך בין געווען אין ירושלים ווען רב דושינסקי [מהרי"ץ זצ"ל] איז געווען רב אין ירושלים עס איז געווען א קלענערע עולם אבער עס איז געווען אן אנדערע מין עולם. היינט איז ירושלים רובא דרובא פון חוץ לארץדיגע עולם וואס זענען נאך די מלחמה אריבערגעקומען דעמאלט איז דער ירושלימער ישוב באשטאנען פון אידן וואס זענען געווען דורי דורות דא ליטוושע פון תלמידי הגר"א עס האט זיך שטארק דערקענט איך קען זאגען אז  פראצענט פון ירושלימער אידן האבען געדאווענט בהשכמה האלב-אכט אינדערפרי צו טרעפן א מנין אין ירושלים איז כמעט ווי נישט מעגליך געווען.]
נאכן דאווענען פלעגט דער סאטמארער רבי מאכן א לענגערע הפסקה פון עטליכע שעה ביז ער האט זיך געזעצט צו די סעודת שב"ק. ער פלעגט אבער יא קידוש מאכן באלד נאכן דאווענען און טועם זיין מזונות ביי דעם קידוש פלעגן זיך צונויפקומען די יקירי ירושלים די געהויבענע אידן וואס האבן זיך געקלאמערט צום סאטמארער רבינס טיר אין יענע תקופה און דער רבי פלעגט זאגן דברי תורה ושיחות קודש.
צווישן די באטייליגטע יעדע וואך שבת ביי דעם קידוש איז געווען דער יונגער בחורל כ"ק מרן שליט"א וואס האט נישט אויסגעלאזט קיין איין געלעגענהייט ווען ער האט זיך געקענט געפינען בצלא דמהימנותא און ווען ער האט נאר געקענט האט ער אריינגעכאפט קונה צו זיין און יונק זיין פון דעם אילנא דחיי. ווי א זקן ורגיל האט ער מיטגעהאלטן די געהויבענע שיחות קודש וואס זענען דארט געהערט געווארן אלעס האט ער קולט געווען און ברוחב בינתו האט ער אלעס פארשטאנען און זיך אנגעשעפט מיט פולע עמערס ממעיינות התורה והיראה.
אין איינע פון די ערשטע וואכן ווען מרן שליט"א האט זיך געפונען ביים סאטמארער רבין אין שטוב האט ער זיך פאראינטערעסירט ביי אים איבער זיינע לימודים און ער האט אים פארהערט די שיעורי הישיבה.
דער סאטמארער רבי האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח רעדנדיג מיט דעם יונגן בחורל אין לערנען און זעענדיג ווי ער איז א כלי מחזיק ברכה האט ער אים געבעטן אז ער זאל ארויפקומען צו אים יעדע וואך און ער וועט אים וועכענטליך פארהערן זיינע לימודים.
זינט דעמאלט פלעגט מרן שליט"א יעדע וואך שבת אינדערפרי נאכן קידוש ארויפגיין צום סאטמארער רבין אין שטוב וואו דער רבי האט אים פארהערט אויף אלע לימודים וואס ער האט געלערנט במשך פון די וואך און זיך משתעשע געווען מיט אים בשעשועין דאורייתא.
ווי עס דערציילט דער ידיד נעורים פון רבינו שליט"א הגאוה"צ המפורסם מעמודי הוראה רבי משה הלברשטאם שליט"א חבר הביד"ץ בעיה"ק ירושלים ת"ו אז דער סאטמארער רבי פלעגט צולייגן זיינע הגהות און חידושים אויף די סוגיא און כ"ק מרן שליט"א פלעגט דאס דערנאך צוריקברענגען אין די ישיבה און די בחורים פלעגן זיך גרופירן ארום אים און אויסהערן ווי ער זאגט איבער דעם סאטמארער רבינס חידושים. . .
דער סאטמארער רבי האט מיט מרן שליט"א גערעדט פארשידענע ענינים אויסערן לערנען ווי פארשידענע מנהגים הליכות והלכות סיפורי צדיקים און רבינו שליט"א האט קונה געווען במדה גדושה.
אין א בריוו וואס מרן שליט"א האט געשריבן צום טאטן כ"ק מרן זצ"ל אזוי פרי ווי מוצש"ק ויצא תש"ו צוויי חדשים נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל שילדערט ער שוין זיין פארהער ביים סאטמארער רבין:
"אבי אבי! יש לי לכתוב לך היום הרבה חדשות ראשית כל בחן אותי היום הה"צ מסאטמאר שליט"א ואמר לי שיבחן אותי בכל שבוע ביום חמישי בחן אותי הרב ר זעליג ראובן בענגיס ראב"ד לקהלת החרדית בעיה"ק ירושלים ת"ו את כל פרק המפקיד. וגם באותו יום בחן אותי ר יצחק דוד בערנשטיין בנו של ר בצלאל בערינשטיין שהי בבאבוב חצי פרק המפקיד. בשבוע הבא אנו מתחילים ללמוד פרק הזהב והנני מקוה שכיון שידעתי את פרק המפקיד אדע גם את פרק הזהב בע"ה. . ."
 די געציילטע שורות זאגן גאר גאר א סאך. . .
במשך דעם איינעם יאר האט רבינו שליט"א זוכה געווען א סאך צו הערן און מקבל צו זיין פונם סאטמארער רבין. עס איז געווען א וואונדער ווי דער גרויסער סאטמארער רבי איז מקדיש אזויפיל צייט צו רעדן מיט דעם יונגן בחורל.
רבינו שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר די אייניקלעך דערציילנדיג איבער יענע לעכטיגע תקופה בלש"ק "דער סאטמארער רב האט געהאט צו מיר א שוואכקייט ער האט מיט מיר גערעדט און פארברענגט א סך שעהן".
בקרב קדושים
כ"ק מרן שליט"א האט דערציילט מיט נאסטאלגיע ווי עס האט אויסגעזען יענע זיסע טעג ווען ער האט געהאט די זכי זיך צו דרייען צווישן די הייליגסטע לייט ביי כלל ישראל און מקבל זיין תורה ויראה און קדושה וטהרה פון די גדולי וצדיקי הדור.
ביי איינע פון די געלעגענהייטן ווען מרן שליט"א איז געווען ביים סאטמארער רבין אין שטוב און ער האט אים פארהערט זיינע לימודים האט זיך דער סאטמארער רבי אויפגעשטעלט אינמיטן לערנען צו נעמען א גמרא פון שאנק פונקט האט זיך די טיר געעפנט און זיין רבי הרה"ק ר מרדכי חיים (מאטל) מסלאנים זצ"ל איז אריינגעקומען אין שטוב.
אויף די רגע האט דער סאטמארער רבי נישט באמערקט דעם אריינקומענדן רבי מאטל שטייענדיג מיטן פנים צו די שאנק אבער ווען דער סאטמארער רבי האט זיך אויסגעדרייט און באמערקט אז רבי מאטל סלאנימער איז דא האט ער מיט גרויס התרגשות און שמחה אויסגעשריגן בקול רם "הא! רבי מאטל ברוך הבא רבי מאטל" ער האט אים אנגעכאפט מיט אזא חביבות מיט אזא באגייסטערונג וואס האט געוויזן אויף דעם אינערליכן קשר וואס איז געווען צווישן די צדיקים.
רבינו שליט"א האט דערציילט אז רבי מאטל האט דאן געברענגט פארן סאטמארער רבין א טאץ מיט חשובע ארץ ישראלדיגע פירות ווי אפרסמונים איזוב און נאך זאגענדיג אז ער ברענגט פארן רבין די פירות אלס ביכורים ווי חז"ל זאגן (כתובות קה:), "כל המביא דורון לתלמיד חכם כאילו מקריב ביכורים".
דער סאטמארער רבי האט דאן דערציילט די מעשה וואס איז געווען ביי זיין זיידן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע ווען ער איז געפארן דאס ערשטע מאל צום הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע איז ער נאך דאן געווען פול מיט קשיות אויף די חסידים וואס ער האט געוואלט פארלייגן פארן "חוזה".
איידער ער איז ארויסגעפארן קיין לובלין האט אים א נגיד פון די שטאטסלייט וואס איז געווען א חסיד פונם חוזה געבעטן אז ער זאל איבערגעבן פארן "חוזה" א מתנה א שיינע זילבערנע טאבאק פושקעלע.
אונטערוועגנס האט זיך דער "ישמח משה" געקלערט עס שטייט אין די גמרא "כל המביא דורון לתלמיד חכם כאילו מקריב ביכורים" לכאורה וואלט געדארפט שטייט "השולח דורון" דער וואס שיקט די מתנה פארוואס שטייט "המביא" דער וואס ברענגט נאר זעט אויס אז אויב איינער איז א שליח צו ברענגען א מתנה פאר א צדיק ווערט דאס גערעכענט אויך פאר אים כאילו ער אליין האט געברענגט ביכורים.
אנקומענדיג צום חוזה און איבערגעבענדיג די טאבאק פושקעלע רופט זיך אן דער חוזה "עס שטייט דאך אין די גמרא כל המביא דורון לת"ח כאילו מקריב ביכורים עס שטייט נישט השולח ווייל דער וואס ברענגט די מתנה איז אויך מקריב די ביכורים. . .". דער ישמח משה איז שוין דאן געבליבן א חסיד מובהק פונם הייליגן חוזה.
האט דער סאטמארער רבי אויסגעפירט די מעשה "איר רבי מאטל איר זענט דאך סיי דער מביא און סיי דער שולח איר האט יוצא געווען ביכורים לכל הדיעות. . ."
דער סאטמארער רבי האט זיך דאן אוועקגעזעצט שמועסן מיט רבי מאטלען א לענגערן געהויבענעם תורהדיגן שמועס וואס האט גענומען איבער צוויי שעה און מרן שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שמועס וואס איז געווען גאר א ווארעמער און געהויבענער און עס איז געווען שטארק מערקווירדיג ווי ביידע צדיקים האבן במשך די גאנצע צייט ארויסגעוויזן א שטארקע התקרבות פאר דעם יונגן בחורל וואס איז דארט געזעסן און זיי האבן אים "אריינגענומען" אינם שמועס וואס זיי האבן גערעדט צווישן זיך.
איבריג צו זאגן אז נאכן זיצן בין ההרים הרמים הללו איז רבינו שליט"א ארויסגעגאנגען פון דארט מיט אן אומגעהויערע התרוממות הנפש און רייכן באגאזש וואס ער האט זיך אנגעשעפט.
מרן שליט"א פלעגט אפט גיין זיך מסתופף זיין בצ"ק פונם סאטמארער רבין סיי צו הערן זיינע הייליגע תפלות סיי ביי די עריכת השולחנות. ווי געזאגט איז געווען א זעלטנהייט די אויסערגעווענליכע התקרבות וואס דער סאטמארער רבי האט צו אים ארויסגעוויזן. יעדעס מאל ווען רבינו שליט"א איז געגאנגען צו די תפלות און טישן האט אים דער סאטמארער רבי אלעמאל ארויפגערופן אויבנאן און מקרב געווען מיט א חיבה יתירה.
בכל עת רצון האט מרן שליט"א געזוכט זיך צו דערווארעמען זיך ביי דעם אור פונם סאטמארער רבין. יום כיפור ביינאכט נאכן זאגן כל נדרי אין בית המדרש פון הרה"ק רבי אלעזרל אושפיצינער זצ"ל איז מרן שליט"א געגאנגען צום סאטמארער רבין צו הערן זיינע דברי כיבושין והתעוררות ביי די "כל נדרי דרשה".
איינמאל ווען דער סאטמארער רבי איז געפארן אויף א שבת צו אן אפרו-ארט מיטן נאמען "בית הכרם" האט ער געבעטן מרן שליט"א אז ער זאל אים באגלייטן און מיטקומען אויף שבת. איבריג צו זאגן אז מרן שליט"א האט אויסגענוצט די געלעגענהייט און ער איז טאקע מיטגעפארן און פארברענגט דעם גאנצן שבת בצל קדשו פונם סאטמארער רבין.
שקר ווי די עבודה זרה
צווישן די ענינים וואס מרן שליט"א האט אין יענע יארן מקבל געווען פונם סאטמארער רבין זצ"ל האט רבינו שליט"א אמאל איבערגעגעבן אין א שמועס ערקלערענדיג דאס וואס מיר זאגן אין תהלים "עצביהם כסף וזהב מעשי ידי אדם פה להם ולא ידברו עינים להם ולא יראו וגו" וואס דאס קען שאפן אן איינדרוק אז די סיבה וואס מיר גלייבן נישט אין די ע"ז איז בלויז פאר דעם ווייל זיי זענען מוכחש אין מציאות ווייל זיי קענען נישט רעדן און הערן אין דער צייט וואס דער אמת איז אז עס זענען געווען עבודה זרות וואס האט געקענט רעדן און הערן ווי דער "אותו האיש" שר"י און פארט טאר מען נישט גלייבן דערין.
האט מרן שליט"א נאכגעזאגט וואס ער האט געהערט פונם סאטמארער רב אז א שקרן איז ער זעלבסט מיט די ווערטער וואס ער זאגט צוויי באזונדערע זאכן ווייל דער שקרן ווייסט דאך אין זיין הארצן דעם ריכטיגן אמת און מיטן מויל זאגט ער ארויס דאס פארקערטע פון וואס ער אליין ווייסט ע"כ.
האט מרן שליט"א ערקלערט אז די עבודה זרה פונם אותו האיש איז אויך געווען דאס זעלבע אז ער אליין האט דאך געוואוסט אז ער איז הבל הבלים נאר מיט זיינע ווערטער האט ער פרובירט אריינצונארן אנדערע. דאס מיינט דער פסוק "פה להם ולא ידברו" זיי האבן א מויל אבער נישט זיי רעדן נאר דער מויל רעדט ווייל זענען זענען בכלל נישט איינס מיט זייערע ווערטער דאס זעלבע "עינים להם ולא יראו" זייערע אויגן זעען נישט דאס וואס זייער הארץ ווייסט באמת נאר די פאלשקייט מיט וואס זיי פארפירן און דאס איז "כמוהם יהיו עושיהם" אלע וואס גייען אין זייערע וועגן לערנען זיך צו בלאפן און פאפן אז זיי ווערן אפגעטיילט פון זייערע ווערטער.
מיט דעם האט מרן שליט"א געטייטשט דעם פסוק "לא יהיה לך אלהים אחרים" אז די פאלשע עבודה זרות זענען אחרים זיי זענען אנדערע אפילו ביי זיך אליין ווייל ביי זיך ווייסן זיי דעם אמת (שיעור חומ"ר פ יתרו תשל"ד).
א חידוש אז ער האט דאס דערציילט. . .
כ"ק רבינו שליט"א האט אמאל דערציילט אז ער האט געהערט פונם סאטמארער רבין זצ"ל אז איינמאל ביים צווייטן סדר נאכט האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע זעהר מאריך געווען ביים סדר אזוי ווייט אז ווען ער איז אנגעקומען צו ספירת העומר איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן.
ווען דער צאנזער רב זי"ע האט געוואלט ציילן ספירה האט מען אים מעורר געווען אז מען קען שוין נישט מאכן קיין ברכה ווייל עס איז שוין לעכטיג אינדרויסן האט זיך דער דברי חיים אנגערופן "עס שטייט אין זוהר הק שמש דא צדיקא די זון דאס מיינט מען די צדיקים און איך האב נאכנישט אויפגעשיינט" און מיט א פלאם פייער האט ער געמאכט די ברכה "על ספירת העומר".
האט רבינו שליט"א אויסגעפירט "עס איז א חידוש אז דער סאטמארער רב האט דערציילט די מעשה ווייל דער סאטמארער רב האט נישט געקענט דולדן קיין מעשיות וואס זענען געווען קעגן די הלכה. . ." (הגדש"פ בית צדיקים דף קצ"ה)
א ווארעמען גרוס פארן טאטן
עס איז מערקווירדיג אז דער סאטמארער רבי איז געווען דער וואס האט איבערגעגעבן דעם לעצטן גרוס פאר מרן שליט"א פון זיין הייליגן טאטן אנקומענדיג בשערי ארץ הקודש און איז ווידער געווען דער וואס האט איבערגעגעבן א הערצליכן גרוס פאר מרן זצ"ל פון זיין איינציג קינד וואס זיצט על התורה ועל העבודה אין ירושלים עיה"ק.
ווי עס דערציילט הרה"ג ר זושא פאללמאן שליט"א מנהל רוחני מתיבתא "עץ חיים" וועלכער איז אנוועזנד געווען ביי די געהויבענע באגעגעניש אין קרוין-הייטס (אויף פרעזידענט סט., וואו עס איז געווען די אכסניא פונם סאטמארער רבין ביי ר פייש מאשקאוויטש), מוצאי צום גדלי תש"ז באלד נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקא ווי דער סאטמארער רבי האט איבערגעגעבן פאר כ"ק רבינו זצ"ל א ווארעמען הערצליכן גרוס פון זיין זון הב נפתלטשע וועלכער זיצט אין ירושלים עיה"ק און לערנט בהתמדה רבה.
דער סאטמארער רבי האט דערציילט פאר כ"ק מרן זצ"ל אז ער האט אים אפטמאל פארהערט און געשמועסט מיט אים און ווי ער געפינט זיך אויף גאר גוטע מקומות צווישן די געהויבענע בני עלי אין ירושלים עיה"ק די סלאנימער חבריא קדישא און אנדערע גרויסע לייט.
דאן האבן די צוויי צדיקים ארומגערעדט וועגן דעם ירושלימער לבוש און איר מקור.
על לוח לבו לזכרון
עס איז אינטערעסאנט און גאר מערקווירדיג מעתיק צו זיין א טייל פון א בריוו וואס מרן שליט"א האט געשריבן פאר זיין ידיד נעורים הגה"צ המפו רבי משה הלברשטאם שליט"א חבר הביד"ץ בעיה"ק ירושת"ו א קורצע תקופה נאכדעם וואס ער איז אוועקגעפארן פון ירושלים קיין אמעריקע עטליכע שורות וואס זאגן גאר א סאך:
ערב שב"ק פר שמיני אסרו חג של פסח תש"ט
לכבוד חבירי החביב כמר משה הלברשטאם נ"י
דברתי הרבה עם אבי שליט"א בנוגע לחזור לארץ ובכל ההזדמנות הראיתי לו שאין לי עצה אחרת רק לחזור לארה"ק וכמעט שכבר קבלתי את הסכמתו.
אך לפני כשבוע הלכנו יחד לסעודת מצוה שבע ברכות ושם פגשנו את האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ושאל את אבי אודותי ואמר לו אבי שיש ברצוני לחזור לארץ והתחיל האדמו"ר מסאטמאר לדבר בענין זה וכחצי שעה דיבר שאסור לנסוע מטעמים רוחניים ואח"כ התחיל לדבר שמטעמים גשמיים אסור לחזור ואבי בשמעו את כל הדברים האלה נפל עליו פחד גדול ובבואי הביתה שאל אותי נו גם עתה אתה חושב לחזור ואמר לי שבשום אופן לא יתן לי לחזור עד שיתוודע לו בבירור כל המצב. . .
והי ברכה מחבירך לנצח
נפתלי צבי
דער עפיזאד רעדט פאר זיך ווי ווייט מרן שליט"א איז געווען חקוק על לוח לבו פונם סאטמארער רבין זצ"ל אז ווען ער האט זיך געטראפן מיט מרן זצ"ל איז דאס געווען זיין דאגה וואס עס טוט זיך מיטן זון און ער האט זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין.
אהבה רבה ואהבת עולם
די חיבה יתירה וואס דער סאטמארער רבי האט ארויסגעוויזן פאר כ"ק מרן שליט"א האט זיך אנגעמערקט אויך מיט יארן שפעטער אין אמעריקא. ווען רבינו שליט"א איז געקומען צום סאטמארער רבין האט ער אים אלעמאל אויפגענומען מיט אזא געוואלדיגע אהבה און הערצה וואס האט ארויסגערופן פארוואונדערונג.
לדוגמא ווי באקאנט פלעגט דער סאטמארער רבי פארלערנען יעדע נאכט א שיעור פאר זיינע תלמידי הישיבה. ער האט אויף דעם שיעור גאר שטארק מקפיד געווען און כל חללי דעלמא זענען ביי אים נישט אזוי וויכטיג געווען ווי פארצולערנען דעם שיעור פאר די תלמידי הישיבה. ער פלעגט ארויסגיין פון שטוב האלטענדיג די אויגן אראפגעלאזט צו די ערד כדי ער זאל קיינעם נישט באמערקן וואס זאל אים קענען אפהאלטן פון צו געבן דעם שיעור.
עס האט דערציילט הרה"ח מו"ה דוד גרינצווייג ז"ל אז ער איז אמאל מיטגעגאנגען מיט כ"ק מרן שליט"א צום סאטמארער רבין אין שטוב פונקט אין די מינוט וואס דער סאטמארער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו גיין צו די ישיבה פארלערנען דעם שיעור. ווען דער סאטמארער רבי האט באמערקט מרן שליט"א האט ער זיך גאר שטארק דערפרייט צו אים און אים אויפגענומען זייער ווארעם. רבינו שליט"א האט זיך אנטשולדיגט אז ער וויל נישט אויפהאלטן דעם רבין פון גיין פארלערנען און ער האט געוואלט אוועקגיין אבער דער סאטמארער רבי האט נישט געלאזט און ער האט אים געהייסן אריינקומען אין שטוב וואו ער האט מיט אים פארברענגט איבער  מינוט מיט א שטארקע חביבות.
כדאי הוא לסמוך עליו
איידער כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל איז געפארן קיין ארץ ישראל אין שנת תשי"ט לפ"ק איז ער אריבערגעפארן קיין וויליאמסבורג זיך צו געזעגענען מיטן סאטמארער רבין זצ"ל. עס האט זיך דאן אנטוויקלט א לענגערער ווארעמער שמועס צווישן זיי.
עס דערציילט הרה"ח מו"ה חיים משה שטויבער הי"ו וועלכער איז אנוועזנד געווען ביי דעם שמועס אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט דאן - שלא כדרכו - ארויסבאגלייט כ"ק מרן זצ"ל ביז צו די קאר מיט גרויס חביבות. איידער זיי האבן זיך געזעגענט האט אים דער סאטמארער רבי געפרעגט "איר פארט דאך אוועק אויף עטליכע וואכן אויף וועמען לאזט איר איבער דעם עולם". האט מרן זצ"ל געענטפערט: "דער רבי בלייבט דאך דא. . ."
האט דער סאטמארער רבי געזאגט "יא יא אבער וועמען לאזט איר דא פאר אייער עולם"
האט מרן זצ"ל געענטפערט "מיין ר נפתלטשע בלייבט דא".
דער סאטמארער רבי האט אויפגעשיינט און געזאגט "כדאי הוא לסמוך עליו. . ."
א בן בית
ווען רבינו שליט"א האט א שידוך געטוען מיט זיין טאכטער אין שנת תשל"ג מיט הגה"צ ר מרדכי דוד אונגער שליט"א האט דער מחותן דער דאמבראווער רבי זצ"ל אויסגעדריקט זיין ווילן צו גיין אפנעמען א ברכת מזל טוב פונם סאטמארער רבין. ווען רבינו שליט"א האט דערפון געהערט האט ער תיכף אויסגעדריקט זיין באגער מיטצופארן.
ווען די חשובע מחותנים זענען אנגעקומען אין שטוב פון סאטמארער רבין האט זיי דער משב"ק הרה"ח ר יוסף אשכנזי ז"ל אויפגענומען בכבוד גדול און אריינגעפירט אל הקודש פנימה צום סאטמארער רבין וועלכער איז שוין דאן געווען בימי חולשתו בערוב ימיו.
זייענדיג אינעווייניג האט דער משב"ק ר יוסל פארגעשטעלט פארן סאטמארער רבין די געסט אנצייגענדיג אויף רבינו שליט"א אז דאס איז רבי נפתלטשע דעם באבובער רבינס זון. ווי דער סאטמארער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט מיט א שמייכל "מיר דארפסטו דאס זאגן! ער איז דאך געווען א בן בית ביי מיר אין ירושלים. . ."
דעם אויבערשטנס גענעראל
כ"ו אב תשמ"ב דער דריטער יארצייט טאג פונם סאטמארער רבין זענען עטליכע יונגעלייט אין בית המדרש ובתוכם א סאטמארער יונגערמאן געזעסן און געטרונקען א "לחיים" נאכן דאווענען.
ווען מרן שליט"א איז אדורכגעגאנגען האבן זיי אים געבעטן - וויסנדיג פון זיין התקרבות צום סאטמארער רבין - אז ער זאל עפעס זאגן. מרן שליט"א האט זיך פארטראכט א וויילע און דאן זיך אנגערופן:
"אויסצורעכענען מעלות איז ער דאך געווען דער אדם השלם בתורה בעבודה במעשים נאר אזוי ווי א קעניג נעמט איין א שטאט און אז ער וועט צוריק אהיימגיין וועלן אויפשטיין די שונאים און ווידערשפעניגן אין אים און צוריק אייננעמען די שטאט וואס טוט ער ער זעצט אריין א שטארקן גענעראל אויף וועמען ער קען זיך פארלאזן אז ער וועט האלטן ארדענונג און שוינען זיין כבוד און נישט לאזן די מורדים איבערנעמען. אזוי איז דער סאקמער רב געווען א גענעראל וואס האט געשוינט כבוד התורה און אראפגעקלאפט יעדע מרידה בכבוד שמים און דער אויבערשטער האט זיך געקענט אויף אים פארלאזן".
*
אט דאס איז דער קאפיטל פון די וואונדערליכע התקשרות צווישן כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר זצ"ל און יבלחט"א כ"ק מרן שליט"א וואס האט זיך אזוי וואונדערליך איינגעפעדימט במשך די יארן אנגעהויבן משחר טל ילדותו ועד זיבולא בתרייתא מיט אזא אינערליכן קשר און בונד וואס איז בעיקר געווען פיל מער אינם פנימיות און דאס ביסעלע וואס האט זיך ארויסגעוויזן האט געוויזן אז דאס אינערליכקייט איז פיל טיפער און העכער ווי מיר פארשטייען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » פרייטאג פאברואר 12, 2016 11:58 am

דער רבי האט געהאט קיין שייכות מיט'ן בית אברהם אדער נתיבות שלום.

די מעשה גייט, אז נאכדעם וואס דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל תרצ"ד, איז דער בית אברהם געקומען צו פארן און געזאגט בדרך צחות, אז ער האט מורא געהאט אז רבי יואל'ישל וועט אים אוועקשלעפן אלע זיניע חסיידם האט ער געמוזט קומען ראטעווען די מצב.

נאכ'ן קריג, ביי אן אסיפה מיט די סלאנימער חסידים וואס מ'טוט ווייטער, איז געווען א פלאן, אפצושפארן די קאמפאני, און זיך אנשליסן אין רבי יואל'ישל, אבער דער נתיבות שלום האט זיך קעגן געשטעלט און געזאגט, עטץ קענטס גיין, איך בלייב דא אין סלאנים.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט