שושלת קאמארנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

שושלת קאמארנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאלי יו מעדי מיי דעי.

טענק יו

נעכטן מאנטאג (אין אידישן דינסטאג) פרעגעדיג קרעמער'ן וואס זוכט ר' סענדר'ל קאמארנער אין אוהעל, זאגט ער מיר אז כאלי וועט וויסן, ווייסטו טאקען?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

סאכדעס העפי טו מעיד יור דעי, זעט אויס ס'איז געווען א דין אמת, ווערט מען דאך א שותף אין מעשה בראשית, קען איך אפשר טאקע מאכן דיין דעי, ודפח"ח.
ר' סענדערל קאמארנער, דער בעל זכרון דברים, זצוק"ל, וואס איז געווען רב אין קאמארנע, אנדערש ווי זיין זון דער הייליגער קאמארנער, פלעגט פארן אויף אונגארן אויף שבתים איינמאל א יאר, ר' אייזיקל פלעגט אויך אסאך פארן, ער האט געהאט אסאך חסידים אין אונגארן, וועסט זען אנפאנג פון היכל הברכה די מורא'דיגע בריוו צו די אונגארישע חסידים, עכ"פ ער איז געפארן קיין אונגארן אויף אוהעל און איז אוועק אויפן וועג, דער קאמארנער שרייבט אין זוהר חי און אין נאך פלעצער, אז ער האט געוויינט שבע ימים ושבע לילות, ווייל ער האט געזען ביים פארן אז ער גייט נסתלק ווערן דארט, און מ'דערציילט אז ביים לויה האט דער ישמח משה געהאלטן א מורא'דיגע הספד, און ס'איז געקומען א בריוו פון קאמארנע אז דער קליינער אייזיק'ל, אלט זייעדיג צען יאר אינגאנצן איז קראנק רח"ל פון דעם טאטענס פטירה, און ער זאל מעורר זיין רחמים, און דער ישמח משה האט מעורר רחמים געווען און ער האט געזען ווי ר'סענדער'ל איז נזדעזע געווארן עטליכע מאל, טשימפא רב אין הקדמה צו תולדות אדם דערציילט עפעס א אינטערעסאנטע מעשה דערוועגן, איך הער זאגן אז סאטמאר רב האט עס נישט אנגענומען כלומר לא סבירא לי', אין דרכי הישר והטוב איז דא די באקאנטע מעשה מיט שרה די בעקערין, ר' הערשעלע ליסקער מאמע, ווי זי האט געראטעוועט דעם קאמארנער פון א מיאוסע מעשה, און וועגן דעם האט ער איר צוגעזאגט א נשמה קדושה וואס ער האט געדארפט אראפברענגן, און ר' אייזיקל פלעגט אים טאקע רופן ברודער.., קוק דארט נאך פונקטליכער, ווייל פון דארט קוקט אויס ער האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט, קען זיין ס'איז נישט געווען פאר זיין פטירה, געדענק איך שוין נישט.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום דינסטאג יוני 24, 2008 9:54 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאלי כאלי, דו ביסט דאך איינס אין דער וועלט, קרעמער פון וואו האסטו געוואוסט???

יישר כוח כאלי נאכאמאל, און יא יעדע שורה דיינע איז דפח"ח
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

שקויעך סאכדעס פאר די דברי ברכה, פון וואו קרעמער ווייסט, מ'זאגט נאך אז היינט איז שוין נישטא קיין רוח הקודש אבער א שמעק איז נאך דא, דער קרעמער האט א געוויסע חוש הריח, צולייגענדיג זיין מבינות זייענדיג א מבין דבר מתוך דבר, איז עס שוין כמעט רוח הקודש, עטץ מיינטס זיכער איך מיין דא מיך יעצט, אפשר אויך, אבער איך שטוין כסדר וואו ער טרעפט אייביג אלעס צו מיט חכמה אין אלע ענינים, ממש מ'קען אים נישט איבערקליגן, איי ס'פאסט דאך נישט אזוי בפניו, אמת, דאס איז נאר אזוי אגב און נאר מקצת, צו פארענטפערן סאכדעס'ס תמיה גדולה.

איך האב נאר פארגעסן א וויכטיגע פונקט, די חוזה האט געזאגט פארן ר' סענדער'ל ווער ער האט מפציר געווען פאר א בן זכר, [ער האט געהאט א בכור וואס איז אוועק גראד, און די קאמארנער אין ספר החזיונות שרייבט אז ער איז עס געווען, ער האט געדארפט נזדכך ווערן און נאכדעם איז ער נאכאמאל אראפגעקומען], אבער דער חוזה האט געזאגט אז ער וועט נישט זיין צו לאנג מיטן זון אויף די וועלט און ער האט מסכים געווען, ער איז טאקע אוועק ביי די 48 יאר, און אין די לעצטע חודש האט ער אים שוין געלאזט צוואה, וועגן ר"ת תפילין, דעמאלטס איז ער געפארן קיין אונגארן צו די חסידים, און דעמאלטס האט דער קאמארנער געוויינט, ער שרייבט דאס אלעס אליינס אין הקדמה צו זכרון דברים, און אין מגלת סתרים איז עס אויך ברייט באשריבן.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום דינסטאג יוני 24, 2008 9:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייענדיג אין די פראסעס פון אויפארבעטן דעם נייעם פארום, ברענג איך אהער אלטע אשכולות וואס באלאנגען דא.

סאכדעס, יעצט וועל איך אהערברענגען זיידעניוס באשרייבונגען, ווי איר וועט האבן א דבר השלם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:הוא היה אביו של הרה"ק ר' יצחק אייזיק מקאמארנא זצוק"ל ואחיו של הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זצוק"ל, ומנו"כ בעיר אוהל, באוהל אחד יחד עם הישמח משה
אטעטשמענטס
k_sender_kamarne_602.jpg
k_sender_kamarne_602.jpg (51.23 KiB) געזען 5966 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך וויל דא עפעס דא עפעס באמערקען, איך ווייס נישט צי דאס מיינט עפעס.
און שנת תשל"ו חדש שבט איז מיין טאטע ע"ה מיטגיפארען מיטען בירך משה ז"ל קיין אינגערען און רומעניא.
אזויא וויא מיין באבעס יאהרצייט איז ה' שבט און זי ליגט און באטור, און די רעבעטצין (אויך פון באטור פון ווען ר' אהרן וועלאווער רב האט איבערגינומען זיין ברידערס פאסטען און באטור נאך ר' נפתליס פטורה) האט גיוואלט פארען אויף באטור אויך, איז מין טאטע מיטגיפארען און איז טאקע גיווען אויף זיין מאמעס ציון ד' שבט, א טאג פארען יאהרצייט.

ואס איז גיווען אינטערעסאנט פאר מיין טאטען און ער האט מיר דאס ספעציעל פארציילט, אז און אוהעל ווען זיי זענען גיווען און אוהל ביים ישמח משה, איז דער בירך משה נאר ציגיגאנגען צי זיין זיידען אין באבענס מצבה. ער איז בכלל נישט ציגיגאנגען און אפילו נישט גיקוקט אויף ר' סענדער קאמארנעס מצבה.
ער האט מיר דערציילט אז מען האט גיקענט זעהן אז ער טוט דאס בכונה.

ווייסט איינער אפשר פשט?
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק ר' יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא (בהרה"ק ר' אלכסנדר סענדער) - איז געוועהן א תלמיד פון זיין פעטער הרה"ק רבי ר' צבי הירש מזידיטשוב זי"ע. ער האט מחבר געוועהן פיהל ספרים, טייל פון זיי זענען היכל הברכה על התורה, אוצר החיים על תרי"ג מצות, זוהר חי על זוהר הק', נוצר חסד על משניות אבות, וספרי מעשה אורג ועצי עדן ופני זקן על ששה סדרי משנה, ער איז נפטר געווארן י' אייר תרל"ד לפ"ק, זי"ע ועכ"י

דער הייליגער קאמארנער רבי זי"ע דערציילט אין זיין ספר "מגילת סתרים" א שרעקליכן עפיזאד וואס האט מיט אים פאסירט.אין יאר תר"ז, ראש השנה ביינאכט האט ער זיך גע'חלום'ט אז עס הערשט אויף אים א גרויסער קטרוג פון שווערע דינים רח"ל, וואס דאס מיינט אז דער פסק אויף אים וועט נישט זיין גינסטיג ח"ו (ער שרייבט, אז שפעטער האט ער באמערקט די סיבה דערפון ווייל ער האט דעמאלט געהאט גרויסע האר וואס דאס איז מעורר דינים).

"יענעם טאג ביים דאווענען, האב איך - דערציילט דער הייליגער קאמארנער רבי זי"ע - זיך מוסר נפש געווען און געדאוונט מיט א געוואלדיגע שמחה און התלהבות, אן קיין שום זארג".

"שפעטער ביים לייענען ווען מען האט אויפגעהויבן די ספר תורה ביי "הגבה" האב איך באמערקט דעם פסוק "וראית אותה ונאספת אל עמך" (דאס טייטש, דו וועסט דאס זעהן און דערנאך אוועק גיין פון די וועלט - דער פסוק שטייט ביי משה רבינו, ווען השי"ת האט אים געזאגט, ער זאל זעהן ארץ ישראל איידער ער ווערט נסתלק פון די וועלט), וואס דאס האט געוויזן א קלארן רמז אז דער פסק איז ח"ו נישט קיין גוטער, אבער איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון, און איך האב געדאווענט מוסף מיט א לעבעדיגקייט און לויטערע ליכטיגקייט".

די צווייטע נאכט האט ער זיך גע'חלום'ט ווי דער הייליגער "בית יוסף" האט מליץ יושר געווען אויף אים, און מען האט פון די שווערע גזירה וואס האט אויף אים געשוועבט געמאכט א קליינע גזירה פון גניבה און א דאנק דעם וואס ער איז נישט געווארן פארלוירן איז ער אפגעקומען מיט א קליינעקייט, און דער שווערע מידת הדין איז איבערגעדרייט געווארן אויף רחמים, שפעטער איז די גזירה נאך קלענער געווארן און מען האטט ביי אים גע'גנב'ט נאר א זילבערנעם מעסער און לעפל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר ר' יעקב משה מקאמארנא ב"ר אליעזר צבי מקאמארנא ב"ר יצחק אייזיק.
אטעטשמענטס
Komarne.jpg
Komarne.jpg (91.05 KiB) געזען 6220 מאל
spinke_komarne_178.jpg
spinke_komarne_178.jpg (86.78 KiB) געזען 5771 מאל
0107.gif
0107.gif (42 KiB) געזען 5775 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר ר' פנחס נתן מרידיק ב"ר אליעזר צבי מקאמארנא
אטעטשמענטס
0101.gif
0101.gif (26.46 KiB) געזען 6207 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר ר' שלום מקאמארנא ב"ר יעקב משה וחתן הינוקא מסטאלין
אטעטשמענטס
save0001_429_137.jpg
save0001_429_137.jpg (42.91 KiB) געזען 5747 מאל
0126.gif
0126.gif (50.75 KiB) געזען 6194 מאל
0123.gif
0123.gif (57.24 KiB) געזען 6194 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר ר' ברוך מקאמארנא הי"ד ב"ר שלום וחתן ר' אליהו באמבאך מאושפוצין
אטעטשמענטס
0131.gif
0131.gif (21.69 KiB) געזען 6182 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא קען מען הערן די ברכות ביי די חופה פון בתו של המנחת אלעזר במונקאטש געזאגט בקול אדיר וחזק דורך ר' שלום מ'קאמארנא דער פעטער פון די כלה (דער מנח"א איז ווי דערמאנט געווען אן איידעם ביי זיין טאטע ר' יעקב משה מקאמארנא).

(קרעדיט, זיידעניו)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:האדמו"ר ר' פנחס נתן מרידיק ב"ר אליעזר צבי מקאמארנא


דעם יו"ט האב איך געזעהן ביים סוף פונעם ספה"ק אמרי נועם, אז דער ר' פנחס נתן הנ"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע זשיקובער דער עטרת ישועה, עס איז דארט געדרוקט א תשובה פון ר' יהושע צום איידעם און א תשובה אויף צוריק איבער דעם ענין פון ציילן ספירה די צווייטע נאכט פסח פאר אדער נאך דעם סדר, רובו איז עפ"י קבלה כאטש וואס בנגלה איז אויך פארהאן א דיון דערוועגן.

עס איז אינטערעסאנט ווי דער עטרת ישועה פאנגט אן אז 'אין לו עסק בנסתרות' און לאזט זיך דערנאך אריין באריכות אין די עניני היחודים והספירות, זיין איידעם ר' פנחס נתן איז באקאנט געווען אלס א גרויסער בעל מקובל כדרך בית אבותיו משושלת קאמארנא.

אז משרייבט שוין וועגן ציילן ספירה פסח אויפדערנאכט איז כדאי צו דערמאנען אז אין מונקאטש ביים מנחת אלעזר האט מען געציילט נאכן דאווענען וועגן 'תמימות' על אף וואס עפ"י קבלה שטייט יא איז מען זאל ציילן נאכ'ן סדר, אין סאטמאר האט מען זיך יא געפירט צו ציילן נאכ'ן סדר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שלשלת קאמארנא לדורותיהם:
יו"ח הרה"ק רבנו יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל (כ"ה שבט תקס"ו - י אייר תרל"ד) ואשת חבר הרבנית גיטל (ה אייר).

א) הרבנית הינדא שרה (כ"א אייר תרס"ד מנו"כ ב'קראקא) אשת הרה"צ ר' מנשה יעקב קלינגבערג.
ב) הרה"צ ר' אלכסנדר סענדר (נפטר בדמ"י על פני אביו י"א טבת תרי"ט בלעמבערג ושם מנו"כ) זוגתו הרבנית רעכל.
ג) הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

יו"ח הרה"ק ר' אליעזר צבי (תק"ץ - כ"ד אייר תרנ"ח) זוגתו הרבנית חנה שרה (ב שבט תר"ן).

א) הרבנית [הינדא] ציפא (ב אדר תרצ"ג) בזו"ר אשת הרה"צ ר' יהודה צבי טויב מ'ראזדול (א סיון תרמ"ו) בזו"ש אשת הרה"ג ר' יצחק צבי האמערלינג אב"ד רוזיאנטוב.
ב) הרה"ק ר' מנחם מאניש ב'פעלשטין (ו טבת תרע"ג ב'סאמבור) זוגתו הרבנית רחל פערל.
ג) הרה"ק ר' אברהם מרדכי ב'באריסלאוו (ר"ח כסלו ת"ש) זוגתו הרבנית פיגא (א תמוז ת"ש).
ד) הרה"ק ר' יעקב משה (ה תמוז תרכ"א - ט"ו תמוז תרפ"ט) זוגתו בזו"ר הרבנית אלטא אסתר פיגא (ה סיון תרע"ו ב'סאמבור), זוגתו בזו"ש הרבנית אלטא חנה (ד סיון).
ה) הרה"ק ר' פינחס נתן ב'רודניק (תרכ"ז - תרצ"ב) זוגתו בזו"ר הרבנית פרומט, זוגתו בזו"ש הרבנית יהודית, לא היו לו זש"ק.
ו) הרבנית פרומט בעלה הרה"צ ר' מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש מ'סוליצא, נפטרה בדמ"י לא היה לה זש"ק.

יו"ח הרה"ק ר' יעקב משה (ה תמוז תרכ"א - ט"ו תמוז תרפ"ט) זוגתו בזו"ר הרבנית אלטא אסתר פיגא (ה סיון תרע"ו ב'סאמבור).

א) הרבנית הינדא בעלה הרה"צ ר' נפתלי צבי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ.
ב) הרבנית פרומט עלא הי"ד בעלה הרה"צ אליעזר הלוי עפשטיין אב"ד זאלושיץ.
ג) הרבנית גיטל בזו"ר אשת הרה"צ ר' חיים נחום הלברשטאם אב"ד מאשציסק (י"ב ניסן תרפ"א), בזו"ש אשת הרה"ק ר' אהרן מנחם מענדיל גוטערמאן מ'ראדזימין.
ד) הרבנית רבקה הי"ד בעלה הרה"צ ר' אליהו באמבאך הי"ד אב"ד אושפיצין.
ה) הרבנית רחל פערל הי"ד (ט"ו סיון תש"ד) בעלה הרה"ק ר' חיים אלעזר שפירא אב"ד מונקאטש (ב סיון תרצ"ז).
ו) הרה"ק ר' שלום (תרנ"ג - כ"ו אדר תרצ"ז) זוגתו הרבנית חוה הי"ד (ט סיון תש"ג).
ז) הרבנית חנה [שרה] הי"ד בעלה הרה"צ ר' שמחה [חיים] הורוויץ הי"ד מ'ווישני, לא היו להם זש"ק.

יו"ח הרה"ק ר' שלום (תרנ"ג - כ"ו אדר תרצ"ז) זוגתו הרבנית חוה הי"ד (תש"ג).

א) הרה"ק ר' ברוך זוגתו הרבנית שיינדל ויו"ח הי"ד
ב) הרה"צ ר' שלמה זוגתו הרבנית דבורה ויו"ח הי"ד
ג) מרת אסתר אלטא פיגא (צפורה) בעלה ר' נפתלי הירץ נס.
ועוד כמה שנפטרו בדמ"י.

מממשיך השלשלת אחר המלחמה הרה"ק ר' חיים יעקב (תרנ"ב - ה סיון תשכ"ט) בן הרה"ק ר' אברהם מרדכי מ'באריסלאוו, זוגתו בזו"ר הרבנית חיה (נפטרה בדמ"י כ"ז אדר ב תרע"ט), זוגתו בזו"ש אחותה הרבנית רבקה הענא (נפטרה כ"ו טבת תשמ"ה).
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג יוני 24, 2008 4:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הילכיגען יישר כח הרב מביקסאד פאר די דעטאלירטע אינפארמאציע, זכותם הגדול יגן עליך ועלינו ועכי"א.

איין שאלה אויב איר ווייסט, דער ר' חיים נחום האלבערשטאם אב"ד מאשציסק חתן ר' יעקב משה מקאמארנא, וועמענס זוהן איז ער געווען, ממשפחת הדברי חיים?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:אז דער ר' פנחס נתן הנ"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע'לע זשיקובער דער עטרת ישועה, עס איז דארט געדרוקט א תשובה פון ר' יהושע צום איידעם און א תשובה אויף צוריק איבער דעם ענין פון ציילן ספירה די צווייטע נאכט פסח פאר אדער נאך דעם סדר, רובו איז עפ"י קבלה כאטש וואס בנגלה איז אויך פארהאן א דיון דערוועגן.

עס איז אינטערעסאנט ווי דער עטרת ישועה פאנגט אן אז 'אין לו עסק בנסתרות' און לאזט זיך דערנאך אריין באריכות אין די עניני היחודים והספירות, זיין איידעם ר' פנחס נתן איז באקאנט געווען אלס א גרויסער בעל מקובל כדרך בית אבותיו משושלת קאמארנא.
בזו"ש ביי דעם עטרת ישועה, בזו"ר ביי זיין עלטערן ברודער הרה"ק שביליו במים רבים ועקבותיו לא נודעו רבי נפתלי חיים זצ"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דעם פאלגענדן (געמאלענעם) אלטע בילד האב איך געטראפן מיט די אויפשריפט "תמונת הה"צ מקאמארנא שליט"א" אויף וועלכע פון די קאמארנא רביס וואלט איר געזאגט אז דאס שטימט?
אטעטשמענטס
Komarne.jpg
Komarne.jpg (8.55 KiB) געזען 5516 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זיכער ר' יעקב משה.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:האדמו"ר ר' פנחס נתן מרידיק ב"ר אליעזר צבי מקאמארנא


' על אף וואס עפ"י קבלה שטייט יא איז מען זאל ציילן נאכ'ן סדר, אין סאטמאר האט מען זיך יא געפירט צו ציילן נאכ'ן סדר.

ב''ה
ידידי הרב מסקרענטאן שיחי'
אין קבלה גופא רעדט זעך נישט דערפון ווייל דער אריה''ק האט געוואינט אין ארץ-ישראל וואס דארט איז דא נאר איין טאג יו''ט --נאר דער חיד''א בשם הרש''ש .
דער אלטער רבי האט אויך געציילט פאר דעם סדר אין אזוי אויך קאמארנער דער בעל היכל-הברכה .אע''פ וואס אין זידאטשאוו האט מען נאכ'ן סדר פאר
דיא פזמונים .עיין בחקל יצחק בשם אביו הרה''ק בעל אמרי-יוסף שע''כ סבר הרש''ש לברך קודם הסדר כיון שחישב את ספה''ע לדאורייתא .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ביקסאד האט געשריבן:שלשלת קאמארנא לדורותיהם:


"מממשיך השלשלת" אחר המלחמה הרה"ק ר' חיים יעקב (תרנ"ב - ה סיון תשכ"ט) בן הרה"ק ר' אברהם מרדכי מ'באריסלאוו, זוגתו בזו"ר הרבנית חיה (נפטרה בדמ"י כ"ז אדר ב תרע"ט), זוגתו בזו"ש אחותה הרבנית רבקה הענא (נפטרה כ"ו טבת תשמ"ה).


ב''ה
לדאבונינו השלשלת נתכדחה במלחמת העולם השני' ולא נשארו כמעט מחסידי קאמארנא --חוץ משפחת זיס וכדומה --ביפו הי' ביהמד''ר ע''ש
צדיקי קאמארנא שנתייסד ע''י משפחת זיס הנ''ל שאינו כבר הרבה שנים .כ''כ הם הדפיסו מכת''י את הספה''ק שולחן הטהור עם הגהות ב''ח
הדפסה מהודרת .ולא הי' ל''ע המשך לשולשלתא דדהבא זו .
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

badatz האט געשריבן:..ולא הי' ל''ע המשך לשולשלתא דדהבא זו .

אבי גערעדט
עס גייט אן אין אר"י, אדמו"ר מ'קאמארנא שליט"א, נכד ר' יעקב משה זצ"ל
טעמו וראו כי טוב השם
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:..ולא הי' ל''ע המשך לשולשלתא דדהבא זו .

אבי גערעדט
עס גייט אן אין אר"י, אדמו"ר מ'קאמארנא שליט"א, נכד ר' יעקב משה זצ"ל

ב''ה
כבוד הינוקא שיחי'
מי הוא זה ואיזה הוא מה שמו .
ואיך הוא "ההמשך "
ולמה אתה צריך להגיע אליו . הלא בני ונכדי איש ח''י ורב פעלים "נקראים " אדמור''י קאמארנא .
בעירנו וומ''ס נמצא בנש''ק שאיני מכירו בשם הרב ממאגלניצא האם גם הוא " המשך " להשרף
ממאגלעניצא .
-------כלל זה נקוט בידך --לא כל הנקרא בשמו ולכבודו בראתיו ---הוי "המשך " --------------
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר ר' בד"ץ שי'
עס איז דא א קאמארנא רבי אין אר"י, לויט ווי איך דענק האט ער מוסדות אויך, כאב אים שוין געטראפן עטליכע מאל סיי אין אר"י אין סיי אין קאנאדע, און פארפירט מיט אים שיינע שמועס'ן, ער איז א אייניקל פון ר' יעקב משה זצ"ל, פינקליך זיין יחוס ווייס איך נישט אויף די מינוט, אבער איך וועל אי"ה געוואר ווערן.

היצט אויב דעס הייסט ממשיך געוועהן א שלשלת אדער נישט, איז דיין שאלה לכאורה אויף יעדע איינציגסטע שלשולתא קדישא די באתרא הדין ודי בכל אתר ואתר, אפשר זאגסטי מיר וועלכע רבי היינט איז ווי די אמאליגע רבי'ס וואס אונזערע אויגען האבן נאך זוכה געוועהן צי זעהן??, אונז מיין איך מיך, און כש"כ איהר!

די שרייבסט "לא כל הנקרא בשמו ולכבודו הוה המשיך" לא כל, מיינט דאך אז ס'רוב אדער כאטש אסאך יא, נא אדרבה רעכן מיר אויס, כאב גרייט אן אוזן קושבת כארפכת
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך שטיץ ר' יעקל,
אויב איינער איז א צאצא-ישיר און לכבוד בית אבותיו אז עס זאל פארבלייבן א קיום איז ער מתנהג באדמורות, קען ער ווערן אנגערופען א 'ממשיך', לאפוקי פון אייינער וואס זוכט ארויס עפעס א גזע און שאפט א פירמע-נאמען צו קענען מאכען געלט וכדו'.

דער קאמארנא רבי גיט זיך אפ בהדפסת ספרו אבותיו הקדושים, און ער דעזערווט רעספעקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”