רבי יהודה (יודעלע) הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים-לונדון - י"א סיון תשמ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי יודעלע זיע"א.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:58 pm

הרה"ק רבי יודעלע הורוויץ זיע"א ,איז געבוירען געווארן ח"י אלול תרס"ה אין שטאט וויזניץ, צו זיין פאטער הרה"ק רבי אלטר'ל פון דזשיקעוו הי"ד און צו זיין מוטער הרבנית חוה ע"ה,טאכטער פונעם "אהבת ישראל פון וויזניץ" זצוק"ל.
און זיין טאטע האט געוואוינט ביים שווער אפאר יאר,און תרס"ט איז די פאמיליע אריבער וואינען קיין דזשיקעוו ,און מ'האט אים אויפגענומען אלס רב,און ווען זיין טאטע הרה"ק רבי יהושע'לע בעל "עטרת יהושע" זצוק"ל איז אוועק, האט מען אויפגענומען אלס רבי.

ביי די ערשטע וועלט'ס קריג, האט די הורוויץ פאמיליע צוזאמען מיט די וויזניצער פאמיליע, געפליכטעט קיין גראסווארדיין,נאך די מלחמה האבן זיך די פאמיליע באזעצט אין טארנע, ווי רבי אלתר'ל האט אויפגעשטעלט די דזשיקעווער הויף,און די רבנות אין שטאט דזשיקעוו האט איבער גענומען זיין גרויסע זוהן רבי חיים מנחם דוד הי"ד,און רבי יודעלע האט געלערענט ביים באקאנטע גאון ר' מאיר אריק זצוק"ל אין די קלויז אין טארנע,ביי די צוואנציג יאר האט רבי יודעלע געקריגן הוראה פונעם בראד'ער רב , הגאון רבי אברהם מענדל שטיינבערג זצוק"ל בעל "מחזה אברהם".

ווי געשמועסט אויבן איז רבי יודעלע אויפגעוואקסן ביים זיידע'ן די וויזניצער רבי זצוק"ל,און זיך געווייקט ביי אים,און האט אים חתונה געמאכט מיט זיינס א'אייניקל,הרבנית מרים טאכטער פון זיין פעטער די "אמרי חיים" פון וויזניץ זצוק"ל,און וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער ,האט ער זיך גע'גט פון איר,און נאכאמאל חתונה געהאט מיט איר,האפענדיג אז די מצוה פון "מחזיר גרושתו " וועט אים העלפן מיט האבן קינדער,אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין קינדער מיט איר,און ער האט זיך א'צוויייטע מאל גע'גט פון איר,(און זי האט נאכאמאל געהייראט הרה"ג ר' יהושע גרינוואלד חוסט'ער רב ,און נאך זיין טויט האט זי געהייראט הגאון בעל "מנחת יצחק" גאב"ד ירושלים,אבער זי איז ליידער אוועק קינדערלאז ל"ע).

ל"ג בעומר תרצ"ו האט מען אים אויפגענומען אלס דיין אין קלויזענבורג, און ווען די נאציס ימ"ש האבן אין יאר תש"ד זיך אריינגעריקט קיין אונגארן,האט מען אים מיט נאך איד'ן געפירט צום גראסווערדיינער געטא,און פון די דארטן איז ער מיט די שווערס פאמיליע אנטלויפן קיין ראמעניע ,נאך א'קורצע וויילע איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.
דארטן איז ער נאנט געווארען מיט די גדולי ישראל, די גאב"ד הרב דושינסקי זצ"ל,מיטן חזון איש זצ"ל וואס ער האט זיך געהאלטן א'תלמיד זיינע,ער האט זיך געפירט ווי אים לגבי נוצן עלעקטריק אין שבת,און געמאכט הגהות אויף זיינע ספרים אויף מקוואות,ער איז געווען א'קדוש וטהור,ער האט געמאכט א'גיוואלד סיגופים,פאר ער האט עפעס געגעסן פלעגט ער זאגען אפאר קאפיטלעך תהילים בדמעות שליש,כדי ער זאל נישט נתגשם ווערן,און כאטשיג ער איז געווען א'פלאם פייער קנאי , און געווען שטארק אדוק מיט די שיטת ההתבדלות, והשקפת גאוני וצדיקי קנאי ירושלים, אנטקעגען די אגודה, בחירות, נעמען געלט וכו',מיט דעם אלעם האט ער געהאלטן פון זיין פעטער, זיין געוועזענער שווער די "אמרי חיים חיים פון וויזניץ" זצוק"ל.

געווען א'גאון עולם, געשריבן אסאך הגהות אויף אסאך ספרים,(ספרי התולדות,החת"ס,שולחן ערוך,ועוד), ער האט יארן געלערנט אין "תרביצא" די באווסוטע חושן משפט כולל,וואס זיצען נאך דארטן ביז היינט צו טאג אידן מסלתה ומשמנה ותלמידי חכמים מופלגים,ער האט נישט געוואלט פירן ראביסטאווע,אנטלויפן פון דעם ווי פון פייער יארן לאנג,כאטשיג מ'האט אים געמוטשעט און יארן לאנג נאכגעלויפן,פון זיינע תלמידים זענען , תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א,הרה"צ רבי מנחם מאנדרער זצ"ל פון קאסוב (וואס האט אים זייער געטריי באדינט), הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א הרה"צ ר' אליעזר דוד פרידמאן ועוד, און יאר תשמ"ה האט ער זיך אריבער געצויגן קיין לאנדאן הבירה,און ער האט נישט גערעדט מער,געווען שטארק באפריינדעט מיטן מנחת יצחק זצ"ל,זיין גרושה'ס מאן,וואס האבן זיך נאך געקענט און געלערנט בחברותא אין גראסווערדיין,און צום גרויסער וואונדער איז ער נסתלק געווארען די זעלבע טאג מיט'ן מנחת יצחק,י"א סיון תשמ"ט,ומנוחתו כבוד אין א'אוהל בית החיים ענפילד ענגלאנד.
דא האט איר בילדער פון זיין הייליגע לעכטיגע צורה,ביי השתפכות שיחה בינו לבין קונו, און ציונו הקדוש.

יהי זכרו ברוך זיע"א.
צוגעלייגטע
r4.jpg
רבי יודעלע 2.jpg
ציונו_של_רבי_יודלי_מדזיקוב.jpg
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג נובעמבער 29, 2015 2:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מסאטמאר זיע"א .

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג נובעמבער 29, 2015 1:59 pm

בעז"ה האב איך געהאט די זכיה צו דאווענען ביי אים אין שטוב אפאר מאל פרייטאג צו נאכטס,געזעהן זיין פלאם פייערדיגע צורה ביים דאווענען, ער האט געברענט און גע'קאכט דעמאלטס,ס'האט געשיינט און געלויכטען און אויך ביים עסן,איך געדענק אלע מאל פאר ער האט געמאכט א'ברכה אדער זיך וואשען די הענט האט ער געזאגט בשם כל ישראל.
געווען א'גרויסער בעל יסורים ל"ע,איך געדענק אים, גיין ארום געבונדן א'שמאטע ארום זיים קאפ,וועגען גרויסע קאפ שמערצען וואס ער האט געהאט.

ווען מ'האט פארציילט פאר סאטמאר רב זיע"א אז רבי יודעלע אנטלויפט פון ראביסטעווע,און וויל נישט ליינען קוויטלעך,האט ער זיך אנגערופן,א'שאד,אז ס'איז שוין יא דא איינער וואס איז ראוי צו ליינען א'קוויטעל ,און ער וויל נישט.

די אויבירשטע בילד זעהט זיך אן ש"ב סטיטשינער רב שליט"א (הרב יודעקאווסקי) אים באזוכן אין לאנדאן הבירה,און רבי יודעלע האט אים ארויס געוויזן א'גרויסע הערצה,האלטענדיג די האנט פאר א'וויילע,מיט גרויס התרגשות, ווי ס'זעהט זיך אן אויפן בילד.
צוגעלייגטע
רב_יודל.jpg
רבי יודעלע 3.jpg
רבי יודעלע 3.jpg (38.5 KiB) געזעהן 3504 מאל

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

תגובהדורך ווייצענער » זונטאג נובעמבער 29, 2015 10:12 pm

יי"כ רימנובער אייניקעל

מיר ווייסן פארוואס ער האט נישט חתונה געהאט נאכאמאל - בפרט אז ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער ?

האט ער געהאט א שייכות מיט אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל נאכן קריג?

וואס האט ער געהאלטן בענין המדינה והציונים?

האט דער רבי זי"ע מסאטמאר געהאט מיט אים עפעס א שייכות - חוץ מה'אויסדרוק הידוע המובא לעיל

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 8:40 am

ווייצענער האט געשריבן:יי"כ רימנובער אייניקעל

מיר ווייסן פארוואס ער האט נישט חתונה געהאט נאכאמאל - בפרט אז ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער ?

האט ער געהאט א שייכות מיט אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל נאכן קריג?

וואס האט ער געהאלטן בענין המדינה והציונים?

האט דער רבי זי"ע מסאטמאר געהאט מיט אים עפעס א שייכות - חוץ מה'אויסדרוק הידוע המובא לעיל

מיט די הילף פון דעם פון אויבן וועל איך פראבירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

א'). ווי געשמועסט אויבן, אז טאקע וועגן דעם האט ער זיך גע'גט.

ב). מיט קלוזענבורגער רב זצוק"ל האט ער נישט געהאט קיין שייכות פארן קריג אין שטאט קלויזענבורג,ווען די קלויזנבורגער רבי זצוק"ל איז געווען רב מטעם די ספרדישע חסידישע קהילה דארטן ,און ר' יודעלע איז געווען דיין מטעם די שטאטישע קהילה,און זיי האבן אויך נישט געהאט שייכות נאכן קריג.

ג'). וואס ער האט געהאלטן וועגן די מדינה מיט ציונות, קוקט'ס ביטע נאך וואס איך האב געשריבן אויבן,אז ער איז געווען א'מורא'דיגע קנאי, און אויך אנטקעגען אגודה.

ד'). וויפיל שייכות ער האט געהאט מיט סאטמאר רב ווייס איך נישט.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 10:02 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:און יאר תשמ"ה האט ער זיך אריבער געצויגן קיין לאנדאן הבירה,און ער האט נישט גערעדט מער,געווען שטארק באפריינדעט מיטן מנחת יצחק זצ"ל,זיין גרושה'ס מאן,וואס האבן זיך נאך געקענט און געלערנט בחברותא אין גראסווערדיין,און צום גרויסער וואונדער איז ער נסתלק געווארען די זעלבע טאג מיט'ן מנחת יצחק,י"א סיון תשמ"ט,ומנוחתו כבוד אין א'אוהל בית החיים ענפילד ענגלאנד.
.

וועלכעס יאר האט דער מנחת יצחק חתונה געהאט מיט איר?
ווייל איך האב געהערט פון א בן בית אז ער איז געווען שטארק נאנט מיטן מנחת יצחק פון די אינגע יארן, ער פלעגט קומען צו אים אין שטוב יעדעס יאר פארקויפן חמץ, ביז ער האט שוין נישט געקענט קומען וועגן די געוועזענע.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 10:09 am

אזא גרויסער קנאי איז ער געווען אז ביי די לויה פון ר' אישטע מאיר האט פארקלאפט די פענטסער און זיך גערעגט אויף די פון זייינע נאנטע וואס זענען געגאנגען צו די לויה.
אויך איז ריכטיג אז ער איז געווען נאט מיט'ן מנחת יצחק

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 10:11 am

מענטשאלע האט געשריבן:אזא גרויסער קנאי איז ער געווען אז ביי די לויה פון ר' אישטע מאיר האט פארקלאפט די פענטסער און זיך גערעגט אויף די פון זייינע נאנטע וואס זענען געגאנגען צו די לויה.
אויך איז ריכטיג אז ער איז געווען נאט מיט'ן מנחת יצחק

דאכט זיך מיר אז ער האט זיך עפעס זייער שארף אויסגעדרוקט דעמאלטס.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 3:52 pm

אמאל געהערט אז אויף ספה"ק ויואל משה האט ער געשריבען הגהות כדרכו בקודש בשאר ספרים. אין ביי נשתכחה דרך בעש"ט האט ער צוגעשריבען נשתבשה...

כ'האב דאס געהערט יארען צירוק פון איינער וואס איז נאנט געווען מיט כמה מענטשען וואס האבען געהאט שייכות.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 4:06 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ב). מיט קלוזענבורגער רב זצוק"ל האט ער נישט געהאט קיין שייכות פארן קריג אין שטאט קלויזענבורג,ווען די קלויזנבורגער רבי זצוק"ל איז געווען רב מטעם די ספרדישע חסידישע קהילה דארטן ,און ר' יודעלע איז געווען דיין מטעם די שטאטישע קהילה,און זיי האבן אויך נישט געהאט שייכות נאכן קריג.

ג'). וואס ער האט געהאלטן וועגן די מדינה מיט ציונות, קוקט'ס ביטע נאך וואס איך האב געשריבן אויבן,אז ער איז געווען א'מורא'דיגע קנאי, און אויך אנטקעגען אגודה.

לפי הנ"ל וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז געווען זיין התייחסות צום רב פון שטאט רמ"ש גלאזנער
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 4:08 pm

חמרא,

ווען רבי יהודא'לע איז געווען דיין איז רמ"ש שוין געווען אין אר"י אדער האט ער שוין בכלל נישט געלעבט, דער רב אין די שטאטישע קהלה איז געווען זיין זון ר' עקיבא גלאזנער, וואס אנדערש פון זיין פאטער איז ער נישט געווען אזא פארברענט מזרחי'סט, כמבואר באשכול על משפחת גלאזנער והמסתעף, ואכמ"ל

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 6:16 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ב). מיט קלוזענבורגער רב זצוק"ל האט ער נישט געהאט קיין שייכות פארן קריג אין שטאט קלויזענבורג,ווען די קלויזנבורגער רבי זצוק"ל איז געווען רב מטעם די ספרדישע חסידישע קהילה דארטן ,און ר' יודעלע איז געווען דיין מטעם די שטאטישע קהילה,און זיי האבן אויך נישט געהאט שייכות נאכן קריג.

ג'). וואס ער האט געהאלטן וועגן די מדינה מיט ציונות, קוקט'ס ביטע נאך וואס איך האב געשריבן אויבן,אז ער איז געווען א'מורא'דיגע קנאי, און אויך אנטקעגען אגודה.

לפי הנ"ל וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז געווען זיין התייחסות צום רב פון שטאט רמ"ש גלאזנער

ס'איז דאך ברייט באקאנט און אויסגעשמועסט פרשת ר' יודעלע בקלויזנבורג עם גלאזנער, ר' יודעלע האט אויסגעקלאפט אויפן בימה אז דער רב איז א... און ווען ער האט נישט געוואלט צוריק ציען האט ער געדאנקט פון דיינשאפט.

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

תגובהדורך ווייצענער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 9:29 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ב). מיט קלוזענבורגער רב זצוק"ל האט ער נישט געהאט קיין שייכות פארן קריג אין שטאט קלויזענבורג,ווען די קלויזנבורגער רבי זצוק"ל איז געווען רב מטעם די ספרדישע חסידישע קהילה דארטן ,און ר' יודעלע איז געווען דיין מטעם די שטאטישע קהילה,און זיי האבן אויך נישט געהאט שייכות נאכן קריג.

ג'). וואס ער האט געהאלטן וועגן די מדינה מיט ציונות, קוקט'ס ביטע נאך וואס איך האב געשריבן אויבן,אז ער איז געווען א'מורא'דיגע קנאי, און אויך אנטקעגען אגודה.

לפי הנ"ל וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז געווען זיין התייחסות צום רב פון שטאט רמ"ש גלאזנער


רמ"ש גלאזנער איז אוועק אין יארע כ"ב למספרם.

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

תגובהדורך ווייצענער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 9:35 pm

גלאזער האט געשריבן:ס'איז דאך ברייט באקאנט און אויסגעשמועסט פרשת ר' יודעלע בקלויזנבורג עם גלאזנער, ר' יודעלע האט אויסגעקלאפט אויפן בימה אז דער רב איז א... און ווען ער האט נישט געוואלט צוריק ציען האט ער געדאנקט פון דיינשאפט.

לפי הנ"ל שטומט דאס נישט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי יהודה (יודעלע) הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים-לונדון - י"א סיון תשמ"ט

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 05, 2017 1:48 am

unnamed (1).png
unnamed (1).png (182.99 KiB) געזעהן 2561 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 05, 2017 1:48 am

זיין פאספארט בילד

unnamed.png
unnamed.png (135.17 KiB) געזעהן 3005 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 05, 2017 1:54 am

מצבת קדשו בביה"ח ענפילד, ענגלאנד

IMG_0074.JPG
IMG_0074.JPG (539.68 KiB) געזעהן 3000 מאל

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יוני 05, 2017 3:40 am

הכנסת ספר תורה לעילוי נשמתו
צוגעלייגטע
11 sivan.JPG
11 sivan.JPG (191.27 KiB) געזעהן 2983 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

cravenwalk
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

תגובהדורך cravenwalk » מאנטאג יוני 05, 2017 9:06 am

אינטערעסאנט צוצולייגן אז היינט איז אויך הרב ווייס דער בעל מנחת יצחק יארצייט וואס ווי דערמאנט איז ער אויך געווען א איידעם

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג יוני 05, 2017 11:30 am

cravenwalk האט געשריבן:אינטערעסאנט צוצולייגן אז היינט איז אויך הרב ווייס דער בעל מנחת יצחק יארצייט וואס ווי דערמאנט איז ער אויך געווען א איידעם

די זעלבע טאכטער

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מאנטאג יוני 05, 2017 11:36 am

זיי זענען נישט געווען שוואגערס נאר ביידער זענען געווען דיא מענער פון דיא זעלבער רעביצען (פארשטייט זיך ) זה אחר זה

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג יוני 05, 2017 12:32 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
cravenwalk האט געשריבן:אינטערעסאנט צוצולייגן אז היינט איז אויך הרב ווייס דער בעל מנחת יצחק יארצייט וואס ווי דערמאנט איז ער אויך געווען א איידעם

די זעלבע טאכטער


נישט נאר ביידע זענען אוועק י״א סיון..

ביידע זענען אוועק י״א סיון תשמ״ט.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 05, 2017 12:47 pm

עם מרן הברך משה מסאטמאר זי"ע

unnamed (1).png
unnamed (1).png (159.32 KiB) געזעהן 2884 מאל

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג יוני 05, 2017 2:10 pm

א חסיד האט געשריבן:זיי זענען נישט געווען שוואגערס נאר ביידער זענען געווען דיא מענער פון דיא זעלבער רעביצען (פארשטייט זיך ) זה אחר זה

נו זאג אויך ווער איז געווען איר דריטער מאן?
אויך א רב.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג יוני 05, 2017 2:27 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:זיי זענען נישט געווען שוואגערס נאר ביידער זענען געווען דיא מענער פון דיא זעלבער רעביצען (פארשטייט זיך ) זה אחר זה

נו זאג אויך ווער איז געווען איר דריטער מאן?
אויך א רב.

ווער?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 05, 2017 2:28 pm

חסד יהושע
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט