רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י - ממחרת יוה"ק תשע"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל ר"מ מתיבתא קר"י - ממחרת יוה"ק תשע"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

בד"ה הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל - ר"מ במתיבתא תורה ויראה.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

די לוי' וועט ארויסגיין אום 10 אזייגער פון בית מדרש הגדול אין קרית יואל.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

אוי וויי, ברוך דיין האמת, וואס איז געווען מיט ר מרדכי דוד? פלוצלינג?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אוועק? בד"ה!!!!

א דמות פון א תלמיד חכם! מיין מגי"ש געווען. כהאב אזויפיהל מקבל געווען פון איהם!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אוועק? בד"ה!!!!

א דמיות פון א תלמיד חכם! מיין מגי"ש געווען. כהאב אזויפיהל מקבל געווען פון איהם!

איך בין ארויס פרי פון ישיבה, נישט געלערנט ביי אים... אבער אים כסדר געזען אין ביהמ"ד קיינמאל! אבער קיינמאל! האב איך אים נישט געזען אן קיין שמייכל! אלס מיט אזא ליבליכע שמייכל, א תלמיד חכם מופלג... אוי!
זאל דער באשעפער העלפן אז די דאזיגע קרבן אן קיין מום זאל ארויפגיין אויבן און אויסבעטן א זיס לעכטיג יאר!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בן כמה ?

פלעגט מען אים שוין זעהן 2 - 3 פארטאגס (ביינאכט) אין ביהמ״ד זיך גריייטן צום לערנען פארן נייעם טאג.

האט מען טאקע אים געקענט זעהן איינדרימלען אינמיטן מסביר זיין א שטיקל גמרא פאר א תלמיד אויפן סטעידזש אין דער ישיבה. מען האט אויסגעווארט און צוגעקוקט וויזוי קוקט אויס אן אמתער דמות פון א תורה יוד, ביז ער פלעגט זיך גיבן א כאפ אויף מאכן א ווערטל און גיין ווייטער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איי, ברוך דיין האמת, בן הגה"צ מסענדזשארדזש וחתן הרב מבעסערמין [שיקאגא] ז"ל.

געוועזן א ת"ח עצום, אן אויסגעהארעווערטער איד וואס איז ווינציג געשלאפן און נאך ווייניגער געגעסן, גארנישט געדארפט פון די וועלט, אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס פון די עשרה ראשונים אין ביהמ"ד, און אלעמאל געהאט א צוגעלאזענעם שמייכל מיט א ווערטל פאר יעדן אידן כקטון כגדול.

געדענק מיר נאך אין ישיבה, אלע יומא דפגרא'ס ווען רוב בחורים זענען נישט געווען, איז ער שוין געוועזן על מקומו צייטליך פונקט ווי יעדן איינציגן טאג.

איי, מי יתן לנו תמורתו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

בניו וחתניו:
בנו יחידו מעכיל (לאנדאן)
ר' משה יעקב גליק
ר' בערל פריעד
ר'

אחיו וגיסיו:
הרה"ג ר' יוסף לייב - מנהל בישיבה ק"י
הרה"ג ר' בעריש - ראש הכולל ויואל משה אנטווערפען
הרה"ג ר' עזריאל מאיר - אב"ד סענדזשארץ ודומ"ץ בהתאחדות הרבנים
הרה"ח ר' יעקב עסטרייכער - לאנדאן
הרה"ח ר' זושא פריעדמאן - מאנסי
הרה"ג ר' משה מנחם טירנויער - דומ"ץ ור"מ סאטמאר מאנטריאל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

בן כמה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

ער איז געבוירן ב' דר"ח אלול תרצ"ה.

דאס הייסט אז ער איז שוין געווען אין די גבורות (אכציג יאר).

ער האט מיר דאס געזאגט פארגאגענעם כ"ז אב .
לעצט פארראכטן דורך טרעוולער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

ער האט פארלוירן 2 יאר צוריק גלייך נאך סוכות זיין מאמע (אין עלטער פון 101 יאר)
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

טרעוולער האט געשריבן:ער איז געבוירן ב' דר"ח אלול תרצ"ה.

ער האט מיר דאס געזאגט פארגאגענעם כ"ז אב .

דאס מיינט אז ער איז געווען פונקט 80 יאר,

נישט אויסגעקוקט אזוי אלט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
חכם הרזים
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם הרזים »

kyshtiper האט געשריבן:ער האט פארלוירן 2 יאר צוריק גלייך נאך סוכות זיין מאמע (אין עלטער פון 101 יאר)

ער פלעגט אריינקומען קיין וויליאמסבורג יעדע וואך חק ולא יעבור מקיים צו זיין כיבוד אם. ער אליינס איז אויך נישט געווען קיין יונגער מענטש ס׳איז אים נישט אלעמאל אנגעקומען גרינג.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

חכם הרזים האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:ער האט פארלוירן 2 יאר צוריק גלייך נאך סוכות זיין מאמע (אין עלטער פון 101 יאר)

ער פלעגט אריינקומען קיין וויליאמסבורג יעדע וואך חק ולא יעבור מקיים צו זיין כיבוד אם. ער אליינס איז אויך נישט געווען קיין יונגער מענטש ס׳איז אים נישט אלעמאל אנגעקומען גרינג.

יא יעדע וואך פרייטאג
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משתוקק »

בד״ה..........

א געוואלדיגע אבידה געווען א גאון עצום און א זעלטען מתמד. געקענט ש״ס מיט די ראשונים בעל פה. און מער פון אלעם איז זיין פשטות אפגעלאכט פון כבוד וכדומה די גאנצע עולם הזה האט ״בכלל״ נישט גערעדט צו אים.

אבל יחיד פאר די ישיבה גדולה ק״י געווען פון די לעצטע עלטערע מגידי שיעור.

חבל דאבדין.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

משתוקק האט געשריבן:בד״ה..........

א געוואלדיגע אבידה געווען א גאון עצום און א זעלטען מתמד. געקענט ש״ס מיט די ראשונים בעל פה. און מער פון אלעם איז זיין פשטות אפגעלאכט פון כבוד וכדומה די גאנצע עולם הזה האט ״בכלל״ נישט גערעדט צו אים.

אבל יחיד פאר די ישיבה גדולה ק״י געווען פון די לעצטע עלטערע מגידי שיעור.

חבל דאבדין.

לאוו דוקא פון ישיבה נאר פון אידישקייט בכלל און קרית יואל בפרט, די עידש האט דיך כמעט נישט איבערגעלעבט די קריג, סא עס איז ליידער געבליבן מעט מזעיר פון די עידש, איך מיין אז די נאמען עלצטע מגיד שיעור האט ר' אלימלך הקטן איבערגענומען, ניין?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שמעלקא טויב האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו

יא איך האב טאקע געזעהן ווי ער האט ביי די צוויי לעצטע רבישע חתונות געכאפט א מקוה און געזאגט ברכת התורה, און זיך ארויף געשטיפט אויף די ברענטשעס צו זעהן ווי אזוי די רבי טאנצט מצוה טאנץ.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו

יא איך האב טאקע געזעהן ווי ער האט ביי די צוויי לעצטע רבישע חתונות געכאפט א מקוה און געזאגט ברכת התורה, און זיך ארויף געשטיפט אויף די ברענטשעס צו זעהן ווי אזוי די רבי טאנצט מצוה טאנץ.

א באזונדערע קאפיטל קען מען שרייבן פון זיין התבטלות צום ר"י אדמו"ר מהר"א וואס איז אים געווען א ידיד נפש יבדלחט"א פאר לאנגע יארן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

בד"ה

אוי איז דאס א פארלוסט, זיינע געשמאקע שיעורים צוזאמען געפלאכטן מיט ווארימע מוסר רייד און אלעס מיט א שמייכל און גוטע ווערטלעך

געדענק ווי ס'פלעגט אים ממש באדערן עד דכדוכה של נפש ווען ער האט געזעהן בחורים פארברענגען די צייט, אבער אפי' ווען ער האט געגעבן א פסק איז עס געווען מיט א ליבליכקייט און ווערטלדיג אז ס'איז געווען אוממעגליך נישט אנצונעמען

חבל על דאבדין זאל ער זיין א גוטע בעטער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בד"ה, חבל על דאבדין ולא משתכחין, פארפאסט צו ווייזן פאר מיינע קינדער וואס ס'מיינט א תלמיד חכם וואס איז מתעצם מיט די תורה, חוץ תורה האט ביי אים גארנישט תופס מקום געווען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו

יא איך האב טאקע געזעהן ווי ער האט ביי די צוויי לעצטע רבישע חתונות געכאפט א מקוה און געזאגט ברכת התורה, און זיך ארויף געשטיפט אויף די ברענטשעס צו זעהן ווי אזוי די רבי טאנצט מצוה טאנץ.

א באזונדערע קאפיטל קען מען שרייבן פון זיין התבטלות צום ר"י אדמו"ר מהר"א וואס איז אים געווען א ידיד נפש יבדלחט"א פאר לאנגע יארן.

אין א באזונדערע קאפיטל איבער זיין התבטלות צו יעדן מענטש.

דער איד איז נישט צום ביישרייבן, מען דארף בלויז דערמאנען זיין נאמען ר׳ מרדכי דוד.
ווער עס האט דעם איד געקענט פארשטייט אליינס וואס דער נאמען זאגט, און ווער עס האט אים נישט געקענט וועט דאס סייווי נישט פארשטיין.

יא יא, זיין עידש גייט שוין...
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מי יודע האט געשריבן:בד"ה, חבל על דאבדין ולא משתכחין, פארפאסט צו ווייזן פאר מיינע קינדער וואס ס'מיינט א תלמיד חכם וואס איז מתעצם מיט די תורה, חוץ תורה האט ביי אים גארנישט תופס מקום געווען

ב"ה יא זוכה געווען צו ווייזן פאר מיינע קינדער כמה פעמים, וואס מיינט באמת א תלמוד חכם וואס בלאזט גארנישט פון זיך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

א מתמיד עצום כמעט אין דגמתו. און בנוסף דערצי אן ענוותן ושפל ברך ממאס געווען כבוד המדומה עד הסוף. און ווי געשריבן דא א מסגף נישט געשלאפן און נאך ווייניגער געגעסן. זצ"ל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו

יא איך האב טאקע געזעהן ווי ער האט ביי די צוויי לעצטע רבישע חתונות געכאפט א מקוה און געזאגט ברכת התורה, און זיך ארויף געשטיפט אויף די ברענטשעס צו זעהן ווי אזוי די רבי טאנצט מצוה טאנץ.

א באזונדערע קאפיטל קען מען שרייבן פון זיין התבטלות צום ר"י אדמו"ר מהר"א וואס איז אים געווען א ידיד נפש יבדלחט"א פאר לאנגע יארן.

דאכט זיך ער איז געווען א מגי"ש אין די סיגעטער ישיבה אין די סוף ל' יארן, ס'ליגט מיר אין קאפ עפעס א עד אין 'דער איד' פון תשל"ט ווי מ'מעלדט פון ישיבה עצי חיים סיגעט אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז דער מנהל צו ראש ישיבה, און מיר האבן אויך אויפגענומען א חשובער מגי"ש ר' מרדכי דוד קאהן, עפעס אזוי, קען אפילו זיין ס'איז דא א קאפי דערפון דא אויפן וועלטל ערגעץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אלף בית האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:בד"ה

ת"ח שמת הכל כקרוביו, ובפרט תלמודיו שזכו לשתות מבארו.

געווען דער ערשטער אין ביהמ"ד שוין בערך 1 אזייגער פארטאגס. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותיה לנפשיה, גארנישט געדארפט נאר תורה תורה תורה.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו

יא איך האב טאקע געזעהן ווי ער האט ביי די צוויי לעצטע רבישע חתונות געכאפט א מקוה און געזאגט ברכת התורה, און זיך ארויף געשטיפט אויף די ברענטשעס צו זעהן ווי אזוי די רבי טאנצט מצוה טאנץ.

א באזונדערע קאפיטל קען מען שרייבן פון זיין התבטלות צום ר"י אדמו"ר מהר"א וואס איז אים געווען א ידיד נפש יבדלחט"א פאר לאנגע יארן.

אין א באזונדערע קאפיטל איבער זיין התבטלות צו יעדן מענטש.

דער איד איז נישט צום ביישרייבן, מען דארף בלויז דערמאנען זיין נאמען ר׳ מרדכי דוד.
ווער עס האט דעם איד געקענט פארשטייט אליינס וואס דער נאמען זאגט, און ווער עס האט אים נישט געקענט וועט דאס סייווי נישט פארשטיין.

יא יא, זיין עידש גייט שוין...

יא טאקע איינע פון די באקאנטע ווערטלעך וואס פארן ארום בשמו, אז ער האט געזאגט פאר א דערפרעסטע בחור וואס האט זיך אפגערעדט אז זיין עידש גייט שוין. האט ער געזאגט אז זיין עידש גייט שוין אויך [צו יענע וועלט] און ער איז בכלל נישט דעספרעט צו גיין
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”