רבי יחיאל מיכל מקירימא זצ"ל וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

באקומען א באזוך פון דער מלאך המות רח״ל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יציב פתגם האט געשריבן:תולדות אביו הרה"ק רבי צבי מנחם מענדיל מהאניפאלי זי"ע בגליון עלים לתרופה (פר' וארא תשע"ד)

וואס איז די מקור אז רבי הערש מענדל איז נפטר געווארן בשנת תקע"ד?
דאס שטימט נישט מיט די מעשה אז זיין רביצין וועלכע איז נפטר געווארן צען יאר שפעטער [=תקפ"ד] האט נאך געלעבט ביי די גזירה פון די קאנטאניסטן וואס איז ערשט אריין אין קראפט אין יאר תקפ"ז.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'זענען לכאורה געווען פארשידענע שטאפלען אין די גזירות הקאנטאניסטען ביז ס'איז עווענטועל געווארן אויפן אופן וויאזוי ס'איז באקאנט די גזירה, ס'איז נישט געגאנגען אויף איינמאל, כך נראה לי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בן בוזי האט געשריבן:ס'זענען לכאורה געווען פארשידענע שטאפלען אין די גזירות הקאנטאניסטען ביז ס'איז עווענטועל געווארן אויפן אופן וויאזוי ס'איז באקאנט די גזירה, ס'איז נישט געגאנגען אויף איינמאל, כך נראה לי

א מקור ביטע?
בכל אופן האט מען ערשט אנגעהויבן כאפן קינדער נאך תקפ"ז, און דאס איז שוין נאך די צען יאר פון תקע"ד.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

קורימה: אהלו של הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקורימה זיע"א הושבה לכבודה הראוי

בצוק העתים והזמנים, שקעו המצבות והאוהל נהרס כמעט כליל | בימים אלו, מוקם האוהל הקדוש מחדש על הציון הק' כראוי וכיאות לכבודו של אותו צדיק.

אחד מן הקדושים שבדורו, היה הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקורימה, שאף כיהן ברבנות בעיר דינאוויץ, נכדו של הצדיק הקדוש הרבי ר' זושא מאניפולי זיע"א

בצוק העתים והזמנים, שקעו המצבות והאוהל נהרס כמעט כליל.

בפעילותם חובקת העולמות של אגודת "אהלי צדיקים" בראשות הרב ישראל מאיר גבאי שליט"א הושבו המצבות הקדושות אל מקומם הראוי, חודשו ושודרגו בכבוד הראוי.

בימים אלו, מוקם האוהל הקדוש מחדש על הציון הק' כראוי וכיאות לכבודו של אותו צדיק.

IMG_3639.JPG
IMG_3170.jpg
עובד'ל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובד'ל »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:תולדות הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקורימא זי"ע אין גליון עלים לתרופה (פר' שלח תשס"ט)


ס'שטייט דא אז בנו הרה"ק ר' משולם זושא זי"ע מ'טאלמאטש וואס איז געווען בזו"ר אן איידעם ביי הרה"ק מטשערקאס זי"ע
האט שפעטער חתונה געהאט בזו"ש מיט בת הרה"ק ר' חיים מ'קאסוב,

ווייסט אפשר איינער וואס איז געשען מיט די זוו"ר ?.

וויפל איך ווייס האטער חתונה געהאט מיט די בת הרה"ק רבי חיים מקאסוב בזיווג שלישי.
די הערשטע רעבצין איז געווען אטאכטער הרה"ק מטשעקאס זי"ע, זי איז נעבעך אוועק און הער האט חתונה געהאט מוט די שוועסטער די אנדערע טאכטער פונע'ם טשערקאסער זי"ע.
איך געדענק נישט יעצט גנוי צי די קינדער זענען מזיווג ראשון אדער שני, האבער זיכער אז זיינע קינדער זענען נאר פון איינע פין די הערשטע צוויי זיווגים, אין די אלע תולדות זיינע זענען אייניקלעך פון טשערקאס.
עובד'ל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובד'ל »

סאיז געשטאנען אין איינע פון די צייטונגן און א"י איבער די אוהל און קורימא וואס ישראל מאיר גבאי האט איבער געמאכט. סאיז דא דארט אן אינטערסאנטע זאך, משרייבט דארט אז מעהאט געפינען דארט האך די מצבה פון בנו הרה"ק ר' משולם זושא יצחק מטלאמאטש, וויסט איינער צו סיז ריכטיג?
איך האב געזעהן איינמאל און ספר "שושנת העמקים" העפעס א סיפור וואס האט פארציילט איינער ביי די משפחה פון די אייניקלעך לבית הגה"צ ראש ישיבת טשעבין זצ"ל און דארט שטייט אז הער ליגט און טלאמאטש וואס איז היינט און אוקריינא נישט וייט פון קאסוב.
????
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

עובד'ל האט געשריבן:סאיז געשטאנען אין איינע פון די צייטונגן און א"י איבער די אוהל און קורימא וואס ישראל מאיר גבאי האט איבער געמאכט. סאיז דא דארט אן אינטערסאנטע זאך, משרייבט דארט אז מעהאט געפינען דארט האך די מצבה פון בנו הרה"ק ר' משולם זושא יצחק מטלאמאטש, וויסט איינער צו סיז ריכטיג?

ביטע אהערשטעלן א בילד פון יענע צייטונג
עובד'ל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובד'ל »

יציב פתגם האט געשריבן:ביטע אהערשטעלן א בילד פון יענע צייטונג


איך האב עס נישט, סאיז געווען שוין איבער א חודש צוריק און 'המודיע'.
עובד'ל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובד'ל »

עובד'ל האט געשריבן:סאיז געשטאנען אין איינע פון די צייטונגן און א"י איבער די אוהל און קורימא וואס ישראל מאיר גבאי האט איבער געמאכט. סאיז דא דארט אן אינטערסאנטע זאך, משרייבט דארט אז מעהאט געפינען דארט האך די מצבה פון בנו הרה"ק ר' משולם זושא יצחק מטלאמאטש, וויסט איינער צו סיז ריכטיג?
איך האב געזעהן איינמאל און ספר "שושנת העמקים" העפעס א סיפור וואס האט פארציילט איינער ביי די משפחה פון די אייניקלעך לבית הגה"צ ראש ישיבת טשעבין זצ"ל און דארט שטייט אז הער ליגט און טלאמאטש וואס איז היינט און אוקריינא נישט וייט פון קאסוב.
????


ס'האט מיר דערציילט איינער אז ער האט געטרופען יענע וואך ר' ישראל מאיר גבאי און א"י, האט ער אים געפרעגט צו ס'איז ריכטיג אז מ'האט דארט'ן געטראפ'ן די מצבה פון הרה"'ק ר' משולם זושא יצחק מטלאמאטש? זאגט ער אים אז ער ווייסט נישט פון אזא זאך. און וויפל ער ווייסט ליגט'ער און טלאמאטש, נאר ד'גויים האב'ן מחריב געווען די אלטע בית החיים און געבויט דארט דירות. ער צוגעלייגט אז דער ראש העיר און טלאמאטש איז עם גרייט צו געבען שטעל'ן א'שילט אז דארט איז געווען די אידישע אלטע בית החיים.

וויפל קעמען שטעל'ן אויף א צייטונג??
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

עובד'ל האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:תולדות הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקורימא זי"ע אין גליון עלים לתרופה (פר' שלח תשס"ט)


ס'שטייט דא אז בנו הרה"ק ר' משולם זושא זי"ע מ'טאלמאטש וואס איז געווען בזו"ר אן איידעם ביי הרה"ק מטשערקאס זי"ע
האט שפעטער חתונה געהאט בזו"ש מיט בת הרה"ק ר' חיים מ'קאסוב,

ווייסט אפשר איינער וואס איז געשען מיט די זוו"ר ?.

וויפל איך ווייס האטער חתונה געהאט מיט די בת הרה"ק רבי חיים מקאסוב בזיווג שלישי.
די הערשטע רעבצין איז געווען אטאכטער הרה"ק מטשעקאס זי"ע, זי איז נעבעך אוועק און הער האט חתונה געהאט מוט די שוועסטער די אנדערע טאכטער פונע'ם טשערקאסער זי"ע.
איך געדענק נישט יעצט גנוי צי די קינדער זענען מזיווג ראשון אדער שני, האבער זיכער אז זיינע קינדער זענען נאר פון איינע פין די הערשטע צוויי זיווגים, אין די אלע תולדות זיינע זענען אייניקלעך פון טשערקאס.

מזיווג ראשון
עובד'ל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובד'ל »

ווייסט איינער א מקור ווען איז די יארצייט פון הרה"ק רבי מיכלי?
און עלים לתרופה שרייבט ער כ"ז סיון, און נייעם ספר אויף הרה"ק ר' מאטעלע הארנסטייפלער ברענגט ער ז"ך סיון אבער ער צייכנט אז סיז דא אנדערע וואס זאגן כ"ה סיון און י"א כ"ה ניסן.
און ספר 'שושנת העמקים' שרייבט ער כ"ה סיון, און ספר 'זכות אבות' -ראצפערט שרייבט עק כ"ו סיון.

ווער וייסט גענוי מיט ריכטיגע מקורות ווען די יארצייט איז?
סיז מקובל אז ער האט ציגיזאגט פאר זיין הסתלקות אז ווער ס'וועט קומען אויף זיין ציון און זאגן גאנץ ספר תהילים וועט עס זיין פאר א סגולה אוף וואס מעבעט.
אזוי ווי די קומעדיגע חודש פאלט די יארצייט, איז זייער אינטערסאנט ציוויסן דעם פינקטלעכע טאג.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ער האט געזאגט אז מען מעג נאר רומען צו עם אויב מען זאגט אויס [צוויי]* מאל תהלים אויפאיינמאל.
דעריבער איידער איר פארט זייט גרייט.

*אזוי ליגט מיר אין קאפ.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

איטשע האט געשריבן:ער האט געזאגט אז מען מעג נאר רומען צו עם אויב מען זאגט אויס [צוויי]* מאל תהלים אויפאיינמאל.
דעריבער איידער איר פארט זייט גרייט.

*אזוי ליגט מיר אין קאפ.

דאכט זיך מיר אז מען דארף אויסזאגען דריי מאל גאנץ תהילים, האב איך געהערט פון איינע פון זקני חסידי באבוב שיחי' אז ער פלעגט פארן אסאך יאר אין די מ' יארן אין זומער אויף אפרוה אין יענער גלילות, אבער איז קיינמאל נישט געגאנגען צום ציון, ווייל ער קען נישט אין איין טאג אויסזאגען דריי מאל גאנץ תהילים
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שמן האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ער האט געזאגט אז מען מעג נאר רומען צו עם אויב מען זאגט אויס [צוויי]* מאל תהלים אויפאיינמאל.
דעריבער איידער איר פארט זייט גרייט.

*אזוי ליגט מיר אין קאפ.

דאכט זיך מיר אז מען דארף אויסזאגען דריי מאל גאנץ תהילים, האב איך געהערט פון איינע פון זקני חסידי באבוב שיחי' אז ער פלעגט פארן אסאך יאר אין די מ' יארן אין זומער אויף אפרוה אין יענער גלילות, אבער איז קיינמאל נישט געגאנגען צום ציון, ווייל ער קען נישט אין איין טאג אויסזאגען דריי מאל גאנץ תהילים

ס'איז טאקע 3 מאל (מפי הרבנית רייצא בעער תליט"א בת רבי משולם זוסיא יצחק בן רבי שלום אליעזר מראצפערט)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שמעתי בשם מרן הברך משה זי"ע ששמע מפי זקנתו הרבנית הצדיקת מרת שרה מרים הלברשטאם ע"ה (אשת הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד ובת הרה"ק מהארנסטייפל זי"ע) ש"קבלה בידה" מזקנה הרה"ק מקורימא, שלא יבואו להשתטח על הציון שלו, רק אם יאמרו מקודם ב' פעמים כל ספר תהלים - כמנין כפ"ר.
עובד'ל
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובד'ל »

טריסקער האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ער האט געזאגט אז מען מעג נאר רומען צו עם אויב מען זאגט אויס [צוויי]* מאל תהלים אויפאיינמאל.
דעריבער איידער איר פארט זייט גרייט.

*אזוי ליגט מיר אין קאפ.

דאכט זיך מיר אז מען דארף אויסזאגען דריי מאל גאנץ תהילים, האב איך געהערט פון איינע פון זקני חסידי באבוב שיחי' אז ער פלעגט פארן אסאך יאר אין די מ' יארן אין זומער אויף אפרוה אין יענער גלילות, אבער איז קיינמאל נישט געגאנגען צום ציון, ווייל ער קען נישט אין איין טאג אויסזאגען דריי מאל גאנץ תהילים

ס'איז טאקע 3 מאל (מפי הרבנית רייצא בעער תליט"א בת רבי משולם זוסיא יצחק בן רבי שלום אליעזר מראצפערט)


ממש נישט ריכטיג!
פאר א יאהר צוויי צוריק איז געווען און גליון 'צאנז' חודש סיון לכבוד די יארצייט פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, א גאנצן שמוע'ס מיט'ן הרבנית בעער פון ראצפערט-בראזיל תליט"א דורך איר אייניקל הרב יחזקאל שרגא שניאורסאהן, דארט ברענגט ער פון איר נאמען פונקט פארקערט.
זי האט גיזאגט דארט, אז זי האט געערעט פון איר באבע הרבנית הצדקנית שרה מרים ע"ה אשת הרה"ק רבי שלום אליעזר א טאכטער פון הרה"ק רבי מאטעלע הארנסטייפעלער זי"ע בא"ב פון הרה"ק רבי מיכלי מקירימא זי"ע: ס'געווען אמאל אויף'ן וועג צוריק פון בארדיוב, זענען זיי אריינגעפארן צום ציון אין קירימא, האט זיך די באבע שרה מרים ע"ה אנגעריפ'ן: זי האט בקבלה פון איר טאטע רבי מאטלע אז די זיידע רבי מיכלי האט געזאגאט פאר'ן הסתלקות אז טאמער מ'וועט קימען צום ציון און אויסזאגען גאנץ תהלים וועט דאס זיין פאר א סגולה. אין די רבנית בעער פון ראצפערט צייכנט דארט: נישט ווי סיז מקובל און די וועלט נישט ריכטיג אז מ'דארף זאגען דריי מאהל, און סאיז א טעות.
זי האט נאך ציגעלייגט מעהר: אז איר שוועסטער וואס איז אויך געווען דארט מיט די באבע, האט נישט מספיק געווען זאגען גאנץ תהלים, האט די באבע מרת שרה מרים ע"ה זיך האנגעריפ'ן: דאס וואס די זיידע האט געזאגט מ'זאל זאגען גאנץ תהלים, קעמען אנייבען ביים ציון און משלים זיין אויפ'ן וועג.

די רבנית בעער תליט"א ב"ה לעבעט נאך מיט אונז און סאו פאולו בראזיל, איך ווייס נישט וויפיל זי איז נאך און די 'כלים', האבער מ'קען געוואר ווערן דורך די אייניקלעך, זאל'ן איר איבער פרעגען.

איך ווייס אז זי איז א גרויסע בר-סמכא, און מרן ה'ברך משה' זי"ע פלעגעט איר אסאך איבער פרעגען זאכ'ן פון רבי שלום אליעז'ל זי"ע, וויבאלט זי האט געוואקסען דארט'ן און שטוב, נאכדעם וואז זי איז געווען א יתומה פון די מיטער.

און ישיבה האט געלערנט מיט מיר אן אייניקעל אירע, וואס פון עם האב איך געערעט אסאך מעשיות פון איר. ממש א אוצר נפלא וואס זי האט געהאט צו פארקויפן. א העכטע רעבצין. השי"ת יאריך ימיה ושנותיה בנעימים בי משיח'ס טאג. אן העכטע איר אייניקל פון סאנזער רוב זי"ע.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

היינט באשטעטיגט: די קבלה אין די באבובער משפחה איז אז מען זאל נאר קומען אויב מען זאגט אויס צוויי מאל גאנץ תהלים אויף איינמאל (און אויב נישט זאל מען נישט גיין), דעריבער זענען די אייניקלעך קיינמאל נישט געפארן קיין קירמוא צום ציון.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פונקטליך האט געשריבן:הרב מוהרר
יחיאל מיכל זל בן
הרב הצדיק מוהרב
צבי מנחם זצל נכד הצדיק
הא הי מוהרר זיסא זצל
מאנפליע מצד אביני
...
מו הצדיק הי הי...
בעריש זצל

מסתם שטייט: אמו הצדיקת היתה בת מוהר"ר בעריש זצ"ל
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

אין הקדמה פון אדמו"ר מבאבוב שליט"א צום ספר "דברי שלמה" ברענגט ער א טייער ווארט פון רבי מיכלי.
ס'איז נישט באקאנט נאך תורות אויסער דעם פארשטיי איך?
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

עובד'ל האט געשריבן:ווייסט איינער א מקור ווען איז די יארצייט פון הרה"ק רבי מיכלי?
און עלים לתרופה שרייבט ער כ"ז סיון, און נייעם ספר אויף הרה"ק ר' מאטעלע הארנסטייפלער ברענגט ער ז"ך סיון אבער ער צייכנט אז סיז דא אנדערע וואס זאגן כ"ה סיון און י"א כ"ה ניסן.
און ספר 'שושנת העמקים' שרייבט ער כ"ה סיון, און ספר 'זכות אבות' -ראצפערט שרייבט עק כ"ו סיון.

ווער וייסט גענוי מיט ריכטיגע מקורות ווען די יארצייט איז?
סיז מקובל אז ער האט ציגיזאגט פאר זיין הסתלקות אז ווער ס'וועט קומען אויף זיין ציון און זאגן גאנץ ספר תהילים וועט עס זיין פאר א סגולה אוף וואס מעבעט.
אזוי ווי די קומעדיגע חודש פאלט די יארצייט, איז זייער אינטערסאנט ציוויסן דעם פינקטלעכע טאג.

אין די משפחה איז מקובל כ"ה סיון
שושנת העמקים איז געווען א רעכטע אייניקל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פונעם בוך 'באבדן מולדתי'
https://archive.org/details/nybc313683/page/n12
אטעטשמענטס
באבדן מולדתי.JPG
באבדן מולדתי.JPG (85.09 KiB) געזען 1630 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דא איז דא א בילד פון די מציבה פון נאך די קריג:
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (65.18 KiB) געזען 1590 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

איינער ווייסט אפשר ווער נאך ליגט אין דער אוהל פון הרה"ק מקורימא?
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

מצלמה האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:.סאיז באקאנט אז הרה"ק רבי מעכלע קירמער בן רבי הערש מענדל בן הרבי רבי זושא זי"ע איז דאך אנטלויפען פון רוסלאנד וועגען א גאנצע מעשה באריכות וואס איז אין כאן מקומו .קיין אונגערין און זיך באזעצט און דע שטאט קירמע .און ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און אונגערין מיט א ווייב וואס האט שוין געהאט קינדער מיט איר פריעדיגען מאן. אשר על כאן מאכען זייער אסאך מענטשען א טעות אז זיי זענען בעשה"ט אייניקלעך און רבי רבי זושא איינקלעך אבער טעות גדול הוא בידם זיי זענען נישט דעם בעשה"ט און נישט דע רבי רבי זושא אייניקלעך. נאר זיין רעבעצין אייניקלעך . און פארשטיי זעך אז און דעם איז נישט נכלל נכדי הארענסטייפעל.

נשמח מאוד לקבל יותר פרטים בזה.
מי היתה זוגתו השניה?
מי היה בעלה הראשון?
מי הם צאצאיה?

די משפחות וואס פארופען זיך אייניקלעך פונעם זיווג שני, (נישט די הארענסטייפלערס אייניקלעך) למשל כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג מונסי שליט"א או בויאנער רעבעצין תליט"א (פון די מאמעס זייט) זאגען אז ער האט נאכאמאל חתונה געהאט און אונגערין . און געהאט לפחות צוויי טעכטער פון איר . און זיי שטאמען פון די טעכטער. דארפסטו זיי פרעגען פרטים דערוועגען. אבער וואו געזאגט פריער לאחר בירור מקיף אם מומחים גדולים בענף היחוס , טעות גמור הוא בידם אז זייער באבע איז נישט געווען א טאכטער פון רבי מעכעלע קירמער . און דאס איז זיכער אז רבי מעכלעס קינדער זענען געבליבען און רוסלאנד נישט מיט געקומען מיט עם קיין אונגערין.


איך האב געהערט פון מענטשן וואס זאגן אז זיי ווייסן קלאר אז ער האט געהאט א טאכטער רבקה, וואס איך פראביר צו דערגיין.

יעצט, וואו קען מען דאס פעסטשטעלן.


אולי אז דאס איז רבקה אשת ר׳יצחק אביו של ר׳ אליעזר צבי עלעפאנט (ראמאטשהאזא~ Ramocsahaza)
נ.ב.
די פארגאנגענע וואך איז געפינען געווארן א מצבה אין ראמאטשהאזא ווי די ביה׳ח איז חרוב ונחרב, איין מציבלע שטעקט זיך ארויס מיט די לעצטע נאמען "עלעפאנט"
נפטרה תר׳פ 1922.
ווער סוויל א בילד און אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”