שושלת קאמארנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

מיללער
האט ר' שם געהאט א ברודער בשם ר' אליעזר צבי? קלינגבערג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:מיללער
האט ר' שם געהאט א ברודער בשם ר' אליעזר צבי? קלינגבערג


מ'ברויך מאכן סדר בצאצאי ר' מנשה יעקב קלינגבערג חתנו של המהרי"א מקאמארנא, וואס איך ווייס דערווייל איז אזוי:

בני ר' מנשה יעקב קלינגבערג וזו' הרבנית הינדא שרה בת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא

א. ר' אברהם מרדכי קלינגבערג מזאלאזשיץ-קראקא חתן ר' משה ראטטענבערג אב"ד סקאלעי, ר' אברהם מרדכי נפטר בשנת תרע"ח, הספד עליו בספר גבעת פנחס לר' פנחס דעמביצער מרבני קראקא, שנשא במשא הלויה לפני ביהמ"ד מאור ושמש,
ב. ר' אלכסנדר צבי קלינגבערג אב"ד וואלאווא חתן ר' יעקב קלוגער אב"ד סאנדאווא-ווישנא ולימים מ"מ חותנו שם, ר' אלכסנדר צבי הו"ל ספר זקנו זכרון דברים להמהרי"א מקאמארנא.

בני ר' אברהם מרדכי קלינגבערג:
א-א: ר' שם קלינגבערג אדמו"ר מזאלאזשיץ בקראקא הי"ד במח"ס אהלי שם חתן ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ נכד ר' אברהם חיים מלינסק בהרה"ק מראפשיץ זצ"ל
א-ב: ר' זיידא משה חיים קלינגבערג אדמו"ר ואב"ד קשעשאוויץ הי"ד
א-ג: חתנו ר' מנחם נחום אפרים לעווערטוב (על משפחת לעוורטוב ראה פה)

בני ר' שם קלינגבערג מזאלאזשיץ
א-א-א: ר' משה קלינגבערג מאנטווערפן מו"ל ספר אהלי שם מאביו חתן האדמו"ר ר' פנחס שלום רט"ב מקאסאני
א-א-ב: ר' מנחם מענדל קלינגבערג
א-א-ג: חתנו ר' מנשה יעקב לעוורטוב (בוזוו"ר) נכד גיסו הנ"ל
א-א-ד: ר' יצחק אייזיק קלינגבערג
א-א-ה: חתנו ר' נח יאסקאוויץ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' מנחם מענדל קלינגבערג ב"ר שם מזאלאזשיץ איז געווארן אן איידעם ביי 'אבד"ק רעדים' בשנת תרס"ט, ווייסט איינער פון וועם די רעדע איז?
אטעטשמענטס
getimage.png
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ר' שמואל שפירא אב"ד רעדים-נ.י.-רעדים הנזכר כמה פעמים בעולמינו.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ר' אלכסנדר צבי דאס האב איך געמיינט.
אן אייניקל פון קאמארנער, לויט ווי איך געדענק האט ער אסאך מקבל געווען בחייו פון זיין זיידן. ער איז שוין געווען גאנץ גרויס [און אפשר שוין אפילו וואלאווע רב] בחייו פונעם זיידן.

יישר כח מיללער
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ר' אלכסנדר מקאמארנא בן הרה"ק ר' אייזיקל האט געהאט א טאכטער אסתר מרים וואס האט חתונה געהאט צו ר' יעקב קאפל צוקערבערג פון פשעמישל. [בזיוו"ש האט זי חתונה געהאט צו ר' אהרן שמעלנער מזיווג זה נולד ר' זידא מאיר שמעלנער איידעם אין שאץ, הי' אב"ד באטאשאן ברומעניא ואח"כ בא לאמעריקא].

ר' יעקב קאפל האט געהאט א זון ר' אלתר'ל [שלום דוד] צוקערבערג, חתן הרה"ק ר' פנחם חיים טויב מראזלא, ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין קאמארנא מצד חסידי הרה"ק מקאמארנא [לבית ספרין].

כידוע האט ר' אייזיקל נישט מוותר געווען אויפן רבנות, און אזוי אויך ר' אליעזר'ל, [ביחד עם ר' אליעזר שימש כרב בקאמארנא הר"ר מרדכי יצחק גלאנץ א בוטשאטשע אייניקל און מפורסם אלס א גרויסער דאווענער, ער איז געווען חתן הרב הקודם ר' אלעזר ב"ר שמחה מבוברקא חתן הגאון ר' יהוסף מפוזנן חתן הנודע ביהודה] נאך די פטירה פון די צוויי ר' אליעזר'ל קאמארנער און ר' מרדכי יצחק, האט פריש אויסגעבראכן די מחלוקה, און צד ר' מרדכי יצחק האט אויפגענומען זיין איידעם ר' יעקב ישראל לאנגנויער און צד הרה"ק מקאמארנא האבן אויפגענומען ר' אלתר'ל הנ"ל וואס איז ווי געשמועסט געווען א קאמארנער אייניקל. בסוף ימיהם האט געהערשט גרויס שלום ובפטירת ר' יעקב ישראל האט אים ר' אלתר שטארק מספיד געווען.
ר' אלתר'ל איז פארשיקט געווארן קיין בעלזיץ כ"ח חשון תש"ג הי"ד.

ר' אלתר'ל האט געהאט א זון ר' אליעזר צבי צוקערבערג וואס איז געווען אן איידעם אין אלעסק, ער זעלבסט האט געוואוינט אין לעמבערג אויף לעגיאנוב 39.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביקסאד האט געשריבן:ר' הירצל האט געהאט דעם שווער'ס בית מדרש, עיינו נא בפאר יצחק, ואכהמ"ל, ודי.

ידוע גם מי שלקח אתו למעזיבוז בתור משמש, ועיינו נא בהתוארים בנוסח התנאים של בנו עם בת המהרי"א,
וכבר נדפס מה שענה חתנו ר' איציקל להדברי חיים אודות תחילת נשיאותו של המהרי"א מ'זידיטשויב ומה שהשיבו.

בימ"ד קאמארנא ברחוב דבורה הנביאה בבני-ברק, הוא רחבת ידים וכן מקוה משופצת ועוד,
נוסד על ידי ר' מנחם מאניש בן הפרי חיים זצוק"ל, בירושלם בגאולה יש שטיבל קטן, יש עוד אחד בירושלם,
השאר אין להם בית מדרש, רק נקראים קאמארנער רבי.

ובארזי הבירה יש קאמארנא שטיבעל של הרה"צ רבי נתנאל סאפרין מקאמארנא שליט"א, והבית מדרש ברחוב דבורה הנביאה בראשית כ"ק אדמו"ר רבי אליעזר צבי מקאמארנא שליט"א, והשטיבעל בגאולה נוסד על ידי הרה"צ רבי חיים יעקב מקאמארנא זצ"ל. ובבארא פארק יש קאמארנא שטיבעל בנשיאות הרה"צ רבי אלתר סאפרין מקאמארנא שליט"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געהערט האב איך אז הרה"ק רבי אייזיקיל מקומארנא זצ"ל האט געזאגט קדיש אויף שאר בשרו רבי אייזיקל זידיטשויבער זי"ע לאחר הסתלקותו די גאנצע עלעף חדשים, און הפלא ופלא אז די הייליגער קאמארנער איז נסתלק געווארען ממש צו די עלעף חדשים פון רבי אייזיקל זידיטשויבער ווען מ'ענדיגט זאגן קדיש ,רבי אייזיקיל זידיטשאובער איז נסתלק געווארן ט' סיון תרל"ג און רבי אייזיקל קאמארנער איז נסתלק געווארו י' אייר תרל"ד . געהערט מפי הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק אז סאיז געווען א'איד מיט די נאמען רבי שמואל דוד א'גרויסער צאנזער חסיד בן בנו פון הרה"ק רבי איציקל חריף אבד"ק סאמבור מח"ס פני יצחק והאלף לך שלמה .איז רבי שמואל דוד געגאנגן דריקען די ספרים פון זיין זיידע.און היות און מזרח גאליציה האבן געוואינט קאמארנער חסידים איז ער אריין צום רבי אייזיקל קאמאנער נעמען הסכמה כדי די קאמארנער חסידים זאלן דאס קויפען, איז ער אריין מיט א'קוויטעל און ער האט דערמאנט א'נאמען פון א'בחור וואס מ'האט גערעדט פאר זיין טאכטער, וואו רבי אייזיקיל זעט די בחור'ס נאמען רופט ער זיך אן פע א'הויקער פון פארנט און פון אונטען, פרעגט עם רבי שמואל דוד פון וואו וייסט די רבי דערפון? האט עם די קאמארנער גענטפערט אז זיין הייליגער פעטער רבי הערשלע זידיטשויבער האט עם אויס געלערנט צו ליינען א'קוויטעל , שפעטער האט ער עם געשריבען הסכמה ובתוך הדברים שרייבט ער בזה הלשון כשהייתי ילד קטן בן יוד שנים הייתי עם אבי זצ״ל על ברית מילה והיה שם הרה״ג החריף מו״ה יצחק חריף שהיה אבד״ק סאמבור, וראיתי תארו כמלאך אלקים ופניו אנפי שכינתא נהירין באור זך מופלא עכ"ל. און אויכעט שרייבט הגה"ק מוה״ר מהורי׳׳א מקאמארנא זי״ע בהסכמתו לספר שו״ת זרע יצהק מהגה׳יק מוה״ר אברהם אבד״ק אוליינוב זצ״ל בן רבי איציקל חריף בזה״ל ,שמעתי מפי אדמו״ר חמי מו״ה אברהם מרדכי מפינטשוב זצ״ל שהיה תלמיד מובהק של אדמוי׳ר רבי אלימלך מליזענסק זי״ע, שאמר ששמע מפיו קדשו על זקנו הגה״ק מוה״ר יוסף משה מדריגיטשין זי״ע שפניו פני שכינה ממש עכ׳׳ל. האט עם רבי שמואל דוד געפרעגט ממילא אז די רבי רבי אלימלך האט געזאגט אויף די טאטע פון רבי איציקל חריף פניו כפני השכינה דארף מען דאס פארשטיין, אבער וואס איר שרייבט תוארו כמאלך האט איר דען געזען א'מאלך? האט די קאמארנער געזאגט אז ער מיינט צו זאגן אזוי וואו א'מאלך קען מען נישט אריין קוקען און פנים אזוי אויכעט רבי איציקל חריף מרוב קדושתו האט מען נישט געקענט אריין קוקן און פנים, און למעשה רבי שמואל דוד הנ"ל איז געגאנגען קוקען די בחור וואס מ'האט גערעדט פאר זיין טאכטער האט ער געזען אז ער האט א'הויקע,האט רבי שמואל דוד אויסגעפירט אז כל ימיו נצטער פארוואס ער האט מצער געווען אותו צדיק .זכותו יגן עלינו אמן.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:53 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:מיללער
האט ר' שם געהאט א ברודער בשם ר' אליעזר צבי? קלינגבערג


מ'ברויך מאכן סדר בצאצאי ר' מנשה יעקב קלינגבערג חתנו של המהרי"א מקאמארנא, וואס איך ווייס דערווייל איז אזוי:

בני ר' מנשה יעקב קלינגבערג וזו' הרבנית הינדא שרה בת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא

א. ר' אברהם מרדכי קלינגבערג מזאלאזשיץ-קראקא חתן ר' משה ראטטענבערג אב"ד סקאלעי, ר' אברהם מרדכי נפטר בשנת תרע"ח, הספד עליו בספר גבעת פנחס לר' פנחס דעמביצער מרבני קראקא, שנשא במשא הלויה לפני ביהמ"ד מאור ושמש,
ב. ר' אלכסנדר צבי קלינגבערג אב"ד וואלאווא חתן ר' יעקב קלוגער אב"ד סאנדאווא-ווישנא ולימים מ"מ חותנו שם, ר' אלכסנדר צבי הו"ל ספר זקנו זכרון דברים להמהרי"א מקאמארנא.

בני ר' אברהם מרדכי קלינגבערג:
א-א: ר' שם קלינגבערג אדמו"ר מזאלאזשיץ בקראקא הי"ד במח"ס אהלי שם חתן ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ נכד ר' אברהם חיים מלינסק בהרה"ק מראפשיץ זצ"ל
א-ב: ר' זיידא משה חיים קלינגבערג אדמו"ר ואב"ד קשעשאוויץ הי"ד
א-ג: חתנו ר' מנחם נחום אפרים לעווערטוב (על משפחת לעוורטוב ראה פה)

בני ר' שם קלינגבערג מזאלאזשיץ
א-א-א: ר' משה קלינגבערג מאנטווערפן מו"ל ספר אהלי שם מאביו חתן האדמו"ר ר' פנחס שלום רט"ב מקאסאני
א-א-ב: ר' מנחם מענדל קלינגבערג
א-א-ג: חתנו ר' מנשה יעקב לעוורטוב (בוזוו"ר) נכד גיסו הנ"ל
א-א-ד: ר' יצחק אייזיק קלינגבערג
א-א-ה: חתנו ר' נח יאסקאוויץ

רבי אברהם מרדכי ב"ר דוד אהרן מזאריק איז בזיוו"ר געווען אן איידעם ביי רבי שם מזאלאשיץ
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל ראש השנה ביינאכט האט די הייליגער קאמארנער זי"ע געזאגט אז די יאר וועט שם בן נח מליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער , און ממילא ווען זיין ערשטע איר איינקיל איז געבוירן געווארן יענעם יאר. ביי זיין איינקיל הרה"צ רבי אברהם מרדכי האט די קאמארנער געהייסען א'נאמען געבען נאך שם בן נח, און דאס איז געווען הרה"ק רבי שם מזאלושיטץ הי"ד ,רבי שם איז געבוירן געווארן און תר"ל-לב בערך און סקוליא ,געווען א'פאר יאר אלט ווען זיין עלטער זיידע די קאמארנער איז אוועק,אויבער ער האט געדענקט צורת קודשו . ער האט חתונה געהאט מיט א לינסקער אייניקיל בת רבי ישראל הורוויטץ מוויסליץ. געווען א'געוואלדיגער מתמיד,געדאוונט וותיקן געלערנט מיט תלמידים, שנת תרע"ה האט ער ממלא מקום געווען אביו און קראקא. געווען א'גאון עולם בנגלה ובנסתר, געהאט איבער 800 ספרי קבלה וחסידות און איבער 1500 ספרי נגלה פול מיט הגהות והערות, געמאכט א'חיבור אויף גאנץ זוהר אבער די גערער רבי האט עם געזאגט נישט דרוקען ווייל די דור איז נישט ראוי פאר דעם חיבור, געמאכט א'חיבור אויף כ"ב אותיות התורה פון אלף ביז ת ,אויף די אות אלף אליינס האט ער געהאט מער וואו טויזענט פירושים. געוון א'משונדיגע בעל צדקה אויס געהערט און מחזק געווען שבורי לב, ער האט זיך באהאלטן און א'בונקער , די גערער רבי די אמרי אמת ,האט עם געפרעגט וואס מקען טוהן מבטל זיין די גזירה און ער וועט אלטס טוהן וואס ער הייסט עם, האט ער געזאגט אז ס'איז צושפעט ,און זייט די נאציס זענען אריין געקומען האט ער נישט געזינגען זמירות שבת זאגענדיג מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה, זיין זון רבי משה ז"ל האט געהערט פון עם און גטו ס'שטייט און תהילים עד אבוא אל מקדשי אל אבינה לאחריתם , אז ווען משיח וועט קומען וועט מען דעמאלטס פארשטיין די סוד פון די שחיטות מיט די הריגות וואס כלל ישראל זענען דורך, די נאציס האב עם דערווישט און ער האט געבעטן א'טלית קטן און מהאט עם ג'געבען ,און געזאגט הריני כפרתם של ישראל ,און מהאט עם געשאסען זאגענדיג שמע ישראל און כ"ח ניסן תש"ג ,השם יקום דמיו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:שלשלת קאמארנא לדורותיהם:
יו"ח הרה"ק רבנו יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל (כ"ה שבט תקס"ו - י אייר תרל"ד) ואשת חבר הרבנית גיטל (ה אייר).

א) הרבנית הינדא שרה (כ"א אייר תרס"ד מנו"כ ב'קראקא) אשת הרה"צ ר' מנשה יעקב קלינגבערג.
ב) הרה"צ ר' אלכסנדר סענדר (נפטר בדמ"י על פני אביו י"א טבת תרי"ט בלעמבערג ושם מנו"כ) זוגתו הרבנית רעכל.
ג) הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).


מציבת הרבנית הינדא שרה בת הרה"ק מהרי"א מקאמארנא זצ"ל אשת הרה"צ רבי מנשה יעקב קלינגבערג מקראקא זצ"ל בהביה"ח החדש בעיר קראקא (קרעדיט; מצבות שטעלער)
בילד
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:שלשלת קאמארנא לדורותיהם:
יו"ח הרה"ק רבנו יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל (כ"ה שבט תקס"ו - י אייר תרל"ד) ואשת חבר הרבנית גיטל (ה אייר).

א) הרבנית הינדא שרה (כ"א אייר תרס"ד מנו"כ ב'קראקא) אשת הרה"צ ר' מנשה יעקב קלינגבערג.
ב) הרה"צ ר' אלכסנדר סענדר (נפטר בדמ"י על פני אביו י"א טבת תרי"ט בלעמבערג ושם מנו"כ) זוגתו הרבנית רעכל.
ג) הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).


מציבת הרבנית הינדא שרה בת הרה"ק מהרי"א מקאמארנא זצ"ל אשת הרה"צ רבי מנשה יעקב קלינגבערג מקראקא זצ"ל בהביה"ח החדש בעיר קראקא (קרעדיט; מצבות שטעלער)
בילד

זייער אינטערסאנט אז מהאט נישט געשריבען שמו המלא פון אביה הרה"ק מקאמארנא, ער האט דאך געהייסן רבי יצחק אייזיק יהודא יחיאל זיע"א.
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:זייער אינטערסאנט אז מהאט נישט געשריבען שמו המלא פון אביה הרה"ק מקאמארנא, ער האט דאך געהייסן רבי יצחק אייזיק יהודא יחיאל זיע"א.

די מצבה איז נישט די ארגינעלע, ממילא איז דאס פשוט א טעות.
אפשר ווייסט איינער ווען מען האט געשטעלט די נייע מצבה?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:האדמו"ר ר' ברוך מקאמארנא הי"ד ב"ר שלום וחתן ר' אליהו באמבאך מאושפוצין

א באריכט אין "אונזער עקספרעס" יוני 15 1936 איבער זיין חתונה

http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... sc&sQuery=%u05e8%u05d1%u05d9%20%u05d7%u05ea%u05d5%u05e0%u05d4&rEntityType=&sSearchInAll=true&RefineQueryView=&StartFrom=570&ViewMode=HTML
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:שלשלת קאמארנא לדורותיהם:
יו"ח הרה"ק רבנו יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל (כ"ה שבט תקס"ו - י אייר תרל"ד) ואשת חבר הרבנית גיטל (ה אייר).

א) הרבנית הינדא שרה (כ"א אייר תרס"ד מנו"כ ב'קראקא) אשת הרה"צ ר' מנשה יעקב קלינגבערג.
ב) הרה"צ ר' אלכסנדר סענדר (נפטר בדמ"י על פני אביו י"א טבת תרי"ט בלעמבערג ושם מנו"כ) זוגתו הרבנית רעכל.
ג) הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

יו"ח הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

א) הרבנית [הינדא] ציפא (ב אדר תרצ"ג) בזו"ר אשת הרה"צ ר' יהודה צבי טויב מ'ראזדול (א סיון תרמ"ו) בזו"ש אשת הרה"ג ר' יצחק צבי האמערלינג אב"ד רוזיאנטוב.
ב) הרה"ק ר' מנחם מאניש ב'פעלשטין (ו טבת תרע"ג ב'סאמבור) זוגתו הרבנית רחל פערל.
ג) הרה"ק ר' אברהם מרדכי ב'באריסלאוו (ר"ח כסלו ת"ש) זוגתו הרבנית פיגא (א תמוז ת"ש).
ד) הרה"ק ר' יעקב משה (ה תמוז תרכ"א - ט"ו תמוז תרפ"ט) זוגתו בזו"ר הרבנית אלטא אסתר פיגא (ה סיון תרע"ו ב'סאמבור), זוגתו בזו"ש הרבנית אלטא חנה (ד סיון).
ה) הרה"ק ר' פינחס נתן ב'רודניק (תרכ"ז - תרצ"ב) זוגתו בזו"ר הרבנית פרומט, זוגתו בזו"ש הרבנית יהודית, לא היו לו זש"ק.
ו) הרבנית פרומט בעלה הרה"צ ר' מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש מ'סוליצא, נפטרה בדמ"י לא היה לה זש"ק.



ברכת מז"ט בעיתון מחז"ה תרס"ה להאדמו"ר רבי מנחם מאניש סאפרין מפעלשטין לרגל אירוסי בנו חיים דוד עם בת גיסו ר' מאיר פראנצויז מקאלאמעא (המאחל ליב בעער מאיסטריק - אולי משושלת ליטאוויסק-איסטריק)
אטעטשמענטס
GetImage (2).png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מ'ברויך מאכן סדר בצאצאי ר' מנשה יעקב קלינגבערג חתנו של המהרי"א מקאמארנא, וואס איך ווייס דערווייל איז אזוי:

בני ר' מנשה יעקב קלינגבערג וזו' הרבנית הינדא שרה בת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא

א. ר' אברהם מרדכי קלינגבערג מזאלאזשיץ-קראקא חתן ר' משה ראטטענבערג אב"ד סקאלעי, ר' אברהם מרדכי נפטר בשנת תרע"ח, הספד עליו בספר גבעת פנחס לר' פנחס דעמביצער מרבני קראקא, שנשא במשא הלויה לפני ביהמ"ד מאור ושמש,
ב. ר' אלכסנדר צבי קלינגבערג אב"ד וואלאווא חתן ר' יעקב קלוגער אב"ד סאנדאווא-ווישנא ולימים מ"מ חותנו שם, ר' אלכסנדר צבי הו"ל ספר זקנו זכרון דברים להמהרי"א מקאמארנא.

בני ר' אברהם מרדכי קלינגבערג:
א-א: ר' שם קלינגבערג אדמו"ר מזאלאזשיץ בקראקא הי"ד במח"ס אהלי שם חתן ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ נכד ר' אברהם חיים מלינסק בהרה"ק מראפשיץ זצ"ל
א-ב: ר' זיידא משה חיים קלינגבערג אדמו"ר ואב"ד קשעשאוויץ הי"ד
א-ג: חתנו ר' מנחם נחום אפרים לעווערטוב (על משפחת לעוורטוב ראה פה)

בני ר' שם קלינגבערג מזאלאזשיץ
א-א-א: ר' משה קלינגבערג מאנטווערפן מו"ל ספר אהלי שם מאביו חתן האדמו"ר ר' פנחס שלום רט"ב מקאסאני
א-א-ב: ר' מנחם מענדל קלינגבערג
א-א-ג: חתנו ר' מנשה יעקב לעוורטוב (בוזוו"ר) נכד גיסו הנ"ל
א-א-ד: ר' יצחק אייזיק קלינגבערג
א-א-ה: חתנו ר' נח יאסקאוויץ


באשכול על הביה"ח בעיר קראקא העלה ידידינו ומאורינו השערה, שמציבה הזו הוא מהרבנית רויזא אשת רבי אברהם מרדכי קלינגבערג מקראקא זצ"ל, ווייסט איינער צו דאס איז טאקע געווען שם זוגתו? און צו דער שווער רבי משה ראטטענבערג האט אפשר געהייסן רבי יצחק משה ראטטענבערג?
אטעטשמענטס
רשה (1).jpg
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן:באשכול על הביה"ח בעיר קראקא העלה ידידינו ומאורינו השערה, שמציבה הזו הוא מהרבנית רויזא אשת רבי אברהם מרדכי קלינגבערג מקראקא זצ"ל, ווייסט איינער צו דאס איז טאקע געווען שם זוגתו? און צו דער שווער רבי משה ראטטענבערג האט אפשר געהייסן רבי יצחק משה ראטטענבערג?

ווי איך הויב געשריבן א ביסל שפעטער, איז קלאהר אויף JRI (קראקא) אז:
1) זו' ר' אברהם מרדכי ('אבראם מארעק/מארקוס קלינגבערג') האט געהייסן רייזא/רייזיא/רייזל
2) זיין שווער האט געהייסן ר' יצחק משה ('איזאק מויזשעש') ראטענבערג.
איינער שרייבט (אפשר וונדר, יעצט קען איך עס נישט טרעפן) פון א ר' יצחק משה אב"ד סקאלע, מסתמא נעמט ער עס פון תשובה כהלכה.
זעהט אויך: http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... pgnum=1279

לגבי שם זוגתו פון ר' אברהם מרדכי, אזוי געבט איין איין אייניקל פון ר' משה חיים ב"ר אברהם מרדכי אין יד ושם (און ער איז זיך אויך מסתפק צי זיין באבע האט געהייסן רייזא צי רייזל...).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
בני ר' מנשה יעקב קלינגבערג וזו' הרבנית הינדא שרה בת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא

א. ר' אברהם מרדכי קלינגבערג מזאלאזשיץ-קראקא חתן ר' משה ראטטענבערג אב"ד סקאלעי, ר' אברהם מרדכי נפטר בשנת תרע"ח, הספד עליו בספר גבעת פנחס לר' פנחס דעמביצער מרבני קראקא, שנשא במשא הלויה לפני ביהמ"ד מאור ושמש,
ב. ר' אלכסנדר צבי קלינגבערג אב"ד וואלאווא חתן ר' יעקב קלוגער אב"ד סאנדאווא-ווישנא ולימים מ"מ חותנו שם, ר' אלכסנדר צבי הו"ל ספר זקנו זכרון דברים להמהרי"א מקאמארנא.

בני ר' אברהם מרדכי קלינגבערג:
א-א: רבי שם קלינגבערג אדמו"ר מזאלאזשיץ בקראקא הי"ד במח"ס אהלי שם חתן ר' ישראל הורוויץ מווייסליץ נכד ר' אברהם חיים מלינסק בהרה"ק מראפשיץ זצ"ל
א-ב: ר' זיידא משה חיים קלינגבערג אדמו"ר ואב"ד קשעשאוויץ הי"ד
א-ג: חתנו ר' מנחם נחום אפרים לעווערטוב (על משפחת לעוורטוב ראה פה)


די ברידער הק' רבי שם ורבי זידא משה חיים קלינגבערג האבן געדרוקט דעם חיבור "ליקוטי הש"ס" פונעם אר"י הק' - געדרוקט אין קראקא בשנת תרנ"ו
אטעטשמענטס
Shas.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:שלשלת קאמארנא לדורותיהם:
יו"ח הרה"ק רבנו יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל (כ"ה שבט תקס"ו - י אייר תרל"ד) ואשת חבר הרבנית גיטל (ה אייר).

א) הרבנית הינדא שרה (כ"א אייר תרס"ד מנו"כ ב'קראקא) אשת הרה"צ ר' מנשה יעקב קלינגבערג.
ב) הרה"צ ר' אלכסנדר סענדר (נפטר בדמ"י על פני אביו י"א טבת תרי"ט בלעמבערג ושם מנו"כ) זוגתו הרבנית רעכל.
ג) הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

יו"ח הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

א) הרבנית [הינדא] ציפא (ב אדר תרצ"ג) בזו"ר אשת הרה"צ ר' יהודה צבי טויב מ'ראזדול (א סיון תרמ"ו) בזו"ש אשת הרה"ג ר' יצחק צבי האמערלינג אב"ד רוזיאנטוב.
ב) הרה"ק ר' מנחם מאניש ב'פעלשטין (ו טבת תרע"ג ב'סאמבור) זוגתו הרבנית רחל פערל.
ג) הרה"ק ר' אברהם מרדכי ב'באריסלאוו (ר"ח כסלו ת"ש) זוגתו הרבנית פיגא (א תמוז ת"ש).
ד) הרה"ק ר' יעקב משה (ה תמוז תרכ"א - ט"ו תמוז תרפ"ט) זוגתו בזו"ר הרבנית אלטא אסתר פיגא (ה סיון תרע"ו ב'סאמבור), זוגתו בזו"ש הרבנית אלטא חנה (ד סיון).
ה) הרה"ק ר' פינחס נתן ב'רודניק (תרכ"ז - תרצ"ב) זוגתו בזו"ר הרבנית פרומט, זוגתו בזו"ש הרבנית יהודית, לא היו לו זש"ק.
ו) הרבנית פרומט בעלה הרה"צ ר' מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש מ'סוליצא, נפטרה בדמ"י לא היה לה זש"ק.



ווייסט איינער ביים וועם הרה"ק רבי אליעזר'ל קאמארנער זצ"ל איז געווען אן איידעם? איך האב געהערט אז ער האט געהייסן "שיין" (אדער שארף) א בעה"ב'ישער איד א חסיד, ווייסט איינער מער פרטים?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ביקסאד האט געשריבן:יו"ח הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

א) הרבנית [הינדא] ציפא (ב אדר תרצ"ג) בזו"ר אשת הרה"צ ר' יהודה צבי טויב מ'ראזדול (א סיון תרמ"ו) בזו"ש אשת הרה"ג ר' יצחק צבי האמערלינג אב"ד רוזיאנטוב.
ב) הרה"ק ר' מנחם מאניש ב'פעלשטין (ו טבת תרע"ג ב'סאמבור) זוגתו הרבנית רחל פערל.
ג) הרה"ק ר' אברהם מרדכי ב'באריסלאוו (ר"ח כסלו ת"ש) זוגתו הרבנית פיגא (א תמוז ת"ש).
ד) הרה"ק ר' יעקב משה (ה תמוז תרכ"א - ט"ו תמוז תרפ"ט) זוגתו בזו"ר הרבנית אלטא אסתר פיגא (ה סיון תרע"ו ב'סאמבור), זוגתו בזו"ש הרבנית אלטא חנה (ד סיון).
ה) הרה"ק ר' פינחס נתן ב'רודניק (תרכ"ז - תרצ"ב) זוגתו בזו"ר הרבנית פרומט, זוגתו בזו"ש הרבנית יהודית, לא היו לו זש"ק.
ו) הרבנית פרומט בעלה הרה"צ ר' מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש מ'סוליצא, נפטרה בדמ"י לא היה לה זש"ק.

ע"פ JRI, כמה הערות:
ד) ר' יעקב משה'ס רביצין ווערט אהן גערופן (עטליכע מאהל, ואטו כי רוכלא כו') אלטע באשע
ו) מ' פרומט נפטרה בדמ"י ממש - אוועק ביי די זעכצען: http://agadd.home.net.pl/metrykalia/300 ... 7_0002.htm (נומ' 327)

ווער איז דער ר' שנעון אלי' סאפרין וואס ווערט דארט דערמאנט אזוי פיל מאהל?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:ר' יוסף שיין: http://agadd.home.net.pl/metrykalia/300 ... 7_0014.htm

וונדר שרייבט "...בת הנגיד ר' יוסף שעהנר (שיין) מטורקא, חתן ר' מוניש מדרוהוביטש מגזע המגלה עמוקות" בשם "פאר יצחק, נ."
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

מיללער האט געשריבן:ווייסט איינער ביים וועם הרה"ק רבי אליעזר'ל קאמארנער זצ"ל איז געווען אן איידעם? איך האב געהערט אז ער האט געהייסן "שיין" (אדער שארף) א בעה"ב'ישער איד א חסיד, ווייסט איינער מער פרטים?


מ'האט שוין געענטפערט דא וויאזוי זיין שווער האט געהייסן רבי יוסף שעהנער פון טורקא חתן ר' מאניש מדראהביטש נכד המגלה עמוקות, אבער ס'דאכט זיך מיר אז כ'האב געזעהן אין שלשלת הקדש אויף איהם אז ער איז געוועהן א וויין סוחר און ער איז געוועהן א תלמד חכם מופלג וואס האט יעדע ליידיגע מינוט אויס גענוצט אויף תורה און אהיים איז ער נאר געקומען משבת לשבת
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הרבנית הצדיקת חנה שפרה ע"ה בת הרה"ק רבי אלכסנדר סענדר סאפרין זי"ע, אשת הרה"ק רבי אשר ישעיה רובין זי"ע - בביה"ח בקאלבסוב
אטעטשמענטס
4426071_jedna-z-maceb-na-cmentarzu-zydowskim-w-kolbuszowej.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:
יו"ח הרה"ק ר' יעקב משה (ה תמוז תרכ"א - ט"ו תמוז תרפ"ט) זוגתו בזו"ר הרבנית אלטא אסתר פיגא (ה סיון תרע"ו ב'סאמבור).

א) הרבנית הינדא בעלה הרה"צ ר' נפתלי צבי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ.
ב) הרבנית פרומט עלא הי"ד בעלה הרה"צ אליעזר הלוי עפשטיין אב"ד זאלושיץ.
ג) הרבנית גיטל בזו"ר אשת הרה"צ ר' חיים נחום הלברשטאם אב"ד מאשציסק (י"ב ניסן תרפ"א), בזו"ש אשת הרה"ק ר' אהרן מנחם מענדיל גוטערמאן מ'ראדזימין.
ד) הרבנית רבקה הי"ד בעלה הרה"צ ר' אליהו באמבאך הי"ד אב"ד אושפיצין.
ה) הרבנית רחל פערל הי"ד (ט"ו סיון תש"ד) בעלה הרה"ק ר' חיים אלעזר שפירא אב"ד מונקאטש (ב סיון תרצ"ז).
ו) הרה"ק ר' שלום (תרנ"ג - כ"ו אדר תרצ"ז) זוגתו הרבנית חוה הי"ד (ט סיון תש"ג).
ז) הרבנית חנה [שרה] הי"ד בעלה הרה"צ ר' שמחה [חיים] הורוויץ הי"ד מ'ווישני, לא היו להם זש"ק.

יו"ח הרה"ק ר' שלום (תרנ"ג - כ"ו אדר תרצ"ז) זוגתו הרבנית חוה הי"ד (תש"ג).

א) הרה"ק ר' ברוך זוגתו הרבנית שיינדל ויו"ח הי"ד
ב) הרה"צ ר' שלמה זוגתו הרבנית דבורה ויו"ח הי"ד
ג) מרת אסתר אלטא פיגא (צפורה) בעלה ר' נפתלי הירץ נס.
ועוד כמה שנפטרו בדמ"י.




שמחת הבר מצוה של רבי שלום מקאמארנא ביחד עם סיום כתיבת ספר תורה ע"י אביו הרה"ק רבי יעקב משה מקאמארנא - בשנת תרס"ו - בעיתון מחזיקי הדת:

בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”