רבי יהודה (יודעלע) הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים-לונדון - י"א סיון תשמ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג יוני 15, 2010 12:36 pm

דו האסט דעם ספר אדער רעדסט פון זכרון?
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 15, 2010 12:43 pm

אויף וואס דינג מיר זיך
א גאנץ געשעפט, ס'יז די זעלבע זאך בשינוי שם, איז וואס?

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג יוני 15, 2010 6:27 pm

מיר דינגען זיך נישט, ס'איז מיר פשוט אינטערעסאנט צו זעהן א שער בלאט אדער אפאר בלעטער פונם ספר, אויב דו האסט עס... דאס אלעס!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג יוני 15, 2010 6:47 pm

ס'פאראן צוויי ספרים

זכרון יהודא פון תולדות אברהם יצחק רבי

יהודא מחוקקי - סתם באשריבן זיין לעבן און שיינע זכרונות פון רבי יודא'לע

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג יוני 15, 2010 6:52 pm

שוועמל האט געשריבן:מיט הנגיד ר' פיני ענגלענדער זיין מכניס אורח.
דער ר' פיני איז פון די גרויסע שישקעס אין לונדון און א געוואלדיגער מכניס אורח וואס האט שוין געהאט אין זיין שטוב רוב רובם רבנים ורביים מדורינו.

א שיינע מעשה מיט דער פיניע ענגלענדער:

עס איז געווען דער אהבת שלומ'ס יארצייט, און עס איז געווען א לחיים ביי ר' יודא'לע אין שטוב לכבוד די יארצייט. אינמיטן איז אריינגעקומען א ויז'ניצע חסיד מיטן נאמען "ר' שלום מיללער הי"ו". ר' יודא'לע האט געהאט א הויז-בחור, א שטיקל לץ, ער האט געהייסן "משה פוקס", האט ער זיך אנגערופן צו ר' פיניע ענגלענדער אז ער זאל זאגן פאר ר' יודא'לע אז ר' שלום מיללער איז דא און ער הייסט נאכן אהבת שלום... ר' פיניע האט נישט געטראכט קיין סך און איז גלייך צוגעגאנגען צו ר' יודא'לע און אים אריינגערוימט אין אויער די ווערטער פון משה פוקס. ר' יודא'לע האט זיך תיכף צולאכט און ר' פיניע האט נישט געוויסט פארוואס ר' יודא'לע לאכט...

פאר ווער עס פארשטייט נישט; דער אהבת שלום האט געהייסן הרה"ק ר' מנחם מענדיל מקאסוב זי"ע... עס איז געווען א גוטן שטיקל פונעם הויז בחור.

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג יוני 15, 2010 8:00 pm

זיס האט געשריבן:

משה פוקס הייסט נאך אלס משה פוקס - ער איז נאך אלס א פרייליכער איד'ל אבער ח"ו אים אהנצוריפען לץ...

מענין לענין באותו ענין, אמאל איז א בנש"ק געווען א באזוך ביי וויזניצע רבי שליט"א פון מאנסי, און דער האט פארציילט א מעשה פון ר' שלום קאסוב'ער, די ארימיגע האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן, ווען דער בנש"ק איז ארויס פון שטוב האט דער רבי שליט"א זיך שטארק צושמייכלט און געפרעגט: ענק קענען זיך נישט איינהאלטן פון לאכן פאר א פאר מינוט?...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך יוני 16, 2010 5:05 pm

איך געדענק דעם משה פוקס אלץ הויז בחור, זיין חתונה איז געוועהן אין לאנדאן, זיין קב"פ איז געוועהן אין שטוב פון ר' יודעלע (מנהג לאנדאן אז קב"פ פאר חתן מאכט מען אין שטוב) די בחורים האבן געזינגען רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט און ביים אויסלאז יתגדל ויתקדש שמי' רבה... האט זיך ר' יודא'לע צווויינט....

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג יוני 17, 2010 12:14 am

איך געדענק נאך דעם לעצטן טיש וואס ר' יודא'לע האט געפירט:

איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן, ס'איז געווען שביעי של פסח, איך בין געווען א קליין קינד און דאס בילד ליגט מיר פאר די אויגן אזוי ווי עס וואלט יעצט געווען. איך געדענק אז איך בין געשטאנען אונטערן בענקל פון ר' יודא'לע, נעבן מיר איז געשטאנען דער גבאי ר' שלמה טויסיג הי"ו, און מען האט געזינגען יום ליבשה נהפכו מצולים. ווען עס איז געקומען צו דער שטיקל "ושוב שנית לקדשו" האט זיך ר' יודא'לע זייער צעוויינט, ער האט זיך געווארפן אויפן בענקל זייער שטארק. איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יוני 17, 2010 12:20 am

כתר ישועה האט געשריבן:
אוועק און שנת תשמ"ח ביים זעלבן טאג'ס פטירה פונ'עם ירושליימער'ן רב דער מנחת יצחק זצ"ל

איינע פון די גאר פלא'דיגע זאכן איז, אז ר' יודעלע זצ"ל וואס איז געווען א איידעם ביי זיין פעטער דער אמרי חיים זצ"ל האט זיך אויף די עלטער גע'גט, און זיין געוועזענע רעביצין האט חתונה געהאט בזיווג שני מיטן ירושלים'ער רב דער בעל מנחת יצחק.

און אין זעלבן טאג י"ט סיון שנת תשמ"ח איז אין ירושלים נפטר געווארן דער בעל מנחת יצחק, און אין לאנדאן איז אוועק ר' יודעלע, ויהי לפלא!

.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג יוני 17, 2010 9:52 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:
אוועק און שנת תשמ"ח ביים זעלבן טאג'ס פטירה פונ'עם ירושליימער'ן רב דער מנחת יצחק זצ"ל

איינע פון די גאר פלא'דיגע זאכן איז, אז ר' יודעלע זצ"ל וואס איז געווען א איידעם ביי זיין פעטער דער אמרי חיים זצ"ל האט זיך אויף די עלטער גע'גט, און זיין געוועזענע רעביצין האט חתונה געהאט בזיווג שני מיטן ירושלים'ער רב דער בעל מנחת יצחק.

און אין זעלבן טאג י"ט סיון שנת תשמ"ח איז אין ירושלים נפטר געווארן דער בעל מנחת יצחק, און אין לאנדאן איז אוועק ר' יודעלע, ויהי לפלא!

.

תיקון טעות: י"א סיון תשמ"ט.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » פרייטאג יוני 18, 2010 12:15 am

זיס - ס"ה ביסטו געווען א קליין קינד ווען ר' יודא'לע זי"ע איז אוועק? אפשר פרעגסו דיך נאך ביי אפאר עלטערע פון דיר (משה פוקס, שלמה טויסיג) פאר נאכנישט פארענפליכטע עבדות פון ר' יודא'לע זי"ע לטובת אנו חברי הפורום...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
חשבתי
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 15, 2010 5:23 pm

תגובהדורך חשבתי » פרייטאג יוני 18, 2010 12:33 am

אגב, רבי יודא'לע'ס פאטער רבי אלטר'ל דזשיקובער איז נישט געווען ראב"ד דזשיקוב, נאר אב"ד דזשיקוב בימי אביו העטרת ישועה זי"ע, און אדמו"ר מדזשיקוב בשעתו. ווען ער איז געווארן רבי האט ער געשטעלט אלס רב בנו רבי חיים מנחם דוד (אדער רבי חיים דוד מנחם), רבי יודאל'ס עלטסטע ברודער.

אוועטאר
חשבתי
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 15, 2010 5:23 pm

תגובהדורך חשבתי » דינסטאג יוני 22, 2010 10:08 pm

אביסל מער אינפא וועגן רבי אלטרל דזשיקובער זצ"ל הי"ד:

רבי אלטר יחזקאל אליהו מדזשיקוב איז געווארן ממשיך השלשלת י"א טבת תרע"ג, בהסתלקותו של אביו העטרת ישועה זי"ע.

ער איז געווען רבי און רב אין דזשיקוב בלויז איין יאר, ביז תרע"ד ווען עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט קריג. ער איז דאן אנטלאפן קיין גרויסווארדיין צום שווער דער אהבת ישראל פון וויזשניץ זי"ע.

נאך די ערשטע קריג, אין יאר תרע"ח, איז ער מער נישט אהיים קיין דזשיקוב, נאר אריבערגעפירט דעם דזשיקובער רבי'שן הויף צו די גרויסע אידישע שטאט טארנא און געפארן קיין דזשיקוב בלויז דריי מאל א יאר, אויף די יארצייטן פון זיין פאטער דער עטרת ישועה און זיין זיידע דער אמרי נועם (ח' תמוז) און דאן פלעגט ער אויך בלייבן אויף א שבת, און צום יארצייט פון עלטער זיידן רבי אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע (ג' חשון), אבער דאן פלעגט ער נישט בלייבן אויף שבת.

דזשיקוב איז דאן געבליבן אן א רב אויף זעקס יאר. אין יאר תרפ"ד האט רבי אלטר'ל געשטעלט זיין עלטסטן זון רבי חיים מנחם דוד זצ"ל הי"ד, אדער "רבי מענדעלע", אלס רב אין דזשיקוב.

אלול תרצ"ט, ביים אויסברוך פון די ערשטע וועלט קריג, איז רבי אלטרל צוריק אנטלאפן קיין דזשיקוב. חול המועד סוכות ת"ש איז ער צוריק אנטלאפן קיין טארנא. תש"ג איז אנטלאפן צום קראקאווער געטא, וואו ער איז אומגעקומען על קידוש השם ז' אדר תש"ג.

רבי מענדעלע דזשיקובער איז אומגעקומען שמחת תורה, כ"ג תשרי תש"ה.

(אינפא גענומען פון ספר זכרון יחזקאל, הנספח לספר עטרת ישועה ליקוטי תשובות והסכמות, בסוף הספר, פרקים מתולדות רבינו).

פון ר.צ.ל. רבי מענדעלע דזשיקובער, רבי אלטרל דזשיקובער, זיין שווער דער אהבת ישראל פון וויזשניץ.

ווער עס קען מפענח זיין אנדערע אויפ'ן בילד איז מכובד.
צוגעלייגטע
1.jpg

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך יוני 23, 2010 6:10 am

מימין ה'אהבת ישראל' : ר' שמחה פרענקל מסקאווין ובנו הי"ד.

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

רבי יהודה (יודעלע) הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים-לונדון - י"א סיון תשמ"ט

תגובהדורך ווייצענער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 10:16 pm

האם באמת אין כבר עליו אשכול? א פלא

אין וויקיפידיא שטייט אזוי:

The Rebbe left many unpublished writings, including glosses on the works of Rabbi Moses Sofer, on Toldos Yaakov Yosef by Rabbi Jacob Joseph of Polonne, on the responsa of Rabbi Sholom Mordechai Schwadron and on the works of Rabbi Chaim Yosef David Azulai. His nephews, of Borough Park and Bnei Brak, took possession of his printed Hebrew books and original manuscripts.

וואס איז געווארן מיט זיינע כתבי ידות? האט מען עפעס געדרוקט?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 10:22 pm

א שיינע חלק איז געדרוקט
הנותן לשכוי בינה...

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 10:51 pm

זיי הייסן בדרך כלל 'גליוני מהר"י', און זענען געדרוקט מיט די נייע מהדורות פון דיע פארשידענע ספרים. (דיע אויפ'ן תולדות י"י און דער נוע"א זענען גאנץ מצוי.)

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

תגובהדורך ווייצענער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:06 pm

יי"כ הסרפד. עס איז א דבר השווה לכל נפש?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:12 pm

אין זכר צדיק לברכה (תש"ן) איז געדרוקט גליוני מהר"י אויף:
סידור תורה אור - סידור ר' יעקב עמדין עמודי שמים - סידור האר"י ר' שבתי - סידור דעת קדושים - ליקוטי אמרים תניא - ליקוטי מהרי"ל - דגל מחנה אפרים

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 12:15 am

וועכע ר' יודא'לע רעדט מען פון?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 12:17 am

גליוני מהר"י אויף יו"ד א הערליכע ארבעט געמאכט
דביה תחדי נפשא

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תגובהדורך תולעת-ספרים » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 4:37 am

עס איז א דבר השווה לכל נפש?
ס'איז שוועהר צו זאגען אז ס'איז שווה לכל נפש, ווייל ברובו איז דאס "עיין שם" און "עיין בספר פלוני", בדרך כלל שיקט עהר צו "זיינע" ספרים, אזוי ווי ספרי בעל ה"תולדות" אדער ספרי החיד"א וכדומה.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אש להבה.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 12:30 pm

זיין מאמע איז געווען א'טאכטער פונעם "אהבת ישראל" פון וויזניץ זצ"ל
און ער איז אויפגעוואקסן דארטן, געווען כולו ויזניץ
אבער מיט דעם אלעם געווען א'פלאם פייער קנאי,א'אש להבה ,געווען זייער אדוק אינעם חתם סופר זיע"א געלערענט און געקאכט און זיינע ספרים און געמאכט א'גיוואלד הגהות דערויף,און ער האט זייער געשעצט און ליב געהאט די תמימות מיט די ערליכקייט פון די אונגארישער איד'ן,און דערוועגן האט ער געדאווענט שבת אין דושינסקי מיט די אונגארישע איד'ן.
ער איז געווען זייער א'שארפע מענטש, ער האט געהאקט אויף גרויסע רבי'ס .
מ'פארציילט נאך, אז איינער האט אים אמאל געפרעגט,פארוואס רעדט ער נישט פון זיין טאטע,(הרה"ק רבי אלטר'ל פון דזשיקעוו הי"ד), האט ער גענטפערט אז פון זיין מאמע רעדט ער אויך נישט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 1:35 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן: ,געווען זייער אדוק אינעם חתם סופר זיע"א געלערענט און געקאכט און זיינע ספרים און געמאכט א'גיוואלד הגהות דערויף

כידוע האט ער אוועק געגעבן זיין נדן צו דרוקן די דרשות חתם סופר
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג נובעמבער 27, 2015 1:38 pm

צורת קדשו
צוגעלייגטע
IMG_0009 %28Custom%29 %282%29.jpg
IMG_0009 %28Custom%29 %282%29.jpg (12.38 KiB) געזעהן 3647 מאל
דביה תחדי נפשא

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ישראל_הלוי און 9 געסט