צאצאי ונכדי רבי נחמן מברסלב זי״ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

צאצאי ונכדי רבי נחמן מברסלב זי״ע

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 7:52 pm

א רשימה פון נכדי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע וואס האט צאמגעשטעלט ידידי המו"ל פון די גליון "דעם רבינ'ס קוואל" און ברשותו לייג איך עס דא ארויף לתועלת פאר די עוסקים בחקר תולדות החסידות, די רשימה איז נאך נישט מוגה כל צרכו און אדרבא ווער עס האט מעיר אדער מוסיף צו זיין איז מכובד, ווי אויך קען מען זיך ווענדן צום מלקט זעלבסט דורך אי מעיל breslov.kval@gmail.com

אגב איז אויך כדי צו ציצייכענען וואס עס ווערט געברענגט אין חיי מוהר"ן סי' רע"ד בזה"ל "והזהיר [הרה"ק רבי נחמן] מאד לכבד ולהחזיק בחשיבות גדול את בניו כי הם אילנות יקרים מאד ויהיו גדלים מהם פירות טובות ונפלאים מאד" וכו' עיי"ש וגם בימי מוהרנ"ת ח"א סי' י"ז.




~צאצאי רבינו נחמן מברסלב תקל"ב - תקע"א

א1) מ' אדל תקמ"ז - אשת (בזוו"ר) ר' יוסף יוסקא [אויערבאך] בן הרב מחמעלניק חתן בעל התולדות [ובזוו''ש אשת גיסה ר' יצחק אייזיק מדובראוונע]
א2) מ' שרה תק"נ - תקצ"ב אשת (בזוו"ר) ר' יצחק אייזיק [רובין] מדובראוונע - קרעמענטשוג
א3) מ' מרים תקנ"ב - בזוו"ר אשת ר' פנחס פייבוש [הורוויץ] בן הרב מוואלטשיסק
א4) ילדה שנפטרה תקנ"ז - תקנ"ז
א5) מ' חי'ה תקס"א - בזוו"ר אשת ר' זלמן ליובארסקי מקרעמינטשוג ובזוו"ש אשת ר' אהרן זסלבסקי נכד בעל התניא
א6) הילדה פיגא -תקס"ה
א7) הילד הקדוש שלמה אפרים תקס"ה - תקס"ו
א8) הילד יעקב תקס"ז –

~ מ' אדל בת רבינו (א1)
ב1) בנה ר' אברהם בער מ'טשערין תקס"א בערך - תר"מ נשא (בזוו"ש) את בתו של ר' דוב מטשערין

~ ר' אברהם בער מ'טשערין בן מרת אדל (ב1)
ג1) בנו ר' יוסף

~ ר' יוסף ב"ר אברהם בער (ג1)
ד1) בנו ר' נחמן מטשערין

~ צאצאי מרת שרה בת רבינו (א2)
ב2) ר' שמחה ברוך [בן רי''א ושרה] ואשתו מ' רבקה מרים [בת ר' יוסקא ואדל]
ב3) ר' אפרים
ב4) מ' פיגא סאסיע נישאה לבנו של ר' ישראל נכד הר"ר ברוך ממעזבוש
ב5) ר' ישראל, נשא את מ' חי' שרה נכדת ר' מרדכי מטשערנאבל ור' גדלי' מליניץ

~ ר' שמחה ברוך בן מרת שרה (ב2)
ג2) בנו ר' אייזיק בארדיטשובער

~ צאצאי ר' אפרים בן מרת שרה בת רבינו (ב3)
ג3) מ' פיגא אשת ר' ישראל מנחם [ב"ר שמשון הגדול תלמיד מוהרנ"ת] בארסקי
ג4) ר' נחמן [פרויקעס – הזקן] - תר"פ בערך

~ צאצאי מ' פיגא אשת ר' ישראל מנחם בארסקי (ג3)
ד2) ר' שמשון בארסקי - תרצ"ה
ד3) בתה אשת ר' געציל ליובאוונע

~ ר' שמשון בארסקי (ד2)
ה1) בנו ר' נתן בארסקי ווארשע – בני ברק

~ צאצאי ר' נתן בארסקי (ה1)
ו1) מ' חיה שרה ובעלה ר' שלום וואקס
ו2) מ' דבורה ובעלה ר' יצחק דריימאן
ו3) מ' אסתר ובעלה ר' צבי מאיר בערקאוויטש
ו4) מ' לאה ובעלה ר' חיים משה קנופף
ו5) ר' ישראל
ו6) ר' שמשון
ו7) מ' יוכבד ובעלה ר' שמואל ליבעמאן

~ צאצאי ר' געציל ליובאוונע חתן מרת פיגא (ד3)
ה2) מ' רחל אשת ר' אברהם דזשארגאווסקי (בעדער)
ה3) מ' שרה אשת ר' יצחק הלוי געלבאך

~ מ' רחל אשת ר' אברהם דזשארגאווסקי (בעדער) (ה2)
ו8) בנה ר' צבי הירש דזשארגאווסקי

~ צאצאי ר' צבי הירש דזשארגאווסקי (ו8)
ז1) שרה לאה
ז2) רייזל

~ צאצאי מ' שרה אשת ר' יצחק הלוי געלבאך (ה3)
ו9) מ' יוכבד ובעלה ר' יקותיאל שנאורסאהן
ו10) ר' אברהם נחמן
ו11) מ' שושנה ובעלה ר' משה בינענשטאק
ו12) ר' אליעזר
ו13) מ' אסתר ובעלה ר' שמעון וויזנפעלד
ו14) מ' ציפורה ובעלה ר' שמעון טייכנער
ו15) ר' אליקים געצל
ו16) מ' בלומה ובעלה ר' יוסף חיים ארגעל
ו17) ר' חיים ברוך
ו18) ר' ישראל משה

~ ר' נחמן פרויקעס בן ר' אפרים בן מרת שרה בת רבינו (ג4)
ד4) בתו מ' אסתר (בזוו"ר) אשת ר' אליקים געציל [ר' געצי מאומן ת רל"ד - תר ע"ח] (ובזוו"ש אשת ר' נחמן קארסינסקע)

~ צאצאי מ' אסתר בת ר' נחמן פרויקעס (ד4)
ה4) בתה אשת ר' ברוך געצי'ס
ה5) מ' טויבע רחל אשתו של ר' יוחנן גאלאנט (בזוו"ש)

~ צאצאי ר' ישראל בן מרת שרה בת רבינו (ב5)
ג5) ר' גדלי' [טווערסקי] ממאלין תקפ"ו בערך - תרס"ט
ג6) ר' פנחס מסלאוויטא

~ צאצאי ר' גדליה [טווערסקי] ממאלין ב"ר ישראל (ג5)
ד5) ר' מרדכי ממאלין
ד6) ר' אברהם יהושע העשיל מראדאמישל
ד7) ר' דוד מאנדעל
ד8) ר' פנחס
ד9) מ' צפורה אשת ר' יוסף משה האראדעצקי נכד ר' מרדכי מטשערנוביל
ד10) מ' חי' שרה אשת ר' דוד מאורזיסטשוב נכד ר' ייב"י מאוסטרהא

~ צאצאי ר' אברהם יהושע העשיל מראדאמישל ב"ר גדליה (ד6)
ה6) ר' אהרן
ה7) ר' חנוך העניך מראדאמישל-מאלין
ה8) ר' מרדכי
ה9) מ' חנה רחל ובעלה ר' אשר זילבערשטיין
ה10) ר' שלום ממאלין – חיפה

~ צאצאי מרת חיה בת רבינו (א5)
ב6) מ' שטערנא שרה [בת ר' אהרן]
ב7) מ' אדל [בת ר' אהרן], ובעלה ר' אברהם [ספרד] מקיניעוו בן ר' יעקב יוסף מאוסטרהא נכד ר' ייב"י -תר"ל
ב8) ר' נחמן חי'לעס [בן ר' זלמן] מטולטשין – אומאן, תקע"ט בערך - תקמ"ט, נשא את בתו של ר' בער בנו של הר"ר שלמה מקארלין

~ צאצאי מ' אדל בת מרת חיה בת רבינו (ב7)
ג7) ר' נחמן
ג8) ר' אייזיק
ג9) ר' מרדכי ליבעזאהן קישינעוו
ג10) ר' יוסף דוד קאצינלבויגן מלוצק
ג11) ר' יעקב יוסף הי"ד חתן ר' מרדכי, מנכדי טשערנאבל קיניעוו – אוסטרהא - תש"ב

~ צאצאי ר' מרדכי ליבעזאהן (ג9)
ד11) ר' אהרן טויבמאן מברעזנא
ד12) ר' יחיאל מיכל לאנדמאן מלוצק

~ ר' יוסף דוד קאצינלבויגן מלוצק בן מרת אדל (בת מ' חיה בת רבינו) (ג10)
ד13) בנו ר' אברהם קאצינעלבויגן מלוצק ת"א

~ ר' יעקב יוסף בן מרת אדל (בת מ' חיה בת רבינו) (ג11)
ד14) בנו ר' אברהם פנחס מקיניעוו - קישינעוו ואח"כ ארה"ב נפטר שנת תש"י

~ צאצאי ר' נחמן חי'לעס בן מרת חיה בת רבינו (ב8)
ג12) ר' יעקב יוסף ליובארסקי
ג13) ר' זלמן ליובארסקי
ג14) מ' חנה ובעלה ר' שמחה דוד וויינבערג נכד ר' נפתלי תלמיד רבינו

~ ר' זלמן ליובארסקי ב"ר נחמן חי'לעס (ג13)
ד15) בנו ר' הערשל ליובארסקי

~ מ' חנה אשת ר' שמחה דוד וויינבערג ב"ר נחמן חי'לעס (ג14)
ד16) בנה ר' ישראל וויינבערג
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום דינסטאג נובעמבער 10, 2015 10:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

מקורות

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 7:55 pm

רוב הדברים לקוחים מס' שיח שרפי קודש לך נא ראה שם, וכאן אציין מה שלקוח ממקומות אחרים.

ר' אברהם מקיניעוו. חתנו של מרת חי'ה בת רבינו. כן כתוב בעלון אוצרות ברסלב יתרו תשע"ג 142 וז"ל; ב"עלים לתרופה" במכתב שיט, מיום ג' פרשת ראה שנת ת"ר, שכתב רבי נתן בחזרתו מלמברג לשם נסע כדי להדפיס את ספרי רבינו, הוא מגולל את המקומות שבהם ביקר בדרך חזרתו הביתה. בין השאר הוא מספר: "הייתי באוסטראה והחייתי גזע קודש אדמו"ר ז"ל... וקיבלוני בכבוד הרב המפורסם וכו' ובניו וקצת מאנשיו". מי היו אלה? ובכן, כוונת מוהרנ"ת היא להרה"ק רבי יעקב יוסף השני מאוסטרו, נכד הרה"ק ר' ייב"י (ר"ת יעקב יוסף בן יהודה. הוא זכה לכינוי זה כדי להבדילו מהרה"ק רבי יעקב יוסף מפולנאה). רבי יעקב יוסף השני היה בנו של רבי פנחס בנו של ר' ייב"י. רבי פנחס נפטר בצעירותו ובנו רבי יעקב יוסף השני גדל ביתמותו בביתו של הרה"ק רבי ברוך ממז'בוז שאף השיאו לאחת מבנות משפחתו. כשמילא רבי יעקב יוסף השני את מקום זקנו רבי ייב"י באוסטרו, היה לאחד מגדולי האדמו"רים. המונים הסתופפו בצילו הקדוש ואף זכה להשתדך עם רבים מגדולי הדור. אותו "גזע קודש אדמו"ר זי"ע" שמוהרנ"ת מזכיר במכתבו, הינו אחד מבניו של רבי יעקב יוסף, הלא הוא הרה"ק רבי אברהם מקינוב זי"ע, שנשא לאשה את מרת אדל, בתה של מרת חיה בת רבינו ז"ל. כידוע, התקיימה חתונתה של מרת חיה בת רביה"ק עם בעלה רבי זלמן ליובארסקי – לאחר פטירת רבינו. בנה היה מי שמכונה "ר' נחמן חיה'לעס". אחריו נולדה לה בת, זו שנישאה לרבי אברהם בן רבי יעקב יוסף. עם גזע קודש זה השתדכו הרבה רבנים ואדמורי"ם, ואליהם מסתעפים הרבה צאצאים לאדמורי"ם מפורסמים עד היום הזה, כאשר הם בעצם צאצאי רבינו. יש לציין שהרה"ק רבי יעקב יוסף השני הנ"ל, שהיה מחותנו של בת רבינו, היה אמור להשתתף בנישואי אחד מבני משפחתו, וכששמע שאחד ממתנגדי רבינו מגיע להשתתף בשמחה זו – נמנע מלנסוע אל השמחה הזאת, מכיון שלא רצה לשהות במחיצה אחת עם מי שמתנגד לצדיק. רבי יעקב יוסף השני נלב"ע ביום כ"ג תמוז שנת תר"ט. מנוחתו כבוד בעיר יאמפולה. עד כאן מאוצרות ברסלב, ועל פי זה ציינתי כל תולדות ר' אברהם הזה לפה, אבל באמת צריך לברר אולי היה לו עוד זיווגים, ובכלל יש לברר מקור דברי ה'אוצרות' הזה.

ר' אברהם פנחס מקיניעוו ארה"ב. תולדותיו בסו"ס רב ייבי דפוס החדש, וגם בס' תפארת יעקב יוסף הוצאות באר יצחק סקאליע

ר' גדלי' ממאלין. כל סדר תולדותיו לקחתי מספר "בעלוץ צדיקים" הוצאת סקווירא תש"ס.

ר' פנחס מסלאוויטא. בן ר' ישראל בנה של מ' שרה בת רבינו. כן כתוב בספר "רבי אהרן טשערנאבלער" מהוצאות "באהלי צדיקים" הוצאת אמרי שפר.

מ' פיגא סאסיע. בתה של מ' שרה בת רבינו. בעלה הוא בנו של ר' ישראל נכד הר"ר ברוך ממעזבוש. כן כתוב בימי מוהרנ"ת ח"א אות ק', (ובשיש"ק כ' שיש אומרים שהיה נכד הר"ר ברוך וכו', נראה דלא ידע מזה).

משפחת דזשארגאווסקי. מפי ר' ישראל ברזל נ"י העוסק בהצלת יו"ח מאוזבקיסטן.

- מכאן ואילך מה שלקחתי מעלון 'ניצוצות' מס' 9 חנוכה תשע"ה -

[כמה הוספות קטנות בשמות המשפחה וכדומה]

ר' אייזיקל בארדיטשובער ב"ר שמחה ברוך

ר' דוד מאנדעל חתן ר' גדליה ממאלין [תימה שלא הובא בס' בעלוץ צדיקים הנ"ל]

בני ר' אברהם יהושע העשיל מראדאמישל בנו של ר' גדליה ממאלין.

ר' געציל ליובאוונע וכל נכדיו, חתן ר' ישראל מנחם בארסקי, [יל"ע אם אין זה ר' געצי מאומן חתן ר' נחמן פרויקעס, שאולי טעות נפל כאן]. [שם נפל טעות בר' יצחק גלבך דפע"א הועתק לחתנו של ר' געציל, ופע"א לחתנו של מרת רחל דזשארגאווסקי, ויל"ע].

בני ר' נתן בארסקי מב"ב.

ר' יעקב יוסף ליובארסקי בן ר' נחמן חי'לעס. גם שמו של ר' שמחה דוד וויינבערג לקוח משם.

בנותיו של מרת חיה בת רבינו נולדו מזיווגה השני - ג"כ לקוח משם.

שאר בניו של ר' אברהם מקיניעוו, חתנו של מ' חיה בת רבינו.

*
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 6:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 8:03 pm

למדן
אויב דו קענסט מאך עס מיט נאמבערס צו וויסן וויפיל דורות אראפ די אויסגערעכנטע צאצאים זענען.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 8:21 pm

אי״ה קודם האב האב איך עס ארויף געלייגט כמו שהוא... איך האף עס נאך צו פארבעסרן און פארשענערן און צולייגן הוספות מיטן אויבערשטנס הילף
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 10:17 pm

איבערגעלייגט מיט נומבערס און אויתיות, די אויתיות צייכענען אן די וויפילטע דור.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 11:05 pm

דאס האסטו שוין געזען?
צוגעלייגטע
111.jpg

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צאצאי "התניא" זיע"א?.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 10:54 am

לכבוד הניק דמתקריא פה "צדיק ולמדן" ,ערשטנס האב איך אייך שטארק געוואלט אפדאנקען פארן הערליכע ארבעט וואס איר האט דא אוועק געשטעלט,און געמאכט ארדענונג מיט די פאמיליע פון הרה"ק רבי נחמן פון ברעסלאוו זיע"א .
צווייטענס, זעענעדיג אייער נאמען ,האב איך מיר דערמאנט וואס רבי נחמן זיע"א האט געזאגט ,אז אין קאלבעסאוו איז דא דארטן א'צדיק אין א'למדן,מיינענעדיג אפטא רב זיע"א וואס איז דעמאלטס געווען רב אין קאלבעסאוו.
ווי איך זעה אז איר דערמאנט אויבן הצדיקת חיה'לע טאכטער פון רבי נחמן פון ברעסלעוו זיע"א ,און איר ברענגט אראפ אז זי האט געהאט צוויי מענער,די ערשטע מאן איז געווען ר' זלמן לויבארסקי,און די צווייטע איז געווען ר' אהרן זאסלאווסקי הנקרא בלשון חיבה ר' אהרקע רב פון קרעמענטשוק,זיין מאמע פרידא איז געווען א'טאכטער פונעם "בעל התניא זיע"א,און איר ברענגט אראפ דריי פון אירע קינדער,איינס איז ר' נחמן חיה'לעס,און א'טאכטער אדל, רעבעצן פון הרה"ק ר' אברהם זצוק"ל פון קינעוו אוסטראה ,און א'טאכטער שטערנא שרה,איר זוהן ר' זלמן איז געווען פון זיווג ראשון, און די אנדערע צוויי קינדער פון זיווג שני בת ר' אהרקע אייניקל פונעם "תניא",קומט אויס לויט אייך,האט אדל יא געשטאמט פונעם תניא זיע"א.

האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אפאר נקודות,

ערשטענס,שמועסנדיג מיט ר' מאטל טווערסקי שליט"א זון פון טשערנאבילער רבי פון בארא פארק וואס שטאמט פון הצדקת אדל בת חיה'לע הנ"ל זאגט ער מיר, אז ביי זיי אין משפחה איז נישט אנגענומען אז זיי זענען די תניא'ס אייניקליך.
צווייטענס, וועל אויך ציטירן וואס די ניק "נחוניא" ברענגט אראפ ביי שושלת אוסראה פה ב' איי וועלט וזה לשונו,בכתב יוחסין של רבי ברוך דראהביטשער [נדפס בקובץ שפתי צדיקים גליון ט'] כתב שאשתו של חו"ז רבי מרדכי ליבערזאן היתה הצדיקת חיה בת הצדיקת אדל [אשת רבי אברהם מקיניוב] בת הצדיקת חיה בתו של רבי נחמן מברסלב,הרבנית חיה הנ"ל נישאה בזיוו"ר לר' זלמן ליובארסקי ובזיוו"ש נישאה לרבי אהרן זאסלאווסקי נכדו של בעל התניא,אמנם בכתב יוחסין הנ"ל לא מוזכר שהם מתייחסים גם אל בעל התניא, ובכלל לא מזכיר מי היה בעלה של הצדיקת חיה, ויותר נראה לומר שהצדיקת אדל אשת רבי אברהם מקיניוב נולדה מזיוו"ר ה"ה ר' זלמן ליובארסקי, שנפטר צעיר לימים, ולכן לא מוזכר שמו,עד כאן לשונו.

אויך וועל איך ציטירין וואס חברינו דמתקריא פה " ווילוויסן" ראגירט דערויף דא אין איי וועלט בשושלת אוסטראה וזה לשונו,
שווער צו וויסן, אבער מקובל איז אז ר' זלמן איז אוועק ווייניגער ווי א יאר נאך די חתונה, און ר' נחמן חיהלעס איז שוין געבוירן נאכן טאטנ'ס פטירה, קען זיין אז אדל איז געווען א צווילינג מיט נחמן?,עד כאן לשונו.

אשר על כן נפשי בשאלתי,האט איר אפשר מער א'קלארקייט אין די זאך?.ועם מי הצדק?. האט אדל בת חיה'לע, יא געשטאמט פונעם תניא צו נישט?.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:54 pm

א דאנק ר' גלאזער, קען מען עס האבן קלארער?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עצה טובה קא משמע לן.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 8:05 am

פלוני האט געשריבן:א דאנק ר' גלאזער, קען מען עס האבן קלארער?

אז מ'קליקט דערויף צוויי מאל,ווערט עס גרויס אין קלאר.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 9:39 pm

אבער דאונלאודן איז נישט קלאר
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מייבם געווען ר'נחמנס זיע"א טאכטער.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 10:44 am

למדן וצדיק האט געשריבן:~צאצאי רבינו נחמן מברסלב תקל"ב - תקע"א

א1) מ' אדל תקמ"ז - אשת (בזוו"ר) ר' יוסף יוסקא [אויערבאך] בן הרב מחמעלניק חתן בעל התולדות [ובזוו''ש אשת גיסה ר' יצחק אייזיק מדובראוונע]
א2) מ' שרה תק"נ - תקצ"ב אשת (בזוו"ר) ר' יצחק אייזיק [רובין] מדובראוונע - קרעמענטשוג
א3) מ' מרים תקנ"ב - בזוו"ר אשת ר' פנחס פייבוש [הורוויץ] בן הרב מוואלטשיסק
א4) ילדה שנפטרה תקנ"ז - תקנ"ז
א5) מ' חי'ה תקס"א - בזוו"ר אשת ר' זלמן ליובארסקי מקרעמינטשוג ובזוו"ש אשת ר' אהרן זסלבסקי נכד בעל התניא
א6) הילדה פיגא -תקס"ה
א7) הילד הקדוש שלמה אפרים תקס"ה - תקס"ו
א8) הילד יעקב תקס"ז –

~ מ' אדל בת רבינו (א1)
ב1) בנה ר' אברהם בער מ'טשערין תקס"א בערך - תר"מ נשא (בזוו"ש) את בתו של ר' דוב מטשערין

~ ר' אברהם בער מ'טשערין בן מרת אדל (ב1)
ג1) בנו ר' יוסף

~ ר' יוסף ב"ר אברהם בער (ג1)
ד1) בנו ר' נחמן מטשערין


ס'איז זייער אינטערסאנט,אז ר' נחמן זיע"א טאכטער מרים ע"ה איז ארויף קיין ארץ ישראל ,און נאך איר מאנ'ס טויט האט איר די שוואגער (איר מאן'ס ברודער) ר' חיים פייבוש ,מייבם געווען ,און זי ליגט אין א'מערה אין צפת,נעבן די ערבי נחל,און זי האט געהאט א'קינד וואס איז אוועק זייער יונג אן קינדער,מיטן צווייטן מאן און ער ליגט נעבן איר אין די מערה.
בדרך אגב זעה איך דא,אז איר מאן האט געהייסן ר' פנחס פייבוש און אנדערע פלעצער (טרקילני החסידות אלפסי ,ועוד) רופט מען אים ר'פנחס זאב,און זיין ברודער וואס האט איר מייבם געווען הייסט ר' חיים אורי פייבוש.

אין לקוטי מוהר"ן (תורה כא, קמא) שטייט ןזה לשונו: וּמִרְיָם שֶׁפָּגְמָה בִּכְבוֹד משֶׁה שֶׁהוּא בְּחִינַת שֶׁפַע אֱלקִי בִּבְחִינַת "כִּי קָרַן עוֹר פָּנָיו" וּפָגְמָה בִּבְחִינַת שִׁבְעַת הַנֵּרוֹת כִּי הוּא הָיָה עָנָו שָׁפֵל וְסַבְלָן וְלא חָרָה אַפּוֹ עַל בִּזְיוֹנוֹ וכו' כִּי עַל יְדֵי סְגִירוּ דִּנְהוֹרָא עִלָּאָה הִיא בִּבְחִינַת מֵת כִּי 'מְצרָע חָשׁוּב כַּמֵּת' אֲשֶׁר בְּצֵאתוֹ מֵרֶחֶם אִמּוֹ זֶה בְּחִינַת יִבּוּם שֶׁעַל יְדֵי הַיִּבּוּם וגו' וְזֶהוּ שֶׁפֵּרֵשׁ רַבֵּנוּ, זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה שֶׁבִּקֵּשׁ אַהֲרון עַל מִרְיָם, שֶׁפָּגְמָה בְּשֵׂכֶל הַפָּנִים שֶׁזֶּהוּ הַפְּגָם שֶׁל הַמֵּת בְּלא בָּנִים כַּנַּ"ל שֶׁלּא תְהֵא נֶעֱנֶשֶׁת, חַס וְשָׁלוֹם, בְּענֶשׁ הַיִּבּוּם.
און חי מוהרן ברענגט ער אראפ ומה שכתב שם בענין מרים ... ענש היבום עין שם יש בזה נפלאות גדולות, כי רמז בזה על בתו מרים זכרונה לברכה שהיתה כלתו של וגו' , עכ"ל.
,די מעשה גייט אזוי,אז די מחותן וואלטישסקער רב זצוק"ל האט נישט געלאזט ר' נחמן טאנצען מיט זיין טאכטער מרים די כלה, ביי די חתונה, און אויף דעם באציט זיך די תורה אויבן,און מ'האט איר מייבם געווען, זי איז אוועק אן איבער לאזען קינדער ל"ע.

ר'אברהם בערניו ז"ל זוהן פון אדל ,טאכטער פון ר'נחמן זיע"א,איז געוון בזיווג ראשון א'איידים ביי רבי נחמן'ס א'חסיד, הנגיד משה חינקעס, אויף אים דערציילט מען, אז ער האט אמאל אריין געברענגט א' גלאז קאווע צו ר'נחמן איז ס'האט זיך איבער געדרייט, האט אים רבי נחמן געזאגט,א'פנים, מיר וועלן שוין קיין מחותנים נישט זיין,און מיט די צייט איז דער משה חינקעס געווארען א'גרויסער מתנגד אויף ברסלב און שטארק גע'רודפט ר' נתן ,און זיין איידים ר' אברהם בערניו האט זיך געגט פון זיין טאכטער.

דרך אגב ר' יוסף זון פון ר'אברהם בערניו הנ"ל ,האט געהאט א'זון ר'נחמן פון טשערין ,וואס דאס איז נישט די באוואוסטע ר' נחמן זצוק"ל פון טשערין בעמ"ח ספרי לשון חסידים דרך חסידים ועוד,מגדולי תלמידי ר' נתן זצוק"ל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מקום קבורת הצדקת שרה ע"ה.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 11:24 am

ס'ווערט געברענגט אין כתבי ברסלב (חיי מוהר"ן) רבי נחמן מברסלב זצ"ל דיבר רבות על מעלת צאצאיו ויוצאי חלציו ואמר: "שהמשיח יהיה מיוצאי חלציו", חיבה יתירה נתן רבינו לבתו הצדקת מרת שרה ע"ה אשר עליה הפליג ואמר: 'פון שרק'ה שמועס איך נישט' (משרה איני מדבר בכלל) מגודל מעלתה.

זי איז אוועק ערב שבת חנוכה תקצ"ב ווי ר' נתן זצוק"ל שרייבט אין א'בריוו (כתבי מוהרנ"ת) וזה לשונו:
"והנה ההכרח להודיעך שמועה לא טובה, כי בת רבינו הקדוש ז"ל, הצדקת מרת שרה זכרונה לברכה מקרימנצ'וק, שבקה לן חיים בערב שבת חנוכה, השי"ת ינחם אותנו מהרה בנחמת ציון וירושלים, אמן".
און מ'האט איר באהאלטן אויפן הייליגען ארט אין קרעמענטשוק פולטאווע גובערניע (אוקריינא), וואס דארט ליגט אויך איר מאן ר' יצחק אייזיק ז"ל,מיט איר שוועסטער הצדקת חיהלע בת רבי נחמן זיע"א, מיט איר מאן ר' אהרקע (נכד התניא זיע"א) מיט נאך אסאך גרויסע חשובע ברסלאווער חסידים,מיט יארען שפעטער ביי די מלחמה יארן, איז די בית עולם פארוואלגערט געווארען אין א'פארמאכטען מיליטערישע באזע,און מ'האט נישט געטארט אריין גיין דארטן ,אין יאר תשע"ה,183 יאר נאך איר טויט,האט ר' ישראל מאיר גבאי שליט"א יו"ר "אגודת אוהלי צדיקים" (וואס טוהט אויף געוואלדיגע זאכן פאר מקום מנוחת קדושי עליון שרפי מעלה, ושוכני עפר אין די גאנצע וועלט,) בעזהי"ת נאך אסאך מיה און פלאגעניש, געטראפן גענוי די פונדאמענטן און די פונקטליכע פלאץ פון איר קבר,און געבויט א'קבר מיט א'אוהל דערויף.

דא אויפן בילד, זעהט זיך אן העסקן ר' ישראל מאיר גבאי שליט"א (רעכטס) אינדרויסען פונעם פרישען איבערגעבויטע אוהל פון הצדקת שרה וואס ער האט געבויט .
צוגעלייגטע
krimantshug.jpg

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:51 pm

'ר' פנחס פייבוש' איז סתם עירוב פרשיות. ר' נחמן'ס איידים האט געהייסן ר' פנחס (- זאב, עי' בכי"ק של אביו, הביאו אלפסי), און זיין ברודער האט געהייסן ר' חיים (אורי) פייבוש (חתימתו נמצא לרוב).
אויזער ר' נחמן'ס טאכטער, האט ר' חיים פייבוש געהאט חאטש צוויי זיווגים.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 1:09 pm

זייט איך האב מפרסם געווען די סדר יוחס צאצאי מוהר''ן דא אויפ'ן זייטל, האב איך אריינבאקומען אין פריוואט אסאך הערות און הוספות פון אזעלכע וואס זענען שוין לאנג עוסק אין די נושא, גם יש בהם דברים השנויים במחלוקת וצריכים בירור נוסף מעט, איך האף בקרוב עס צו מסדר זיין פון פריש און מפרסם זיין פה באייוועלט.
און לעת עתה, ווער ס'האט נאך עפעס הערות תיקונים און הוספות איז מכובד זיך לאזן הערן דא אדער אין אישי, כדי שיצא מתחת ידינו דבר שלם ומתוקן. יישר כחכם למפרע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

זיווגם של ר' חיים פייבוש זצ"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 11:39 am

הסרפד האט געשריבן:'ר' פנחס פייבוש' איז סתם עירוב פרשיות. ר' נחמן'ס איידים האט געהייסן ר' פנחס (- זאב, עי' בכי"ק של אביו, הביאו אלפסי), און זיין ברודער האט געהייסן ר' חיים (אורי) פייבוש (חתימתו נמצא לרוב).
אויזער ר' נחמן'ס טאכטער, האט ר' חיים פייבוש געהאט חאטש צוויי זיווגים.

ס'איז באוואסט אז ער איז ארויף וואוינען קיין צפת צו זאמען מיט רבי נחמן'ס טאכטער הצדקת מרים הנ"ל וואס ער האט מייבם געווען, און ער איז געראטעוועט געווארן פון די אלע אומגליקען,ערד ציטערנישן וואס האט געכאפט צפת, און ער איז געווערן א'איידים ביי ר' משה אפרים זצ"ל א'זוהן פון א'ברודער פון רבי אברהם דוב פון אוורוטש זיע"א.

סאיז זייער אינטערסאנט אז אין "טרקליני החסידות" (אלפסי) ברענגט ער אראפ,אז ס'קוקט אויס אז אין יאר תקצ"ט ביי די פינף און פופציג יאר,האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקע זיע"א און ער האט געהאט א' זון מיט די נאמען ר' אברהם יוסף סגל,(שווער פון ר' מיכל'ע בראנדוויין זצ"ל פון סטרעטין,שווער פונעם אלטן באסטאנער רבי ר' פנחס דוד זצ"ל טאטע פון ר' לוי יצחק זצ"ל פון באסטאן).

ר' חיים פייבוש זצ"ל איז אוועק י"א תשרי תר"י.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג נובעמבער 22, 2015 4:17 pm

ר' אברהם יוסף הלוי מטבריא איז שוין געוועהן בר מצוה בערך בזמן הרעש (עי' מפקדי מונטפיורי). אלפסי מישט שטענדיג.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

צאצאי מוהר''ן מהדורא תניינא

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג דעצמבער 06, 2015 3:07 pm

הנני לקיים הבטחתי, צו אפדעיטן און מתקן זיין מיין אויבנדערמאנטע רשימת הצאצאים. פארשטייט זיך אז די פאלגנדע רשימה איז אויך נאכנישט מתוקן בתכלית השלימות, און איך ווארט נאך אויף עטליכע בירורים, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און איך קען נישט לאזן דעם עולם אזוי לאנג ווארטן, בפרט אז ס'איז אריינגעפאלן עטליכע טעותים און די פריערדיגע רשימה, און כ'האף בקרוב נאכאמאל איבערמאכן מיט די נייע הוספות....

די אונטערגעצייכנטע נעמען זענען די נייע הוספות, אדער תיקונים.

למדן וצדיק האט געשריבן:~צאצאי רבינו נחמן מברסלב תקל"ב - תקע"א
א1) מ' אדל תקמ"ז - אשת (בזוו"ר) ר' יוסף יוסקא [אויערבאך] בן הרב מחמעלניק חתן בעל התולדות [ובזוו''ש אשת גיסה ר' יצחק אייזיק מדובראוונע]
א2) מ' שרה תק"נ - תקצ"ב אשת (בזוו"ר) ר' יצחק אייזיק [רובין] מדובראוונע - קרעמענטשוג
א3) מ' מרים תקנ"ב - בזוו"ר אשת ר' פנחס פייבוש [הורוויץ] בן הרב מוואלטשיסק
א4) ילדה שנפטרה תקנ"ז - תקנ"ז
א5) מ' חי'ה תקס"א - בזוו"ר אשת ר' זלמן ליובארסקי מקרעמינטשוג ובזוו"ש אשת ר' אהרן זסלבסקי נכד בעל התניא
א6) הילדה פיגא -תקס"ה
א7) הילד הקדוש שלמה אפרים תקס"ה - תקס"ו
א8) הילד יעקב תקס"ז –

~ מ' אדל בת רבינו (א1)
ב1) בנה ר' אברהם בער מ'טשערין תקס"א בערך - תר"מ נשא (בזוו"ש) את בתו של ר' דוב מטשערין
ב1*) בתה מרת רבקה מרים אשת ר' שמחה ברוך [בן ר' יצחק אייזיק ושרה בת רבינו]

~ ר' אברהם בער מ'טשערין בן מרת אדל (ב1)
ג1) בנו ר' יוסף

~ ר' יוסף ב"ר אברהם בער (ג1)
ד1) בנו ר' נחמן מטשערין

*

~ צאצאי מרת שרה בת רבינו (א2)
ב2) ר' שמחה ברוך [בן רי''א ושרה] ואשתו מ' רבקה מרים [בת ר' יוסקא ואדל]
ב3) ר' אפרים
ב4) מ' פיגא סאסיע נישאה לבנו של ר' ישראל נכד הר"ר ברוך ממעזבוש
ב5) ר' ישראל, נשא את מ' חי' שרה בת ר' אהרן מטשערנובל בן ר' מרדכי מטשערנאבל וחתן ר' גדלי' מליניץ

~ ר' שמחה ברוך בן מרת שרה (ב2)
ג2) בנו ר' אייזיק בארדיטשובער

~ צאצאי ר' אפרים בן מרת שרה בת רבינו (ב3)
ג3) מ' פיגא אשת ר' ישראל מנחם [ב"ר שמשון הגדול תלמיד מוהרנ"ת] בארסקי
ג4) ר' נחמן [פרויקעס – הזקן] - תר"פ בערך

~ צאצאי מ' פיגא אשת ר' ישראל מנחם בארסקי (ג3)
ד2) ר' שמשון בארסקי - תרצ"ה

~ ר' שמשון בארסקי (ד2)
ה1) בנו ר' נתן בארסקי ווארשע – בני ברק
ה1*) חתנו ר' אברהם יהושע רוזנוולד

~ צאצאי ר' נתן בארסקי (ה1)
ו1) מ' חיה שרה ובעלה ר' שלום וואקס
ו2) מ' דבורה ובעלה ר' יצחק דריימאן
ו3) מ' אסתר ובעלה ר' צבי מאיר בערקאוויטש
ו4) מ' לאה ובעלה ר' חיים משה קנופף
ו5) ר' ישראל
ו6) ר' שמשון
ו7) מ' יוכבד ובעלה ר' שמואל ליבעמאן

~ ר' נחמן פרויקעס בן ר' אפרים בן מרת שרה בת רבינו (ג4)
ד4) בתו מ' אסתר (בזוו"ר) אשת ר' אליקים געציל [ר' געצי מאומן ת רל"ד - תר ע"ח] (ובזוו"ש אשת ר' נחמן קארסינסקע)

~ צאצאי מ' אסתר בת ר' נחמן פרויקעס (ד4)
ה4) בתה אשת ר' ברוך געצי'ס
ה5) מ' טויבע רחל אשת ר' אברהם דזשארגאווסקי בזוו"ר [ור' יוחנן גאלאנט בזוו"ש]
ה5*) ר' פנחס


~ צאצאי מ' טויבע רחל אשת ר' אברהם דזשארגאווסקי חתן מ' אסתר בת ר' נחמן פרויקעס (ה5)
ו8) ר' צבי הירש דזשארגאווסקי (בעדער(
ו8*) מ' שרה אשת ר' יצחק הלוי געלבאך
ו8*) מ' בתיה
ו8*) ר' געציל
ו8*) מ' אסתר
ו8*) מ' ברכה
ו8*) מ' ריסל ובעלה (בזוו"ר) ר' נחמן קנילסקי


~ צאצאי ר' צבי הירש דזשארגאווסקי (ו8)
ז1) שרה לאה
ז2) רייזל

~ צאצאי מ' שרה אשת ר' יצחק הלוי געלבאך (ה3)
ו9) מ' יוכבד ובעלה ר' יקותיאל שנאורסאהן
ו10) ר' אברהם נחמן
ו11) מ' שושנה ובעלה ר' משה בינענשטאק
ו12) ר' אליעזר
ו13) מ' אסתר ובעלה ר' שמעון וויזנפעלד
ו14) מ' ציפורה ובעלה ר' שמעון טייכנער
ו15) ר' אליקים געצל
ו16) מ' בלומה ובעלה ר' יוסף חיים ארגעל
ו17) ר' חיים ברוך
ו18) ר' ישראל משה

צאצאי מ' ריסל אשת ר' נחמן קנילסקי (ו8*)
ו18*) ר' נתן קנילסקי
ו18*) מרת אסתר אשת ר' מרדכי קנייבסקי

צאצאי ר' פנחס ליובאוונע (ה5*)
ו18*) חיי שרה
ו18*) געצל
ו18*) נחמן


~ צאצאי ר' ישראל בן מרת שרה בת רבינו (ב5)
ג5) ר' גדלי' [טווערסקי] ממאלין תקפ"ו בערך - תרס"ט
ג6) ר' פנחס מסלאוויטא
ג6*) מ' פיגא סאסיא

~ צאצאי ר' גדליה [טווערסקי] ממאלין ב"ר ישראל (ג5)
ד5) ר' מרדכי ממאלין
ד6) ר' אברהם יהושע העשיל מראדאמישל
ד7) ר' דוד מאנדעל
ד8) ר' פנחס
ד9) מ' צפורה אשת ר' יוסף משה האראדעצקי נכד ר' מרדכי מטשערנוביל
ד10) מ' חי' שרה אשת ר' דוד מאורזיסטשוב נכד ר' ייב"י מאוסטרהא

צאצאי ר' מרדכי ממאלין (ד5)
ה5*) ר' לייבוש טווערסקי
ה5*) ר' אהרן טווערסקי


~ צאצאי ר' אברהם יהושע העשיל מראדאמישל ב"ר גדליה (ד6)
ה6) ר' אהרן
ה7) ר' חנוך העניך מראדאמישל-מאלין
ה8) ר' מרדכי
ה9) מ' חנה רחל ובעלה ר' אשר זילבערשטיין
ה10) ר' שלום ממאלין – חיפה

צאצאי ר' חנוך העניך מראדאמישל מאלין (ה7)
ו18*) מ' לאה גיטל אשת ר' חיים מנחם גינצבורג (ב"ר שלום גרשון אב"ד סטרוזניץ)
ו18*) מ' פריידא מלכה אשת (בזוו"ר) ר' ברוך דוד פרלוב, (בזוו"ש ר' פסח זכריה ליבוביץ)
ו18*) ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי משיקאגו (חתן ר' ברוך הלברשטאם מגריבוב)

צאצאי ר' מרדכי ב"ר אברהם יהושע העשיל (ה8)
ו18*) ר' דוד טווערסקי, גרעיט נעק נ.י.
ו18*) מ' רייזל אשת ר' אברהם לוין, פלעטבוש נ.י.

צאצאי ר' אשר זילברשטיין (ה9)
ו18*) מ' מרים
ו18*) מ' מיכלא אשת ר' דוד עהרליך, לוס אנדזשעלעס.
ו18*) מ' פריידא מלכה אשת ר' עקיבא יעקב שפר, קנדה.
ו18*) ר' אברהם יהושע העשיל זילבערשטיין, קנדה.

*

~ צאצאי מרת חיה בת רבינו (א5)
ב6) ר' יחיאל [בן ר' אהרן] נשא את בת אחיו מ' שטערנא סאסיא בת ר' נחמן חי'לעס. (דלהלן ג16)
ב7) מ' אדל, ובעלה ר' אברהם [ספרד] מקיניעוו בן ר' יעקב יוסף מאוסטרהא נכד ר' ייב"י -תר"ל
ב8) ר' נחמן חי'לעס [בן ר' זלמן] מטולטשין – אומאן, תקע"ט בערך - תקמ"ט, נשא את בתו של ר' בער בנו של הר"ר שלמה מקארלין

~ צאצאי מ' אדל בת מרת חיה בת רבינו (ב7)
ג7) ר' נחמן
ג8) ר' אייזיק
ג9) ר' מרדכי ליבערזאהן קישינעוו
ג10) ר' יוסף דוד קאצינלבויגן מלוצק
ג11) ר' יעקב יוסף הי"ד חתן ר' מרדכי, מנכדי טשערנאבל קיניעוו – אוסטרהא - תש"ב
ג11*) ר' אברהם

~ צאצאי ר' מרדכי ליבערזאהן (ג9)
ד11) ר' אהרן טויבמאן מברעזנא
ד12) ר' יחיאל מיכל לאנדמאן מלוצק

~ ר' יחיאל מיכל לאנדמאן מלוצק (ד12)
ה11) ר' יהודה לייבוש אב"ד בעלץ
ה12) ר' משה יהושע מבענדער

~ ר' משה יהושע ב"ר יחיאל מיכל לאנדמאן (ה12)
ו19) מ' רעכיל ובעלה ר' שלום מיכלאוויטש מראדוויל בראד
ו20) ר' יעקב שמשון מבענדער


~ ר' שלום מיכלאוויטש מראדוויל בראד (ו19)
ז3) הרבנית אשת האדמו"ר מטשערנוביל ב"פ
ז4) הרבנית אשת האדמו"ר מ'בעלז מאחנובקא
ז5) הרבנית אשת האדמו"ר מ'קאליש פלעטבוש
ז6) אדמו"ר ראדוויל מאנסי זצ''ל


~ ר' יוסף דוד קאצינלבויגן מלוצק בן מרת אדל (בת מ' חיה בת רבינו) (ג10)
ד13) בנו ר' אברהם קאצינעלבויגן מלוצק ת"א

צאצאי ר' אברהם קאצנעלבויגן (ד13)
ה13*) ר' צבי אריה קצנלבויגן
ה13*) ר' ברוך קצנלבויגן
ה13*) מ' פראדיל אשת ר' ברוך סנדלר, אודסה.


~ ר' יעקב יוסף בן מרת אדל (בת מ' חיה בת רבינו) (ג11)
ד14) בנו ר' אברהם פנחס מקיניעוו - קישינעוו ואח"כ ארה"ב נפטר שנת תש"י
ד14*) ר' יהודה לייב
[u]
~ ר' אברהם פנחס מקיניעוו (ד14)
ה*13) מ' רחל בת שבע, אשת (בזוו"ר) ר' אהרן יחיאל הופשטיין מקאזניץ, (ובזוו"ש) ר' מנחם נחום טווערסקי.
ה13*) מ' מרים שפרה אשת ר' ישראל נעסיס
ה13*) מ' שרה אשת ר' אברהם בן-הלל
ה13*) ר' נחום אהרן

צאצאי ר' ישראל נעסיס (ה13*)
ו21) מ' טובה גיטל אשת ר' נתנאל דינר
ו22) ר' יעקב יוסף נעסיס
ו23) ר' אליעזר שמואל נעסיס.
ו24) ר' נחמיה נעסיס


~ צאצאי ר' נחמן חי'לעס בן מרת חיה בת רבינו (ב8)
ג12) ר' יעקב יוסף ליובארסקי
ג13) ר' זלמן ליובארסקי
ג14) מ' חנה ובעלה ר' שמחה דוד וויינבערג נכד ר' נפתלי תלמיד רבינו
ג15) מ' יוטא [?]
ג16) מ' שטערנא סאסיא [בעלה הוא דודה ר' יחיאל הנ"ל ב6, בנו של מרת חי' בת רבינו]


~ ר' זלמן ליובארסקי ב"ר נחמן חי'לעס (ג13)
ד15) בנו ר' הערשל ליובארסקי

~ מ' חנה אשת ר' שמחה דוד וויינבערג ב"ר נחמן חי'לעס (ג14)
ד16) בנה ר' ישראל וויינבערג

צאצאי מ' יוטא (ג15)
ד17)מ' מרים אשת (בזוו"ש) ר' אברהם סופר

צאצאי מ' מרים סופר (ד17)
ה14) ר' נחום, טעפליק.

לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום מיטוואך דעצמבער 09, 2015 1:51 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג דעצמבער 06, 2015 3:14 pm

נאך א הוספה, גענומען פון אשכול
רבי נחמן מברסלב זצ"ל - ח"י תשרי תקע"א
והוא פלאי האט געשריבן:דער טשערנאבלער רבי פון ב"פ איז אויך אן איידעם ביים בראדער הכוונה על ו19 מהרשימה דלעיל (אבי דער ראדווילער ) וואס זיין רביצין איז געווען אן אייניקעל
דער בראדער רבי האט דריי איידימער, הנ"ל, בעלז-מאכנובקע, קאליש פלעטבוש (אויך זיך משדך געווען לעצטענס מיט בית סקווער)
בקיצור עס איז שוין דא אסאך ברעסלאוו-סקווערער אייניקליך

ועפ''י דבריו הוספתיו אל הרשימה דלעיל
לעצט פאראכטן דורך למדן וצדיק אום מאנטאג דעצמבער 07, 2015 9:33 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 3:59 pm

שימו לב! מיר האבן נאכאמאל איבער געמאכט די רשימה מיט עטליכע גאר חשובע הוספות!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 4:55 pm

אין די הסכמה פון חוזה פון לובלין זיע שרייבט ער אויף ר' נחמן זי"ע "מחותני", פשט?
אויך ביים סוף הסכמה שרייבט ער אז ער קען איהם נישט, וואס מיינט דאס?
זענען דא מרננים אויף די אמיתיות פון די הסכמות?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 5:44 pm

ביטע, נישט פארדרייען דעם אשכול מען האט געעפענט א ספעציעלן אשכול פאר אלעס וואס אנבאלאנגט די ספרים פון רבי נחמן זי״ע און זיינע תלמידים. viewtopic.php?f=54&t=28824&view=unread#unread
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 5:48 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:ביטע, נישט פארדרייען דעם אשכול מען האט געעפענט א ספעציעלן אשכול פאר אלעס וואס אנבאלאנגט די ספרים פון רבי נחמן און זיינע תלמידים. viewtopic.php?f=54&t=28824&view=unread#unread

איך פרעג דאך אויף דעם ווארט "מחותני". נאר אויב איז עס נישט אויטענטיש קען מען דאך אויף דעם גארנישט בויען.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הבהרת דברים.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 8:46 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אין די הסכמה פון חוזה פון לובלין זיע שרייבט ער אויף ר' נחמן זי"ע "מחותני", פשט?
אויך ביים סוף הסכמה שרייבט ער אז ער קען איהם נישט, וואס מיינט דאס?
זענען דא מרננים אויף די אמיתיות פון די הסכמות?


לאמיר מיט די הילף פון דעם אויבן,אייך ענטפערן על ראשון ראשון,ועל אחרון אחרון.

א)'. ערשטענס, מחתוני שרייבט ער,ווייל זיין זוהן רבי הערשלע זיע"א איז געווען א'איידים ביי וואלטשיסקער רב זצוק"ל,און ווי דערמאנט אויבן,האבן זיינער צוויי זוהן, געהייראט רבי נחמן'ס טאכטער מרת מרים ע"ה.
ב'). וויבאלד זיי האבן געוואינט אין צוויי אנדערע מדינות (אוקריינע פולין)האבן זיי זיך נישט געקענט.

ג'). איך גלייב אז איר ווייסט זייער גוט פון די קעגענשאפט וואס האט זיך געשאפן א'קעגען ברסלב,און נאך ספעציעל יענער יארן אין אוקריינע,און ממילא וואס מ'האט אלעס געשמועסט, איז אונז נישט אקטואל.
און צווייטענס,אין יאר תרל"ו,האט עס הגאון הקדוש רבי נחמן זצוק"ל טשעהרין'ער רב [פון רבי נתן'ס זצוק"ל חשובע תלמידים] בעל מחבר "לשון חסידים" "דרך חסידים" און נאך,איבערגדרוקט די "ליקוטי מוהר"ן" צום דריטן מאל,און ווי ס'איז באקאנט,איז טשעהרינער רב געווען פון די זייער חשובע און געשעצטע רבנים פון יענעם דור,[ווי הרב דאמב ז"ל שרייבט אין זיין ספר נהרי אש,פון הגה"ק רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד, אז פון טשהערינער רב זצוק"ל האבן אויך נישט די ברסלבער חסידים, זייער געשעצט און געהאלטן פון אים,און געהאט א'שטארקע יראת הכבוד צו אים] ,און ער האט דעמאלטס געטראפן די הסכמות פונעם חוזה זיע"א און פון קאזשניצער מגיד זיע"א,צוווישן רבי נתן זצוק"ל כתבים,און ער האט עס אריינגעשטעלט, און ער איז געווען באוואסט מיט זיין מידת האמת,געווען א'שטיק אמת,און ער וואלט נישט אריינגעשטעלט א'פאלשע הסכמה פון די רבי פון לובלין זיע"א.

געהערט פון זקני ברסלב ז"ל,אז רבי נחמן זיע"א האט געשיקט זיין חסיד ר' זלמן די קליינער,נעמען הסכמות אויפן "ליקוטי מוהר"ן" פון די צדיקי וגדולי הדור, האט ר' זלמן ז"ל פארציילט פאר ר' נפתלי זצ"ל [ פון די גרויסע תלמידים פון רבי נחמן זיע"א], אז די ערשטע הסכמה גייט ער נעמען פונעם רבי פון לובלין זיע"א, האט אים ר' נפתלי מיט געשיקט צוויי קוויטלעך,פאר אים,און פאר זיין חבר רבי נתן זצוק"ל,און ווען ר' זלמן האט דערלאנגט די קוויטלעך פאר'ן חוזה זיע"א,איז די חוזה מער נתפעל געווארן פון ר' נפתלי'ס קוויטל,ווען ר' זלמן האט עס פארציילט פאר רבי נחמן זיע"א, האט זיך רבי נחמן אנגערופן,אז די חוזה זעהט באשר הוא שם,ווען ער האט געליינט ר'נפתלי'ס קוויטל,האט ער דעמאלטס געדאווענט,און רבי נתן זצוק"ל, איז געווען אין בית הכסא.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 9:32 pm

רימנובער אזא מעשה פארציילט מען נישט ברבים.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מרת אדל ?.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:39 pm

לאמיר נישט פארקריכן פון אונזערע טעמע.
ווי סאיז דערמאנט אויבן,האבן פיר טעכטער פון רבי נחמן זיע"א חתונה געהאט, און פון די טעכטער שרה און פון חיה'לע זענען דא דורות היינט צו טאג.
און פון די טאכטער מרים איז ליידער גארנישט געבליבן.
און פון די טאכטער אדל איז אויך געווען אייניקליך דעמאלטס, איז דען דא אייניקליך פון איהר היינט צו טאג?.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט