צאצאי ונכדי רבי נחמן מברסלב זי״ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:48 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:לאמיר נישט פארקריכן פון אונזערע טעמע.
ווי סאיז דערמאנט אויבן,האבן פיר טעכטער פון רבי נחמן זיע"א חתונה געהאט, און פון די טעכטער שרה און פון חיה'לע זענען דא דורות היינט צו טאג.
און פון די טאכטער מרים איז ליידער גארנישט געבליבן.
און פון די טאכטער אדל איז אויך געווען אייניקליך דעמאלטס, איז דען דא אייניקליך פון איהר היינט צו טאג?.


No

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 11:20 pm

א'דאנק אייך.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 11:32 pm

בליבאוויטש יש 2 משפחות שהם נכדים: 1. משפ' קאנעלסקי [בנים ונכדים של רבי נחמן רוסישער זצ"ל], הם נכדים מבתו שרה.
2. משפ' שניאורסאהן מכפר חב"ד הם גם נכדים, כמדומני גם מבתו שרה.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

תגובהדורך ווייצענער » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 11:43 pm

גלאזער האט געשריבן:דאס האסטו שוין געזען?


HiRes please. This is unreadable.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ר' אברהם שטערנהארץ זצ"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:04 am

למדן וצדיק האט געשריבן:הנני לקיים הבטחתי, צו אפדעיטן און מתקן זיין מיין אויבנדערמאנטע רשימת הצאצאים. פארשטייט זיך אז די פאלגנדע רשימה איז אויך נאכנישט מתוקן בתכלית השלימות, און איך ווארט נאך אויף עטליכע בירורים, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און איך קען נישט לאזן דעם עולם אזוי לאנג ווארטן, בפרט אז ס'איז אריינגעפאלן עטליכע טעותים און די פריערדיגע רשימה, און כ'האף בקרוב נאכאמאל איבערמאכן מיט די נייע הוספות....

די אונטערגעצייכנטע נעמען זענען די נייע הוספות, אדער תיקונים.

למדן וצדיק האט געשריבן:~צאצאי רבינו נחמן מברסלב תקל"ב - תקע"א
א1) מ' אדל תקמ"ז - אשת (בזוו"ר) ר' יוסף יוסקא [אויערבאך] בן הרב מחמעלניק חתן בעל התולדות [ובזוו''ש אשת גיסה ר' יצחק אייזיק מדובראוונע]
א2) מ' שרה תק"נ - תקצ"ב אשת (בזוו"ר) ר' יצחק אייזיק [רובין] מדובראוונע - קרעמענטשוג
א3) מ' מרים תקנ"ב - בזוו"ר אשת ר' פנחס פייבוש [הורוויץ] בן הרב מוואלטשיסק
א4) ילדה שנפטרה תקנ"ז - תקנ"ז
א5)מרת חיה.

א7) הילד הקדוש שלמה אפרים תקס"ה - תקס"ו
א8) הילד יעקב תקס"ז –


~

*



*

~ צאצאי מרת חיה בת רבינו (א5)
ב6) ר' יחיאל [בן ר' אהרן] נשא את בת אחיו מ' שטערנא סאסיא בת ר' נחמן חי'לעס. (דלהלן ג16)
ב7) מ' אדל, ובעלה ר' אברהם [ספרד] מקיניעוו בן ר' יעקב יוסף מאוסטרהא נכד ר' ייב"י -תר"ל
ב8) ר' נחמן חי'לעס [בן ר' זלמן] מטולטשין – אומאן, תקע"ט בערך - תקמ"ט, נשא את בתו של ר' בער בנו של הר"ר שלמה מקארלין





~



~ צאצאי ר' נחמן חי'לעס בן מרת חיה בת רבינו (ב8)

ג15) מ' יוטא


~

[u]צאצאי מ' יוטא (ג15)
ד17)מ' מרים אשת (בזוו"ש) ר' אברהם סופר

צאצאי מ' מרים סופר (ד17)
ה14) ר' נחום, טעפליק.


ר' אברהם סופר מיינט מען ר' אברהם שטערנהארץ זצ"ל זקן וממנהיגי חסידי ברסלב, איר אייניקל בן אחר בן צו רבי נתן זצוק"ל פון ברסלב , דאכט זיך מיר אז זיינער קינדער האט ער געהאט פון זיין זיווג ראשון ,טאכטער פון ר' יוסף יונה ז"ל,אינגסטע קינד פון רבי נתן זצוק"ל.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:39 am

ר' אברהם הי' בן בתו ותלמידו של הרב מטשערין.
ר' נחמן רוסישער קנלסקי בן בתו של ר' בן ציון קמינסקי מקרימינטשוג ב"ר אברהם דוב בן אחר בן לר' שמעון המשב"ק.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ר' שמשון בארסקי זצוק"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:18 am

אז מ'רעדט שוין פון הה"צ ר' שמשון ברסקי זצ"ל (זוהן פון מרת פיגא טאכטער פון ר' אפרים ז"ל זוהן פון שרה טאכטער פון רבי נחמן זיע"א) לאמיר ארויס ברענגן אפאר שטריכן צו זיין הייליגע אנדענק.
ער איז געבוירן אין יאר תרל"ד צו זיין פאטער ר' ישראל מענדל זון פון ר' שמשון ז"ל די גרויסע פון די וואלד (א' תלמיד פון רבי נתן פון ברסלב זצוק"ל),

ער האט זיך געווייקט ביי הרה"ק ר' משה פון ברסלב (פון די גרויסע תלמידים פון ר' נתן זצוק"ל) וואס ער האט גענאשט פון אים,אסאך שמועסן תורות מיט דערציילונגען פון רבי נתן זצוק"ל.
געווען א'גיוואלדיגע זוכער פאר די אמת,ער האט געהאט א'טיפע געפיל צו איטליכע ווארט פון רבי נחמן זיע"א,ער פלעגט פארלערנען ברבים שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן,מיט א'געוואלדיגע חן,און מיט א'ספעציעלן נעימות,און די גאנצע עולם האט געטרינקן און געשלינגען מיט דארשט זיינע רייד,און ער האט עס צוגעפאסט פאר גרויסע און קליינע אינאיינעם.
ער האט פארפאסט א'חיבור מיט די נאמען "עצות המבוארות" אין אידיש ,געבויעט אויף רבי נחמנס און רבי נתן ווערטער ,ר' שמשון האט געלייגט א'דגש אויף אמונה און בטחון,אויף תפילה מיט א'ברען.

ער איז געווען פון די גרויסע מנהיגים אין די שטאט אומאן,אין צוויישן זיי בני חבורה, האט זיך דערקענט די דאווענען זייערע מיט א'השתפכות הנפש,מיט א'געלאסינקייט ,ער פלעגט אסאך ארום פארן קיין פולין,(ווי זיין זוהן ר' נתן האט געוואוינט אין לובלין),און מקרב געווען אסאך איד'ן צו ברסלב ,און מיט זיינע גהויבענע ווארימע שמועסן אריין געפלאקערט אין זיי א'הייליגע פייער,ער פלעגט שטיין ביים דאווענען,אנטקעגען די צפון זייט ביים פענסטער (ווי די הייליגע ציון האט זיך אנגעזעהן), אינעם קלויז אין אומאן ,און ער האט זיך כמעט נישט גערירט,אבער זיין הארץ האט געפלאקערט און געברענט צום הייליגן באשעפער,און זיין שטילע קול האט זיך געגאסען מיט אזא זיסקייט נישט פון די וועלט,איינער וואס האט אמאל אריין געקוקט פונעם פענסטער,איז געווען איבערראשט,ווי ר' שמשון'ס פנים האט גבערענט און געווען רויט ווי פייער,און זיין פנים איז געווען באוואשען פיל מיט טרערן,ביים דאווענען.
ער האט געהויכעט זיין הייליגן ריינעם נשמה צום הייליגן באשעפער,א' סיוון תרצ"ה,און מ'האט אים באהאלטן אויפן הייליגן ארט אין אומאן,סמוך ונראה צום ציון פון ר' נפתלי זצ"ל (פון די גרויסע תלמידים פון רבי נחמן זיע"א) און פון ר' נחמן פון טולטשין מיט נאך גרויסע ברסלבר חסידים .
יהי זכרו ברוך.
די אויבערשטע בילד זעהט זיך אן די נייע איבערגעבויטע מצבה,אין די מיטלסטע בילד איז זיין סטעמפל,וואס ס'ליינט זיך אזוי,"מתעסק בהחזקת תורה בעיר אומאן,בביהמ"ד דמוהר"ן ז"ל,שמשון בארסקי,און די אונטערשטע בילד זעהט זיך אן די בית החיים ווי ער ליגט ,און מ'האט עס ליידער חרוב געמאכט.
צוגעלייגטע
ברסקי 3.jpg
ברסקי 4.jpg
ברסקי 6.jpg

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 2:10 pm

סוף פון די נייע לקוטי עצות המבוארות איז דא אפאר בריוו פון ר' שמשון
איין בריוו וואס ער שרייבט צו זיין זונ'ס מלמד, אינטערעסאנט זיין צוגאנג.

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

ר' הירשל דזשארגאווסקי ע"ה

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 9:57 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:~ [u]צאצאי מ' טויבע רחל אשת ר' אברהם דזשארגאווסקי חתן מ' אסתר בת ר' נחמן פרויקעס (ה5)
ו8) ר' צבי הירש דזשארגאווסקי (בעדער)

כ'האב געזעהן אין ספר "געגועים שהפילו חומות'' [- סיפורים פון חסידי ברסלב וואס זענען געפארן קיין אומאן מיט מס''נ אין די צייט ווען עס איז געווען פארשפארט אונטערן אייזערנעם פארהאנג פון די קאמוניסטן ימ''ש, באשריבן דורך דעם באקאנטן ברסלב'ן שריפטשטעלער ר' אהרן קליגר נ''י]. דערציילט ער דארט א טשיקאווע מעשה'לע איבער דעם ר' הערשל דזארגאווסקי ע''ה. נעמליך - ער איז געווען א פשוט'ער איד א ברסלב'ר חסיד, וואס איז נעבעך פארפאלן געווארן דארט אין רוסלאנד, נישט קענענדיג ארויסקומען צוליב די קאמוניסטישע רעזשים. במשך די צייט האט ער זיך באזעצט אין טאשקענט - מזרח רוסלאנד ווי ער האט אויסגעלעבט זיינע יארן, און פלעגט פון דארט קומען יעדעס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה כנהוג.

האט פאסירט איינמאל אז עס איז געווען א ענגע קבוצה ברסלב'ע חסידים פון ארץ ישראל און חוץ לארץ, וואס האבן זיך אריינגעשווערצט קיין רוסלאנד מיט פארשידענע קונצן, און האבן זיך דערשלעפט קיין אומאן, אין די נאכט פון ערב ראש השנה - זכור ברית, און האבן זיך שטיל אריינגעשלייכט אין די חצר פונעם ציון הקדוש, זיך האלטנדיג זייער שטיל אז זיי זאלן נישט ווערן אויפגעפאסט דורך די בעלת הבית פון די דערנעבנדיגע דירה. פלוצלונג צו זייער מזל האט זיך די באלעבאסטע די ערלית אויפגעוועקט, זעהט אויס אז זיי האבן זיך פארלוירן מחמת רוב געגועים און האבן יא געהעכערט דעם קול בשעת די תיקון הכללי און התבודדות. א בייזע איז זי ארויסגעקומען צום חצר, גרייטנדיג זיך תיכף צו לויפן צו די קעי דזשי בי, און איבערגעבן די ''פרייליכע'' מציאה וואס זי האט דא אנטדעקט. פארשטייט זיך אז די אידן דארט זענען צום טויט דערשראקן געווארן. ביז איינער האט זיך גענומען קוראזש און איז צוגעגאנגען און איר דערלאנגט עטליכע רובל אלס ''לא יחרץ''... און זי האט זיך אויסגעדרייט און ארויס פון חצר.

עס גייט דורך א פאר מינוט און פלוצלונג באווייזט זיך ביים טויער פון חצר צוויי פאליציאנטן מיט די פולע מונדירן, און זיי שטעלן זיך קוקן אויף די גרופע חסידים. ווי זיי האבן פארשטאנען, אז די גוי'טע האט דא געמאכט געלט צוויי מאל, און נאכ'ן איבערנעמען פון די אידן די געלט איז זי נאך געלאפן מסר'ן פאר די פאליציי. דער עולם דארט האט זיך נישט געקענט איבערקומען פון גרויס שרעק, און זענען געשטאנען ווארטן אויף זייער אורטייל... אבער צו זייער פארוואונדערונג, שטייען די צוויי פאליציאנטן דארט, און שטייען און קוקן און קוקן אויף זיי אן אויפהער. האט מען זיך מיישב געווען אז מ'וועט נאכאמאל פראבירן מיט א מתנת יד, איינער איז צוגעגאנגען מיט א שיינע סכום אין האנט און געוואלט דערלאנגען איינעם פון די פאליציאנטן, אבער יענער קוקט ווייטער מיט מאדנע בליקן, און געבט זיך א רוף אן אויף א רוסישן אידיש ''וואס ווילסטע?".

תיכף האט זיך איינער פון די חבורה געכאפט, אז דער א"ג פאליציאנט איז נישט קיין אנדערערע ווי אונזער רבי הירשל דזארגאווסקי, און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, זענען די צוויי נישט געווען קיין אנדערע ווי צוויי פשוט'ע ברסלב'ע חסידים וואס האבן זיך אהערגעשלעפט פונעם ווייטן טאשקענט, און האבן געוואלט קומען צום ציון זאגן תיקון הכללי, און וויילן דארט אין אומאן אויף ראש השנה אין עפעס א באהעלטעניש, אבער כדי עס זאל זיי נישט שאטן קיין ''בייז אויג'', האבן זיי זיך פארשטעלט מיט פאליצייאישע מונדירן, און האבן געוואלט אזוי קומען צום ציון, און זיי האבן פשוט געווארט אז די קבוצה חסידים זאלן זיך אוועקגיין כדי זיי זאלן קענען וויילן דארט אומגעשטערט... תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

מערקווירדיג, אז צום באדויערן האט דער רבי הערשל ליידער נישט דערלעבט קיין אידיש נחת, אזוי ווי אסאך אנדערע פון די רוסישע אידן, און זיינע צוויי טעכטער זענען אנגעקומען צו פרעמדע הענט ל''ע, און זענען פארשלעפט געווארן קיין אוזבעקיסטאן, צווישן די מוסלמענער ה''י. אבער 'כי לא ידח ממנו נידח', און עפעס האט זיך דערקייקלט די מעשה לעצטנס צו איינע פון די ברסלב'ע עסקנים [ה''ה רבי ישראל אלחדד-ברזל שליט''א, דער וואס איז כהיום דער עומד בראש אין די פירערשאפט פונעם ציון אין אומאן], דאכט זיך אז ער האט געהאט א חלום, אז דער רבי בעט איהם צו ראטעווען זיינע אייניקלעך - איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די סיפור הדברים. און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז די חברה גוים האבן זייער געפייניגט די צוויי פרויען מיט זייערע קינדער, און זיי האבן שוין געוואלט אנטלויפן אבער ס'איז נישט געווען שייך. און דער הנ''ל האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה, און געמאכט א געוואלד, און מפרסם געווען א קול קורא אינטערגעשריבן פון אסאך רבנים בפרט רבני ברסלב, אז מ'זאל געבן געלט צו ראטעווען די בנש''קלעך [נכדי הבעש''ט ומוהר''ן זי''ע], און מיט גרויס מיה האט ער באוויזן ארויסצוראטעווען [א חלק אדער אלע] פון דארט, און זיי געברענגט צווישן אידישע קינדער, אין אומאן און אין קיעוו, ווי זיי פירן זיך ווי ערליכע אידן, און לערנען אין די דארטיגע מוסדות התורה, ככל ישראל הכשרים! והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.
לעצט פאראכטן דורך ערנסט גערעדט אום דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 1:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

אדמו"ר מאוסטרהא קיניעוו

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 10:21 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:צאצאי מרת חיה בת רבינו (א5)
ב7) מ' אדל, ובעלה ר' אברהם [ספרד] מקיניעוו בן ר' יעקב יוסף מאוסטרהא נכד ר' ייב"י -תר"ל

~ צאצאי מ' אדל בת מרת חיה בת רבינו (ב7)
ג7) ר' נחמן
ג8) ר' אייזיק
ג9) ר' מרדכי ליבערזאהן קישינעוו
ג10) ר' יוסף דוד קאצינלבויגן מלוצק
ג11) ר' יעקב יוסף הי"ד חתן ר' מרדכי, מנכדי טשערנאבל קיניעוו – אוסטרהא - תש"ב
ג11*) ר' אברהם

~ ר' יעקב יוסף בן מרת אדל (בת מ' חיה בת רבינו) (ג11)
ד14) בנו ר' אברהם פנחס מקיניעוו - קישינעוו ואח"כ ארה"ב נפטר שנת תש"י
ד14*) ר' יהודה לייב

~ ר' אברהם פנחס מקיניעוו (ד14)
ה*13) מ' רחל בת שבע, אשת (בזוו"ר) ר' אהרן יחיאל הופשטיין מקאזניץ, (ובזוו"ש) ר' מנחם נחום טווערסקי.
ה13*) מ' מרים שפרה אשת ר' ישראל נעסיס
ה13*) מ' שרה אשת ר' אברהם בן-הלל
ה13*) ר' נחום אהרן

מער וועגן די גזע [אוסטרהא - קיניוב] גיבט א קוק אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=31&t=3927&hilit=%D7%A0%D7%97%D7%9E%D7%9F&start=25#p370920
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

ר' יחיאל מיכל לאנדמאן זצ"ל

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 2:22 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:~ צאצאי מרת חיה בת רבינו (א5)
ב7) מ' אדל, ובעלה ר' אברהם [ספרד] מקיניעוו בן ר' יעקב יוסף מאוסטרהא נכד ר' ייב"י -תר"ל

~ צאצאי מ' אדל בת מרת חיה בת רבינו (ב7)
ג9) ר' מרדכי ליבערזאהן קישינעוו

~ צאצאי ר' מרדכי ליבערזאהן (ג9)
ד12) ר' יחיאל מיכל לאנדמאן מלוצק

~ ר' יחיאל מיכל לאנדמאן מלוצק (ד12)
ה12) ר' משה יהושע מבענדער

~ ר' משה יהושע ב"ר יחיאל מיכל לאנדמאן (ה12)
ו19) מ' רעכיל ובעלה ר' שלום מיכלאוויטש מראדוויל בראד
ו20) ר' יעקב שמשון מבענדער


~ [u]ר' שלום מיכלאוויטש מראדוויל בראד (ו19)
ז3) הרבנית אשת האדמו"ר מטשערנוביל ב"פ
ז4) הרבנית אשת האדמו"ר מ'בעלז מאחנובקא
ז5) הרבנית אשת האדמו"ר מ'קאליש פלעטבוש
ז6) אדמו"ר ראדוויל מאנסי זצ''ל

מער אינפארמאציע איבער די גזע, זעהט דא
viewtopic.php?f=31&t=7062&start=50

און דא
viewtopic.php?f=31&t=22103&hilit=%D7%9C%D7%90%D7%A0%D7%93%D7%9E%D7%90%D7%9F

עוד יש לציין כי ר' יחיאל מיכל לאנדמאן (הנ"ל ד12) היה חתנו של ר' מרדכי ליבערזאן מזווגו הראשון, ואח''כ נשא זוו''ש וממנה נולדו לו עוד בנים. ואלו הבנים הנחשבים כאן לעיל (ה12 ה13) הם מזוו''ש, נכדי מוהר''ן זצ''ל. כמבואר כ''ז בלינק שהבאתי כאן.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך ינואר 13, 2016 12:51 pm

אינטערעסאנט פארוואס קיינער שרייבט נישט וועגן ר' יעקב יוסף מאוסטרה השני!!

איז נישט אנגענומען אז ער איז געווען אן איידעם ביי שרה?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך ינואר 13, 2016 12:54 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:אינטערעסאנט פארוואס קיינער שרייבט נישט וועגן ר' יעקב יוסף מאוסטרה השני!!

איז נישט אנגענומען אז ער איז געווען אן איידעם ביי שרה?

ער איז געווען א'איידים ביי הצדיקת חיה'לע טאכטער פון רבי נחמן זצוק"ל .

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך ינואר 13, 2016 1:09 pm

למדן וצדיק האט געשריבן: צאצאי מרת חיה בת רבינו (א5)
ב6) ר' יחיאל [בן ר' אהרן] נשא את בת אחיו מ' שטערנא סאסיא בת ר' נחמן חי'לעס. (דלהלן ג16)
ב7) מ' אדל, ובעלה ר' אברהם [ספרד] מקיניעוו בן ר' יעקב יוסף מאוסטרהא נכד ר' ייב"י -תר"ל
ב8) ר' נחמן חי'לעס [בן ר' זלמן] מטולטשין – אומאן, תקע"ט בערך - תקמ"ט, נשא את בתו של ר' בער בנו של הר"ר שלמה מקארלין

ער שרייבט אז ר' אברהם -זיין זון- איז געווען אן איידים??!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך ינואר 13, 2016 3:20 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:אינטערעסאנט פארוואס קיינער שרייבט נישט וועגן ר' יעקב יוסף מאוסטרה השני!!

איז נישט אנגענומען אז ער איז געווען אן איידעם ביי שרה?

זיכער נישט

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דאנארשטאג ינואר 14, 2016 2:07 pm

גלאזער האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:אינטערעסאנט פארוואס קיינער שרייבט נישט וועגן ר' יעקב יוסף מאוסטרה השני!!
איז נישט אנגענומען אז ער איז געווען אן איידעם ביי שרה?

זיכער נישט

קוק'זשע ביטע דא
ערנסט גערעדט האט געשריבן:מער וועגן די גזע [אוסטרהא - קיניוב] גיבט א קוק אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=31&t=3927&hilit=%D7%A0%D7%97%D7%9E%D7%9F&start=25#p370920

שם מבואר בארוכה מי היה חותנו של ר' ייב''י השני, ואכן יש שם מבוכה בזה, אבל הא לא שמענו שהיה חתנה של הצדקנית שרה, אלא שבנו ר' אברהם מקיניעוו היה חתנה של מ' חיה, וכנ''ל.
ושם באותו האשכול בסופו הבאתי מס' עלים לתרופה מש''כ מוהרנ''ת אודות ביקורו אצל רב ייב''י הנ''ל...
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג ינואר 14, 2016 2:49 pm

ערנסט גערעדט האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:אינטערעסאנט פארוואס קיינער שרייבט נישט וועגן ר' יעקב יוסף מאוסטרה השני!!
איז נישט אנגענומען אז ער איז געווען אן איידעם ביי שרה?

זיכער נישט

קוק'זשע ביטע דא
ערנסט גערעדט האט געשריבן:מער וועגן די גזע [אוסטרהא - קיניוב] גיבט א קוק אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=31&t=3927&hilit=%D7%A0%D7%97%D7%9E%D7%9F&start=25#p370920

שם מבואר בארוכה מי היה חותנו של ר' ייב''י השני, ואכן יש שם מבוכה בזה, אבל הא לא שמענו שהיה חתנה של הצדקנית שרה, אלא שבנו ר' אברהם מקיניעוו היה חתנה של מ' חיה, וכנ''ל.
ושם באותו האשכול בסופו הבאתי מס' עלים לתרופה מש''כ מוהרנ''ת אודות ביקורו אצל רב ייב''י הנ''ל...

איך האב שוין אלעס דורכגעקוקט!

בקיצור ס'בלייבט אז די סקווירא גזע זענען נישט קיין אייניקלעך פון רבין, הא?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מוצ"ש ינואר 16, 2016 10:29 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:בקיצור ס'בלייבט אז די סקווירא גזע זענען נישט קיין אייניקלעך פון רבין, הא?

ניין. אבער אזויפיל יא אז די משפחה איז היבש מאל געקניפט און געבינדן. צב''ש הרה''צ ר' ישראל בן שרה בת מוהר''ן זי''ע, [מספר ב5 הנ''ל], איז געווען אן איידעם ביי הרה''ק ר' אהרן מטשערנוביל. און ווי כ'האב געזעהן אין ספר "רבי אהרן מטשערנאביל" פון הוצאת באהלי צדיקים - אמרי שפר, איז הרה''ק ר' נתן מ'ברסלב געווען דער שושבין מצד החתן, זייענדיג דער ראש התלמידים פונעם גרויסן זיידן הרה''ק ר' נחמן וואס האט שוין דאן נישט געלעבט. אויך ווי באקאנט האט זיך ביי יענע חתונה באטייליגט דער גרויסער זיידע הרה''ק ר' מאטעלע מטשערנוביל, זייענדיג בזקנותו המופלגת.

דער רבי ישראל זצ''ל האט ליידער נישט צופיל מאריך ימים געווען, און זיינע קינדער זענען אויפגעוואקסן ביים זיידן רבי אהרנ'ס הויף, און דעריבער זיך געפירט גענצליך ווי טשערנאבילע אייניקלעך.

אויך ווי דערמאנט האט זיך דער הייליגער זיידע רבי יעקב יוסף מאוסטראה, שעל שמו נקרא נכדו הגה''ק מהרי''י האדמו''ר מסקווירא ארה"ב זצ''ל, זיך משדך געווען מיט הרבנית מרת חיה ע''ה בת מוהר"ן מברסלב זי''ע כנ"ל, און האט אויך געהאט גוטע יחסים מיט'ן תלמיד הגדול מוהרנ''ת מברסלב, כמבואר בתגובתי הנ''ל, עי' בס' עלים לתרופה שציינתי שם.

בכלל, קוק אדורך די אויבנדערמאנטע רשימה פון צאצאי מוהר''ן, איז דא דארט אסאך פון די משפחות לבית טשערנאביל, אוסטראה, וכדומה. וואס עטליכע פון זיי זענען שוין לכאורה מחותנים מיט די סקווירא גזע, איז שוין היינט פארהאנען סקווירא אייניקלעך וואס זיי זענען טאקע אויך ברסלב'ע אייניקלעך.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מוצ"ש ינואר 16, 2016 11:49 pm

ר' יעקב יוסף בן אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיינע קינדער זענען אייניקלעך פון ר' נחמן. ער איז א איידעם ביי טשערנאבלע רבי.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג ינואר 17, 2016 2:42 pm

גלאזער האט געשריבן:ר' יעקב יוסף בן אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיינע קינדער זענען אייניקלעך פון ר' נחמן. ער איז א איידעם ביי טשערנאבלע רבי.

און ווי אזוי איז טשערנאבלע רבי אן אייניקל??
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » זונטאג ינואר 17, 2016 10:56 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:און ווי אזוי איז טשערנאבלע רבי אן אייניקל??

ראה בהרשימה הנ''ל מספר ז3
בעפאר איר שרייבט א תגובה, ליינט דעם גאנצן אשכול ביז אהער.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

נחשף לראשונה גזע חדש של נכדי מוהר''ן זי''ע, צאצאי בתו אדל ע'

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דינסטאג מארטש 08, 2016 1:26 pm

יעצט נתפרסם געווארן באתר 'אומן שלום'
ואם קבלה הוא נקבל.
און אויב איז דאס אמת, איז דאס א גרויסע חידוש אז ס'איז נאך דא היינט אייניקלעך פון הרבנית אדל ע''ה בתו של רביה''ק מוהר''ן זי''ע, וואס ביז היינט איז נישט באקאנט אזוינס כמבואר לעיל.

חשיפה ראשונית ב'אומן שלום' • הרה"צ ר' דב איסר קוק הכהן שליט"א הינו צאצא ונכד לרביה"ק הננמ"ח רבינו נחמן מברסלב זיע"א - בשבת האחרונה פרשת ויקהל נחשפה לראשונה שושלת היוחסין בפני הרב קוק שליט"א, חסיד לעלוב ששהה השבת במחיצתו של הרב בעיר טבריה, פנה בליל שבת לרב וטען בפניו כי הרב הוא צאצא ישיר לרבי נחמן מברסלב זיע"א

בשבת האחרונה פרשת ויקהל, נחשפה לראשונה שושלת היוחסין בפני הרב קוק שליט"א. חסיד לעלוב ששהה השבת במחיצתו של הרב בעיר טבריה, פנה בליל שבת לרב וטען בפניו כי הרב הוא צאצא ישיר לרבי נחמן מברסלב זיע"א.

הרב קוק שליט"א ששמע זאת לראשונה, ביקש מהחסיד שיפרט בפניו את שושלת היוחסין שאכן נמצאה תואמת לשושלת המשפחה עד דוד המלך ע"ה. השמועה פשטה במהירות בין תלמידי הרב שביקשו לראות את שושלת היוחסין והתגלית החדשה שלא ידעו עליה מעולם. מיד בסיום השבת על פי בקשתו של הרב שליט"א ישב החסיד ושירטט על נייר את שושלת היוחסין של הרב.

לפניכם שושלת הייחוס של מו"ר הרב דב קוק שליט"א עד לרביה"ק הננמ"ח רבנו נחמן מברסלב זיע"א כפי שפורסם לראשונה ב'אומן שלום' באדיבות הרב דוד שדה הי"ו.

לרבי נחמן מברסלב זיע"א היו שני בנות, אחת הייתה שרה ובת נוספת הייתה אדל. לשרה ע"ה נולד בן שמחה ברוך שהתחתן עם מרת רבקה רחל בתו של אדל. לר' שמחה ברוך ורבקה רחל נולדה בת בשם חנה אסתר (התחתנה עם ר' משה אפלבוים). לר' משה אפלבוים וחנה אסתר נולדה בת בשם ביילא רחל (התחתנה עם ר' נחום אפשטיין מקוברין. האדמו"ר מקוברין). לר' נחום אפשטיין מקוברין ומרת בילא רחל נולדה בת בשם אסתר ליבא (התחתנה עם ר' שמחה מנדלבוים). לר' שמחה מנדלבוים ומרת אסתר ליבא נולדה בת שנקראה בילא רחל (התחתנה עם הרב רפאל הכהן קוק). לרב רפאל קוק נולד בן בשם הרב נחום קוק זצ"ל שהינו אביו של הרה"צ ר' דב איסר קוק הכהן שליט"א.

הרב המקובל ר' דב איסר הכהן קוק שליט"א נולד בב' בתשרי תשי"ז, נולד לרב נחום קוק, מרבני העיר רמת גן ובנו של הרב רפאל קוק רבה של טבריה. למד בישיבת פוניבז', נשא לאשה את הרבנית לאה קוק תליט"א, בתו של הרב יצחק זילברשטיין שליט"א וחתנו של הרב אלישיב זצ"ל. לאחר נישואיו פנה ללימודי קבלה. בשנות השמונים התיישב הרב דב קוק בטבריה. הוא הקים בעיר בית מדרש וסביבו התקבצו תלמידים, רובם בעלי תשובה. אף שבמקורו הוא ממוצא אשכנזי-ליטאי, הוא סיגל לעצמו הגייה ספרדית וקיבל על עצמו את נוסח ספרד.

הרב קוק ידוע בסיגופיו ובפרישותו. הוא עטוף בכמה טליתות-קטן, לובש בשבתות בגדי לבן, וסדר יומו כולל שעות ארוכות במיוחד של תפילות ולימוד. עיקר לימודו עוסק בסוגיות התלמוד, אולם הוא מקדיש שעות רבות גם ללימוד קבלה. חיבר ספרים רבים על התורה, על הש"ס ועל התפילה; רובם בעלי אופי קבלי. הרב משמש כמגדלור רוחני אדיר לרבים, והוא כאב ממש לרבים מתלמידיו, אנשים רבים נעזרים בעצותיו בין בענייני רפואה ופרנסה, ובין בהכוונה רוחנית כללית, בכל הקשור לענייני רפואה יצא שמעו של הרב כמומחה גדול, ומבין בכל נושאי בריאות הגוף והנפש, גישתו שונה ומרתקת, ומפתיעה אף את העוסקים בתחום עשרות שנים, רוחב ידיעותיו, ואבחנתו הקולעות, הם למופת על עוצמת גדלותו, והסייעתא דשמייא המדהימה שמלווה את כל עצותיו, הרב נוהג בענווה רבה, ואין בחדרו אבחנה בין עני לעשיר, בין אדם עם מעמד ציבורי, או אחד מפשוטי העם, יחסו של הרב הוא שווה לכל יהודי באשר הוא.

קרא עוד
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

משפחת איסירוב?

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דינסטאג מארטש 08, 2016 1:42 pm

דאס איז וואס א פראפעסער שרייבט צו איינעם וועגן זיין יחוס צו הרה''ק מוהר''ן והבעש''ט הק' זי''ע.

כ'ווייסט נישט ווי קראנט ס'איז, בפרט איך זעה ער מישט בנוגע די זיווגים פון הרבנית מרת אדל ע''ה בתה של מוהר''ן... אויך בויעט ער אויף ביאלאגישע פארשונגען...

וזה לשונו;
Dear Chaim
It quite possible that that you are a Baal Shem Tov descendant via Simcha Chmelnitsky. Here is how that may have occurred: Hodl (a Yiddish kinnui for Hadassah and Esther) Horodenker, was the great, great grand daughter of the Besht, and the the daughter of the Breslaver Rebbe. Hodl, was born in 1788. In 1800, she married Reb. Avram Dov Chmelnicki (=Chmelnitsky). Avram Dov died about 1810 and Hodl then married a man named Auerbach. She was the mother or grandmother of Beileh who married Yosef Isirov my great great grandfather between 1820 and 1860. In about 1882, Beileh's son, Shimshon Arie Isirov married Soshe Greenberg, the daughter of R. Notte (Nisson or Nathan) Greenberg Hakohen, who owned a flour mill in Novyy Konstantinovy, Khmelnitsky Province, Ukraine. Soshe, my great grandmother, was already a cousin of Shimshon before their marriage. Recently, I used genetic data from Family Finder DNA analyses to figure out that they were probably related through the Chmelnicki family. I suspect that the Greenbergs and Chmelnickis have been marrying each other for generations. Before the 20th century, rabbinical families married their cousins more often than not.

Regards,

Hadar Isseroff Ph.D.
Prof. of Biology Emeritus
SUNY
Williamsville, NY


א לינק צו מער אינפארמאציע בנידון (ביי מיר ארבעט נישט די לינק, מעגליך וועגן מיין פילטער)
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג מארטש 08, 2016 2:46 pm

די לינק איז בכלל נישט קיין גוטע, דאס איז די גוטע לינק

https://www.geni.com/people/pos-a-daugh ... 0930043123

דאס קענט איר יא עפענען?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 08, 2016 8:18 pm

ערנסט גערעדט האט געשריבן:דאס איז וואס א פראפעסער שרייבט צו איינעם וועגן זיין יחוס צו הרה''ק מוהר''ן והבעש''ט הק' זי''ע.

כ'ווייסט נישט ווי קראנט ס'איז, בפרט איך זעה ער מישט בנוגע די זיווגים פון הרבנית מרת אדל ע''ה בתה של מוהר''ן... אויך בויעט ער אויף ביאלאגישע פארשונגען...

וזה לשונו;
Dear Chaim
It quite possible that that you are a Baal Shem Tov descendant via Simcha Chmelnitsky. Here is how that may have occurred: Hodl (a Yiddish kinnui for Hadassah and Esther) Horodenker, was the great, great grand daughter of the Besht, and the the daughter of the Breslaver Rebbe. Hodl, was born in 1788. In 1800, she married Reb. Avram Dov Chmelnicki (=Chmelnitsky). Avram Dov died about 1810 and Hodl then married a man named Auerbach. She was the mother or grandmother of Beileh who married Yosef Isirov my great great grandfather between 1820 and 1860. In about 1882, Beileh's son, Shimshon Arie Isirov married Soshe Greenberg, the daughter of R. Notte (Nisson or Nathan) Greenberg Hakohen, who owned a flour mill in Novyy Konstantinovy, Khmelnitsky Province, Ukraine. Soshe, my great grandmother, was already a cousin of Shimshon before their marriage. Recently, I used genetic data from Family Finder DNA analyses to figure out that they were probably related through the Chmelnicki family. I suspect that the Greenbergs and Chmelnickis have been marrying each other for generations. Before the 20th century, rabbinical families married their cousins more often than not.

Regards,

Hadar Isseroff Ph.D.
Prof. of Biology Emeritus
SUNY
Williamsville, NY


א לינק צו מער אינפארמאציע בנידון (ביי מיר ארבעט נישט די לינק, מעגליך וועגן מיין פילטער)

דער חלק איז פשוט שטותים. מ' אדל איז געווען זו' ר' יוסף יוסקא אויערבאך ב"ר אברהם דוב מחמעלניק.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 13 געסט